בלאט 4 פון 26

געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2018 12:55 pm
דורך נחום וואהלינער
כ'האב נישט אלעס דורך געליינט צו איינער האט שוין דערמאנט די מעגליכקייט.

כידוע זענען רוב נייע טעכנילאגיש כלים וואס מיר האבן היינט שוין פריער געווען ביי די מיליטער, ממילה טראכט איך אז ס'איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז די גאנצע זאך איז דראון'ס. טאקע דאס וואס מיר האבן היינט זעהט אויס אביסעל אנדרעש אבער אפשר דאך ניצט שוין די מיליטער די סארט מיטל פאר לאנגע יארן....

געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2018 12:58 pm
דורך נחום וואהלינער
טראנספארט האט געשריבן:.

זעהט אויס אז די הויכע פענסטער רעגיראונג ווייסן נישט וויאזוי מ'שרייבט די ווארט discussing.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2018 2:37 pm
דורך משהזוךמיר
רבותי, איך האב געזען א יו עף או מיט די אייגענע אויגן!

גלייבטס יא, גלייבטס נישט. איך בין נישט געווען אליינס. איך בין געשטאנען אויף רחוב בית ישראל מיט ארום דריי יאר צוריק ווען אינמיטן העלן טאג האט זיך באוויזן א יו עף או! מען קען פרעגן מיין חבר וואס איז געשטאנען נעבן מיר! און עס זענען דא נאך אסאך מענטשן וואס האבן עס געזען, איך קען זיי פשוט נישט פערזענליך.





ניין, עס האט נישט אויסגעזען ווי א טעלער, נאר ענדערש ווי די קליינע קוואדקאפטערס וואס דער עולם האט, נאר הונדערט מאל די סייז. עס איז ווארשיינליך א כלי פון די איזראעילי מיליטער, באט עניוועיז [/size]

געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2018 2:42 pm
דורך שמעלקא זאפטיגער
איך האב עס אויך געזען מיט מיינע אייגענע אויגן.

כ'האב געכאפט א שמועס מיט אזא גרינע עליענס, ס'געווען מעכטיג. ער האט מיר געגעבן א "בלוט ווארק" קיצל, פרעג בעסער נישט...

געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2018 3:36 pm
דורך משהזוךמיר
ר' שמעלקע, די מעשה איז אצת ויציב! מיין חבר וואוינט אין זעלבן שטאט ווי דיר. קומינישי פאר פרטים.

פאר מער דעטאלן קענסטו קוקן די קליינע ווערטער אין מיין תגובה.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2018 6:45 pm
דורך eller
איז דא א קליפ פון אזוינס ?
כ'זעה אז ממש יעדן טאג שרייבן מענשטן אז זיי זעהן עס....
#GOOD DREAMS

געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2018 8:47 pm
דורך איסר האטלקי
eller האט געשריבן:איז דא א קליפ פון אזוינס ?
כ'זעה אז ממש יעדן טאג שרייבן מענשטן אז זיי זעהן עס....
#GOOD DREAMS

מער ווי איין קליפ. זוך נאך ותמצא.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2018 2:39 am
דורך כא כא כא
וויי-פיי האט געשריבן:ניטל האט ר' הערשל ווייטער גערעדט, ער האט ממש באקומען פון א יוד א בילד פון דעם, 8-8 137
ער וועט נאך רעדן א מקור פון די תורה

ס'שטייט אין רש''י הק' וועגן דעם, אזוי אויך אין זוהר הק'

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:29 pm
דורך אחת ואחת
כא כא כא האט געשריבן:

מראי מקומות ביטע

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:43 pm
דורך וויי-פיי
אחת ואחת האט געשריבן:
כא כא כא האט געשריבן:

מראי מקומות ביטע


און זהר שטייט אז עס איז דא זעקס עולם'ס אינטער אינזער וועלט ,

הערשל האט נישט געוואלט רעדן תורה און ניטל,

ער דארף רעדן היינט פליטעשער אנעליז

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2018 2:35 pm
דורך עס איז מיר גיט
ר' יו"ט ערליך ז"ל רעדט שוין פון עס אויף איינע פון זיינע טעיפס

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 10:35 am
דורך פריילעך אידל
איסר האטלקי האט געשריבן:
eller האט געשריבן:איז דא א קליפ פון אזוינס ?
כ'זעה אז ממש יעדן טאג שרייבן מענשטן אז זיי זעהן עס....
#GOOD DREAMS

מער ווי איין קליפ. זוך נאך ותמצא.

https://goo.gl/ocZy4j

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:51 am
דורך שמעלקא זאפטיגער
די מוזיק ביים צווייטן מאל איבערשפילן הרג'עט עס אוועק... מיינסטע בינעך נישט דערשראקן, קומסטע מיר איבערשרעקן, הא?

#פיל"ד.

#נעגל_וואסער_אלערט!

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:27 pm
דורך סאכדעס
כ'ווייס ניט פארוואס, אבער עפעס קלעפט עס מיר ניט.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2018 9:54 am
דורך אויפגעפרישט
שוין דא נייע באריכט פון ר' הערש פ''מ אויף ק''מ מש''ק, בעיקר רעדט ער פון אלייענס

געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2018 9:56 am
דורך כאניש וואס צו טון
אויפגעפרישט האט געשריבן:שוין דא נייע באריכט פון ר' הערש פ''מ אויף ק''מ מש''ק, בעיקר רעדט ער פון אלייענס

עליאינס

געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2018 10:06 am
דורך אחת ואחת
ער רעדט זייער אינטערעסאנט, אבער אויב אזוי פארוואס טרייעט די FBI עס צו באהאלטען ? אלא מאי סהאט יא מיט די רעגירונג ? תיקו

געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2018 10:08 am
דורך שמעלקא זאפטיגער
עס קען זייער מעגליך זיין אז זיי האבן געוואלט סתם אנמאכן א פאניק אז רוסלאנד אדער סיי ווער זאל מיינען אז ס'האט עפעס מיטן רעגירונג, אין די צייט וואס זיי אליין האבן נישט געוויסט וואס דאס איז...

מיט אזא צוגאנג פון עס אונטערדרוקן אזוי עקסטרעם און ווילד, וואלט דאס געשיקט א מעסעדזש פאר אלע שונאים, אז אויב רוהסטע נישט איין, וועל איך ווארפן טעלער'ס...

זוהר ויקרא - ט׳ ע״ב

געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2018 10:41 am
דורך ל.רוזן
זוהר ויקרא - ט׳ ע״ב

געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2018 11:26 am
דורך שמואל שמעלקא
ל.רוזן האט געשריבן:זוהר ויקרא - ט׳ ע״ב

אינטרעסאנט איז, די זוהר שרייבט אז צעווישן יעדע וועלט איז דא א גן עדן און א גהנים !

געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2018 11:28 am
דורך אויפגעפרישט
ufo aliens.jpg
ufo aliens.jpg (79.76 KiB) געזען 2603 מאל

געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2018 11:31 am
דורך אחת ואחת
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:עס קען זייער מעגליך זיין אז זיי האבן געוואלט סתם אנמאכן א פאניק אז רוסלאנד אדער סיי ווער זאל מיינען אז ס'האט עפעס מיטן רעגירונג, אין די צייט וואס זיי אליין האבן נישט געוויסט וואס דאס איז...

מיט אזא צוגאנג פון עס אונטערדרוקן אזוי עקסטרעם און ווילד, וואלט דאס געשיקט א מעסעדזש פאר אלע שונאים, אז אויב רוהסטע נישט איין, וועל איך ווארפן טעלער'ס...

איז עס א זאך וואס מען טרעפט נאר אין אמעריקע, אנדערע לענדער האבן זיך נאכנישט אנגעטראפן אין דעם ?

געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2018 11:34 am
דורך שמעלקא זאפטיגער
ניין, מ'האט שוין באריכטעט אין אסאך לענדער.

ווי ר' הערשל פר"מ האט דערציילט האבן געוויסע לענדער טאקע יא געעפנט אן אויספארשונג דערויף.

נאכאלץ קען אבער אמעריקע מאכן דער שפיל ווי גלייך ס'איז זייער'ס א סוד...

געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2018 11:34 am
דורך אויפגעפרישט
זכר באנדל האט געשריבן:די ענגלישע רעגירונג האט ארויס געגעבן ביז היינט קלאסיפיצירטע דאקומענטן איבער UFO'ס וואס זענען געזעהן געווארן אין די לעצטע פאר יאר.
http://uk.reuters.com/article/2011/03/0 ... 5520110303

דא איז די לינק צו די דאקומענטן
http://ufos.nationalarchives.gov.uk/


פאר אחת ואחת

פון פעיז 2

געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2018 11:36 am
דורך אחת ואחת
אויפגעפרישט האט געשריבן:
זכר באנדל האט געשריבן:די ענגלישע רעגירונג האט ארויס געגעבן ביז היינט קלאסיפיצירטע דאקומענטן איבער UFO'ס וואס זענען געזעהן געווארן אין די לעצטע פאר יאר.
http://uk.reuters.com/article/2011/03/0 ... 5520110303

דא איז די לינק צו די דאקומענטן
http://ufos.nationalarchives.gov.uk/


פאר אחת ואחת

פון פעיז 2

יישר כח