בלאט 14 פון 16

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 13, 2018 2:31 pm
דורך דערבארומדיג'ער
די וואך ווייטער געזען געווארן א UFO העכער איירלאנד, פיילאטן האבן עס באריכטעט און עס איז ערקלערט געווארן העכסט ווארשיינליך אלץ ספעיס זשאנק.

-
ר' שמואל אין די סייענס וועלט איז א מציאות פון עיליענס בכלל נישט קיין אויסגעשלאסענע זאך, אבער עס איז נישטא קיין הוכחות דערצו, עס איז א טעאריע וואס געוויסע פארשן נאך צו טרעפן אויב עס איז דע ערגעץ ווי אין די יוניווערס עליענס , אבער די אלע באריכטן וואס מענטשן פארציילן אז זיי האבן געזען עליענס אדער גאר געהאט שייכות מיט איינעם פון זיי וכדו' איז גענצליך אפגעפרעגט ביי נארמאלע סייענטיסטן.

-
ר' אביגדור מיללער זצ''ל האט געזאגט אז ער איז גרייט איינצושטעקן זיין הויזן אויף א וועט אז עס איז נישטא קיין עליענס

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 13, 2018 2:48 pm
דורך נו גוט נו שוין
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:די וואך ווייטער געזען געווארן א UFO העכער איירלאנד, פיילאטן האבן עס באריכטעט און עס איז ערקלערט געווארן העכסט ווארשיינליך אלץ ספעיס זשאנק.

-
ר' שמואל אין די סייענס וועלט איז א מציאות פון עיליענס בכלל נישט קיין אויסגעשלאסענע זאך, אבער עס איז נישטא קיין הוכחות דערצו, עס איז א טעאריע וואס געוויסע פארשן נאך צו טרעפן אויב עס איז דע ערגעץ ווי אין די יוניווערס עליענס , אבער די אלע באריכטן וואס מענטשן פארציילן אז זיי האבן געזען עליענס אדער גאר געהאט שייכות מיט איינעם פון זיי וכדו' איז גענצליך אפגעפרעגט ביי נארמאלע סייענטיסטן.

-
ר' אביגדור מיללער זצ''ל האט געזאגט אז ער איז גרייט איינצושטעקן זיין הויזן אויף א וועט אז עס איז נישטא קיין עליענס


מיט די בערזל אינעוויניג פארשטייטצעך

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 13, 2018 2:54 pm
דורך דערבארומדיג'ער
איינצושטעקן זיין הויזן...
דאכט זיך מיר אז ר' אביגדור זצ''ל האט געניצט דעם אויסדריק, דאס איז א באקאנטער אויסדריק.

ואגב, הגה''צ הנ''ל וואלט נישט געמאכט א וועט אפילו אויף א טישו פעיפער, ער האט נאר געמיינט ארויצוברענגן ווי אפגעפרעגט די געדאנק פון עליענס איז.

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 13, 2018 2:57 pm
דורך שמואל אלצווייסער
איך האף אז דו מיינסט נישט אז איך גלייב דערין.. ס׳מיר פשוט געווען אינטערעסאנט אז די חברה לייקענען עס נישט אפ.

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 13, 2018 4:51 pm
דורך טשיפקא
שוין,
ווען קומען זיי אויף מאנרא?
זעך שוין איינגעהאנדלט א געלן וועסטל, און צוגאב צו אפאר לעמפלעך אויפן אויטא, רעדי פאר די עסקארט.
#האנק-האנק.
#גיי ווייס.

געשריבן: פרייטאג דעצמבער 28, 2018 2:52 pm
דורך שמואל בארג

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 10, 2019 5:47 pm
דורך ר' זעקל
כהאב געזען היינט אין מאנרא א UFO
ufo.jpeg
ufo.jpeg (9.4 KiB) געזעהן 3426 מאל

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 10, 2019 5:53 pm
דורך וזרח השמש
ר' זעקל האט געשריבן:כהאב געזען היינט אין מאנרא א UFO
ufo.jpeg



נו שוין!. אין די פרעגסט נאך פארוואס טראמפ ברויך זיין וואנט. קוק ווער עס כאפ זיך אלץ אריבער, עס איז א שרעק!. :shock:

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 10, 2019 5:58 pm
דורך ר' זעקל
וזרח השמש האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:כהאב געזען היינט אין מאנרא א UFO
ufo.jpeg



נו שוין!. אין די פרעגסט נאך פארוואס טראמפ ברויך זיין וואנט. קוק ווער עס כאפ זיך אלץ אריבער, עס איז א שרעק!. :shock:

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 10, 2019 7:48 pm
דורך וזרח השמש
טשיפקא האט געשריבן:שוין,
ווען קומען זיי אויף מאנרא?
זעך שוין איינגעהאנדלט א געלן וועסטל, און צוגאב צו אפאר לעמפלעך אויפן אויטא, רעדי פאר די עסקארט.
#האנק-האנק.
#גיי ווייס.



בשורה טובה תדשן עצם!.. די חברה זענען דא! עס איז צייט אנצוטוהן אייער געלן וועסטל אין ארויפשטעלן די לעמפעלעך בואו ונצי בהמונינו!.... :twisted:

געשריבן: מוצ"ש ינואר 12, 2019 8:28 pm
דורך חכם ממה נשתנה
ר' זעקל האט געשריבן:כהאב געזען היינט אין מאנרא א UFO
ufo.jpeg


איך קען דעם חברה'מאן..

געשריבן: מוצ"ש ינואר 12, 2019 8:34 pm
דורך dim
וועם, דעם UFO?

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 12:49 pm
דורך אסדר לסעודתא
א דראמאטישע הפגנה ווערט אין די טעג פלאנירט, צו שטורעמען דעם מיסטעריעזן 'עיריע 51' אין נעוואדע. עיריע 51 איז א פארשלאסענע מלחמה באזע וואס לויט טעאריקער געפינט זיך דארט א גרויסע צאל יו עף אוס און אלייענס וכל כת דלהון...

פאריגן יוניאר האט א פערזאן פרובירט צו שטורעמען דעם ארט און די מיליטערישע גארדס האבן אים דערשאסן צום טויט.

קומענדיגע וואך גרייטן זיך טויזנטער אמעריקאנער צו שטורעמען דאס ארט אויף איינמאל פון פארשידענע אריינגענג, און איינמאל פאר אלעמאל געוואויר ווערן אז אינעווייניג איז לער...

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 2:18 pm
דורך אסדר לסעודתא
די הפגנה ווערט געפלאנט אויף אוגוסט 20. נישט קומענדיגע וואך.

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 12:25 am
דורך שפיגליצקי
אויב זיי וועלן שטורעמען דעם באזע וועלן אלע פון זיי ווארשיינליך ווערן עליענס נאך עטליכע טעג ליגן אויף די זין.

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 1:13 am
דורך גרויסע-גדולה
חברה, גייימער?
היות מיין פילטער לאזט נישט דורך די סאשעל מידיע סייטס, ווייסט איינער וויאזוי מען קען זיך אויפסיינען דא אויף אייוועלט? ס'דארף נישט זיין קיין גרויסע גדולה אויפצוסעטן

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 5:17 pm
דורך Thank you

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2019 5:27 pm
דורך צייט שטיפער

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 6:45 pm
דורך טוב ה' לכל
שמואל בארג האט געשריבן:
eller האט געשריבן:וואס איז די מעשה ? או ןפארוואס מוז זיין אז דאס איז פון א שד ?
אגב וועלכע שד קען אידיש ?


קענסט די אויסדרוק "איר ווילט הערן א מעשה אדער פרעגן קשיות?", דאס איז שטארק גילטיג ביי דעם אשכול, ע"כ העסטו מוזן בלייבן מיט קשיות, אבער לאמיר דיר זאגן וואס זיי פארציילן.

די ערשטע שרעקליכע זאך האט פאסירט, ווען בעפאר די קראצדיך חגא איז די משפחה געגאנגען שאפינג, צוריקקומענדיג האט מען געזען אז די געטשקעלע פון 'זיידי קלאטש' איז פארשווינדן געווארן פונעם ליווינג רום, שפעטער איז דאס געטראפן געווארן אין שלאף צימער.

דעם זעלבן טאג האט דער יעניגער 'רודי קעלדראן' וואס פארפירט מיט די מעשה, געזען אז זיינע באליבטע מטבעות וואס ער קאלעקט פון פארשידענע לענדער געפינט זיך אין קיך ווי איידער אויפן באשטימטן פלאץ אין זיין רום, ער זאגט אז אנפאנג האט ער געמיינט אז ס'איז א וויץ, אבער שפעטער האט דאס אנגעהויבן ווערן צו ערענסט, ווען ער האט געזען ווי צוגעשפארט קעבינעטס פון די קיך איז געפינען געווארן אויפגעפראלט, און דאס האט אים אנגעהויבן דערשרעקן.

איין טאג האט מען געטראפן אלע ביה"כ אנגעפילט מיט וואסער, און אן אנדערע טאג ווען ער האט אנגעהויבן דאווענען (פאר וועם?...), האט ער געהערט א קנאק אין דלת, און דערנאך קיינעם נישט געטראפן.

דערנאך האט מען געטראפן די אויבנדערמאנטע אויפשריפט "געפאר" געשריבן מיט אש, אויף די וואנט פון ביה"כ.

האט ער ארויסגעשטעלט א מודעה מיט א ווידעאו אינעם ספר הפנים, צו פרעגן וואס דער עולם זאגט דערצו, און ער זאגט אז דער עולם האט אים געגעבן זייער גוטע עצות.

fb-posting.png


fb-posting2.png


קוקט אויס אז א לייענער האט גענומען די זאך זייער ערענסט, און האט זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה געוואור צו ווערן וואס דא גייט פאר, און ער האט אויסגעטראפן אז די אידישע בוכשטאבן וואס איז געפינען געפירקלט אויף די וואנט, איז די ווארט 'געפאר' וואס איז די אפטייטש פון 'דעינזשער', דא האט איר די שרעקליכע געפינס.

ווי ער גיבט איבער, פארמאגט ער נישט קיין שום איד אין זיין משפחה, און אודאי נישט איינער וואס פארשטייט אידיש.

yiddish.png


זיי האבן זיך געוואנדן צו פארשידענע גייסטליכע וואס זאלן איבערלאזן א ברכה (אפשר קען מען זיי שיקן א 'ברכת הבית' טאוול...).

א שטיקל ביאור אויף די מעשה ווערט געגעבן דורך 'קריסטאפער בעדער' א פראפעסער און ארויסגעבער פון ביכער, אז מעגליך איז דאס א דיבוק אדער שד, וואס קען זיך צומאל אריינכאפן דארטן וואו צענערלינגן דרייען זיך, אדער גאר איז דאס די איבריגע 'ענערדזשי' וואס די עלטערע מענטשן פארמאגן.

ווי אויך קען זיין, אז די מטבעות וואס ער ברענגט זיך מיט פון פארשידענע לענדער, קלעבט צו זיך שרעקעדיגע גייסטן (פארשטאנען די ביאורים? ווייל איך נישט...), ער זאגט אבער, אז די שריפט אויף אידיש איז שוין א חידוש.

דער עולם איז מחיוב ווייטער ארויסצוהעלפן דעם מענטש בעת צר, עס ווערט געפלאנט א גרויסארטיגע נסיעה קיין אריזאנע, מען ווערט געבעטן אויסצושארפן די שופרות און זיך האלטן געשפאנט ביז די קומענדיגע מודעה.



א פלא פון א מעשה!!
איך האב עס אויפגעזוכט אויפן נעץ און געזען אז עס איז אן אמת'ע מעשה, עיין ב:
https://thehauntedlibrarian.com/2018/01 ... christmas/

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 6:52 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
שוין עטליכע יאר צוריק איז אינעם אינטערסאנטע קליפס אשכול געווען א רייע קליפים מכלוירמישע פוטעדזש פון שדים ורוחות.

ס׳איז דא אויף די אינטערנעט טויזענטער אזאנע סחורה, הגם ס׳איז אלעס הוילע שטותים, פארט איז עס נישט כדי צו קוקן בייינאכט. ס׳קוקט אויס גוט און שרעקעדיג.

געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2019 7:00 pm
דורך אסדר לסעודתא
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:שוין עטליכע יאר צוריק איז אינעם אינטערסאנטע קליפס אשכול געווען א רייע קליפים מכלוירמישע פוטעדזש פון שדים ורוחות.

ס׳איז דא אויף די אינטערנעט טויזענטער אזאנע סחורה, הגם ס׳איז אלעס הוילע שטותים, פארט איז עס נישט כדי צו קוקן בייינאכט. ס׳קוקט אויס גוט און שרעקעדיג.

יא יא, מיר איז אלץ שווער געווען וויאזוי זיי האבן געוואוסט צו כאפן דעם קאמארע א מינוט פארן געשען... ס'איז נאך געווען אסאך פאר די סמארטפאון עפאכע, קיינער האט נאכנישט געהאט קיין קאמארע אין טאש.

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 2:15 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
א UFO איז אצינד געזען געווארן איבער וואשינגטאן די סי אין די פארעם פון א שלאנג און האט ארויסגעגעבן א מאדנע ליכטיגקייט ענליך צו אנדערע UFO'S וועלכע זענען געזען געווארן אין די לעצטע יארן. אין די פריעדיגע טעג זענען אויך געזען געווארן איבער א מדבר אין קאלאפארניע און איבער קאלאראדאו.
גיימיר שטורעמען!!!

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 4:29 pm
דורך שרייב
זוך איינגעשריבן צו שטארמען אריע 51

צו מיין יוגנט פריינט... טשאדעלע באדעלע

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 5:01 pm
דורך טוב ה' לכל
לגבי די קליפס, ווייס איך נישט פארוואס די מאכסט עס אזוי שנעל אוועק. גארנישט מוז נישט זיין, אבער אלעס קען זיין!

איך בין א איד און איך גלייב אין רוחות און אין שדים, איז פארוואס קען עס נישט זיין אמת? איך זאג נישט עס איז אמת, אבער פון ווייסטו אזוי זיכער אז נישט?

מען קען היינט בודק זיין צו עס איז אמת צו נישט, אויף אסאך זאגן זיי אז מען האט עס בודק געווען און עס איז נישט געפעלטשט. עס איז אסאך היינטיגע צייטן זייער שווער צו גלייבן אין אפענע זאכן, וועגן דעם מאכט מען אוועק יעדע חלום און מופת, אבער איך אלץ א איד א מאמין, און די גמרא איז פיל מיט די סארט ענינים, זעה איך נישט פארוואס עס קען נישט זיין.

אסאך קליפס מאכט אפילו נישט קיין סענס אז איינער זאל עס דוקא מאכן. אזוי מיין איך. מען דארף נישט זיין א כסיל און גלייבן יעדע זאך, אבער אוועק מאכן יעדע אפענע זאך
איז אויך נישט אמת, מיין איך בעניות דעתי.
אדרבה, שמועס אויס דיין צד, אפשר האסטו הוכחות אויף פארקערט, ואם אמת הוא נקבל דעתך.

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 5:27 pm
דורך טוב ה' לכל
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:שוין עטליכע יאר צוריק איז אינעם אינטערסאנטע קליפס אשכול געווען א רייע קליפים מכלוירמישע פוטעדזש פון שדים ורוחות.

ס׳איז דא אויף די אינטערנעט טויזענטער אזאנע סחורה, הגם ס׳איז אלעס הוילע שטותים, פארט איז עס נישט כדי צו קוקן בייינאכט. ס׳קוקט אויס גוט און שרעקעדיג.



נאך א הוספה: אין די 'המהפך' פון זמיר כהן ברענגט ער אראפ עטליכע בילדער נאך פון בעפאר די צייטן ווען מען האט געקענט פעלטשן, און די חוקרים האבן עס טאקע באשטעטיגט אלס אמת, און מען זעט דארט קלארע שרעקעדיגע בילדער וכו'.
עפעס קוקט אויס אז קאמערעס קענען אויפכאפן וואס אינזערע פליישיגע אויגן קענען נישט.