בלאט 2 פון 16

געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2008 1:08 am
דורך זיידעניו
ביי די בילדער פון יגר אויבן זעהט מען ביי די עיליען פון די לינקע זיין ווי זיין שיינע ווייסע העמעד שטעקט זיך ארויס פון די מאסק קוד ותשכח

געשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2008 12:57 pm
דורך abimlaibt
קודתי ולא תשכחתי.
וואס טוט מען דא ווייטער?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 19, 2009 2:01 pm
דורך לעווי
אינטרעסאנטע סודות'פולע פליגער וועלכער נארישע מענטשן האבן געמיינט אז עס איז א UFO.

http://www.popularmechanics.com/science ... 04207.html

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 19, 2009 8:28 pm
דורך סתם_אזוי
וואס איז געווען לעצטענס אין טעקסאס?

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 14, 2010 11:02 pm
דורך געלעגער
נ.י. פאליציי זענען פארפלייצט געווארן מיט רופערס וואס זענען געווען היסטעריש זאגענדיג אז זיי זעהן אינטערעסאנטע זאכן אין די לופט און זיי זענען חושד אז די יו עפ אויס זענען ווידער דא און גרייטן זיך איינצונעמען אונזער וועלטל.

ארויסגעשטעלט האט זיך אז דאס איז געווען בעלאונס וואס איז געקומען צו פליען פון א וועסטטשעסטער סקול ווען זיי האבן דארט געפראוועט א צוזאמקום. ווידער אמאל האט זיך ארויסגעשטעלט אז די טעאריע פון יו עף או איז נישט מער ווי לופט באלאן

געשריבן: מיטוואך מארטש 02, 2011 9:15 pm
דורך זכר באנדל
די ענגלישע רעגירונג האט ארויס געגעבן ביז היינט קלאסיפיצירטע דאקומענטן איבער UFO'ס וואס זענען געזעהן געווארן אין די לעצטע פאר יאר.
http://uk.reuters.com/article/2011/03/0 ... 5520110303

דא איז די לינק צו די דאקומענטן
http://ufos.nationalarchives.gov.uk/

געשריבן: מוצ"ש מאי 14, 2011 9:51 pm
דורך ווער בין איך?
וואס זענען די פיר 'לעקטערס' וואס פליען ארום אין רינגען איבער די בארא פארקער הימל? זעהט נישט אויס ווי קיין לעקטערס צו מיר ווייל ס'ווערט באהאלטן אונטער די וואלקענעס... אפשר UFO's?

געשריבן: מוצ"ש מאי 14, 2011 11:20 pm
דורך אויפריכטיג
מסתמא איז דאס די לעקטערס וואס מען שיינט פאר די פליגער צום לאנדן אין די טעג וואס איז שטארק פארוואלקנט.

צומאל ניצט מען דאס אויך ביי גרויסע אווענטן און מסיבות, כדי להגדיל הטראסק.

געשריבן: מוצ"ש מאי 14, 2011 11:54 pm
דורך קהת
סאיז געמאכט פאר פליעגערס, און מאנטריאל האסטו עס אייביג 

געשריבן: מאנטאג מאי 16, 2011 4:40 pm
דורך סאכדעס
ווער האט דאס אייביג אין מאנטריאל???

געשריבן: מאנטאג מאי 16, 2011 7:06 pm
דורך קהת
און דאונטאון מאנטריאל איז דא אויף איינע פון די הויעכע בנינים א שטארקע לייט וואס גיט ארויס ביינאכט 4 לאנגע ליינס אויפן הימל און אפאר מאל איז עס 4 לעקטערס וואס קימען צוזאמען און גייען אוועק אא״ו ווי איך האב אייביג געהערט איז דאס געמאכט פאר די פליעגערס 

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 1:02 pm
דורך שנאפס
אין די ווילאמסבורגער בולעטין איז דא א ארטיקל די וואך וועגן יו עף אויס, דער שרייבער האלט אז עס איז יא אמת

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 1:10 pm
דורך ווינקל
שנאפס האט געשריבן:אין די ווילאמסבורגער בולעטין איז דא א ארטיקל די וואך וועגן יו עף אויס, דער שרייבער האלט אז עס איז יא אמת

כ'האב גראדע געפרעגט דעם שרייבער דערוועגן, ער זאגט "ווילאנג איך וויל האבן וואס צו שרייבן, איז נישאט קיין אנדערע ברירה...".

געשריבן: זונטאג אוגוסט 12, 2012 10:16 pm
דורך ירוחם
געהערט א גוט ווארט פאריגע וואך: מיר האבן איבערגעלאזט אויף מארס מער עווידענס פון אונזער פיצינקע אנוועזנהייט דארט, ווי אלע יו עף אוס צוזאמען האבן איבערגעלאזט דא אויף אוזער וועלטל.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 9:21 am
דורך סאכדעס
יאך האב נישט געכאפט די גוטס דערפון.. סארי.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 9:32 am
דורך געלעגער
יאך יא

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 10:44 am
דורך שנאפס
און יאך נישט,

אפשר מאכט מען אן אנקעטע?...

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 11:39 am
דורך ירוחם
די נקודה איז אז נאך אזויפיל יארן הערן טויזענטע עדות איבער יו עף אוס האבן מיר נאך אלץ נישט קיין אן ממשות'דיגע הארטע עווידענס וואס מיר קענען אנצייגן, קוק דאס איז א יו עף או. משא"כ ווען מיר האבן געלאנדעט אן עס יו ווי סייז קאר אויף מארס האבן מיר איבערגעלאזט א שורה מיט הארטע עווידענס אז מיר זענען דארט געווען.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:27 pm
דורך שנאפס
וואס איז די עווידענס אז מיר זענען געווען אויף מארס? א דיגיטעל בילד?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 4:48 pm
דורך my_music
ס'נישט אזא שטארקער טענה, לשיטתם: מיר האבן עווידענס אז מיר זענען געווען אין מארס און זיי האבן עווידענס אז זיי זענען דא.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 7:36 pm
דורך ירוחם
שנאפס האט געשריבן:וואס איז די עווידענס אז מיר זענען געווען אויף מארס? א דיגיטעל בילד?

אודאי האב איך נישט געמיינט א בילד, הלמאי, כ'האב דאך געשריבן
ירוחם האט געשריבן:ווען מיר האבן געלאנדעט אן עס יו ווי סייז קאר אויף מארס האבן מיר איבערגעלאזט א שורה מיט הארטע עווידענס אז מיר זענען דארט געווען.

לדוגמא: ווען קוריאסיטי'ס סקיי קרעין האט געקראכט אויף מארס האט דאס איבערגעלאזט א זעץ אויפן רויטן פלאנעט (ענליך צו א קרעטער אויף אונזער וועלטל) מיט פארברענטע ברוכווארג דערין. אט איז א בילד וואס נאסא האט געכאפט דערפון
Milkovich-4SkyCranecutout-br.jpg


דא קענט איר זען מער בילדער ווי מ'זעט אויך די היץ-פאנצער און די פאראשוט צווישן אנדערע אנדענק/שמוץ וואס דער קוריאסיטי ראווער לאנדונג האט איבערגעלאזט נאך זיך.
מיט דעם וועט האפענטליך אויך פארענטפערט ווערן מיין-מוזיק'ס טענה אז
my_music האט געשריבן:ס'נישט אזא שטארקער טענה, לשיטתם: מיר האבן עווידענס אז מיר זענען געווען אין מארס און זיי האבן עווידענס אז זיי זענען דא.

ווייל די אמת איז אז ניין, נישט נאר מיר האבן עווידענס אז מיר זענען דארט געווען נאר אויך זיי (אויב ס'עקזעסטירט לעבעדיגע אינטעליגענטע באשעפענישן אויף מארס) האבן עווידענס אז מיר זענען דארט געווען.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 8:28 am
דורך יוסף שרייבער
איך וויל אמאל זעהן א יו עפ או איינער ווייסט ווי איך קען זעהן? איז דא א הסבר פארוואס זיי באווייזען זיך אייביג נאר אין די דרום סטיעטס ווי די מענטשען האבען אסאך איבריג צייט?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:38 am
דורך שנאפס
ירוחם האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:וואס איז די עווידענס אז מיר זענען געווען אויף מארס? א דיגיטעל בילד?

ווען קוריאסיטי'ס סקיי קרעין האט געקראכט אויף מארס האט דאס איבערגעלאזט א זעץ אויפן רויטן פלאנעט (ענליך צו א קרעטער אויף אונזער וועלטל) מיט פארברענטע ברוכווארג דערין. אט איז א בילד וואס נאסא האט געכאפט דערפון
Milkovich-4SkyCranecutout-br.jpg



וואס איז די באווייז פון דעם זעץ? א דיגיטעל בילד?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 2:40 pm
דורך ירוחם
שנאפס האט געשריבן:
ירוחם האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:וואס איז די עווידענס אז מיר זענען געווען אויף מארס? א דיגיטעל בילד?

ווען קוריאסיטי'ס סקיי קרעין האט געקראכט אויף מארס האט דאס איבערגעלאזט א זעץ אויפן רויטן פלאנעט (ענליך צו א קרעטער אויף אונזער וועלטל) מיט פארברענטע ברוכווארג דערין. אט איז א בילד וואס נאסא האט געכאפט דערפון
Milkovich-4SkyCranecutout-br.jpg



וואס איז די באווייז פון דעם זעץ? א דיגיטעל בילד?

ניין, די באווייז פארן זעץ איז א זעץ. ווער ס'וויל קען גיין קוקן. איך האב נאר געברענגט א בילד דערפון, אבער די באווייז איז די זעץ גופא.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:26 am
דורך מאנ-יימער
וואו קען מען דאס גיין קוקן? ווער קען דאס גיין קוקן?