UFO'ס

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך ינואר 17, 2018 11:52 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
וואלברוזש'ע רבי האט געשריבן:יישר כח פארן מיך בארואיגן, ווייל כ'האב לעצטענס געזען א (אמת'ע) ווידעאו אראפגענימען פון די איי'ס פון א האטעל, וואו מ'זעהט א גייסט שפאצירן אין די קארידארן.
.

מיינסט דעם קליפ? ס'איז טאקע פחד פחדים.

דאס איז אן אור אלטער קליפ, שוין דאכצעך מיר דא געווען עטליכע יאר צוריק, ערגעץ דא
אויך איז געווען דא אמאל א קליפ ווי מ'זעט א נשמה אדער די מלאך המות זיך אויפהייבן פון אן עקסידענט סצענע..

עס לכאורה אלעס דמיונות, ווייל מיט אונזער פליישיגע אויגן קענען מיר נישט זעהן די שדים ורוחות.

דאס איז לכאורה נישט ריכטיג. אמאל פלעגט מען זיכער קענען זען די זאכן מיט פליישיגע אויגן, ווי מען זעט אן א שיעור מעשיות אין די גמ' וכו' ביז אזוי שפעט ווי ביים אר''י הקדוש, אין שבחי האר''י איז דא צענדליגער מעשיות ווי שדים האבן געהאט אינטערעקשאן מיט מענטשן.

עכ''פ עס איז זיכער א פיזישע זאך. די לעצטע עטליכע הונדערט יאר האט מען טאקע נישט געזען, אבער עס מיינט נישט אז עס איז נישט מעגליך.

(ר' יו''ט ערליך דערציילט איבער א רעסטוראן וואו שדים דרייען זיך (ער זאגט אז עס איז געווען באריכטעט אין די צייטונגען)).

אבער דער עיקר פוינט וואס איך נעם ארויס פון דעם קליפ איז נישט די אומקלארע אדער-יא-אדער-נישט שד געזעעכץ, נאר אלע אנדערע פאקטן - די קולות, דאס אז אלעס איז געווען איבערגעדרייט, די קארפעט אויפגעריסן, די שאוער אנגעצינדן, כאטש קיינער האט נישט געדארפט זיין דארט - און איז טאקע נישט געווען.

אגב, געציילטע סעקונדעס נאך וואס דער 'שד' פארלאזט דעם צימער, בלינקען אלע לעקטערס אין די האלוועי.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך ינואר 17, 2018 12:09 pm

פונקט פארקערט דאס אז אמאל האט מען געזען און שפעטער נישט, ווייזט אז שדים זענען העכערע זאכן און די פריערדיגע העכערע מענטשען האבן עס געקענט זעהן, ווילסט מיר זאגן אז מיר זענען ארויף אפאר מדריגות, צווייטענס שדים באנוצען זיך מיט טעכנעלאגיע, UFO וכדו...
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

תגובהדורך אויבער-חכם » מיטוואך ינואר 17, 2018 12:13 pm

בדרך אגב...
אמאל האט מען געגלייבט איעדע מאדנע זאך אז ס׳איז כישוף אין שדים וכדו׳, היינט אבער איז אן אפענע וועלט אין ס׳איז זייער גערונג אויסצוגעפינן אז רוב זאכן זענען מעג׳יק, אחיזת עינים.

די מלבי״ם שרייבט פאריגע וואך אז די חרטומי מצרים האבן גענומען די הויט פין טויטע עליגעטערס (תנינים) אין באהלטן קליינע קינדער אינדעם, אין ווען זיי האבן אראפ געווארפן זייער שטעקענעס פארענט פין פרעה האבן די קינדער דאס שנעל באהאלטן אינטער די הויט אזוי אז ס׳האט אויסגעקוקט ווי די שטעקענעס ווערן עליגעטערס... ס׳איז בכלל נישט געווען כישוף נאר אחיזת עינים..

פין די גרעסטע מעגישענס אין היסטאריע האט געהייסן האָדיני, נעבעך א איד געווען, אין זיינע צייטן האט די עולם גולם זייער געגלייבט אין נשמות וואס קומען אראפ אין שדים אין מזיקים, ער איז ארום געגאנגן אויפווייזן אז אלעס איז שקר מיט בלאף, אין ער האט נאכגעמאכט זייער אחיזת עינים, (מ׳האט אים דערהארגט וועגן דעם)

ס׳איז דא היינט מענטשען וואס מאכן גרויס געלט וואס האלטן אויף אן האנטעד הויז, וואס צענדליגער גלייבן אז די מזיקים האלטן זיך דארט אויף, דערווייל איז דא איינער אין קאנטראל צימער ווי ער בלינקט אביסל די לעקטער אין די עולם פחדינט אוועק.

אשר על כן איז זייער שווער צו גלייבן עניטינק פין די אינטערנעט
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

תגובהדורך חיימ'ל » מיטוואך ינואר 17, 2018 12:15 pm

אחת ואחת האט געשריבן:פונקט פארקערט דאס אז אמאל האט מען געזען און שפעטער נישט, ווייזט אז שדים זענען העכערע זאכן און די פריערדיגע העכערע מענטשען האבן עס געקענט זעהן, ווילסט מיר זאגן אז מיר זענען ארויף אפאר מדריגות, צווייטענס שדים באנוצען זיך מיט טעכנעלאגיע, UFO וכדו...

ס'איז באוואוסט וואס מ'זאגט נאך פון גרויסע אידן אז בעיבי'ס לאכן צו די מלאכים. ווייל וואס נענטער זיי זענען צום עולם האמת, זעהן זיי מער. און לכאורה דאס איז אויך די סיבה פארוואס קינדער האבן אייביג מורא ביינאכט, ווייל זיי זעהן עס דאך...

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך ינואר 17, 2018 12:18 pm

@אויבערחכם, דאס אז כישוף איז אחיזת עינים שטייט שוין אין די ראשונים, אבער איר מישט צווישן כישוף וואס איז אחיזת עינים, און שדים ורוחות וואס איז קלאר מבואר בגמ' אויף צענדליגער צו הונדערטער פלעצער אז עס עקזיסטירט און אז זיי קענען שעדיגן מענטשן.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך ינואר 17, 2018 12:19 pm

אחת ואחת האט געשריבן:פונקט פארקערט דאס אז אמאל האט מען געזען און שפעטער נישט, ווייזט אז שדים זענען העכערע זאכן און די פריערדיגע העכערע מענטשען האבן עס געקענט זעהן, ווילסט מיר זאגן אז מיר זענען ארויף אפאר מדריגות, צווייטענס שדים באנוצען זיך מיט טעכנעלאגיע, UFO וכדו...


מיין נקודה איז אז אמאל האבן עס פשוט'ע מענטשן געזען, און אפי' גויים.
בנוגע טעכנאלאגיע, איך זעה נישט בעצם פארוואס שדים (וואס זענען געהעריגע מענטשן נאר אן קיין גוף) זאלן נישט קענען נוצן קיין טעכנאלאגיע, אבער גראדע איז דער שמועס בכלל נישט געווען איבער יו עף אוס נאר שדים וואס האבן זיך פלעין געדרייט אויף דער ערד. די מדובר איבער יו עף אוס איז איבער מענטשן פון אנדערע פלאנעטן, נישט איבער שדים.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1360
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מיטוואך ינואר 17, 2018 12:22 pm

אויבער-חכם האט געשריבן:בדרך אגב...
ס׳איז דא היינט מענטשען וואס מאכן גרויס געלט וואס האלטן אויף אן האנטעד הויז, וואס צענדליגער גלייבן אז די מזיקים האלטן זיך דארט אויף, דערווייל איז דא איינער אין קאנטראל צימער ווי ער בלינקט אביסל די לעקטער אין די עולם פחדינט אוועק.

מיינסט עס ערנסט?
איך האב קעגן איבער מיין הויז אזא 'האונטעד הויז' ווי אלע קעצעלעך און ראקונס און פאסאמ'ס, ועוד דרייען זיך, און קומען כסדר באזוכן מיין בעקיארד, זאגסטו איך קען אריינגיין אין ביזנעס?!
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 882
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מיטוואך ינואר 17, 2018 12:24 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:@אויבערחכם, דאס אז כישוף איז אחיזת עינים שטייט שוין אין די ראשונים, אבער איר מישט צווישן כישוף וואס איז אחיזת עינים, און שדים ורוחות וואס איז קלאר מבואר בגמ' אויף צענדליגער צו הונדערטער פלעצער אז עס עקזיסטירט און אז זיי קענען שעדיגן מענטשן.


ס׳איז דא פון ביידע. ס׳איז וואס קענען נאר מאכן אחיזת עינים אבער ס׳איז דא וואס קענען יא דורך כוחות פון טומאה.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

תגובהדורך אויבער-חכם » מיטוואך ינואר 17, 2018 12:29 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:
אויבער-חכם האט געשריבן:בדרך אגב...
ס׳איז דא היינט מענטשען וואס מאכן גרויס געלט וואס האלטן אויף אן האנטעד הויז, וואס צענדליגער גלייבן אז די מזיקים האלטן זיך דארט אויף, דערווייל איז דא איינער אין קאנטראל צימער ווי ער בלינקט אביסל די לעקטער אין די עולם פחדינט אוועק.

מיינסט עס ערנסט?
איך האב קעגן איבער מיין הויז אזא 'האונטעד הויז' ווי אלע קעצעלעך און ראקונס און פאסאמ'ס, ועוד דרייען זיך, און קומען כסדר באזוכן מיין בעקיארד, זאגסטו איך קען אריינגיין אין ביזנעס?!

האסט טשענסעס, ס'איז א דריי הונדרעט מיליאן דאלער אינדעסטרי..
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מיטוואך ינואר 17, 2018 12:42 pm

שמואל שמעלקא האט געשריבן:נאכן זעהן די קליפ ביי עריע 51 ווי א עליענס וואקט אריבער, בין איך געקומען צו די מסקנא אז עס איז נישט קיין עליענס. נאר וואס ? עס איז דא דארט א גאר געהיימע אפאראציע ווי מען מאכט GMO מאריפייד מענטשן, מען שפילט זיך ארים מיט די מענטשן אז זיי זאלן נישט האבן קיין געברויכן וואס מענטשן דארפן האבן וואס שטערט פאר די מיליטער, ווי למשל שרעק. מורא האבן פון שטראבן. קליידער. נישט האבן קיין ווייטאג. ווייניג עסן. ווייניג שלאפן.
און דעס מאכט אז די מענטשן זאלן אויסקוקען אזוי פאני !


איך פארשטיי נישט פארוואס עס באדערט מענטשן עס אנצונעמאן ווי עס איז
זייטיגע נאטיץ
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך ינואר 17, 2018 12:49 pm

פון וואו ווייסטו וואס עס איז?
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מיטוואך ינואר 17, 2018 12:53 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:פון וואו ווייסטו וואס עס איז?


איך האב אויסגעהערט קול מבשר, געזען די NY TIMS לינק אויבן, און נאך
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך ינואר 17, 2018 1:26 pm

דאס איז א ראי' אויף דעם ספעציפישן קליפ? זייט וויסן אז צענדליגער אזאנע קליפס זענען שוין געווארן איבערגעוויזן אלס דורכאויס פאלש.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1360
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מיטוואך ינואר 17, 2018 1:28 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:דאס איז א ראי' אויף דעם ספעציפישן קליפ? זייט וויסן אז צענדליגער אזאנע קליפס זענען שוין געווארן איבערגעוויזן אלס דורכאויס פאלש.

ווי געשריבן אויבן...
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מיטוואך ינואר 17, 2018 1:33 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:דאס איז א ראי' אויף דעם ספעציפישן קליפ? זייט וויסן אז צענדליגער אזאנע קליפס זענען שוין געווארן איבערגעוויזן אלס דורכאויס פאלש.


ניין עס איז דא ווייניג אדס מען זאל קענען אראפחאפן לייוו, נאכאלץ קען עס זיין אמת, ווען מענטשן זאגן זיי האבן געזען, די בילדער איז סתם פאר די דמיון, אזוי ווי אלע פיקשערס, , ,
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 935
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » מיטוואך ינואר 17, 2018 2:03 pm

ברעכונג!!!
א UFO ווערט געזען פארנט פון סאטמארע ביהמ"ד אין וויליאמסבורג!
https://www.google.com/maps/place/Satma ... 73.9601138

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך ינואר 17, 2018 2:12 pm

.
לעצט פאראכטן דורך יהיה כן אום מיטוואך ינואר 17, 2018 2:17 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

רופא נפשות
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm

תגובהדורך רופא נפשות » מיטוואך ינואר 17, 2018 2:13 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:לאמיר דא קלאר מאכן אפאר זאכן...

קודם כל דא האט איר נאך א קליפ פון א UFO, וואס איך פערזענדליך צווייפל שטארק אין דער אויטענטישקייט פון דעם קליפ.

---
פאר די וואס זענען געווארן אביסל דערשראקן פון די ווידיא'ס וואס מיר האבן דא ארויפגעשטעלט, וויל איך ענק בארואיגן... אז א גרויס חלק פון די ווידיא'ס וואס זענען פארשפרייט אנליין זענען דורכאויס "פאלש"! הגם איך גלייב אז אסאך זענען יא אמת, דארף מען אבער וויסן אז אין די היינטיגע פארגעשריטענע דיג'יטאלע וועלט, קען מען נישט גארנישט גלייבן, און גאר אסאך "פרענק'סטערס" האבן ליב צו רייטן אויפן המון עם וואס גלייבן און דערשרעקן זיך פון זייערע צאמגעשטעלטע פאלשע ווידיא'ס.

פאלגנד האב איך א ווידיא ווי איינער ווייזט אויף די פאלשקייט פון א ברייט-פארשפרייטע ווידיא, ווי א UFO פליעט איבער הייטי. דערנאך נאך איין וואס מאכט ליצנות פון די פאלשע UFO ווידיא'ס.

און דא האב איך צוויי ווידעא'ס, ביידע פון דעם זעלבן טשעננעל ווי מדארף מכלומר'ישט צו זעהן ריזיגע UFO'ס, און איינס גאר איבער ניו יארק! האט איינער געהערט דערפון?! מען דארף ניטאמאל קיין באווייז אז די זענען פאלש, און דער לץ פראבירט ניטאמאל צו באהאלטן זיין פאלשקייט, ווייל קוק ביים מאנהעטן סקיי ליין, זענען פארהאן בנינים וואס זענען עקזעסטירן נישט דארט! אבער דער לייגט ארויס יעדן שני וחמישי ווי א "ריזיגע UFO" איז געזעהן געווארן אין א צווייטע פלאץ אין די וועלט. און טויזענטער תמימי לב גלייבן אים נאך...

און דא האבן מיר גאר צוויי טיפס וויאזוי צאמצושטעלן פאלשע UFO ווידיא'ס, איינס איז היפש פרימיטיוו פאר די וואס האבן נישט קיין צוטריט צו פאטא-שאפ, און דער צווייטער שוין מער פארגעשריטן, און שטעלט דאס צוזאם אויף פאטא-שאפ.

---
צום שלוס, פאר די וואס גלייבן אז עפעס שטעקט יא אין די UFO'ס, האבן א גרופע איזראעלע פארשער געמאכט אן עקספערעמענט וויאזוי UFO טעכנעלאגיע קען ארבעטן, קוקט און ווערטס נתפעל!

https://www.dropbox.com/s/oad0hs0mza8kd ... 1.mp4?dl=0


א גרויסן יישר כח! הערליכע תגובה!

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך ינואר 17, 2018 2:14 pm

סי'ז דא וואס זאגן אז די דראון טעכנאלאגיע האט מען גע'גנב'עט פון א געקראכטע ufo...

וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 9:14 am

תגובהדורך וואלברוזש'ע רבי » מיטוואך ינואר 17, 2018 3:16 pm

יהיה כן האט געשריבן:סי'ז דא וואס זאגן אז די דראון טעכנאלאגיע האט מען גע'גנב'עט פון א געקראכטע ufo...

מיינסט זיכער צו זאגן אז מ'האט גע'גנב'ט די "געדאנק" פון א יו עף או...
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !


דעי ניק איז נישט אקטיוו

kollel yingerman
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 8:48 pm

תגובהדורך kollel yingerman » מיטוואך ינואר 17, 2018 5:10 pm

איינער קען ביטע א טובה טון און לייגן די דירעקטע דראפבאק'ס לינק'ס?
איך קען נישט עפענען א לינק וואס רידירעקט צו דראפבאק'ס, נאר די ארגינעלע לינק
א גרויסן שכח!
און מיט דעם שטיצט איר אינאיינוועגס אלע אידן וואס צוליב דעם וואס זיי דארפן נישט האבן צופיל עקסעס האבן זיי א שטערקערע דרגא פילטער

https://goo.gl/8FgaUD
https://goo.gl/13vF3R
https://goo.gl/9Rc5ob
https://goo.gl/HYVtvN
https://goo.gl/EmZ5Vh
https://goo.gl/j22HhY
https://goo.gl/SbhB6A

(דאס קומט ארגינעל פון 'פרייליך אידל'ס' תגובה אינעםפאריגן בלאט)

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מיטוואך ינואר 17, 2018 5:23 pm

טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מיטוואך ינואר 17, 2018 5:25 pm

טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מיטוואך ינואר 17, 2018 5:29 pm

טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 11:23 am

משהזוךמיר האט געשריבן:דאס איז א ראי' אויף דעם ספעציפישן קליפ? זייט וויסן אז צענדליגער אזאנע קליפס זענען שוין געווארן איבערגעוויזן אלס דורכאויס פאלש.

און עס איז דא א היפשע פאר קליפס וואס מען האט אויסגעפארשט און איבערגעוויזן געווארן אז סאיז אמת.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט