בלאט 1 פון 2

טאטי! איך האב געזען א פאנני מענטש!

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 12, 2016 3:48 pm
דורך מה פתאום???
וואס איז די חילוק צווישן אן ערוואקסענעם און א קינד? עס איז דא אסאך אבער איינס פון די עיקר זאכן איז שכל. זקנים כל זמן שמזקינים דעתן מיושבת עליהם. די שכל ווערט דעוועלאפירט, מ׳טראכט מיט א ברייטערע בליק, מ׳ווערט געוואויר נייע זאכן, און צוביסלעך שטעלט זיך אוועק א בר דעת מיט וועם מ׳קען גיין צום טיש.

איבער די באדייט פון די ווארט ״שכל״ קען מען זינגען און זאגן, יעדער וועט עס אפטייטשן אנדערש, און עפ״י רוב איז יעדער גערעכט ווייל אלעס צוזאמען פארמירט א ״בר הכי״.

איינס פון די הויפט חילוקים צווישן אן ערוואקסענער מיט א קינד איז די ברייטקייט וואס מען איז קונה פון עקספיריענס.

יעדער געדענקט מן הסתם די קינדער וואס זענען געלאפן צו זייערע עלטערן מיט א שמייכל פון דא ביז האנג קאנג: ״טאטי! איך האב געזען א פאנני מענטש!״ וואס איז אזוי פאנני? גארנישט, דער מענטש גייט א שפאלט היטל...

פארוואס באטראכט ער עס אלס פאנני? ווייל ער איז נישט צוגעוואוינט צו זעהן מענטשן מיט אט דעם הוט. זיין מלמד גייט מיט א פלאטשיגס, זיין מנהל מיט א שטאפער, זיין טאטע מיט א הויכע ביבער הוט, ואנן מה נענה אבתריה, איז ער דען נישט גערעכט? א קראך הוט איז א פאנני הוט.

יעדער פארשטייט אבער די טעות זיינע, און דאס קומט פון באטראכטן די זולת פון זיין פריוואטן פוינט אוו וויו נישט נעמענדיג אין חשבון די פאקט אז ער וואוינט אין א קליין שטעטלע און ער האט נאך אסאך צו לערנען בעפאר ער באקומט רעכט קובע צו זיין וואס עס איז פאנני.

ווען א קלוגע מענטש הערט א נייע זאך וועט ער עפ״י רוב זוכן זיך צו אינטערסירן מה טיבו של חידוש זה בעפאר ער נעמט א שטעלונג צו די זאך איז גוט צו נישט, צו עס איז אויסגעהאלטן, צו עס איז ״נארמאל״, די מטרה פון די זאך. און אזוי ווייטער.

די שוטה ווידעראום, דער וואס איז געבליבן אין אומזעבארע ווינדלען וועט גלייך זאגן: ״טאטי, איך האב געזען א פאנני זאך!״... און ווען דו וועסט פרובירן זיך צו דינגען מיט אים וועט נישט זיין מיט וועם צו רעדן. און אויב זיין מזל שפילט אים און עס שטעלט זיך ארויס אז עס איז טאקע א דורכפאל וועט ער קומען מיט א טריאומף ״הא! איך האב אגאנצן צייט געזאגט אז דאס איז פאנני...״ און דו קענסט זיך מיט אים נישט קריגן.

יעדע מטבע האט צוויי זייטן און יעדער איז בארעכטיגט אנצונעמען איין זייט פאר ריכטיג, די שוטה אבער וואס נעמט א זייט נאר באזירט אויף זיין סברא חיצונה ווייל עס איז פאנני האט נישט קיין רעכט זיך צו אידענטיפיצירן מיט די קלוגע וואס האלטן גראדע אויך ווי אים. ער פארשעמט זיי מיטן שטיין מיט זיי אויף איין בלעטל.

בסוכות תשבו איז א שיינע ניגון? עס לאזט זיך דעבאטירן... אבער רוב פון די וואס האבן עס גלייך אראפגעריסן האבן נישט געכאפט אז די פאקט אז דער מלחין זינגט אן מוזיק מאכט עס אויסקוקן פאנני אין זיינע טיפשות׳דיגע אויגן.

פראדאקטיוו טוט אויף? עס לאזט זיך דעבאטירן... אבער רוב פון די וואס שפרינגען דערקעגן הייבן נישט אן צו וויסן צו דאס איז א מאכל אדער א מענטש. עס איז פאנני! מענטשן לערנען זיך וויאזוי צו אנקניפן קשר מיט מענטשן! אזוי פאנני! חיחיחי...

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 12, 2016 3:56 pm
דורך שמעלקא זאפטיגער
זאגסט זייער גוט.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 12, 2016 3:59 pm
דורך פרידן
מה פתאום טראכט טיף ווי אייביג

בסוכות תשבו האט שוין באלד מער אשכולות ווי טראמפ

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 12, 2016 4:01 pm
דורך טשאלענט
מה פתאום בתפארתו!

זייער גוט צונומען די נושא.

מען דארף טאקע טראכטן פון די צווייטע זייט פאר מען רעדט.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 12, 2016 4:07 pm
דורך חושב מחשבות...
אהה.. איינער רעדט אידיש!

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 12, 2016 4:40 pm
דורך בוידעם
מה פתאום, א וועליד פוינט, געוואלדיג גוט אראפגעלייגט, מיייסטער!!

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 12, 2016 5:39 pm
דורך פארנעפלט
פרובירט צו ליינען שנעל און אויבנאויף כמנהג המקום ניו יארק דאמעריקא און געבליבן מיטן חיחיחיחי...

איבערגעליינט,זעער ריכטיג (גראדע האב איך נישט א קראך אויף מיין היט :wink: )

פיין פיין, בלייב אנגעצינדן (קיפ אן בלע''ז, איא?)

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 12, 2016 5:39 pm
דורך דל גאה
בוידעם האט געשריבן:מה פתאום, א וועליד פוינט, געוואלדיג גוט אראפגעלייגט, מיייסטער!!

Can you please Dropbox this song

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 12, 2016 5:45 pm
דורך אויסגערעכנט
איך האב נאך דעם ניגון נישט געהערט, אבער לצנות דערויף האב איך שוין געהערט אזוי סאך אז איך הייב אן טראכטן אז די ניגון איז יא עפעס ווערט, איינער זאל עס ביטע אראפברענגען.

און צו דיר @פתאום, ווי זאגט נאר פארנעפלט: בלייב אנגעצינדן, דו לייגסט גוט אראפ די מהלך המחשבה.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 12, 2016 6:23 pm
דורך eller
זייער ריכטיג און אמת !

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 12, 2016 6:40 pm
דורך וואוילע שעפעלע
פתאום עז יוזשעל. אמת'דיג און קלוג

הגם יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 12, 2016 7:43 pm
דורך נשמה
זייער גוט געזאגט.
מ'דארף קודם וויסן וואס דאס איז. דערנאך אז דו ווייסט שוין, ביסט באקאנט מיט די פאקטן. קענסטו זאגן דיין מיינונג.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 12, 2016 8:35 pm
דורך פלטיאל
האסטו דורכגעטון צו די קריטיקירער האבן דאס נישט דורכגעטון?

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 12, 2016 10:49 pm
דורך מה פתאום???
יישר כח פאר אלע שכויעכס!

@שעפעלע, זייזעך מאסבער...

@פלטיאל, יא...

@ראפאט, גאנץ א שיינע נקודה...

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2016 12:30 am
דורך איסר האטלקי
פרידן האט געשריבן:בסוכות תשבו האט שוין באלד מער אשכולות ווי טראמפ

און אויך פון לאבין'ס קראקס

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 13, 2016 11:49 pm
דורך חביבי
פיתום ביסט א פאנני מענטש...

עניוועי זאגסט א שטיקל געדאנק אז נישט יעדע זאך וואס זעהט אויס פאנני אדער בעסער געזאגט unfamiliar איז נעריש, גוטע געדאנק

וועגן פראדאקטיוו וועלמער נישט אריין גיין באריכות, מערערע אשכולות איבער די פראדאקטיוו קורסעס זענען שוין געפאהרן אין מיסט אריין,

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 14, 2016 1:09 pm
דורך וואוילע שעפעלע
מה פתאום??? האט געשריבן:יישר כח פאר אלע שכויעכס!

@שעפעלע, זייזעך מאסבער...

@פלטיאל, יא...

@ראפאט, גאנץ א שיינע נקודה...


איך מיין סך הכל צוזאגן דאס:

חביבי האט געשריבן:פיתום ביסט א פאנני מענטש...

עניוועי זאגסט א שטיקל געדאנק אז נישט יעדע זאך וואס זעהט אויס פאנני אדער בעסער געזאגט unfamiliar איז נעריש, גוטע געדאנק

וועגן פראדאקטיוו וועלמער נישט אריין גיין באריכות, מערערע אשכולות איבער די פראדאקטיוו קורסעס זענען שוין געפאהרן אין מיסט אריין,


נישט יעדע מאל, אבער פיל מאל יא

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 14, 2016 1:12 pm
דורך מה פתאום???
זיכער זענען דא זאכן וואס זענען נער'יש און עס איז דא זאכן וואס זענען נישט. און דער וואס קוקט אן אלע פרישע זאכן פאנני וועט צומאל צוטרעפן ווען ער שטויסט זיך אן אין א פאנני זאך. דאס מיינט אבער נישט אז ער איז גערעכט.

די פוינט איז ווייטער אז איינער וואס טוט נישט דורך בעפאר ער באטיטלט א זאך פאנני איז א שוטה. אפילו אויב למעשה איזער גערעכט.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 14, 2016 1:20 pm
דורך מושך חסד
זייער א שיינע און ריכטיגע געדאנק, איין זאך פארשטיי איך נאר נישט, פון ווי קען מען וויסן ווען איינער באטיטלט א זאך פאנני צי ער איז א שוטה אדער ער האלט שוין נאכן דורכטון די זאך.
וועסט דאך אוודאי מודה זיין אז די כור המבחן וועט נישט זיין אויב מיין מסקנה נאכן עס דורכטון איז אנדערש ווי זיינע.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 14, 2016 1:22 pm
דורך מה פתאום???
פרעג יענעם: "פארוואס טראכטסטו אז עס איז פאנני?"

אויב ענטפערט ער: "ווייל עס איז נישט נארמאל" דאן שטיי אוועק...

אויב זאגט ער עפעס א זאכליכע סברא דאן טראכט עס איבער.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 14, 2016 1:40 pm
דורך מושך חסד
אה, ווייל ס'האט מיר אויסגעזען ווי אין יענעם אשכול האבן די קריטיקירער יא גע'טענה'ט -גערעכטערהייט אדער נישט- אז זייער באקאנטשאפט מיט די זאך איז אז ס'שאדט (אויב געדענק איך גוט)

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 14, 2016 2:02 pm
דורך מה פתאום???
מושך חסד האט געשריבן:אה, ווייל ס'האט מיר אויסגעזען ווי אין יענעם אשכול האבן די קריטיקירער יא גע'טענה'ט -גערעכטערהייט אדער נישט- אז זייער באקאנטשאפט מיט די זאך איז אז ס'שאדט (אויב געדענק איך גוט)

ווענדט זיך ווער.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 14, 2016 3:06 pm
דורך וואוילע שעפעלע
פתאום, אפשר טייטשטו מיר איבער די ווארט 'פאנני' אויף אידיש?

פשוט עברי טייטש

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 14, 2016 3:12 pm
דורך פארבינדן
חושב מחשבות... האט געשריבן:אהה.. איינער רעדט אידיש!

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 14, 2016 3:17 pm
דורך שמו
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:פתאום, אפשר טייטשטו מיר איבער די ווארט 'פאנני' אויף אידיש?

פשוט עברי טייטש

מאדנע בלע"ז ובאריכות אנדערש ווי דער שטייגער

נ.ב. מה פתאום שיין געשריבן (נישט אז איך בין מסכים לגבי פראדאקטיוו, אבער דער רעיון איז אייזן גוט און גערעכט)