דאמעסטיק קעטש-אפ טעראר

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

דאמעסטיק קעטש-אפ טעראר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס בן חיים »

איר האט שוין אמאל פראבירט צו עפענענן אזא קליינע זעקל קעטשאפ וואס די רעסטאראנטן געבן?!

בעסער פראבירט נישט אויב איר דארפט נאך א זויבערע העמעד פאר די איבעריגע חלק פונעם טאג..

עס איז א ספציעלע שטארקע בעג, מען קען עס נישט עפענענן מיט די הענט, דערפאר האט השי״ת געגעבן חכמה אז מען קען עס עפענענן מיט די ציין, אבער די פראבלעם געשעט אז ווי נאר עס עפענט זיך, דאן שפריצט אביסל אויפן בארד, העמעד, וועסטעל, אין מויל, און ווי נישט... און דערמיט איז פון די האלב אונס׳יגע קליינע זעקעל שוין דערנאך, און דערצו איז די הענט קלעבעדיג און אלעס ארום איז פעט פון קעטשאפט..

און אז די באשעפער האט געהאלפן און עס איז נאך יא געבליבען עפעס קעטשאפ אין די בעג, ווי אזוי נוצט מען עס?

מען קען דאך נישט איינטיקען יעדער שטיקעל פרענטש-פריי אינעם קליינעם עפענוג פון בעג, טא ווי גיס איך אויס די קעטשאפ אז מען זאל עס קענענן ניצען? דארף מען דאס אויסגיסען אויף די ברוינע בעג אין וואס די פרייס ליגט? אויף די זיץ דערנעבן אין די קאר? אויף די אנדערע פרייס? אדער אויף די נעפקין וואס די רעסטעראונט געט - נישט - מיט די פרייס?

איך פארשטיי נישט ווי אזוי אז אפילו מען האלט שוין נאך א טראמפ געווינס און כאילו לא היה, די רעסטעראונטען מאכען זיך נישט וויסענדיג און געבן נאך אלץ די בעג קעטשאפ מיט די פרייס.. קענענן זיי דען נישט אנגרייטען קיין קעטשאפט אין קליינע גלעזליך און דאס מיטגעבען פארן קאסטומער?!

איך האב נעכטען געקויפן א פרייס, איך האב באקימען דערצו דריי קליינע בעגס קעטשאפ, אבער קיין שום טולס מיט וואס צו עפענענן די בעג, אדער א טעלער אין וואס אריינצוגיסען די קעטשאפ אז מען זאל עס קענענן ניצען, און איך ווייס נאך יעצט נישט ווי אזוי זיך אומצוגיין דערמיט.

איך האלט אז טראמפ זאל זיך אפלאזען פון אייסיס, און זיך אפגעבן מיט די דאמעסטיק קעטשאפ טעראר דא אין זיין בעיק יארד אין ברוקלין..
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

איך האב שוין געמיינט אז עפעס קומט............... און למעשה איז געקומען נאך בעסער ווי געראכטן....
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

די כוואליעס פון פנחס בן חיים האבן זיך ווידעראמאל צושפילט צו אונזער צופרידנהייט...

ברם יזכר פניני רעסטוראנט לטובה וואס גיבט קליינטישקע ברוינפן גלעזלעך מיטן דעקל דערויף הערמעטיש פארמאכט
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

פארבינדן האט געשריבן:די כוואליעס פון פנחס בן חיים האבן זיך ווידעראמאל צושפילט צו אונזער צופרידנהייט...

ברם יזכר פניני רעסטוראנט לטובה וואס גיבט קליינטישקע ברוינפן גלעזלעך מיטן דעקל דערויף הערמעטיש פארמאכט

יאפ איך בין עדות, און אויב בעט מען אים צוויי שיקט ער צוויי, די אנדערע קארגן אביסל.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

יישר כח פנחס

פיינע נייעס

איינער זאל ביטע ארויפלייגן די טראנסקריפט פאר טראמפס דרשה
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

דערווייל האט דאס נאך קיינער נישט ערווענט ממילא מוז איך צו לייגן

זייענדיג א גרויסע פרענטש פרייס ליב האבער האב איך שוין עקספיריענס מיט די קליינע קעטשאפלעך...

קען זיין אז איך בין די איינציגסטע אבער דאס א האט א טעם פון טוט פעיסט.................

איי דאונט Kנאו וויי, באט יעדע מאל וואס איך האב נאר פרובירט האב איך שאדן געהאט א פרענטש פרייס

סאיז אינטרעסאנט אז די זעלבע קאמפאני מאכט די קליינע זעקעלעך און די גרויסע באטלעך, די גרויסע האט א טעם פון גן עדן התחתון, און די קליינע פון גיהנם התחתון..........

ווייסט אפשר איינער פון וואס איך רעד?
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

פנחס נאט אייך ;l;p-
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

ס'שפרייייייצצצט!!

פנחס פיינע נייעס!..
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

גוטע ווארע דא. טשולענט גיבט ספייס.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

פרעזידענט טראמפ: די קעטשאפ אטאקעס זענען יאאזש, מיר וועלן בויען א גלעזל!

וואשינגטאן. - נאך א לענגערער זיצונג מיט די סאמע גרעסטע קארפען קעפ פון די טראמפ אדמינסטראציע, האט מען ארויסגעשטעלט א ביל צו קאנגרעס וואס וועט אריינגיין אין קראפט נאך איידער די גריל און פיצא סעזאנען, וואו די עף בי איי וועט ארויפלייגן אויפן העכסטן אלערט און נאכיאגן די טרויעריג בארימטע איינצעלע וועלף וואס פירן אדורך קעטשאפ אטאקעס.

לויט ווי דער ראטגעבער צו טראמפ קושנער זאגט, האט טראמפ יר"ה נאכגעקוקט פאר א מעגליכקייט ארויסצוגיין אין א נוקלעארער קעטשאפ קאנטער - אטאקע קעגן די טעראריסטן, וואס באהאלטן זיך אויס אין אלע רעסטוראנען, און רודפ'ן די אמעריקאנער באפעלקערונג מיט זייערע נידעריגע שטיק.

ווי מען הערט אצינד, וועלן די נייע אמעריקאנע פירמעס "טראמפ קאפס" און "קעטשאפ אמעריקאנ'ס" אנהייבן צו פארשפרייטן די נייע לעגאלע קעטשאפ גלעזלעך, און די זעקלעך וועלן קאסטן 15 דאלער שטייערן.

כינע האט שוין ארויסגעשיקט א רייע סטראשונקע'ס אז זיי וועלן פארפלייצן די אמעריקאנע מארקעט מיט פאלשע קעטשאפ גלעזלעך אלס נקמה און אקענאמישע סאנקציעס. פרעזידענט טראמפ האט רעאגירט דערויף: מיר וועלן אזוי שפריצן קעטשאפ, אז זיי וועלן אנטלויפן אין די מאסן...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
מאטכע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 8:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטכע »

Must tell you shemalka they you are something
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ: די קעטשאפ אטאקעס זענען יאאזש, מיר וועלן בויען א גלעזל!

וואשינגטאן. - נאך א לענגערער זיצונג מיט די סאמע גרעסטע קארפען קעפ פון די טראמפ אדמינסטראציע, האט מען ארויסגעשטעלט א ביל צו קאנגרעס וואס וועט אריינגיין אין קראפט נאך איידער די גריל און פיצא סעזאנען, וואו די עף בי איי וועט ארויפלייגן אויפן העכסטן אלערט און נאכיאגן די טרויעריג בארימטע איינצעלע וועלף וואס פירן אדורך קעטשאפ אטאקעס.

לויט ווי דער ראטגעבער צו טראמפ קושנער זאגט, האט טראמפ יר"ה נאכגעקוקט פאר א מעגליכקייט ארויסצוגיין אין א נוקלעארער קעטשאפ קאנטער - אטאקע קעגן די טעראריסטן, וואס באהאלטן זיך אויס אין אלע רעסטוראנען, און רודפ'ן די אמעריקאנער באפעלקערונג מיט זייערע נידעריגע שטיק.

ווי מען הערט אצינד, וועלן די נייע אמעריקאנע פירמעס "טראמפ קאפס" און "קעטשאפ אמעריקאנ'ס" אנהייבן צו פארשפרייטן די נייע לעגאלע קעטשאפ גלעזלעך, און די זעקלעך וועלן קאסטן 15 דאלער שטייערן.

כינע האט שוין ארויסגעשיקט א רייע סטראשונקע'ס אז זיי וועלן פארפלייצן די אמעריקאנע מארקעט מיט פאלשע קעטשאפ גלעזלעך אלס נקמה און אקענאמישע סאנקציעס. פרעזידענט טראמפ האט רעאגירט דערויף: מיר וועלן אזוי שפריצן קעטשאפ, אז זיי וועלן אנטלויפן אין די מאסן...

די מעסידזש איז עפראוועד אלס זאפטיג.
אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילין_יקירין »

אההההה פייינעלי!!!!
יוש כ׳קען דאס נישט פארנעמען
דיפרענט
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2016 12:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיפרענט »

א שמייכעל אויף מיינע לעפצען קומט נישט אזוי גרינג :lol: .
ביי די וועי מאך נישט אזוי אוועק די הארטע קעטשאפ זעקלעך סאיז גאר גוט אביסעל אויסציקלינען צווישען די ציינער סארבעט בעסער ווי טוטפיקס..
כאפ נישט קיין הייסע לאקשען ווארט ביז סווערט ווארעם!!
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יוש וואס די טוטס זיך נישט, אזאנא זאפטיגע שרייבער'ס

שטעלט'ס ענק פאר וואס ס'טוט זיך מיט קעטש-אפ זעקעלע אויב די הענט איז שוין אויליג...

אלענפאל'ס האבן מיר באוויזן צו לייגן א האנט אויף די נייע טראמפ קעטשאפ HUGE גלעזעלך, אפילו זיין פנים איז בארויטעלט געווארען דערפון.

מעיק קעטשאופ גרעיט עגעין!

בילד
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

א באנדע לצנים!

מיך געמאכט לאכן הויעך אויפן קול...

פנחס, דיין פעדער איז מעכטיג!
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

פיינע אשכול דא, שטארק הנאה געהאט.

כ'האב איינמאל פרובירט צו עפענען דעי זעקלעך מיט א פלעסטיק מעסער, חוץ פון דעם וואס כ'האב נישט געהאט קיין גריפ אויפן זעקל ווייל ס'איז געווען אויליג, האט זיך די מעסער אינטער געגעבן פארן זעקל און איך בין געבליבן אן קיין מעסער מיט א פארמאכטע זעקל...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

א פרישער פארבאט וועט ארויפגעלייגט ווערן אויך אויף די מאסטערד זעקלעך?

א פרעסע קאנפערענץ איבער דעם וועט מעגליך נאכפאלגן...

אגב, אייסיס האט נעכטן ארויסגעלייגט א פרישער קליפ, וויאזוי א טעראריסט מיט אן אויטאמאטישער קעטשאפ וואפן, די גרויסע שרעק - ווארפענדע פלעשלעך, טוט באשיסן דער אמעריקאנע פאן מיט א טוץ פון קעטשאפ קוילן, אוי איז עס ברוטאל!!!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

זאפטייייייייייייייי

סטאאאאאאאאאאאאאפפפפפפפפפפ

כקען נישט סטאפן צו לאכן................

אוי זאגסטו גוט........

זאג ווייטער!!!!!!!!
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אנאליז: דער קעטשאפ טעראר עפאכע
איר געדענקט נאך אזעלכע טערמינען ווי על קאידא, אייסיס, כאמאס אין כיזבאללא? ווארשיינלעך וועט איר זיך מיט די צייט דערמאנען אז דאס האט עפעס א פאראלעל מיט טעראר, אבער וואס גענוי, וועט אייך מסתמא קאסטן עטליכע קנייטשן אין שטערן, ביז איר וועט זיך דערמאנען...

היינט צוטאג איז הימל און ערד מיט אנדערע סארט אטאקעס ווי דאס וואס מיר האבן געקענט אין די יונגע יארן, אין די צייטן פון דעם ערשטן שווארצן פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. די ענדלאזע געלטער וואס סיקרעט סערוויס גיסט אריין אויף די חשבון פון שטייערצאלער צו פארניכטן און דערווישטן יעדן שפור קעטשאפ זעקל, וואס איז דאך נומער איינס אויף אמעריקע'ס זיכערהייט ליסטע, ווערט אויפגענומען מיט גרויס צופרידנהייט פון ביידע פארטייען, רעפאבליקאנער ווי דעמאקראטן צוגלייך, פארשטייענדיג אז די זיכערהייט פון די בירגער איז איבער אלעם.

ערשט לעצטן דינסטאג איז דאס לאנד געפארן אויף רעדער, ווען די סי איי עי האט באוויזן צו קאנפיסקירן א גאנצער שיף מיט אומלעגאלע זעקלעך, ווי עס שטעלט זיך ארויס איז עס א פרישער פראוו פון צפון קארעא צו אינפילטרירן די פאראייניגטע שטאטן מיט די שוידערליכע קעטשאפ זעקלעך.

אין די לעצטע 12 יאר פון די טראמפ פרעזידענטשאפט, האט מען נאכנישט געזען דעם פרעזידענט אזוי אויפגעברויזט, ווי ביים אדרעסירן דעם אבעלאווע א שעה נאכן אינצידענט. אין די צייט וואס ער האט געשארפט זיינע ציינער און געשוואוירן צו כאפן דעם קארעאר דיקטאטור און לעבעדיג דערטרענקען אין א שווים באסיין פון קאכעדיגע קעטשאפ, האבן די נייעס אגענטורן געמאלדן אז די ספעציעלע אנטי קעטשאפ בעג איינהייט איז אויפן וועג צו אינפארסירן די געזעץ, און ווארשיינלעך וועלן זיי האבן אן ענליכער סוף ווי יאפאן, וואס האט פארן חטא פון אדווערטייזן די קעטשאפ בעג'ס אין זייערע צייטונגען, באקומען א מתנה פון פרעזידענט טראמפ, א וואך מיט קעטשאפ אין די קראנען אנשטאט וואסער.

דער פרעזידענט לויפט שוין נאך די קעטשאפ טעראריסטן פאר א לענגערע וויילע, און ווי עס שיינט איז עס נישט אזא גרינגע מלחמה, ווי עס האט אויסגעזען ביים אויסגערופן ווערן מיט גרויס אייפער פאר 10 יאר צוריק.

אין א געריכט פארלאפענעם וואך פארן מיאמי קעטשאפ טעראריסט דזשאן העלקוואטס, האט אים דער ריכטער געאורטיילט 126 יאר טורמע, בלויז פארן האבן אין באזיס די שרעקליכע קעטשאפ זעקל, וואס האט געשיקט א שארפע מעסעדזש פאר אלע זעלבסט דערקלערטע בראווע יונגען, אז דאס וועט נישט אריבערגיין אזוי בשתיקה.

דער אקאנאמישער קרבן פון די אטאקעס זענען שוין אויך קלאר, נאכדעם וואס די ריזיגע נעץ פון מעגדאנעל'ס האבן אין שאנדע געשטעלט די פילע קייט רעסטוראנען אונטער שלאס אין ריגל, ווען די באפעלקערונג האט זיי באיקאטירט אין די "קעטשאפ אטאקע עהרע מאנאט", נאכדעם וואס זיי האבן געוואלט מאכן גלעזלעך אין פארעם פון בעג'ס, א זאך וואס האט ארויפגעברענגט די בלוט אין קאפ פון די אמעריקאנע מאסן.

וועט זיך אמאל דער קריג ענדיגן?

ווי עס שיינט וועט זיך נאך אסאך קעטשאפ גיסן אין די אמעריקאנע גאסן, ביז עס וועט קומען צו איר ענדע.
לעצט פארראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום זונטאג דעצעמבער 11, 2016 10:24 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

חחחחחחח................
יו מעיד מיי דעי,
גיי אן.......
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

דורכברוך: בילדער פון די מערסט געזוכטע טעראריסטן פארשפרייט!
אטעטשמענטס
images.jpg
images.jpg (2.31 KiB) געזען 2874 מאל
images 4.jpg
images 4.jpg (9.41 KiB) געזען 2879 מאל
images 2.jpg
images 2.jpg (8.6 KiB) געזען 2879 מאל
לעצט פארראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 4:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

מדינת ישראל טעראריסטן!
אטעטשמענטס
images5.jpg
images5.jpg (5.88 KiB) געזען 2878 מאל
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

לעצטיגע קעטשאפ אטאקעס וואס האבן אויפגעשוידערט אמעריקע
אטעטשמענטס
9.jpg
9.jpg (7.58 KiB) געזען 2855 מאל
images.jpg
images.jpg (9.19 KiB) געזען 2855 מאל
8.jpg
8.jpg (5.27 KiB) געזען 2855 מאל
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

אין אנדערע נייעס האט טראמפס פעווערבילעטי רעיטונגס ארויפגעשאסן אין ריזאלטאט פון דעם וואס אמעריקע איז יעצט די מערסט פארזיכערסטע לאנד נאך די געלונגענע קעטש-אפ טעראר אינפארסמענט.
אטעטשמענטס
IMG_2598.JPG
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”