שרייבעריי פארמעסט - ווינטער תשע"ז

"פארמעסטן צווישן די אייוועלט שרייבער"

די אחראים: יאנאש,אחראי

וועלט אויס א נושא און אן אפציע מיט וועלכן איר קענט/ווילט אנטיילנעמען אינעם פארמעסט

די וואלן האבן זיך געשלאסן פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 4:43 pm

שרייבעריי (אלעס אונטער 10,000 קערעקטערס/צוויי בלעטער)
31
30%
א) סיי וועלכע נושא
28
27%
ב) איבערשרייבן א מעשה
8
8%
ג) הומאר
10
10%
גראפיקס
13
13%
א) א טלית/תפילין בייטל דיזיין
1
1%
ב) צוזאמגעשטעלטע בילד
6
6%
ג) פיקטיווע לאגא
5
5%
 
סך הכל שטימען: 102

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

וואס דא טוט זיך אלץ.. אם @יואב כאן הכל כאן, ווא סארא סארט געשרייבעכץ, און ווען איז דער דעדליין?
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

נו, ווער וויל ענטפערן?
ווען איז די דעדליין צו שטימען?
ווען איז די דעדליין אריינצצוגעבן עפעס צום פארמעסט?
ווען איז די דעדליין צו די ענדלאזע קשיות דא???

זאג שוין ווען, זאג שוין ווען, אוי טאטע ווען...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

די וואלן זענען אפען ביז פרייטאג דעצמבער 09, 2016 4:43
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

מה פתאום??? האט געשריבן:די וואלן זענען אפען ביז פרייטאג דעצמבער 09, 2016 4:43

גייט נישט זיין ווער זאל פארמאכן,
4:43 איז שוין נאכן זמן
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

עס פארמאכט זיך אליין.

די שאלה דא איז וואספארא טייפ געשרייבאכאץ גייט ווערן פארלאנגט
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

בן נון האט געשריבן:
די שאלה דא איז וואספארא טייפ געשרייבאכאץ גייט ווערן פארלאנגט
אייוועלט ארכיוו האט געשריבן:

איז געבליבן אז מ'וועט ערלויבן דריי אויסוואלן פאר טעמעס

1) איבערשרייבן עכטע מעשה
2) פיקטיווע געשיכטע
3) באשרייבן א געוויסע נושא, ידיעות

אלעס אונטער 10 טויזענט קערעקטערס און די וואלן וועלן זיין בלויז אויפן קוואליטעט פון די שרייבעריי
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

נאו...

ס'בכלל נישט פעיר... די אלע אלטע זיידיטשקעס זיצן זיך אגאנץ יאר אין אשל אברהם אויפן רעקליינער מיט די אויסגעצויגענע לאבאסים און ליינען אונזערע שווער אפגעהארעוועטע געשרייבעכטסער.

קומט א פארמעסט זענען זיי דא!

מ'דארף מאכן א תקנה אז נאר א ניק וואס האט געשריבן כאטש איין ארטיקל אין די לעצטע דריי חדשים קען אנטייל נעמען... אקעי איך בין שויניש דא.. פארשטיינערטס מיך נישט
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7021
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:

Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אייוועלט ארכיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט ארכיוו »

א גוטע וואך טייערע חברים וידידים כל אחד בשמו יבורך.

פותחין בכבוד האכסניא, צוערשט וויל איך זיך באדאנקן פאר אונזער טייערן ארענדאר וואס שטעלט צו א פיינעם קרעשטמע, אן ארט וואו מ'קען זיך דערכאפן דאס הארץ מיט א גלעזל שנאפס און א גוט ווארט.

באזונדער וויל איך אויסקלאפן אויפן ווירטואלן באלעמער א יישר כח פאר די חשובע אחראים און מנהלים וואס האבן געגעבן זייער צושטימונג און גוטהייסונג אז דער פארמעסט זאל קענען פארקומען, אויך קומט זיך אן עקסטערן דאנק פאר מה פתאום??? וואס האט שטארק צוגעשטופט אז איך זאל זיך אונטערנעמען און אנפירן די פארמעסט. הקב"ה ישלם שכרם.

א ספעיעלן קרעדיט קומט זיך פאר טשולענט וואס האט טאקע אנגעהויבן אן אנקעטע, אבער משום טרדות הזמן האט ער נישט געקענט פארזעצן זיינע פלענער און האט מיר איבערגעגעבן די לייצעס בסבר פנים יפות.

און לאמיר נישט פארגעסן די אלע ניקס וואס האבן געשטימט, און אלע וואס גייען אי"ה אנטיילנעמען אינעם פארמעסט, א יישר כח אייך אלע.

און יעצט צום פארמעסט גופא.

קודם ווילן מיר קלארשטעלן עטליכע באגרעניצונגען וואס זענען אוועקגעשטעלט געווארן לתועלת הפארמעסט.

א) אנטיילצונעמען אינעם פארמעסט מוז מען האבן א מינימום פון 75 אומגעמעקטע תגובות געשריבן פאר די אנקעטע אשכול איז געפענט געווארן (סיי אריינגעבן ארטיקלען און סיי אפגעבן א שטימע).
ב) די אינהאלט פון אלע ארטיקלען גייען איבערגעקוקט ווערן, אויב האבן מיר סיי וועלכע חששות וועט מען עס נישט אננעמען.
ג) מען וועט נישט איבערקוקן די ארטיקלען פאר טעותים, מאכט זיכער אז איר שיקט א פערטיגע זאך.

תקנות:
א) די ארטיקל דארף אריינפאסן אין איינע פון די פאלגענדע נושאים (ביטע צושרייבן אנהייב ארטיקל וואו אייער שרייבעריי באלאנגט)
1) פיקציע (א מעשה שלא הי' ולא נברא מעולם)
2) געשיכטע (היסטאריע)
3) מעשה שהיה (איבערגעשריבן)
4) ידיעות (וועלטליכע זאכן)
5) תורה (ליקוט, חידוש או ביאור בענין אחד)

ב) דער ארטיקל מוז פארמאגן ארום 10 טויזענט קערעקטערס אן ספעיסעס (מ'וועט מקיל זיין ביז 500 ארויף אדער אראפ אבער ביטע זיך האלטן צום מספר)

ג) ארטיקלען דארפן זיין אין אידיש פארשטייט זיך, און נישט קרעטשמעריש.

די דעדליין אריינצושיקן ארטיקלען איז פרייטאג וישב כ"ג כסלו, און מען זאל עס שיקן צו מיר אין אישי.

איך ווייס אז א טייל עולם האט געשטימט פאר גראפיקס און שפירן זיך אויסגעלאזט, וויל איך ענק גראפיקער אלע זאגן אז ניין, אפילו די פארמעסט איז אויף שרייבעריי קענט עטץ נאכאלץ אנטייל נעמען דורך העלפן מיט די צוגרייטונגען און אנדערע זאכן, פאראינטרעסירטע ביטע זיך מעלדן אין אישי

פאלגט נאך ווייטערדיגע פארמעסט מעלדונגען, און רבותי שארפט אייך די פענסילס, רייניגט די קיבאורדס און נעמט אייך שרייבן, ס'קומט א מעכטיגע פארמעסט וואס אייוועלט האט שוין לאנג נישט געזען.

בהצלחה!

זעלבסט פארשטענדליך אז קשיות, פראגעס, שאלות, זארגן, קריטיק, קאמענטארן און קאמפלימענטן ווערן אייביג אנגענומען אין אישי
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

וויאזוי מעסט מען צווישן א גוט געשריבענע היסטאריע צו א שיינע חידוש אין פרשת השבוע?

וויאזוי איז שייך צו קאמפעירן צווישן א עפל און א פעינטינג?
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

די וואלן גייען האבן פארשידענע פראגעס וואס זענען שייך ביי אלע דערמאנטע צוגלייך און אויף דעם גייט מען באזירן די געווינער.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

מען מעג אנטייל נעמען מיט א גראמטיקל?
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

סארא חוצפה אז די שרייבעכצער דא אין קרעטשמע טארן נישט זיין געשריבן
קרעטשמעריש, סטייטש, אן אלטער קרעטשמערקער ברויך זיך אויף ס'עלטער גיין לערנען אידיש?

טשולדיגט, איך שרייב קרעטשמעריש, און אז עס שמעקט אייך נישט, זייט וויסן אז איר האט אן ערנסטער פראבלעם, ס'נאז איז אייך ווארשיינליך אנגעלייגט.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

איך בין עפעס ארויס זייער אומקלאר דא.
וואס דארף מען שרייבן?
וויאזוי וועל איך וויסן וואס דער עולם וויל?
דאס איז א פארמעסט?
פיקציע און היסטאריע, אדער איבערשרייבן און ידיעות, זענען ממש לא קרב זה אל זה!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:פיקציע און היסטאריע, אדער איבערשרייבן און ידיעות, זענען ממש לא קרב זה אל זה!
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

וואס הייסט נישט קרעטשמעריש געשריבן?
דאס מיינט אז מען טאר נישט שרייבן הומאר?
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

יש הומאר ויש...
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

איז אפשר קענסטו מיר אנצייגן וועלכע פון די פיר דו וואלסט געשטימט, און פארוואס?
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7021
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

א מעשה איבערגעשריבן, הגם מער ווי 10,000 קערעקטערס.

viewtopic.php?f=3&t=24047
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

א גראם מיט טעם האט געשריבן:מען מעג אנטייל נעמען מיט א גראמטיקל?
שלום עליכם ר' גראם טעם די עולם דארף דיר צוריק דא, די היכל הנגינה אפטיילונג אן דיר איז נישט די זעלבע ווי מיט גראם, נו ס'איז נאך דא טשענצעס?
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

פיין, ווייס מיר ואס איז דא צו טון
גיי מיר זיך זעצן שרייבן...

רבותי, עס קומט א גוט'ס!
האלט אייך געשפאנט, ווייל אזאנ'ס איז נאכנישט געווען ביז היינט!

עלי ועל צווארי, איר וועט זיך באלעקן די פינגער
און אפלעקן די קיבארד!!!

ווארט נאר ווארט...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:פיין, ווייס מיר ואס איז דא צו טון
גיי מיר זיך זעצן שרייבן...

רבותי, עס קומט א גוט'ס!
האלט אייך געשפאנט, ווייל אזאנ'ס איז נאכנישט געווען ביז היינט!

עלי ועל צווארי, איר וועט זיך באלעקן די פינגער
און אפלעקן די קיבארד!!!

ווארט נאר ווארט...

מיר קענען קוים ווארטען
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
כסליו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 7:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כסליו »

פארוואס זאל נישט א נייע שרייבער מעגן אנטילל נעמען אינעם פארמעסט?
שטימען קען איך נאך דערהערן, האחד בא לגור וישפוט שפוט.
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

א גראם מיט טעם האט געשריבן:מען מעג אנטייל נעמען מיט א גראמטיקל?

אז גראמיטשקל איז ארייןגעפאלן דא, לאמיר אים נישט ארויסלאזן

א גראמ-טעם'ל מעגסטע אריינווארפן אפילו אויב דער פארמעסט איז עס נישט מקבל
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
שרייב תגובה

צוריק צו “פארמעסטן”