הערות און קאמענטארן אויף 'די אומגעלונגענע קידנעפינג'

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קאטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm

תגובהדורך קאטשקע » זונטאג דעצמבער 04, 2016 5:58 pm

massive

איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 397
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובהדורך איש החסד » זונטאג דעצמבער 04, 2016 6:17 pm

ווי דער עולם באמערקט אוודאי איז מיין מהלך הדמיון אינגאנצן אנדערש ווי 'אב זקן'ס'. איז דער עולם אינטערעסירט איך זאל ענדערש פרובירן נאכצומאכן אב זקן'ס מהלך אדער פארבלייבן מיט מיין סארט סטיל?

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2616
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » זונטאג דעצמבער 04, 2016 6:19 pm

בלייב ווער די ביסט. עס איז געוואלדיג ! ישר כח
Democrats need to start getting elected by doing things right, not waiting for someone else to do something wrong.

קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 12, 2011 12:31 pm

תגובהדורך קמח » זונטאג דעצמבער 04, 2016 6:21 pm

איש החסד האט געשריבן:ווי דער עולם באמערקט אוודאי איז מיין מהלך הדמיון אינגאנצן אנדערש ווי 'אב זקן'ס'. איז דער עולם אינטערעסירט איך זאל ענדערש פרובירן נאכצומאכן אב זקן'ס מהלך אדער פארבלייבן מיט מיין סארט סטיל?

ביסט אזוי געוואלדיג, אז ס'פעלט נישט אויס נאכצומאכן גארנישט, דו מאכסט אויך זייער גוט,

ס'איז געווארן א געשמאק אריין צוקומען דא אפט, צו זעהן דיינע פרישע סחורה, און ב"ה דו צעגערסט נישט ביני לביני, נאר פארסט א פארזעצונג נאך א פארזענצונג


א דאנק, און זיי ממשיך

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג דעצמבער 04, 2016 6:22 pm

יהודי האט געשריבן:בלייב ווער די ביסט. עס איז געוואלדיג ! ישר כח
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3313
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג דעצמבער 04, 2016 6:27 pm

איש החסד האט געשריבן:ווי דער עולם באמערקט אוודאי איז מיין מהלך הדמיון אינגאנצן אנדערש ווי 'אב זקן'ס'. איז דער עולם אינטערעסירט איך זאל ענדערש פרובירן נאכצומאכן אב זקן'ס מהלך אדער פארבלייבן מיט מיין סארט סטיל?

טריי ביידע די מעשה אויף די סטייל און א אנדערע אויף אלטען טאטענס סטייל ושלום על ישראל.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » זונטאג דעצמבער 04, 2016 6:31 pm

נישטא אזא זאך ווי נאכמאכן.

איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 397
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובהדורך איש החסד » זונטאג דעצמבער 04, 2016 6:39 pm

מה פתאום??? האט געשריבן:נישטא אזא זאך ווי נאכמאכן.

שוין איינמאל דא! איך בין נישט מסופק קיין רגע אז אב זקן האט ערגעץ אויפגעפיקט זיין מהלך, יעדער דארף זיך ערגעץ לערנען, יאך האב אויך אסאך געדארפט לייענען געוויסע שרייבער ביז איך האב געכאפט דעם פארטל אויף צו קענען נאכמאכן. אוודאי קומט דאס ביי יעדעם אויס עטוואס אנדערש לפי זיין תכונת הנפש, אבער זיכער פעלט זיך אויס צו האבן א רבי פון וואו צו לערנען די יסודות.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג דעצמבער 04, 2016 6:40 pm

פאר די וואס האבן נישט מיטגעהאלטן פון אנהייב:

די אומגעלונגענע קידנעפינג


פון: איש החסד – אידישע וועלט


ערשטער קאפיטל
דער זייגער צייגט דריי פארטאגס, די גאס'ן זענען שטאק-פינסטער, קיין נפש חי' איז נישט צום געפינען אויפן מאלענקוב גאס. אורי' און רוני שפירן גיט אין זייערע ביינער די ביטערע רוסישע פרעסט, מיט זייערע פיס צושטויסן זיי די נארוואס פריש געפאלענע שניי. זיי שפאנען ביידע מיט געמאסטענע טריט, בעת וואס זייערע אויגן טוען וואכזאם זיך אומקיקען אויף דעם גאנצן ארום. זייערע גלידער צוטערן פאר קעלט, עס ווארפט זיך א צאן אין א צאן. אבער מיט זייער פעסטע אנשלאסענ'קייט קימערן זיי זיך בכלל נישט דערמיט, זייערע מחשבות זענען אצינד אנגעהיצט אויפן העכסטן גראד, זייער קריטיש וויכטיגע אויפגאבע שטייט ביי זיי פיל העכער די פריוואטע באקוועמליכקייטן.

די ברייטע מאלענקוב גאס וועלכע פארנעמט די שווערע קיעוו'ער טרעפיק, איז אבער אצינד פיסט און ליידיג. כמעט וואס ס'איז נישט צום געפינען קיין אויטא'ס דורכפארן אין אזא שפעטע שעה. אורי' און רוני מארשירן זייער וועג ווייטער, בעת וואס זייערע שטעק-שוך איז אינגאנצן פארזינקען אינעם שניי. אט אט באמערקן זיי שוין ענדליך דעם רויטן טאוועל אויף וועלכע די אלט-קייט איז היבש קענטבאר, די דאזיגע טאוועל ליינט זיך מיט אוקריינישע באכשטאבן די ווערטער ''הויעך-שולע פונעם סאוויעטישן פאר-איין''. 'אט זענען מיר אנגעקימען צום ציל – מורמלט אורי' פאר רוני - אצינד דארפן מיט נאכגיין וואו אהין דער טאוועל צייגט'.

א ריזיגער רויטער פינף שטאקיגע געביידע באווייזט זיך פאר רוני'ס אויגן. רוני, וועלכער האט פרובירט – ווי א ערפארענע מוסד אגענט - צו פארשטעקן זיין גרויס באגייסטערונג דורכאויס דעם גאנצן נסיעה זינט ער האט ארויס שפאצירט פונעם 'מוסד' הויפטקוואטיר אין תל אביב, קען זיך אבער מער נישט באהערשן, ערשט יעצט ווען ער הויבט אן האבן אן א השגה צו וואספארא געפארפולע שליחות ער ווערט געשיקט, ווערט אים שלעכט אויפן געוויסן. רוני דערמאנט זיך ווען זיין קאמאנדיר האט אים געווארנט צו וואספארא מסוכנ'דיגע שליחות ער איז אויסגעקליבן געווארן, זיין קאמאנדיר האט אים דעמאלט קלאר געגעבן דעם אויסוואל זיך אפצוזאגן דערפון, אבער ער - מיט זיין געמאכטן שטאלץ - האט דאס גלייך אקצעפטירט.
רוני געדענקט אויך זייער גיט, אז ער האט נאך ניטאמאל עספיעט צו דערציילן פאר זיין ווייב און ערוואקסענע קינדער אז ער לאזט זיך ארויס אויף א געהיימע מיסיע אין אויסלאנד. דער קאמאנדיר האט אים גלייך געשיקט צו א ספעציפישע ארט ווי ער האט זיך געטראפן מיט אורי', און זינט יענע רגע גייען זיי אינאיינעם דעם גאנצן נסיעה פונעם לוד-לופטפעלד ביז'ן מאלענקוב גאס וואס געפינט זיך אינעם – אזוי געריפענע – אוקרייני'שער הויפט שטאט קיעוו.

שטייענ'דיג צו פיסנ'ס פונעם גרויסער רויטער געביידע, באמערקט רוני ווי אורי' שפאנט צו צום טויער און דריקט דעם קנעפל וועלכע געפינט אין רעכטע זייט. עס גייט נישט דורך קיין גאנצע מינוט ביז ווען עס דערהערט זיך א קול פונעם אנדערן זייט טויער, נאך א קורצע שטיל-קייט ווערט די טויער ברייט געעפענט. ביים טיר – באמערקט רוני – א יונגער אפיציר וועלכע קיקט זיי צוערשט אריין אין די אויגן, און באלד דערנאך רופט ער צו אורי' און בעט אים זיין אינדעטיפיקאציע קארטל, אורי' צעגערט נישט נאר נעמט גלייך ארויס עפעס פון זיין בלויען טאשקע און צייגט דאס פאר'ן אפיציר. ווי נאר דער אפיציר זעהט דאס, צייגט ער פאר אורי' אז ער קען גיין ווייטער.

אורי' געט א שלעפ צו זיך רוני, און הייבט אן שפאנען מיט אים אריין אינעם ברייטן קארידאר. אורי' כאפט אן רוני ביי די האנט און צייגט אים אז ער זאל אים נאכגיין ווי ער גייט. נאכ'ן דורך מארשירן דעם גאנצן קארידאר, עפענט אורי' אויף דעם טיר ביים עק פונעם קארידאר ווי עס געפינט זיך די טרעפ צו די אנדערע שטאקן. אורי' גייט ארויף צום צווייטן שטאק און גייט אריין אינעם קארידאר און גייט גלייך צו צום צווייטן טיר אויף די רעכטע זייט, און אינאיינעם מיט רוני ווערט פארשוואונדען צום אנדערן זייט פונעם טיר.

זייענ'דיג אינעווייניג אינעם שטוב, געפינען זיי צוויי בעטן, א טיש און עטליכע בענקלעך רינגס און ארום, און ביי די זייט שטייט א קליין קוך, און ווי אויך איז דארט פארהאנען נאך א קליין צומער'ל ווי עס געפינט זיך א ביה''כ און א שויער. דאן זעצט זיך אורי' אנידער אויף א בענקל און ער ריקט דאס צו צום טיש, ווען גלייכצייטיג בעט ער רוני צו טיהן די זעלבע.

אורי' דרייט אויס זיין פנים צו רוני, מיט זיינע שרעק-ווארפנדע אויגן קיקט ער גראד אריין אין רוני'ס אויגן, און דאן הויבט ער אן מיט א שטילע שטימע 'הער מיר צו, רוני מיין פריינד. איצט איז געקימען די צייט דיר צו פארציילען די ציל פון אונזער מיסיע, דו דארפסט אבער וויסן פון פאראויס אז אויב וועט פון דיין מויל ארויסגיין אפילו איין ברעקל אינפארמאציע מיט וועלכע איך וועל דיר אצינד געטרויען, ביסטו אויפן ארט א פאר'אורטיילטער צום טויט. געדענק, אלעס געפינט זיך אין דיינע הענט, עס איז דיין פולער אחריות אז די מיסיע זאל נישט פארעפענטליכט ווערן איידער זי ווערט גענצליך אויסגעפירט, פארשטאנען' – פארענדיגט אורי' מיט א שארפע טאן. יא – האט רוני קורץ געענפערט.


צווייטער קאפיטל
ווי נאר אורי' האט פארענדיגט די פרטים פון די געוואגטע מיסיע, איז רוני געבליבן זיצען אויפן קליינעם האלצערנעם בענקל ווי א געלעמטער. די אויגן האבן אים גענימען שווינדלען, א שווייס האט אים באגאסן פון קאפ ביז פיס, זיין הארץ האט אנגעהויבן קלאפן אויפן העכסטן טעפא.

רוני, איז געווען נאכמער שאקירט צו הערן די ארומיגע פאקטן בנוגע די פלאן, ווי די מיסיע זעלבסט. ער האט אין זיין וויסטן חלום נישט געקלערט אז די צוזאמען-ארבעט צווישן מדינת ישראל און דעם סאוויעטישן פארבאנד איז אויף אזאנע הויעכע שטאפלען. עס איז אים אויך געווען א חידוש צו הערן דאס עצם פאקט, אז די 'מוסד' אגענטור ארבעט האנט ביי האנט מיט די טרויעריג-בארימטע 'קעי-דשי-בי' - די סאוויעטישע געהיים אגענטור.

רוני האט אבער גאנץ שנעל באוויזן צו איבערקימען זיינע שטורעמישע הרגשים, ער איז דאך פארט דער וועמען מ'פלעגט נאך יונגער-הייט רופן 'דער געבוירענער מוסד אגענט'. ער האט זיך באלד געשטארקט און פרובירט צו ארויס צייגן דרייסטקייט. 'יא, איך גיי איין דערויף. איך נעם זיך אונטער דאס אנפירן דעם פארכאפונג און דאס האפענטליך אויך אויספירן עד הסוף' האט רוני מיט א פעסטע שטימע געבראכן דעם שטילקייט אינעם צומער. אורי' האט דערויף רעאגירט מיט א לייכטע שמייכל, און דאן פארענדיגט 'נו, אצינד איז דאך שוין גאר שפעט, מיר וועלן צו ערשט כאפן א דרימל און באלד מארגן פארמיטאג וועלן זיך שוין געפינען דא אונזערע קאלעגע'ס.

פינף יאר בעפאר...

ס'איז יארע 1944, דער אייראפע'אישער קאנטינענט איז שוין דעם זעקסטן יאר נאכאנאנד איינגעהילט אין א בליטיגע קאמף. די גרעסטע און שרעקליכסטע קריג זינט וועלט-באשאפונג הויבט ענדליך אן קומען צו א פריידיגע ענדע. דדער נאצישער דריטע-רייך איז ביים שוועל פון אונטערגאנג, בערלין ווערט שוין העפטיג טעגליך באמבאדירט דורך די אליאירטע ארמייען, די נאצישע שלאנג האלט שוין אט אט ביים דערשטיקט ווערן.

'ווערנער וואן ברוין' נעמט איבער די הייסע קאווע וואס זיין סעקרעטאר האט אים נארוואס דערלאנגט, ער שלינגט דערפון עטוואס בעת וואס מיט זיין לינקע האנט צינד ער אן די דערנעבענדיגע ראדיא אויף א הויעכן וואליום. ברוין – דער הויפט סייענטיסט און אינדזשעניר פון די נאצישע מיליטער וועלכער האט דעזיינט די V-2 ראקעטן – מאכט זיך באקוועם אויפן קאנאפע און הערט זיך צי ווי דער מצב אויפן פראנט האלט.

ברוין האט גיט געוואוסט אז דער נאצישער מפלה איז שוין אצינד אומפארמיידבאר, ער האט אויך פארשטאנען אז די וועלכע זענען באגאנגען קריגס-פארברעכנ'ס וועלן דערפאר דארפן אפגעבן א דין וחשבון פאר די אליאירטע שופטים נאכן ענדע פונעם קריג. ברוין האט אבער פארט געהאפט אז ער אינאיינעם מיט זיין גרופע סייענטיסטן וועלן דאס גרינגערהייט קענען פארמיידן, עס איז אים נישט געווען קיין סוד אז די אמעריקאנע מיליטער און די רוסישע רויטע ארמיי פירן א געיעג אויף די נאצישע סייענטיסטן.

ברוין האט געגעבן נאך א שלינג פון זיין קאווע, און דאס דערנאך באלד צוריק געלייגט אויפן טיש און דאס מער נישט פארענדיגט. א סקרוך איז אים דורכגעלאפן אין די גלידער, עס איז אים שווארץ געווארן פאר די אויגן, ער האט נארוואס דערהערט דעם פירער'ס שארפע באפעל ''ערלויבט נישט דעם שונא קאנפיסקירן אונזערע פארמעגנ'ס און געפינסן, בלויז פארברענטע ערד זאלן זיי עררייכן, זאלן אונזערע פיינט נישט הנאה האבן פון אונזער ארבעט, אויב איז נישט דויטשלאנד איבער אלעם דאן איז די וועלט נישט ווערט איר אינהאלט''. ברוין האט געקענט דעם פירער'ס מענטאליטעט, ער האט דאס גראדע געגליכן, אבער אט די באפעל האט ער נישט געקענט אראפשלינגען. 'דאס איז דאך א קלארע טויט אורטייל, סיי פאר מיר זעלבסט און ווי אויך פאר די שווערע ארבעט פון לאנגע יארן' האט ברוין געמורמלט ווי צו זיך אליין מיט ערשיטערונג און ווייטאג.

ברוין האט זיך דערזעהן אין א שווערע דילעמע, עס איז טאקע בלויז א שאלה פון עטליכע טעג ביז ווען די אליאירטע דערגרייכן דעם ארט ווי ער געפינט זיך, אבער פילייכט וועט די געסטאפא זעהן אז דעם פירער'ס באפעל זאל ערליך אויסגעפירט ווערן, און וועלן זיכער אינגיכן קומען נאך אים און אים אפרוימען פון וועג.

פארזינקען אין שרעקעוודיגע מחשבות איז ברוין אנטשלאפען געווארן בעת זיין קאפ פאלט אויף ארינטער. א שטארקע זעץ דערהערט זיך אינעם צימער, די טיר עפענט זיך ברייט, און עס מארשירן אריין צוויי געסטאפא אגענטן מיט אויסגעשטרעקטע רעוואלווער. 'האנט אין די הייעך' דערהערט זיך א ווילדער געשריי. ברוין איז שיעור אנידער געפאלן אויף דער ערד פאר גרויס שרעק און פחד, ער עפענט ברייט זיינע אויגן און באטראכט די צוויי געסטאפא לייט מיט זייערע בייסיגע בליקן. 'הער ברוין, מיר זענען געקימען נאך אייך, איר זענט אצינד אונטערגעווארפן אונטער די געסטאפא פירערשאפט, דו זאלסט בעסער נישט מאכן קיין פראוואקאציעס נאר אויספאלגן אונזערע פארלאנגען...

ברוין האט זיך געווארפן פאר פחד, ער האט געזעהן אז ס'איז סיי ווי נישט דא קיין וועג ארויס, ער האט מחליט געווען אז די בעסטע וועג ארויס איז קאפיטולירן. די צוויי געסטאפא האבן אים אנגעכאפט פון ביידע זייטן, פארדעקט זיינע אויגן, און אים ארויסגעפירט פון צימער.

א קליינע מיליטערישע טרעקל האט אפגעווארט אינדערויסן, און ווי נאר די דריי האבן זיך געפינען צוריק אינעווייניג, האט דאס ארויסגעלאזט א גריטש, און באלד פארשוואונדן געווארן פון האריזאנט באגלייט מיט א דיקע רויעך קנויל.


דריטער קאפיטל
א שפאציר אריבער די פראנט ליניעס

אייזענהאוער – דער הויפט גענעראל אויף אלע אליאירטע כוח'ס, שפאצירט אריין אין זיין רעזידענץ וועלכע איז אצינד סטאנציאונירט אין פאריז, ווען אין זיינע הענט האלט ער א הויפן געלע פאפירן און קאנווערטן. די לייב-וועכטער וועלכע געפינען זיך שטענדיג אינעם הויפט קאמאנדיר'ס ד' אמות, ווייסן שוין אז אט די קאליר 'געל' באדייט אז די פאפירן אנטהאלטן העכסט געהיימע קלאסיפיצירטע אינפארמאציע, וואס אפילו זיי – די לייב-וועכטער, זענען נישט ערלויבט אפילו בטעות אריינצובליקן דערין. עס איז אויך זייער פליכט צו אינאכט נעמען, אז קיין שום פרעמד אויג זאל נישט צוקימען צום גענעראל אזוי נאנט אויף צו קענען ליינען די אינהאלט פון די 'געלע' פאפירן.

אייזענהאוער מארשירט גלייך אריין אין זיין פריוואטן ביורא, און פארשליסט די טיר פון די אנדערע זייט. נאכן זיך אוועק זעצן אויף זיין לעדערנעם פאטעל, ווארפט אייזענהאוער אראפ דעם גאנצן בינטל פאפירן אויפן טיש. ער ציט דערביי ארויס פון דעם אונטערשטן לעדל זיינע ברילן, וועלכע ער שטעלט ארויף אויפן שפיץ נאז און מיט א ערענסטע מינע אויפן געזיכט הויבט ער אן אריינבליקן אין אט די 'געלע' פאפירן.

נאך וואס פיפצן מינוט זענען א דורך, עפענט אייזענהאוער דעם טיר פון זיין ביורא, ער גייט שנעל צו צי זיינע לייב-וועכטער און פרעגט מיט א אנגעצויגענע טאן 'איז שוין לואיס דא געווען, יא, יא, דער וואס איז דא געווען דעם לעצטן מאנאט מיט נאך דריי פראצויזישע זעלנער, איר ווייסט אודאי וועמען איך מיין, נישט אזוי?'. 'יא' ענפערן ביידע אויפן ארט ווי א כאר, 'מיר ווייסן וועמען דער גענעראל מיינט, אבער ער איז צום באדויער נישט געזעהן געווארן זינט דעמאלט'. אבער דער גענעראל ווערט זייער נערוועז און לאזט נישט נאך, 'איך ווייס אז ער איז נישט געזעהן געווארן זינט דעמאלט, ער איז דאך געווען אויף א מיסיע ערגעץ ווי. אבער אצינד דארף ער שוין זיין צוריק, ביטע גייט'ס זיך נאכפרעגן אויב ער איז שוין אנגעקימען'.

אייזענהאוער, וועמענ'ס טיפ איז געווענליך געווען זייער א רואיגער און סולידער, איז אבער יעצט געווען עפעס אויסטערליש אנגעצויגן. אזאנס האט גלייך געצויגן אלעמענס נייגער, אייזענהאוער וועלכער האט זיך געקענט ערלויבן צו טריקן קאווע בעת דער באוואוסטער בליטיגער קאמף באקאנט מיטן צונאמען ''די בעדל אוו די בלאדזש'', איז אבער איצטער געווען שטארק צוטראגן.

אייזענהאוער איז ווייטער געשטאנען אויפן ארט, און אויסגעווארט אז דער וועכטער זאל זיך אומקערן. נאך געציילטע מינוטן דערהערט זיך מיטאמאל א גערויש פון א מיליטערישער דשיפ, דער דשיפ איז געקימען צו פארן מיט א שנעלקייט אין ריכטונג פון אייזענהאוער'ס רעזידענץ, און גלייך אנקימענדיג צום הויפט-טויער האט דאס געמאכט א האסטיגן אפשטעל.

די טיר פונעם דשיפ עפענט זיך און עס מארשירט ארויס א הויעכער געבויטער פראנצויז, ער פארקלאפט די טיר פונעם דשיפ און ווענט שנעל זיינע טריט צום טויער פון אייזענהאוער'ס רעזידענץ. די וועכטער האבן אים אבער באלד אפגעהאלטן בעטענדיג ער זאל זיי צוערשט צייגן זיין אידעטיפיקאציע קארטל. ווי נאר אייזעהאוער האט דערהערט אז א פראנצויז שטייט ביים אריינגאנג, האט ער זיך זעלבסט באלד א לאז געטין צום פענסטער פון ווי ער האט אויפן ארט באמערקט אז דאס איז נישט קיין אנדערער נאר 'לואיס' אליין. אייזענהאוער האט גלייך פארארדנט אז מען זאל דעם פראנצויז שוין אריינלאזן און אים אריינפירן צו זיין פריוואטן ביורא.

עס האט זיך אבער דערקענט אויף דעם פראנצויז, אז ער איז בכלל נישט קיין פרעמדער אין דעם רעזידענץ, ער האט אליין גיט געוואוסט וואו צו ווענדן זיינע טריט, ביז ער האט דערגרייכט דעם פריוואטן ביורא וואו אייזענהאוער האט נארוואס אראפגעשטעלט די 'געלע' פאפירן. ווען אייזענהאוער האט דערזעהן לואיס האט זיך זיין גאנצע מוט געטוישט אין א רגע, א ברייטן שמייכל האט זיך באוויזן אויף אייזענהאוער'ס פנים, זיין גיט-מוטיגע טיפ האט זיך ענדליך ווידער אנגעזעהן אויף אים מיט איר פולן גלאנץ.

אייזענהאוער האט זיך אויפגעשטעלט פון ארט, ער איז צוגעגאנגען צו לואיס און מיט א פריינד'ליכקייט געקלאפט אין רוקן ווען דערביי שפאצין זיי אריין אינאיינעם אינעם ביורא און פארשליסן די טיר אונטער זיך.

פאר אלע מיליטער-לייט און וועכטער וואס האבן מיטגעהאלטן דעם ספעקטאל איז דאס געווען א זעלטענע חידוש. זיי האבן געקענט לואיס אלס א פשוט'ער שיק-יונגעל, עס איז זיי אבער אין וויסטן חלום נישט איינגעפאלן אז ער נעמט גאר א טייל אין העכסט וויכטיגע שפיאנזש אקטיוויטעטן. באזינדער האט ארויסגעריפן וואונדער, אייזענהאוער'ס שטארקע אנגעצויגנקייט צו טרעפן לואיס ווי אומשנעלסטן. און פארוואס באלד ביים דערזעהן אז יא, ער דא, איז שוין געווארן אזוי אויפגעלייגט?!. 'זיכער האנדלט זיך עס דא פון עפעס א אויסערגעווענליכער שליחות מיט וואס לואיס איז באאויפטראגט געווארן דורך אייזענהאוער זעלבסט' האבן די מחשבות פון די צוקיקער שפעקאלירט.

נאך א פריוואטע באגעגעניש פון געציילטע מינוטן, האט זיך די טיר ברייט געעפענט און אייזענהאוער אינאיינעם מיט לואיס שפאצירן ארויס. אייזענהאוער דערנעטערט זיך צום טישל פון זיין סעקרעטאר און זאגט איר שטיל אריין אין אויער 'גיי יעצט און שיק דעם פאלגענדע טעלעגראם צום ווייסן הויז' און דערביי צייגט ער איר א ווייסע שטיקל פאפיר אויף וועלכע עס שטייט אויפגעשריבן 'גאלדען קעט עקאמפלישט'...


פערטער קאפיטל
דער גערוך פון פולווער שפירט זיך נאך אין לופט, די שניי איז נאך מייסטנס באדעקט מיט א רויטע פארב וועלכע דערציילט אז א שווערע בליטיגע שלאכט האט זיך דא נארוואס אפגעשפילט. די צוויי זייטן שטייען ווייטער אויפן העכסטן אלערט, קיינער איז מער נישט בכוח ממשיך צו זיין, אבער האבן פארט מורא אז דער צד שכנגד זאל נישט זיין די וועלכע וועלן אנהויבן דעם קומעדיגן אפענסיווע.

מיר באציען זיך איצטער צום פראנט ווי עס קומען פאר העפטיגע שלאכטן צווישן די רוסישע רויטע ארמיי און די דייטשע - שוין היבש אפגעשוואכטע – מיליטער. דער אויסגאנג פון די דאזיגע שלאכטן צו דעראבערן מזרח פרייסען וועט זיכער האבן א דעצידירענדע אנטשיידונג אויפן ווייטערדיגן גאנג פון דער מלחמה. עס איז דעריבער פארשטענדליך אז די קאמפן זענען געווען אויסטערליש אגרעסיוו און פארביסן מיט שווערע פארלוסטען אויף ביידע זייטן.

אצינד אבער, נאך לאנגע וואכן פון העפטיגע נאכאנאנדע קאמפן זענען די רעזערווארן פון מוניציאן און מענטשן קראפט פון ביידע זייטן געווען היבש אויסגעליידיגט. עס האט זיך קריטיש וויכטיג אויסגעפעלט ס'זאל אריינגעברענגט ווערן פרישע זאפאסן פון אלע סארטן מיליטערישע געצייג. באזונדער איז געווען קריטיש וויכטיג די נאכפראגע ס'זאל ווי אמשנעלסטן געברענגט ווערן פון אונטער די פראנט-ליניע'ס, גרויסע קוואנטומס בענזין און ברענ-שטאף וואס ביידע ארמייען האבן געדארפט פאר זייערע טאנקען און עראפלאנען.

איוואן דאנילאוויטש טשערניאכאווסקי איז געווען א יונגער רוסישער העלדישער גענעראל, און איז געשטאנען צו די רעכטע האנט פון גארבאטאוו - דער שעף און קאמאנדאנט פון דער דריטער רוסישער ארמיי. טשערניאכאווסקי האט - טראץ זיין יונגן עלטער - זיך ספעציעל אויסגעצייכנט מיט זיינע בריליאנטענע איינפאלן און געוואגטע אונטערנעמונגען.

טשערניאכאווסקי האט געגעבן א בייג ארויף זיינע דיקע וואנצעס און צוגעלייגט זיין דיקן ציגאר צום מויל, א דיקע רויעך האט זיך באלד דערויף ארויס געשלענגלט פון זיינע נאז-לעכער און איינגעהילט דעם גאנצן אטמאספער אין א שווארצן וואלקן. אויפן טיש איז געליגן א כמעט ליידיגן פלאש פון רוסישע וואסער – וואדקע, וואס מיט יעדע פארבייגייענדיגע מינוט איז דאס אלץ מער לעהר געווארן. 'דו דארפסט פארשטיין די מצב איז דרינגנט, ווי קענען מיר זיצען מיט פארלייגטע הענט און אויסווארטן ביז ס'וועט אונז געשיקט ווערן פרישע דרייסיג דיוויזיעס מיט די נייעסטע אויפגעריסטעטע טאנקען און עראפלאנען?! די שונא וועט פילייכט קריגן פארשטערקערונג'ס קראפט איידער מיר וועלן דאס באקימען, מיר דארפן דאס דאך ברענגען פון אנדערן עק רוסלאנד, דאקעגען דער שונא קען דאס באקימען ביז געציילטע טעג. מיר דארפן זעהן עפעס א אופן וויאזוי צו געוואויר ווערן אויב זיי פלאנירן נישט קיין פליצלונדיגע אפענסיווע' האט גארבאטאוו געזאגט פאר טשערניאכאווסקי מיט א ערענסטן טאן.

טשערניאכאווסקי האט געצויגן מיט די אקסלען און גארנישט רעאגירט. ערשט נאך א קורצע שטיל-שווייגעניש האט זיך דערהערט זיין דונערדיגע שטומע, בעת וואס עס שפראלט ארויס א דיקע רויעך פון אונטער זיינע פאר'געלטע וואנצעס 'הער צי מיין געערטער קאמאנדיר, איך קלער פון א געוואקטע פלאן וואס איז פילייכט די איינציגסטע און ווירקזאמסטע מעטאד ארויס צודערווישן די פלענער פונעם שונא. דער פלאן זאגט זיך קורץ אבער זי איז אייגנטליך היבש קאמפלעצירט ווירקליך דורכצופירן, אבער בעסטע שפיאנאזש בין איך אפטימיסטיש אז מיר קענען אזאנ'ס באווייזן, נעמליך, פארכאפן און קידנעפן דעם שונא'ס מיליטערישען הויפט קאמאנדיר און פון אים ארויספרעסן אלעס וואס ער ווייסט...' 'איך גלייב אז ער איז באהאוונט אין די ווייטערדיגע מיליטערישע סטראטעגיע' – האט טשערניכאווסקי צוגעגעבן מיט א סארקאסטישע מינע...

א הילכיגן געלעכטער האט אפגעהילכט אינעם פראוויזארישן גענעראל הויפט-קווארטיר, גארבאטאוו איז ממש געווען אויסער זיך פון טשערניאכאווסקי'ס געלונגענע ווערטל. אבער באלד דערנאך האט אים צוריק באנימען זיין געווענליכע ערענסטע כאראקטער, גארבאטאוו האט זיך אויפגעשטעלט און צוגעגאנגען צו טשערניאכאווסקי און אים אריינגעקיקט אין די אויגן 'עס איז מלחמה צייטן איצט, ביטע הער אויף מיט דיינע אומרעאליסטישע וויצן, די צייט ברענט אונטער אונז, מיר קענען זיך נישט ערלויבן צו פארברענגען די צייט מיט פאנטאציעס. מיר מוזן זעהן ווי אמשנעלסטן אויפצוקימען מיט עפעס א סטראטעגיע'.

טשערניאכאווסקי וועלכער איז בטבע געווען א קאלטער טיפ האט זיך גאנץ ווייניג דערשראקן פון זיין אויבער-האר'ס שטרענגע בליקן. טשערניאכאוונסקי האט איבערגעזאגט דעם אויבן דערמאנטע פלאן, און דערנאך צוגעגעבן מאכענדיג מיט הענט 'איר הערט, דאס איז עס, איך נעם עס אויף מיר, איך וועל דעם פלאן גערן דורכפירן. דער קאמאנדיר קען זיך פארלאזן אויף מיין ווארט, ביז צוויי טעג וועט איר האבן פאר אייערע אויגן דעם דייטשן גענעראל וועלכע פירט שוין מיט אונז דעם העפטיגן קאמף די לעצטערע פאר וואכן. געדענק איך געב אייך מיין ערן ווארט הער קאמאנדיר'.

גארבאטאוו, האט דאך פארט גיט געוואוסט אז טשערניאכאווסקי איז א טויגליכער חברה'מאן, ער האט – נאכן הערן ווי ערענסט טשערניאכאווסקי מיינט דאס – גערן צוגעשטימט צום פלאן.

טשערניאכאווסקי האט אבער געוואוסט אז אצינד איז ער בעיקר אנגעוויזן אויף אקוראטע שפיאנאזש בכדי דערשמעקן אויב דער פלאן איז בכלל רעאליסטיש, און אויב יא, וויאזוי זי זאל דורכגעפירט ווערן אויפן שנעלסטן און גרינגסטן אופן.


פינפטער קאפיטל
ווען נחמן האט אנערקענט אז זיין מצב האלט זייער שמאל, זיין לינגען אנטצינדונג ווערט ערגער מיט יעדן פארבייגייעדיגן מינוט און אט אט וועט זיין אטעם נאכמער פארשווערט ווערן, האט ער דאן מחליט אז ס'איז צייט איבערצוגעבן פאר זיינע צוויי קינדער זיינע לעצטע ווערטער.

נחמן האט מיט זיינע לעצטע כוחות געוואונקען פאר זיין ווייב זי זאל אהער רופן די קינדער. זיין געטרייע פרוי האט גלייך פארשטאנען פארוואס איר מאן רופט איצט די קינדער, זי האט אים פרובירט אפצורעדן דערפון מיט די טענה אז זיי זענען נאך סיי ווי צו יונג צו באגרייפן די ערענסטקייט פון די מצב, דעריבער איז אפשר בעסער זיי זאלן זיך ווייטער שפילן אין הויף ווי איידער ציטומלט ווערן זעענדיג פליצלונג זייער טאטע אין אזא שווערע צושטאנד.

נחמן האט אבער נישט נאכגעלאזט, ער האט מיט זיין שוואכע שטימע זיך געבעטן ביי זיין ווייב אז ער וויל זיי בלויז זאגן געציילטע ווערטער און באלד דענאך וועלן זיי ווייטער קענען ממשיך הנאה צו האבן פון זייער יונג לעבן. זיין ווייב האט זעענדיג אז עס גייט אים אזוי אין לעבן מסכים געווען דערצו, און איז געגאנגען רופן די צוויי יונגלעך בערל און חיים. בערל איז געווען אין עלטער פון צען יאר, בעת חיים דער בכור איז געווען צוועלף.

בערל און חיים האבן דערהערט זייער מאמע'ס געשרייען און זענען אין אן אויגנבליק געקימען צולויפן. נאך א קורצע פארווארט מסביר צו זיין פאר די יונגע נשמה'לעך אז זייער וועלט האלט אט ביים פינסטער ווערן, האט זיי די מאמע אריינגעפירט אינעם צימער א וואו דער טאטע איז געליגען כמעט באוואוסטלאז. נחמן האט זיך זייער דערפרייד צו זעהן אויף זיינע קינדער דעם יונגן פרישקייט, ער האט געהאפט אז זיי וועלן ריכטיג דערהערן זיינע ווערטער טראץ זייער יונגן עלטער.

נחמן איז געבליבן ליגן אין בעט און מיט זיינע הענט האט ער ארומגעהאלזט זיינע קינדער ווען דערביי ריקט ער צו זייערע אויערן צו זיין מויל, האפענדיג אז אזוי ארום וועלן זיי קענען הערן זיין שוואכע שטימע און פארשטיין יעדעס ווארט. 'הערט מיר אויס מיינע ליבע קינדער, איך ווייס נישט אויב איך וועל ענק נאך אמאל האבן די זכי' מחנך צו זיין, דעריבער וועל איך ענק איצט זאגן אין אייניגע ווערטער וויאזוי איך האב אייביג געשטרעבט אייך מחנך צו זיין, איך בעט ענק טיט וויאזוי ענקער געטרייער טאטע בעט אייך. איר זאלט קיינמאל זיך חלילה נישט אנשליסן אין די אלע פארטייען וועלכע ווערן נתחדש יעדן טאג דא אין רוסלאנד, באזינדער זאלט עטס ענק זעהן צו היטן פון ציוניזם און קאמוניזם ווי פון פייער...' מער האבן שוין די קינדער נישט געקענט הערן, עס האט אויסגעקיקט אז ווילאנג די טאטע האט נישט ארויסגעזאגט דעם לעצטן זאץ האט ער זיך שטארק אנגעשטרענגט מען זאל אים קענען הערן, אבער ווי נאר ער האט דאס פארענדיגט, איז זיין קול אפגעשוואכט געווארן און מער האבן זיי נישט פארשטאנען.

שפעטער אין טאג ווען די קינדערליך האבן באמערקט צוויי יונגעלייט פון די חברה קדישא אריינגיין אין זייער הויז, זענען זיי שנעל אהין געלאפן זעהן וואס ס'האט פאסירט, אבער די מאמע האט זיי באגעגענט ביים טיר און גלייך א כאפ געגעבן ביי די הענט און שנעל אריבערגעטראגן צום רב אין שטוב וועלכער איז גראדע אויך געווען דער אפיציעלער מלמד אין דארף.

זיבן יאר שפעטער...

בערל האט שוין כמעט פארגעסן אז זיין אידישע נאמען איז בערל, ער ווייסט בלויז פון זיין רוסישער נאמען דעברא וואס זיינס א חבר האט אים אויסגעקליבן מיט פיר יאר צוריק. דעברא האט זיך באקאנט געמאכט אלס א פייערדיגער קאמוניסט מיט אלע פיטשעווקעס. זיין מוח איז שוין אינגאנצן פארטעמט געווארן פון די קאמוניסטישע אידיאלאגיעס, זיין גאנצע אידיאל שטרעבן און וויזיע איז בלויז געווען דאס איינע ''קאמוניזם''...

חיים, וועלכער איז ווען דער טאטע איז אוועק שוין געווען עטוואס מער ערוואקסן, האט יא געדענקט און דעהערט זיין טאטנ'ס לעצטע ווערטער: ''.. איר זאלט זיך קיינמאל חלילה נישט אנשליסן אין די אלע פארטייען וועלכע ווערן נתחדש יעדן טאג דא אין רוסלאנד, באזונדער זאלט עטס ענק זעהן צו היטן פון ציוניזם און קאמוניזם ווי פון פייער...''

ווען חיים האט זיך אמאל געפינען אין די גרויסע שטאט ווילנא האט ער זיך באגעגענט מיט עטליכע נאווארדיקע בחורים, ער האט זיך מיט זיי זייער באפריינדעט און האט אפילו אקצעפטירט זייער בקשה מיטצוקימען מיט זיי אין א נאווארדיקע ישיבה.


זעקסטער קאפיטל

טראץ די שארפע קאנטראסט צווישן די צוויי ברודער, דעברא אלס קאמוניסטישער יונג, און חיים'ל אלס וואוילע ישיבה בחור, איז אבער זייער ברודערליכע פריינדשאפט גענצליך נישט אפעקטירט געווארן דערפון. די צוויי ברודערליך וועלכע זענען אויפגעוואקסן אין איין שטוב, אין איין דארף, ביים זעלבן מלמד, זענען געבליבן שטארק נאנט איינער מיטן אנדערן מיט א זעלטענע ידידות. דעברא וועלכע פלעגט זיך יעדע שטיק צייט געפינען אין א אנדערע געגנט, האט ער אלעמאל דאס ערשטע זאך געשיקט א בריוו צו חיים און צוגעשריבען פינקטליך דאס ארט וואו ער געפינט זיך אצינד, כדי חיים זאל אים קענען אהין צוריק שיקן א בריוו.

דעברא האט געקענט זיין עלטערער ברודער חיים'ס נאטור, און האט געוואוסט אז עס וועט אים אויף קיין פאל נישט געלונגען אים צו מאכן פאר א קאמוניסט. דעברא האט אלעמאל ארויפגעקיקט אויף זיין געטרייער ברודער חיים וועלכער איז געווען צו אים ווי א טאטע זינט די צען יאר אלט. חיים פון די אנדערע זייט, איז געווען א גאר קליג און ערוואקסן קינד, ער האט אינאכט גענימען וואס דאס באדייט פארלירן א טאטע ביי די צען יאר, דעריבער האט ער זיך זעלבסט געקרוינט אלס דעם טאטנ'ס פארטרעטער און איז מיט א אויסערגעווענליכע איבערגעגעבנקייט געשטאנען צו די רעכטע האנט פון זיין יונגע ברודער'ל בערל.

דעברא האט זיך טאקע געטוישט דעם נאמען, און זיך געקליידעט ווי א פאלנע רוסקי, אבער פון דאס געטרייפאשט פון זיין עלטערע ברודער צו אים האט ער קיינמאל נישט פארגעסן, ער האט שטארק געשעצט זיין עלטערער ברודער און געזוכט אנצוהאלט קאנטאקטן מיט אים.

ווען דעברא איז אלט געווארן אכצן יאר האט ער חתונה געהאט מיט א מיידל וואס איז פונקט ווי אים געווען שטארק פארטיען אין די קאמוניסטישע פארטיי, צו מזל איז זי אויך געווען פון אידישן אפשטאם, א פאקט מיט וועלכע זי האט זיך גראדע געהאלטן שטאלץ.

דעברא האט חתונה געהאט מיט זיין פרוי אין פעטערבורג – רוסלאנד, און איז נאך א האלבע יאר אריבער קיין דייטשלאנד אינאיינעם מיט זיין פרוי שטודירן אין די דארטיגע אינווערזיטעטן. נאכן זיך געפינען אין דייטשלאנד א קנאפע יאר צייט, איז פאר דעברא און זיין פרוי געבוירן געווארן א קינד וועמען זיי האבן א נאמען געגעבן מיט א רוסיש קלינגעדיגן נאמען - סערטאוו.

ווען בייזע רוחות האבן באהערשט די וועלט, די דייטשע מלאכי חבלה זענען ארויס פון שטייג, האט דאס אידישע פאלק געצאפלט פון גרויס שרעק פונעם מארגענדיגן טאג. דעברא'ס פרוי וועלכע האט - אנדערש ווי איר מאן - נישט מסכים געווען צו מאכן א סוד פון איר אידישע אפשטאם, איז אצינד געווען אין א שווערע דילעמע, פארבלייבן אין דייטשלאנד איז דאך זיכער נישט קיין אפציע, דאקעגן זיך ארויסלאזן אויפן וועג קיין רוסלאנד אין א מלחמה צושטאנד נאכדערצו מיט א פיצל קינד איז דאך ווידער נישט קיין מהלך.

נאך איינצעלנע טעג פון שפעקעלירונגען אויף אלע אפציעס, האט דעברא פארגעשלאגן אז היות די גלייכסטע איז זיך גענצליך נישט צו געפינען אין א לאנד וואס ווערט באהערשט פון מלחמה צושטאנד, איז דעריבער כדי צופארן קיין פארטוגאל אדער גאר קיין שפאניע וואו די מלחמה האט דערווייל נאך גענצליך נישט דערגרייכט.

מיט זיינע גיטע פארבינדונגען האט דעברא זיך גאנץ שנעל איינגעהאנדלט די נויטיגע פאפרין צו קענען אפרייזן קיין פארטוגאל. ער האט דאס גלייך איבערגעגעבן פאר זיין פרוי און איר געזאגט זיך שוין איינצופאקן אינאיינעם מיט סערטאוו'ן ווייל די באן פארט מארגן מיטאג. דעברא זעלבסט איז נאך נישט געווען גרייט צו פארן, ער האט דאך סיי ווי אויסבאהאלטן זיין אידישן אינדענטיטעט און דעריבער האט ער זיך נישט געהאט וואס צו זארגן, אויך האט ער נישט געקענט פארן אזא ווייטע וועג איידער ער באזוכט זיין טייערן באליבטן ברודער חיים, און געזעגנט זיך פון אים. דעברא האט צוערשט געוואלט זיין פרוי און קינד זאלן זיין פארזיכערט און דערפאר האט ער זיי געלאזט גיין פאראויס, און דאן וועט ער זיי שוין נאכקימען אין א אנדערע געלעגנהייט.

חיים וועלכער איז זיך געזיצן איינגעקורשט אויפן האלצערנעם באנק אין ישיבות בית יוסף ד'נאווארדיק - פוילן, האט פון גארנישט געוואוסט וואס ס'טיט זיך אויף די וועלט אויסער דעם בלאט גמרא און די דברי מוסר פון דעם אלטן פון נאווארדיק.

ווען דער רוסישער בער און די דייטשע שלאנג האבן געמאכט א יד אחת און צוטיילט פוילן צווישן זיך, האט זיך חיים מיטאמאל געטראפן אונטער רוסישע קאמוניסטישע הערשאפט.

אין די נאווארדיקע ישיבות פלעגן זיך יעדע שטיק צייט ארויסלאזן גרופע'ס בחורים'לעך צו ארומיגע שטעטלעך און דערפלעך און אפיר געזוכט אידישע יונגען און געלערנט מיט זיי עברי און תנ''ך. חיימ'ל וועלכער איז געווארן א פייערדיגער נאווארדיקער תלמיד פלעגט אויך נאכאנאנד מיטגיין מיט די מער עלטערע נאווארדיקע בחורים לערנען אידישקייט מיט אומוויסענדע. די דאזיגע פירונג האט פארשטייט זיך ארויפגעברענגט בייז בלוט ביי די רוסישע באהערשער, זיי זענען געווען אויסן דאס גענצליך צו באקעמפן.

חיים שפאצירט זיך געמיטליך אויפן הויפט שטרויז נישט ווייט פון די גרויסע אידישע שטאט ביאלעסטאק, ווען אין זיין לינקע האנט האלט ער א טאשקע מיט זיינע פריוואטע חפצים און אין די רעכטע א ספר 'הסבא מנאווארדיק'. חיים גייט פארביי א שפיל-גארטן וואו עס שפילן העפטיג א גרופע יונגע קינדער, ער שפאנט צו צו איינע פון די קינדער און געט אים א פרעג אין אויער 'זאג נאר יונגעלע, ביסטו, אדער איינע פון דיינע חברים א איד?' דאס קינד האט זיך צוערשט דערווייטערט פון חיים פאר גרויס פחד פון די מאדנע פראגע, אבער באלד האט אים חיים בארואיגט 'קום אהער, איך בין אויך א איד, איך זיך אידישע קינדער צו לערנען מיט זיי תורה' דאס קינד האט זיך אויפן ארט בארואיגט אויסגעשריגן הויעך אויפן קול 'יא, מיר זענען אלע דא אידן'. קיין רגע האט חיים נישט געצעגערט נאר זיך גלייך אראפגעזעצט אויף דער ערד און אינאיינעם מיט זיינע חברים געעפענט א חומש און אנגעהויבן צו פארציילן די וואכעדיגע סדרה פאר די אידישע נשמה'לעך.

חיים האט אבער נישט באמערקט אז פון דערווייטנס ווערט ער נאכגעקיקט דורך אזאנע וואס זוכן אים און זיינע חברים אפצושטעלן פאר יעדע פרייז...

יענע נאכט ווען חיים אינאיינעם מיט זיינע חברים האבן איבערגעשלאפן אינעם שטאטישן ביהמ''ד, איז עס געווען זייער לעצטע נאכט אויף דער פריי...

זיבעטער קאפיטל
א איינגענעמע קיל ווינטל באהערשט דעם גרויסן שטאט קעלן – דייטשלאנד, דעברא האט זיך נארוואס אויפגעכאפט פון זיין טיפע נאכט שלאף, ער האט גלייך ערוועקט זיין פרוי און קינד און זיי געהאלפן איינצורישן פאר זייער לאנגע רייזע. דעברא האט אין איילעניש צוזאם געפאקט די נויטיגע פרעזענליכע חפצים אין א גרויסן האנט באגאזש. דאן איז ער ארויס צום דערנעביגן געוועלב ווי ער האט זיך איינגעהאנדלט עסנווארג, געניג פאר איין ערוואקסענע און א קינד זייענדיג כמעט א טאג אינטערוועגנס. דעברא האט אויך געדענקט זיך איינצוהאנדלען אייניגע שפיל-צייג וואס זאל האלטן פארנימען דעם קליינעם דורכאויס די לאנגע וועג קיין פארטוגאל.

דער לאקאמאטיוו האט געגעבן דעם לעצטן פייף, די רעדער האבן זיך אנגעהויבן א ריר טאן, א דיקע שווארצע רויעך האט זיך ארויסגעשלייכט פונעם קוימען בעת דעברא כאפט נאך דעם לעצטן בליק אויף זיין בן יחיד'ל וועלכע דערווייטערט זיך מיט א שנעלקיייט.

דעברא האט געהאט צוגעזאגט פאר זיין פרוי אז ביז צוויי מאנאטן וועט ער זיך שוין געפינען אין פארטוגאל און זיך צוריק פאראייניגן מיט איר און סערטאוו'ן. איצט שטייענדיג ביים באן סטאנציע מאכט זיך דעברא א קורצן חשבון, 'גיין באזוכן מיין ברודער אין פוילן וועט ווארשיינליך נעמען א קנאפע חודש, בעיקר צוליב די שוועריקייטן פון גיין פון איין ארט צום צווייטן בשעת א מלחמה צושטאנד באהערשט אייראפע. אבער כדי זיך צו קענען בכלל אריינזעהן אין רוסישע טעראטאריע וואו מיין ברודער געפינט זיך, און דערנאך קענען אויך ארויסקימען פון דארט צוריק קיין דייטשלאנד, וועל איך מיזן צוערשט זיך אריינדרייען אין די הויעכע ראמען פון די קאמוניסטישע פארטיי וואס איז סטאנציאנירט אין דייטשלאנד, און האפענטליך וועל איך דאן קענען גרינגעהייט באזוכן מיין ברודער און זיך ווארים געזעגענען פון אים, און דערנאך צוריק קומען קיין דייטשלאנד צו ממשיך זיין דעם וועג קיין פארטוגאל'...

דעברא איז געווען אזוי פאר'חלומט אין זיינע פלענער אז ער ניטאמאל אויפגעפאסט אז א שווערע שניי האט זיך אראפגעלאזט, זיינע מוח-רעדער האבן העפטיג פאנטאזירט זיינע ווייטערדיגע שריט אזוי שטייענדיג פארגליווערט ביים באן סטאנציע.

דעברא האט געגלייבט אז זייענדיג א טיכטיגער כאריזמאטישער מענטש מיט א געשליפן צינגל, וועט אים גאנץ שנעל געלונגען זיך אריינצודרייען אין די הויעכע ראמען פונעם קאמוניסטישן פארטיי. דעברא וועלכער האט גערעדט א געשליפענעם פויליש און דויטש און אויך עטוואס העברעאיש, האט אפילו געקלערט פון אפיציעל אננעמען א פאזיציע אינעם קאמוניסטישן הויפט-קווארטיר אין קעלן אלס דאלמעטשער. 'ווער ווייסט' האט דעברא שפעקעלירט צו זיך אליין 'אפשר אלס אפיציעלע איינגעשטעלטע אינעם פארטיי וועל איך גרינגערהייט ערלויבט ווערן אריבער צו גיין דעם גרעניץ צום אנדערן זייט פוילן, וואס געפינט זיך אצינד אונטער רוסישע אקופאציע'.

שווערצן די גרעניץ איז גראדע אויך געלעגען פאר דעברא אין געדאנק, ער – אלס פאטריאטישער קאמוניסט, האט אבער נישט געוואלט זיך אנהייבן מיט זיין באליבטן רעגירונג נאר ענדערש דאס מאכן אפיציעל און גלאט. אויך האט ער דאך סיי ווי נישט געהאט אין פלאן צו פארבלייבן דארט, און צוויי מאל דארפן שווערצן איז שוין נישט קיין פשוטע איינשטעלעניש.

איבער אלעם האט דאך דעברא פארמאגט סימפאטישע געפילן צום פארשמייליגטן קאמוניסטישן אידיאלאגיע, און עס איז אים דעריבער געווען דאס גרעסטע כבוד צו זיין א אפיציעלע חלק דערפון.

געזאגט און געטיען. דעם קימעדיגן טאג האט זיך שוין דעברא געפינען אינעם קאמוניסטשן הויפט-קווארטיר אין קעלן, ער האט זיך דארט איינגעגעבן אלס א טויגליכער מענטש צו יעדע פונקציע און באזינדער אלס דאלמעטשער פון דויטש און רוסיש. די איינגעשטעלטע האבן זיך הילכיג צולאכט הערענדיג זיין אנטראגע 'דו ביסט מיר געווארן א דאלמעטשער מיטן באזיצן צוויי שפראכן, כמעט אלע פון אונז קענען די ביידע שפראכן... אבער' האט זיך באלד פארערענסט זייער שטימע 'דו זעסט אונז דאך אויס אלס א טויגליכער מענטש, נו, מיר האבן פאר דיר אן
אנדערן פיל וויכטיגערן אנבאט' 'נו, אדרבה איך בין גרייט צו הערן' האט דעברא רעאגירט אין שאק.

'איר האט דאך שוין זיכער געהערט פון די 'סטאסי' – דער רוסישער געהיים-דינסט. שטייענדיג איצט אין א שווערע מלחמה צושטאנד וואס קען יעדע ליאדע מינוט פארוואנדלט ווערן אין א וועלט קריג, האבן מיר באקימען א באפעל פונעם קרעמלין צו רעקרוטירן פרישע אגענטן אין די דאזיגע געהיימע אקטיוויטעטן. באזינדער זענען מיר אצינד אנגעוויזן אויף געוויסע שפיאנאזש ארבעט דא אין דייטשלאנד זעלבסט, און מיר קיקן דעריבער ארויס אויף אגענטן וואס קענען די דויטשע שפראך און דויטשע מענטאליטעט צו וועלכע איר זעהט אויס שטארק צוגעפאסט'

דעברא איז צוערשט געבליבן געפלעפט פון די דאזיגע אנטראגע, ער האט נאך אין זיין לעבן נישט געטיען אין קיין שפיאנאזש און האט נישט קיין השגה מיט וואס דאס קען אלס זיין פאבינדן. אבער ספעציעל האט אים געבאדערט אז מיטן אקצעפטירן אזא פאזיציע מאכט ער זיך זעלבסט שווערער דאס אנקימען קיין פוילן, ער וועט דאך ווערן נאכגעקיקט ארונדע דעם זייגער און וועט אודאי נישט ערלויבט ווערן צו גיין צו קיין שום ארט אויסער די אנגעגעבענע ארדער'ס.

דעברא האט מחליט געווען אז די גלייכסטע אויסוועג וועט זיין צו רעדן אפען, און קלאר דערציילן וואס עס דריקט אים 'הער צו, איך בין גרייט דאס צו אקצעפטירן, אבער צוויי בקשות ביטע. איך זאל צוערשט ערלויבט ווערן אפצושטאטן א קורצע באזוך אין פוילן כדי צו באזוכן מיינס א משפחה מיטגליד, און אויך וויל איך האבן די אפציע אז נאך עטליכע חדשים זאל איך באפרייט ווערן פון דינען אלס אן אגענט דייקה אין דייטשלאנד, און ערלויבט ווערן ממשיך צו זיין מיין ארבעט אין פארטוגאל. איך גלייב זיכער אז אונזער לאנד האט דארט אויך א שפיאנאזש-נעץ' האט דעברא צוגעענדיגט מיט א זיכערע טאן.

'פיין, מיר וועלן אקצעפטירן דיינע פארלאנגען. אבער איצט, איידער איר קענט אפיציעל באשטימט ווערן אלס אונזער'ס אן אגענט און א מיטגליד אינעם 'סטאסי', דארפט איר דורכגיין א לייכטע אויספארשונג אויף אייער פרעזענליכע פארגאנגעהייט פעסטצושטעלן אייער געטריישאפט צום פאטער-לאנד...'

אכטער קאפיטל
נאכן פעסטגעשטעלט ווערן אלס א ריכטיגער דורך-און-דורך פאטריאט פארן פאטער-לאנד, איז דעברא אפיציעל אויפגענימען געווארן צו ארבעטן פארן סאוויעטישן רעזשים. דעברא האט נאך אבער געדארפט צו ווארטן עטליכע טעג איידער ער לאזט זיך ארויס באזוכן זיין ברודער, ער האט צוערשט געדארפט ענדיגן די לעקציעס וואס ווערן געגעבן פאר נייע אגענטן אינעם 'סטאסי' און ערשט דערנאך איז ער ערלויבט געווארן צו פארלאזן דייטשלאנד פאר געציילטע וואכן.

די לעקציעס וועלכע דעברא האט געדארפט אדורך גיין, זענען מייסטנס באשטאנען פון ראדיקאלע פראפאגאנדא פארן קאמוניסטישן אידיאלאגיע. אויך האט מען ביי די לעקציעס פארגעברייט די פרישע אגענטן מיט אלע סארטן כיטרע שפיאנאזש טאקטיקן און אזוי ארום איז מען פון דארט ארויס א פערטיגער הארטנעקיגע שטייפער סטאסי אגענט...

ענדגילטיג האט זיך די זאך היבש פארשלעפט און ערשט צוויי וואכן נאכן זיך געזעגענען פון זיין פרוי און קינד ביים באן סטאנציע, האט זיך דעברא ארויסגעלאזט אויפן וועג צום אנדערן זייט פוילן וועלכע ווערט באהערשט דורכן סאוויעטישן פארבאנד.

***

חיים ערוועקט זיך זיך שוין צום דריטן טאג נאכאנאנד אויפן זעלבן הארטן האלץ, די זעלבע אומגעקאלעכטע וואנט, די זעלבע שטיקעדיגע לופט, דורשטיק און הונגעריג, דעמאראליזירט און שטארק צובראכן פיזיש. אבער גייסטיש איז חיים'ל פריש און מינטער, אויפגעלעבט און געשטארקט פאר די געוואלדיגע זכי' פון מקדש שם שמים זיין מיטן זיך נישט ברעכן פאר זיינע אויספארשער ארויסצוגעבן זיינע חברים'ס אידענטיטעט.

חיים האט אלעמאל פיינט געהאט די קאמוניסטישע פארדרייטע אידיאלאגיעס, פארט האט ער דאס קיינמאל נישט געהאט געשפירט אויף די אייגענע ביינער ווי יעצט. אצינד האט חיים קלאר געזען אז זייענדיג א איד איז אומעגליך צו זיין 'אויך' א קאמוניסט, וויבאלד די צוויי זענען ווי פייער און וואסער איינער צום אנדערן, דער קאמוניסטישער גייסט באשטייט פון אינטערדריקן דאס אידישע באפעלקערונג – האט זיך חיים קלאר איבערצייגט.

חיים האט זיך אויפגעזעצט אויף זיין אזוי-גערופענע בעט און מיט ביטערניש זיך דערמאנט פון זיין טייערן ברודער בערל 'א שאד איך האב נישט געניג מסביר געווען פאר מיין יונגער'ן ברודער די שעדליכקייט פון די בליט דארשטיגע קאמוניסטן. א שאד, א שאד. איך האב דאך אים אזויפיל געלערנט זינט דער טאטע איז געשטארבן, פארוואס האב איך אים נישט געניג ערקלערט די סכנה פון די אלע פאטייען, ער וואלט מיר דאך זיכער אויסגעהערט און אפשר אפילו אויסגעפאלגט. נאכדערצו האט דאך דער טאטע דאס געזאגט ממש איידער ער האט זיך געזעגט פון אונז... הלוואי איך זאל זיך נאך אמאל ארויס דערזעהן פון דעם ביטערן תפיסה, איך וועל באלד אפיר זוכן מיין ברודער און אים דערציילן וואספארא אומרעכט 'זיין' באליבטע פארטיי איז קעגן מיר באגאנגען...'

'ס'איז צייט מיר זאלן פטור ווערן פון די אידישע בחורים'לעך וואס געפינען זיך שוין דא איבער א וואך, קיינער פון זיי האלט זיך נישט ביים עפענען דאס מויל און פארציילן וואו עס האלטן זיך אויף זייערע חברים, איך קלער אז מיר קענען זיי שוין שיקן ווייטער' האט דער הויפט אויספארשער געלאזט הערן זיין מיינונג. 'האסטו שוין אויספרובירט אלע אונזערע טאקטיקן' האט דער פאליציי שעף רעאגירט דערצו, מיינענדיג דערמיט די ברוטאלע באהאנדלונגען מיט וועלכע די קאמוניסטן האבן זיך אויסגעצייכנט. 'יא' האט דער הויפט אויספארשער געענפערט א בייזער 'מיר האבן שוין אלעס פרובירט, כמעט אלע פון זיי האבן עטליכע מאל אוועק גע'חלשט דורכאויס די שווערע אויספארשונגען, אבער ס'האט נישט געהאלפן, זייער גייסט איז עפעס ספעציעל שטארק, מיר האבן אזאנס נישט געקענט בייקימען'.

דאן האט דער פאליציי שעף געגעבן זיין צושטימונג און אויסגעפירט 'פיין, אויב אזוי קענען מיר זיי שוין לאזן גיין ווייטער צום קאמוניסטישן גן עדן. ווען איז באשטימט דעם קומעדיגן טראנספארט קיין סיביר?' 'אויף מארגן אוונט, איך וועל זיי שוין זעהן צו ערלעדיגן ברייט פלאץ אויפן באן' האט דער אויספארשער רעאגירט מיט א געלעכטער...


ניינטער קאפיטל
גאנץ גלאטיג איז דעברא אריבער דעם גרעניץ צווישן די רוסישע און דייטשע טעראטאריע. איינמאל דעברא האט געצייגט פארן גרעניץ וועכטער זיין אויסצייכענונג פארן גרעדואירן די לעקציעס אנגענימען צו ווערן אין די 'סטאסי' געהיים-דינסט, האבן זיך גלייך אלע טויערן געעפענט, אדרבה, די גרעניץ וועכטער האבן אים גאר פרובירט צו געפעלן און אויפגענימען מיט די גרעסטע ערע און כבוד.

דעברא האט געדענקט אז דאס לעצטע בריוו וואס ער האט געקריגן פון חיים איז געקימען פון ביאלאסטאק. ער האט דעריבער געווענדע זיינע טריט מיט א שנעלע אימפעט קיין ביאלאסטאק.

זיצנדיג אין באן אויפן וועג קיין ביאלאסטאק האט דעברא כמעט פארגעסן וואו ער געפינט זיך. דעברא'ס מחשבות האבן אים צוריקגעפירט צו זיינע קינדישע יארן אינעם דערפל נישט ווייט פון קראקא, ווען ער פלעגט פארברענגען טאג און נאכט מיט זיין טייערער ברודער חיים'ל. די קליינטשיגע דארף מיט אירע קוים דרייסיג איינוואוינער האט דאך געהאט אזא ספעציעלן חן, די בוימער, די וועלדער ארום, די גרינע וואסער וואס איז דורכגעלאפן אין צענטער פון שטאט, אלעס אלעס געדענקט נאך דעברא מיט יעדען קנייטש. דעברא דערמאנט זיך אפילו, אז ווען א ווילדער הינט האט זיך איין שיינעם טאג באוויזן נעבן זייער הייזקע פונקט ווען ער האט געוואלט אהיימגיין, האט עס אים אנגעהויבן נאך צו יאגן און פרובירט צו באפאלן, דאן איז זיין שטארקער ברודער חיים אים געקימען צו הילף, ער האט זיך שנעל איינגעהאנדלט א דיקע האלץ מיט וועלכע ער האט נאך גרויס מיה באוויזן אפצושרעקן דעם הינט און אים פארשיקט צוריק אין וואלד אריין.

אנקימענדיג קיין ביאלאסטאק האט שוין דעברא נאכאמאל געהאט מיטגעלעבט זיינע יונגע יארן, זיין מוח האט נארוואס לעבעדיג איבערגעשפילט זיין יונג לעבן ווי עס וואלט ווען נעכטן פאסירט. אייגנטליך איז דאס נישט דאס ערשטע מאל וואס זיין כוח הדמיון ארבעט אזוי פיבערהאפטיג, יעדע איבעריגע מינוט לאזן אים זיי אים נישט צוריה, נאכאנאנד דערוועקן זיי אים אין דערמאנען אים פון זיינע פרומע עלטערן און משפחה וועלכע האבן זיך מיט אים אפגעגעבן אזוי אויסערארנטליך, זייער געשמאקע און לעבעדיגע גייסט ערוועקט אין אים א קוואל פון נאסטאלאגיע, די ליבע וואס זיי פלעגן אים אלעמאל געבן גייט אים נישט ארויס פון זיינע מוח קעמערליך.

דעברא שפירט שוין ניטאמאל קיין שוואכקייט אין די פיס, זיי לויפן ווי אין די לופט אן קיין אפשטעל. אט אט קומט שוין דער גליקליכער מינוט ווען זיין ברודער חיים וועט אים געבן זיין ליבליכע קלאפ אין פלייצע. דעברא חלומט שוין וויאזוי זיין ברודער וועט אויפנעמען דעם איבערראשנדן באזוך, 'ער ווייסט דאך ניטאמאל אז איך קום אצינד צו אים, צו זיין פרייד וועט אוודאי נישט זיין קיין גרעניץ. איך ווארט שוין קוים צו הערן זיין גיט ווארט וועלכע ער האט אלעמאל אויפן פלאץ. איך האף אבער ער זאל נישט מאכן קיין וועזן פון מיין אויסזעהן און קליידער, נע, ער וועט זיכער גארנישט זאגן, ער פלעגט מיר קיינמאל נישט פרובירן איינצוטיילן אין מיין פריוואטע לעבן...' האט דעברא געטראכט צו זיך ארויסגייענדיג פונעם באן סטאנציע אין ביאלאסטאק.

דעברא שפעקולירט נישט קיין רגע, ער זוכט אפיר א איד און געט אים א פרעג 'זאג נאר ר' איד, וואו געפינען זיך די נאווארדיקע בחורים?' די ערשטע צוויי אידן וועמען דעברא האט אנגעטראפן האבן געגעבן א קרום מיט נאז און זיך אוועק געדרייט און ווייטער געגאנגען. דאן האט אבער דעברא באמערקט פונדערווייטנס א גרופע אידישע בחורים'לעך, 'אויב געפינט זיך נישט חיים צווישן זיי, וועלן זיי אבער מיר זיכער קענען ענפערן וואו ער דארף זיך צו געפינען' האט דעברא געהאפט.

'בחורים'לעך, זענט איר נאווארדיקע?' 'יא' איז געקימען א שנעלער אבער א שטילער ענפער. 'איך זיך מיין ברודער חיים, ער דרייט זיך צווישן אייך, ווייסט איר וועמען איך מיין?' 'יא, יא, אוודאי ווייסן מיר וועמען איר מיינט, חיים'ל איז דאך פון אונזערע חברה...' 'נו, וואו געפינט ער זיך, וואו דארף ער יעצט צו זיין?' 'אמממ..... ער איז דארט... יא, אין דעם פעסטונג, יא, ליידער ליידער, ער איז אריינגעפאלן אין די נעץ פון די קאמוניסטן...'

דעברא ווערט ווייס ווי קאלעך, דאס בליט קומט אים ארויף אין קאפ, ער גלייבט נישט וואס זיינע אויגן זעהן. דער מעכטיגער ברוינער פעסטונג האט אים פליצלונג געמאכט שווינדלען... 'ווער וואלט אזאנס געגלייבט, דו קאמוניסטן האבן זיך גענימען איבער מיין ברודער?! פארוואס פארווען פארוואו...'

ווען די בחורים'לעך האבן דערזעהן זיין שאק און שוידער און אויפגעפאסט אז דאס איז גאר חיים'ס ברודער, האבן זיי אים גלייך געווינקען ער זאל זיי נאכגיין. דעברא האט געפאלגט און נאכגעגאנגען די בחורים.

נאכן גיין עטליכע גאסן זענען זיי אנגעקימען צו א קליינע רויטע הייזקע, די בחורים זענען זיך אלע פליצלינג צוגאנגען און בלויז איינער איז געבליבן און צוגערופן דעברא צו זיך. דעברא האט זיך דערשראקענערהייט דערנענטערט בעת דער בחור'ל מיטן שווארצן דאטשיק און א קליין שווארץ בערדל הייבט אן רעדן מיט א שטילן קול

'הער צו, דו דארפסט פארשטיין, מיר זענען דא אונטער דעם קאמוניסטישן רעזשים, אלעס מיז זיין באהאלטן און פארשלייערט, די עקזיסטענץ פון 'די נאווארדיקע בחורים' איז א מיליטערישער סוד, קיינער אויסער אירע געציילטע מיטגלידער ווייסן ניטאמאל אז זי עקזעסטירט. איר זאלט זיך פון איצט און ווייטער אבאכט געבן וויאזוי איר רעדט דא, וויבאלד צוליב איין אומשילדיג ווארט קענט איר קריגן א איין-וועג באלעט קיין סיביר. נאכן זעהן אז איר זענט באמת חיים'ס ברודער האבן מיר מחליט געווען אייך צו געטרויען, אבער זייט וויסן אלעס וואס ווייסט און וואס איר וועט געוואויר ווערן פון אונזערע אקטיוויטעטן דארף געהאלט ווערן בסוד, ווייל אז נישט וועלן מיר אלע ליידן און נאכמער אייער ברודער חיים'

צענטער קאפיטל
פיין איך וועל קיינעם נישט דערציילן איבער אייער גרופע' – האט דעברא זיך אנגערופן צום בחור'ל מיט וועמען ער האט זיך דא נארוואס באקענט. דאן האט דעברא אראפגעלאזט דעם טאן און פארגעזעצט 'אבער איך ווייס דאך ניטאמאל פארוואס מיין ברודער געפינט זיך אצינד אין טורמע...'

'דער סיבה איז זייער א פשוטע. איך האב אייך דאך פארציילט אז אונזער גרופע'ס אקטיוויטעטן זענען קעגען די קאמוניסטישע געזעצן, זיי דערלויבן דאך נישט צו פארשפרייטן אידישקייט פאר די יונגווארק, דאס ווערט פאר זיי פאררעכנט ווי א ווידערשפעניגונג אינעם קאמוניסטישן אידיאלאגיע. דיין ברודער איז געווען פון אונזערע בעסטע קעמפער אויפן פראנט, ער האט זיך פאר קיינעם נישט אפשגעשטעלט און זיך נישט דערשראקן פאר קיין זאך אויב האט ער אנעקענט אז דאס וואס ער טיט איז ריכטיג. מיט בלויז ארום צוויי וואכן צוריק האט פאסירט אט דעם שרעקליכן אומגליק און דיין ברודער אינאיינעם מיט נאך עטליכע פון אונזערע חברים זענען געכאפט געווארן רויט-האנטיג דורך אגענטן וואס זענען אונטערגעשטעלט געווארן דורך די פארשאלטענע קאמוניסטישע געהיים דינסט'

הערענדיג דאס, איז דעברא אויפגעשוידערט געווארן ביז גאר. 'איך זעלבסט בין דאך אויך א מיטגליד און אט די דאזיגע געהיים פאלאציי...'

דאס גאנצער ארום האט אים אנגעהויבן שווינדלען, בילדער פון זיין טייערער ברודער חיים שווימען אים ארויף אויפן מוח אויבערפלאך, פון אן אנדער ווינקל אין זיין מוח שטרוימען ארויס די קאמוניסטישע אידיאלאגיעס און פראפאגאנדא מיט וועלכע ער איז פארטעמט געווארן דורכאויס זיינע צענערלינג יארן. דאקעגען דערמאנט זיך דעברא, אז ער האט דא ביי זיך טאש זיינע פאפירן וואס ווייזן איבער אז ער איז נארוואס אפיציעל אריינגענימען געווארן אינעם 'סטאסי'... דעברא איז ממש פארטייפט געווארן פון די אלע קעגענגעזעצטע מחשבות וואס רינגלען ארום זיין מוח, ער האט אים אנגעהויבן שלעכט צו ווערן, דאס אטמען האט זיך אים פארשטייטערט און א נאסע שווייץ האט אים באגאסן.

'ר' יוד איר זענט בסדר'

'יא, יא, אלעס איז בסדר' 'זאג מיר נאר – פרובירט דעברא צו שטארקן זיין אפגעשוואכטע שטימע – איז פארהאן א מעגליכקייט צו קענען באזוכן מיין ברודער אין טורמע?'

'ניין, דער רשעות'דיגער קאמוניסטישער רעזשים ערלויבט נישט צו באזוכן ארעסטאנטן וואס זענען אין טורמע מיט אויפשטאנד-קלאגעס. נאכמער, געווענליך ווערן מער די דאזיגע ארעסטירטע קיינמאל נישט באפרייט, זיי זעהן מער נישט אין זייער לעבן דעם שיין פונעם פרייען זון'

'וואס הייסט, זיי פארבלייבן אין די פונסטערע טורמע קעלערן אזויפיל יארן ביז צו זייער לאנגזאמע טראגישע טויט' – האט דעברא געפרעגט מיט ווייטאג.

'ניין, ס'איז נישט ממש אזוי ביטער ווי איר לייגט עס אראפ, ס'איז אייגנטליך פיל פיל ערגער. נאך וואס די אויספארשונג קאמיסיע פארענדיגט זייער ברוטאלע אויספארשונג ווערן די העפטלינגען געפירט מיט א איין-וועג באן קיין סיביר, דארט פארבלייבן זיי אייביגע קנעכט פון אונזער בליט-דורשטיגע פירער – סטאלין'

אוי וויי, וואס טיה איך דא, וויאזוי גיב איך מיר אן עצה, איך בין דאך ספעציעל געקימען באזוכן מיין ברודער אזא ווייטע און אויסמאדערנדע וועג. וויאזוי איז דאס מעגליך אז אונזער געטרייער פירער זאל זיין אזוי לייכטזיניג מיט זיינע אייגענע בירגער. ווי קען איך גיין פון דאנעט און איבערלאזן מיין ברודער חיים'ל שמאכטן אין די סיבירישע פרעסטן. ניין, איך טרעט נישט ארויס פון דעם שטאט בעפאר מיין פלייצע קריגט נישט קיין גלעט פון מיין ברודער!

דעברא שטייט ווייטער בעת זיינע מחשבות זידן און קאכן, ער באמערקט ניטאמאל אז דער יונג בחור'ל איז שוין לאנג פארשווינדען געווארן...

פארזעצונג קומט אי"ה
לעצט פאראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום דינסטאג דעצמבער 13, 2016 8:18 am, פאראכטן געווארן 6 מאל סך הכל.
א איד צו זיין איז טייער, א איד צו זיין איז גוט, לאמיר אלע טאקע זיין אן ערליכער איד!!! (קרעדיט: עממי).



אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג דעצמבער 04, 2016 9:34 pm

וואס מיינט דאס??? שוין דא א אשכול דערפאר, דא איז נאר פאר קאמענטירען.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » זונטאג דעצמבער 04, 2016 9:58 pm

דא איז עס צאמגעברענגט געווארן לפונדק אחד אנע איבערגעהאקט ווערן.
א איד צו זיין איז טייער, א איד צו זיין איז גוט, לאמיר אלע טאקע זיין אן ערליכער איד!!! (קרעדיט: עממי).



eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3313
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג דעצמבער 05, 2016 10:23 am

eller האט געשריבן:
איש החסד האט געשריבן:ווי דער עולם באמערקט אוודאי איז מיין מהלך הדמיון אינגאנצן אנדערש ווי 'אב זקן'ס'. איז דער עולם אינטערעסירט איך זאל ענדערש פרובירן נאכצומאכן אב זקן'ס מהלך אדער פארבלייבן מיט מיין סארט סטיל?

טריי ביידע די מעשה אויף די סטייל און א אנדערע אויף אלטען טאטענס סטייל ושלום על ישראל.

אבער לויט מיין מיינונג אנדערש מאך אים נאך . כ'האב ספעציעל הנאה געהאט פון זיין מהלך עפעס אויסערגעווענליך ..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובהדורך געקלערט » מאנטאג דעצמבער 05, 2016 2:27 pm

wow wow איש החסד איך בין אמת'דיג ערשטוינט פון דיין טאלאנט, דיין דראמאטישקייט, שפראך, און כח הדמיון, די מעשה איז גאר הערליך צוזאמגעפלאכטן, גיי אן ווייטער מיט די מעשה און איך פראזענדליך האלט אז די קענסט רואיגערהייט ארויסגעבן א ביכל דערפון, ס'איז נישט ווייניגער אינטערסאנט ווי חיים וואלדער און יאיר וויינשטאק'ס מעשיות (נאכנישט ווי י' ווייס) און איך מאך נישט יעצט קיין וויץ, איך האב אלץ קינד אדורך געליינט אלע ביכער און איך זאג דיר אז די האסט די טאלאנט און אז די וועסט זיך ערענסט אריינלייגן אין די זאך קענסטו שטארק מצליח זיין.

שמו
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מאנטאג דעצמבער 05, 2016 3:45 pm

געוואלדיג ייש"כ מרובה גיי אן פעסט
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג דעצמבער 05, 2016 3:47 pm

געקלערט האט געשריבן:wow wow איש החסד איך בין אמת'דיג ערשטוינט פון דיין טאלאנט, דיין דראמאטישקייט, שפראך, און כח הדמיון, די מעשה איז גאר הערליך צוזאמגעפלאכטן, גיי אן ווייטער מיט די מעשה און איך פראזענדליך האלט אז די קענסט רואיגערהייט ארויסגעבן א ביכל דערפון, ס'איז נישט ווייניגער אינטערסאנט ווי חיים וואלדער און יאיר וויינשטאק'ס מעשיות (נאכנישט ווי י' ווייס) און איך מאך נישט יעצט קיין וויץ, איך האב אלץ קינד אדורך געליינט אלע ביכער און איך זאג דיר אז די האסט די טאלאנט און אז די וועסט זיך ערענסט אריינלייגן אין די זאך קענסטו שטארק מצליח זיין.

שמו האט געשריבן:געוואלדיג ייש"כ מרובה גיי אן פעסט
אויסגערעכנט האט געשריבן:
יהודי האט געשריבן:בלייב ווער די ביסט. עס איז געוואלדיג ! ישר כח
קאטשקע האט געשריבן:massive
אויסגערעכנט האט געשריבן:אייוועלט פארמאגט א נייער שטערן, דער איז גאר גוט
פרוביר אויך האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:איש דו ווערסט מיר בעסער פון מינוט צו מינוט!

עס שפינט זיך דא א העכסט דראמאטישע מעשה אונטער אונזער רוקן ווען ידע פאר שעה וואקסט ארויס א פרישער פארזעצונג... ביסט געוואלדיג!!
אויסגערעכנט האט געשריבן:עס זעט אויס ווי עס קומט א גוטס... עס איז שוין גוט אבער עס זעט אויס ווי מיר קריכן אריין אין א טיפע זימפ..

עס וואלט גוט געווען אז סוף פון יעדע חלק פון די מעשה זאל זיין א לינק אריין דא צו קאמענטירען, אזוי וועט מען געדענקען גלייך צו קאמפלימענטירן, און אזוי וועט מען געדענקן אז עס איז דא א אשכול דערפאר, און מען זאל נישט מיגב זיין אין יענע אשכול.
לכאורה האט געשריבן:העכסט פראפעסיאנאל.
שמו האט געשריבן:איש החסד
דו טוסט מיט אונז א חסד
מיטן באשרייבן דעם געוואלדיגן מעשה
וואס איז להפליא אפי' שמעולם לא נעשה
גיי אן ווייטער מיט א געשמאק
און דערפריש אונז מיט דיין געבאק
לכאורה האט געשריבן:ר' איש החסד, איר האט א פיינעם טאלאנט
רינדעכיג האט געשריבן:Wordless!!! Keep 'em coming


נישטא קיין ווערטער!
א איד צו זיין איז טייער, א איד צו זיין איז גוט, לאמיר אלע טאקע זיין אן ערליכער איד!!! (קרעדיט: עממי).



אוועטאר
חושב מחשבות...
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג דעצמבער 06, 2016 1:22 am

אויסגערעכנט האט געשריבן:אייוועלט פארמאגט א נייער שטערן, דער איז גאר גוט
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!!!!!!!!

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג דעצמבער 06, 2016 1:44 am

eller האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
איש החסד האט געשריבן:ווי דער עולם באמערקט אוודאי איז מיין מהלך הדמיון אינגאנצן אנדערש ווי 'אב זקן'ס'. איז דער עולם אינטערעסירט איך זאל ענדערש פרובירן נאכצומאכן אב זקן'ס מהלך אדער פארבלייבן מיט מיין סארט סטיל?

טריי ביידע די מעשה אויף די סטייל און א אנדערע אויף אלטען טאטענס סטייל ושלום על ישראל.

אבער לויט מיין מיינונג אנדערש מאך אים נאך . כ'האב ספעציעל הנאה געהאט פון זיין מהלך עפעס אויסערגעווענליך ..

אבער ווען דו ביסט איך, און איך בין דו, דעמאלסט בין איך נישט איך, און דו ביסט נישט דו...

והמבין יבין.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג דעצמבער 06, 2016 2:39 am

עפעס א בילד הייבט זיך אן פארעמען... שכוח החסד
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » דינסטאג דעצמבער 06, 2016 5:44 am

סוועבט זיך א ערענסטע געשיכטע דא אויפן וועלטל
קע"ה איש החסד א גיטע ארבעט
קיפ אן

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3313
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:21 am

אויסגערעכנט האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
איש החסד האט געשריבן:ווי דער עולם באמערקט אוודאי איז מיין מהלך הדמיון אינגאנצן אנדערש ווי 'אב זקן'ס'. איז דער עולם אינטערעסירט איך זאל ענדערש פרובירן נאכצומאכן אב זקן'ס מהלך אדער פארבלייבן מיט מיין סארט סטיל?

טריי ביידע די מעשה אויף די סטייל און א אנדערע אויף אלטען טאטענס סטייל ושלום על ישראל.

אבער לויט מיין מיינונג אנדערש מאך אים נאך . כ'האב ספעציעל הנאה געהאט פון זיין מהלך עפעס אויסערגעווענליך ..

אבער ווען דו ביסט איך, און איך בין דו, דעמאלסט בין איך נישט איך, און דו ביסט נישט דו...

והמבין יבין.

ער שרייבט דאך אליין אז ער קען גיין אויף זיין סטייל..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג דעצמבער 06, 2016 1:17 pm

נו, ווען קומט שוין די נעקסטע???


מיר זענען אנגעצויגן ווי די טערקן אין פראנקרייך!!
א איד צו זיין איז טייער, א איד צו זיין איז גוט, לאמיר אלע טאקע זיין אן ערליכער איד!!! (קרעדיט: עממי).



ha ha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

תגובהדורך ha ha » דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:05 pm

קאטשקע האט געשריבן:massive

איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 397
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובהדורך איש החסד » דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:23 pm

אז דער עולם וועט ווייטער בלויז צוטירן שכוח'ס פון אנדערע וועל איך אויך אנהייבן צוטירן מעשות פון אנדערע..... :lol:

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:40 pm

אקעי, אנע ציטאטן...
איך וויל מיר פערזענליך באדאנקען פאר איש החסד...
נ.ב.
ביטע נישט מיט סטראשונקעס, ווילסט זיך נישט פארמעסטן מיט מיר...
א איד צו זיין איז טייער, א איד צו זיין איז גוט, לאמיר אלע טאקע זיין אן ערליכער איד!!! (קרעדיט: עממי).



אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2616
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:41 pm

איש החסד האט געשריבן:אז דער עולם וועט ווייטער בלויז צוטירן שכוח'ס פון אנדערע וועל איך אויך אנהייבן צוטירן מעשות פון אנדערע..... :lol:

אקעי... ;l;p-
Democrats need to start getting elected by doing things right, not waiting for someone else to do something wrong.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot], Google [Bot], Jobless, Joel CPA, בשבילי נברא, הצדיק, יש ברירה און 21 געסט