די אומגעלונגענע קידנעפינג.!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

איש החסד האט געשריבן:
ha ha האט געשריבן:גייט אויך קימען א PDF ווען די ענדיגסט?

אז ס'וועט זיך איינער מרחם זיין און מאכן, וועט זיין.

איך האב געמאכט, ס'גייט פשוט נישט ארויף, ס'איז צו א גרויסע פייל
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

נו, וואזשע קאן מען טיען דערצו...?! אפשר האט מומחה עפעס אן עצה?!
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

מאך נישט יעצט, ווארט ווען ספארטיג.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

זעט אויס ווי איך דארף טוישן די סעטינג פון באקומען א מעלדונג ווען עפעס קומט צו צום אשכול דא......
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

שמו האט געשריבן:נאר געשריבן כדי צו קענען זיך אויפסיינען צו באקומען א באריכט ווען ס'דא א תגובה
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

נאכן פעסטגעשטעלט ווערן אלס א ריכטיגער דורך-און-דורך פאטריאט פארן פאטער-לאנד, איז דעברא אפיציעל אויפגענימען געווארן צו ארבעטן פארן סאוויעטישן רעזשים. דעברא האט נאך אבער געדארפט צו ווארטן עטליכע טעג איידער ער לאזט זיך ארויס באזוכן זיין ברודער, ער האט צוערשט געדארפט ענדיגן די לעקציעס וואס ווערן געגעבן פאר נייע אגענטן אינעם 'סטאסי' און ערשט דערנאך איז ער ערלויבט געווארן צו פארלאזן דייטשלאנד פאר געציילטע וואכן.

די לעקציעס וועלכע דעברא האט געדארפט אדורך גיין, זענען מייסטנס באשטאנען פון ראדיקאלע פראפאגאנדא פארן קאמוניסטישן אידיאלאגיע. אויך האט מען ביי די לעקציעס פארגעברייט די פרישע אגענטן מיט אלע סארטן כיטרע שפיאנאזש טאקטיקן און אזוי ארום איז מען פון דארט ארויס א פערטיגער הארטנעקיגע שטייפער סטאסי אגענט...

ענדגילטיג האט זיך די זאך היבש פארשלעפט און ערשט צוויי וואכן נאכן זיך געזעגענען פון זיין פרוי און קינד ביים באן סטאנציע, האט זיך דעברא ארויסגעלאזט אויפן וועג צום אנדערן זייט פוילן וועלכע ווערט באהערשט דורכן סאוויעטישן פארבאנד.

***

חיים ערוועקט זיך זיך שוין צום דריטן טאג נאכאנאנד אויפן זעלבן הארטן האלץ, די זעלבע אומגעקאלעכטע וואנט, די זעלבע שטיקעדיגע לופט, דורשטיק און הונגעריג, דעמאראליזירט און שטארק צובראכן פיזיש. אבער גייסטיש איז חיים'ל פריש און מינטער, אויפגעלעבט און געשטארקט פאר די געוואלדיגע זכי' פון מקדש שם שמים זיין מיטן זיך נישט ברעכן פאר זיינע אויספארשער ארויסצוגעבן זיינע חברים'ס אידענטיטעט.

חיים האט אלעמאל פיינט געהאט די קאמוניסטישע פארדרייטע אידיאלאגיעס, פארט האט ער דאס קיינמאל נישט געהאט געשפירט אויף די אייגענע ביינער ווי יעצט. אצינד האט חיים קלאר געזען אז זייענדיג א איד איז אומעגליך צו זיין 'אויך' א קאמוניסט, וויבאלד די צוויי זענען ווי פייער און וואסער איינער צום אנדערן, דער קאמוניסטישער גייסט באשטייט פון אינטערדריקן דאס אידישע באפעלקערונג – האט זיך חיים קלאר איבערצייגט.

חיים האט זיך אויפגעזעצט אויף זיין אזוי-גערופענע בעט און מיט ביטערניש זיך דערמאנט פון זיין טייערן ברודער בערל 'א שאד איך האב נישט געניג מסביר געווען פאר מיין יונגער'ן ברודער די שעדליכקייט פון די בליט דארשטיגע קאמוניסטן. א שאד, א שאד. איך האב דאך אים אזויפיל געלערנט זינט דער טאטע איז געשטארבן, פארוואס האב איך אים נישט געניג ערקלערט די סכנה פון די אלע פאטייען, ער וואלט מיר דאך זיכער אויסגעהערט און אפשר אפילו אויסגעפאלגט. נאכדערצו האט דאך דער טאטע דאס געזאגט ממש איידער ער האט זיך געזעגט פון אונז... הלוואי איך זאל זיך נאך אמאל ארויס דערזעהן פון דעם ביטערן תפיסה, איך וועל באלד אפיר זוכן מיין ברודער און אים דערציילן וואספארא אומרעכט 'זיין' באליבטע פארטיי איז קעגן מיר באגאנגען...'

'ס'איז צייט מיר זאלן פטור ווערן פון די אידישע בחורים'לעך וואס געפינען זיך שוין דא איבער א וואך, קיינער פון זיי האלט זיך נישט ביים עפענען דאס מויל און פארציילן וואו עס האלטן זיך אויף זייערע חברים, איך קלער אז מיר קענען זיי שוין שיקן ווייטער' האט דער הויפט אויספארשער געלאזט הערן זיין מיינונג. 'האסטו שוין אויספרובירט אלע אונזערע טאקטיקן' האט דער פאליציי שעף רעאגירט דערצו, מיינענדיג דערמיט די ברוטאלע באהאנדלונגען מיט וועלכע די קאמוניסטן האבן זיך אויסגעצייכנט. 'יא' האט דער הויפט אויספארשער געענפערט א בייזער 'מיר האבן שוין אלעס פרובירט, כמעט אלע פון זיי האבן עטליכע מאל אוועק גע'חלשט דורכאויס די שווערע אויספארשונגען, אבער ס'האט נישט געהאלפן, זייער גייסט איז עפעס ספעציעל שטארק, מיר האבן אזאנס נישט געקענט בייקימען'.

דאן האט דער פאליציי שעף געגעבן זיין צושטימונג און אויסגעפירט 'פיין, אויב אזוי קענען מיר זיי שוין לאזן גיין ווייטער צום קאמוניסטישן גן עדן. ווען איז באשטימט דעם קומעדיגן טראנספארט קיין סיביר?' 'אויף מארגן אוונט, איך וועל זיי שוין זעהן צו ערלעדיגן ברייט פלאץ אויפן באן' האט דער אויספארשער רעאגירט מיט א געלעכטער...
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

גאנץ גלאטיג איז דעברא אריבער דעם גרעניץ צווישן די רוסישע און דייטשע טעראטאריע. איינמאל דעברא האט געצייגט פארן גרעניץ וועכטער זיין אויסצייכענונג פארן גרעדואירן די לעקציעס אנגענימען צו ווערן אין די 'סטאסי' געהיים-דינסט, האבן זיך גלייך אלע טויערן געעפענט, אדרבה, די גרעניץ וועכטער האבן אים גאר פרובירט צו געפעלן און אויפגענימען מיט די גרעסטע ערע און כבוד.

דעברא האט געדענקט אז דאס לעצטע בריוו וואס ער האט געקריגן פון חיים איז געקימען פון ביאלאסטאק. ער האט דעריבער געווענדע זיינע טריט מיט א שנעלע אימפעט קיין ביאלאסטאק.

זיצנדיג אין באן אויפן וועג קיין ביאלאסטאק האט דעברא כמעט פארגעסן וואו ער געפינט זיך. דעברא'ס מחשבות האבן אים צוריקגעפירט צו זיינע קינדישע יארן אינעם דערפל נישט ווייט פון קראקא, ווען ער פלעגט פארברענגען טאג און נאכט מיט זיין טייערער ברודער חיים'ל. די קליינטשיגע דארף מיט אירע קוים דרייסיג איינוואוינער האט דאך געהאט אזא ספעציעלן חן, די בוימער, די וועלדער ארום, די גרינע וואסער וואס איז דורכגעלאפן אין צענטער פון שטאט, אלעס אלעס געדענקט נאך דעברא מיט יעדען קנייטש. דעברא דערמאנט זיך אפילו, אז ווען א ווילדער הינט האט זיך איין שיינעם טאג באוויזן נעבן זייער הייזקע פונקט ווען ער האט געוואלט אהיימגיין, האט עס אים אנגעהויבן נאך צו יאגן און פרובירט צו באפאלן, דאן איז זיין שטארקער ברודער חיים אים געקימען צו הילף, ער האט זיך שנעל איינגעהאנדלט א דיקע האלץ מיט וועלכע ער האט נאך גרויס מיה באוויזן אפצושרעקן דעם הינט און אים פארשיקט צוריק אין וואלד אריין.

אנקימענדיג קיין ביאלאסטאק האט שוין דעברא נאכאמאל געהאט מיטגעלעבט זיינע יונגע יארן, זיין מוח האט נארוואס לעבעדיג איבערגעשפילט זיין יונג לעבן ווי עס וואלט ווען נעכטן פאסירט. אייגנטליך איז דאס נישט דאס ערשטע מאל וואס זיין כוח הדמיון ארבעט אזוי פיבערהאפטיג, יעדע איבעריגע מינוט לאזן אים זיי אים נישט צוריה, נאכאנאנד דערוועקן זיי אים אין דערמאנען אים פון זיינע פרומע עלטערן און משפחה וועלכע האבן זיך מיט אים אפגעגעבן אזוי אויסערארנטליך, זייער געשמאקע און לעבעדיגע גייסט ערוועקט אין אים א קוואל פון נאסטאלאגיע, די ליבע וואס זיי פלעגן אים אלעמאל געבן גייט אים נישט ארויס פון זיינע מוח קעמערליך.

דעברא שפירט שוין ניטאמאל קיין שוואכקייט אין די פיס, זיי לויפן ווי אין די לופט אן קיין אפשטעל. אט אט קומט שוין דער גליקליכער מינוט ווען זיין ברודער חיים וועט אים געבן זיין ליבליכע קלאפ אין פלייצע. דעברא חלומט שוין וויאזוי זיין ברודער וועט אויפנעמען דעם איבערראשנדן באזוך, 'ער ווייסט דאך ניטאמאל אז איך קום אצינד צו אים, צו זיין פרייד וועט אוודאי נישט זיין קיין גרעניץ. איך ווארט שוין קוים צו הערן זיין גיט ווארט וועלכע ער האט אלעמאל אויפן פלאץ. איך האף אבער ער זאל נישט מאכן קיין וועזן פון מיין אויסזעהן און קליידער, נע, ער וועט זיכער גארנישט זאגן, ער פלעגט מיר קיינמאל נישט פרובירן איינצוטיילן אין מיין פריוואטע לעבן...' האט דעברא געטראכט צו זיך ארויסגייענדיג פונעם באן סטאנציע אין ביאלאסטאק.

דעברא שפעקולירט נישט קיין רגע, ער זוכט אפיר א איד און געט אים א פרעג 'זאג נאר ר' איד, וואו געפינען זיך די נאווארדיקע בחורים?' די ערשטע צוויי אידן וועמען דעברא האט אנגעטראפן האבן געגעבן א קרום מיט נאז און זיך אוועק געדרייט און ווייטער געגאנגען. דאן האט אבער דעברא באמערקט פונדערווייטנס א גרופע אידישע בחורים'לעך, 'אויב געפינט זיך נישט חיים צווישן זיי, וועלן זיי אבער מיר זיכער קענען ענפערן וואו ער דארף זיך צו געפינען' האט דעברא געהאפט.

'בחורים'לעך, זענט איר נאווארדיקע?' 'יא' איז געקימען א שנעלער אבער א שטילער ענפער. 'איך זיך מיין ברודער חיים, ער דרייט זיך צווישן אייך, ווייסט איר וועמען איך מיין?' 'יא, יא, אוודאי ווייסן מיר וועמען איר מיינט, חיים'ל איז דאך פון אונזערע חברה...' 'נו, וואו געפינט ער זיך, וואו דארף ער יעצט צו זיין?' 'אמממ..... ער איז דארט... יא, אין דעם פעסטונג, יא, ליידער ליידער, ער איז אריינגעפאלן אין די נעץ פון די קאמוניסטן...'

דעברא ווערט ווייס ווי קאלעך, דאס בליט קומט אים ארויף אין קאפ, ער גלייבט נישט וואס זיינע אויגן זעהן. דער מעכטיגער ברוינער פעסטונג האט אים פליצלונג געמאכט שווינדלען... 'ווער וואלט אזאנס געגלייבט, דו קאמוניסטן האבן זיך גענימען איבער מיין ברודער?! פארוואס פארווען פארוואו...'

ווען די בחורים'לעך האבן דערזעהן זיין שאק און שוידער און אויפגעפאסט אז דאס איז גאר חיים'ס ברודער, האבן זיי אים גלייך געווינקען ער זאל זיי נאכגיין. דעברא האט געפאלגט און נאכגעגאנגען די בחורים.

נאכן גיין עטליכע גאסן זענען זיי אנגעקימען צו א קליינע רויטע הייזקע, די בחורים זענען זיך אלע פליצלינג צוגאנגען און בלויז איינער איז געבליבן און צוגערופן דעברא צו זיך. דעברא האט זיך דערשראקענערהייט דערנענטערט בעת דער בחור'ל מיטן שווארצן דאטשיק און א קליין שווארץ בערדל הייבט אן רעדן מיט א שטילן קול

'הער צו, דו דארפסט פארשטיין, מיר זענען דא אונטער דעם קאמוניסטישן רעזשים, אלעס מיז זיין באהאלטן און פארשלייערט, די עקזיסטענץ פון 'די נאווארדיקע בחורים' איז א מיליטערישער סוד, קיינער אויסער אירע געציילטע מיטגלידער ווייסן ניטאמאל אז זי עקזעסטירט. איר זאלט זיך פון איצט און ווייטער אבאכט געבן וויאזוי איר רעדט דא, וויבאלד צוליב איין אומשילדיג ווארט קענט איר קריגן א איין-וועג באלעט קיין סיביר. נאכן זעהן אז איר זענט באמת חיים'ס ברודער האבן מיר מחליט געווען אייך צו געטרויען, אבער זייט וויסן אלעס וואס ווייסט און וואס איר וועט געוואויר ווערן פון אונזערע אקטיוויטעטן דארף געהאלט ווערן בסוד, ווייל אז נישט וועלן מיר אלע ליידן און נאכמער אייער ברודער חיים'
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

'פיין איך וועל קיינעם נישט דערציילן איבער אייער גרופע' – האט דעברא זיך אנגערופן צום בחור'ל מיט וועמען ער האט זיך דא נארוואס באקענט. דאן האט דעברא אראפגעלאזט דעם טאן און פארגעזעצט 'אבער איך ווייס דאך ניטאמאל פארוואס מיין ברודער געפינט זיך אצינד אין טורמע...'

'דער סיבה איז זייער א פשוטע. איך האב אייך דאך פארציילט אז אונזער גרופע'ס אקטיוויטעטן זענען קעגען די קאמוניסטישע געזעצן, זיי דערלויבן דאך נישט צו פארשפרייטן אידישקייט פאר די יונגווארק, דאס ווערט פאר זיי פאררעכנט ווי א ווידערשפעניגונג אינעם קאמוניסטישן אידיאלאגיע. דיין ברודער איז געווען פון אונזערע בעסטע קעמפער אויפן פראנט, ער האט זיך פאר קיינעם נישט אפשגעשטעלט און זיך נישט דערשראקן פאר קיין זאך אויב האט ער אנעקענט אז דאס וואס ער טיט איז ריכטיג. מיט בלויז ארום צוויי וואכן צוריק האט פאסירט אט דעם שרעקליכן אומגליק און דיין ברודער אינאיינעם מיט נאך עטליכע פון אונזערע חברים זענען געכאפט געווארן רויט-האנטיג דורך אגענטן וואס זענען אונטערגעשטעלט געווארן דורך די פארשאלטענע קאמוניסטישע געהיים דינסט'

הערענדיג דאס, איז דעברא אויפגעשוידערט געווארן ביז גאר. 'איך זעלבסט בין דאך אויך א מיטגליד און אט די דאזיגע געהיים פאלאציי...'

דאס גאנצער ארום האט אים אנגעהויבן שווינדלען, בילדער פון זיין טייערער ברודער חיים שווימען אים ארויף אויפן מוח אויבערפלאך, פון אן אנדער ווינקל אין זיין מוח שטרוימען ארויס די קאמוניסטישע אידיאלאגיעס און פראפאגאנדא מיט וועלכע ער איז פארטעמט געווארן דורכאויס זיינע צענערלינג יארן. דאקעגען דערמאנט זיך דעברא, אז ער האט דא ביי זיך טאש זיינע פאפירן וואס ווייזן איבער אז ער איז נארוואס אפיציעל אריינגענימען געווארן אינעם 'סטאסי'... דעברא איז ממש פארטייפט געווארן פון די אלע קעגענגעזעצטע מחשבות וואס רינגלען ארום זיין מוח, ער האט אים אנגעהויבן שלעכט צו ווערן, דאס אטמען האט זיך אים פארשטייטערט און א נאסע שווייץ האט אים באגאסן.

'ר' יוד איר זענט בסדר'

'יא, יא, אלעס איז בסדר' 'זאג מיר נאר – פרובירט דעברא צו שטארקן זיין אפגעשוואכטע שטימע – איז פארהאן א מעגליכקייט צו קענען באזוכן מיין ברודער אין טורמע?'

'ניין, דער רשעות'דיגער קאמוניסטישער רעזשים ערלויבט נישט צו באזוכן ארעסטאנטן וואס זענען אין טורמע מיט אויפשטאנד-קלאגעס. נאכמער, געווענליך ווערן מער די דאזיגע ארעסטירטע קיינמאל נישט באפרייט, זיי זעהן מער נישט אין זייער לעבן דעם שיין פונעם פרייען זון'

'וואס הייסט, זיי פארבלייבן אין די פונסטערע טורמע קעלערן אזויפיל יארן ביז צו זייער לאנגזאמע טראגישע טויט' – האט דעברא געפרעגט מיט ווייטאג.

'ניין, ס'איז נישט ממש אזוי ביטער ווי איר לייגט עס אראפ, ס'איז אייגנטליך פיל פיל ערגער. נאך וואס די אויספארשונג קאמיסיע פארענדיגט זייער ברוטאלע אויספארשונג ווערן די העפטלינגען געפירט מיט א איין-וועג באן קיין סיביר, דארט פארבלייבן זיי אייביגע קנעכט פון אונזער בליט-דורשטיגע פירער – סטאלין'

אוי וויי, וואס טיה איך דא, וויאזוי גיב איך מיר אן עצה, איך בין דאך ספעציעל געקימען באזוכן מיין ברודער אזא ווייטע און אויסמאדערנדע וועג. וויאזוי איז דאס מעגליך אז אונזער געטרייער פירער זאל זיין אזוי לייכטזיניג מיט זיינע אייגענע בירגער. ווי קען איך גיין פון דאנעט און איבערלאזן מיין ברודער חיים'ל שמאכטן אין די סיבירישע פרעסטן. ניין, איך טרעט נישט ארויס פון דעם שטאט בעפאר מיין פלייצע קריגט נישט קיין גלעט פון מיין ברודער!

דעברא שטייט ווייטער בעת זיינע מחשבות זידן און קאכן, ער באמערקט ניטאמאל אז דער יונג בחור'ל איז שוין לאנג פארשווינדען געווארן...
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

דעברא האט טאקע נישט באמערקט פארוואס דער בחור'ל איז אזוי פלוצים פארשוואונדן געווארן, אבער דער בחור'ל מיט זיינע פעך שווארצע אויגעלעך האט באמערקט עפעס וואס האט אים געצווינגען דאס צו טאן.

פיר שארפע פאר אויגן האבן מיטגעהאלטן דעם גאנצן ספעקטאל, זיצנדיג אינעם גרויען אויטא וואס האט אויסערליך געשפילט א ראלע ווי א פארלאזטע פארזשאווערטע אויטא וואס איז פערצופאל פארקירט געווארן צווישן די דערנעבענדיגע הויעכע גראז און ביימער, האבן זיי אלעס באבאכטעט און מיטגעהאלטן פון דער נאנט...

א ווילדע קלאפ אין די פלייצע האט דעברא ערוועקט פון זיינע בייזע מחשבות. נאך איידער דעברא האט עספיעט זיך אויסצודרייען און זעהן ווער דאס איז, האט א הויעכער געשריי אפגעהילעכט 'זאג, זענט איר דעברא דער נארוואס פרישער סטאסי אגענט?!' דעברא דרייט זיך אויס צום ריכטונג פון וואו דער קלאפ איז געקימען, ער דערזעהט פאר זיך א מאן באקליידעט מיט ציווילע קליידונג, א ברוינעם דאטשיק באדעקט זיינע אויסגעקראכענע האר, ברייטע דיקע וואנצעס וועלכע פארשטעלן אים די לעפצן, און זיינע אויגן זענען פארשטעלט מיט טונקעלע זון-ברילן.

'יא, איך בין דאס דעברא א לעצט געווארענער סטאסי אגענט! און ווער זענט איר?!'

'איך זעה אז דו ביסט א גרינער אין דעם פעלד, נו, אויב אזוי וועל איך דיר ערקלערן. הער דו מיר צו: איז זענט דא אונטערן קאמוניסטישן רעזשים, יעדע ריר, באוועגונג און יעדעס איינציגע ווארט ווערט דא נאכגעקיקט דורך אונזערע געהיים אגענטן מיט טויזנט אויגן. וויסן זאלסטו דעברא, מיר קיקן דיר שוין נאך זינט איר האט פארלאזט אונזער הויפט-קווארטיר אין קעלן, מיר גייען נאך דיינע טריט, דיינע ווערטער אויסטוישן און זאגאר אויך דיינע מחשבות... עס איז אונז שוין גלייך געווען עפעס מאדנע מיט אייך, וואס פשט אז ווי נאר איר ווערט א אונזעריגער אגענט אין דייטשלאנד לויפט גלייך באזוכן אייער ברודער אין פוילן... מיר האבן גלייך דערשפירט אז פילייכט געהערט איר צו די אידישע אונטערגרונד, דעריבער האבן מיר אייך נאכגעקיקט זעהן וואו אהין איר וועט ווענדן אייערע טריט, אצינד האבן מיר אייך געכאפט רויט-האנטיג, מיר ווייסן זייער גיט ווער דער בחור'ל מיט וועמען איר האט אקורשט פארבראכט איז געווען. ער איז דאך פון די בארימטע פירער פון די אידישע אונטערגרונד באוועגונג...'

'אנטשולדיגט מיר, אבער איך האב קיין השגה נישט ווער ס'איז דער דאזיגער בחור, איך האב אים בלויז געפרעגט אויב ער ווייסט אפשר וואו איך קען געפינען מיין ברודער...'
'נו, און וואס האט ער דיר געענפערט וואו איז דיין ברודער וועמען דו האסט אזוי געוואלט גיין באזוכן?'

'ער געפינט זיך אינעם שטאטישן טורמע, ער איז ארעסטירט געווארן דורך אונזערע אגענטן וויבאלד ער האט פרובירט צו פארשפרייטן אידישקייט!. אבער ווי איר זעט בין איך דאך בכלל נישט רעליגיעז, איך בין גענצליך נישט איינשטימיג מיט מיין ברודער'ס אנטי-קאמוניסטישע אידיאלאגיע. פארט בין איך זיין ברודער און שטארק נאנט מיט אים...'

'נע, ס'פעלט בכלל נישט אויס איר זאלט זיך פאר מיר פרובירן צו פארענפערן, פארענפערן וועט איר זיך שוין פארן אויספארשער טיף אין אונזערע טורמע קעלערן... דארט גלייב איך וועט איר נישט ווייטער פארקויפן אייערע פיסטע אידישע נארישקייטן. מיר קענען די אידעלעך זייער גיט. מיר ווייסן שוין גיט אייער פאלשקייט. אונז וועט איר נישט קענען אפקויפן מיט אזאנע מאדנע תירוצים וואס זענען קענטבאר אקורשט פאבראצירט געווארן... דארט וועט איר זיך שוין קענען גאנץ שנעל טרעפן מיט אייער פארלוירענעם ברודער...'

נאך איידער דעברא האט ווירקליך אויפגעפאסט אין וואספארא שרעקליכע שיקזאל ער איז אצינד אריינגעפאלן דערזעהט ער א קליין אויטא זיך דערנענטערן, אויף די דאזיגע אויטא איז געווען קענטבאר אז זי באלאנגט פאר די סוויעטישע רעגירונג. דער אויטא איז געקימען צו פארן מיט א שנעלקייט אין דעברא'ס ריכטונג, דאן האט דאס געמאכט א האסטיגן אפשטעל פארענט פון דעברא. צוויי ברייט-ביינערדיגע סטאסי אגענטן האבן זיך ארויסדערווישט פון דעם קליין טיר'ל, זיי האבן מיט שנעלע און ווילדע טריט זיך דערנענטערט צו דעברא, אים א כאפ געטאן און אריינגעשליידערט אינעם אינטערשטן טייל פונעם אויטא.

**

נאך יענעם אויפדערנאכט האט זיך דעברא, אינאיינעם מיט ברודער חיים, געפינען אויפן טראנספארט אויפן וועג קיין סיביר...
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

האט איר געליינט און יא אדער נישט הנאה געהאט, דאן קומט אהער דא און לאזט אייך הערן!
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

דער לאנגער און שווערער וועג קיין צפון-מזרח רוסלאנד איז ווירקליך געווען גאר א שווערער און אויסמאטערנדע, אבער פאר דעברא און חיים איז דער דאזיגער וועג געווען די געשמאקסטע פארברענג פון צוויי בענקעדיגע ברודער נאך א לאנגע תקופה זייט אפוועזנט. דעברא און חיים האבן ניטאמאל דערשפירט די שווערע ציפעדיגע סיבירישע פרעסטן, די הונגער האט זיי נישט גענאגט, דער דורשט האט זיי נישט פארטריקענט דעם שטימע, זיי האבן זיך אצינד געפינען אינגאנצן אין א אנדערע אטמאספערע, פאר זייערע אויגן האבן זיי בלויז געזעהן די קליינע געסעלעך פון זייער דערפעלע. דעם גרויסן בוים פארנט פון זייער הויז אויף וועלכע זיי פלעגן פיל מאל ארויפקריכן און דערמיט הנאה געהאט פון זייערע קינדישע לעבנ'ס, האט זיי איצטער איינגעהילט אין זיינע ברייטע צווייגן. זייער טאטע'ס מוסר שמועסן, און די מאמע'ס ליבליכע גלעט האט זיי דערפרישט און אויפגעלייגט. אלעס האט זיך איבערגעשפילט פאר זייערע אויגן ווי עס פאסירט איצט אין רעאליטעט.

ערשט ווען די באן איז שוין אפגעפארן א האלבע וועג האבן זיך די צוויי ברודער'ס געכאפט אז זיי האבן נאך ניטאמאל אנגעהויבן רעדן קיינע תכלית'דיגע ווערטער, חיים האט נאך דערווייל גענצליך פארגעסן צו פרעגן זיין ברודער וואס ער זוכט דא אויף דעם באן בכלל... אויך דעברא האט נאך ניטאמאל עספיעט צו פרעגן חיים וויאזוי ס'זענען דורך זיינע טעג אין די קאמוניסטישע תפיסה קעלערן...

*
דעברא איז געזיצן אויף זיין ענגע ארט אויפן באן און זיך צוגעהערט צו די שוידערליכע ברוטאלע אויספארשונגען וואס זיין ברודער חיים איז נעבעך אדורך אין די סאוויעטישע טורמע קעלערן. אצינד איז דעברא געוואויר געווארן אז די סאוויעטישע טורמע'ס זענען גארנישט אונטערשטעליג ווי די פארצייטישע שפאנישע אינקוויזיציע קעלערן, די מערדערליכע אויספארשונג מעטאדן זעהן אויס צו זייך אקוראט נאכקאפירט איינע פון די אנדערע.

ווען חיים האט באמערקט א טרערעלע אראפנידערן פון דעברא'ס אויגן, האט ער דאן מחליט געווען אז די צייט איז שוין געניג רייף, אט איז געקימען די צייט צו רעדן צו זיין פארטעמטע מוח און דאס עטוואס אויסטשוכענען:

'בערל מיין ברודער. איך האב זיך – ווי דו ווייסט דאך גיט – אלעמאל אפגעהאלטן צו רעדן צו דיר איבער דיינע פארקרימטע קאמוניסטישע אידיאלאגיעס, איצט אבער קלער איך אז ס'איז שוין פאקטיש איבעריג יעדעס ווארט. דו האסט שוין אייגנטליך זיך אליינס איבערצייגט וואספארא מענטשן-ליבהאבער די קאמוניסטן זענען. זעסטו דען נישט אליין אז זייער ציל איז בכלל נישט צו העלפן דעם באקריוודעטן, זעסטו דען נישט ווי אונזערע בירגער הונגערן פאר א שטיקל ברויט, זיי פרובירן דען ארויסצוהעלפן אונזערע בירגער, אדרבה פארקערט, זייער ציל איז גאר א קלארער און א אפענער, צו אונטערדריקן סיי וועמען ס'גייט נישט גענצליך אין שפאן אדער אפילו אויב איז אויף אים פארהאנען סיי וועלכע חשד שבחשד אז ער האט מחשבות פון נישט גיין אינעם הערשער'ס שפאן...'

חיים האט פונקט ווי זיין ברודער פארמאגט א געשליפענעם צינגל און א זאפטיגע שפראך, איצטער האט ער דאס אויסגעניצט עד הסוף, אבער נאך ווי... חיים האט גערעדט און גערעדט און דאן ווייטער גערעדט דערציילענדיג האר-אויפשטעלענדע געשיכטע'ס וואס ער האט זעלבסט מיטגעהאלטען פון דער נאנט איבער די שלעכטיגקייט און אומרחמנות פון די קאמוניסטישע פירער אנגעהויבן ביי סטאלין ביז למעלה ברוצחים איינס גרעסער פון צווייטן...

חיים האט גערעדט ווילאנג ער האט געשפירט אז ס'איז דא צו וועם. זיינע ווערטער זענען געווען באגלייט מיט אייגענע ערפארונג און דאס וואס זיינע חברים וועלכע זענען נאר בטעות אריינגעפאלן אין די קאמוניסטישע הענט האבן אלץ געהאט צו דערציילן. פון די טיפענישן פון זיין הארץ האט חיים געוויינט צו דעברא ער זאל זיך גענצליך אפרייסן פון די פארשאלטענע קאמוניסטישע אידיאלאגיעס און זיך צוריק באהעפטן צו די ריינע אמונה אין איין איינציגע באשעפער.

דעברא איז ווייטער געזיצן מיט זיין אראפגעבויגן קאפ, זיינע אויגן אראפגעלאזט צום פאדאלאגע, בעת וואס זיינע מחשבות זענען אויפן העכסטן אלערט. ריזיגע בנינים מיט מעכטיגע ריזיגע שטאקן געבויט מיט שטאלענע דיקע באלקאנען זענען אים צערינען ווי א זייפן בלאז, יארן לאנג פון פיזישע און גייסטישע אקטיוויטעטן האבן אים מיטאמאל אויסגעזעהן ווי א פארראט אין זיין אייגענע פאלק!

*

ערשט אנקימענדיג קיין סיביר האבן זיך אנגעהויבן די ריכטיגע טלטולא דאורחא. דא ווי די שנייען גרייכן ביז איבער די קעפ קענען נישט געהעריג פונקציאנירן קיין באנען, דא באניצט מען זיך בעיקר מיט שליטנ'ס א זאך וואס די באאמטע האבן נישט געשפירט פאר וויכטיג צוצושטעלן פאר די שקלאפן. עס האט זיך דעריבער אויסגעפעלט צו מארשירן לאנגע שטרעקעס צופיס כדי צו דערגרייכן די ספעציפישע לאגער צו ווי דער באטרעפענדער שקלאף איז געשיקט געווארן.

לויט די זינד צוליב וועלכע מען איז ארעסטירט געווארן איז מען אצינד געשיקט געווארן אין א באזונדערע לאגער. חיים און דעברא זענען דעריבער געצווינגענערהייט אפגעטיילט געווארן צו צוויי באזינדערע לאגערן. חיים איז געשיקט געווארן צו וואו עס האבן זיך געפינען אידן וואס זענען געכאפט געווארן מיט די חטא פון פארשפרייטן אידישקייט. דאקעגען דעברא, איז געשיקט געווארן דארט וואו סאלדאטן און קאמוניסטישע אגענטן זענען געשיקט געווארן נאכן געכאפט ווערן מיט עפעס א אויסדריק וואס קען זיך דאכטן אז ס'איז געווען עטוואס קעגן דעם קאמוניסטישן הערשער – סטאלין.


***
א האלבע יאר דערויף


דעברא האט שוין פרובירט יעדע סארט שתדלנות און חניפה, אבער דערווייל האט ער נאכנישט מצליח געווען אז מען זאל זיין ברודער אריבערפירן צו דעם לאגער ווי ער געפינט זיך וועלכע איז רעלאטיוו היבש בעסער צוגעשטעלט ווי די 'אידישע לאגערן'.

נאך לאנגע חדשים וואס דעברא האט נישט באוויזן צו מאכן עפעס קאנטאקט מיט זיין ברודער, האט ער ענדליך היינט געהערט אז ס'איז אנגעקימען א פעקל פון זיין ברודער. דעברא האט קוים אויסגעווארט צו פערטיגן די ארבעט און קענען גיין אפנעמען דעם פעקל. ווען דער נאכט איז ענדליך צוגעפאלן און דעברא איז געלאפן צום הויפט ביורא אפצונעמען זיין ברודער'ס פעקל איז ער אויפגעשוידערט געווארן ביז גאר...

אינעם פעקל איז געווען בייגעלייגט זיין ברודער'ס צוואה!
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

איש החסד האט געשריבן:האט איר געליינט און יא אדער נישט הנאה געהאט, דאן קומט אהער דא און לאזט אייך הערן!

האט איר ווייטער געליינט און ווייטער הנאה געהאט, דאן לאזט אייך ווייטער הערן.
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

א סקרוך איז פאר דעברא דורך אין די ביינער. זייער רירנט איז געווען די רגע ווען ער האט באמערקט זיין ברודער'ס צוטערדיגע שריפט. טראץ וואס נאכן מיטמאכן אזויפיל צרות און פיין אין די סיבירישע לאגערן איז שוין דעברא'ס טרערן-קוואל געווען ווי פארטריקנט, האט דאס אבער אצינד צוריק אנגעהויבן קוועלן אומאויפערליך פארפלייצענדיג דעם קליין שטיקל פאפיר אויף וועלכע זיין ברודער האט געשריבען זיין צוואה.

דעברא האט נישט געקענט אויסווארטן זיין נייגער און ברויזענדע געפילן און ערשט אדורך ליינען דעם צוואה ביי זיך אין באראק, נאך זייענדיג אינעם לאגער הויפט ביורא האט ער זיך געשטעלט אין א ווינקל ווען מיט ביידע הענט האלט ער שטארק אן דעם פאפיר און הויבט אן דורכצופירן דעם שווארץ-אפל אויף אירע פאראגראפן.


צו דיר מיין איינציגע און באליבטע ברודער דעברא

דורכאויס די לעצטע האלבע יאר זינט מיר האבן זיך געשיידט, האב איך זוכה געווען צו ארבעטן פארן מוטער-לאנד עבודת הפרך, איך האב געארבעט מיט גרויס ליבשאפט צו אונזער פארטיי ווי אונזער זיידע יעקב בבית לבן, בייטאג און ביינאכט אין אלע סארטן אומשטענדן בשעת רעגען שניי און שטורעמישע פרעסטן...

דו געדענקסט דאך אוודאי אז יונגערהייט ווען מיר פלעגן לערנען תורה האב איך דיר געגעבן צו פארשטיין פארוואס עס איז במשך הדורות ארויסגענימען געווארן פון די גמרא שטיקלעך וועלכע רעדן פון די שלעכטיגקייט פון די שבעה עמים, און באזינדער פון די גרינדער פון די קריסטליכע רעליגיע...

דעברא דו ביסט געניג קליג צו פארשטיין פון אנהאלטן וואס איך האב מיט דיר אלעמאל געלערנט, דו ווייסט דאך אוודאי גאנץ גיט וואספארא טובות אונזער מוטער-לאנד האט אלץ געטיען פאר אונז און אונזער פאמיליע. דו זאלסט די דאזיגע חסדים אלעמאל געדענקען און ווייטער דינען דעם קאמוניסטישן פארטיי מיטן גאנצן פלייס...

איך וועל דיר זאגן א כלל וואס איך בעט דיר, זאלסט עס שטענדיג געדענקן און זאגאר פראקטעצירן: ווערים וועלכע זענען טיף באהאלטן אינעם עפל זענען פיל ערגער ווי דרויסענדיגע ווערים...

אצינד איידער איך פארענדיג מיינע שורות, וויל איך דיר זאגן נאך א וויכטיגע זאך וואס כ'האף אז ס'וועט דיר נאכאמאל צוניץ קימען. אויב וועט דיר אמאל אויסקימען צו באפרייט ווערן פון דא, געדענק צוריק צו גיין צו אונזער דערפל נעבן קראקא און גיין צום הויף פארענט פון אונזער הויז, ווי דו געדענקסט דאך אוודאי געפינט זיך ביים עק פונעם הויף א הויכע ברייטע בוים, דאן גראב אויס רינגס און ארום די דריי פיס פונעם בוים, און אט וועסטו געפינען באהאלטן פאמיליע זכרונות וואס וועט דיר דערמאנען די פארצייטישע גונסטיגע זכרונות.

פון די דאזיגע באהעלטעניש ווייס איך, ווייל זייענדיג אין ביאלעסטאק האט מיר די מאמע געשריבען א בריוו, אז וויבאלד זי איז שוין נישט יונג און זי שפירט אז אירע טעג זענען געציילטע, וועט זי אלע פאמיליע זכרונות באהאלטן ארום דעם דערמאנטן דיקן בוים אין הויף, און סיי ווען איך וועל האבן די געלעגנהייט צו קומען אין די אומגעגענט פון קראקא זאל איך עס קענען פון דארט אויסגראבען...

איצט, שרייבענדיג דעם בריוו, האב איך נאך די זכי' צו ארבעטן פארן וואוילזיין פונעם רוסישן הערשער, ווען מיין לעכט וועט אויסברענען האף איך אז די בריוו וועט צו דיר דערגרייכן.


ווי עס שרייבט צו דיר מיט פארוויינטע אויגן, דיין בענקעדיגע ברודער חיים.



דעברא, וועלכע איז געווען ווייט פון א נער, האט גיט פארשטאנען די 'צווישן די שורות' וואס זיין ברודער האט אים געוואלט דערמיט מרמז זיין... ער האט פארשטאנען אז זיין ברודער האט זיך ניטאמאל געקענט ערלויבט ארויסצושרייבן דאס ווארט 'צענזור' אויב וויל ער אז די בריוו זאל נישט פארברענט ווערן איידער זי גרייכט די ריכטיגע הענט... אצינד האט ער דאס אנגענימען ווי א ריכטיגע צוואה אויף וועלכע ער וועט זיך מוסר נפש זיין דאס צו ערפילן.

דעברא האט דעם בריוו צוריסן אויף פיצלעך ווען דערביי איז ער אנטשלאסן צו ערפילן זיין ברודער'ס וואונטש פאר יעדן פרייז.

*
א קנאפע יאר שפעטער

עס איז געווען 3:15 פארטאגס, א געווענליכער פארטאגס ווינטל האט באהערשט די רוסיש-דייטשע גרעניץ. עס האט קיינער נישט נישט גע'חלומט אז ס'וועט בכלל אמאל פאסירן און אוודאי נישט אז היינט אין א גרינעם זומער'טאג.

אלעס האט זיך אנגעהויבן מיט איין איינצלנעם טעלעגראם מיט קוים עטליכע אומקלארע מיליטערישע נאטיצן דערויף, עס האט זיך אבער פארענדיגט אלס דער גרעסטער ''בליץ קריג'' אין וועלט'ס היסטאריע.

אין די זעלביגע עטליכע פארטאגס שעות, האבן אריבער א מיליאן דייטשע סאלדאטן בינאזאם מיט אירע מעכטיגע פארגעשריטענע קריגס מאשינערי דורכגעבראכן דעם רוסישן גרעניץ און מיט א אומגעהויערן שנעלן טעמפא מארשירט טיף אריין אין רוסישע טעראטאריע אנע אפשטעל.

די דייטשע 'לופטוואפע' איז געגאנגען פארויס און פלאך געמאכט יעדע געבוי וואס איז זיי נאר געקימען אונטער די האנט. ווען די דייטשע מיליטער האט דערגרייכט סטאלינגראד איז שוין געווען כמעט גענצליך חרוב פון די נאכאנאנדע טויטליכע באמבאדירונגען וואס די לופטוואפע האט נארוואס דורכגעפירט. סטאלינגראד איז געווען איינגעהילט אין א נעפל פון שיינענדיגע פייער צינגען און א שווארצע רויעך כמארע...

צו די זעלבע צייט איז אויף די רוסישע זייט געווען טאטאל כאאס. אנגעהויבן פונעם פשוט'ן רוסישן זעלנער אויפן פראנט און געענדיגט ביי די העכסטע קאמאנדירן אינעם קרעמלין אזש אפילו דער שטייפער הארצלאזער הערשער – יוזשעף סטאלין, אלע אלע אנע אויסנאם זענען געכאפט געווארן אין טאטאלע שאק...

דער רוסישער רויטער ארמיי איז ווייט נישט געווען גערישט אויף אזא מעכטיגע פליצלונגדיגע אינוואזיע. דער שטאלצער רויטע ארמיי איז אצינד געשטאנען הילפלאז קעגען די מאסיווע דייטשע חיילות. ניטאמל קיין ערענסטע ווידערשטאנד איז זיי געלונגען צו שטעלן קעגען די היטלעריסטישע אריינדרינגער. די רוסישע גענעראלן זענען געשטאנען געפלעפט פון די דרייסטע און שנעלע דייטשע זעלנער, זיי זענען געשטאנען מאכטלאז אנע מוט צוריקצוקעמפן, זעענדיג די ביטערע דורכפאל א פארזיגעלטע.

דער רוסישער הערשער – יאשעף סטאלין, איז געווען צושוידערט ביז גאר. זיינע זעלנער זענען געפאלן ווי די פליגן, זיין טעראטאריע איז באטראטן געווארן דורך אירע אינוואדירער, זיינע שטעט זענען געליגען חרוב ונחרב, און דאס ערגסטע איז געווען, אז דער מוט איז געווען אויסטערליש אראפגעקלאפט. דער רוסישער שטאלץ איז געווען א פארגאנגענהייט.
די נויט איז געווען געפערליך, דער סאוויעטישער מאכט איז געווען צוברעקלט. דאס מוטער-לאנד האט געהאלטן ביים פאלן...

ערשט דאן איז ארויסגעגעבן געווארן דער אומגעווענליכע באפעל פון סטאלין זעלבסט: 'יעדער רוסיש-געבוירענער רעגירונגס איינגעשטעלטער וואס איז פארשיקט געווארן צו די סיבירישע לאגער, איז ערלויבט זיך צוריק צו קערן און זיך אנשליסן אין די רייען פון די רוסישע ארמיי, אפצוראטעווען דעם מוטער-לאנד פון אירע אריינדרינגער...'

נאך אין זעלבע פיר און צוואנציג שעה האבן זיך אנגעשלאסן אין די רוסישע ארמיי נאך הונדערטער טויזענטער רוסישע סאלדאטן - גענעראלן - געהיים אפיצירן – פילאטן – אינדשענירן - וכדומה...

דעברא האט זיך איצטער צוריק געטראפן דינען אין די 'סטאסי' געהיים בריגאדע!

***

קיין רגע האט דעברא פארגעסן וואס פון זיין ברודער'ס צוואה. בעיקר איז פאר דעברא געליגען פאר די אויגן זיין ברודער'ס וויכטיגע כלל ''ווערים וועלכע זענען טיף באהאלטן אינעם עפל זענען פיל ערגער ווי דרויסענדיגע ווערים...''

ווי אויך האט דעברא אנגעהויבן ארויסקיקען אויף די ערשטע געלעגענהייט צו גיין צו זיין געבורט'ס דערפל און אפיר גראבן ארום דעם דיקן בוים אינעם הויף פון זיין יוגנט וואוינונג.
אבער דאס איז אלע'ס געווען פלענער, וואס האבן נאך געהאלטן ווייט פון קענען פארווירקליכט ווערן. דערווייל האט דעברא העפטיג און געטריי געארבעט פאר די געהיימע 'סטאסי' אגענטור, און דערמיט ארויסגעהאלפן די רויטע ארמיי בייצוקימען די אינוואדירער.

דעברא האט זיך ספעציעל אויסגעצייכנט אין זיין ארבעט און דערביי גאנץ שנעל געוואונען צוטרוי פון זיינע אויבערהארן...
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

איש החסד האט געשריבן:
איש החסד האט געשריבן:האט איר געליינט און יא אדער נישט הנאה געהאט, דאן קומט אהער דא און לאזט אייך הערן!

האט איר ווייטער געליינט און ווייטער הנאה געהאט, דאן לאזט אייך ווייטער הערן.
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

גאר גאר אסאך בלוט האבן די רוסן געדארפט באצאלן, עס האט זיך אבער פאקטיש פילפאכיג אויסגעצאלט. דאס מוטער איז אפגעראטעוועט געווארן, און איר הערשער איז צוריק ביים רודער.

די פונקטליכע דייטשן האבן זיך עטוואס פאררעכנט, די געיעג צו דערגרייכן מאסקעווע האט זיך היבש פארשלעפט, די ווינטער האט זיך געפעדערט און פארשפילט די קארטן.

די דייטשע מעכטיגע מיליטער מיט אירע נייעסטע וואפן האבן ווירקליך געהאט גרויס הצלחה מיט זייער פלוצלינגדיגע אפענסיווע. מיט א דראמאטישע שנעלקייט האבן זיי דערגרייכט קנאפע פערציג קילאמעטער פון מאסקעווע. סטאלין, האט אבער דאן באוויזן צו ערוועקן ביי זיינע סאלדאטן זייער געטריישאפט און פאטריאטיזם פאר מאמע-רוסלאנד, און בינאזאם מיט די רוסישע פרעסטן וועלכע האבן פארפרוירען די דייטשע סאלדאטן און טאנקן, האט ער באוויזן אפגצושלאגן דעם דייטש מיט א מאסיווע קאנטער-אפענסיווע און דערמיט אפגעשטעלט זייער שנעלע געלויף.

עס האט לאנג נישט געדויערט, דאס דריטע רייך האט צום ערשטן מאל אנגעהויבן ליידן איין דורכפאל נאכן צווייטן. שווערע פארביסענע און ביטערע שלאכטן זענען פארגעקימען לענגאויס דעם לאנג-שטרעקיגן פראנט צווישן דעם רוס און דעם דייטש. סטאלינ'ס אומבאגרעניצטע קוואל פון מענטשן-קראפט איז אים דא מערסטנס צוניץ געקימען. פון אלע עקן רוסלאנד האט ער צוזאמען געקליבען יונגע דארפס-לייט און פויערן וועלכע זענען באלד געשיקט געווארן אויפן פראנט, מייסטנס פון זיי זענען מער קיינמאל נישט צוריקגעקימען, אבער סיי ווי האט דאס פאר סטאלין גאנץ ווייניג געקימערט, א מענטש האט דאך נישט געטראגן קיין שום ווערט אין זיינע מערדערליכע אויגן, ביז גאנץ שנעל האט ער געהאט פרישע יונגאטשעס וואס זענען פארשלעפט געווארן פון זייערע פארעמ'ס פון מזרח-רוסלאנד, און זיי אפגעשיקט גלייך צו די פראנט ליניעס.

אין די איצטיגע מינוטן האלט די רוסיש-דייטשע פראנט הארט איידער א דעצידירענדע שלאכט אין די פרייסען אומגעגענט. ווי שוין אויבן ערווענט איז אין די רוסישע לאגער באהאנדלט געווארן א דרייסטע פלאן, פון פארכאפן דעם דעם דייטשן הויפט-גענעראל און פון אים זעלבסט ארויס דערווישען אינפארמאציע איבער די ווייטערדיגע פלענער אויף די דייטשע זייט.

**

דעברא איז שנעל אויסגעשטיגען אלס געניטע דרייסטע שפיאן אין די רייען פונעם 'סטאסי'. ער איז שוין דורכאויס די לעצטע אנדערהאלבן יאר געשיקט געווארן אויסצופירן מערערע מיסיעס, נישט נאר אין רוסלאנד זעלבסט, נאר זאגאר אויך טיף אריין אינעם שונא'ס טעראטאריע נאכן ווערן אראפגעלאזט מיט א פאראשאט אין שטילע וועלדער און זיך אויסבאהאלטנדיג אינאיינעם מיט די פארטיזאנער.

די פארטיזאנער וועלכע זענען - ווי באקאנט - געשטיצט געווארן דורך די רוסישע מיליטער, זענען אויך צומאל געניצט געווארן ארויסצוהעלפן די רוסישע סטאסי אגענטור מיט געוויסע געהיימע אקטיוויטעטן טיף אנערהאלב דעם שונא'ס לאנד. רוסישע שפיאנען פלעגן זיך אפטמאל אריינדרייען צווישן די פארטיזאנער נאכן אראפ שפרינגען דורך א פאראשאט, זיך דאן באקליידעט ווי ציווילע לאקאלע איינוואוינער און אזוי ארום זיך באוויזען זיך צו דרייען פראנק און פריי און אויסשפיאנירן דעם שונא דורך און אדורך.

אצינד איז דעברא ווידער אריינגעשיקט געווארן טיף אונטער די פראנט ליניעס, ארויסצוהעלפן מיט די פארכאפונג אויפן דייטשן גענעראל 'גינטהער וואלדהאף'...

**

נאכדעם וואס די פארכאפונג איז סוקסעספול דורכגעפירט געווארן, איז דעברא אפגעפארן קיין מאסקעווע צום קרעמלין, אנטייל צונעמען ביי א צעראמאניע, וועלכע איז דורכגעפירט געווארן אין ערע פון אלע פיגורן וועלכע האבן געשפילט א וויכטיגע ראלע אינעם פארכאפונג פון דעם דייטשן גענעראל 'גינטעהר וואלדהאף'. סטאלין האט אנטייל גענימען ביי דעם צעראמאניע און צוגעטיילט ספעציעלע אויסצייכענונגען און ראנג-העכערונגען פאר אלע באטייליגטע, אריינגערעכנט פאר דעברא...
לעצט פארראכטן דורך איש החסד אום דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 6:41 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

איש החסד האט געשריבן:האט איר געליינט און יא אדער נישט הנאה געהאט, דאן קומט אהער דא און לאזט אייך הערן!
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

נאכן דערהויבן ווערן אין ראנג, האט דעברא ענדליך דערשפירט אז די שטייפע שטריק ארום זיין האלז איז אלס רעזולטאט עטוואס לויזער געווארן. ער ווערט שוין נישט אזויפיל נאכגעקיקט, זיין גיין און קומען ציען שוין נישט אזויפיל אויגן און אויערן, זיינע באוועגונגען שאפן שוין נישט קיין אטעמאטישע חשדות. אדרבה, דעברא האט גאר באמערקט אז זיינע ארומיגע געבן אים לעצטנ'ס גרויס רעספעקט, זעענדיג דעם מעדאל וואס דער הערשער זעלבסט האט אים אויפגעהאנגען ביים הארץ.

דאן האט דעברא מחליט געווען אז די דער צייט איז שוין רייף, זיין אמט און זיין חשיבות ערלויבען אים שוין אויסצופירן זיין טרוים. די שרעקליכער ווייטאגן און קאשמארן פון די טראגישע טויט פון זיין איינציגער ברודער חיים'ל, איז אים נאך געליגען פאר די אויגן. ער איז אצינד געווען אויסן נקמה צונעמען פאר זיין אומשילדיג פארגאסן בלוט....

דאס ערשטע אויסצופירן פון זיין ברודער'ס צוואה איז געווען, דאס גיין צו זייער יוגנט-דערפל און זיך ווענדן צו די הויף פון זייער וואוינונג נעבן דעם ריזן בוים. דארט האט אים חיים געשריבען אז די מאמע האט באהאלטן געוויסע פאמיליע זכרונות. דעברא האט נישט געהאט קיין השגה וואס די דאזיגע 'פאמיליע זכרונות' דארף באדייטן, ער איז אבער געווען פארזיכערט אז אויב האט זיין ברודער געשפירט פאר וויכטיג דאס צו שרייבן אין זיין צוואה דאן איז פילייכט די רעדע פון עפעס ספעציעל...

ווילאנג דעברא האט נישט פארמאגט די די ראנג העכערונגען און אויסצייכענונגען, האט ער געוויסט אז דער וועג צו זיין יוגנט-דערפל נעבן קראקא וועט ווערן נאכגעפאלגט דורך מערערע פאר אויגן... איצטער אבער, האט זיין געוויסן געשפירט היבש זיכערער אונטערצונעמען אזא פריוואטע נסיעה.

דעברא האט אויסגעווארט אויף די וואך ווען זיין דיוויזיע האט געקריגן עטליכע טעג אורלויב, און דאן זיך ארויסגעלאזט אין וועג...

*

אנקימענדיג קיין קראקא, האט זיך דעברא געשטעלט ביי די זייט פונעם אומאויסגעפלאסטערטע שטראז וועלכע פירט צום דערפל וואו ער איז אויפגעוואקסן. פונדערווייטנס האט דעברא באמערקט נישט קיין אנדערער ווי אנדרעי - דער בירגערמייסטער פון זיין דערפל. דעברא האט גיט דערקענט דעם בירגערמייסטער וועלכער איז געווען זייער נאנט מיט זיין טאטע און זיי פלעגן זיך אפט ארויסהעלפן איינער דעם אנדערן.

דער געלויף פון די געשפאנטע פערד האט זיך פארלאנגזאמט, דער בירגערמייסטער האט באמערקט א קענטיגע געזיכט אויפן זייט פונעם שטראז, ער בייגט ארויס זיין קאפ פונעם וואגן און שרייט ארויס 'בערעלע, דו ביסט עס, האסט איבערגעלעבט...?!' עס האט גענימען א וויילע אז דעברא זאל כאפן אז מ'מיינט אים, ער האט שוין כמעט פארגעסן אין זיין אמת'ע נאמען - בערל. 'יא, הער בירגערמייסטער, איך בין עס בערעלע - נחמן'ס יונגערע זון!' 'אה... קום ארויף אויפן וואגן, ווילסט דאך אוודאי פארן אין דארף אריין...'

די צוויי האבן זיך שטארק דערפרייד ווידער זיך צו טרעפן נאך אזויפיל יארן פון בלוטיגע קריג-יארן. דעברא איז באלד אריינגעשפרינגען אינעם פיאקער וואו ער האט זיך אנידערגעזעצט נעבן דעם בירגערמייסטער - אנדרעי, זיי האבן דורכאויס דעם וועג פריינדליך פארברענגט און בעיקר איז דער בירגערמייסטער געווען אינטערעסירט צו הערן וויאזוי עס זענען פאריבער אזאנע בייזע יארן אויף דעברא און וויאזוי ער האט דאס אלעס איבערגעלעבט.

אנדרעי האט צוגעפירט דעברא ביז צום הויף פון זייער הייזקע, דעברא איז אראפגעשפרינגען פונעם פיאקער און זיך באלד געוואנדן צום הויף נעבן דעם דיקן בוים וואס איז נאך געשטאנען מיט איר פולן פראכט.

דעברא האט געפינען א צובראכענע ראד דערנעבן אויף דער ערד וועלכע ער האט פארוואנדלט אין א קלאפאטע, ער האט זיך מיט א פלייס גענימען גראבן רינגס און ארום דעם בוים.
נאך געציילטע מינוט האט דעברא דערשפירט ווי ער קלאפט זיך אן אין א געגנשטאנד, נאכן אראפ בלאזן די זאמד דערפון האט דעברא באמערקט אז דאס איז א בלעכענע קאסטן...
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

דעברא האט דעם צובראכענעם ראד געגעבן א ווארף, ער האט זיך אויסגעצויגן אויף דער ערד און מיט הענט ארום געגראבן דעם קאסטן ביז ער האט ענדליך באוויזן איר אויסצורייסן פון דער ערד.

אזוי זיצענדיג אויף דער ערד האט דעברא אנגעכאפט דעם קאסטן מיט ביידע הענט, ווי עס וואלט אנהאלטן דעם גרעסטן פארמעגן. ער האט איידעלערהייט אראפ געקראצט די שטיקער זאמד מיט וועלכע די קאסטן איז געווען פארקלעפט.

דאן האט זיך דעברא געכאפט אז ער דערקענט עס גאר, 'דאס איז דאך געווען די מאמע'ס צורינג קאסטן...' האט ער זיך מיטאמאל דערמאנט מיט נאסטאלאגיע.

די שטראם פון זכרונות האבן זיך נישט אויפגעהערט, דעברא האט זיך ווי פארבלאנדשעט אין זיינע נאסטאלאגישע זכרונות. 'איך בין נאך געווען דעמאלט זייער יונג, די מאמע פלעגט מיר קיינמאל נישט לאזן צורירן דערצו. לויט ווי חיים האט מיר איינמאל דערציילט פלעגט זיך דערין געפינען די מאמע'ס צורינג אינאיינעם מיט איר 'כתיבה', אזוי אויך האט מיר חיים געזאגט אז אלע וויכטיגע דאקומענטן פון די משפחה פלעגט די מאמע דארט אריינשטעלן...'

מיט צוטערדיגע הענט עפענט דעברא דעם קאסטן, ווי ער געפינט די פאלגענדע: די מאמע'ס אלע צורינגען, איר כתיבה, די געבורט-שיין פון אים און חיים, בילדער פון די פאמיליע, אויך געפינט ער א קליין צעטעלע מיט עטליכע האנט-געשריבענע פאראגראפן...

דעברא האט פארגעסן ווי ער שטייט אויף דער וועלט, עס האט אים מער גארנישט אינטערעסירט, אויסער זיין מאמע'ס געזיכט האט זיין מוח אלעס ארויסגעשטויסן. ער האט באטראכט דעם האנט-געשריבענע צעטל און גלייך באמערקט אז דאס איז זיין מאמע'ס שריפט, ער האט דאס אנגעהויבן לייענען אין איין אטעם שלינגענדיג אירע ווערטער מיט אינטערעסע און ליבשאפט:

צו מיינע טייערע קינדער'לעך

איך ווייס נישט צו ענק וועלן בכלל נאך אמאל לייענען מיינע איצטיגע שורות, איך האף אבער און איך בין מתפלל אז מיינע ווערטער זאלן נישט זיין אומזינסט און עס זאל כאטשיק גרייכן צו איינע פון ענק.

ווי ענק געדענקען פלעגט טאטי פיל מאל ביטער קרעכצן און זאגאר זיך בייזערן אן דעם וואס ער זאל געבן צו פארשטיין א סיבה דערפאר. איצט איז אבער שוין העכסט צייט טיילווייז צו עפענען דעם פארשלאסענעם תקופה פון אונזער לעבן, איך וועל ענק אצינד אויסזאגן דעם סוד וועלכע מיר האבן אלעמאל באהאלטן פון ענק כדי נישט צו ברעכן ענקער פרייליכער מוט און גייסט.

וויסן זאלסטו מיין טייערער חיים'ל, דו ביסט נישט אונזער בכור! אונזער בכור האט געהייסן 'אפרים'. ער איז געווען גאר גאר א וואוילער און איידעלער קינד, ער איז געווען א גרויסער מתמיד און שטענדיג געזיצן איבער א גמרא און געלערענט הויעך אויפן קול, ער איז דאך געווען אונזער אוצר'ל, אונזער נחת'ל. ביז ביז, יענעם ביטערן דינסטאג ווען די קאמוניסטן האבן זיך פלוצלינג איינגעבראכן ביי זיין מלמד און זיי ביידע געכאפט רויט-האנטיג. די רשעים האבן זיי ביידע אוועקגעפירט און מער האבן מיר קיינמאל נישט געהערט פון אים...

טייערע קינדער, מיינע ווערטער זענען ווירקליך זייער קורץ, אבער אנע שיעור ווייטאג און טרערן האבן איר באגלייט בשעת זי איז געשריבען געווארן. איך האב ענק באמת קיינמאל נישט געוואלט דאס בכלל מודיע זיין, איך טו דאס איצטער בלויז פאר איין סיבה. וויבאלד ס'איז אנגעקימען צו מיינע אויערן אז בערל האט זיך אנגעשלאסן אין די קאמוניסטישע פארטיי, אויב איז דאס ריכטיג, וויל איך דיר זאגן בערל מיין טייערער זוהן 'אויב זענען דיינע מאמע'ס לעצטע ווערטער ביי דיר חשוב, אויב איז דיין טאטע'ס טויט פאר דיר א טראגעדיע, אויב איז דיין ברודער אפרים'ס פארשווינדען ווערן נאנט צו דיין הארץ. דאן בעט איך דיר, שליס זיך נישט אן אין א פארטיי וועלכע האבן רואינירט דיין פאמיליע מיטן פארכאפן אונזער בכור און דערמיט גורם געווען דעם טאטענ'ס פריה'צייטיגע פטירה...'

דאס איז אלעס א פרעזענליכע הארץ-ווייטאג א חוץ די שרעקליכע סכנה ברוחניות וואס די אלע פארטייען ברענגען מיט זיך. אזוי שרייבענדיג דערמאן איך זיך דעם טאטענ'ס לעצטע ווערטער צו ענק 'איך בעט ענק טיט וויאזוי ענקער געטרייער טאטע בעט אייך אין זיינע לעצטע מינוטן. איר זאלט קיינמאל זיך חלילה נישט אנשליסן אין די אלע פארטייען וועלכע ווערן נתחדש יעדן טאג דא אין רוסלאנד, באזינדער זאלט עטס ענק זעהן צו היטן פון ציוניזם און קאמוניזם ווי פון פייער...'

מיינע צורינגען וועלכע ענק וועלן דא אויך געפינען קענען ענק פארקויפן און פון די געלט זיך חתונה מאכן. אויך וועלן ענק טרעפן דא עטליכע פאמיליע בילדער און קיקט אונטער יעדע בילד וועלן ענק געפינען געשריבען וועם מ'זעהט אלס אויפן בילד.

ווי עס שרייבט ענקער מאמע מיט שעצונג און ליבע

דעברא'ס שטורעמישע געוויין האט אפגעהילכט אינעם גאנצן ארום, זיינע הייסע טרערן זענען געפלאסן אנע אויפהער, זיי האבן באנעצט זיינע סטאסי מונדירן און אויך סטאלינ'ס מעדאלן...

א שוואכקייט האט אים באנימען, זיינע ביינער זענען פארגליווערט געווארן, זיינע אויגן זענען רויט פון געוויין און פון זיין הארץ טראפט בלוט...

געפילן פון זעלבסט-קריטיק האבן אים אינגאנצן באנימען, ווער ווייסט צו זיין אנשליסונג אינעם קאמוניסטישן פארטיי האט נישט געשפילט קיין ראלע אין די מאמע'ס פטירה... ווער ווייסט וויפיל ווייטאג און צער ער האט דערמיט פארשאפט פאר זיין מאמען... א שאד ער האט קיינמאל פריער נישט געוויסט גארנישט איבער זיין ברודער אפרים, זיכער וואלט דאן זיין האס קעגען די קאמוניסטן אים נישט ערלויבט צו האבן מיט זיי קיין שום מגע ומשא...

'אוי וויי איז מיר, אז איך האב זיך אנגעשלאסן און דערביי אויך ארויסגעהאלפן א פארטיי וועלכע האבן מיר געטיען דעם גרעסטן שלעכטס וואס נאר מעגליך. באמת האב איך שוין זינט מיין לעצטע שמועס מיט חיים, אויפן באן פארענדיג קיין סיביר, פארלוירן יעדעס ברעקל סימפאטיע פאר די דאזיגע פארטיי, און שפעטער ווען חיים איז אויסגעגאנגען אין די סיבירישע לאגערן האב איך זאגאר געקריגן א ביטערע שנאה צו דעם גאנצן קאמוניסטישן הערשאפט, איך האב אבער קיינמאל נישט גע'חולמט ווי ווייט די רשעות פון די קאמוניסטן גייט און וואס זיי האבן אלס מיר פרעזענליך חרוב געמאכט...'

'יא, טייערע מאמע, איך זאג דיר ציה אז איך וועל נקמה נעמען פון די דאזיגע בארבארן, איך וועל טיען וואס אימער אין מיינע הענט נישט צוצולאזן זייער ווייטערדיגע הצלחה...'
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

''יא! טייערע מאמע, איך זאג דיר ציה, איך וועל נקמה נעמען פון די דאזיגע בארבארן, איך וועל טוען אלעס אין מיינע הענט נישט צוצולאזן זייער ווייטערדיגע הצלחה...'' האט דעברא ווידעראמאל שארף דערקלערט מיט א קול געשטיקט פון טרערן...

''אוי וויי, מיין ברודער אפרים, וואו אהין איז ער אהין געקומען, וואו קען קען איך אים דען אפיר זוכן, ווער ווייסט צי ער לעבט נאך בכלל, ווער קען דען דערהייבן די קאמוניסטישע רשעות, אזוינע נידערטרעכטיגע מערדער, יא, איך זאג באמת ציה, איר הערט סטאלין... יא, איך וועל אין דיר נקמה נעמען, די בלוט פון מיין פאמיליע וועט נישט פארשוויגן ווערן, אבער נאך ווי א נקמה, א נקמה וואס וועט גוט געשפירט ווערן, א ביטערע פרייז וועלן ענק באצאלן דערפאר...''

דעברא האט געשטורעמט פאר כעס, אצינד איז שוין דאס מעסטל געווען העכסט איבערגעפולט, דער 'סטאסי' אגענט האט געשוואוירן נקמה אין זיין אייגענע לאנד, אט די לאנד וועמען ער האט זינט די אנהויב פונעם קריג אזוי געטריי געדינט, אט די לאנד וועלכע האט אים געשאנקען אזוינע העלדישע מעדאלן, אט פאר די זעלבע לאנד האט דעברא פארזיכערט א בלוטיגע נקמה. עס האט דערגרייכט די מכה בפטיש, דער לעצטער קלאפ האט אצינד געבראכן די לעצט פארגליווירטע אייז, די אויפברויז איז שוין געקומען צום קלימאקס, די אלע ליידן וואס דעברא אין זיין פאמיליע האבן זיך געהאט אפגעליטן פון די סטאליניסטישע רעזשים האט מיטאמאל געפלאצט מיט א שטורעם, עס האט אין א אויגנבליק פארווישט די אלע קאמוניסטישע פראפאגאנדע וואס דעברא האט אלס אנגעהערט דינענדיג אין די געפארפולע 'סטאסי' געהיים אגענטור...

דעברא איז געווען אויסן פאר יעדן פרייז צו מאכן שפירן די קאמוניסטן די טעם פון נידערלאגע...

באזונדער האט דעברא נאכאנאנד גוט געדענקט און געהאלטן פאר די אויגן די לעצטע ווערטער פון זיין לייטזעליגן ברודער חיים'ל '' ווערים וועלכע זענען טיף באהאלטן אינעם עפל זענען פיל ערגער ווי דרויסענדיגע ווערים...''

דעברא האט גוט געכאפט דעם טיפן באדייט פון די לאזונג, אויך האט ער גוט פארשטאנען פארוואס זיין קלוגער ברודער חיים האט דאס אים געשריבען און וואס ער האט אים געוואלט דערמיט מרמז זיין...

דעברא האט טאקע אויפן ארט מחליט געווען צו טוען וויאזוי חיים האט אים געראטן, ער האט נאך פאקטיש נישט פארמאגט קיין שום זאכליכע פלאן וויאזוי דורכצופירן זיין סאבאטאזש ארבעט, אבער צוערשט האט זיך געמאכט אט דאס פאר א פריאריטעט, נעמליך, ''זיך טיף באהאלטן און איינעסען אינעם עפל..''

***

ווי אין א אויגנבליק איז דער אורלויב דורכגעלאפן, ס'טייטש, מ'איז דאך אינמיטן א העפטיגע קריטישע קריג, וואו קען מען זיך דען ערלויבן צו שענקען לאנגע וואכן אורלויב, די אורלויב איז דעריבער בלויז באשטאנען פון אייניגע טעג און באלד ווי דאס איז דורכגעלאפן האבן זיך טאקע אלע 'סטאסי' אגענטן באוויזן צוריק צום הויפט-ביורא, אלעס מיט איין אין דעם זעלביגן ציל, דהיינו, דערשטיקן און גענצליך עלימינירן דעם דייטשן שלאנג פונעם האריזאנט.

אויך דעברא האט זיך געפינען צווישן די צוריקגעקומענע אגענטן, אבער מיט גענצליך נייע געדאנקען אין קאפ. אייגנטליך, נישט בלויז 'נייע געדאנקען' נאר זאגאר מיט געדאנקען וועלכע צילן און וועבן גענצליך דאס פארקערטע ווי ביז היינט... אצינד איז דעברא'ס הארץ שטייף הארטנעקיג און גארט בלויז דאס איינע - ''נקמה...''
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

איש החסד האט געשריבן:האט איר געליינט און יא אדער נישט הנאה געהאט, דאן קומט אהער דא און לאזט אייך הערן!
אוועטאר
איךביןאיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 06, 2017 11:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איךביןאיך »

געמאכט געוואר'ן אין WORD סאו עניטינג נישט גוט ביטע זיך לאז'ן הערען
!.די אומגעלונגענע קידנעפינג-.pdf
(196.44 KiB) געווארן דאונלאודעד 211 מאל
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

מיר זענען אלע דא פאר נקמה
הרב איש החסד, לאז נישט די נקמה לאנג ווארטן,
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
קלמן הלוי
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 21, 2014 9:59 pm

Re: די אומגעלונגענע קידנעפינג.!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן הלוי »

איךביןאיך האט געשריבן:געמאכט געוואר'ן אין WORD סאו עניטינג נישט גוט ביטע זיך לאז'ן הערען
!.די אומגעלונגענע קידנעפינג-.pdf


נעכטן ארויסגעפרינט די pdf צי ליינען, און געליינט מיט איין אטעם...
און כ'האב געמיינט אז עס גייט ביזן סוף, כ'האב נישט געקענט שלאפן ביינאכט פון שרעק!
ס'קימט נאך א ענדע?
איך פרעג נאר!
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: די אומגעלונגענע קידנעפינג.!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

איך האב עס יעצט געליינט איך בין געבליבן שטיין מיט א אפענע מויל עס קומט נאך א ענדע?
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”