עולם הישיבות

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאפיגיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך פאפיגיי » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 9:51 pm

זופ מיט קניידל האט געשריבן:קען זיין אז עפעס איז ראונג מיט מיר אבער איך קוק אן די זאכן אביסל אנדערש,
איך בין אויפגעוואקסן אין א סאטמארע שטוב, וואו אלעס האט זיך געפירט מיטן טיפיקל פשוטע סיסטעם,


איך האב געשיקט אייער ארטיקל פאר אן חשוב'ע עלטערע איד, און ער האט מיר צוריקגעשיקט די פאלגענדע הערה צו מפרסם זיין:

לכבוד עולם הישיבות

(ער ווייסט נישט פון קיין אינטערנעט צו זאגן, ער מיינט אז עפעס איינער 'עולם הישיבות' האט דאס געשריבען)

איך האב געליינט אייער ארטיקל, און איך וויל אייך געבן 100% גערעכט, אלע עלטערן וואס שיקען אוועק די בחורים פון זייערע חסידישע ישיבה אין אמעריקא, צו סאטמאר, באבוב, גור, א.ד.ג., און מ'שיקט זיי קיין ארץ ישראל, צו פרעמדע ישיבות, האב איך געוויזען פון לאנג פאר איינע פון די גרויסע רבנים, די אונטערשייד פון א בחור וואס לערנט א גאנץ לעבן אין זיין אייגענע סביבה, ווי ער וואקסט אויף איידל חסידיש, מיט אלע טעמים ארום און ארום. און די בחורים וואס פארן אוועק אין פארשידענע ישיבות, און זיי האבן זייער אייגענע דארמיטארי, קומען צוריק פראסטע ליידיג-גייער'ס, עמי הארצים, און זיי האבן לייסענס (היתר) חוזק צו מאכן פון אלע מנהגי קודש און אלע חסידישע הויפן, וואס יעדער פירט זיך לויט זייער מסורה, במנהגי אבותינו ורבותינו מדור אחר דור, האבן זיי א פארטיגע לייסענס (היתר) צו מאכן ליצנות פון יעדע מנהג ישראל און פון יעדע חסידות ארום די וועלט.

אפגערעדט פון די שווערע אלפים וואס ס'קאסט פאר די עלטערן, אנגעהויבן פון די טיקעט, און די אויסלענדישע ישיבות וואס רייסן פון די אמעריקאנע עלטערן גראבע געלטער פאר שכר לימוד, + די דארמיטארי, + אלע אנדערע זייטיגע הוצאות.

איך שרייב דאס מיטן פולען אחריות, וואס איז איבערגעצייגט געווארן אין די אלע יארן, וואס מ'שיקט אוועק בחורים (ס'איז דא אמאל א יוצא מן הכלל, וואס מ'דארף אוועקשיקען א בחור פונדערהיים צוליב א ברודער אדער א שוועסטער, אדער א משפחה פראבלעם / די מצב אין שטוב, אבער מ'דארף אים נישט שיקען אין די מרחקים, ווי מ'זעהט אים נישט א גאנץ יאר, דאס איז נישט די דרך התורה, און ס'איז דא גענוג ישיבות אין אמעריקא אויסער די שטאט צו קענען אהינשיקען אן אויסנאמ'ס פאל, און צופרידנשטעלן די בחור זאל גיין אויף א גוטן דרך).

א טאטע וואס באוויינט די שלעכטע החלטה
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט