עולם הישיבות

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

זהר
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 10:50 pm

עולם הישיבות

תגובהדורך זהר » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 10:18 pm

ס איז שוין געקומען דו צייט "להחזיר העטרה ליושנה "עטליכע עלטערן האבן געדינגן א מלמד א יעדע רב האט גלערנט מיט אפאר בחורים אפילו פון עטליכע יארגאנג צוזאם אזוי וועט יעדע אינגל לערנן תורה אפילו די ת"ת וועלן נישט האבן קיין פלאץ און א יעדע בחור וואס וויל לערנן (עכ"פ וואס שטערט נישט סדר הישיבה ) וועט האבן ווער עס זאל לערנן מיט איהם עס וועט נישט קאסטן די גרויסע געלטער א יעדער וועט קענען מרביץ תורה זיין און א יעדע בחור און יונגל וועט טרעפן א פלאץ

איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובהדורך איש החסד » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 11:00 pm

איי עגרי.!

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 11:01 pm

עס איז טאקע לעצטנ'ס דא א מבול פון אזעלכע ישיבות ומתמידים וכדומה.
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » פרייטאג נובעמבער 25, 2016 12:28 am

איך האב פונקט עטליכע טעג צוריק געמאכט א חשבון אז דאס וואלט געוויס געווען די בעסטע לעזונג אנטקעגן די היינטיגע שווערע זמנים בעולם הישיבות. צוריקגיין צום אלטן סיסטעם.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » פרייטאג נובעמבער 25, 2016 1:04 am

איך בין דער איינציגסטער וואס לאכט? גראדע א ביטערע געלעכטער.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » פרייטאג נובעמבער 25, 2016 1:07 am

עס איז טאקע א זאך וואס גייט קיינמאל נישט זיין, אבער עס איז ליידער נישט קיין געלעכטער וואס היינט טוט זיך.

איך ווייס פון א 14 יעריג בחור, איך קאן אים גאר גוט, א ערליכער, זיין גרעסטע פראבלעם וואס איך שאץ פארוואס ער איז נאך נישט אין ישיבה קען זיין אדער אז ער שטעלט זיך נישט צו די זמנים, אדער איז ער א מחוצף, איך ווייס נישט פאר זיכער, אבער קיין סמארטמפאון האט ער זיכער נישט, און אויב איז עס איינע פון די זאכן, האק אים אן די ביינער און זיי אים מחנך, נישט ווארף אים צו די גאס.

שוין... א שאד צו זיך רעגן, אבער עס האט מיר זייער וויי געטון ווען איך האב עס געהערט.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » מאנטאג נובעמבער 28, 2016 6:44 am

רעדט נישט קיין נארישקייטן
מיט אלע חסרונות - אז יעדע דארף זיך צו שטעלן צו א געוויסע סטאנדארט
קומט עס נישט צו צי די מעלות אז יעדע בלי יוצא מן הכלל האט א מקום תורה און א מסגרת

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 4:50 pm

כ'זאל יא שרייבן? כ'זאל נישט שרייבן?
כ'זאל וויינען? כ'זאל לאכן?

אוי! ס'ליגט מיר אזויפיל אויפן צינג, און אינעם לינג.
ס'איז אזוי פענפול, כ'ווייס נישט וועלכע נקודה קודם צו באוויינען, ס'איז נישטא צו וועמען צו רעדן.
מ'זיצט נעבעך אין געבינדענע הענט.

אבער איין טרייסט איז דא, די וועלט איז נישט אינגאנצן משוגה, און ווען ס'וועט גרייכן א פונקט (וואס כ'ווייס אויך נישט וואס) גייט זיך עפעס א ריר טאהן און זיך פארבעסרן. (הלואי)

דער רבוש"ע זעט אלעס וואס גייט פאר, און ער האט אונז דאך צוגעזאגט דעם "כי לא תשכח מפי זרעו".

דעריבער טייערע ברידער, ווארטס נאך צו ביז דעם געווינטשענעם מוניט וואס די אלע שקרים וכזבים וועלן ארויפשווימען אויפן אויבערפלאך, און די חברה וועלן זיין צושאנד און צושפאט, און תורה ויראה וועט בליען מיט די שענסטן פראכט.

צוליב פארשידענע סיבות וויל איך נישט מאריך זיין אויפן וועלטל, אבער, ווען דו וועסט מיר טרעפן פערזענליך וועסטו הערן אסאך איבער דעם נושא (נא! גילו)

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 6:00 pm

געהערט פון איינע פון די אלטע ירושלימער אידן (א איד וואס זיצט שוין אריבער א יובל יאר אין א ישיבה), וואס טענה'ט שוין די לעצטע 15 יאר אז די זאך פון גיל (עידזש) איז א חורבן, און מ'דארף צוריק גיין צו א מלמד וואס לערנט מיט אלע וואס זענען די זעלבע רמה (ניווא)
אזוי ווי אינדערהיים, א קבוצה פון גמרא בעיון, א קבוצה פון מיט ראשונים, א קבוצה פון בקיאות כוו'
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 6:12 pm

רבותי, וואס מיינט איר? מ'קען עפעס אריינווארפן א ווארט ארויף א ווארט אראפ אויף דעם נושא? דאס איז א נושא וואס גייט נישט אזוי אויף איין פיס... עס איז דא הרבה צדדים לכאן והרבה לכאן, אבער וואס איך וויל יא ארויסברענגען אין די איין שורה אז אפילו אויב האלסטו אז די היינטיגע ישיבות זענען די ישועת הדור (גיי ווייס מיט וואס?... שוין, כ'האב גארנישט געזאגט), גאך פארשטיי אויך אז עס איז דא א צווייטע זייט פונעם בילד, עס איז דא מענטשן וואס האלטן אנדערש ווי דיר, און ווארשיינליך מיט רעכט!
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 10:16 pm

קאסובע רבי וויינט אז די ישיבות מוזן זיין אויף א סטאנדארט וואס רוב בחורים קענען נישט נאכקומען און דאס איז די חורבן. פארוואס מוז עס זיין אויף אזא סטאנדארט? ווייל דו וואלטסט נישט געשיקט דיין זוהן אין א לאו סטענדערט ישיבה...

די תוצאה? רוב בחורים זענען נישט מצליח און מיינען אז לערנען איז נישט פאר זיי.

צווישן מצויין און שוואך איז די מדריגה אין וואס רוב עולם איז, און פאר זיי איז במציאות נישט מעגליך צוצושטעלן א ישיבה זינט זייערע עלטערן וועלן זיי נישט שיקן אהין.

נישט אום שבת גערעדט: נאך א נעגאטיווע תוצאה פון פיער פרעשור...

איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובהדורך איש החסד » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 10:34 pm

איך בין בטבע נישט עמיצער וואס זוכט ארויפציווארפן מיינע שיטות אויף אנדערע, איך וועל זאגן וואס איך האלט ס'וואלט געדארפט געטיען ווערן וואס לדעתי' עני' וואלט דאס געווען א לייזונג פאר אלע פראבלעמען אינעם ענין:

עס איז קיין פראגע נישט אז ישיבות ''מיז'' זיין א ארט וואס ''אלע'' אונזערע צענערלינגען זאלן זיין משועבד דערצו, און פון די אנדערע זייט איז דאך פארט דא אסאך וואס זייער דארט מאכט זיי בלויז ערגער. דעריבער וועט די לייזונג זיין אויב מ'וועט מאכן א אזא צוזאמשטעל: די ישיבות זאלן זיין בערך אזוי ווי די ''בית לפליטת'' וואס רביה''ק מסאטמאר האט געגרינדעט הארט נאכן קריג פאר בחורים וואס האבן איבערגעלעבט דעם קריג און זיך נישט געטראפן דאס פלאץ אין א געהעריגע ישיבה, די 'בית לפליטת' איז געווען אויסגעשטעלט אז דאס איז געווען א ''ישיבה'' און א ''פעקטארי'' אויף איינמאל, אין די זעלבע פיר ווענט.. דהיינו, די בחורים האבן זיך געמוזט צושטעלן צו א סדר היום און געגעסן און געדאווענט בינאזאם אבער די שעות דורכאויס דעם טאג איז אויסגעניצט געווארן צו ארבעטן אין די ''ישיבה פעקטארי'' דאס איז באשטאנען פון א קליינע פעקטארי ווי מ'האט פראדעצירט קלייניקייטן ווי למשל שיך וכדומה...

קומט אויס אויב וועט מען אהער שטעלן אזא סארט ישיבה וועט דאס זיין ממש א דבר השווה לכל נפש, ווער עס וויל וועט גיין לערנען און ווער ס'וויל וועט גלייכצייטיג קענען גיין ארבעטן, אלעס אין די זעלבע פיר ווענט תחת השגחת הישיבה.

אוועטאר
היטשינער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm

תגובהדורך היטשינער » מיטוואך נובעמבער 30, 2016 8:00 am

וואדרידזשע רב הגה"צ ר יצחק לעבאוויטש שליטא שרייט דאס שוין יארן ער איז גרייט יעדן טאג צו עפענען א ישיבה אויף די אמאליגן דרך ער דארף נאר אז 10 בחורים זאלן נעמען די שטארקייט און קומען [און עס זענען שוין געווען בחורים וואס האבן געוואלט גיין נאר די עלטערן האבן נישט געלאזט]

אוועטאר
אל תדון
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 7:35 am

תגובהדורך אל תדון » מיטוואך נובעמבער 30, 2016 10:54 am

ס'איז שוין היינט דא ברוך השם אסאך ישיבות ווי מנעמט אריין א יעדעם איינעם סיי און ניו יארק, מאנערא, א"י און נאך
און געבן נישט די הרגשה פאר בחורים אז זיי באלאנגען נישט דארט,
איך זאג נישט אז אלע ישיבות אויפן גאס - וואס געהערן צו חסידות'ן אדער וואס נעמען אריין נאר "מציונים" זענעם אוקי, אבער ב"ה אפאר נארמאלע און גיטע ישיבות זענען אבעיליבעל פאר ווער ס'איז אינטערסירט
אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו
אבות ב ד

אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

תגובהדורך לחיים טובים ולשלום » מיטוואך נובעמבער 30, 2016 11:16 am

רוב מאל ווען מען ווארפט א בחור צו די גאס איז עס נישט ווייל ער הט נישט סדרי הישיבה וכדומה, אפשר דאס זאגט מען אבער געווענדליך פאר נאר אזעלעכע זאכן ווארפט מען נאך נישט, עפ"ר איז דא נאך א סיבה וואס זיי ווילן נישט זאגן משום כבודו, ותן לחכם ויחכם

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מיטוואך נובעמבער 30, 2016 11:45 am

אקעי יעדער רעדט דא פון א צווייטע זאך.

1. רוב בחורים זענען נישט מצליח אין ישיבות.
2. מ׳ווארפט בחורים פון ישיבות
3. מ׳נעמט נישט אן קיין בחורים אין ישיבות

יעדע פון די זאכן זענען נושאיים פאר זעך

אוועטאר
היטשינער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm

תגובהדורך היטשינער » מיטוואך נובעמבער 30, 2016 2:02 pm

אל תדון האט געשריבן:ס'איז שוין היינט דא ברוך השם אסאך ישיבות ווי מנעמט אריין א יעדעם איינעם סיי און ניו יארק, מאנערא, א"י און נאך
און געבן נישט די הרגשה פאר בחורים אז זיי באלאנגען נישט דארט,
איך זאג נישט אז אלע ישיבות אויפן גאס - וואס געהערן צו חסידות'ן אדער וואס נעמען אריין נאר "מציונים" זענעם אוקי, אבער ב"ה אפאר נארמאלע און גיטע ישיבות זענען אבעיליבעל פאר ווער ס'איז אינטערסירט

אדרבה!! אויב מעגליך ביטע שרייב די נעמען פון די ישיבות פון וואס דו רעדסט זאלן די צענדליגע בחורים וואס איך ווייס וואס דרייען זיך אין גאס אן קיין ישיבה על לא עול בכפם און נאך הונדערטע וואס איך ווייס נישט וויסן פון דעם

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מיטוואך נובעמבער 30, 2016 2:03 pm

די בחורים וואס גייען זעהן די תגובה גייט מען דארט אויך נישט אננעמען.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך נובעמבער 30, 2016 2:08 pm

היטשינער האט געשריבן:וואדרידזשע רב הגה"צ ר יצחק לעבאוויטש שליטא שרייט דאס שוין יארן ער איז גרייט יעדן טאג צו עפענען א ישיבה אויף די אמאליגן דרך ער דארף נאר אז 10 בחורים זאלן נעמען די שטארקייט און קומען [און עס זענען שוין געווען בחורים וואס האבן געוואלט גיין נאר די עלטערן האבן נישט געלאזט]

און.... ער האט נאך עד היום הזה טאקע נישט געטראפן קיין צען בחורים? ......
זיין אידילאגיע איז דאך ידוע, לוחם צו זיין אקעגן אלעס און יעדן וואס איז מצליח מיט א סוקסעס...., ודוק היטב והבן

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מיטוואך נובעמבער 30, 2016 2:26 pm

היטשינער האט געשריבן:וואדרידזשע רב הגה"צ ר יצחק לעבאוויטש שליטא שרייט דאס שוין יארן ער איז גרייט יעדן טאג צו עפענען א ישיבה אויף די אמאליגן דרך ער דארף נאר אז 10 בחורים זאלן נעמען די שטארקייט און קומען [און עס זענען שוין געווען בחורים וואס האבן געוואלט גיין נאר די עלטערן האבן נישט געלאזט]

אטאדא ליגט דער הונט באגראבן, יש דברים באגי, ואכמ"ל והמ"ל ודוק וקל

אוועטאר
היטשינער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm

תגובהדורך היטשינער » מיטוואך נובעמבער 30, 2016 2:38 pm

ראספשע האט געשריבן:.און.... ער האט נאך עד היום הזה טאקע נישט געטראפן קיין צען בחורים? ......
זיין אידילאגיע איז דאך ידוע, לוחם צו זיין אקעגן אלעס און יעדן וואס איז מצליח מיט א סוקסעס...., ודוק היטב והבן
אנטשולדיקט אבער קודם כל האט ער געפירט 30 יאר א ישיבה און שיין מצליח געווען און די סיבה פארוואס עס האט זיך פארמאכט 13 יאר צוריק איז ווייל עלטערן האבן מורא צו ש'קן זייערע גוטע קינדער אין א פלאץ ווי מען נעמט אויך אן שוואכע קעפ און וועגן דעם איז ער געבליבן מיט נאר גאר שוואכע קעפ איז די ישיבה געגאנגען אין דרערד אריין, שולדיג אין דעם זענען די ראשי ישיבות וואס האבן אנגעפאנגען נאר

אוועטאר
אל תדון
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 7:35 am

תגובהדורך אל תדון » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 5:22 am

היטשינער האט געשריבן:
אל תדון האט געשריבן:ס'איז שוין היינט דא ברוך השם אסאך ישיבות ווי מנעמט אריין א יעדעם איינעם סיי און ניו יארק, מאנערא, א"י און נאך
און געבן נישט די הרגשה פאר בחורים אז זיי באלאנגען נישט דארט,
איך זאג נישט אז אלע ישיבות אויפן גאס - וואס געהערן צו חסידות'ן אדער וואס נעמען אריין נאר "מציונים" זענעם אוקי, אבער ב"ה אפאר נארמאלע און גיטע ישיבות זענען אבעיליבעל פאר ווער ס'איז אינטערסירט

אדרבה!! אויב מעגליך ביטע שרייב די נעמען פון די ישיבות פון וואס דו רעדסט זאלן די צענדליגע בחורים וואס איך ווייס וואס דרייען זיך אין גאס אן קיין ישיבה על לא עול בכפם און נאך הונדערטע וואס איך ווייס נישט וויסן פון דעם

פארוואס זענען דיע בחורים אינדרויסן? געוואפן אדער סתם נישט אנגענומען?
ישיבה קטנה אדער ישיבה גדולה? ניו יארק, לאנדאן אדער א"י?
אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו
אבות ב ד

אוועטאר
היטשינער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm

תגובהדורך היטשינער » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:18 am

אל תדון האט געשריבן:
היטשינער האט געשריבן:
אל תדון האט געשריבן:ס'איז שוין היינט דא ברוך השם אסאך ישיבות ווי מנעמט אריין א יעדעם איינעם סיי און ניו יארק, מאנערא, א"י און נאך
און געבן נישט די הרגשה פאר בחורים אז זיי באלאנגען נישט דארט,
איך זאג נישט אז אלע ישיבות אויפן גאס - וואס געהערן צו חסידות'ן אדער וואס נעמען אריין נאר "מציונים" זענעם אוקי, אבער ב"ה אפאר נארמאלע און גיטע ישיבות זענען אבעיליבעל פאר ווער ס'איז אינטערסירט

אדרבה!! אויב מעגליך ביטע שרייב די נעמען פון די ישיבות פון וואס דו רעדסט זאלן די צענדליגע בחורים וואס איך ווייס וואס דרייען זיך אין גאס אן קיין ישיבה על לא עול בכפם און נאך הונדערטע וואס איך ווייס נישט וויסן פון דעם

פארוואס זענען דיע בחורים אינדרויסן? געוואפן אדער סתם נישט אנגענומען?
ישיבה קטנה אדער ישיבה גדולה? ניו יארק, לאנדאן אדער א"י?

ביי רוב בחורים געשעהט די פראבלעם ווען מען גייט אריין פון ישיבה קטנה צו ישיבה גדולה. און אפי' ער איז שוין יא אנגעקומען אין א ישיבה גדולה דורך עסקנים שתדלנים וכו' פילן די ישיבות אז וויבאלד ער האט זיך אריינגעריקט אין ישיבה קעגן זייער רצון קען מען אים ארויסווארפן פאר יעדע מידענסטע זאך וואס ער שטעלט זיך נישט צו [ווי למשל נישט קומען צו סדר בוקר] ומוסיפין חטא על פשע. און דאס קומט פאר סיי אין ניו יארק, אין סיי אין לאנדאן,(אין א"י וויס איך נישט)

ha ha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

תגובהדורך ha ha » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 8:18 am

אין מען בעט די עלטערן אדער משפחה מיט גלידער אריין צי לייגן א סכום געלד אין אויף יעדע קליינערקייט נעמט מען אראפ וכו'... אין די ישובות זענען נאך גערעכט... א שאנדע אין די היינטיגע היסטאריע!!!

שעמעדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:40 pm

תגובהדורך שעמעדיגער » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 10:48 am

א. די סיסטעם ברעגנט פראבלעמען אבער פאר דעם דור לכאורה מער וויניגער די בעסטע מעגליך,
ב. מקען נישט צווינגען א ראש ישיבה אריינצינעמן איינעם, אבער ארויסווארפען דארט ליגט שוין א גרויס חלק מאל רשעות.
ג. מגידי שיעור זייער סך פון זיי ארבעטן זיך איבער פאר די בחורים מער ווי זיי באקומען באצאלט און זיי קענען, נישט אייביג האט ער די קוראזש צי זאגן פארן טאטען די אמת אין פנים, אבער ער לייגט אריין כוחות (בדרך כלל)
ד. די עיקר חורבן איז אז ישיבה קטנה גייט נישט גלייך ארויף פון תלמוד תורה כאילו עס איז נאך א כתה אין חדר. ודוק.
ה. גרויסע ישיבות איז טיילמאל א מעלה און טיילמאל א חיסרון, לדוגמא א וואקעלדיגע בחור וועט גאר שנעל קענען פאלן אין די גרויסע ישיבות צוליב ווייניגער קאנטראל
המשך יבוא
ולראי' בעה"ח ביום הנ"ל ובמקום הנ"ל

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט