דו ביסט אן עקסטרעמיסט!

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

דו ביסט אן עקסטרעמיסט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

מיר אלע זענען דינסטאג נאכט געזיצן געשפאנט צוזאמען מיט נאך מיליאנען אמעריקאנער בירגער און מיט א פארכאפט אטעם מיטגעהאלטן ווי היסטאריע פאסירט, די זאך פון וואס מ׳האט זיך קוים גע׳חלום׳ט איז יעצט ווירקליך די מציאות אין וואס מיר שטייען. דאנעלד דשעי טראמפ איז שמערניש ווייניגער ווי די פרעזידענט עלעקט פון די פאראייניגטע שטאטן!

יעדער האט רעאגירט אוף זיין שטייגער, אין די צייט וואס איינער האט געשאלט פאר פרייד איז דער צווייטער געזיצן אויף א תשעה באב בענקל. געווען וואס האבן געזוכט די שנעלסטע וועג קיין קאנאדע ווען אנדערע האבן געזאגט אז די אלע זאכן מיינט גארנישט. מ׳גייט אים נאך אימפיטשן...

איך פערזענדליך האב אנגעהויבן טראכטן אביסל וועגן אישו'ס, וויאזוי אמעריקא וועט אויסזען נישט לאנג ארום, און אזוי ווי די מוח פון א בר נש ארבעט זענען מיר געפארן פון דא צו הא, און מיר האבן זיך געטראפן זינקען אין די נושא פון ליבערליזם ווס קאנסערוואטיזם.

אזוי טראכטנדיג בין איך פארפארן... מ'האמיר זיך צומישט. ווען איך האב עס געכאפט בין איך צוריקגעגאנגען נאכאמאל און שטייט איבערגעטראכט די המצאה, און יא! איך האב נישט מער און אודאי נישט ווייניגער, געטראפן א ׳באג׳ אין די סיסטעם...

דעמאקראטיע פאראייניגט אלע סארטן מענטשן, און בארעכטיגט יעדעם בשוה. דער ליבעראל וועט געבויעט אויף די הנחה רחמנות האבן אויף אינוואלידן, פרויען, שווארצע, און אפילו אויף באשעפענישן.

ווידער דער קאנסערוואטיווער קאפ, וואס האלט ער? דא זענען מיר סטאק געווארן, בעסער, מיר האבן זיך געטראפן פאר א שיידוועג. פון איין זייט קען מען זאגן אז דער קאנסערוואטיוו האלט אז וואס די אינסטיטוציע שטעלט נישט אונטער די יסודות פון דעמאקראטיע פעלט נישט אויס צוצולייגן. מען טאר נישט מוסיף זיין און נישט גורע זיין.

פון די אנדערע זייט קען גאר זיין סך טיפער. דער ליבעראל האט דאך רחמנות אויף אלעמען, נישט קיין חילוק פון וואו ער קומט און אין וועלכע מצב ער געפינט זיך. נו, אויב אזוי דארף מען דאך סימפאטיזירן מיט ראסיסטן אויך... זיי זענען דען עפעס נישט קיין מענטשן? און פון צו סימפאטיזירן ביז אמווייניגסטן׳ס אויפהערן סימפאטיזירן אזוי שטארק מיט אלע אנדערע גרופעס איז א קאצן שפרונג... און פון דעם האט ארויסגעשפראצט די ווארצלען פון קאנסערוואטיזם.

למעשה איז עס מסתמה א שיינע טעאריע להלכה ולא למעשה, אבער עס וועט נישט זיין קיין חידוש ווען די ארכי ליבעראלן וועלן זיך טרעפן רעדן ווי זייערע קעגנער.

כלפי מה דברים אמורים? די דערמאנטע ׳טוויסט׳ גיבט אביסל צו פארשטיין די מהלך המחשבה פון מענטשן אין יעדע אספעקט.

און אז מיר האבן אנגעהויבן מיט די משל פון ליבעראליזם לאמיר קודם ממשיך זיין מיט דעם:
ווי מיר שטייען היינט זענען די ארכי ליבעראלן קעגן נעמען איידי ביים שטימען ווייל עס איז ראסיזם קעגן די וואס האבן נישט. (אינטערסאנט אז גוגל לאזט מיר נישט אריינסיינען אין מיין חבר׳ס אימעיל, כאדעך נישט זיין פעסווארד! ראסיזם בתפארתו).

מוסלעמענער וואס זאגן קלאר אז זיי שטיצן שאריא ווערן אריינגעלאזט אין לאנד מיט די אויסרייד אז פון שאריא ביז טעראר איז א וועג צו גיין און אפהאלטן שאריא שטיצער איז ראסיזם. (דאס מיינט אז מ׳שטעלט די הייליגע דעמאקראטיע אין א סכנה טאקע דורך דעם וואס מ׳נעמט איר צו א עקסטרעם. והבן).

איינער וואס זיצט און קוקט יו טוב קליפס לילות כימים באקומט פולע שטיצע פון די רעגירונג, דאס רעכנט אריין א הויז, עסן, דאקטוירים, און וואס נישט. ווייל ווען דער פוילער שטריק גייט אין גראסערי וועט חל זיין א ראסיזם אז מ׳פארקויפט פאר יעדעם חוץ פאר אים. (למעשה איז דאס זייער א געשמאקע זאך פאר אונז. איך ווייס. מיר קענען לערנען און טוהן רצון השם צוליב דעם. אבער נישט צוליב אונז איז עס געגרינדעט געווארן).

למעשה, נישט אריינצוגיין אין קיין ויכוחים צו די דערמאנטע משלים זענען ריכטיג צו נישט. די פוינט איז אז מ׳נעמט א ריכטיגע טעאריע, מ׳גלויבט דערין, און צוביסלעך כאפט מען זיך, איין מינוט, איך בין דאך נישט אינגאנצן אויסגעהאלטן לויט די טעאריע וואס איך אליין האלט פאר ריכטיג, און אזוי שטיפט זיך עס ווייטער און ווייטער ביז מ׳פארגעסט בכלל וויאזוי זאכן האבן זיך אנגעהויבן און מ׳כאפט אליין׳ס נישט ווי צומישט מ׳איז.

די זעלבע גייט פארקערט אויך. דער ארכי קאנסערוואטיוו איז געקומען צו די מסקנה אז דער ליבעראל איז נישט גערעכט. נעמען זאכן ווייטער ווי די קאנסטיטוציע ברענגט צומישעניש, חורבן, און טיפשות. איז ער געקומען צו די החלטה אז איך ריר מיך נישט אוועק פון די קאנסטיטוציע. יהיה מה שיהיה! למעשה צייטן טוישן זיך, זאכן וואס זענען אמאל נישט געווען קיין פראבלעם צו זיין לעגאל דארפן ווערן אומלעגאל, וכדו׳. אבער דער קאנסערוואטיוו שפירט אז מיט׳ן טוישן פון די קאנסטיטוציע פאלט זיין גאנצע שיטה אין מיסט אריין.

דאס איז די פסיכאלאגיע אונטער ׳עקסטרעמיסטן׳, און בעצם שכל׳דיג איז דער עקסטרעמיסט אלץ גערעכט. ווייל דער וואס איז נישט קיין עסטרעמיסט איז זיך סותר מיניה וביה. אויב האסטו פיינט ציונים דאן וויאזוי האסטו פיינט אראבער. אויב האלטסטו פון גלייכבארעכטיגונג דאן פארוואס איז דיין דירה פארשפארט. און פארוואס טרעטסטו אויף מוריטשקעס?!

קאמוניזם! א ווארט וואס ערוועקט געפילן פון צער און נויט, געפילן פון אינטערדרוקונג. וויאזוי האט זיך עס אנגעהויבן? קאמוניזם איז געבויעט אויף א שיטה אז די וועלט דארף זיין יושר׳דיג איינגעטיילט. די שליסל ווארט פון קאמוניזם איז יושר, אבער אין פאקט האט זיך עס ארויסגעשטעלט צו דינען אלס די משל וואס מ׳ניצט אויף דייקא די היפך פון יושר. מען האט אנגענומען אלע סארטן אומ׳יושר׳דיגע טאקטיקן כדי ארויפצוצווינגען אט די אזויגערופענע יושר.

איז די יסוד פון קאמוניזם ריכטיג? אודאי נישט, עס איז נישט תורה׳דיג און קעגן די טבע. די וועלט קען נאר שטיין ווען עס איז דא גארבידש קאלעקטארס. און די וועלט דארף די וואס פראדוצירן די גארבידש. די פונקט וואס איז אבער אונז נוגע איז ווי ווייט עקסטרעמיזם קען פירן ביז מ׳קומט ממש אן צו ווערן מער עקסטרעם צו די קעגנערס שיטה ווי די קעגנער אליין. די אומ׳יושר׳דיגע לענדער וואס האבן נישט געדארפט אגאנצן טאג אינפארסירן יושר זענען געווען פיל מער יושר׳דיג ווי די לאנד פון יושר, מאמע רוסלאנד והגלילות.

אויב מ׳טראכט אריין זעהט מען אז שיטות זענען רינדעכיג, כאטש וואס במושכל ראשון קוקט עס נישט אזוי אויס. עס זעהט אויס ווי ראובן שטייט אויף איין זייט פונעם וואסער און שמעון אויף די אנדערע זייט. אבער נאך א שטיק צייט דערזעהן זיי זיך אויף די צווייטע זייט, און יעצט שטייט ראובן אויף שמעון׳ס אלטע פלאץ, ווידער שמעון שטייט פעסט ביי ראובן׳ס נעכטיגע שיטה. און מ'טענה'ט זיך אויף כוחות!

דער עקסטרעמיסט פארנעמט רוב פון די וועלטסט פאפולאציע, פון אלע זייטן פון אלע מטבעות. עס איז דא דער עקסטרעמיסטישער ליבעראל, דער עקסטרעמיסטישער קאנסערוואטיוו, דער עקסטרעמער ציוני, און דער עקסטרעמער קנאי.

אבער דאס איז ווייניג נוגע ווען עס קומט צו די דערמאנטע משלים זינט עס מאכט נישט אויס פארן פריוואטן לעבן פונעם מענטש צו שטארק, דער ליבעראל האט געהאט א שווערע נאכט דינסטאג ווען די קאנסערוואטיוו איז געווען אין זיבעטן הימל, אבער ביז אפאר טעג בארואיגט זיך עס, יעדער גייט צוריק אין כולל און דאס לעבן גייט אן על צד היותר טוב...

וואו מ'קען יא שטארק איינקעשן די טעאריע איז דוקא נישט ביי וועלטס דיפערענצן. ווען זרח האט זיך אינטערגענומען מקפיד צו זיין אויף זמן קרי"ש, אבער האט למעשה אויפגעגיבן, האט ער אליין נישט געכאפט וואס פאר א עקסטרעמיסט ער איז.

איר כאפט אויך נישט? נו גוט, איך וועל מיך מסביר'ן:

פארוואס האט ער אויפגעגיבן זיין קבלה? לאמיר זיך נישט וואונדערן, איך גיי צו צו אים און פרעג אים אפנהארציג. די ענטפער: סאצעך נישט אויסגעארבעט...

וואס הייסט? וואס איז געווען דיין פלאן? האסט אמאל געטראכט אז ס'גייט זיך אויסארבעטן?

שאאר! איך האב זיך עס דאך אינטערגענומען, ניין? איך בין עפעס טראמ.. כ'מיין, משוגא?!

דאן וואס איז יעצט געשען אז דו האסט אויפגעגיבן?

דארפסט פארשטיין, דעמאלטס איז געווען ראש השנה, איך בין געווען ווארעם צו די זאך. איך האב אפגעמאכט אז "דאס יאר גיימיר נישט פארשלאפן זמן קרי"ש". פינטל.

און וואס איז למעשה געשען?

איך האב איין טאג געהאט א חתונה פון א שוואגער, פארשלאפן זמן קריאת שמע, שפעטער איז געווען שבע ברכות, נאכדעם איז געווארן אנגעצויגן אין די ארבעט, בקיצור, סאצעך נישט אויסגעארבעט. נא.. וואס זאל איך דיר זאגן. פארשטייסט נישט?

איך פארשטיי שוין איין מאל... דו ביסט א פערפעקשאניסט! אויב ארבעט זיך עס נישט אויס פונקטליך וויאזוי דו האסט זיך אויסגע'חלום'ט איז דערנאך.

איך א פערפעקשאניסט? איך בין פונקט די פארקערטע, מיין הויזן הענגט אלעמאל פון איין זייט, דו ביסט עפעס היינט געבוירן? איך מיין דו זאלסט ארויסגיין פון די דיאגנאזירן ליין, טרעף דיר א דשאב אין בי ענד עידש אסאפ!

פארוואס טאקע הענגט דיין הויזן אלעמאל אויף איין זייט?

ווייל איך האב נישט קיין נערוון יעדע מינוט עס נאכאמאל ארויפצושלעפן. פארשטייסט, איך בין א גברא רבה, און דאס איז א פרייז וואס מ'דארף צאלן פארן זיין א גדול בישראל...

אזוי? און פארוואס גייסטו נישט אויף דייעט?

ווייל איך גיי סייווי דורכפאלן...

אקעי - זאג איך דעם זרח'ן - מיר האבן שוין גענוג געשמועסט, איך שרייב אן אנאליז אויף דיר און דו וועסט מיר זאגן צו ס'שטימט...

די אנאליז איז אזוי:
דער זרח איז א פערפעקשאניסט, און דאס איז די סיבה פארוואס ער קומט נישט אן אין לעבן, ווייל ער טוט נאר אויב עס וועט זיין בשלימות. און זינט עס איז נישט פארהאן אין די בריאה אזא זאך ווי שלימות. נאר דער אויבערשטער איז שלם, טוט ער טאקע גארנישט... ער שלאפט ביז ווען ער שטייט אויף, ער עסט ביז ער דארף נאמאר, ער שמועסט ביז ער ברעכט שוין. ער מאכט געלט נאר ווען די חובות פארשעמען די גרעסטע אנזעצער. אויף אידיש רופט ער זיך "דורכפאל".

מיר האבן פריער געשמועסט וועגן די עקסטרעמיסטן וואס טרעפן זיך אויפן צווייטן זייט פון די ארענע. דער זרח וויל גיין אויף דייעט, ער וויל! ער האלט ביים גיין אויף דייעט. דאן פארוואס גייט ער נישט? ווייל עס גייט נישט זיין בשלימות. דאס הייסט אז זיין ווילן צו גיין אויף דייעט האט געברענגט ער זאל נישט גיין אויף דייעט! ווען ער וויל ווען נישט גיין אויף דייעט נאר פערצופאל האט ער זיך פארשמועסט און פארגעסן צו עסן, דאן געלונגט די דייעט. אבער נאר ווייל ער וויל דייקא "יא" גיין אויף דייעט, דאס איז די סיבה פארוואס ער גייט נישט!

והיינו טעמא דקריאת שמע והיינו טעמא דהויזן והיינו טעמא דדייעט. דער איד איז א פערפעשאניסט, און דאס זינט ער איז א עקסטרעמיסט.

דער קאמוניסט זוכט יושר און ער פייניגט מענטשן צוצוקומען צו יושר.

המשך יבא, עס גייט סך טיפער ווי איר טראכט...
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

הערליך-שטארק+באטעמ'ט געשריבען
איך זעה ביזט א טראכטער
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

עמוק עמוק! מים עמוקים ידלם איש תבונה!

דאס איז דאך אזא ריכטיגע נקודה אזוי הערליך שיין אפגעלערנט דעם סוב-קאנטשעס פון א מענטש, ס'איז א געוואלדיגע מוסר השכל וואס קען גוט צונוץ קומען אלעמאל.
---
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9177
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

Wow דאס הייסט א מעכטיגע ארטיקעל.

א שיינעם דאנק און הערליך שיין ארויסגעברענגט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

מה פתאום דאס איז א גיץ! כ׳האב מיך נישט גערישט צו הערן אזעלכע דברים של טעם אינמיטן אזא בלבול המוחות,

טענק יו איי רילי ענדזשויד איט, ענד לץ מעיק אמעריקא גרעיראגען
חביבי
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

הערליך געשריבן, @פתאום האט באוויזען א מייסטער ארבעט.

אויב איך מעג בעטן, ביטע שמועס אויס ווי אזוי מען ווייסט ווען פייניגען מענטשן פאר יושר איז די ריכטיגע זאך און ווען נישט.

א דאנק פון פראנויס!!
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

גוט.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
Silent
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Silent »

א דאנק @מה פתאום, זייער הנאה געהאט
ווארט מיר אויף די המשך
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אזא קלארער ארטיקל און אזא צומישטע תקופה איז כמים קרים לנפש עייפה....
מה פתאום??? האט געשריבן:אויב מ׳טראכט אריין זעהט מען אז שיטות זענען רינדעכיג, כאטש וואס במושכל ראשון קוקט עס נישט אזוי אויס. עס זעהט אויס ווי ראובן שטייט אויף איין זייט פונעם וואסער און שמעון אויף די אנדערע זייט. אבער נאך א שטיק צייט דערזעהן זיי זיך אויף די צווייטע זייט, און יעצט שטייט ראובן אויף שמעון׳ס אלטע פלאץ, ווידער שמעון שטייט פעסט ביי ראובן׳ס נעכטיגע שיטה. און מ'טענה'ט זיך אויף כוחות!


דאס איז טאקע א שטארקע פוינט וואס איז אין מציאות און מען קען עס נישט לייקענען.

מה פתאום??? האט געשריבן:המשך יבא, עס גייט סך טיפער ווי איר טראכט...


מיר ווארטן אויפן המשך...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

אוי פתאום פתאום... האסט מיר געפראווט אז קיינער האט נישט גע'גנב'ט דיין פעסווארד...

טיפע נקודות

וואס יא, ווען דו ברענגסט ווען ארויס מיט דעם ארטיקל א פוינט אין א קאנטרעווערסיאלע ענין ווי למשל משפיעים וכדו', וואלטן שוין געווען אסאך חולקים אויף דיינע הנחות דא...

וואס איך מיין צוזאגו איז, אז דו ברענגסט ארויס שטארקע נקודות למחשבה, וואס איז אמת אסאך מאל ביי אסאך מענטשן אבער נישט אלע מאל ביי אלע מענטשן. עכ"פ, איך ווייס נישט צו דאס איז די פוינט וואס שטימט נישט מיט דעם ארטיקל, אבער עפעס בינעך נישט אינגאנצן מסכים מיט יעדן ווארט דא.

איך בין פשוט נישט גענוג קלאר ביי מיר ארויס צו ברענגען וואס באדערט מיר און מיט וואס איך בין מחולק. (איך האף נאך אז באלד וועט קומען איינער און ארויס ברענגען דאס וואס איך טראכט...)
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

@אויסגערעכנט, די ארטיקל נעמט נישט קיין צד אין קיין שום שיטה, מיר זענען נאר מסביר לויט יעדע שיטה ווי ווייט די טעאריע דערפון פירט ביזן גיין קעגן די שיטה אליין. וואס יא, אינעם קומענדיגן ארטיקל האף איך אויסצושמועסן דעם צענטעריסט, וואס איז נישט קיין עקסטרעמיסט, און דאן וועלן מיר צוריקקומען צו די חלק פון קאמוניזם און יושר און מיר וועלן חשבון׳ען לויט יעדע שיטה וויאזוי עס דארף גיין. און וואס עס טוט זיך מיטן צענטעריסט. (איך זאג שוין אויס די גאנצע זאך... נישט פעיר).

@וואוילע שעפעלע, איך בין שוין מיד פון די קאנטרעווערסיאלע נושאים. ס׳קאסט כוחות... אבער ווי געשריבן. דער דאזיגער ארטיקל נעמט נישט קיין שטעלונג אין גארנישט, עס איז נאר מסביר אז א שיטה איז א זאך וואס גייט רינדעכיג און אויב ווייסט מען נישט וואו זיך אפצושטעלן דאן ענדיגט מען נישט. עס בלייבט נאר שווער איין פראגע, אויב שטעלט מען זיך יא אפ דאן איז לכאורה די גאנצע שיטה אויס זינט מ׳מוז עפ״י דרך הטבע עפעס נאכגיבן כדי נישט צו זיין קיין עקסטרעמיסט. בקיצור וואו שטעלט זיך דאס אפ. המשך יבא...

א שיינעם דאנק אייך, באדאנקערס.
ס׳קומט נישט צופיס...
מעלות
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 6:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעלות »

קודם א גרויסן ייש"כ פאר דיין שיינע טיפזיניגע ארבעט
ליינענדיג דיין ארטיקל האב איך מיך דערמאנט אז מיט עטליכע יאר צוריק בין איך אמאל געפארן קיין טאש קאנאדע האב איך מיר אנגעהאנדעלט עטליכע סידי'ס פארן וועג איינס אעז געווען פון הרב ר' ישעי' ווייס שליט"א וואס די תוכן דערפון איז הזהרו שלא תזהרו ביותר און ביים שמועס האט ער געזאגט ממש אות באות וואס די שרייבסט.
נ.ב. איך בין זיכער אז די לערנסט אסאך ליקוטי תורה און אנדערע ספרי חב"ד און מן הסתם אויך חידושי הגר"ח הלוי
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

האו! מה פתאום! וואס איז נייעס?! יעצט געליינט צום ערשטן מאל, און זיך באלעקט די פינגערס!
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

מה פתאום??? !!!

געליינט מיט הנאה און איך קוק ארויס אויף די המשך

א דאנק
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

מיר ווארטן אויף נאך.... נא ווי לאנג
אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נערישער אינגרמאן »

מה פתאום!,
כ'בין זייער נתפעל פון:
מה פתאום??? האט געשריבן:
אויב מ׳טראכט אריין זעהט מען אז שיטות זענען רינדעכיג, ...................

Pleeeeeeeeeeeeeeas continue
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

נערישער אינגרמאן האט געשריבן:Pleeeeeeeeeeeeeeas continue

נאאאאאאאא????????

פתאום'ל???????????

איינער האט אים אפשר געזעהן????????

די עולם שטייט מיט אפענע מיילער, ער האלט אינמיטן א געלונגענע דרשה און ער האט גענומען וואקאציע.........

לאז אונז נישט ווארטן אזוי... מיין מויל טוט שוין וויי פון זיין אזוי לאנג אפן........

באלד קומט דא איינער און פאנגט אן אריין צו שפריצן וואסער און אונזער מיילער...........

נא?????

ביסט נאך אלץ נישט דא???

ווי וועיטינג......

Pleeeeeeeeeeeeeeas continue
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נערישער אינגרמאן »

אוי כ'האב באקומען טשולענט אין מיין אפענע מויל :grin:
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

פתאום עס איז שוין העכסט צייט צו שרייבן ווייטער
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

הערליך ארטיקל און קלאר ארויסגעברענגט!
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

שוין אריבער א וואך זינט מיר האבן געשריבן דעם ערשטן ארטיקל. יעצט נאכן איבערליינען נאכאמאל שפיר איך אז אפאר זאכן זענען נישט ארויסגעקומען גענוג קלאר, איז לאמיר קודם אויסקלארן די מסקנות ביז אהער בעפאר מיר לאזן זיך ארויס ווייטער אין וועג.

אונזער הויפט מסקנה איז אז אלעס וואס ווערט געטוהן, אדער געפירט דורך א בשר ודם, קען ווערן רינדעכיג. דאס נעמט אריין מחשבות, שיטות, טאהטן, און מעשים.

א שיטה קען געבויעט ווערן ביי א מענטש דורך אסאך מהלכים ווי מיר וועלן נאך אויסשמועסן. די הויפט מהלך איז ווען דער מענטש אנערקענט א געוויסע זאך אלס ריכטיג, ער הויבט אן צו האלטן דערפון. די פראבלעם ווערט ווען די יסוד השיטה פירט אים ווייטער ווי געפלאנט און ער פארלירט זיך אינגאנצן. דאן ווערט ער אן עקסטרעמיסט.

דאס זעלבע איז אויך למעשה ווען א מענטש נעמט זיך עפעס אינטער וועט ער אסאך מאל אזוי שטארק טוהן די זאך ביז עס וועט אים אנהויבן אויסצוקוקן ווי א בארג און ער וועט פארלירן די דרייוו און אויפגיבן.

עס זענען דא צוויי ערליי פערפקשאניסטן, די אפענע פערפעקשאניסט און דער באהאלטענער. דער אפענער פערפעקשאניסט איז א מענטש וואס אלע זיינע ארומיגע אנערקענען אז ער איז א פערפעקשאניסט. כולו אומר פערפעקשאניזם, יעדע קנעפל האט זיך זיין פלאץ, ער איז א פונקטליכער צוזאמגענומענער מענטש, וכו׳.

ווידער דער באהאלטענער פערפעקשאניסט איז דער וואס במושכל ראשון איז ער ממש די קעגנזאץ פון די ווארט ״פערפעקט״. ער איז א פארשלעפטער וואס קען נישט האלטן קיין קביעות פאר מער ווי א וואך. ער קומט אן צו לוויות גלייך נאכן באגראבן... ער איז סעלף עמפלויעד אלס פארט טיים מקוה זיצער און פול טיים וואסער מאלער. ווען איינער וועט זיך וואגן צו זאגן אויף אים ״פערפעקשאניסט״ וועט מען אים קאנסידערן אלס אנאלפאבעט.

די אמת איז אבער אז אסאך פון די סארט מענטשן וואס קומען נישט אן אין ערגעץ זיי זענען גאר נאך גרעסערע פערפעקשאניסטן ווי די גרעסטע פערפעקשאניסט וואס איר האט אמאל געזען!

יעדע פערפעקשאניסט מוז כסדר אויפגיבן אויף חלקים פון זיינע אמביציעס. איינער וואס שטייט אויף פארטאגס יעדו טאג 3 אזייגער קען נישט נאכקומען דעם פארלאנג פסח נאכן סדר. דער מיט גראדן הוט גייט אויך אמאל אין גאס ווען די ווינט בלאזט, ער לאזט זיך נאר נישט און שטעלט אלעס צוריק אין פלאץ ווי נאר די ווינט בארואיגט זיך.

ווידער דער באהאלטענער פערפעקשאניסט אים פעלט די סקילל וואס רופט זיך ״אויפגיבן״ ער גייט נישט אויפגיבן אויף די זאכן וואס ער האלט פאר ריכטיג, זאל זיך די וועלט איבערדרייען, ״אז איך טוה עס שוין יא זאל עס שוין זיין אינגאנצן״ איז די סלאגאן וואס ער חזר׳ט כסדר איבער.

די מציאות ווייזט אבר אז שלימות איז נישטא אויף אונזער עולם הזה, און דער באהאלטענער פערפעקשאניסט קען אין פאקט נישט נאכקומען זיינע פארלאנגען, און דאס מאכט ער זאל פארלירן די דרייוו בכלל אנצוהייבן א שיעור קבוע יעדע נאכט ווייל שבת קען מען סייווי נישט לערנען ביינאכט, קומט דאך אויס אז ס׳גייט נישט זיין באמת ״קבוע״ און אויב ס׳נישט קבוע איז דאך עס נישט די שיעור וואס איך פלאן אנצוהויבן. איך פלאן דאך צו לערנען ״בקביעות״ און וועגן דעם הייבט ער קיינמאל נישט אן. אן ווען ער הייבט יא אן פארלירט ער די געשמאק גלייך ווען מ׳דארף אויפגיבן א חלק פון די אקוראטע פלענער וואס ער וויל טוהן.

אז מיר פארשטייען שוין וואו די לאך פונעם באהאלטענעם פערפעקשאניסט איז וועלן מיר מחדש זיין אז ער איז גאר בכלל נישט קיין פערפעקשאניסט! א פערפעקשאניסט ווייסט וואו איין און וואו אויס, דאס איז די הויפט באשטאנדטייל אין אים וואס פירט אים צו זיין פערפעקט. ווידער דער באהאלטענער פעפעקשאניסט איז נישט מער ווי א עקסטרעמיסט! א עקסטרעמיסט איז דער וואס וועט נישט אויפגיבן אויף די אנהייב ווען די סוף פירט אנדערש. ער וועט נאר מיטגיין מיט וואס דער אנהייב טראגט אים.

דער עקסטרעמיסט וועט צוליב זיין שיטה רחמנות צו האבן אויף באקריוודעטע מענטשן נישט קענען פועלן ביי זיך פיינט צו האבן דער מענטש וואס וויל אים הרג׳נען! דער עקסטרעמיסטישער פערפעקשאניסט וועט צוליב זיין ווילן צו לערנען בקביעות נישט קענען פועלן ביי זיך נאכצוגיבן אויפן קביעות ווען די טבע פארלאנגט, און דאס וועט הרג׳נען דעם קביעות.

עס גייט רינדעכיג.

עד כאן אין די יסוד פון פאריגע וואך בתוספת נופך.

יעצט לאמיר זיך נעמען צום צענטעריסט. דער וואס פארשטייט אז רחמנות האבן אויף אומשולדיגע מענטשן איז וויכטיג, אבער ער גייט נישט צוליב דעם רחמנות האבן אויף זיין רוצח.

באמת אויב מ׳טראכט אריין, דער צענטעריסט איז זיך סותר מיניה וביה, פון איין זייט האט ער רחמנות אויף מענטשן וואס זענען באהאלפן, פון די אנדערע זייט אבער גייט ער קעגן זייט שיטה און האט נישט קיין רחמנות אויפן רוצח. ווערט שווער דו ביסט יא א בעל רחמנות צו נישט?

די ענטפער אויף דעם איז פשוט, די גמרא זאגט אסאך מאל ״זיל בתר טעמא״, קוק אויף די טעם הדבר, אויף די סברא וואס ברענגט די שיטה צום טיש. דער טעם פארוואס יעדער אנשטענדיגער מענטש וועטט רחמנות האבן אויף צובראכענע מענטשן איז בעצם א געפיל, אבער די סברא דערצו איז ווייל דער מענטש איז א מענטש מיט געפילן פונקט ווי מיר. איך אין זיין מצב וואלט זיך געשפירט אומבאהאלפן. איך וואלט ווען געהאפט אז מענטשן וועלן אויף מיר רחמנות האבן, מענטשן זאלן פארשטיין מיין מצב און מיר העלפן. וועגן דעם ווען איך זעה א צווייטן אין אזא מצב שפיר איך פאר וויכטיג אים צו העלפן.

וואס טוט זיך אבער מיטן רוצח? ווען איך בין ווען א רוצח וואלט איך נישט געהאט קיין הוה אמינא אז דער נרצח זאל אויף מיר רחמנות האבן, איך וואלט נישט געשפירט בכלל אז עס קומט מיר אזא זאך.

עס קומט אויס לפי זה אז די חילוק צווישן דעם צענטעריסט מיטן עקסטרעמיסט איז אז דער צענטעריסט זעהט אין יעדע זאך די סברא, די קאמען סענס וואס ליגט אונטער יעדע זאך, ווידער די עקסטרעמיסט זעהט נאר די חיצוניות׳דיגע הלכה פסוקה וואס קומט ארויס פונעם סברא, און ער ניצט איר צוליב דעם אפילו ווען די סברא וואס איז די יסוד וואס ברענגט צו די הלכה זאגט אנדערש.

נאך דא פיל מאריך צו זיין אי״ה
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

wow wow עס האט זיך געלוינט צו ווארטן!!!!!!

אזעלכע קלארע דיבורים, פון אזא הערליך פעדער...........

אבער ביטע לאז אונז נישט ווארטן נאכאמאל אזוי לאנג מיט די פארזעצונג..........
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

יישר כח פתאומ'ל געגעבן אסאך שטאף צו טראכטן
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

יואל אשר לאבין אין זיין מאמענט עדיטאריעל ווארפט אריין מיין געדאנק אינעם ארטיקל.
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

אוי וויי, פתאום, צעלייג מיך נישט אזוי ברבים... זאג נאר, דו קענסט צו גוט די נושא, בוסטו נישט ערגעץ וואו איינס פון די פערפעקציעניסטן?

(טאקע געליינט יואל אשר לאבין'ס ארטיקל די וואך. קנאקעדיג.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”