וואו האלט איר די טלית ותפילין?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אייוועלט ארכיוו

וואו האלט איר די טלית ותפילין?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט ארכיוו »

נאכן ליינען דא איבער א טלית בייטל וואס האט זיך ליידער אריינגעגליטשט אין מיסקאסטן איז מיר געווארן שווער אן אלטע שאלה, נעמליך פארוואס לאזט מען די תפילין אין ביהמ"ד?

איך טו אזוי ווי מיין טאטע און זיידעס האבן געטון און איך נעם עס אהיים יעדן טאג, איך שלאף נישט איבער א נאכט אויב איך האב נישט די תפילין מיט מיר. שוין יארן וואס איך זעה אז אנדערע לייגן די תפילין אין ביהמ"ד און ביי זיי איז א פשטות אז די סטארעדזש פאר דעם איז דארט.

איך האב קיינעם קיינמאל נישט געפרעגט, איך טו אזוי ווייל אזוי האב איך געזען אינדערהיים.

וויל איך וויסן, צו איז דאס א נייע זאך אז מען לאזט די טלית ותפילין אין ביהמ"ד? טוט איר אזוי? גייט איר טוישן צוליב די יעצטיגע מעשה?
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

די אמתע תירוץ איז "פוילקייט".
עס איז גרינגער צו "דאמפן" די טו"ת אין סמעדריש און עס דארפן זיכן א טאג נאכדעם ווייל איינער האט זיך דערמאנט די לעצטע מנוט אז ער האט נאכנישט געלייגט ר"ת תפילין און ס'ז דאך ניחא ליה לאיניש.... און נאכדעם האט ער זיך געאיילט און נישט צוריקגעלייגט דארט וואו עס איז געווארן "געדאמפט" דורכן בעה"ב.
I reserve the right to disagree
12:56
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

איך פלעג אויך מקפיד זיין דערויף, אהיימצונעמען יעדן טאג, ביז איך האב אנגעהויבן לויפן צו די ארבעט תיכף נאכן דאווענען אן אהיימגיין עסן פרישטאג אינצווישן, און עס איז זייער שווער ארומצונעמען מיט זיך א גאנצן טאג דעריבער בלייבט עס אין בית המדרש.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

כ'האב הנאה אז עס איז נישט קיין אנקעטע אשכול (ביזדערווייל)...
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

עפעס געדענק איך אז עס איז א שמירה ווען מ'טראגט עס אהיים
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

איסר האטלקי האט געשריבן:איך פלעג אויך מקפיד זיין דערויף, אהיימצונעמען יעדן טאג, ביז איך האב אנגעהויבן לויפן צו די ארבעט תיכף נאכן דאווענען אן אהיימגיין עסן פרישטאג אינצווישן, און עס איז זייער שווער ארומצונעמען מיט זיך א גאנצן טאג דעריבער בלייבט עס אין בית המדרש.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

אזוי ווי איסר.. אמאל פלעגיך עס אהיימנעמען, שפעטער צוליב נישט אהיימגיין פרישטאג'ן האביך געדינגן א לאקער מיט א שלאס, שפעטער אישוין אזוי געבליבן אפי' זאכן ארום האבן זיך געטוישט.
א מוח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 18, 2013 9:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א מוח »

ב״ה איך האב נאך יא כח
איך לויף יעדן טאג נאכן דאוונען צו די ארבעט אן עסן פרישטיג אין איך טראג אהיים מיין טו״ת יעדן טאג
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אין ב"ה פארשפארט אין א לאקער. כמנהג בית אבי
אייוועלט ארכיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט ארכיוו »

אין א לאקער איז טאקע נישט קיין קשיא, אבער דאס לאזן אויף הפקר וואונדערט מיר.

פרעג איך היינט א פרישער אינגערמאן פארוואס ער נעמט עס נישט אהיים, ס'דאך א טייערע זאך? זאגט ער אז ער האט עס נישט באצאלט און וועגן דעם פילט ער נישט די אחריות אבער ער איז מודה אז 'באמת' דארף ער עס יא אהיימנעמען יעדן טאג.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

איך נעם עס אהיים יעדן טאג מיט מיר כמנהג בית אבי.

מיר וואונדערט אויך צו זעהן וויאזוי מענטשן געבן נישט גענוג אכטונג אויפן כבוד פונעם טלית בייטל, מען כאפט נישט אז עס איז א דבר שבקדושה, צום ביישפיל אמאל איז נישט געווען אזא זאך אז א מענטש וואס איז געפארן אויף אן עראפלאן זאל אריין לייגן די טלית בייטל מיט די פעקלעך אונטן, נאר מען האט עס אלס מיטגענומען מיט זיך אויבן אויפן פליגער, אפילו עס איז געגאנגען אויפן חשבון פון אנדערע זאכן וואס האבן לכבוד דעם נישט געהאט קיין פלאץ אויבן...

און אויך וויאזוי מענטשן האלטן עס זייער אומאחריותדיג אין קאר למשל אויף די פאסאזשיר זיץ, ערשטענס ווייל די זון שיינט דארט און עס קען פסול מאכן די תפילין, צווייטענס ווען איינער זעצט זיך אריין אין די קאר וועט מען עס ווארפן אויף די אונטערשטע סיט און אזוי וואלגערט זיך עס ארום א גאנצן טאג...

יישר כח פאר אויפוואכן דעם ציבור, לאמיר האפן אז עס וועט ווערן א פארבעסערונג...

טאמער האסטו אויפגעטון אז אפילו נאר איין מענטש וועט יעצט האלטן די טלית בייטל מער בכבוד האסטו שוין אויפגעטון א געוואלדיגע זאך, קוק נאר וויאזוי קומענדיגע מאנטאג גרייטן זיך הונדערטער אידן זיך צו מבזה זיין פאר די כבוד פון די הייליגע תפילין, ומדה טובה מרובה, ויפה שעה אחת קודם...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

כ'פלעג עס אלץ אהיים נעמען ביז איך האב עס עטליכע מאל פארגעסן (נאך א מזל אז מיין קאפ איז מיר צוגעטשעפעט...) מיך געמיזט צוריק אהיים שלעפן... און פון דאן אן לאז איך אין שול חוץ איבער שבת ווען איך נעם עס יא אהיים
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

אין בהמ״ד אין א לאקער מיט א שלאס חוץ ערב שבת קודש ווען איך גיי סיי ווי אהיים נאכן דאווענען.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איך לייג עס און מיין לאקער, איך מיין אז עס איז אזוי ווי אהיים טראגען ווייל איך צאל רענט פאר מיין לאקער אזוי ווי איך צאל רענט פאר מיין הויז. איך ווינדער מיר אויף די מענטשן וואס האבן א לאקער און זיי פארגעסן עס אריין צו לייגען און לאזען עס אויפן טיש

נעכטן ביי מעריב איז געווען 5 פאר תפילין אויפן טיש "פארוואס"
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

דער שומר אמונים זי"ע דרוקט זיך אויס שארף קעגן לאזן די תפלין ליגן אין בית המדרש
מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושך חסד »

איך לאז איבער אין מיין קליינע ביה"מ ווי איך דאווען יעדען טאג מיט א מנין קבוע, אלס א גדר ווייל ווען איך נעם עס אהיים האב איך יעדן טאג א נסיון צו אויפשטיין שפעט און דאווענען אין איינע פון די קאמערשל מנינים צענטערן, וואס מיין דאווענען דארט איז נישט אזוי איי איי איי...
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

פארגעס נישט טלית און תפילין איז ווערט 2500 צו 3000 דאללער ווען ס'איז קעש וואלט איר עס אויך איבערגעלאזט איוף א טיש אין בהמ"ד אין א זעקל
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

טשאלענט האט געשריבן:און אויך וויאזוי מענטשן האלטן עס זייער אומאחריותדיג אין קאר למשל אויף די פאסאזשיר זיץ, ערשטענס ווייל די זון שיינט דארט און עס קען פסול מאכן די תפילין.

סתם זון איז נישט קיין פראבלעם ווייל די תפילין איז דאך פארדעקט מיטן בייטל, אבער היץ און (נאכמער) שטארקע קעלט קען שעדיגן די אותיות און מאכן פסול ח"ו.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

שמעק_טאביק האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:און אויך וויאזוי מענטשן האלטן עס זייער אומאחריותדיג אין קאר למשל אויף די פאסאזשיר זיץ, ערשטענס ווייל די זון שיינט דארט און עס קען פסול מאכן די תפילין.

סתם זון איז נישט קיין פראבלעם ווייל די תפילין איז דאך פארדעקט מיטן בייטל, אבער היץ און (נאכמער) שטארקע קעלט קען שעדיגן די אותיות און מאכן פסול ח"ו.

קעלט???

פארוואס?
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

איך געהאט גאר שלימזלות'דיגע עקספירענס מיט לאזן תפילין אין ביהמ"ד,

צום ערשט האב איך פארלוירן מיין תפילין אלץ בחור, איך פלעג עס לאזן אין ישיבה אויפן טיש און ויהי היום ס'איז פארשווינדן געווארן ווי אין וואסער אריין איך האב עס קיינמאל נישט געטראפן,

נאכדעם אלץ אינגערמאן פלעג איך עס לאז אין ביהמ"ד אין א לעדל און כמה פעמים האט עס איינער געבארגט אן רשות פונקט ווען איך האב עס געדארפט, האב איך דעמאלס געלייגט א שלאס, ביז איין אינדערפרי האט זיך די שלאס בשום אופן נישט געוואלט עפענען, איך האב מיך געפערליך געיאגט דעמאלס און האב געמוזט דאווענען אן תפילין און שפעטער נאכמיטאג בין איך צוריק געקומען און אויפגעבראכען דעם שלאס, אבער דאס איז שוין געווען די לעצטע שטרוי אויפן קעמלס רוקן און זייט דעמאלס האלט איך עס נאר אינדערהיים און אויב גיי איך ארבעטען גלייך נאך דעם דאווענען נעם איך עס מיט אין די ארבעט,

שמן האט געשריבן:פארגעס נישט טלית און תפילין איז ווערט 2500 צו 3000 דאללער ווען ס'איז קעש וואלט איר עס אויך איבערגעלאזט איוף א טיש אין בהמ"ד אין א זעקל

2 פאר תפילין רש"י און ר"ת מיט א טלית און עטרה און תפילין בייטל איז ווערד כהיום היפש איבער די 5 אלפים.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

טשאלענט האט געשריבן:
שמעק_טאביק האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:און אויך וויאזוי מענטשן האלטן עס זייער אומאחריותדיג אין קאר למשל אויף די פאסאזשיר זיץ, ערשטענס ווייל די זון שיינט דארט און עס קען פסול מאכן די תפילין.

סתם זון איז נישט קיין פראבלעם ווייל די תפילין איז דאך פארדעקט מיטן בייטל, אבער היץ און (נאכמער) שטארקע קעלט קען שעדיגן די אותיות און מאכן פסול ח"ו.

קעלט???
פארוואס?

עס קען גורם זיין די טינט זאל אראפשפרינגען פונעם קלף.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

מטראג מיר עס אהיים יעדן טאג כמנהג בית אבותי
אייוועלט ארכיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט ארכיוו »

היץ און קעלט קענען איינציען אדער אויסציען די פארמעט און דאן קען די טינט אראפשפרינגן, והיינו טעמא דמזוזה
אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס בן חיים »

איך האלט עס אין די קאר, געהערט פון א סופר אז איז קיין פראבלעם, שוין געגעגבן עטליכע מאל מיין תפילין בודק צו זיין במשך די יארען און אייביג געווען גוט.
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

לדעתי דארף מען גוט שוקל זיין וואס איז ענדערש.. ארומטראגן די תפילין כסדר טראגט מיט זיך א ריזיקע.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”