נאך א קלינטאן געווינס, וואס ווייטער?!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6226
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

נאך א קלינטאן געווינס, וואס ווייטער?!

תגובהדורך מטעמים » זונטאג נובעמבער 06, 2016 1:53 am

דיס זשאסט אין: ברעיקינג ניוז ״אייוועלט״ נאו קאנפירמס הילערי קלינטאן וואן עז די 45טה פרעזידענט אוף די יונייטעד סטעיטס אוף אמעריקע. (איך האף אז באבוב 45 וועט איר ריפען אין קאורט פאר אינפרינזשען זייער פעטענט)

Wow עס איז די ערשטע מאל א קאנדידאט געווינט אהייא אין פארלירט די פרעזידענסי, די דעמאקראטען האבען געווינען נאוועדע און פלארידע אבער פארלוירען ניו העמפשור מיט אהייא עס איז זייער טייט און זשארזשיע און אין פענסילוועניע אבער עס ווערט קלאר אז הילערי קלינטאן האט צום סוף געווינען.

דאנעלד טראמפ גרייט זיך ארויף צו קימען אויפען פאדיום געבן זיין קאנסעסיע רעדע, די מידיע גיבט איבער אז ער גייט נישט רעדן פון א טעלעפראמפטער, ער האט אראפ געשיקט אפאר לויערס קיין זשארזשיע, נאוועדע, פלארידע און פענסילוועניע זעהן צו מען קען נאך אפשר טשעלענדזשען אין קאורט אבער כולם בפה אחת געבן איבער אז מען קען נישט טרעפן עפעס וואס קען נאך טוישען די מציאות. דו ביזט דער פארלירער פון 2016 עלעקשאן.

טראמפ: האמיר אונז געהאט א מאוומענט און אונז גיימער נאר שטערקער ווערן אונז האמיר געהאט מער וואוטס ווי ראמני און איך האב נאר געוואלט פארען לאנד דאס בעסטע, מענטשען האבען געזאגט אז אונז האמיר נישט קיין שאנס אבער למעשה האמיר אונז דעליווערט א שטארקע טוירן אויט, יא די עלעקשאן איז געוועהן ריגגד די בייעסד מידיע און די רעפובליקען לידערשיפ מיט די ספעשיל אינטרעסטס האבען אנפארטשענעטלי געווינען אבער אונזער פייט מיז ווייטער אנגיין איך וועל ווייטער טוהן וואס איך קען צו העלפען די אמעריקען פיפעל הו איי לאוו סאו מאטש.

פון צווישען די רעפובליקאנע הערט מען שוין ווי זיי שארפען זיך די ציין און מקעין, ראמני, רייען זענען שוין פארנימען אראפרייסען טראמפ אז ער איז קיינמאל נישט געוועהן אונזער פעיווארט און אונז האף מיר אז די רעפובליקאנע וואוטערס וועלן שוין די קומענדיגע מאל ערוועלן א בעסערע קאנדידאט, און די פרא טראמפ שטיצע גייען מיט אייפער אראפרייסען די רעפובליקאנע לידערשיפ פארען נישט העלפען די טראמפ קאמפיין.

זשוליאני ווס קעיסיק און גינגריטש ווס מקעין.

די מלחמה אין די רעפובליקאנע פארטיי וועט פלאקערן אזוי ווי עס ברויך צו זיין, זאל קאנגרעס ארויסשיקען א סובפינע צום פרעזידענט עלעקט אדער נישט, דאס וועט זיין די נעקסטע פייט וויטאין די פארטיי. די מידיע גיבט איבער אין געוויסע געגענטער דרייען זיך ארום ציווילע מענטשען מיט גאנס און זיי שיסען אלס אויפברויז אז טראמפ האט פארלוירען - שפעטער שטעלט זיך ארויס אז לא דובים ולא יער.

די מידיע פרובירט צו רייטען אויף די געווינס און פרעגן יעדע רעפובליקאנע צו זיי גייען שטיצען פרעזידענט קלינטאן מיט איר אגענדע און צו זיי האפען אז זי גייט מצליח זיין, עף בי איי דירעקטאר קאומי איז אינטער דריק פון די דעמאקראטען צו רעזיגנירען.

קלינטאן גיבט א מעכטיגע געווינס רעדע, רעדט שיין איבער דאנעלד וכת דילי און זי גיבט איבער אז זיי פלאנען זיך צו טרעפן און די קומענדיגע פאר טאג.

די פרא טראמפ שטיצער גייען זיין זייער דאון פאר א שטיק צייט און גייען אנפאנגען זיכען א לידער וואס קען זיי לידען און וועלכע רעפובליקאנע סענעטער/גאווערנער/קאנגרעסמאן וואס גייט זיין דער וואס גייט די מערסטע פארפירען אנטקעגן הילערי קלינטאן דער גייט עמערזשען אלס די ממלא מקום פון טראמפ.

די רעפובליקענס גייען נישט האבען קיין סך רעספעקט פאר איר, זי גייט האלטען און איין ריפען די רעפובליקען סענאט און קאנגרעס לידערס פאר מיטונגען און זיי נאכגעבן און ארדער צו ווייזען פארשריט פאר די מאסען און טייל רעפובליקאנע גייען עס ליב האבען און די מער קאנסערוואטיווע גייען גיין מיטען קאפ און וואנט ״נוסח קרוז״

טראמפ גייט זיין אויף יעדע טי ווי פראגראם פאר א חודש צייט און מסביר זיין פאר יעדן פארוואס ער וואלט געווינען ווען נישט XYZ

גייען די רעפובליקענס זיין הארט קעגן אירע מיסברויכען אלס סעקרעטארשע אוף סטעיט איז זייער שווער צו וויסען און עס ווענד זיך א סך ווי שטארק זי געווינט.

איך בעט דער עולם זאל צולייגען זייערע געדאנקען וויאזוי זיי האלטען אז די קלינטאן קאמפיין גייט פירען דאס לאנד און וויאזוי די ערשטע פאר חדשים העלן אויסזעהן. וועט זי מאריך ימים זיין פיר יאר?!

וועט אבאמא נאמינירען גארנער נאך פאר הילערי ווערט איינגעשוואוירען?!

וועט אבאמא פארדענען הילערי אזוי וועט זי מער נישט האבען קיין אישוס?! אויב ער טוהט עס איז ער מודה אז זי האט געטוהן אומלעגאלע זאכען.

פאן איז אן די וועי.
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

מה אני ומה חיינו
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:50 pm

תגובהדורך מה אני ומה חיינו » זונטאג נובעמבער 06, 2016 1:14 am

אז מ'חלומט שוין יא, לאמיר גיין א טריט ווייטער.

א מאסיווע סייבער אטאקע וועט אויסברעכן אינעם וואל-טאג. עס וועלן אריינקימען באריכטן אז די מאשין טוישט ארום צו דאס פארקערטע פאר וועמען דער מענטש האט געוואוט, די קומיוניקאציע צו די אלע וואוטינג לאקאלן וועלן זיין טאטעלי דאון, די חשדות וועלן פאלן אויף סתם געוויסע איינפאכע מענטשן פון די טראמפ לאגער אדער אויף רוסלאנד, למעשה וועט מען צום סוף קאונפירמען אז ס'איז פון רוסלאנד, Cia & fbi וועלן אלס נקמה העקן די קומפיוטער'ס פון די רוסישע מיליטער וואס אזא שריט וועט פוטין ארויסנעמען פון כלים, עס וועט זיך אנהויבן א סייבער געיעג ווער עס קען וועם מער פארלאזירן,, בקיצור א מעשה, עס איז שוין נאוועמבער 12 און מען האט נאך נישט קיין נייע פרעזידענט, קאנגרעס פירט דורך א געזען אז אויף דערווייל פארבלייבט אבאמע ביים רידער ביז.......

פאר'ן המשך דרייט אייך צום אנדערן זייט קושן.!!!

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6226
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג נובעמבער 06, 2016 1:51 am

גראדע האב איך נישט געחלומט ווען איך האב עס געשריבען, דאס איז די מציאות וויאזוי עס גייט אויס קיקען אויב זי געווינט.

איך וויל נאר הערן וואס אנדערע האלטען און וואס נאך עס קען זיך אלס אויס קאכען אין די נעקסטע פאר חדשים.
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג נובעמבער 06, 2016 1:59 am

מטעמים האט געשריבן:וועט אבאמא נאמינירען גארנער נאך פאר הילערי ווערט איינגעשוואוירען?!


מיינסט מן הסתם מעריק גארלענד
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6226
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג נובעמבער 06, 2016 3:21 am

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:וועט אבאמא נאמינירען גארנער נאך פאר הילערי ווערט איינגעשוואוירען?!


מיינסט מן הסתם מעריק גארלענד

ריכטיג
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » זונטאג נובעמבער 06, 2016 4:09 am

זייער גוט אראפגעלייגט מטעמים, סקומט זיך דיר קרעדיט פארן שרייבן נארמאל, און נישט מיט די געווענליכע טראמפ שטיצער רעטאריק אז "3 טעג שפעטער גייט מען איר ארעסטירן און קאנגארעס גייט איר אימפיטשען, און סגייט זיין די מערסטע קאראפטיט גאווארמענט אין היסטאריע" וכו,

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג נובעמבער 06, 2016 4:23 am

מטעמים A1

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » זונטאג נובעמבער 06, 2016 9:26 am

אויסגערעכנט האט געשריבן:מטעמים A1

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג נובעמבער 06, 2016 9:31 am

מטעמים, שיין!

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג נובעמבער 06, 2016 10:26 am

זייער שיין!!

געמאכט מטעמים...
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
Silent
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:41 am

תגובהדורך Silent » זונטאג נובעמבער 06, 2016 11:46 am

מטעמים האט געשריבן:זי גייט האלטען און איין ריפען די רעפובליקען סענאט און קאנגרעס לידערס פאר מיטונגען און זיי נאכגעבן און ארדער צו ווייזען פארשריט פאר די מאסען


100%

guar
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2008 6:58 pm

תגובהדורך guar » זונטאג נובעמבער 06, 2016 12:19 pm

מטעמים עקסעלענט געשריבן
איך טראכט אויך אזוי בערך וועט עס זיין קלינטאן גייט געווינען סאיז דערנאך מיט טראמפ, סיבות קענסטו טרעפן 101 סיבות.

איך האב נאר רחמנות אויף די יונגעלייט טראמפ פענס, וואס פראבירן זיך נעבעך צו טרייסטן אז טראמפ האט נאך יא א שטיקל שאנס, און מען מאכט אלע מינע חשבונות פאר וואס ער וועט ענדגילטוג יא ארויסקוועטשען א זיג, א פאול אהער א פאול אהין, לאמיך ענק זאגען טייערע יונגעלייט, אמעריקא וועט נישט אינטער גיין מיט א קלינטאן פרעזידענסי, ווי קאראפט זי זאל נישט זיין, אלעס וועט אנגיין כמתמול שלשום, יעדער קען שוין צוריק גיין זיין ארבעט, אין די כולל יונגעלייט צום גמרא, און מישטס איבער א נייע בלעטעל.

אין כל חדש תחת השמש, איך געדענק נאך און 92 ווען ביל קלינטאן איז געלאפן קעגען בוש, מענטשן האבן זיך ממש ארום געדרייט אנע קעפ, סטייטש דער אומערפאנער היפי קלינטאן וועט געווינען? א קעגען דער שטאטסמאן בוש? און? סאיז גארנישט געשעהן אלעס גייט ווייטער אן, צו דיין סאפער זאל זיין גרייט און צייט ווענד זיך סיי ווי נאר אין דיין ווייב, און צו דיין באאס זאל דיר געבען א רעיס ווענד זיך אינעם באאס, אפגעזעהן ווער עס איז פרעזידענט, במילא אלע טראמפ שטיצער זייטס נישט אזוי פארצווייפעלט, געוויינט ענק צו צום פאקט פרעזידענטקע קלינטאן פאר די נעקסטע 4-8 יאר.

פאר איינעם האלט איך איז גרויסע נפקא מינ' צו קלינטאן געווינט צו נישט איז זשעמס קאמי, וואס אויב קלינטאן געווינט קען ער זיכן א נייע זשאב, און איך וואלט אים געראטן אז ער זאל שוין אנהייבן זיכן.

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » זונטאג נובעמבער 06, 2016 12:49 pm

יש ברירה האט געשריבן:מטעמים, שיין!
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » זונטאג נובעמבער 06, 2016 3:12 pm

הערליך שיין @מטעמים
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3847
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » זונטאג נובעמבער 06, 2016 5:33 pm

זייער שיין מטעמים.
אפגעזעהן וויאזוי אמעריקע וועט אויסזעהן מיט די נייע פרעזידענט, וויל איך זעהן וויאזוי אונזער וועלטל וועט אויסזעהן.
(יש מוסיפון, וד"ל, ואכמ"ל נמ"ג)

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3699
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג נובעמבער 06, 2016 6:36 pm

די היימישע עסקנים וועלן צום ערשטן מאל האבן אן אפענעם אויער אין ווייסן הויז,
מ'וועט בלויז דארפן געבן געלט פאר די קלינטאן פאנדעישען, און די איבעריגע וועט זיין היסטאריע....

זי וועט נאכדעם ארום שיקן טראמפ (אזוי ווי סענדערס לויפט ארום...) צו קאמפיינען פאר איהרע פרישע העלט קעיר פלענער....
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובהדורך חביבי » זונטאג נובעמבער 06, 2016 7:56 pm

עס קומען זאטע יאהרן רבותי אפלייעדטס פאר פוד סטעמפס סעקשן אכט וכו׳ וכו׳ מען גייט טיילן מוצ׳קעס פארן היימישן ציבור מיטעלע אדער לאו אינקאם און די עשירים וועלן קרעכצן..
חביבי

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2256
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » זונטאג נובעמבער 06, 2016 9:17 pm

חביבי האט געשריבן:עס קומען זאטע יאהרן רבותי אפלייעדטס פאר פוד סטעמפס סעקשן אכט וכו׳ וכו׳ מען גייט טיילן מוצ׳קעס פארן היימישן ציבור מיטעלע אדער לאו אינקאם און די עשירים וועלן קרעכצן..

נא... שפין ווייטער דיינע חלומות...

און די עקאנאמיע וועט אויפ-פלאצן ווי פון אן אטאם באמבע, די גרעסטע עשירים (למשל טראמפ) וועלן באנקראפטירן, דער עולם וועט זיך ארום דרייען זוכן דשאבס, די מצב וועט נאר ווערן ערגער, ביז עס וועט אריין קומען א (נארמאלע) רעפאבליקאנע פרעזידענט און שטעלן דאס לאנד צוריק און פלאץ...
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובהדורך חביבי » זונטאג נובעמבער 06, 2016 9:40 pm

געוויסע אקאנאמיסטן זאגן אז עס קומט אין יאר 2020 א עקאנאמישע קאטאסטראפע וואס וועט געבן דעם טויט קלאפ פאר די אמעריקאנע מארקעט, רעבעצן קלינטאן וועט גארנישט טון דאס צו פריווענטן סאו לאמיר כאטשיק עפעס הנאה האבן דערפון און ארויסרוקן ווי מער געלט פון די גויים..... :lol: זי וועט טיילן שריים און די חסידים וועלן כאפן און עס וועט זיין יאכלו ענווים וישבעו
חביבי

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג נובעמבער 06, 2016 10:29 pm

חביבי האט געשריבן:געוויסע אקאנאמיסטן זאגן אז עס קומט אין יאר 2020 א עקאנאמישע קאטאסטראפע וואס וועט געבן דעם טויט קלאפ פאר די אמעריקאנע מארקעט, רעבעצן קלינטאן וועט גארנישט טון דאס צו פריווענטן סאו לאמיר כאטשיק עפעס הנאה האבן דערפון און ארויסרוקן ווי מער געלט פון די גויים..... :lol: זי וועט טיילן שריים און די חסידים וועלן כאפן און עס וועט זיין יאכלו ענווים וישבעו

און לאמיר הנאה האבן אז די שילד וועט פאלן אויף איר ווי איידער א ריפאבליקאנער.

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » זונטאג נובעמבער 06, 2016 10:55 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:
חביבי האט געשריבן:געוויסע אקאנאמיסטן זאגן אז עס קומט אין יאר 2020 א עקאנאמישע קאטאסטראפע וואס וועט געבן דעם טויט קלאפ פאר די אמעריקאנע מארקעט, רעבעצן קלינטאן וועט גארנישט טון דאס צו פריווענטן סאו לאמיר כאטשיק עפעס הנאה האבן דערפון און ארויסרוקן ווי מער געלט פון די גויים..... :lol: זי וועט טיילן שריים און די חסידים וועלן כאפן און עס וועט זיין יאכלו ענווים וישבעו

און לאמיר הנאה האבן אז די שילד וועט פאלן אויף איר ווי איידער א ריפאבליקאנער.


ניין, עקאנאמיסטן זאגן אז די קאטאסטראפע גייט פארקומען גלייך נאך די 2020 עלעקשאנס, ווען מגייט לויט אלע אנאליסטן אריינוואטען א רעפובליקען פאר פרעזידענט, סא די שולד וועט פאלן אויף די רעפובליקענס.... :lol: :grin:

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5193
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 6:15 pm

האפענטליך אז נאך דעם וועט ארויסקומען איר אמתע פרצוף און מען וועט איר אומפיטשען !
וויקעליקס מיר קוקן ארויס אויף אייך ....
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 6:30 pm

wow wow ;l;p-
הערליך אפגעלערנט

אפשר מאכט איר אויך אן אנאליז וויאזוי ס'וועט אויסזעהן אויב פאסירט דאס אומערווארטעטע און טראמפ קוועטשט ארויס א זיג?

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6226
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 7:00 pm

איך האב מורא פון די נעווער טראמפ רעספאנד.
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג נובעמבער 07, 2016 7:59 pm

פארטראכטער האט געשריבן:זייער גוט אראפגעלייגט מטעמים, סקומט זיך דיר קרעדיט פארן שרייבן נארמאל, און נישט מיט די געווענליכע טראמפ שטיצער רעטאריק אז "3 טעג שפעטער גייט מען איר ארעסטירן און קאנגארעס גייט איר אימפיטשען, און סגייט זיין די מערסטע קאראפטיט גאווארמענט אין היסטאריע" וכו,

איך האלט נישט אז מען גייט איר ארסעטירן, אימפיטשן, אאוו.

נאר וואס יא, עס גייט זיין די מערסטע קאראפט גאווערנמענט אין די מאדערנע היסטאריע פון אמעריקא
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: טשיפקא און 31 געסט