מיין בויך וויי – טשאלענט!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

טשולענט... דו ביסט עמעיזינג.... שניי לייוו... עס זעט אויס ווי דו האסטעס היינט מיטגעהאלטן...

א שניי מענטש... א שניי מענטש.....

א רחמנות אויף די מייערל וואס ציטערט דארט פאר קעלט די גאנצע נאכט.
שיק יונגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיק יונגל »

טשאלענט ביסט פיין....
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

טשאלענט האט געשריבן:ס'נישמער ס'ניש וויינבערגער

ס'נישמער ס'ניש שלעזינגער

ס'נישמער ס'ניש בוכינגער

וואס קומט נעקסט? :lol:

עני וועי, יו אר עמעיזינג, דערמאנסט מער די קינדער יארן...
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

איך האב געסטאפט ליינען אינדערמיט ווייל איך האב זיך געשעמט צו לאכן אויפן קול צום טעלעפאן צווישן מענטשן..
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:איך האב געסטאפט ליינען אינדערמיט ווייל איך האב זיך געשעמט צו לאכן אויפן קול צום טעלעפאן צווישן מענטשן..

האסט עובר געווען אויף גילי, יעצט ווייס איך שוין אז די לאכערדיגע אינגערמאן וואס האט אריינגעקראכט אין מיר היינט אויפן גאס האט א ניק אויף אייוועלט, און איך ווייס שוין די ניק אויך.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

אויסגערעכנט האט געשריבן:

איך האב געלאכט מיט מיין אנדערע ניק, נישט געזארגט..
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

סטע געהערט אזאנס???

יא! וואס גייט שוין ווייטער פאר?
טשאלענט רעגט זיך שוין ווייטער?
אויף וועם?

נא נא, קום נאר אהער רואיג, און הער אויס די מעשה, נאכדעם וועסטו מיר שוין אליינס זאגן טאמער מעג איך מעך רעגן!!

יעצהער אויס, זיצעך מעך פריער ביינא טיי אווענט, נא? ווייסוואסעחמיין, אזא געשמאקע מסיבת מרעים, מיט טשאלענט... און קישקע בקיצור אלעם גוטן, טשאקלאד מיט טשיפס און אלס וואס א איד ברויך נאר צוהאבן, שמועס איך מיעך אזוי מיט מיינע פריינט, עטליכע פון זיי נאך פון ישיבה קוים וואס איך טרעף זיי נאך אמאל, נאך א מזל עס איז דא אזא זאך וואו א וואך נאכט און א טיי אווענט....

שוין צוריק צום ענין. זיצעך מיר אזוי און פארברענג ווען פלוצלינג ווערט מיר גוט.... שמער סניש (וואס קומט יעצט? אה!) גאלדבערגער (שעפעלע! צופרידן?) און עס שפאנננצירט דארטן אריין א איד, לאמיר אים אנרופן א שנארער..... און ער פאנגט אן שפאצירן צווישן עולם מיט זיין פייל סינגעלס........

וואס איז?

גאנץ פשוט! ער קוקט יעדע נאכט אלע צעטלעך אויפן וואנט, איין נאכט זעהט ער א חתונה, א צווייטע נאכט זעהט ער א תנאים אדער בר מצוה, היינט נאכט האט ער געזעהן א טיי אווענט............

נא? אז אידן קומען זיך צוזאם ברויך ער אוודאי גיין מזכה זיין די אידן מיט מצוות צדקה, נישט אזוי?

און איך הער נאך וואו איינער פרעגט דארט תמימות'דיג, ער איז דער וואס מאכט דא די טיי אווענט???

איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן, איך האב געשפירט אז טאמער פארבלייב איך נאך דארט וועל איך האבן גרויסע שרעקליכע נסיונות אין המלבין פני חבירו ברבים.... ממילא האב איך זעך אויפגעזעצט און אנטרינען פון דארט.... איבער לאזענדיג מיין טעלער טשאלענט אינמיטן......

ממילא מיין טייערע פריינט! טאמער קומסטו אן צו א טיי אווענט און די באמערקסט א פילע טעלער טשאלענט איבערגעלאזט, רעג דיך נישט אז איינער האט גענומען אן שכל און איבער געלאזט, ניין! סאיז געווען מעיקרא מיין טעלער, און איך האב אפילו געהאט אין פלאן עס צו אויפעסן (וואס מיינסטו? נאך א מיטוואך'דיגע סאפער ברויך מען גיין ערגעץ עסן... די וואך האב איך עס באקומען פאר כמעט בחנם, סהאט נאר געקאסט די פופציגער מעשר....) נאר איך האב נישט געהאט קיין ברירה און איך האב עס געמוזט איבערלאזן.........

הצלחה מיינע טייערע פריינט!
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:ס'נישמער ס'ניש וויינבערגער

ס'נישמער ס'ניש שלעזינגער

ס'נישמער ס'ניש בוכינגער

וואס קומט נעקסט? :lol:

עני וועי, יו אר עמעיזינג, דערמאנסט מער די קינדער יארן...

כזעה אז פון דעם האסטו אינגאנצן פארגעסן....
טשאלענט האט געשריבן: פלוצלינג זעה איך שמער סנישט ווערצבערגער ער איז געהעריג געקומען.....

(איך דארף האלטן חשבון אז איך זאל חלילה נישט איבער נוצן צוויי מאל די זעלבע.....)
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

טשולענט האט איבערגעלאזט די טושלענט
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

האסט אויסגעלאזט ס'נישמער ס'ניש שעמפא...
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:האסט אויסגעלאזט ס'נישמער ס'ניש שעמפא...

אויש!! טאקע.... אקעי נעקסט טיים בל"נ
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

טשולענט עז יודזשעל.... אבער זאג נאר.... איינער איז טאקע געקומען נאך געלט???? זענען פארהאנען אזאונע פאריקטע אויך?
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

אויסגערעכנט האט געשריבן:טשולענט עז יודזשעל.... אבער זאג נאר.... איינער איז טאקע געקומען נאך געלט???? זענען פארהאנען אזאונע פאריקטע אויך?

יא! איינער האט זיך געהעריג ארום געדרייט צווישן ציבור......

געהערט היינט צופרי אז מען האט אים פארשיקט פון דארט בעוד מועד.....

א שאד געווען אויף מיין פארציע טשולענט
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

טשאלענט האט געשריבן:שוין צוריק צום ענין. זיצעך מיר אזוי און פארברענג ווען פלוצלינג ווערט מיר גוט.... שמער סניש (וואס קומט יעצט? אה!) גאלדבערגער (שעפעלע! צופרידן?) און עס שפאנננצירט דארטן אריין א איד, לאמיר אים אנרופן א שנארער..... און ער פאנגט אן שפאצירן צווישן עולם מיט זיין פייל סינגעלס........

גראדע ווייס איך פאר א פאקט אז ער הייסט גאלדבערגער.

נייס טריי
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יעצט אפגעליינט עטליכע טשאלענט ארטיקלן בנשימה אחת... בנשימה אחת האב איך געזאגט? אוממעגליך, מען פלאצט דאך אויס אין געלעכטער אפאר מאל אינמיטן איטליכע פון זיי.

אוי זאגסטו גוט, זאג נאך!
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

מיינע געפילן-סיום מסכת יבמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

א גוטן מיינע טייערע פריינט, איך האב ענק אלע צוזאמגערופן היינט דא אין קרעטשמע טרינקן אביסל לחיים לכבוד... נא? לכבוד וואס?

דו ווייסט נישט?

נא, וועל איך ענק דערציילן!

אזוי ווי איך האב מיטן אויבערשטענס הילף גענדיגט אין די טעג מסכת יבמות גיב איך היינט א לחיים דא אין קרעטשמע!!

זעצטס ענק אלע אראפ, עס איז דא אנגעגרייט פון אלעם גוטן, היינט קען מען באשטעלן פון אלעם גוטן אויף מיין חשבון, לכבוד די שמחה וועל איך אלעס באצאלן, נא טרינקטס א גלעזעלע...

לחיים לחיים!!!

נא ריק אהער די מאטיאש, וואטש טראפ נישט אן מיין רעקל... אזוי שקויעך.

אקעי יעצט די אייער-קיכעל, נישט דעיע יענע דארט די גרויסע, אזוי... העי כאבעס יעצט געבעטן כאפ נישט ארויס די גאנצע...

שוין אויסגעניצט די גאנצע הערינג?

גיי בעט נאך פון מאשקע דארטן שטייט ער, לייג עס אויף מיין באלאנס, ברענג אויך נאך וואדקע, עס קוקט אויס וואו עס גייט שוין באלד אויס, און אז דו שטייסט שוין געב א פיל אן די קאלד קאפי קאנטשאו... שקויעך, טיסקע למיטזוועס.

און יעצט וועל איך אביסל ארויס ברענגען מיינע געהויבענע געפילן לכבוד דעם גרויסן טאג!
יעדער קען די באקאנטע גמרא אין מסכת שבת דף קיח, ואמר אביי תיתי לי דכי חזינא צורבא מרבנן דשלים מסכתיה עבידנא יומא טבא לרבנן, אביי האט געזאגט אז עס קומט זיך אים שכר, ווייל ווען ער זעהט זיינס א תלמיד האט דורך געלערנט א מסכת מאכט ער א יום טוב אין זיין ישיבה פאר די תלמידים.

די סעודה וואס מען מאכט ביי א סיום האט א דין לויט אלע פוסקים וואו א סעודת מצוה, און לויטן מהרש"ל (עי' ים של שלמה ב"ק פרק ז' אות ל"ז) דארף מען אפילו זאגן ביים בענטשן שהשמחה במעונו, און די כף החיים ברענגט אז מען זאל זאגן מגדול ישועות מלכו וכו'!

אין א טאג וואס מען מאכט א סיום זאגט מען נישט קיין תחנון (דאס איז לויט אלע פוסקים א לכתחילה, און עס איז סאך מער וואו די וואס זאגן נישט ביומא דהילולא של צדיקים אדער ווען סאיז דא א ברית אין די אנדערע עק שטאט), און א טאג פון א סיום טאר מען נישט פאסטן (ערב פסח פטר'ט מען זיך פון פאסטן דורך א סיום).

שטעלט זיך די פראגע, וואס איז אזוי מורא'דיג ביי א סיום? האסט געענדיגט א מסכת? פיין גיי ווייטער צום נעקסטן, אבער וואס דרייט מען איבער א שטאט דערפאר, מען טאר נישט פאסטן, מען זאגט נישט קיין תחנון, און נאך מער, אין די ניין טעג וואס איז מיוסד אויף צער השכינה אלע אידן טרויערן אין יענע טעג, און אלס א תקנה פון חז"ל טאר מען נישט עסן קיין פלייש ווייל מען זאל אביסל מיטפילן די צער, און דא קומט א בחור'ל און ברעכט די ציין מיט די בני רב פפא'ס און פלוצלינג ווערט אלעס מותר?

אבער מיינע טייערע חבירים, נאכן ענדיגן אזא מסכת ווי יבמות, וואס מען קען נישט ענדיגן נאר מיט גאר גאר א שטארקע יגיעה, טעג און נעכט וואס מיר זענען געזיצן און געלערנט, אוועק געריסן די שלאף פון די מידע אויגן, און זיך אוועק געריסן פון משפחה פארברענגענס און פון אנדערע געשמאקע פלעצער צו לערנען נאך א בלאט און נאך א בלאט און איבער חזר'ן און פארהערן....

נישט איינמאל אינמיטן האב איך אזוי צו מיר געקלערט מה לי לצרה הזאת (פשוטו כמשמעו מיט צרות און צרות צרותיהן), טייל רופן דאס אן די שווערסטע בלעטער אין ש"ס און מיט רעכט, עס איז ריכטיג שווערע בלעטער.

מיר ווייסן דאך אלע די באקאנטע טייטש וואס אלע רבי'ס זאגן אין חדר, אז דער שטן זה היצר הרע ווערט אנגערופן מיטן נאמען ס מ א ל, וואס דאס איז ראשי תיבות ס'יום מ'סכת א'ין ל'עשות, דער יצר הרע'ס נאמען איז אז מען זאל נישט מאכן קיין סיום, איר הערט?
דער שלעכטער יצר הרע, דער וואס דערקוטשעט אונז דאס לעבן, דער וואס לאזט נישט צוריה קיין איין מינוט אין טאג, דער וואס באקומט די שמוציגע ארבעט פון מאכן דעם סוף צום לעבן פון יעדע מענטש, דער מקטרג, ער האט נישט קיין בעסערס וואס צו טוהן נאר זיך צופארלייגן אויף אז איך זאל נישט ענדיגן די מסכת?
אבער דער וואס האט געשפירט די געהויבענקייט פארגאנגענע וואך ביים סיום נאך איבער א האלב יאר זיך מוטשען אויף שווערע בלעטער גמרא מיט א מורא'דיגע יגיעה עצומה, די געפילן זענען ממש נישט אראפ צו שרייבן אויף פאפיר...

ביי די ריקודין קודש בשעת'ן סיום האט מיין חברותא מיר געגעבן א פרעג טאמער איך פארשטיי שוין פארוואס דעם שטן שטערט אזוי שטארק ווען אידן מאכן א סיום, קיין תירוץ האט נישט אויסגעפעלט.......

דער וואס האט געענדיגט יבמות און זיך געשטעלט אויף פארהער און נישט אויסגעלאזט קיין איינס, וועט עס זיכער פארשטיין פארוואס דער שטן לאזט נישט מאכן דעם סיום, און פארוואס ער האט אזויפיל שטרויכלינגען אריין געלייגט אז מען זאל ח"ו אויפגעבן אינמיטן.

זייער פשוט, נאכן ענדיגן אזא מסכת, מוז מען ווייטער גיין צום נעקסטן, עס איז פשוט נישט פארהאן קיין צווייטע ברירה...

אני הקטן האב שוין לאנג אפגעמאכט אז נאך יבמות פארלאז איך תורתך שעשועי משום כמה סיבות, אבער יעצט נאכן סיום איז ביי מיר קיין פראגע נישט געוועזן, נאר גלייך א טאג נאכן סיום האב איך שוין אנגעהויבן מסכת כתובות בשעה טובה ומצלחת...

בשעת'ן סיום פארגאנגענעם דאנערשטאג זענען די געפילן געווען אויף גאר א שטארקע פארנעם, די אנו עמלים והם עמלים איז געווען שטארק מערקבאר, אין די זעלבע צייט וואס טויזענטער גוים האבן זיך געשטיפט אין די מאסן צו ווארטן אז די געשעפטן זאלן זיך עפענען און זיי זאלן קענען כאפן די אזוי גערופענע מציאות, זענען זיך צוזאמען געקומען הונדערטער אידן, און זיך געפרייט און געטאנצן, מיט טרערן פון התרגשות, אז מיר האבן ברוך השם דערלעבט צושניידן די פירות...... שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה......... אנו משכימים לדברי תורה יעדע פארטאגס זיך ארויסגעריסן פון אונטער די דאכענע, והם משכימים לדברים בטלים, אנו עמלים ומקבלים שכר וואס דארף מען מער ווי א בלעטל אין יבמות?, והם עמלים ואינם מקבלים שכר, אנו רצים לחיי העולם הבא והם רצים לבאר שחת..........

מיר האבן אלע געזאגט לא נתנשי מנך מסכת יבמות, און מיר האבן געבעטן לא נתנשי מנן מסכת יבמות, יהי רצון שתהא תורתך אומנותנו........

און מיט א התרגשות האט זיך אויסגעשריגן דעם והערב נא...... ונהיה אנחנו וצאצאינו וצאצאי צאצאינו..........

און אוודאי טאטע זיסער מודים אנחנו לך, ב"ה מיר האבן די זכיה צו זיצן יעדן טאג עטליכע שעה בין כותלי בית המדרש און עוסק זיין אין די תוה"ק.

בעטן מיר טאטע זיסער, כשם שעזרתני ביסט אונז געשטאנען צו הילף ביז יעצט, האסט אונז געגבן די זכיה אנצוקומען ביז אהער, בעטן מיר כן תעזרנו להתחיל אנהייבן נאך מסכתות, און אוודאי ללמד וללמד לשמור ולעשות, וזכות כל התנאים ואמוראים וואס מיר האבן אזויפיל געפילעוועט אין זיי, און אויך די זכות פון די פילע ראשונים וואס מיר האבן זיך מחיה געווען מיט זייערע הערליכע פשטים, תעמוד לי ולזרעי שלא תמוש התורה מפי ומפי זרעי וזרע זרעי עד עולם אמן!!!!!!!!!!
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מזל טוב ר' טשאלענט! כשם שסיימת מסכת זו כן תזכה להתחיל מסכתות וספרים אחרים און צו שרייבן אזעלכע ארטיקלן וואס מאכן אן א קנאת סופרים.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

אזוי שיין מיט אזויפיהל געפיהל אראפגעשריבן, ממש האסט מיר געמאכט דשעליס, זאל דער אויבערשטער העלפן זאל זוכה זיין מסיים צו זיין גאנץ ש"ס.

דעס וואס דו שרייבסט אז מען זאגט נישט קיין תחנון ווען מען מאכט א סיום, האב איך אמאל געהערט פון איינעם אז עס האט נישט קיין שטארקע מקור, איך האב עס למעשה קיינמאל נאכגעקוקט.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

לכאורה האט געשריבן:מזל טוב ר' טשאלענט! כשם שסיימת מסכת זו כן תזכה להתחיל מסכתות וספרים אחרים און צו שרייבן אזעלכע ארטיקלן וואס מאכן אן א קנאת סופרים.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

זייער שיין געשריבן, אבער די עיקר איז, אז עס איז א כבוד פאר אייוועלט צו האבן אזעלעכע שרייבער, יאפ די קנאת סופרים קען נאך אפשר העלפן ביי מיר, איך האב דיר מקנא געווען בשעתן ליינען.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:אזוי שיין מיט אזויפיהל געפיהל אראפגעשריבן, ממש האסט מיר געמאכט דשעליס, זאל דער אויבערשטער העלפן זאל זוכה זיין מסיים צו זיין גאנץ ש"ס.

טשאלענט האסט מיר דערוועקט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

טייערע חבירים!

אויף וואס ווארטן ענק?

איז דען דא א מאנגל אין חבורות?

טאמער ביסטו נתעורר געווארן דערפון, זעה זיך אנצושליסן אין איינע פון די פילע חבורות, איך זאג ענק אז עס לוינט זיך, ברוחניות ובגשמיות.......
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

שכח הרב חמין פאר די התעוררות.

יה"ר שתזכה לסיים עוד מסכתות וספרים אחרים בעזהשי"ת
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:שכח הרב חמין פאר די התעוררות.

יה"ר שתזכה לסיים עוד מסכתות וספרים אחרים בעזהשי"ת

דו מיינסט מיר???

מיין נאמען איז טשאלענט

אמן!

וכן למור (קרעדיט:טריסקער)
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

אויב האסטע מורא פאר 'העברעאיש' זייט וויסן אז איר זענט טועה בגדולות
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”