מיין נייע ביזנעס - איך זוך שותפים

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

שמעלקעלע
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 12:58 am
לאקאציע: 224 shepherded rd

מיין נייע ביזנעס - איך זוך שותפים

תגובהדורך שמעלקעלע » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 4:25 pm

אזוי ווי א פרישער שנה ראשונה אינגערמאן האט יעצט אריינגעמופט און מיין שכינת האב איך מיר דערמאנט פון מיין ביזנעס איידיע וואס איך האב געהאט פאר א שיינע פאר יאר צוריק ווען איך בין געווען א שנה ראשונה אינגערמאן, און איך מיין אז ס'איז צייט זיך צו נעמען דערצו.

א יעדע סוקסעספילער ביזנעס איז געבויעט אויף העלפן א פראבלעם וואס מענטשן האבן, נא, דאן לאמיר זען וואס די פראבלעם איז.. וזה החלי

די פראבלעם

די פראבלעם ווערט אנגעריפן "פאסט" (מעי"ל בלע"ז)

האט איר שוין אמאל באטראכט ווי אזוי דער שנה ראשונה אינגערמאן עפענט אויף זיין פאסט קעסטל ווען ער קומט אהיים פון כולל ?
האט איר שוין געזען די אנטוישטער צורה ווען ער איז אראפגעלאפן נאך פאר הבדלה צו צו עפענען די פאסט קעסטל נאר אויסצוגעפינען אז ס'איז ליידיג ?
ווער רעדט נאך ווען ער עפענט עס אויף צופרי (הגם ער וויסט אז מ'דעליווערט נישט קיין פאסט פארטאגס) און אלע נשים וואס ווארטן פאר די קינדערס באסעס האלטן מיט זיין דורכפאל ?
האט איר שוין געזען די קנאה בליקן וואס ער שענקט אייך ווען ער זעט אז איר קענט אפילו נישט האלטן אלע פאסט וואס איר האט באקומען און איין הענט ?
די טרערן נאכן אויפהייבן די פאסט וואס ליגט אויפן ערד אינעם בילדינג (וואס דער פאסט מאן האט נישט געקענט אויסגעפונען פאר וועם עס באלאנגט) און אויסגעפונען אז ס'באלאנגט נישט פאר אים האט איר שוין געזען ?

מארקעט ריסירטש

אזוי ווי איעדע ביזנעס איז די ערשטע זאך ברויך מען זען וואס די מארקעט זאגט דערצו.

וויסענדיג פון מיין אייגענע עקספיריענס און רעדנדיג מיט אנדערע שנה ראשונה אינגעלייט, האב איך ארויסבאקומען א קלארע בילד פונעם מארקעט און דאס איז...
די שנה ראשונה אינגעלייט זענען גרייט צו באצאלן שווערע געלטער צו סאלווען דעם פראבלעם, די דערנידערונג און טעגליכע ווייטאג דארף קומען צו א סוף זאל קאסטן וואס ס'קאסט.

די ביזנעס

נא, יעצט קען מען אויפסעטן די ביזנעס אימפעריע וואס ארבעט אזוי.

א. ווי נאר מ'מאכט די מעריזש לייסענס און הרב גליק פון התאחדות איז מסכים צום שידוך.. דאן ברויך מען אריינרופן איבערגעבן די נייעס און אויספילען אן אפליקאציע

1) וויפיל פאסט ברויכט איר און עווערעזש ?
2) האט איר ליב מער גרעסערע ענוועלאפס אדער קליינע ?
3) וואספארא קאליר ענוועלאפ האלט איר גייט מאכן אייערע שכינים מיינען אז באקומט גאר ערענסטע פאסט ?
4) ליידיגע ענוועלאפס איז אקעי ?
5) א הזמנה צו א דין תורה וועט מאכן אייערע שכינים מיינען אז איר זענט א בלויזער גנב, אדער אז איר זענט פארוויקעלט און ערענסטע געלטער ענינים ?

מיר ארבעטן נאך אויף נאך קשיות אבער דאס איז עס בערך

פארשטייצעך אז די פרייזן זענען געוואנדן לויט די פארלאנג.

ביטע העלפט אונז

כדאי צו שפארן געלט ווענדן מיר זיך צו אחינו בני ישראל ביטע שיקט אונז אריין אייערע אומוויכטיגע פאסט, מיר קענען איבערנוצן די סטעמפס און לייגן די פרשע אדרעסן און אויכעט אויב קענט איר ארויסהעלפן מיט עצות וויאזוי צו פארגרעסערן די ביזנעס דאן האלט עס נישט ביי דיר....
לעצט פאראכטן דורך שמעלקעלע אום מוצ"ש אוקטובער 08, 2016 9:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
האסט שוין געלערנט היינט ? הלכות קאנטרי
ווילסט ווערן א שותף מיט מיר ? מיין נייע ביזנעס - איך זיך שותפים

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 4:27 pm

:grin: :smile: :lol: :P -c:o -d;r ;1@
Definition of perfect: as good as it is possible to be

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 4:32 pm

גוט גוט!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
קברנה סובניון
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

תגובהדורך קברנה סובניון » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 4:35 pm

;l;p-

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1965
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 4:58 pm

גוט! :lol:


די סטעמפ זאל זיין אביסל קלענער, ס'חרפות...
return_to_sender_stamp_in_red_postcard-r840bc6096b764b58a0d4e50b3cd65b8e_vgbaq_8byvr_324.jpg
return_to_sender_stamp_in_red_postcard-r840bc6096b764b58a0d4e50b3cd65b8e_vgbaq_8byvr_324.jpg (18.89 KiB) געזעהן 2399 מאל
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6145
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 5:07 pm

געוואלדיג שמעלקעלע א פעסטער אנהייב..

אייזערנע שריפט און זיסע איידיע
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 6:43 pm

גוט, קריעיטיוו איידיע!

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2542
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 6:46 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:געוואלדיג שמעלקעלע א פעסטער אנהייב..

אייזערנע שריפט און זיסע איידיע

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

תגובהדורך אסותא » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 8:35 pm

גאר גוט!!!!

חחחח....

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 4:12 am

שמעלקעלע דו זאגסט גוט. אבער איין זאך האסטו פארגעסן, מען זאל איבערגעבן די שכנ'ס עדרעס און אויך אמאל אמאל אהין שיקן א ענוועלאופ פון די באנק, זאלן זיי מיינען אז איך פיר גרויסע געשעפטן און מיט א יראת הכבוד מיר עס אונטערשטיפן די טיר, אדער אראפלייגן נעבן די טיר אזוי אז אלע שכנים וואס גייען אריבער זאלן אויך זען פארפארא עושר מען האט דא ממש נעקס דאר..
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 12:40 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:שמעלקעלע דו זאגסט גוט. אבער איין זאך האסטו פארגעסן, מען זאל איבערגעבן די שכנ'ס עדרעס און אויך אמאל אמאל אהין שיקן א ענוועלאופ פון די באנק, זאלן זיי מיינען אז איך פיר גרויסע געשעפטן און מיט א יראת הכבוד מיר עס אונטערשטיפן די טיר, אדער אראפלייגן נעבן די טיר אזוי אז אלע שכנים וואס גייען אריבער זאלן אויך זען פארפארא עושר מען האט דא ממש נעקס דאר..

:lol: ;l;p- :lol: ;l;p-
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

תגובהדורך mini van » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 12:44 pm

יוש ביסטו פיינע נייעס. Keep it coming.
שכח

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2108
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 12:51 pm

שמעלקעלע זייער פיין! נהניתי

[ביסט אפשר אן אייניקעל פון ר״ר שמעלקא?]
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

תגובהדורך חביבי » מוצ"ש אוקטובער 01, 2016 11:25 pm

באקסלעך פון עמעזאן אדער דזשעטס ביי מיין טיר וואלט מיר ענדערש כדי געווען, מיין שכן שטעכט מיר די אויגן יעדע שני וחמישי שיקט אים עמעזאן א גאנצע משלוח מנות, איך פיל מיך אזוי אונטערשטעליג, (מען קען שוין מיינען וואס ער באקומט דארט...)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט