עמערדשענסי קאמפיין - נישט קיין געלט.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

עמערדשענסי קאמפיין - נישט קיין געלט.

תגובהדורך דיעל » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 10:54 am

אזויווי יעדער ווייסט קומט היינט נאכט פאר א דיבאטע צווישן די נעקסטע פרעזידענט און זיין/איר קעגנער. איך וויל דא מאכן אן עמערדשענסי אפיל. היות מען האלט יעצט אין די ימי הרחמים והרצון, די טעג פון סליחות – און איינע פון די צדדים איז א פרוי, וואס גייט מן הסתם נישט גיין מיט קיין "פאלם טייץ". און עס איז כמעט אוממעגליך במשך פון א שעה א האלב נישט צו באטראכטן אירע באוועגונגען וכדו', וואס דאס איז אן איסור מדאורייתא. זאל מען זיך אונטערנעמען נישט מיטצוהאלטן די דיבאטע לייו, נאר אויפן רעדיו.

אין שו"ע שטייט אז אין עשרת ימי תשובה זאל מען נישט עסן קיין פת עכו''ם (אפילו איינער וואס עסט א גאנץ יאר.) הגם אז ביי די סעודה פון מוצאי יו''כ וועט ער ווייטער עסן פת עכו''ם איז אבער דא אן ענין פון זיך פירן מער פרום אין די טעג.

כתובה וחתימה טובה!

נ.ב. עס וועט זיין א גורל פאר אלע וואס שרייבן זיך איין אין די קאמפיין. ווער עס געווינט וועל איך דאונעיטן $18.00 צו זיין קאמפיין, הילערי אדער טראמפ.

דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

תגובהדורך דיעל » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 10:56 am

איים אין

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:09 am

''הסתכלות'' מיינט עפעס אנדערש ווי קוקן א דעבעיט. וק''ל

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:14 am

דיעל האט געשריבן:אזויווי יעדער ווייסט קומט היינט נאכט פאר א דיבאטע צווישן די נעקסטע פרעזידענט און זיין/איר קעגנער. איך וויל דא מאכן אן עמערדשענסי אפיל. היות מען האלט יעצט אין די ימי הרחמים והרצון, די טעג פון סליחות – און איינע פון די צדדים איז א פרוי, וואס גייט מן הסתם נישט גיין מיט קיין "פאלם טייץ". און עס איז כמעט אוממעגליך במשך פון א שעה א האלב נישט צו באטראכטן אירע באוועגונגען וכדו', וואס דאס איז אן איסור מדאורייתא.


ישר כח,
להערה בעלמא, דער איסור דאורייתא איז אפילו ווען מען באטראכט נישט די באוועגונגען

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:16 am

גרעיט אשכול!!!

אבער מאך ענדערשט א גורל אויף א סעט משוטטים קארטליך...
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

תגובהדורך דיעל » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:17 am

נעכטן האט געשריבן:''הסתכלות'' מיינט עפעס אנדערש ווי קוקן א דעבעיט. וק''ל


אזוי ווי געשריבן איז שווער במשך א שעה א האלב קוקן נישט נכשל צו ווערן מיט "הסתכלות". גראדע אויב גייט זי נישט אנגעטון צניעותדיג איז אסור אפילו ראיה בעלמא (פרמ"ג).
אויסער דעים איז אפילו קוקן אן הסתכלות נישט מדרכי המוסר כמבואר במשנ"ב סימן ע"א.

דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

תגובהדורך דיעל » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:19 am

קאזאבלאנקא האט געשריבן:
דיעל האט געשריבן:אזויווי יעדער ווייסט קומט היינט נאכט פאר א דיבאטע צווישן די נעקסטע פרעזידענט און זיין/איר קעגנער. איך וויל דא מאכן אן עמערדשענסי אפיל. היות מען האלט יעצט אין די ימי הרחמים והרצון, די טעג פון סליחות – און איינע פון די צדדים איז א פרוי, וואס גייט מן הסתם נישט גיין מיט קיין "פאלם טייץ". און עס איז כמעט אוממעגליך במשך פון א שעה א האלב נישט צו באטראכטן אירע באוועגונגען וכדו', וואס דאס איז אן איסור מדאורייתא.


ישר כח,
להערה בעלמא, דער איסור דאורייתא איז אפילו ווען מען באטראכט נישט די באוועגונגען


איך האב געשריבן מיט א איידעלע שפראך... געמיינט הסתכלות.

דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

תגובהדורך דיעל » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:21 am

עקבי הצאן האט געשריבן:גרעיט אשכול!!!

אבער מאך ענדערשט א גורל אויף א סעט משוטטים קארטליך...


מקען טשאזען עפעס אנדערש צו טון מיט דעי 18 טאלער

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6216
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:22 am

נעכטן האט געשריבן:''הסתכלות'' מיינט עפעס אנדערש ווי קוקן א דעבעיט. וק''ל


מנא לך הא? נישט הסתכלות מיינט קוקן בטעות און זיך גראד אוועקדרייען הסתכלות מיינט במזיד קוקן (נישט דוקא לשם עבירה)

ועוד, האט ער דאך ארויסגעברענגט אז אזוי ווי פת עכו"ם אפי' אויב ס'איז מותר א גאנץ יאר איז דא א ענין אין די טעג מחמיר צו זיין מער ווי די שורת הדין די זעלבע לגבי דעם.

דריטנס, והוא העיקר, פארוואס דארף מען קומען אפפרעגן? וואס איז דער ציל? א יוד מאכט א קאמפיין, ער האט עס קיינעם נישט ארויף געצווינגען, ווער ס'וויל רען ווייטער קוקן. סך הכל האט ער געמאכט א קאמפיין מעורר צו זיין א גוטע זאך. הכל מודים אז ס'איז בעסער נישט צו קוקן ווי יא צו קוקן, איז וואס איז דער ציל אוועקצומאכן? וואס שטערט אייך אז נאך אפאר יודן וועלן זיך צוריק האלטן פון קוקן די דיבעיט אין די ימי הסליחות?

ביטע נישט קומען דא מיט טענות פארוואס מ'מעג. קיינער האט נישט דא געאסרט. די אשכול איחז געמאכט פאר ווער ס'וויל זיך יא אנשליסן אינעם קאמפיין.


@דיעל, יישר כחכם!! דבר גדול עשית, איך בין מקנא אייערע זכותים.

איך וואלט זיך געוואלט אנשליסן אינעם קאמפיין, נאר צווי קליינע פראבלעמען, איינס איך קען ממילא נישט מיטהאלטן די דיבעיט, מיין פילטער לאזט נישט, און אויך וואלט איך ענדערש געגעבן געלט פאר א ארעמען יוד ווי פאר איינע פון די נארישע קאמפיינס..
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

תגובהדורך דיעל » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:25 am

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:''הסתכלות'' מיינט עפעס אנדערש ווי קוקן א דעבעיט. וק''ל


מנא לך הא? נישט הסתכלות מיינט קוקן בטעות און זיך גראד אוועקדרייען הסתכלות מיינט במזיד קוקן (נישט דוקא לשם עבירה)

ועוד, האט ער דאך ארויסגעברענגט אז אזוי ווי פת עכו"ם אפי' אויב ס'איז מותר א גאנץ יאר איז דא א ענין אין די טעג מחמיר צו זיין מער ווי די שורת הדין די זעלבע לגבי דעם.

דריטנס, והוא העיקר, פארוואס דארף מען קומען אפפרעגן? וואס איז דער ציל? א יוד מאכט א קאמפיין, ער האט עס קיינעם נישט ארויף געצווינגען, ווער ס'וויל רען ווייטער קוקן. סך הכל האט ער געמאכט א קאמפיין מעורר צו זיין א גוטע זאך. הכל מודים אז ס'איז בעסער נישט צו קוקן ווי יא צו קוקן, איז וואס איז דער ציל אוועקצומאכן? וואס שטערט אייך אז נאך אפאר יודן וועלן זיך צוריק האלטן פון קוקן די דיבעיט אין די ימי הסליחות?

ביטע נישט קומען דא מיט טענות פארוואס מ'מעג. קיינער האט נישט דא געאסרט. די אשכול איחז געמאכט פאר ווער ס'וויל זיך יא אנשליסן אינעם קאמפיין.


@דיעל, יישר כחכם!! דבר גדול עשית, איך בין מקנא אייערע זכותים.

איך וואלט זיך געוואלט אנשליסן אינעם קאמפיין, נאר צווי קליינע פראבלעמען, איינס איך קען ממילא נישט מיטהאלטן די דיבעיט, מיין פילטער לאזט נישט, און אויך וואלט איך ענדערש געגעבן געלט פאר א ארעמען יוד ווי פאר איינע פון די נארישע קאמפיינס..



ייש"כ פאר די חיזוק און פאר מיר ענטפערן.

אבער לאמיתת הדין מיינט הסתכלות קוקן לשם באטראכטן/הנאה.

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4301
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:28 am

גיי נישט קוקען און נישט הערן, אינז גיי מיר מיטהאלטן די באריכטן וואס די געטרייע ניקים וועלן ברענגען דא אויף אייוועלט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:29 am

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:@דיעל, יישר כחכם!! דבר גדול עשית, איך בין מקנא אייערע זכותים.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2894
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:31 am

איים אין !!
לעצט פאראכטן דורך יהודי אום מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 1:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2012 10:45 am

תגובהדורך ראש העיר » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:35 am

יישר כח פאר הרב דיעל פאר דאס אויפברענגען, דאס איז שוין איינמאל א "ביג דיעל", און גוטער דיעל אלס הכנה לימים הקדושים והנוראים הבעל"ט...

בדרך אגב קוק איך קיינמאל די דעבאטעס, ווייל חוץ די הסתכלות וואס איז אן עבירה, איז די עצם קוקן אויף די פנים'ער פון די באטרעפנדע נישט קיין ענין, פארקערט, די ספה"ק ברענגען אז אריינקוקן אין פנים'ער פון נישט ריינע ברענגט אריין א זוהמה אין דעם מענטש, און זייערע רייד ברענגט אויך נישט קיין קדושה..
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:43 am

איים אין. זייער א ריכטיגע קאמפיין
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:45 am

אמביציע האט געשריבן:גיי נישט קוקען און נישט הערן, אינז גיי מיר מיטהאלטן די באריכטן וואס די געטרייע ניקים וועלן ברענגען דא אויף אייוועלט.

רט, ביי אלע ראליס וכו' האלט איך נאר מיט דא אויפן וועלטל, און ב"ה אז בזכות זה ווייס איך נישט ווי קראנק קלינטאן קוקט אויס אויפן פנים...

כל הכבוד דיעל! איים אין!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:51 am

נעכטן האט געשריבן:גערעכט. איך האב איינמאל א בליק געטון בטעות אויף מרת קלינטאן

מיר גלויבן אייך נישט, אין אדם משים עצמו רי"ש שי"ן עי"ן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:52 am

וואוילע שעפעלע איך אגריע מיט דעם 100 פראצענט אז ס'איז א גוטע זאך נישט צו קוקן דעם דעבעיט. אבער נישט צוליב וואס איינע פון די קאנדידאטן איז א 70 יעריגע באבע. אבער אפשר בינעך טאקע ראנג צי איך צוריק. אגב האב איך דאס געוואלט שרייבן אין דעבאטע אשכול.

וואס: שיעורי תורה
ווער: יעדער געלאדענט
דורך: צענדליגע מגידי שיעורים
וואו: אין יעדע ביהמ''ד
ווען: מאנטאג נאכט, סעפטעמבער 26, 9:00 - 10:30 איסטערן. (פאר אנדערע זמנים קוקט אין אייער ביהמ''ד)

די שיעורים זענען פארשידענע, ס'דא אין הלכה אנדערע אין גפ''ת אא''וו.

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:52 am

farshlufen האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:גערעכט. איך האב איינמאל א בליק געטון בטעות אויף מרת קלינטאן

מיר גלויבן אייך נישט, אין אדם משים עצמו רי"ש שי"ן עי"ן.

פון די אנדערע זייט איז מודה ועוזב ירוחם נד''נ

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7745
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:55 am

farshlufen האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:גערעכט. איך האב איינמאל א בליק געטון בטעות אויף מרת קלינטאן

מיר גלויבן אייך נישט, אין אדם משים עצמו רי"ש שי"ן עי"ן.

ביטע נישט באטיטלען אנדערע רשעים ביפאר איר ליינט וואס יענער האט געשריבן....
לעצט פאראכטן דורך יש ברירה אום מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:57 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובהדורך תמהואומר » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:55 am

farshlufen האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:גערעכט. איך האב איינמאל א בליק געטון בטעות אויף מרת קלינטאן

מיר גלויבן אייך נישט, אין אדם משים עצמו רי"ש שי"ן עי"ן.


נישט פאר'ן עצם קוק בטעות איז מען א רי'ש שי'ן עי'ן, נאר פאר'ן לכתחלה אהין גיין, אלץ איכא דרכא אחרינא, אטא דאס האט איר אודאי געמיינט?
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!

דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

תגובהדורך דיעל » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 11:59 am

נעכטן האט געשריבן:וואוילע שעפעלע איך אגריע מיט דעם 100 פראצענט אז ס'איז א גוטע זאך נישט צו קוקן דעם דעבעיט. אבער נישט צוליב וואס איינע פון די קאנדידאטן איז א 70 יעריגע באבע. אבער אפשר בינעך טאקע ראנג צי איך צוריק. אגב האב איך דאס געוואלט שרייבן אין דעבאטע אשכול.


נישט ריכטיג עס איז נישט קיין שום חילוק ביי הלכות הרחקה מעריות ווי אלט זי איז - אפילו ביי א טויטע באבע פירט מען זיך אז מענער מאכן נישט די טהרה וועגן הורהר. (איך ווייס עס איז אנדערש מאכן א טהרה אבער ....)

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 12:50 pm

פולי אין
אי"ה נישט קוקן נישט הערן
נישט פאסיג א וואך פאר מען וועט באמת באשליסן די עתיד פין אונזער פרנסה לעבן מדינה אין אויך ווער עס זאל זיין פרעזידענט, צו אויסהערן די טמאים, חוץ ווער עס איז, איז קלאר אז זיי גייען אויך רעדן פין זאכן וואס איז נישט פאסיג פאר א ערליכער יוד צו הערן בכלל אין די טעג בפרט,

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2034
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 1:11 pm

און "הערן" וועט מען יא?

בלי שום ספק אז ביי די דעבאטע היינט נאכט וועלן זיך גיסן פילע אמפערס מיט גאוה, הלבנת פנים, ניבול פה און שקרים.
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות."
— הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל


מפתח

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 1:12 pm

איז מיט וואס איז ''ליינען און שרייבן'' דא אנדערש? ווייל ס'איז אויף אידיש?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט