פי די עף'ס
געשריבן: זונטאג אוגוסט 28, 2016 6:04 pm
לכבוד מיין טויזענטסטע תגובה דא אויפ'ן עולם הביצים (קרעדיט מנשה), וויל איך אנאנסירן א נייע איידיע וואס איז מיר בייגעפאלן, ארויסצוהעלפן דעם עולם.
איך האף אז דער עולם וועט הנאה האבן דערפון.
אקעי, איך קום שוין צו צום ווארט, רוק אראפ די הוט אטא אזוי, אלזא, איך וויל דא גרינדן א נייע אשכול (ווער לאזט דיר נישט?) , געווידמעט פאר "פי די עף'ס".
אזוי ווי ס'דא פילע יודן וואס קומען דא אריין כסדר פאר א שבת, א יו"ט, חוילעמויד, אדער סתם ווען ס'פאקט זיי אן, זוכן א גוטן ארטיקל ארויסצופרינטן, און מ'מוטשעט זיך ארום, ווייל ס'רוב ארטיקלען זענען דאך כלל נישט פי די עף'ט, און די פאר וואס יא, פון וואנעט זאל דער שמויגער וויסן ווי צו גיין זוכן? און נישט אלעמאל געפעלט אים פונקט דער ארטיקל, איינער האט ליב זאלץ וואסער, און איינער מער שמאטע זאפט, אדער גאר לאקשן. (ברעט)
האמער באשלאסן, נאך לאנג פארצויגענע מיטונגען, און אומגעשטויגענע זיצונגען מיט די אקרו"ט, צו גרינדען א ספעציעלן ווינקל, אפגעטיילט און אפגעזונדערט פון די אלגעמיינע גאס, ווי ס'וועט זיין א קאלירפולער אויסוואל פון ארטיקלען מכל המינים, און בפרט אין יעדן זמן מעניני דיומא, אלעס שיין אין פי די עף'ס, תחת קורת גג אחד, ליהנות בהם בני אדם.
דער עולם ווערט געבעטן נישט צו שרייבן אין דעם אשכול. ווער עס האט עפעס וויכטיג אין בויך, קען עס שרייבן דא