איז 'קראקס' א סימן אויף 'יחידיות' אדער אויף עפעס אנדערש?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטב עביד »

איך כאפ נישט פונקטליך די פוינט. לאז מיר אייך פרעגן לגבי מיין התנהגות אין שטוב גיי איך אייביג מיט קראקס און ווען איך גיי ארויס טראגן די גארביטש אויך, און זומער אין די קאנטרי גיי איך אפיציעל אזוי,נאר אין שטאט שעם איך זיך.

איינער קען מיר מסביר זיין די חילוק פון ישיבה חאלאט וואס איז דאס אנדערש פון קראקס? אין קרית יואל גייט מען אפיציעל דערמיט יעצט אין קאנטרי אויך. נאר אין שטאט דארף מען זיין א בן מלך?
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

צוערשט זיי מסביר די חילוק פון קראקס צו א נאכט העמד וואס איך גיי אויך אינדערהיים, אדער א שווים הויז וואס 'יעדער' טוט זיך עס אן ווען מען שווימט.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

איך האב בכלל א קשיא צו הרב לאבין, ווער האט אייך געפרעגט? און וועמען פונקטליך איז נוגע אייער החלטות?

הו קעיר'ס צי דו גייסט מיט קראקס, אדער בארוועס בכלל, ווער איז אינטערסירט צי וויסן וואס עס ליגט אינטער אייער באשלוס, און וועם כאפט א נפקא מינה וואס דיין מיינוג איז איבער נארמאלקייט און בחירה.

ער מיט ל.ש. האבן זיך גענומען א מיסיע צו "עדיקעטן" די פרומע אידענטום.

כבוד "הרב" נעמט קעיר פון אייער הויז געזונט און לאז אפ דעם "פארנאטישע" יהדות החרידית.

נ.ב. איך מיין נישט דוקא דעם ארטיקל, על הכלל כולו יצא.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בוידעם האט געשריבן:איך האב בכלל א קשיא צו הרב לאבין, ווער האט אייך געפרעגט? און וועמען פונקטליך איז נוגע אייער החלטות?

בוידעם ניין! אויסדרוקליך ניין!
ער האט שוין אסאך אויפגעטון מיט זיינע ארטיקלן. (אגב, וויפיל למשל וואלט זיך פארקויפט זיינע קראקס, יעצט נאכן ארטיקל?) און ער האט קיינמאל נישט געשריבן אז כלל ישראל איז פאנאטיש.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

נשמה האט געשריבן:

ער האט שוין אסאך אויפגעטון מיט זיינע ארטיקלן.

צ"ל 'אפגעטאן'

אקעי, יהיה כן, דו ווערסט די קומענדיגע עסקן.
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

נשמה האט געשריבן:
דעוויס האט געשריבן:נשמה וחביריו, די מבצע צו מאכן יעדע פראבלעם אין יהדות פאר א קרענק.. וואס טאמער דו ערליכע איד גייסט וועלן עפענען דאס מויל, ענטפערט מען תיכף וואס שרייסטו? פריי דיר אז דו האסט נישט די קרענק.. , דאס קומט אויך נאר פון ליינען פון די משכילים וואס הייסן היינט 'הרב' וואס קייען איבער שיטת הפסיכי פון פרויד וכת דילי' אין זייער מאגאזינען במשך פון יארן, און דו זאגסט אז קיינער הערט נישט. חזקה על תעמולה. ביכ"ל האט נאכנישט געטוישט ר"ת.

אויב איינער שרייט אז ער האט פיער פרעשור, אויב איינער שרייט אז ס'איז אים שווער, דארף מען אים הערן. איר האט זעט אויס געהאט א חינוך וואס ס'קראצט נישט אין אייער פיאה. ס'איז נאך קיינער נישט ארויסגעקומען גאנץ פון נישט א גוטער חינוך. אויב איינער שרייט אזוי ווי אייך איז א סימן אז ער האט געהאט א גוטער חינוך, און דערפאר קערט ער נישט. "יענעמ'ס פראבלעם גייט מיך נישט שטערן פון לערנען מיין בלאט גמ'" אבער ווען ס'קומט צו מיין פראבלעם הו הו, דעמאלסט פארשטייט מען זאכן וואס מ'האט נישט געקענט פארשטיין. איך זאג נישט אז ער איז גערעכט, אבער ווען איינער שרייט פון ווייטאג, הערט מען יענעמ'ס גערויש. מ'רעכנט זיך מיט יענעמ'ס געפילן. ווען איר וועט פילן דאס וואס יענער פילט, וועט אוועקפאלן אסאך שארפע שיטות. זאכן וועלן ווערן אביסל געשטעלט אין פראפארציע. איר זאלט מיר זייער מוחל זיין, איך האב ליב אן ערליכער יוד, אבער צומאל פיל איך "דער מענטש פילט פשוט נישט יענעמ'ס צער".

איך האב נישט געזען קיין שרייען דא..
חינוך שמינעך.. רעב איד ס'איז דא א תורה אויף די וועלט, די רעסט איז הבלים.
איך זאג דיר צו אז אלע דיינע מחנכים פון דיינע קינדער יארן האבן קיין השגה וואס דו רעדסט צוזאם מיט פירער פרעשור. און די איבריגע לופטיגע לאבין גערעדעכטס
און ס'איז נישט קיין סוד וואס זיין ווייטאג איז, למה רגשו יושב בשמים ישחק. כאטש דער עולם האט מורא צו רופן דעם קינד ביים נאמען.
רבותי ס'איז צייט זיך אויפצואוועקן.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דעוויס האט געשריבן:

דעוויס איך האב מיך נישט טועה געווען מיט אייך.
אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 5:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטסקרול »

בוידעם האט געשריבן:איך האב בכלל א קשיא צו הרב לאבין, ווער האט אייך געפרעגט? און וועמען פונקטליך איז נוגע אייער החלטות?

הו קעיר'ס צי דו גייסט מיט קראקס, אדער בארוועס בכלל, ווער איז אינטערסירט צי וויסן וואס עס ליגט אינטער אייער באשלוס, און וועם כאפט א נפקא מינה וואס דיין מיינוג איז איבער נארמאלקייט און בחירה.

ער מיט ל.ש. האבן זיך גענומען א מיסיע צו "עדיקעטן" די פרומע אידענטום.

כבוד "הרב" נעמט קעיר פון אייער הויז געזונט און לאז אפ דעם "פארנאטישע" יהדות החרידית.

נ.ב. איך מיין נישט דוקא דעם ארטיקל, על הכלל כולו יצא.

זעסט דאך אז ער האט אויפגעטון ווייל דו רעדסט ממש וואס ער האט געשריבן דארט. וועמען כאפט א נפק"מ וואס בוידעם שרייבט? טאקע דאס שרייבט ער, הער שוין אויף צו זיין פארנומען מיט יענעם, וואס יענער זאגט, שרייבט, טראכט אדער מיינט.

בוידעם you got it
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

נשמה האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:איך האב בכלל א קשיא צו הרב לאבין, ווער האט אייך געפרעגט? און וועמען פונקטליך איז נוגע אייער החלטות?

הו קעיר'ס צי דו גייסט מיט קראקס, אדער בארוועס בכלל, ווער איז אינטערסירט צי וויסן וואס עס ליגט אינטער אייער באשלוס, און וועם כאפט א נפקא מינה וואס דיין מיינוג איז איבער נארמאלקייט און בחירה.

ער מיט ל.ש. האבן זיך גענומען א מיסיע צו "עדיקעטן" די פרומע אידענטום.

כבוד "הרב" נעמט קעיר פון אייער הויז געזונט און לאז אפ דעם "פארנאטישע" יהדות החרידית.

נ.ב. איך מיין נישט דוקא דעם ארטיקל, על הכלל כולו יצא.

בוידעם ניין! אויסדרוקליך ניין!
ער האט שוין אסאך אויפגעטון מיט זיינע ארטיקלן. (אגב, וויפיל למשל וואלט זיך פארקויפט זיינע קראקס, יעצט נאכן ארטיקל?) און ער האט קיינמאל נישט געשריבן אז כלל ישראל איז פאנאטיש.

אוודאי אזוי, איך געדענק נאך מר נשמה פאר ער האט געליינט לאבין, דעם ריינע תמימות, איי ה' נתן וה' לקח יהי שם ה' מבורך.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

אלערט: דער אשכול פארט שיף.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטב עביד »

איך בין מוחה אויף די אטאקעס אויף די איש המעש החכם איש אשכולות הרב לאבין
לעצט פארראכטן דורך לטב עביד אום דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 7:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דעוויס האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:איך האב בכלל א קשיא צו הרב לאבין, ווער האט אייך געפרעגט? און וועמען פונקטליך איז נוגע אייער החלטות?

הו קעיר'ס צי דו גייסט מיט קראקס, אדער בארוועס בכלל, ווער איז אינטערסירט צי וויסן וואס עס ליגט אינטער אייער באשלוס, און וועם כאפט א נפקא מינה וואס דיין מיינוג איז איבער נארמאלקייט און בחירה.

ער מיט ל.ש. האבן זיך גענומען א מיסיע צו "עדיקעטן" די פרומע אידענטום.

כבוד "הרב" נעמט קעיר פון אייער הויז געזונט און לאז אפ דעם "פארנאטישע" יהדות החרידית.

נ.ב. איך מיין נישט דוקא דעם ארטיקל, על הכלל כולו יצא.

בוידעם ניין! אויסדרוקליך ניין!
ער האט שוין אסאך אויפגעטון מיט זיינע ארטיקלן. (אגב, וויפיל למשל וואלט זיך פארקויפט זיינע קראקס, יעצט נאכן ארטיקל?) און ער האט קיינמאל נישט געשריבן אז כלל ישראל איז פאנאטיש.

אוודאי אזוי, איך געדענק נאך מר נשמה פאר ער האט געליינט לאבין, דעם ריינע תמימות, איי ה' נתן וה' לקח יהי שם ה' מבורך.

דעוויס איך טו תשובה ברבים, אבער פון דעסטוועגן קען זיין אז איר פארשטייט נישט? ס'דא אזא מציאות? אויב האלט איר אז איך בין אראפ פון גלייכן וועג, זאלט איר טאקע נישט הערן וואס איך זאג, אבער מאן יימר, אפשר פארשטייט איר נישט וואס איך שרייב און וואס איך וויל. איך קען אייך שוין פון די ענדשויעמענט אשכול. וואס דארט האט איר נישט געכאפט מיין נקודה. איך וויל אייך זאגן איין זאך "מענטשן ליידן און קיינעם גייט עס נישט אן". דאס זאלסט איר גוט נעמען אין קאפ אריין. און דער הייליגער באשעפער זאל העלפן איך זאל זיין אן אמת'ער ערליכער יוד מיט הייליגע השקפות. אבער פון דעסטוועגן דעוויס, איך מיין זייער שטארק אז איר האט נאך נישט טועם געווען דעם ביטערן טעם פון א נישט גוטן חינוך. און א נישט גוטער חינוך מיינט נישט אז דער טאטע האט נישט גוט מחנך געווען, ס'מיינט אז למעשה איז דער קינד נישט געווארן מחונך גוט.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 5:45 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיה »

האמת אגיד, ווען איך האב געליינט דעם ארטיקל, האט מיר נישט אויסגעזען ווי דער שרייבער מיינט קראקס אליין, נאר ניצט עס ווי א משל צו ארויסברענגען דעם גאנצן ענין פון פיער פרעשור, ווי עס דערקענט זיך גאנץ קלאר פון צווישן די שורות אז ער צילט דא בעיקר צו ארויסברענגען דעם ענין פון פיער פרעשור.

און לגבי פיער פרעשור האלט איך אז ער האט געמאכט זייער א גוטע קעיס מיט'ן נעמען קראקס אלס א פיינע משל.

קודם לאמיר אריינטראכטן, יעדעס יאר קומען ארויס צענדליגער אויב נישט הונדערטער פרישע סטייל ביי די גוים, פארוואס פונקט קראקס האט זיך אריינגעכאפט ביי אידן, און טאקע אפילו ביי די פרומסטע?

נישט ווייל עס איז א סטייל. נאר ווייל עס איז באקוועם.

און דערפאר האבן עס טאקע שוין א ריזיגער חלק פון כלל ישראל, ובתוכם די פרומסטע קרייזן. (און דאס אליין ווייזט קודם אז דער פראבלעם איז נישט תורה'דיג, ווייל ווען יא וואלט
קיינער אוודאי נישט געקומען תשעה באב אין שול מיט דעם פריצותדיגן מלבוש....)

יעצט וויל איך פרעגן, אויב אלע חסידישע אידן (אדער אפילו בלויז פופציג פראצענט) זאלן מארגן צוזאמען באשליסן צו אנהייבן טראגן קראקס אויך אין גאס און אין שול (אזוי ווי מטוט שוין ת"ב), איז דא איינער וואס האלט אז עס וועט זיין איינער וואס וועט עס אראפקוקן? יעדער וועט פארשטיין אז דאס איז באקוועם, געזונט פאר די פיס, און דערפאר גייט יעדער דערמיט. און יעדער זעט אז ניטאמאל איז דאס שיין. ממילא לאמיר זיך נישט איינרעדן אז דאס האט עפעס מיט תורה'דיג, נאר פשוט ווייל מאיז נישט גענוג געוואוינט דערצו און אפי' ווער עס האט באמת פראבלעמען מיט זיין פוס, וועט ער זיך אפהאלטן פון גיין דערפון צוליב מה יאמרו הבריות.

לאמיך ברענגען א ראיה לדברי. טראכט אריין, אויב קוטשמעס וואלט זיך היינט אנגעהויבן, וואלט דער לאבין מסתם געשריבן דעם זעלבן ארטיקל אויף קוטשמעס, און דער בריוו שרייבער און יהיה כן וואלטן בלי ספק פונקט אזוי פארפירט דערקעגן, און אלע טענות און הלכה'ידגע מקורות וואלטן פונקט אזוי געשטימט אויף די האר קעגן דעם קוטשמע. יעצט זאג דו מיר, האלטסט אז א קוטשמע איז אויך א פראבלעם פאר א חסידישן איד?

נאר וואס דען? לאמיר זיך נישט שעמען צו מודה זיין, ווי נשמה שרייבט, אז פיער פרעשור איז א פראבלעם. און אמאל זענען דא זאכן וואס מאכט נישט קיין טראפ סענס און ברענגט אפילו ערנסטע צרות (למשל, איך שעם זיך צו חתונה מאכן אין א ביהמ"ד כאטש איך דערטרונק זיך אין חובות, ווייל מה יאמרו הבריות), און עס וואלט געמעגט זיין נאך צען אזעלכע ארטיקלעך צו מעורר זיין אויף דעם ענין און פרובירן אויפקלערן די נארישקייט דערפון. אבער, פון די אנדערע זייט, איז קיין ספק נישט אז אסאך זאכן האט נישט מיט סתם "פיער פרעשור", נאר עס איז א בחינה פון אזוי האט מען זיך געפירט ביי אונז, אפילו אויב עס איז נישט דוקא הלכה, און פון אזעלכע זאכן דארף מען נישט און זאל מען נישט משנה זיין צוליב די מקורות וואס דער בריוו דערמאנט.

די שאלה קען נאר ווערן, וואו איז דער גרעניץ, וואס איז יא נכלל אין סתם פיער פרעשור וואס איז געווארן בלויז ווייל למשל די אידישע דריי גוד סטארס האבן פונקט באשטעלט פון יענע קאמפאני צען יאר צוריק און וואס איז שוין באמת געווארן א טייל פון פון חסידישן לבוש אדער התנהגות?

לויט מיין ארעמע מיינונג גייט קראקס אריין אין דעם פיער פרעשור קאטעגאריע. ווייל עס איז קיין שום ספק אז ווער עס גייט דערין איז עס נאר צוליב די זעלטענע באקוועמליכקייט וואס קיין שום אנדערע שיך קען נישט געבן, און נישט צוליב קייי גויאישע מאדע.

עס איז גארנישט אנדערש ווי דעם קוטשמע, וואס קיינער וועט נישט זאגן אז עס איז חוקת הגוי, כאטש עס קומט פון דעם רוסישן פויער, ווייל עס איז מלכתחילה געווען זייער ניכר אז מען גייט דערמיט בלויז פאר ווארעמקייט. און די פרומסטע ארבעטס אידן האבן נישט געהאט קיין פראבלעם צו גיין דערמיט . און דער קוטשמע איז א גוטע משל פון א זאך וואס אפילו אויב עס זענען דא יונגעלייט וואס וואלטן געוואלט גיין מיט א קוטשמע אלס באקוועמליכקייט, אבער צוליב פיער פרעשור וועט ער זיך אפהאלטן, ווייל "אפשר וועט יאנקל געבן א קרום מיט די נאז". די זעלבע מיט קראקס, אפילו אויב איינער זאל האבן פוס פראבלעמען און דער דאקטער וועט אים זאגן עס וועט דיר העלפן גיין מיט קראקס, וועט ער נישט וועלן. און דאס מיינט
פיער פרעשור.

הלכה למעשה האלט איך נישט אז דער עולם דארף אנהייבן גיין מיט קראקס יעדן טאג (און איך האלט נישט אז לאבין האלט אזוי), ווייל כאטש עס איז זייער פראקטיש איז עס נישט אזוי שיין, עס האט לעכער, אבער עס קען יא זייער גוט דינען אלס א ביישפיל פון עפעס וואס זייער אסאך וואלטן יא געוואלט גיין דערמיט וויבאלד עס איז אזוי מין באקוועם (זאג דעם אמת? אויב עס זאל ווערן א געהעריגע זאך אז זייער אסאך מענטשן, אפילו די העכסט נארמאלסטע און ארויפגעקוקסטע, גייען מיט קראקס יעדן טאג, וואלסטו געבליבן מיט שיך אדער אויך געטוישט צו די באקוועמע קראקס? ענטפער שיין און הויך דעם אמת...), אבער מען וועט זיך אפהאלטן בלויז צוליב פיער פרעשור.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

לטב עביד האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:איך האב בכלל א קשיא צו הרב לאבין, ווער האט אייך געפרעגט? און וועמען פונקטליך איז נוגע אייער החלטות?

הו קעיר'ס צי דו גייסט מיט קראקס, אדער בארוועס בכלל, ווער איז אינטערסירט צי וויסן וואס עס ליגט אינטער אייער באשלוס, און וועם כאפט א נפקא מינה וואס דיין מיינוג איז איבער נארמאלקייט און בחירה.

ער מיט ל.ש. האבן זיך גענומען א מיסיע צו "עדיקעטן" די פרומע אידענטום.

כבוד "הרב" נעמט קעיר פון אייער הויז געזונט און לאז אפ דעם "פארנאטישע" יהדות החרידית.

נ.ב. איך מיין נישט דוקא דעם ארטיקל, על הכלל כולו יצא.

בוידעם ניין! אויסדרוקליך ניין!
ער האט שוין אסאך אויפגעטון מיט זיינע ארטיקלן.

צ"ל 'אפגעטאן'

א מין רשעות דאס אונטרן פרומע שלייער, @הערליך'ס ארטיקל איז נאך ווארעם און די טרערן איז נאך נאס און ער שרייבט אז דאס איז די קרעדיט פון הרב לאבין'ס ארטיקלען אויף אזוי ווייט אז ער האט געפילט אז ער מוז מיטטיילן פאר הרב לאבין וואס איז ער האט עם בכלל נישט געקענט ביפאר, גלייך פון אנפאנג פארן ערשטען טעסט.
קומסטו אוז זאגסט אפגעטון.
מעגסט עם בעטן מחילה

רשעות שקצות וואס נאך.....
אוועק געבן א ניר איז איין זאך, און זיינע ארטיקלען איז א צווייטע זאך
וואס האט איינס מיטן צווייטן? ווער ס'גיבט אוועק א ניר מוז איך שוין מסכים זיין צו 'אלע' זיינע השקפות?, ער מעג שוין אנפירקלען און אנשרייבן אויף אונז וואס ער וויל און וואס עם שמעקט????, כ'מוז מיך עפעס לאזן שפייען אין די קאשע, בלויז ווייל ער האט געטון א גוטע זאך, מיט דעם ווערט מען עפעס דער הוגה דיעות און כלל ישראל'ס פארזארגער?
מיסטער לטב עביד, גיי ביטע צוריק אין דיין לאך אריין, און נעם א א שתיקה
דעוויס
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעוויס »

נשמה האט געשריבן:
דעוויס האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:איך האב בכלל א קשיא צו הרב לאבין, ווער האט אייך געפרעגט? און וועמען פונקטליך איז נוגע אייער החלטות?

הו קעיר'ס צי דו גייסט מיט קראקס, אדער בארוועס בכלל, ווער איז אינטערסירט צי וויסן וואס עס ליגט אינטער אייער באשלוס, און וועם כאפט א נפקא מינה וואס דיין מיינוג איז איבער נארמאלקייט און בחירה.

ער מיט ל.ש. האבן זיך גענומען א מיסיע צו "עדיקעטן" די פרומע אידענטום.

כבוד "הרב" נעמט קעיר פון אייער הויז געזונט און לאז אפ דעם "פארנאטישע" יהדות החרידית.

נ.ב. איך מיין נישט דוקא דעם ארטיקל, על הכלל כולו יצא.

בוידעם ניין! אויסדרוקליך ניין!
ער האט שוין אסאך אויפגעטון מיט זיינע ארטיקלן. (אגב, וויפיל למשל וואלט זיך פארקויפט זיינע קראקס, יעצט נאכן ארטיקל?) און ער האט קיינמאל נישט געשריבן אז כלל ישראל איז פאנאטיש.

אוודאי אזוי, איך געדענק נאך מר נשמה פאר ער האט געליינט לאבין, דעם ריינע תמימות, איי ה' נתן וה' לקח יהי שם ה' מבורך.

דעוויס איך טו תשובה ברבים, אבער פון דעסטוועגן קען זיין אז איר פארשטייט נישט? ס'דא אזא מציאות? אויב האלט איר אז איך בין אראפ פון גלייכן וועג, זאלט איר טאקע נישט הערן וואס איך זאג, אבער מאן יימר, אפשר פארשטייט איר נישט וואס איך שרייב און וואס איך וויל. איך קען אייך שוין פון די ענדשויעמענט אשכול. וואס דארט האט איר נישט געכאפט מיין נקודה. איך וויל אייך זאגן איין זאך "מענטשן ליידן און קיינעם גייט עס נישט אן". דאס זאלסט איר גוט נעמען אין קאפ אריין.

קיינעם? מיינסט זיכער אלע ערליכע אידן, וואס זיי זענען דאך שולדיגע אין אייערע ליידן, לאבין ונשמה ב"ה האבן נאך אהבת ישראל, כ'האב פיין געכאפט דארט , ס'האט מיר גענומען צייט צו אבזארבען אז מ'האט נישט געהיידזשעקט דיין ניק, ווען איך קען ווען שרייבן וואס ליגט מיר אויפ'ן צינג.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דעוויס האט געשריבן:קיינעם? מיינסט זיכער אלע ערליכע אידן, וואס זיי זענען דאך שולדיגע אין אייערע ליידן, לאבין ונשמה ב"ה האבן נאך אהבת ישראל, כ'האב פיין געכאפט דארט , ס'האט מיר גענומען צייט צו אבזארבען אז מ'האט נישט געהיידזשעקט דיין ניק, ווען איך קען ווען שרייבן וואס ליגט מיר אויפ'ן צינג.

מ'קען זיין א גרויסער ערליכער יוד אבער נישט גוט מחנך זיין. דאס איז א פאקט וואס טאר נישט ארויסגעזאגט ווערן צופיל. שרייב וואס ס'ליגט אייך אויפן צינג, איך לאז אייך. אדרבה, איך האב נישט מורא פונעם אמת. און אפשר וועט אריינגיין אייערע דיבורים אין מיין הארץ צו טון תשובה שלימה.
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

שטארקע און ריכטיגע דיבורים, מגיה
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 5:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטסקרול »

יהיה כן האט געשריבן:
לטב עביד האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:איך האב בכלל א קשיא צו הרב לאבין, ווער האט אייך געפרעגט? און וועמען פונקטליך איז נוגע אייער החלטות?

הו קעיר'ס צי דו גייסט מיט קראקס, אדער בארוועס בכלל, ווער איז אינטערסירט צי וויסן וואס עס ליגט אינטער אייער באשלוס, און וועם כאפט א נפקא מינה וואס דיין מיינוג איז איבער נארמאלקייט און בחירה.

ער מיט ל.ש. האבן זיך גענומען א מיסיע צו "עדיקעטן" די פרומע אידענטום.

כבוד "הרב" נעמט קעיר פון אייער הויז געזונט און לאז אפ דעם "פארנאטישע" יהדות החרידית.

נ.ב. איך מיין נישט דוקא דעם ארטיקל, על הכלל כולו יצא.

בוידעם ניין! אויסדרוקליך ניין!
ער האט שוין אסאך אויפגעטון מיט זיינע ארטיקלן.

צ"ל 'אפגעטאן'

א מין רשעות דאס אונטרן פרומע שלייער, @הערליך'ס ארטיקל איז נאך ווארעם און די טרערן איז נאך נאס און ער שרייבט אז דאס איז די קרעדיט פון הרב לאבין'ס ארטיקלען אויף אזוי ווייט אז ער האט געפילט אז ער מוז מיטטיילן פאר הרב לאבין וואס איז ער האט עם בכלל נישט געקענט ביפאר, גלייך פון אנפאנג פארן ערשטען טעסט.
קומסטו אוז זאגסט אפגעטון.
מעגסט עם בעטן מחילה

רשעות שקצות וואס נאך.....
אוועק געבן א ניר איז איין זאך, און זיינע ארטיקלען איז א צווייטע זאך
וואס האט איינס מיטן צווייטן? ווער ס'גיבט אוועק א ניר מוז איך שוין מסכים זיין צו 'אלע' זיינע השקפות?, ער מעג שוין אנפירקלען און אנשרייבן אויף אונז וואס ער וויל און וואס עם שמעקט????, כ'מוז מיך עפעס לאזן שפייען אין די קאשע, בלויז ווייל ער האט געטון א גוטע זאך, מיט דעם ווערט מען עפעס דער הוגה דיעות און כלל ישראל'ס פארזארגער?
מיסטער לטב עביד, גיי ביטע צוריק אין דיין לאך אריין, און נעם א א שתיקה

ווואאאאאף, איך האב געמיינט אז נירן האט יא מיט קראקס ווייל דו האסט דאס אויפגעברענגט. אבער אין ג-טס נאמען נאכאמאל, וואו קומט דא אריין נירן? רבונו של עולם. זיין ארטיקל איז געווען געווידמעט אויף נירן? ער וויל ארויפצווינגן איינעמ'ס מיינונג? דאס איז אן עדיטאריעל פונקט ווי משה יודא דייטש און פילאפ, און פונקט ווי זיי צווינגן נישט ארויף אויף קיינעם זייערע ראדיקאלע מיינונגען, צווינגט נישט לאבין ארויף. מיט דעם ווערט פילאפ עפעס דער הוגה דיעות און כלל ישראל'ס פארזארגער?
לעצט פארראכטן דורך ארטסקרול אום דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 5:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

הרב לטב
איך מיין זיינע השקפה ארטיקלען, וואס דער מאמענט איז מלא וגדוש דערמיט, און נאך אסאך פון די צייטונגען
עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס ער נעמט ארויס פון די כלים
אויב וואלט ער נאר געשריבן פון נדבת נירן און אסירי-דרור החרשתי,
אבער ווען ער נעמט זיך צו השקפה אין כלל ישראל'ס רוחניות, מעג מען מחולק זיין....
דעם 'צייטשריפט' געדענקסטו נאך?
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 5:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 5:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטסקרול »

יהיה כן האט געשריבן:הרב לטב
איך מיין זיינע השקפה ארטיקלען, וואס דער מאמענט איז מלא וגדוש דערמיט, און נאך אסאך פון די צייטונגען
עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס ער נעמט ארויס פון די כלים
אויב וואלט ער נאר געשריבן פון נדבת נירן און אסירי-דרור החרשתי,
אבער ווען ער נעמט זיך צו השקפה אין כלל ישראל'ס רוחניות, מעג מען עם משתיק זיין....
דעם 'צייטשריפט' געדענקסטו נאך?

דער מאמענט איז נישט געשריבן געווארן פאר יהיה כן. אנדערע מיליאנען מענטשן לייגט עס אריין אין די כלים.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ארטסקרול, איך בין נישט שולדיג אז דו לייענסט דעם אשכול פון אונטן ארויף....
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

א בפירושע גמרא, תלמיד חכם אל יוצא "יחידי" בלילה.

דארף מען נאכקוקען צי "הרב" לאבין שליט"א גייט נאר דערמיט בייטאג.
רצונינו לעשות רצוניך.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

נישט אטאקירען יחידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

עס איז זענען דא נישט פארהאן קיין יודען לפענ"ד, וואס זענען בכח, און האבען רעכט צו אטאקירען א יחיד, יהי' מי שיהי',
איינער פון די תקנות פון דעם פלאץ איז אז מען טאר נישט אטאקירען קיין יחידים
עס וואלט נישט געדארפט זיין קיין תקנה, פונקט ווי אז מען טאר נישט רעדען אומאיידעלע זאכען
אבער סוף כל סוף, איז דאס איינער פון די זאכן וואס האלטן דעם פלאץ אויף א געוויסע דרגא אין יודישקייט (יא נישט אטאקירין "שקצים" - איך האב נישט אזוי מחליט געווען, אבער אויב מען האט מחליט געווען- איז יודישקייט)

אחראים, ביטע דא אויפרייניגען...
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הער איך..

דער וואס גייט:
מיט א וועלענע ט"ק צו א ביזנעס מיטינג / שוי.
מיט א שטריימל און ווייסע זאקן אויך צווישן גוים.
מיט די פיאות אראפגעלאזט א גאנצן טאג.
מיטן פולן בארד.
מיטן זעלבן טראגע ווי זיין טאטע.

דער האט גאר פיער פרעשור.

משא"כ, דער וואס כדי צו דרייוון א טראק אדער מענעדזשן דעליווערי בויס ברויך ער וויכטיג זיך צופוצן די בארד מיט די פיאות און זיך אנטאן א טי שוירט.

דער האט נישט קיין פיער פרעשור, ווייל ער גייט דאך מיט קראקס..
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”