איז 'קראקס' א סימן אויף 'יחידיות' אדער אויף עפעס אנדערש?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

איז 'קראקס' א סימן אויף 'יחידיות' אדער אויף עפעס אנדערש?

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 3:58 pm

די פאלגענדע בריוו/ארטיקל האב איך ערהאלטן אין אישי פון א חשוב'ער איד א ת"ח, דער באטרעפנדער שרייבער האט געהאט א ספק צו ער זאל עס לייגען אין מאמענט אלס א בריוו פון א לייענער,נאר היות אזוי ווי דא אויף אייוועלט איז געווארען א מדובר דערוועגען, האט ער מכריע געווען עס צולייגען דא, ‎כדי נישט אריינצוגיין אין א פאלעמיק מיטן די מערכת ה'מאמענט' און נישט האבנדיג די כוחות עס מגיה צו זיין און צופאסן פאר די 'מאמענט' ליינער שטאפל.

באקומענדיג די בריוו האבן מיר געמאכט א ברכת הנהנין, דער בריוו ברענגט ארויס דעם ענין פון א שטארק תורה'דיגער שטאנדפונקט, און עס קומט פון הארץ פון א איד וואס איז באמת תוכו כברו, ביודעי ומכירי קאמינא, תשואת חן פאר די דברים קילורין לעינים אין א צייט ווען די מוחות ווערן פארטושט מיט אזעלכע 'כאסידיק לייט' ארטיקלען און רעטאריק, איז דער בריוו א לייכטורעם פון אויטענטישע חסידות, כמים קרים על נפש עייפה.



בריוו צום מאמענט האט געשריבן:“קראקס” איז יחידיות, אדער אמעריקאנער פריקת עול?

איך האב געליינט הרב לאבין'ס ארטיקל, בנוגע זיין שפאצירן אין די גאס מיט “קראקס”. האמת אגיד, איך קויף נישט די אלע צייטשריפטן בשיטה, איך האלט נישט פון דאס וואס די צייטשריפטן שטעלן מיט זיך פאר, און נישט פון די מיינונגען, אבער קענענדיג הרב לאבין שוין עטליכע יאר, און האבנדיג אים געזעהן שפאצירן אין די גאס במלוא הדרו, אין זיין טראגע וואס פאסט פאר זיין געהויבענעם יחוס, אבער אן א הוט אין מיט "קראקס" -- און יא! עס האט מיך געשטערט! דערפאר זעהנדיג א קעפעל אויף דעקל פון מאמענט, אז הרב לאבין באהאנדלט זיין לבישת ה"קראקס", האב איך אויסגעגעבן דאס געלט צו זעהן זיינע אויפפאסונגען.
דער אמת איז אז די ארטיקל האט אפגעשפיגעלט דאס וואס איך האב מיך פארגעשטעלט איז זיין מיינונג, און איך בין אבסולוט מחולק מיט אים. נישט אז ער רעכענט זיך מיט מיין מיינונג, אבער היות מענטשן וואס לייענען זיין געשליפענע פעדער, מיט וואס איך קען נישט קאנקורירען, וועלן מיינען אז עס איז נישטא קיין צד אחר להמטבע, און זיי וועלן זיך קוקען אין שפיגעל, און קלערן "אפשר זענען מיר משוגע" פיל איך פאר וויכטיג עד כמה שידי מגעת, אראפצולייגען א צד שני להמטבע.
איך וויל דא קלאר שטעלן, אז דער ארטיקל, צילט נישט הרב לאבין פערזענליך. עס קען זיין ער וויל ארויסברענגן א נקודה, און ער פראבירט עס צו טוהן דורך "קראקס" ממילא איז יתכן, אז בעומק השיטה, בין איך אויף דעם איד נישט מחולק, אבער אויף דעם ארטיקל בין איך אויסדריקליך מחולק.
איך גיי מיך נישט שטעלן אויף כל פרט ופרט, ווייל איך האב אסאך נקודות וואס ווערן דרך אגב געזאגט, צו אפילו דאס וואס שמעקט פון "פיטא" מיינונגען, בנוגע שיך פון א בעל חי, וואס אויף דעם איז דא א ישמח משה, אז ווער עס האט פראבלעם מיט השתעבדות הפחות להנכבד, איז חשוד אויף הארבערע פראבלעמען פון השתעבדות צום נכבד הכי נכבד. איך גלייב אבער אז עס איז נישט מער ווי א פליטת הקולמוס.

איך וויל מיך אבער שטעלן אויף דעם עצם לבישת הקראקס: הרב לאבין זאגט, אז מיט די קראקס ברענגט ער ארויס זיין יחידיות, און ביי מתן תורה האט מען זיך נישט מתחייב געווען צו זיין שה אחת מן הצאן מן המאתים (דער מליצה איז מיינס). יעדער וואס קען מיר (און עס איז דא מענטשען וואס קענען מיר, כאטש צוליב מיין אלגעמיינע מיינונג אויף דעם מאמענט, מיט וועלכע איך וויל מיך נישט אידענטיפיצירען, בלייב איך צוליב דעם אנאנים), וועט מעיד זיין אז איך האב מיט יחידיות קיין פראבלעם נישט, נישט אין הנהגה, און נישט אין לבוש.
לאמיר דן זיין על עצם סוגיית הקראקס, עס איז דא כמה וכמה גוי'אישע שריפטשטעלער, וואס האבן זיך זייער שארף ארויסגעזאגט קעגען דעם מציאות פון לבישת הקראקס. וטעמם ונימוקם עמם, אז דאס איז נישט אן החלטה פון יופי הלבוש, (וואס איז בלי שום הסבר אז מעדיקעיד ברילען, איז דווקא די מאדע). נאר אן החלטה אז מען קען אין א שלאף קאפעל ארויסגיין אין גאס.

זייערע (קראקס) קאמערשעלס די ערשטע תקופה האבן ליצנות געמאכט פון דעם מציאות אז מענטשען שעמען זיך דערמיט, און אז ארנטליכע מענטשען ווערן ברוגז. ד"ה עס איז נישט קיין נייע מאדע, עס איז אן החלטה, אז כאטש עס איז מיאוס, כאטש עס זעהט אויס ביליג, און כאטש עס זעהט אויס ווי אן איש מכובד וועט נישט ארויסגיין דערמיט, אף על פי כן, איך פייף אויף יעדעם. דאס איז דער מעסעדזש.
מיר געדענקען ווען פרעזידענט קארטער איז געלאפען, און זיך אנגעטוהן א טי-שורט, צו זיין אחד מן העם, האט א חשוב'ע משפיע עס באוויינט, ווייל אן איש מכובד ווערט בזוי בלבוש, האט עס אן השפעה אויף די גאנצע סאסייעטי, און "אזויווי עס קריסטנט זיך אזוי יודישט זיך".
לאמיר געדענקן, דאס וואס גויים טוהן אלס פריצות, ווערט נישט א סדר המדינה, לגבי הלכות צניעות, און פארדעם איז א ערוה צו גיין אויפגעדעקטע פיס פאר א פרוי כאטש אין די פוסקים שטייט אויף געוויסע מקומות אין די פיס, אז עס ווענדט זיך וויאזוי מען גייט אין יענע מדינה. הויזן ווערט נישט צוליב דעם זעלבען טעם א תלבושת נשים לגבי לא תלבש, ועוד ועוד.
עס איז דא אין שלחן ערוך א גדר פון א בגד וואס מען איז בוש לצאת בו לשוק, (לגבי הלכות ציצית), ווען דער גוי איז מחליט, אז איך פייף אריין אין בושה, טוישט זיך נישט די הלכה. ווייל עס איז נישט קיין החלטה אז עס איז א אנשטענדיגע בגד, עס איז אן החלטה אז איך קען גיין אן א בגד.
לאמיר גיין א טריט ווייטער, און שולחן ערוך חושן משפט סי' ל"ד סעיף י"ח ווערט גע'פסק'נט אז איינער עסט אין די גאס איז ער פסול לעדות, ווייל ער האט אראפגענומען פון זיך דער מסווה הבושה און ער איז עלול אויף אנדערע זאכען אויך, דאס זעלבע ווען איינער לצורך מלאכתו, טוט זיך אויס די מלבושים בשוק (כאטש עס איז פארשטענדליך), איז ער פסול לעדות, ווייל ער שעמט זיך נישט. האלאו ער האט יחידיות, האלאו, מען האט מחליט געווען אז בושה איז קיין פראבלעם נישט. דער החלטה נעמט נישט אוועק דעם פסול לעדות. און די אחרונים זענען מסביר, אז ווען א מענטש ווארפט אוועק דער מסווה הבושה, איז ער עלול אויף אסאך זאכן.
קומט אויס אז אפי' ווען א גאנצע מדינה האט מחליט געווען להסיר מסווה הבושה, איז יתכן, אז דער פסול לעדות בלייבט. ביים בארג סיני האט מען יא מקבל געווען צו זיין כשר לעדות, לבעבור שתהי' יראתי על פניכם לבלתי תחטאו, זאגן חז"ל זה הבושה. דער בני יששכר זאגט אין די הקדמה פון דרך פקודיך, אז מען מוז זיין כשר לעדות, ווייל מצות וואס ווערען אנגערופען עדות, איז נישט יוצא קיין פסול לעדות.
דער רב שו"ע זאגט קלאר און הלכות שמירת הגוף והנפש סעיף ד' אז א מענטש איז נישט בעל הבית זיך מבזה צו זיין. (ער פרעגט אין קונטרס אחרון א קשיא דערויף, אבער ער טוישט נישט די הלכה). האלאו! דער פיס איז נישט דיינס...
ר' משה פיינשטיין זאגט עטליכע מאל אין די תשובות, אז אפילו למ"ד אז מען מעג זיך חובל זיין, טאר מען זיך אבער נישט מבזה זיין, (עיין יור"ד ח"ג סי' מ"ד "אבל נלע"ד שהוא זלזול בעצמו שג"כ הוא ריחא דאיסורא כדאשכחן באוכל בשוק בקידושין דף מ' ע"ב שפסול לעדות משום שמזלזל בעצמו וכן בשאר עניני זלזול כדאיתא בש"ע חו"מ סי' ל"ד סעי' י"ח" און נאך שארפער אין יור"ד ח"א סי' רמ"ט, "ואף שמסיק בב"ק דף צ"א דבושת רשאי לבייש את עצמו מ"מ בושת גדול שמצינו שנפסל לעדות כגון האוכל בשוק בקידושין דף מ' והמהלכין ערומים בשוק בעת מלאכתן במלאכה מנוולת שנפסלו לעדות כדאיתא בש"ע חו"מ סי' ל"ד סעי' י"ח מסתבר שאסור לבזות עצמו בזה ואולי גם לכו"ע אף להמ"ד שם דאדם מותר לחבול בעצמו").
"קראקס" איז נישט קיין יחידיות, קראקס איז אראפגעווארפן קאלעקטיוו דעם מסווה הבושה. עס איז דער סימבאל ווי דער אמעריקענער גוי האט זיך דערקייקלט. און אויב איז דא יודען וואס בשום אופן עסען זיי נישט קיין פיצא, ווייל עס איז ביי זיי א סימבאל פון אמעריקאנער פרעס, און טרינקען נישט קיין קאוק כאטש עס האט אן השגחה, ווייל עס איז א סימבאל פון אמעריקאנער זויפעריי. אויב איז דא אידן וואס גייען נישט אן קיין היט אין די גאס, ווייל עס איז דא א סדר ווי א נארמאלער איד גייט אין די גאס, איז קראקס במכש"כ וק"ו אלף פעמים, פאר יעדעם.
בכלל איז דער איד אלעמאל געגאנגען אין מלבושי פריצים ומלכות, נישט מלבושי פויערען, ווייל דער איד האט זיך געהאלטן א דרגא העכער, ער איז א בן מלך. און דאס א סוגיא פאר זיך, פ"וו די אידישע לבוש בכל הדורות, האט אפגעשפיגלט די גויאישע אדעל-לייט און נישט די בני הכפרים. וואס צוליב דעם אליין וואלט מען נישט געדארפט צו גיין מיט קראקס, אבער דאס איז ווען מען בא'האנדלט דעם טי-שורט, קראקס איז כאמור אסאך אסאך מער.
הרבה יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן. ווייל איך האב נישט בארירט דער באלאנס פון קאנפארמן צו סאסייעטי, וויפיל איבלען דאס האלט אפ. דער ולואי שיהי' עליכם מורא שמים כמורא בשר ודם. שמעתי מאדם גדול, אז מאויבי תחכמנו, ווען מען זעט ווי דער ערשטע זאך וואס דער OTD געמיינדע רייסט אראפ איז דער שעבוד צו סאסייעטי, ווייזט אויס, אז עס איז א גוטע זאך. ועוד יש לדבר מזה ואכמ"ל


איך האב די בריוו אביסל מגיה געווען פון ספעלינג טעותים, אבער בדרך כלל געלאזט מתק לשונו פונעם שרייבער זעלבסט, וניכרין דברי אמת

א דאנק פארן חשוב'ען שרייבער.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 4:04 pm

דאס הייסט דיסאגריעט מיט ערוואקסנקייט, תוכו אכל קליפתו זרק!

לייק!

(מ'קען שוין מאכן א קראקס סאבפארום... לאל)

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5479
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 4:04 pm

שטארק!!
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 4:05 pm

הרב מיללער, ער זאגט זייער פיין. אבער קען א איד היינט א שידוך טאן מיט די קינדער אויב באשליסט ער צו גיין מיט א "דאשיק" ווי דער חפץ חיים איז געגאנגען מיט בלויז 80 יאר צוריק?

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 4:07 pm

שאינו יודע האט געשריבן:שטארק!!

דו האלטסט אויך אז די פוינט פון לאבין איז ריכטיג נאר די משל נישט?

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 4:08 pm

שטארק דאס האב איך געזאגט אין זייער קורץ אין מיין ערשטע תגובה אין אנדערע אשכול
viewtopic.php?p=1286399#p1286399

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 4:08 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:הרב מיללער, ער זאגט זייער פיין. אבער קען א איד היינט א שידוך טאן מיט די קינדער אויב באשליסט ער צו גיין מיט א "דאשיק" ווי דער חפץ חיים איז געגאנגען מיט בלויז 80 יאר צוריק?

דער חפץ חיים איז נישט געווען 'אנדערש', רוב מנין ובנין פון כלל ישראל זענען געגאנגען אזוי, והבן היטב
כ'גלייב אז איינער וועלכער איז געגאנגען מיט א פעמפער אויפן קאפ, איז אין ראדין אויך געגאנגען שווער שידוכים......

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5479
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 4:09 pm

די פוינט אז מען דארף זיין א ׳מענטש׳ פאר זיך אבער נישט קיין בהמה בצורת אדם פאר זיך

דא קומט שוין אריין די פעיר פרעשור אישו
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 4:10 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:הרב מיללער, ער זאגט זייער פיין. אבער קען א איד היינט א שידוך טאן מיט די קינדער אויב באשליסט ער צו גיין מיט א "דאשיק" ווי דער חפץ חיים איז געגאנגען מיט בלויז 80 יאר צוריק?

האלטס אז די חפץ חיים איז ווען היינט וואלט ער געגאנגען מיט א דאשיק?
לעצט פאראכטן דורך פרידן אום דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 4:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 4:11 pm

שאינו יודע האט געשריבן:די פוינט אז מען דארף זיין א ׳מענטש׳ פאר זיך אבער נישט קיין בהמה בצורת אדם פאר זיך

דא קומט שוין אריין די פעיר פרעשור אישו

הייסט אז די חלקי הפיער פרעשור וואס האבן נישט מיט זיין א מענטש און זענען קיין טראפ נישט מתנגד צו די תורה זענען יא שלעכט.

#פראטאקאלירט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 4:12 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:הרב מיללער, ער זאגט זייער פיין. אבער קען א איד היינט א שידוך טאן מיט די קינדער אויב באשליסט ער צו גיין מיט א "דאשיק" ווי דער חפץ חיים איז געגאנגען מיט בלויז 80 יאר צוריק?

איך ווייס נישט וואס דער שרייבער האלט בנוגע א דאשיק, אבער איך קען דעם שרייבער זייער גוט, און ער זעלבסט גייט מיט א שטריימל וואס מיין זיידע איז געגאנגען באלד נאך די קריג, ער טראגט א טיש-בעקיטשע ווען ער מאכט חתונה א קינד, און ער האט זיך שוין דערוואגט חתונה צו מאכן א קינד אין א זאל וואו אנדערע מאכן בר מצוות! דאס זענען נישט קיינע גוזמאות, איך האב עס בייגעוואונט שוין מער ווי איינמאל.

ווען הרב לאבין וויל מיט זיין מעסעדזש ארויסברענגען דיין 'דאשיק' פאונט, קען מען עס דעבאטירן, אבער ווען ער ברענגט עס ארויס טאקע דורך 'קראקס' און נישט אלס 'משל' וויאזוי אנדערע האבן אים געוואלט דעפענדן, נאר אלס 'נמשל' (כאמור טראגט הרב לאבין טאקע קראקס אין די גאס, וזה מילתא דעבידא לגלוי, ער שעמט זיך נישט דערמיט, און ער שרייבט עס מפורש אין זיין ארטיקל), אויף דעם שרייבט דער חשוב'ער שרייבער זיינע שטארקע יסודות, פארוואס דאס איז א סתירה מיט דאס וואס א חסידישער איד שטעלט מיט זיך פאר, והדברים מדברים בעד עצמם.

דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

תגובהדורך דיעל » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 4:14 pm

גוט געשריבן, אמתדיג געשריבן און רייך געשריבן

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 4:15 pm

א וואזשנער תוכן'פולער בריעוו, מקורות'דיג, שארף און צום פונקט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5191
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 4:18 pm

לאבין איז אן אידיאליסט, און ער האט אנגעטון קראקס צו געבן א מעסעדש. און די מעסעדש איז, לעב נישט פאר יענעם ווען ס'קומט צו דיינע לעבנסוויכטיגע החלטות. ער האט נישט געקענט ארויסברענגען זיין ווייטאג אז מענטשן לעבן אזויפיל פאר יענעם, איז עס ארויסגעקומען דורך קראקס. אזוי קוקט מיר אויס, היינו טעמא דנירן, היינו טעמא דקראקס. זעט אויס אז קיינער האט נישט געהערט זיינע מעסעדשעס וואס ער שיקט במשך די יארן, האט ער עס געמוזט ארויסברענגען. הגם איך האלט אז מיט קראקס ברענגט זיך נישט ארויס דאס ריכטיגע, משום טעמים וואס מיללער האט געברענגט אויבן.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 4:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 4:22 pm

שוין א צייט וואס איך טראכט, אז דאס וואס איז אנגענומען היינט צו קומען אין שוהל מיט א הוט און רעקל, גייט בקרוב זיך טוישןן...
ס'וועט זיין נארמאל צו זעהן יונגעלייט מיט ווייסע טישורטס, מארשירן אריין אין שוהל צו שחרית מיטן בריף-קעיס סטייל טלית ותפילין בייטל אזוי מיטן פאסיק הענגדיג, כאפן א שחרית, כ'אב שוין געזעהן עטליכע אזעלכע אויבער-חיכמים, נאך אביסל וועט עס ווערן די יוזשעל
פאללאוט הרב לאבין הדרכה...

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5191
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 4:23 pm

יהיה כן האט געשריבן:שוין א צייט וואס איך טראכט, אז דאס וואס איז אנגענומען היינט צו קומען אין שוהל מיט א הוט און רעקל, גייט בקרוב זיך טוישןן...
ס'וועט זיין נארמאל צו זעהן יונגעלייט מיט ווייסע טישורטס, מארשירן אריין אין שוהל צו שחרית מיטן בריף-קעיס סטייל טלית ותפילין בייטל אזוי מיטן פאסיק הענגדיג, כאפן א שחרית, כ'אב שוין געזעהן עטליכע אזעלכע אויבער-חיכמים, נאך אביסל וועט עס ווערן די יוזשעל
פאללאוט הרב לאבין הדרכה...

שולדיג איז לאבין, אדער דער איבריגער פרעשור. יהיה כן, עפעס גייט פאר מיט פיער פרעשור אדער איז אלעס גוט? זאג דיין פערזענליכע אויפריכטיגער מיינונג. איז דא אן איבעריגער פרעשור?
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 4:24 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 4:24 pm

עס איז נישט 'פיער פרעשור' ליינט זיי מוחל איבער דעם בריוו אנהויב אשכול, עס איז 'תורה'דיג..

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 4:25 pm

מיר זעט אויס אז די קריטיקירער האבן קיין קראקס נאכנישט פארזוכט, דאס איז גאר א באקוועמער לבוש, אינדערהיים מארשירן מיינע אונטערשטע פיס גראד אריין דערין, און יא, די איינציגסטע אפהאלט פארוואס איך גיי נישט אין גאס דערמיט, איז משום מה יאמרו הבריות.

און מיט די ברילן האב איך געליינט הרב לאבין'ס ארטיקל, 'ער איז באקוועם דערין' מאכט ער לצנות פונעם 'מה יאמרו' וואס איז טאקע א שטער אין אסאך אומשטענדן.

---
גראדע דערמאנט יעצט אז ס'איז דא א דיין ביי הגר"ח פלאהר אין כולל/דיין שטיבל, וואס גייט דערמיט א אנצן טאג.
לעצט פאראכטן דורך derech eretz אום דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 4:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5191
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 4:26 pm

יהיה כן האט געשריבן:עס איז נישט 'פיער פרעשור' ליינט זיי מוחל איבער דעם בריוו אנהויב אשכול, עס איז 'תורה'דיג..

יא, קראקס, האב איך שוין געזאגט האט לאבין געמאכט לויט דעם צעטיל אויבן א מיסטעיק, חוץ אויב ער קומט מיט א דעת תורה אז ס'איז נישט קיין פראבלעם צו גיין מיט קראקס. אבער איך רעד די מעסעדש וואס ער וויל שיקן מיט די קראקס, איז דא פיער פרעשור? אדער מענטשן שרייען סתם אזוי?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 4:27 pm

מיללער האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:הרב מיללער, ער זאגט זייער פיין. אבער קען א איד היינט א שידוך טאן מיט די קינדער אויב באשליסט ער צו גיין מיט א "דאשיק" ווי דער חפץ חיים איז געגאנגען מיט בלויז 80 יאר צוריק?

איך ווייס נישט וואס דער שרייבער האלט בנוגע א דאשיק, אבער איך קען דעם שרייבער זייער גוט, און ער זעלבסט גייט מיט א שטריימל וואס מיין זיידע איז געגאנגען באלד נאך די קריג, ער טראגט א טיש-בעקיטשע ווען ער מאכט חתונה א קינד, און ער האט זיך שוין דערוואגט חתונה צו מאכן א קינד אין א זאל וואו אנדערע מאכן בר מצוות! דאס זענען נישט קיינע גוזמאות, איך האב עס בייגעוואונט שוין מער ווי איינמאל.


אפשר אין סקרענטאן...
דא בארה"ב האט זיך נאך "קיינער" נישט "דערוואגט" חתונה צו מאכן, אין א בר מצוה האל. אפשר א זוו"ש.
דאהי גייט קיינער נישט מיט א דינעם שטריימל וואס מיין זיידע איז געגאנגען. אין דבר כזה.
פונקט ווי קיינער גייט היינט נישט (דאהי) מיט דעם שטאפענעם הוט וואס איז געווען נארמאל מיט 25 יאר צוריק. מיר זענען אין א מאטעריאליסטישן באקס, צו מ'וויל יא צי נישט.

ביטע. נישט קראקס איז די אישו.
די אנגעטואכץ פון אלע קינדער מוזן זיין "אייניג" פון פרי-נוירסערי און ארויף. און פארדעם וועט זיך א משפחה פאר'חובת'ן. און דאס איז אונזער פראבלעם, ווייל די גאס איז וואס דיקטירט אונזער לעבן. ליידער.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 4:29 pm

נשמה האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:עס איז נישט 'פיער פרעשור' ליינט זיי מוחל איבער דעם בריוו אנהויב אשכול, עס איז 'תורה'דיג..

יא, קראקס, האב איך שוין געזאגט האט לאבין געמאכט לויט דעם צעטיל אויבן א מיסטעיק, חוץ אויב ער קומט מיט א דעת תורה אז ס'איז נישט קיין פראבלעם צו גיין מיט קראקס. אבער איך רעד די מעסעדש וואס ער וויל שיקן מיט די קראקס, איז דא פיער פרעשור? אדער מענטשן שרייען סתם אזוי?

וואס ער וויל איז איין זאך, אבער פארשטייסט אליינס אז עס האט נישט קיין גבולים, קען טאקע גיין יעדער איינער לפי אוות נפשו, דאס איז גוט? ווי אזוי האלסטו איז בעסער פארן עתיד?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 4:33 pm

נאטרוליסט,
דו האסט זייער א שטארקע נקודה (און נשמה'לע שרייט עס איבער יעדע צוויי מינוט), אדרבא, מ'דארף שרייבן און שרייבן דערפון, און דייקא פארוואס עס איז נישט ריכטיג פון א תורה'דיגען שטאנדפונקט.

דער שרייבער האט אבער אין די שורות פון הרב לאבין געליינט גאנץ אן אנדערן מעסעדזש, און ער האט עס באשטעטיגט דורך הרב לאבינ'ס פערזענליכע אויפפירונג אין גאס, אז דא איז נישט דער 'אנדערליינינג' פראבלעם די 'פיער-פרעשור' נאר דער עצם ענין פון לכו בעקבי הצאן, דער עצם געדאנק פון זיין א נארמאלער מענטש, און דער גאנצער מושג פון בושה. און מיט דעם איז ער , לדעתי, הונדערט פראצענט גערעכט.

גיין מיט 'קראקס' אין גאס (אדער אנטאן קורצע אונטער-בגדים - פאר דעט מעטער) האט מיט 'פיער-פרעשור' און מיט 'באגאבו'ס' גארנישט, דו"ק ותשכח אז דוקא די וועלן אסאך מאל מיטגיין מיט די לעצטע מאדע ברילן און לייגן סאמעט אויף די בעקיטשעס, נאר ביי די קראקס דארט איז ער נישט צופרידן פון די 'נארמע'.

וויאזוי פלעגט שמואל אלקנה צו זאגן: אברהם, קאט די...

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 4:35 pm

יהיה כן האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:עס איז נישט 'פיער פרעשור' ליינט זיי מוחל איבער דעם בריוו אנהויב אשכול, עס איז 'תורה'דיג..

יא, קראקס, האב איך שוין געזאגט האט לאבין געמאכט לויט דעם צעטיל אויבן א מיסטעיק, חוץ אויב ער קומט מיט א דעת תורה אז ס'איז נישט קיין פראבלעם צו גיין מיט קראקס. אבער איך רעד די מעסעדש וואס ער וויל שיקן מיט די קראקס, איז דא פיער פרעשור? אדער מענטשן שרייען סתם אזוי?

וואס ער וויל איז איין זאך, אבער פארשטייסט אליינס אז עס האט נישט קיין גבולים, קען טאקע גיין יעדער איינער לפי אוות נפשו, דאס איז גוט? ווי אזוי האלסטו איז בעסער פארן עתיד?


פאר'ן עתיד איז בעסער אויב מיר "אונגארישע אפשטאמיגע" וועלן אויפהערן נאכגיין די לעצטע סטיילס וואס עסט אויף אונזער לעבן, און דאס לעבן פון אונזערע קינדער.
און נישט בדלות ווערן צוליב אונזער מאטעריאליסטישן לעבן וואס מיר זענען ליידער געשלאגן.

א פלא אז פון דעם רעדן נישט קיינער פון די בעלי דרשנים. ווייל אלע רבנים און שיינע אידן וואוינען אין פאלאצן.

אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

תגובהדורך נערישער אינגרמאן » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 4:37 pm

מה פתאום??? האט געשריבן:דאס הייסט דיסאגריעט מיט ערוואקסנקייט, תוכו אכל קליפתו זרק!

לייק!
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 4:39 pm

נאטרוליסט האט געשריבן: ווייל אלע רבנים און שיינע אידן וואוינען אין פאלאצן.

100% אלץ געווען אזוי, אזוי זעה איך אין די אלטע משכילישע צייטונגען
ווארף נישט ארויף דיין שלום בית אויף די רבנים


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט