מענטשן זענען נישט קיין טשולנט, אויב עפעס פאפקארן...

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

מענטשן זענען נישט קיין טשולנט, אויב עפעס פאפקארן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

יוסל איז א טראכטער, אזוי איז ער געבוירן און אויב וועט נישט עפעס דראסטיש געשען וועט עס אנהאלטן אזוי ביז זיין לעצטן טאג. אזוי איז ער, דאס איז עס, אים צו טוישן איז גרינגער געזאגט ווי געטוהן, ער האט דאך עס דורכגעטראכט...

זומער גייט יוסל אין קאנטרי, גראדע נישט ווייל זיין אשת חיל פארלאנגט עס, ניין, יעדער ווייסט אז יוסל "באלאנגט" אין קאנטרי, ער זיצט דארט אויפן שויס פון נאטור, ווייט פון די רוישיגע שטאט מיט אירע צומישנדע באשטאנדטיילן, ער זעצט זיך אוועק אינטער דעם זעלבן בוים יעדן טאג מיט א פרישקייט, פון די זייט רוישט זיך א קליינטשיק וואסערל א פראדוקט פונעם פאריעריגן שניי, יוסל דארף נישט מער ווי זיך פארטיפן אין דעם וואסערל, ער זעהט די כוואליע'לעך, די גרעזל וואס שטעקט זיך האלב ארויס, די צווייגעלע וואס שטעכט אריין אין די וואסער פארמירנדיג ארום איר רינגען קלענערע און גרעסערע, צוביסלעך גייט אונזער יוסל אריין אין די טראכטן מאוד.

נישט לאנג צוריק האט יוסל'ס אשת חבר כחבר געבעטן איר מאן ער זאל איר אמאל ארייננעמען אין זיין וועלטל, "לאמיר זיך צוזאמען אוועקזעצן אינטער דיין בוים און פארברענגען" האט זי פארגעשלאגן/פארלאנגט.

פארשטייט זיך אז סתם זיצן און טראכטן איז איר נישט געווען אינטערסאנט האט זי ארויסגעברענגט די "פאפקארן מאשין" וואס זיי האבן ערהאלטן פון טאנטע רויזע ביים געבורט פון די ערשטע מיידעלע, און אז מ'זיצט שוין צוזאמען לאמיר שוין ניצן אמאל דעם מאשין וואס מ'האט אוועקגעלייגט "פאר די קאנטרי"...

יוסל וואלט עס ווען נישט געטוהן אבער אז דאס ווייב פארלאנגט וועט מען איר צופרידנשטעלן. יוסל קומט ארויס פונעם פארשימלטן כאטקע המכונה באנגעלאו, ער שטעקט איין ס'כלי, די קערנדלעך זענען נאכגעקומען, פון די זאלץ האט זי אויך נישט פארגעסן די בעה"ב'סטע, און היידא, מ'גייט "פאפן פאפקארן"...

יוסל האט נישט ליב צו זונקען אין זיינע מחשבות ווען זיין ווייב איז אנוועזנד, ער האלט אז ס'איז נישט עטיש, זי איז דאך אויך א מענטש צום טיש, פארוואס נישט פארברענגען מיט איר כאטש וויפול ער טוט מיט'ן וואסערל?! דא איז אבער אנדערש די מעשה, בשעת די פאפקארן האבן זיך גע'פאפ'ט האט ביי יוסל'ען אויפגעבליצט א געדאנק וואס ער האט נישט געקענט לאזן אומבארירט, ער האט נישט געקענט גיין ווייטער בעפארן אויסקנעטן די מחשבה באמצעות די טיפע כלים וואס השי"ת האט ברוב חכמתו אין אים אריינגעלייגט.

עס איז פאר יוסל'ען איינגעפאלן א געוואלדיגע קשיא. א טשולנט האט א סכום פון צייט ווי לאנג עס נעמט ביז זי ווערט ראוי לאכילה, אבער אכילה... א קוגל איז נישט אנדערש אין דעם הינזיכט, וכן הוא לענין זופ, פערפל, לאקשן, און להבדיל, פיצא. אויבנאויף איז ביי די אלע גילטיג די כלל אז ווילאנג עס נעמט צו קאכן, נעמט עס.

ווידער אבער מיט די פאפקארן איז א אנדערע מעשה, ער איז עפעס א בריה משונה, וועסט פרעגן איינעם ווי לאנג עס נעמט פאר א פאפקארן קערנדל אויפצוקראכן וועט ער נישט קענען זאגן קיין פונקטליכע צייט, עס איז אייביג אנדערש, והא ראי', פון ווען מ'לייגט אריין די קערנדלעך אין די מאשינקע ביז די לעצטע קערנדל ווערט פארטיג איז א מעשה פון ארום זיבן מינוט, אבער למרות זאת, די ערשטע קערנדל קראכט נאך א האלבע מינוט, איז דאך שווער, הזאת נעמי, - סארי - פאפקאר?

ארויסצוברענגען די שאלה עטוואס טיפער, וואס איז די מעשה מיט די קערנדלעך? קען ער קראכן זאל ער קראכן גלייך ווען די ערשטע קראכט, די היץ אין טאפ איז דאך שוין "אויפקראכבאר". ווידער אויב איז נישט גענוג הייס אין טאפ דאן וויאזוי האט די ערשטע קערנדל מיסטעריעז געקראכט?

און לאמיר גיין מיט א טריט ווייטער, ווי לאנג די מאשין זאל נאר נישט ארבעטן וועלן אלס בלייבן פאר'עקשן'טע קערנדלעך וואס וועלן אין קיין פאל נישט קראכן, זיי ליגן זיך דארט אינטן מיט א שטארקייט ווי שמשון הגבור קעגן די היץ וואס נעמט דורך זייערע גלידער.

יוסל האט געטראכט אז בעצם די קשיא פארענטפערט א אנדערע חלק אין באשעפער'ס בריאה, און דאס איז נישט קיין צווייטער ווי דער מענטש, די מובחר הבריאה.

מ'גייט אין חדר, ס'זענען דא די קינדער וואס קראכן אויף אין כתה אלף, זיי שפרונגען און טאנצן אזש די דאך פאלט איין "אונטער זיי", אנדערע האלטן זיך לענגער, כתה ג' איז זיין צייט, ס'זענען פארהאן די וואס ציען אהן ביז כתה ו', כתה ז', געוויסע וועלן ערשט קראכן אין ישיבה קטנה, טייל בחורים מיט שטערקערע כאראקטער שטריכן פלאצן אויף אין ישיבה גדולה. אין כולל האלט מען שוין ביי זעקס מינוט אינעם פאפקארן מאשין און דער עולם קראכט אויף איינס נאכן צווייטן... פאו פאו פאו, ס'טוצעך קראכעס פון אלע זייטן, די קאווע שטיבל רוישט, די טישו'ס אין בית הכבוד גייען אויס בעפאר די גוי האט צייט זיי ריכטיג צו אינסטאלירן אין די האלטער וואס ווערט אויך געניצט אלס שפיגל ווען מ'קעמט זיך די בארד במקום וואו די קעניג גייט אליין...

ווייניג זענען די קערנדלעך וואס בלייבן דארט אינטן, רואיג, ווי נישט זיי מיינט מען....

וואס איז פשט? אויב איז די סטרעס אין חדר גענוג אויפצוקראכן איינעם דאן פארוואס אנדערע ציען יא אהן לענגער?

נאר וואס דען? די קערנדלעך זענען אייגנארטיג. פינטל. יעדער קערל איז א מענטש צום טיש, א בריה שלימה. ער האט זיינע אייגענע טאלאנטן, מעלות און חסרונות, דאס איז ער, און ער וועט ריעקטן צו זאכן וואס קומען פאר צו אים פונקט לויט וויאזוי ער איז באשאפן געווארן.

אט דעם לימוד האט יוסל ארויסגענומען פון די פאפקארן, אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו. דיין חבר איז נישט דיר און דו ביסט נישט דיין חבר. "נארמאל" מעסט זיך נישט לויט דיינע מעגליכקייטן און פעולות. אייגנטליך, עס איז נישט דא אזא מין זאך ווי נארמאל! מענטשן זענען דאך אזוי אנדערש איינער פונעם צווייטן, מענטשן זענען דאך וועלטן יעדער באזונדער, ס'איז נישט שייך צו פארלאנגען פון יעדעם די זעלבע.

כלפי מה דברים אמורים? באמת, דאס איז די תירוץ. כלפי "מה" דברים אמורים. אונזער מיסטער "מה", וואס זיין לעצטע נאמען איז פתאום. דער "מה" איז א מענטש פאר זיך און קיינער זאל מיר נישט איינטיילן וואס צוטוהן על סמך ווייל יעדער טוט אזוי...

אין דעם איז אריינגערעכנט דער מבקש. דער ADHD דייאגניזירטער. דער איינזער צווייער דרייער פירער און אזוי ווייטער תשעה מי יודע תשעה אני יודע. יעדער האט זיך זיינע אייגנשאפטן, זיינע מעלות, און יא, זיינע חסרונות.

די נידעריגקייט פון טשעפען מיט איינעם וואס גייט נישט מיטן שטראם קומט בעצם פון שוואכע "עדוקאציע", רוב מאל זענען עס די נישט עדוקעיטעט מענטשן וואס דולדן נישט קיין צווייטן. דער וואס האט שוין אמאל באטראכט די וועלט האט שוין מסתמא איינגעזעהן די מעלות פון אלע סארט מענטשן, צווישן די 45 מענטשן אין די לעצטע הינדערטער יארן וואס האבן געדינט אויף די העכסטע אמט אין די וועלט ציילן זיך אלע נומערן אויפן אניגראם וואג.

דאס איז אלעס געזאגט בלויז קלארצושטעלן אז אפסטעמפלען א צווייטן פארן בלויזן חטא פון זיין אנדערש ווי דיר איז א עוון בל יכופר. אבער עס גייט ווייטער, אסאך מאל וועט דער "נישט נארמאלער" דער שוואכער, אסאך ווייטער אנקומען ווי דער געלונגענער נארמאלער באגעבא תוירעדיגע שטוב מיט א באלעבאטישע טעיסט. און די ראי' אויף דעם איז טאקע דער פאפקאר דארט אינטן. די אלע שוואכע, די וואס האבן נישט פארנומען די היץ, די וואס האבן געקראכט, זיי ווערן פיין באזאלצן און ווערן געברענגט צום טיש ברוב פאר והדר. די "נארמאלע" קערנדל דארט אינטן, ער ווארט אויף אנערקענונג, איך בין געבליבן א מענטש, אבער קיינער שענקט אים נישט קיין בליק...

יעצט אויף צידה לדרך, געדענקט!

ואהבת לרעך כמוך זה כלל גדול בתורה!
אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו!
למוד לשונך לומר איני יודע! (עטליסט אויף זאכן וואס דו ווייסט טאקע נישט...)

און בדרך הלצה: לא תרדה בו בפרך (אין די מבקשים אשכול...)

----

צום שלוס: די ארטיקל איז געשריבן געווארן אינטערן רושם פון די מבקשים אשכול, די פרישסטע ADHD אשכול, און הרב יואל אשר לאבין'ס ארטיקל אינטערן קעפל "יא איך גיי מיט קראקס!" אין די מאמענט פארלאפענע וואך. עס קען זיין אז עס הערשט דא א צומישעניש, מה אעשה דאס איז די בעסטע וואס איך האב געקענט אויסקלארן אביסל די מחשבות.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

Wow פתאום.... איך שוועב אין דיי ארטיקל... איטס אמעיזינג.... א קנאקעדיגע פוינט.




העי.. יא דו דארט... שיק מיר ארויף א פאפקאר...
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

וועסט נישט גלייבן, איך האב געזען א פאפקארן האקן טשולנט, זיכער נישט געווען קיין קערנדל, ער האט אויפגעפלאצט ווי נאר ער האט געזען די טשולנט אריין קומען צום קידוש...

פתאום!!! ביסט ריזיג
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2907
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

זייער שיין. יישר כח
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

מה פתאום האט אויפגעפאפט
הערליך
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

זייער א שיינע געדאנק!

און גאר גוט געשריבן די אויגן גליטשן זיך אויף די ווערטער געוועהן א פלעזשער!
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

כל מה דעביד רחמנא עביד.

פון אזאנע קאמפליצירטע, אומפארדייענדע אשכולות, קומט ארויס אזא דעליציעס'דיגע ארטיקעל.

איי מה'מעלע, דו האסט זייער א זיסע פעדער!
אוועטאר
פארצייטנס
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטנס »

מה פתאום??? האט געשריבן:י
אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו!


און ווי די ספרים לייגן צו 'ולמקומו אל תגיע'. קיינמאל!!

א יעדער איז א דיפרענט פאפקארן.

א הערליך שיינע רעיון, ;l;p-
קיינמאל נישט פארגעסען אז מיר זענען בני מלכים!! בשבילנו נברא העולם!!
נישט ווערן אראפגעשלעפט פון וואס עס גייט פאר אין די וועלט!!
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

פתאום! דיין נקודה איז געוואלדיג אמת און איך קען נישט מער ווי אגריען מיט יעדע ווארט

דיין שריפט און דמיון איז מתוק מדבש
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2813
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

צוקער זיס. טיעף און באלערנד

שכח פתאום
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

אוי מה, נאך ליינען צוויי שורות פון די ארטיקל בינעך געוואויר געווארן אז דו הייסט יאסל, און נאכן ענדיגן די גאנצע האב איך געזעהן אז איך האב זיך גארנישט טועה געווען..
אזוי גוט צו דעסקרייבן 'מה פתאום'?! זיך אליינס ארויסצוהאבן איז פיל שווערער ווי יענעם...

עניוועי, די ארטיקל איז אמעיזינג. כ'העל עס מוזן נאכאמאל איבערליינען ארויסצוהאבן אינגאנצן ווי דו צילסט דא...


--
לגבי דעם וואס דו ברענגסט ארויס צום סוף אז דיער פאפקאר אינטן איז גארנישט אזא גיבור, איז אינטערסאנט צו באמערקן אז די סיבה פארוואס געוויסע קערנדלעך בלייבן אומפאפעריר"ט איז ווייל זיי זענען שוין אמאל אוןיפגעקראכט געווארן און זיי זענען נישט געסילט אזוי ווי די אנדערע, ממילא קראכן זיי נישט. ס'הייסט אז די נישט פאפן ווייזט טאקע אויף א שוואכקייט און נישט אויף שטארקייט
אוועטאר
בעילוםשם
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעילוםשם »

פיין אראפגעלייגט "מה פתאום" - א וויכטיגע ריכטיגע נקודה וואס ס'איז כדאי צו געדענקן.

מ'טאר נישט מזלזל זיין אין קיין איד, אייגענטליך אין קיין מענטש, יעדער איז אייגענארטיג, און צומאל דוקא די יוצאי-מן-הכלל מענטשן זענען די פון וועמען די וועלט האט א שטארקן תועלת.

מיר דארפן זיך אויסלערנען צו זעהן די נקודות טובות אין יעדן!

דאס ארויסווייזן שעצונג און אקצעפטירן ברענגט געווענליך ארויס דאס בעסטע אין יעדן.

משא"כ אראפקוקן, אוועקמאכן, דן זיין, אד"ג האט א נעגאטיווע השפעה אויף יענעם וואס שפירט זיך אראפגעקוקט, דאס איז נוגע סיי אין חינוך, סיי אין שלום בית, שלום מיט שווער-שוויגער, באציאונגען מיט שכנים-חברים, און מיט סיי וועמען.

רעספעקט, אקצעפטירן, שעצונג, ברענגט ארויס דאס בעסטע אין יעדן, און עס ברענגט דאס זעלבע אויף צוריק אויך, יענער זאל צוריק געבן רעספעקט און אקצעפטירן.

איזהו מכובד המכבד את הבריות!

אבער עס איז נאך מער פון דעם, דאס אוועקמאכן מזלזל זיין און אראפקוקן אנדערע איז משפיע נעגאטיוו אויפ'ן קוקער אויך, ד.ה. דער וואס קוקט כסדר נעגאטיוו אויף אלעס און אלעמען, ער ווערט א ביטערער נעגאטיווער מענטש מיט די פארקערטע פון אן "עין טובה" ח"ו.

כ'האב אמאל געזעהן ערגעץ א רעיון אז דאס איז די הארבקייט פון "לשון הרע", וואס איז שקול כנגד די הארבסטע עבירות, ווייל אז איינער זעהט שטענדיג די שלעכטס אין יענעם, ווערט מען אליין א שטיק שלעכטס ח"ו.

א שארף ווארט!

דארף מען דוקא זעהן די גוטס און אייגענארטיגע חשיבות פון יעדן באשעפעניש, אפילו יענער איז אנדערש.

וואו מיר בעטן אין די תפלה פון הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע, "אדרבה, תן בלבינו שנראה כל אחד מעלת חברינו ולא חסרונם!
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

מה פתאום הערליך שיין, לעבעדיג און וויוויד

איין זאך געדענק נאר אונז דארפן האבן זייער וויכטיג סטאבילע מענטשן אויב נישט....

סאו די געפאפטע פאפ קארן זאלן מחשיב זיין די הארטע קערלעך, און די הארטע קערלעך זאלן מחשיב זיין די פאפ פאפ חברה

בבשרי אחזה איך בין א היבשע פאפ קארן איך האב א נאנטע חבר אזא הארטע קערעלע, וואס איך רעד מיך דורך מיט אים און ער העלפט מיר גראונדן מיינע איידיעס,

און די מעין פוינט וואס איך וויל צולייגן! ווי קען מען אויפגעבן אויף די נישט געפאפטע קערלעך? וואס טוט מען ווען די בעג ווערט עפעס אזוי ווי כמעט פון זיך אליינס אויסגעליידיגט פון פאפ קארן? הא? דו ווייסט! מען הייבט אן צו קייען די הארטע קערלעך איי אידאס געשמאק.... נו זעהסטו שוין אז מען דארף צו זיי צוקומען... אבער צוקומען...
סלופפפפ... איך האב אויסגעשפיגן איין הארטע קערל וואס האט זיך פריצייטיג צובראכן....
לעצט פארראכטן דורך חביבי אום דינסטאג אוגוסט 23, 2016 12:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חביבי
שומע כעונה
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 10, 2016 9:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שומע כעונה »

זייער שיין.

א כלל איז געבויעט פון פארשידנארטיגע פרטים, וואס יעדער פרט געבט צו זיין אייגנארטיגע תפקיד פארן כלל צו פונקציאנירן. אויב איז א כלל געבויעט פון צענדליגער קאפיעס פון איין סארט פרט, דאן איז ער נישט קיין כלל נאר א יחיד.

ווען מיר קוקן אויפן מענטש וואס איז א קומה שלימה, ער׳ז צוזאמגעשטעלט פון ביליאנען צעלן, יעדע צעל האט זיך זיין אייגנארטיגע תפקיד, און פון אלעמען צוזאמען קומט ארויס איין גרויסער קערפערשאפט. אויב זאלן אלע צעלן טוהן די זעלבע זאך, דאן איז עס א דיזעסטער.
אוועטאר
בעילוםשם
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 11, 2015 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעילוםשם »

אויב איך מאך נישט קיין טעות האבן מיר דא שני נביאים מתנבאים בסגנון אחד.

דער אויפריכטיגע ווערטער - דעם היינטיגן בליק אויף די אינגווארג אשכול, שרייט די זעלבע שטארקע נקודה.

וואו זאגט דער נביא: דאפעלט איז שטארקער! וכולי האי ואולי אפשר וועט מען עס דערהערן.
אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש גערעדט »

מה!!! קענסטו יא מגיה זיין, געוואלדיג!
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

מה פתאום! WOW!

שוין לאנג נישט געליינט אזא געלונגען'ס, ארויסגעברענגט די נקודה קריסטאל קלאר!

ייש"כ.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
באדינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 12:56 pm
לאקאציע: אויף דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדינער »

זייער שיין יישר כח. זייער הנאה געהאט...
אפשר קען איינער אהערברענגען לאביןס ארטיקל פונעם מאמענט?
אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורייתא »

Wow I can't agree more so nice and well written. We need to read and read till will have it in to our טבה
Thangs for sharing
אורייתא וישראל חד הוא
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

קודם :smile: יעצט לאמיר עס ליינען.
זייער שיין.
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

ווי איך פארשטיי זענען מענטשן אנגעווייטאגט אויף די וועג וויאזוי אזוי גערופענע נארמאלקייט, און נישט פארשטיין יענעם מאכט זיי אדער פאר אנדערע יסורים

סאו איך טריי צו אימעדזשענען א געפיקסטע וועלט ווי אלעס שמייכלט און אלעס איז יא גוט

קען מיר אפשר איינער ארויסהעלפן?

נאו נארמאלקייט איז זיכער נישט קיין אפשן, ווי אויך אז יעדער זאל מעגן זיין וויאזוי ער איז האב איך מורא אז איך וועל טון וואס איך טוה פורים אגאנץ יאר, און פורים איז פונקט גענוג איין טאג (כ׳מיין פארוואס איז מען שושן פורים אזוי אויסגעפלאגט...?) אבער פרעשור איז אויך א קילער, און רעדזשעקשן איז שוין איינמאל א קילער...

סאו וואס איז די גדר? וואס דארף יא זיין און וואס נישט? וויאזוי וואלט די וועלט געדארפט זיין אז יעדער זאל זיין צופרידן?

איך וואלט הנאה געהאט פון א קלארע בילד

יישר כח למפרע
חביבי
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

א קנאק פון א ארטיקל, פונעם קעפל ביזן אוספיהר. ייש''כ מה פתאום האסט געמאכט מיין טאג.
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

איך א פאפקארן? מה פתאום!!!
פיינע ארטיקעל מיט א געוואלדיגע געדאנק, ייש"כ, קיפ איט קאמינג.
אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש גערעדט »

חביבי האט געשריבן:ווי איך פארשטיי זענען מענטשן אנגעווייטאגט אויף די וועג וויאזוי אזוי גערופענע נארמאלקייט, און נישט פארשטיין יענעם מאכט זיי אדער פאר אנדערע יסורים

סאו איך טריי צו אימעדזשענען א געפיקסטע וועלט ווי אלעס שמייכלט און אלעס איז יא גוט

קען מיר אפשר איינער ארויסהעלפן?

נאו נארמאלקייט איז זיכער נישט קיין אפשן, ווי אויך אז יעדער זאל מעגן זיין וויאזוי ער איז האב איך מורא אז איך וועל טון וואס איך טוה פורים אגאנץ יאר, און פורים איז פונקט גענוג איין טאג (כ׳מיין פארוואס איז מען שושן פורים אזוי אויסגעפלאגט...?) אבער פרעשור איז אויך א קילער, און רעדזשעקשן איז שוין איינמאל א קילער...

סאו וואס איז די גדר? וואס דארף יא זיין און וואס נישט? וויאזוי וואלט די וועלט געדארפט זיין אז יעדער זאל זיין צופרידן?

איך וואלט הנאה געהאט פון א קלארע בילד

יישר כח למפרע



אז ס'זאל זיין מערערע אזעלעכע חביבי'ס וואלט געווען א גיטע געדאנק!!! :wink:

א חלק פון די שיינקייט פון דעם אייבערשטענס וועלט איז דעיס אז מענטשן האבן א צווייטע מיינונג,
און וואס פאר איינעם איז נארמאל, איז פארן צווייטן אויף די בעק פעידש פון זיין ליסט, (פארשטייסט וועלכע ליסט איך מיין?) וואס יעדער דארף נאר זעהן צו טון, (איך אויך..) איז, צו זיך פיהלן באקוועם מיט זיין ליסט, מ'דארף עס אוודאי כסדר איבערקוקן, אפשר אמאל עדיטן אויך, אויב ספעלט אויס, (זאל נישט אויסגערעדט זיין..) און נישט פארגעסן פון פארשטיין א צווייטן, דעמאלטס קענסטו זיין שטאלץ מיט דיינע נארמאלקייטן,
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

אידיש גערעדט האט געשריבן:
חביבי האט געשריבן:ווי איך פארשטיי זענען מענטשן אנגעווייטאגט אויף די וועג וויאזוי אזוי גערופענע נארמאלקייט, און נישט פארשטיין יענעם מאכט זיי אדער פאר אנדערע יסורים

סאו איך טריי צו אימעדזשענען א געפיקסטע וועלט ווי אלעס שמייכלט און אלעס איז יא גוט

קען מיר אפשר איינער ארויסהעלפן?

נאו נארמאלקייט איז זיכער נישט קיין אפשן, ווי אויך אז יעדער זאל מעגן זיין וויאזוי ער איז האב איך מורא אז איך וועל טון וואס איך טוה פורים אגאנץ יאר, און פורים איז פונקט גענוג איין טאג (כ׳מיין פארוואס איז מען שושן פורים אזוי אויסגעפלאגט...?) אבער פרעשור איז אויך א קילער, און רעדזשעקשן איז שוין איינמאל א קילער...

סאו וואס איז די גדר? וואס דארף יא זיין און וואס נישט? וויאזוי וואלט די וועלט געדארפט זיין אז יעדער זאל זיין צופרידן?

איך וואלט הנאה געהאט פון א קלארע בילד

יישר כח למפרע



אז ס'זאל זיין מערערע אזעלעכע חביבי'ס וואלט געווען א גיטע געדאנק!!! :wink:

א חלק פון די שיינקייט פון דעם אייבערשטענס וועלט איז דעיס אז מענטשן האבן א צווייטע מיינונג,
און וואס פאר איינעם איז נארמאל, איז פארן צווייטן אויף די בעק פעידש פון זיין ליסט, (פארשטייסט וועלכע ליסט איך מיין?) וואס יעדער דארף נאר זעהן צו טון, (איך אויך..) איז, צו זיך פיהלן באקוועם מיט זיין ליסט, מ'דארף עס אוודאי כסדר איבערקוקן, אפשר אמאל עדיטן אויך, אויב ספעלט אויס, (זאל נישט אויסגערעדט זיין..) און נישט פארגעסן פון פארשטיין א צווייטן, דעמאלטס קענסטו זיין שטאלץ מיט דיינע נארמאלקייטן,


אה העללאו אידיש גערעדט, דו זאגסט א נקודה

וואס איך האב מורא איז אזוי, ביז היינט אויב האט זיך מיר פארגליסט צו גיין אין ביהמ״ד מיט די קראקס ווייל עס איז באקוועמער, אדער אנצוטון א טישערט ווייל עס איז קילער, אדער צו דזשאגן אויף לי עוועניו מיט קורצע הויזן, האב איך געוואוסט אז אפאר שארפע אויגן וועלן מיר מאכן פיהלן ווי א [לישנא מגונה איז נישט ערלויבט] און איך האב נישט קיין חשק אויף דעם דעריבער גיי איך געהעריג מיטן הוט און רעקל אין די גרעסטע היצן און איך גיי מיט געהעריגע שיך אפילו שבת נאכמיטאג ביי מנחה, שוין סאו דאס איז די פראבלעם וואס איז דא אדרעסירט געווארן אז א.ג. נארמאלע מענטשן מאכן אז די אנדערע זאלן זיך האלטן אין די א.ג. נארמאלע שעיפ

סאו די שאלה איז לאמיר זאגן אז מארגן וועצעך מיר פארגליסטן צו גיין אין ביהמ״ד מיט א גאטשע אויפן קאפ.... און איך וועל וויסן אז אזויווי דער עולם האט שוין ענדליך איינגעזעהן אז מען צווינגט נישט ארויף נארמאלקייט אויף יענעם וועל איך נישט האבן קיין שום פראבלעם עס צו טון, און דאס וויל איך נישט עס זאל געשען, וואס זענען מיינע קינדער שילדיג אז איך האב נישט געטראפן מיין קאפל צופרי, און אז איך שעם מיך צו גיין מיט מיין שלאף קאפל דעריבער האב איך אנגעטון א גאטשע אויפן קאפ? איז דאס וועט יעדער מודה זיין אז ווען זאכן זענען אינגאנצן מעשוגע מעג מען יא זאגן קריטיק, און איך בעט ווער עס דינגט זיך זאל פליז מאכן אן אויסנאם פאר מיר און איך געב רשות מיך אריינציפליקן אויב עס געשעהט....

סאו די שאלה איז ווער מאכט די גדרים ווען עס איז יא גוט אריינציפליקן יענעם און ווען נישט?

דערמאן איך מיר א מעשה א יוד האט אריינגעוואקט אין ביהמ״ד פרייטאג צונאכץ מיטן גרויסן ביבער הוט און ער האט זיך געשטעלט זאגן הודו מיט א קאך און קיינער האט אים גארנישט געזאגט ווייל מען האט אים נישט געוואלט פארשעמען..................

סאו יעדער דארף האבן אז מען זאל אים אמאל געבן א שטיקל ריק סאו וואס איז די גדר? ווען ברויך מען יא זאגן און ווען נישט?
חביבי
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”