בלאט 3 פון 4
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2007 11:12 am
דורך מיללער
בעל עגלה האט געשריבן:סאכדעס האט געשריבן:
אבער מ'דארף זיך פשוט אכט געבן אויף די איידענטעטי. יעדע גראסערי וועט אכט געבן ווער עס וועט קויפן די עטליכע זאכן אינאיינעם, בפרט אויב איז יענער נישט קיין שטענדיגער איינקויפער. הגם ווי געפערליך קען עס שוין זיין? אבער סתם א נקודה למחשבה איז עס זיכער.
סאכדעס, לויטען איצטיגען פלאן, גייט מען מעלדן די אייטעמס אין אישי פאר יעדעם וואס האט זיך איינגעשריבען,
די אייטעמ'ס גייט נישט גיין פאבליק בעפאר מען וועט פארעפענטליכען די רעלוטאטען
כל מה שיאמר בעל עגלה אעשה, אבער לדעתי זאל מען יא שרייבן עפנטליך די אייטעמס, נאר די רעזולטאטן זאל מען שיקן אין אישית, כנלפע"ד.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2007 11:20 am
דורך 3x0
קרית יואל.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2007 11:24 am
דורך י
מיללער האט געשריבן:ר' יוד,
אן מאכן קיין 'כשרות אינוועסטיגאציע' דורך אונזער HKIU קענסטו נישט זאגן מיט א פרעכהייט אז "התאתדות פארלאזט זיך אויף OU" אפשר, צאלט התאחדות פאר א ספעציעלע משגיח ביי טוויזלער'ן מיט ספעציעלע הידורים וחומרות וועלכע קאסט מער?
דער משגיח האט מיר געזאגט נאך מער:
די קאמפאני האט סודות און זיי ווילן אז קיינער זאל עס נישט וויסן און נאר 1 (איין) משגיח אויף דעם כדור העולם קען דארט אריין גיין דאס איז דער OU משגיח הרב..... אויסער אים קען נישט אריין קומען אינעם פלענט א מענטש וואס איז נישט א איינגעשטעלטער.
אין התאחדות האט אויסגעפרעגט דעם משגיח פונקטליך ווי אזוי עס ארבעט און זיי פארלאזן זיך אויף אים
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2007 11:24 am
דורך בעל עגלה
מיללער האט געשריבן:בעל עגלה האט געשריבן:סאכדעס האט געשריבן:
אבער מ'דארף זיך פשוט אכט געבן אויף די איידענטעטי. יעדע גראסערי וועט אכט געבן ווער עס וועט קויפן די עטליכע זאכן אינאיינעם, בפרט אויב איז יענער נישט קיין שטענדיגער איינקויפער. הגם ווי געפערליך קען עס שוין זיין? אבער סתם א נקודה למחשבה איז עס זיכער.
סאכדעס, לויטען איצטיגען פלאן, גייט מען מעלדן די אייטעמס אין אישי פאר יעדעם וואס האט זיך איינגעשריבען,
די אייטעמ'ס גייט נישט גיין פאבליק בעפאר מען וועט פארעפענטליכען די רעלוטאטען
כל מה שיאמר בעל עגלה אעשה, אבער לדעתי זאל מען יא שרייבן עפנטליך די אייטעמס, נאר די רעזולטאטן זאל מען שיקן אין אישית, כנלפע"ד.
וואס איז די בענעפיט פין שרייבען עפענטליך די אייטעמ'ס בעפאר מען גייט שרייבען די רעזאלטסן??
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2007 1:38 pm
דורך מיללער
ר' יוד טייערער,
עס איז א זאפטיג שטיקל לשה"ר און מיר זענען מצווה עס נישט מקבל צו זיין, דאס איז א געפערליכע קנוניא מצד התאחדות און קען בשו"א נישט געלופטערט ווערן בפומבי אן קיין פרוף (אן אנאנימער משגיח איז קיין פרוף נישט), ווער איז דער סודות'פולע קאמפאני? מ'קען דאך זיי אנרופען משיח לפי תומו אין דערגיין פרטי הדברים, דערווייל קויף איך נישט דיינע מעשיות.
בעל עגלה,
די בענעפיט איז אז מער מענטשן (סתם אורחים) זאלן מיטהאלטן דעם אינוועסטיגאציע ותשועה ברוב יועץ, אבער מ'קען פרובירן קודם שטיל כשיטתך און שפעטער דעסיידן אויב מ'וויל עס נעמען צום נעקסטן שטאפל.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2007 2:28 pm
דורך דארפסמאן
לאקשען ברעט האט געשריבן:ביי קאטסקא איז דא שמן זית פאר גוטע פרייזען
מיט א הכשר ?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2007 2:31 pm
דורך אנדי פעטיט
100 פראצענט שמן זית דארף נישט קיין הכשר
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2007 2:53 pm
דורך לאקשען ברעט
דארפסמאן האט געשריבן:לאקשען ברעט האט געשריבן:ביי קאטסקא איז דא שמן זית פאר גוטע פרייזען
מיט א הכשר ?
כ'מיין OU
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2007 4:16 pm
דורך פוילישער
א לאטקעלע פאר חנוכה קאסט שוין היינט $1.25 איר געדענקט נאך ווען מען האט געקענט באקומען 5 פאר א דאלער?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2007 4:17 pm
דורך אנדי פעטיט
נעכטען האב איך געקויפט גאנץ פיינער לאטקעס פאר 1.50 פער שטיקל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2007 4:22 pm
דורך פוילישער
אויף מיין פראגע פארוואס איז עס אזוי ארויף, ענטפערט מיר דער בעקער, דו ווייסט נישט, לאטקעלעך ווייקט מען אין אויל, אויל איז דאך ארויף....
ווי יענער וואס האט מיך געהייסן פארמאכן א פלעשלע סעלצער, ווייל געז איז זייער טייער...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2007 4:23 pm
דורך אנדי פעטיט
מיר האט מען דערפאר געהייסן עסען טשאלענט 3 מאל א וואך.
שוין! צוריק צום ענין.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2007 4:27 pm
דורך פוילישער
דרך אגב, טשאלענט בונדלעך איז אויך ארויף, קען טאקע זיין וועגן די געז דערפון...
א יאר צוריק האט א פעקעלע טשאלענט בעבלעך געקאסט $0.69 -$0.79 היינט קאסט עס $1.09-1.29
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2007 2:21 pm
דורך פוילישער
איז דער פראיעקט געגאנגען שלאפן?
א טיילווייזע ליסטע פון מיין שבת ארדער פארגאנגענע וואך דאנערשטאג.
(איך שרייב נישט קיין נאמען, ווי לאנג ר' בעל עגלה וועט עס פארלאנגען פון יעדן פאר די שטודיע)
פלעסטיק קאפס $1.69 7 0z.
פיטא האלל וויט פון יוסיס $1.79
דאזן אייער $2.05
באקס קלינקס טישוס $2.39
קדם גרעיפ דשוס oz 32. $2 .19
באקס פאלענד ספרינג וואסער $8.59
מיין אשת חיל האט געמאכט דעם ארדער. זי האט מיר געגעבן די רעסיט, ביי א חלק פראדוקטן זע איך נישט פון וועלכע קאמפאני ס'איז, דערפאר קען איך נישט שרייבן דאס גאנצע ארדער.
(מילך למשל, איין וואך קויפט זי גאלדן פלאו, און איין וואך פרעש ענד העלטי, ווענד זיך וועלכע ס'איז דאס לעצטע מאל פארדארבן געווארן...)
דאס גאנצע ארדער האט געקאסט סך הכל $143.20.
יענע גראסערי גיט א 10% דיסקאנט, פאר ווער עס צאלט אויפ'ן פלאץ. דאס באצאלן אויפ'ן פלאץ, האט מיר געשפארט $14.32.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2007 2:47 pm
דורך לחיים ולברכה
פוילשער האט געשריבן:יענע גראסערי גיט א 10% דיסקאנט, פאר ווער עס צאלט אויפ'ן פלאץ. דאס באצאלן אויפ'ן פלאץ, האט מיר געשפארט $14.32.
האסטעך געזאגט די נאמען פון די גראסערי....
***
כ'מיין מ'זאל נעמען קדם גרעיפ דזשוס, קלינעקס טישוס, א דעניש, און די ריזיגע באלי טאמעיטאס.
פארוואס פונקט די דאזיגע? איז אזוי:
די פיר זאכן זענען וועלט אייטעמס (אייטעמס וואס יעדער קויפט) אין 4 אנדערע קאטעגאריעס, א געבאלטעטע געטראנק וואס האלט זיך לאנג, א באקס טישוס וואס איז דער הויפט פון די קאסמעטיקס ליין, א דעניש וואס קומט יעדן טאג פריש, און טאמעטאס וואס איז אין די פרוכט און גרינצייג דעפארטמענט וואס קומט כסדר פריש.
ס'קען זיין אנדערע זאכן אויך, אבער כ'מיין אז די 4 איז א גוטע זאך אנצוהייבן.
מ'מוז נישט זאגן די נאמען פון די גראסערי, ס'איז גענוג אז מ'שרייבט אראפ די פרייזן און געגנט (ווילי, ב"פ, קרית יואל, מאנסי וכדו').
וואס זאגט איר דערצו?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2007 4:11 pm
דורך פוילישער
עס איז דא אסאך גראסעריס וואס גיבן 10% דיסקאנט.
לאנדאס וומ"ס, סאט סייד, פרענקלס, גרענד פוד, (איינער האט מיר אמאל געזאגט אז זיי גיבן 15%) לאנדאס קר"י, א.א.וו.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2007 4:48 pm
דורך לחיים ולברכה
כאניש געוואוסט.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2007 5:02 pm
דורך 3x0
די גאנצע דיסקאנט איז אן עקסטערע פרשה פאר זיך, פאר איין זאך געבן זיי יא א דיסקאנט, און פאר צוויי זאכן נישט. קעיסעס נישט, רוב מילעכיגס אויך נישט. אויך איז דא א סערוועס טשארזש, איך וואלט געוואלט זען ווען איינער זאל איינמאל קויפן נאר די מינימום מען זאל קענען באקומען א דיסקאנט, און זען וויפיל די דיסקאנט וועט זיין.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 09, 2007 5:19 pm
דורך אנדי פעטיט
טריאו כתב:
איך וואלט געוואלט זען ווען איינער זאל איינמאל קויפן נאר די מינימום מען זאל קענען באקומען א דיסקאנט, און זען וויפיל די דיסקאנט וועט זיין.
דאס איינקויפן נאר די מינימום איז די גרעסטע דיסקאונט ווי אימער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 13, 2007 3:10 pm
דורך פוילישער
איז די שטודיע געגאנגען שלאפן?
דער עולם קוקט דאך שטארק ארויס דערויף, ווי מען זעט אויף די אפגעגעבנע שטימען.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2007 1:43 pm
דורך בעל עגלה
איך וויל מיר אנטשולדיגען אין מעלדן,
דער פלאטץ פין ווי איך ארבייט, האט מען אפגעשפארט די סייט, אין נאך אפאר סייט'ס, היידפארק אין נאך
אזוי אויך איז נישט דא דארט מער קיין אידישע קיבארד, דאס איז די סיבה פין מיין נעלם ווערן, כ'האב געהאפט אז די אשכול וועט אנגעגאנגאן אן מיר,
איך שרייב דאס פין מיין חבר'ס קאמפויטער, אבער איך וועל לכאורה מסתם נישט זיין ווייטער דא, נאר איין מאל אין א פאר וואכען
זייטס געזינט
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2007 1:50 pm
דורך לחיים ולברכה
דאנט דו דעט טו אס!
טויש דזשאבס, אבער שנעל!
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2007 2:01 pm
דורך פויער
ביי אונז גייט אויך אלעס ארויף פי כמה, למשל איך האב געקויפט פרייטיג ביים מקוה יוד א פלעשל ברוינפן (פאר די קרעטשמע...), אכלל ער האט זיך נישט געשעמט צו בעטן א הויכע פרייז ווען די לעבעל פון די פרייז וואס ער האט געצאלט איז נאך דארט געלעגן און ער האט געבעטן פינף!!! מאל אזויפיל (בלי גוזמא), אויך מיין פראגע וואס איז פשט האט ער געזאגט אז עס איז זייער שווער געווארן צו אימפאטירן, און ער ברענגט עס פון אר"י, די חוצפה שטייגט שוין איבער אלע גרעניצן... מען זעהט אז עס איז שוין עקבתא דמשיחא... דער באשעפער זאל זיך אוודאי מרחם זיין בקרוב...
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2007 7:39 pm
דורך קרעמער
איך האלט אז דאס איז א קאנספיראציע פון די עסן אימפארטירער אפצושליסן דעם בעל עגלה'ס צוטריט צום קרעטשמע!
נאך איינער האלט ווי מיר???
מיללער;
דו ביסט נעקסט איבערצונעמען די אויספארשונגען! (אויסער אויב דו גלייבסט אין מיין קאנספיראציע טעאריע און ציטערסט פאר דיין פארבינדונג)
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2007 12:50 am
דורך קנאקער
איך בין גרייט אין בארא פארק, איך האב גראדע אסאך צייט לעצטנס.