בלאט 2 פון 4

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 04, 2007 11:10 am
דורך אנדי פעטיט
אן עי סייד נאוט,

איך בין אויך אין די עסען אינדוסטרי,

יא יא, ביג טיים!

איך קען ישט אויף הערן צו עסן.


סאו איך קען אפשר ארויסהעלפען מיט די קוואליטעט פון פראדוקטען.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 04, 2007 11:39 am
דורך בעל עגלה
אנדי פעסט

האסט מיר ממש ארויסגעכאפט די ווערטער פין קיבארד, איך בין אויך אין די פוד ליין, כנ"ל

*******

נעקסט,
איך שטיץ יא שארק די מיינוג אז מען זאל נישט שרייבען - עכ"פ ביים ערשטען סטעפ זיכער נישט - די נעמען פין די גראסעריס,
ווייל איך וויל נישט אז עס זאל אויסזען ווי מען גייט דא ח"ו נאך איין איינעם אדער עטליכע גראסעריס פראזענליך, - אויב עס וועט זיך טאקע ארויסשטעלן, אז עס איז דא א גרויסע חילוק אין פרייזען,

********

נעקסט
מעמבערס וואס זענענן גרייט צי העלפן זאלן זיך מעלדן דא, ביטע מעלדן נאר וועלכע שטאט

ביטע זיך מעלדן שפעסטענס ביז דענערשטאג, כדי מען זאל קענענן לייגען די זאך אין דרייוו


נאכדעם וואס מען וועט זען די סכום מעמבערעס וואס זענענן ערענסט גרייט צי טיען דערין, וועט מען וויסען אויב עס איז בכלל מעגליך צי גיין ווייטער, אין אויב יא, וויפיל גרעסעריס א געגענעט



דא האט הילף ווי אזוי צי שאפן א ניק, אין פאל איר האט נישט, אדער אז איר ווילט איינס ספציעל פאר יעצט

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 04, 2007 11:44 am
דורך אנדי פעטיט
איך קען העלפען אין מאנסי

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 04, 2007 12:33 pm
דורך יאנאש
איך קען העלפן אין מאנרא.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 04, 2007 1:33 pm
דורך לחיים ולברכה
איך קען העלפן, און כ'וועל אי"ה העלפן. ווער ס'ווייסט, איך בין אין די האלסעיל ליין, כ'וועל אי"ה מיטטיילן מיין עקספיריענס ווען כ'וועל האבן אביסל צייט.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 04, 2007 1:51 pm
דורך צייטליך
איך קען העלפן אין וויליאמסבורג,

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 04, 2007 2:26 pm
דורך דארפסמאן
מיין שמש בעט פאר א פעקל קנויטן 2.50 און אין גראסערי קאסט עס נאר 1.25

פינקט האלב

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 04, 2007 2:30 pm
דורך אנדי פעטיט
מיין שמש איז האלב פרייז פון מיין גראסערי

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 04, 2007 2:37 pm
דורך מיללער
איך קען העלפן אין קרעטשמע.....

אמת'דיג, אויב דארף מען הילף פון איינטיילן פאזיציעס, צאמנעמען חומר א.ד.ג. איי עם הער, אבער אויסדריקליך נאר 'העלפן' נישט פולקאם קאנטראל (אין חכם כבעל הנסיון, דער רבי זז"ג האט מיך געלאזט אליינס אונעם אוצר כידוע ליודעים)

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 04, 2007 3:11 pm
דורך יאנאש
נו מיללער אדרבה, מאך א זיצונג מיטן בעל עגלה און הייבט אן די עבודה, ער העט זיין אין קאנטראל און דו וועסט זיין דער שמש.

אבער יאללה ווייל דער עולם שרייבט שוין דיטעילס און עס פארט אנע סיסטעם.

ביידיוועי איבער דעם אוצר, היינט רופט מיר אן א אינגערמאן און פרעגט מיר ווער עס קאלעקט די לינקס ווייל עס איז א דזאב וועל דאון.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 04, 2007 3:25 pm
דורך פוילישער
איך קען העלפן אין ווילאמסבורג.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 04, 2007 3:27 pm
דורך מיללער
בעל עגלה, מסכים?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 04, 2007 3:28 pm
דורך איך_הער
מאנרא.
מאנסי.
קרעטשמע.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 04, 2007 4:07 pm
דורך פוילישער
ווען איר וועט פרעגן יעדע גראסערי מאן, וועט ער אייך על פי רוב ענטפערן אז ער לייגט ארויף נאר 30% אויף יעדע אייטעם.

1) עס איז דא וואס לייגן עס פון מלגב און עס דא וואס לייגן עס מלבר.

2) ווען 30% איז נישט קיין גלייכע נומ' וועט ער ארויפגיין און נישט אראפ.

משל על סעיף נומ' 1:ער באקומט א באקס קעטשאפ פון 10 באטלעך פאר 30 דאלער וועט דער מלגב בעטן $4.00 א באטל, און דער מלבר וועט בעטן $4.33.

משל על סעיף נומ' 2: איר וועט קיינמאל נישט זען אז עפעס זאל קאסטן $2.73 אדער $4.27 אפילו עס איז 30%, נאר מען וועט עס ארויפרוקן צו א נארמאלע נומ', ווי $2.89 אדער $4.39.

איך האב שוין געהערט פון גראסעריס וואס ביי זיי איז עס $0.99 אדער $0.49 אינדערמיט איז נישט דא.

עס איז דא א קליינע חלק אייטעמס וואס גייט בכלל נישט אויף דעם וועג, אז דער גראסערי מאן לייגט ארויף א 30% פראצענט, נאר דער דיסטריבעטער גיט דער פרייז, ווי למשל צייטונגען, ($0.25 פראפיט) מילך איז רעגולירט ביי די רעגירונג, א.א.וו.

ווען א סטאר מאכט ספעשעלס, לייגט ער געווענדליך ארויף נאר 10% פראפיט.

ווען איר זעט אז א גראסערי האט עפעס אן אייטעם פאר שפאט ביליג, איז אדער ווייל ער שטייט שוין לאנג דערמיט אין ווערהאוז, אדער אמאל קען זיך מאכן ער טוט עס פאר סערוויס, עס איז א גוטע אדוועטייזמענט מיטל. דער דיסטריבטער פון די פראדוקט מאכט די זעלבע געלט, נאר דער גראסערי מאן מאכט נישט קיין פראפיט.

שטוינדע ביליגע פרייזן קען אויך זיין ווען א קאמפאני וויל פארשטעלן זייערע פראדוקטן, (למשל יעצט קען מען קויפן אלע פראדוקטן פון "געשמאק" פאר $1.99 וואס די רעג. פרייז איז $4.00) וואס דאן דערלייגט געווענדליך די קאמפאני, און דער גראסערי מאן מאכט יא געלט, (נישט אן אייביגער כלל, אמאל איז דער גראסערי מאן אויך מוותר אויף זיין פראפיט) אבער עס צאלט זיך אויס, ווייל ער ווערט אויפגעכאפט.

אזוי איז דא פארשידענע כללים, יעדע אייטעם, יעדע גראסערי האט זיך זיינע חשבונות.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 04, 2007 4:42 pm
דורך לאקשען ברעט
ביי קאטסקא איז דא שמן זית פאר גוטע פרייזען

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 04, 2007 8:31 pm
דורך קרעמער
וויליאמסבורג/בעדפארד-סטייוועסענט

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 04, 2007 9:39 pm
דורך שלמה שמש
איך האב אליינס געמאכט א קאלעקשן פון סטארס דהיינו: פרענקל סופערמארקעט אויף קליימער סענטרל פון דיווישאן הצלחה פון פלאשינג ראס סט. פון ראס סט. באנדא'ס פון לי עוועניו
די תוצאות זענען געווען אז איך האב שנעל אויפגעהערט מיט די מושגעת איך האב איינגעזען אז אמאל איז ער מיט צען צענט ביליגער אין אמאל איז ער מיט פיפצין צענט טייערער אין אמאל זענען ז'דזעלבע אין דאס איז נאר בא ממש געציילטע פראדוקטן ווייל מילך ברויט צייטונגן קענס פראזן פרודקטן זענען כמעט די זעלבע בא יעדעם ווייטער ירקות איז געוואנדן אין די מארקעט סא וואס ברויך איך ווייס ווערן פון מעטשן פריייזן אין סוף כל סוף סעווען א דיים איי פיל סטופיט דעס צו טון!
איך מאך חלילה נישט אוועק די גרויסע מבצע אבער איך פרעזנדליך האב נישט מצליח געווען אין מיין אינוועסטיגעשן איך האב איינגעזען אז עס לוינט נישט די טרחה טראכט נישט צו וואקן נאך א בלאק ווייל יענער איז ביליגער סאיז אלעס איינס.
כן נראה לענ"ד נכון בס"ד

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 04, 2007 9:41 pm
דורך שלמה שמש
ביי די וועי איך בין דערווייל די איינציגסטע וואס האט געשטימט די ערשטע אפציע אבער איך זע אז איך מאך אויס פיר פארצענט עס איז נישט קיין סאך אבער אויך נישט אויסגעשפילט

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 04, 2007 10:05 pm
דורך בעל עגלה
עס איז דא דערווייל 21 וואס האבן געשטימט אז זיי זענענן גרייט צי העלפן {אן מיין וואט, איך האב נישט געוואט, צוליב קאנפליקט אוו אינטרעס,} עכט איז דא 22 ווייל קרעמער האט געוואט פאר די צווייטע אפשען אבער באמת איז איז ער יא גרייט צי העלפן
איז די שאלה ווי איז יעדער? איז דא איינער פין בארא פארק וואס איז גרייט??

****

מילער, יישר כח פאר די חיזוק, גלייב מיר אבער איך האלט אז איך וואלט עס אוועק געגעבן אינגאנצן פאר דיר, די קיקסט אויס זייער א מסודר'דיגער, אין די זאך וועט לכאורה גייט אינטער דיר אסאך בעסער

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 04, 2007 11:53 pm
דורך י
טייערע חבירים!

עס האט מיר געזאגט א משגיח אז
ליקעריש מאכט נישט קיינער נאר "טוויזלערס" TWIZLERS און התאתדות פארלאזט זיך אויף OU

אין מען קען טאקע זעען אז קיינער מאכט טאקע נישט קיין אייגענע
מען נעמט טוויזלער'ס אין מען לייגט אויף דעם סטיקער'ס

למעשה
מען דארף גיין אין די גוי'שע סטאר'ס און זען וואס זיי בעטן פאר די TWIZLERS ליקעריש
(ווייל זיי לייגן א סטיקער ווערט עס נישט ווערט מער מיט אפאר דאלער) וד"ל
לאמער זען די חילוק פון די פרייז





(איך וויל זעען 22 פרייזן...)

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2007 12:08 am
דורך סאכדעס
ערעב י' דו פרעימסט זיך שיין פאר...

בעל עגלה, דו שלעפסט גוט די זאכן פון די מסיבה באלד אריין אין קרעטשמע. איך האב געפענט די פערטע אפציע, און כאב פארדעם געוועלט.

הערט אויס, די איידיע איז געוואלדיג, נו וואס נאך איז שייך צו זאגן? מ'דארף טוהן למעשה, אבער מ'דארף זיך פשוט אכט געבן אויף די איידענטעטי. יעדע גראסערי וועט אכט געבן ווער עס וועט קויפן די עטליכע זאכן אינאיינעם, בפרט אויב איז יענער נישט קיין שטענדיגער איינקויפער. הגם ווי געפערליך קען עס שוין זיין? אבער סתם א נקודה למחשבה איז עס זיכער.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2007 12:23 am
דורך מיללער
ר' יוד,

אן מאכן קיין 'כשרות אינוועסטיגאציע' דורך אונזער HKIU קענסטו נישט זאגן מיט א פרעכהייט אז "התאתדות פארלאזט זיך אויף OU" אפשר, צאלט התאחדות פאר א ספעציעלע משגיח ביי טוויזלער'ן מיט ספעציעלע הידורים וחומרות וועלכע קאסט מער?

למעשה, איז עס אבער א גוטע התחלה עכ"פ אויפ'ן חלק פון מעסטן בעסערע השגחות ווערסעס אלגעמיינע הכשרים, אבער אן קיין סדר קען נישט זיין קיין אינוועסטיגעישאנס.

מ'ברויך מיר א מנהיג "ווען ס'איז נישט דא קיין מנהיג, איז דער שטן דער מנהיג" פלעגט דער רבי זאגן, איינער ברויך טיילן טעסקס מיט טיים-לייענס ווען די אינפארמאציע ברויך צו זיין צוריק, און שפעטער פארעפנטליכען די רעזאלטאטן.

בעל עגלה טייערער,
המתחיל במצוה אומרים לו גמור, ציה דיך נישט יעצט אוועק, גיב מיר נישט דעם כבוד באגלייט מיט דברי חיזוק, שפרינג אריין און מיר וועלן שוין צוהעלפן, כזה ראה ועשה:
1) עפן אן אשכול מיט דריי פראדוקטן וועלכע וועלן ווערן געפאלאוט אין משך פונעם קומענדיגען וואך.
2) גיב א צייט ביי ווען די אינפא. ברויך זיין צוריק
3) איך וועל שיקן אישיות פאר די אלע וואס האבן אנגעבאטן הילף זיי צו דערמאנען זייער צוזאג
4) מ'וועט קענען די אינפא. שיקן אדער צו דיר אדער צו מיר, פארעפנטליכען וועט עס נאר דו נאכ'ן זמן, און נאר מיט'ן רשות פון די בעלי דבר וועסטו שרייבן זייערע נעמען.
5) דערנאך וועט מען נעמען קאמענטארן פון די מומחים מיט הסברים אויף די פרייזן-וואריאציעס, און אנאליזירען זייער ווארהייט.
6) ובעזהשי"ת נעשה ונצליח אראפצוברענגען די פרייזן און שפארן אידיש געלט פאר הונדערטער משפחות.


(זיסע חלומות, הא?, א פרייליכען חנוכה.....)

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2007 12:56 am
דורך קרעמער
סאכדעס האט געשריבן:ערעב י' דו פרעימסט זיך שיין פאר...

בעל עגלה, דו שלעפסט גוט די זאכן פון די מסיבה באלד אריין אין קרעטשמע. איך האב געפענט די פערטע אפציע, און כאב פארדעם געוועלט.

הערט אויס, די איידיע איז געוואלדיג, נו וואס נאך איז שייך צו זאגן? מ'דארף טוהן למעשה, אבער מ'דארף זיך פשוט אכט געבן אויף די איידענטעטי. יעדע גראסערי וועט אכט געבן ווער עס וועט קויפן די עטליכע זאכן אינאיינעם, בפרט אויב איז יענער נישט קיין שטענדיגער איינקויפער. הגם ווי געפערליך קען עס שוין זיין? אבער סתם א נקודה למחשבה איז עס זיכער.


ביי טייל גראסערייען (איך ווייס פון שווארץ אין וומ"ס) קען מען זעהן די פרייזן פון פראדוקטן אויף עטליכע פרייז-סקענערס וואס זענען אויסגעלייגט איבערן געשעפט, מען דארף ניטאמאל גיין דערמיט צום רעגיסטער.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2007 10:37 am
דורך בעל עגלה
סאכדעס האט געשריבן:
אבער מ'דארף זיך פשוט אכט געבן אויף די איידענטעטי. יעדע גראסערי וועט אכט געבן ווער עס וועט קויפן די עטליכע זאכן אינאיינעם, בפרט אויב איז יענער נישט קיין שטענדיגער איינקויפער. הגם ווי געפערליך קען עס שוין זיין? אבער סתם א נקודה למחשבה איז עס זיכער.



סאכדעס, לויטען איצטיגען פלאן, גייט מען מעלדן די אייטעמס אין אישי פאר יעדעם וואס האט זיך איינגעשריבען, די אייטעמ'ס גייט נישט גיין פאבליק בעפאר מען וועט פארעפענטליכען די רעלוטאטען

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2007 10:38 am
דורך בעל עגלה
מילער, מען דארף ווארטען ביז דערנשטאג, אויף נאך מעמבערס