Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

איז מעגליך אז די "קרעטשמע" זאל דורוכפירען א סוקסעספולע שטודיע לטובת הציבור

די פאול האט זיך פארמאכט אום דאנערשטאג דצמבר 13, 2007 2:04 pm

1
3%
3
9%
24
73%
5
15%
 
סך הכל שטימען : 33

"היימישע קרעטשמע" אינוועסטעגעישן ענד דידעקטיוו יונ

מאנטאג דצמבר 03, 2007 11:24 am

נעכטן זיצנדיג ביי איינע פון די מסיבות, בין פרק לפרק, צווישן נישט האבען וואס צו טוען, און נישט האבן קיין נארמאלע טעמע פון וואס צו רעדן, האט איינער ארויפגעברענגט די נושא פון גראסערי פרייזן. זאגענדיג, אז לעצטענס זענען די פרייזן ארויף ווי משוגע, אזש אז עס איז שוין ממש אומדערטרעגליך.

איז מיר בעל עגלה בייגעפאלן אט די עצה, "היימישע קרעטשמע" מיר קרעטשמערס וועלן נעמן די זאך אין די הענט.
די אינוועסטעגעשין יוניט פון קרעטשמע, וואס האט שוין געלעזט אומצאליגע פראבלעמען ביים היימישן ציבור, וועט דורוכפירן א גרונטליכע שטודיע איבער די נושא. און דאן זען אויב עס איז אמת די טענות פון דעם היימישן ציבור אז די פראדוקטן אין די גראסעריס זענען צו טייער.

באמת, זענען דא צוויי זאכן וואס מען דארף מברר זיין:

1} אויב עס איז אמת אז די גאר היימישע פאבריקאנטן בעטן פאר זייערע פראדוקטן מער ווי די שוואכערע בעלי הכשירים/אדער גוי.
אויב עס איז אמת אז ער בעט טייערער, איז די שאלה מיט וויפיל ער בעט טייערער.

2} אויב עס הערשט דיסקרעמינאציע צווישן געגענטער, ווייל טייל אפסטעיט תושבים רעדן זיך אפ אז ביי זיי זענען די פרייזן אומבארעכטיגט טייערער ווי אין די סיטי.

איך פאר מיר, גלייב שווער אז די צווייטע אפשען זאל זיין אמת, אבער אנדערע שווערן זיך אז עס איז א פאקט.

די סדר וויאזוי קלאר צו מאכען די זאך וועט זיין ווי פאלגענד:

קרעטשמע מיטגלידער זענען דאך פארשפרייט איבער גאנץ ניו יארק. מען וועט ארויסשטעלן יעדע וואך, פאר די קומענדיגע 5 וואכען בערך 10 אייטעמס וואס יעדע משפחה קויפט בדרך כלל, אז די אייטעמ'ס גייט מען די וואך טשעקן די פרייזן. אזוי אויך וועט מען פארעפענטליכן א ליסטע פון גראסעריס וואו מען דארף איינקויפן די זאכען, דריי גראסעריס אין בארא פארק, דריי אין וומסב"ג, דריי אין מאנסי, דריי אין קר"י, און איינס אין טינעק ניו דדשערסי. קרעטשמע מיטגלידער וואס ווילן אנטייל נעמען אין די שטודיע, זאלן זיך מעלדן, און מען וועט איינטיילן יעדער וואו ער זאל גיין קויפען, {ער קויפט דאך סיי ווי איין די אלע זאכען, זאל ער העכסטענס די וואך גיין צו אן אנדערע גראסערי}.
דערנאך וועט יעדער אריינפעקסן די רעסיט צו די פארוואלטונג דא, און זיי וועלן עס אריינסקענענן מיט א מסודר'דיגען אופן אז יעדער זאל אליינס קענען זען אויב עס איז דא א חילוק צווישען גראסערי און גראסערי.

דערנאך קומט דער שווערער חלק, מען דארף האבן רעסיטס פון גוי'שע געשעפטן איבער זייער פרייזן, אזוי אויך דארף מען האבן רעסיטס פון פראדוקטן מיט שוואכערע הכשרים. אויף די זעלבע אייטעמ'ס, כאטש פון צוויי גוישע גראסעריס, איינס אין די סיטי, אין איינס אין אפסטעיט. עס קען זיין אז עס זענען דא חברה וואס האבן ארבייטער גוים, וואס מען וועט זיי קענען שיקען איינקויפען.
אבער די שאלה איז מהיכן ירק זה חי? ווער וועט עס באצאלן?? עס איז מעגליך אז צווישן די חברה דא וועלן זיין גענוג בעלנים, וואס וועלן נעמען אפאר גרייצער פון טאש, צו זען אויב עפעס אמת ליגט אין די גאנצע זאך.

כדי עס זאל זיך אויסארבייטען, פעלט זיך אויס ווי פאלגענד:

1}אז עס זאל זיין מיטגלידער פון יעדע פלאץ וואס זאלן וועלן ערענסט נעמן אנטייל אין די פראיעקט, אפילו קודם נאר אויף א קליינע פארנעם, איין גראסערי א שטאט וכדו'.

2}די רעסיטס זאל מען אריינפעקסן, צו די קרעטשמע הנהלה, זיי זאלן עס ארויפלייגען אויף א מסודר'דיגען אופן.

3}מען זאל פארעפנטליכען רעסיטס אן די גראסערי נעמען. - מען זאל אראפשניידען די קעפל פון די רעסיטס, כדי נישט אריינצוקריכען אין פראבלעמען - קודם זאל מען בכלל זען צו די פרייזן זענען בכלל א חילוק.


######

פאראכטן ספעלינג/גראמאטיק טעותים, און צוגעשטעלט נאך אן אפציע, מיט פארשטענדעניש
לעצט פאראכטן דורך בעל עגלה אום מאנטאג דצמבר 03, 2007 2:08 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל בסך הכל.

Advertisement

מאנטאג דצמבר 03, 2007 11:44 am

קלארשטעלונג

היות, כ'האב שוין באקימען אפאר ווענדוגען אין אישי, מיט די שאלה, ווי מען קען פעקסן רעסיטס, אדער ווי אזוי עס גייט ארבייטען
וויל איך קלאר שטעלן, אז בשעת'ן שרייבען די אשכול האב איך נאך נישט געהאט אנגעפרעגט די הנהלה דערוועגן, אין אן דען וואס עס זאל זיין מיט זייער רשות,אין מיטארבייט, וועט עס נישט ארבייטען, וויל איך קודם זען וויאזוי די הנהלה וועט רעגאירן צי די שטודיע

מאנטאג דצמבר 03, 2007 11:47 am

בעל עגלה כתב:

די אינוועסטעגעשין יוניט פין קרעטשמע, וואס האט שוין געלעזט אומצאליגע פראבלעמען ביים היימישען ציבור,



למשל?

מאנטאג דצמבר 03, 2007 11:52 am

אנדי; ליידיגע צייט..

צוריק צום נושא, אויב דארף מען סקענען רעסיט'ס וועט עס נישט קלאפן, גענוג צו זאגן וויפיל ס'איז געווען. אטו לאינשי משקרי קא-טייפינען?.. מיר רעדן און טייפן נאר פאר נארמאלע אמת'ע מענטשן.

איך האב היינט געקויפט א קליינע דריידל ביים שמש, פאר 25 סענט

מאנטאג דצמבר 03, 2007 11:55 am

איך האב פשוט געוואלט אביסל אויף לעבען דער אשכל און איך האב געהאלטן אז פארציילן אפאר אינוועסטעגעישאנס וועט זיין גוטע שטאף, דעטס איט.

מאנטאג דצמבר 03, 2007 11:58 am

היות עס קען זיין א פראבלעם אויכעט וועגן די טעקס דידאקטעיבל

קודם מוז מען מאכן אז עס זאל קלאפן מיט די טעקסעס למשל אזא מין געשעפט וואס פיילט טעקסעס זייערע רעסיטס קען מען סקענען

משא"כ די באצולדונג פאר א שמש פאר א בינטל קנויטן פאר חנוכה, איז יגגר וואויל גערעכט..

(און מען דארף די חברה אויך שטעל ןאון פלאטץ אבער נישט פאר יעצט..די בורדאקעס זע פארקויפון ס'קוגל פרייטאג..און ווילן נישט לאן מענטשען נעמען דבר יום ביומות נאר ווער עס קויפט קוגל, ס'א מעשה דאס??
מען וועט פון דעפ עקסטער קער נעמע..ארטיקל יבואו)

לענינו וואס העט זיין מיט די מעשה וואס גלאחגאטלע שלאגט פאר??
לעצט פאראכטן דורך אלטעבחורל אום מאנטאג דצמבר 03, 2007 12:01 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג דצמבר 03, 2007 12:00 pm

איך פארשטיי נישט פארוואס מנעמט נישט ערענסט דעם בע"ג הצעה ?
א געוואלדיגע זאך, איך בין רעדי.

מאנטאג דצמבר 03, 2007 12:42 pm

הנני,

בעל עגלה, עס קומט דיר קרעדיט נאר פאר'ן ארויפברענגען די טעמע צום אויבערפלאך אליינס, דערווייל עטליכע מיללער קאמענטארן:

1) מיללער עם יגר, מ'ברויך נישט קיין קאנקרעטע באווייזן ווי רעסיטס וכדו', עס איז גענוג אז מ'זאל שרייבן וויפיל עס קאסט למשל א גפן מיטעלע קעטשאפ ביי:
וויליאמסבורג
לאנדא גראסעריי אויף בעדפארד/פען,
שווארץ לי/יוס,
ראזענבוים זיד-זייט
בארא פארק
גאלדבערג'ס 18 עוו.
לאנדא 16 עוו.
כולל
מאנסי
הצלחה
ראקלענד כשר
קליינס
מאנרא
פעדער
גרענד-פוד
לאנדא

2) לפי הנ"ל ברויך מען נישט בפועל איינקויפן, נאר טשעקן די פרייזן און מעלדן פאר'ן עולם
3) ביי די מאדערנע/גויאישע סופערמארקעטס קען מען טשעקן אנליין אויך, חוץ אריינגיין אין די געשעפטן ווי קרעטשמע מיטגלידער זענען סייווי דארט פון צייו צו צייט
4) בחדא מחתא וועט מען שוין קענען זעהן ווי זאכן זענען ביליגער און אזוי איינשפארן פאר חברים ממון ישראל
5) טייערע אייטעמס וועלכע ברויכן נישט קיין הכשר ווי פעמפערס, פעיפער-גודס, דיטערזשענטס איז כדאי מער צו באהאנדלען און די אלגעמיינע געשעפטן.
6) ועיקר העיקרים מ'ברויך א געניטער מאדערעיטאר וועלכער זאל אנפירן מיט די שטודיעס, איך שלאג פאר דעם קריינא דאיגרתא ה"ה חבירנו היקר באנשים ר' בעל עגלה הי"ו.

מאנטאג דצמבר 03, 2007 12:56 pm

אין מאנסי וואלט איך רעקענענדירט ענדערש מאנסי קאשער פלאזא (וואס איז אינטער די זעלבע אנערשיפ ווי הצלחה) ווי איידער הצלחה ווייל זיי האבן מער אייטעמס.

אין אויך אלל פרעש ווייל זיי זענען די ביליגסטע סטאר.


אין בארא פארק האסטו נאר געלייגט סופעמארקיטס אויף די ליסטע און נישט קיין איין געהעריגע גראסערי.

מאנטאג דצמבר 03, 2007 1:43 pm

געוואלדיגע פלאן בעל עגלה.

אדרבה, די הנהלה איז גרייט צו שטיין אין טאפ אף די אונטערנעמונג.

די בעסטע וואלט געווען אז מען זאל אריינסקענען אין איינעם'ס אישית די רעסיט'ס (רוב פעקס מאשינ'ס האט א סקענער אויך מיינעך) און אזוי זאל עס ראנען.

נו, מיר זוכן וואלענטירן, קודם לאמיר הערן בעל עגלה, אר יו סטיל וויט אז? ביזט גרייט צו ווערן דער צאר פונעם איוועסטיגעישאן יוניט ביינונז, ביטע ענטפער ווי פריערט.

אלענפאלס, עס פעלט זיך אויס מערערע מיטגלידער, סאו ווער איז גרייט צו קאווערן א געגענט זאל זיך ביטע מעלדן.

מאנטאג דצמבר 03, 2007 1:52 pm

יאנאש, איך בין דא פולשטענדיג

איך ווארט נאך, צי הערן פין מער מיטגלידער ווי אזוי מען זאל פארעפענטליכען די פרייזען, דורוך א רעסיט ווי די זאגסט, אדער דורוך די אופן ווי יגר האט געשריבען

***************************

וואס איז נאך דא ציטוען ביז די שטודיע גייט אריין אין קראפט?

1}זיך פאראייניגען ביי וועלכע גראסעריס מען גייט קיקען די פרייזען

2} קרעטשמע מיטגלידער - {אלטע מיטגלידער אין נייע מיטגלידער, איר קענט עפענענן א ניק, ספציעל פאר די שטודיע, אויב דאס וועט אייך מאכען מער באקוועם} - ווערן געבעטן אויסציוועלן וועלכע גראסערי זיי ווילען גיין קויפען/אדער קיען פרייזען, מ'קען זיך מעלדן ברבים, אדער אין אישי צי......?? אפשר פאר מיר? אין מ'וועט נישט ארויסגעבן ווי די ניק שאפט

מאנטאג דצמבר 03, 2007 1:59 pm

איך בין גרייט צו סוירטשן אנליין פאר סעקולארע פרייזן

מאנטאג דצמבר 03, 2007 2:09 pm

הערליך בע"ג ! איך בין רעדי פאר די דאזיגע מבצע.

איך האב נישט קיין סקענער, איך קען עס פשוט שרייבן אויף וואס פאר אן אופן מוועט באשטימען.

איך וואלט פארגעשלאגן מען זאל אנהויבן מיט אייטעמס וואס איז לעבנס וויכטיג, ווי למשל:
ברויט, מילך, אייער, אלע דזשוסעס, פוטער, מיליכיגע פראדוקטן, פרוכט, וועדזשטעיבלס
און אזוי ווייטער...

מאנטאג דצמבר 03, 2007 2:31 pm

בס"ד

אזא אויספארשונג וואלט געדארפט זיין די הויפט טעמע אין די גרויסע היימישע צייטונגען, אבער וואס קען מען טאן אז...

עניוועי, כה לחי צו דעם ענין.

פערזענליך, האב איך לעצטנס אנגעהויבן צו קוקן פרייזן אויף כמעט אלעס וואס איך קויף, און עס האט מיר געעפנט די אויגן צו א נייע וועלט - א טונקעלע וועלט וואס מיט אביסעלע אינפארמאציע וואלט געווארן זייער ליכטיג, זייער שנעל.

* למשל, זומער האט מען געקענט קויפן אין וואל-מארט טשעריס פאר $1.99 א פונט, און אין מיין גראסערי האט די זעלבע טשעריס געקאסט $3.99 אדער $4.99. איך געדענק שוין נישט פונקטליך. שפעטער האב איך געכאפט, זיי קויפן עס אויך אין וואל-מארט...

* "פלאם טאמעיטעס" קאסטן יעצט היבש ביליגער ווי געהעריגע טאמעיטאס.

* ביי מיין גראסערי קאסט א באקס טענדזשערינס ארום 9 דאלאר, און ביי וואל-מארט קאסט עס 7 דאלאר. נאך א חילוק: ביי מיין גראסערי שטייט "סידלעס" און עס האט יא קערלעך, אסאך. ביי וואלמארט שטייט נישט סידלעס און עס האט טאקע נישט קיין קערלעך.

* א גאלאן שמן זית ביים מקוה איד קאסט ארום 27-29 דאלאר, געוואנדן אויף די קאמפאני. ביי מיין גראסערי קאסט די זעלבע גאלאן 33 דאלאר. וואס הייסט, דער מקוה-איד דערלייגט נעבעך, האא?

* איין סטאר פארקויפט שמן זית פון פאראיאר אדער צוויי יאר, די לעיבל איז שוין כמעט ווייס אפגעמעקט פון אלטקייט... ווער ווייסט וואס דאס איז... אויך איז דא איין שמן זית (נישט "פאמעס" נאר "עכטע" עקסטרע ווירדזשין) פון "נר מצוה" וואס איז זייער רינעדיג, ממש ווי וואסער, און קיין איין אנדערע אויל פון זיי אליינס איז נישט אזוי רינעדיג. אפשר איז עפעס אנדערש מיט די פלעסטיק פלעשער?...

* צווישן אפאר קאמפאניס קען זיין א ריזיגע חילוק אפילו אויף די זעלבע אייטעם, למשל אראנדזש דזשוס, פינאט באדער, טאמעיטא סאוס, טונא פיש, און נאך און נאך. ביי איין זאך איז געווען א ריזיגע חילוק, 2 דאלאר איין קאמפאני, דריי דאלאר אן אנדערע קאמפאני, דאס מיינט א דיפערענץ פון פופציג פראצענט.




מ'קען שרייבן און שרייבן און שרייבן, יעצט האב איך אויסגעפאקט אביסל וואס ליגט מיר אויפ'ן קאפ. אנדערע וועלן זאגן מ'דארף זיין משוגע צו קוקן אזוי פונקטליכע יעדע זאך, אבער אנדערע וועלן זאגן מ'דארף זיין משוגע צו ווארפן אידיש געלט פאר גארנישט. איינמאל מ'ווערט צוגעוואוינט צו קוקן פרייזן מיט אחריות, ווערט עס זייער שנעל און מ'שפארט זיך איין טייער אידיש געלט.

מאנטאג דצמבר 03, 2007 2:47 pm

,
לעצט פאראכטן דורך פוילישער אום מיטוואך יולי 02, 2008 11:24 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג דצמבר 03, 2007 2:51 pm

עס קוקט אויס ווי עס קומט גוטע צייטן אין קרעטשמע..

איך ווארט שוין אויף די 5-10 אייטעמס פון די וואך.

מאנטאג דצמבר 03, 2007 2:52 pm

זייער אינטרעסאנט, פאללאק.

מאנטאג דצמבר 03, 2007 3:12 pm

פוילישער,

ביסט און די פוד-ליין? אקעי, גיי ארבעט ווייטער על המחיה ועל הכלכלה.........

מאנטאג דצמבר 03, 2007 3:20 pm

ערשטענס, פותחין בכבוד הפותח. עס קומט זיך באמת א דאנק פאר אונזער 'בעל עגלה' מיטן צולייגן היינטיגן טאג א ציגעל צו די קרעטשמע, און איר געהאלפן בויען צו א העכערע ניווא. חן חן לו. צווייטענס, וואלט איך געוואלט צולייגן עטליכע וויכטיגע נקודת צום ענין.

אל"ף - איך האב אי פעם געהערט פון א ווייסער, אז אין די געגנטער וואס די היימישע השגחה'דיגע פראדוקטן זענען טייערער, איז נישט דער שולד דערויף דער געשעפטס מאן. שולדיג דערין זענען די דיסטריביוטערס. דעריבער, אויב לאזט מען זיך אריין אין אזא וועסטיגאציע, וואלט וויכטיג געווען אין באטראכט צו נעמען אז אפי' אויב עס קומט אפיר אז אין געוויסע געגנטער זענען די פראדוקטן טייערער, זאל מען אבער נישט באשולדיגן דעם נישט ריכטיגן.
נו, וועל מיר טאקע ווארטן אויף די רעזולטאטן פונעם וועסטיגאציע, און זען צי ס'איז ריכטיג דאס אויבנדערמאנטע.

בי"ת - ביי פרוכט, גרינצייג און אנדערע סעקולערע אייטעמס, אפי' איר טרעפט אז דער היימישער געשעפטס מאן איז טייערער ווי דער נישט היימישער, דארף מען אבער אין חשבון נעמען אז דער געשעפטס מאן נעמט עדווענטידזש אויפן חשבון פונעם ציבור. דאס הייסט, ער ווייסט אויך גאנץ גוט אז דער קאסטומער ווייסט אויך פון דעם סוד אז ביים נישט היימישן איז דער אייטעם ביליגער, איי פארוואס קומט דער קונה דוקא דא צו מיר קויפן? ווייל צו גיין צום נישט היימישן דארף ער זיך שוין טיילמאל אנשטרענגען; אין טייל מקומות מחמת ווייל דער קונה האט נישט קיין קאר (דא דערלייגט שוין דער בעל עגלה... ווייל צו נעמען א וואגן וועט זיך שוין באלד נישט לוינען די פאר דאלער וואס מ'וועט זיך שפארן...); טייל מקמות איז די סיבה ווייל דער קונה מאכט זיך דעם חשבון אז פאר די פאר אייטעמס גיי איך זיך נישט שלעפן יעצט צום נישט היימישן, דא קויף איך סייווי זאלן שוין די אייטעמס אויך מיט גיין. די און נאך סיבות מאכט פארן קונה דעם באשלוס אז ליבערשט צו קויפן דא ביים היימישן, צאלן אפאר דאלער מער, ווי איידער צו גיין יעצט קריכן און פאשען אין פרעמדע פעלדער.

גימ"ל - אויב איז די רעדע פון א גוי קעגן א איד, דארף מען אין חשבון נעמען די הלכות פון "וחי אחיך עמך", און אפי' דער איד איז טייערער מיט אפאר דאלער, אויב איז עס ווייניגער ווי די פראצענטן וואס חז"ל שטעלן אראפ, איז מען נאך אלץ מחוייב צו גיין צום איד און צאלן די פאר דאלער מער. פארשטייט זיך: "בדאיכא"...

מאנטאג דצמבר 03, 2007 10:41 pm

יא איך בין גרייט צום פלאן, איך אליין מאך נישט קיין גראסערי ארדערס, אבער איך בין גרייט צו העלפען מיט וואס מען קען.
אפשר קען מען אנהייבען מיט שמן זית, איך זעה היינט אין געשעפט א גרויסע פלאש אויל, די גאר גרויסע. פאר עטליכע פערציג דאללאר. איז דאס נארמאל?
זאל איינער דא זאגען ווי מען קען באקומען אויל פאר א ביליגען פרייז.

מאנטאג דצמבר 03, 2007 11:13 pm

עטליכע פונקטען
1) די עסן פרייזן בכלל איז די לעצטע 3-4 חדשים ארויף מיט אזא שפרינג וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען
(ליין די לעצטע 15 יאר ) אינגעלייט וואס פארדינען גאנץ שיין קענען דאס נישט דעקן

2)סופלייערס האבן פארשידנארטיגע פרייזן איינגעטיילט אין צוויי אויפנים 1 געגנט 2 סייז געשעפט

אמאל האט א ספאנישע גוי באקומען 4-5 דאלאר א שעה היינט גייט עס נישט אונטער 7.15-7.50 מיט אויווער טיים +שווערע טעקסעס (געווענליך האט א גוי 70 שעה 30 שעה אויווער טיים)

4 ) אמאל האט א עסן געשעפט געדארפט האבן 4 ווענט. היינט עפענען זיך די טירן אליין זומער ערקאנדישן ווינטער סטים. פרוכט עפטייזונג אין מילכיגס האלט מען אין אפענע פרידשדער אחוץ די איינמאליגע אינוועסטמענט זענען די לעקטער בילס זייער גרויס חודשליך. פלאר דאך ווענט אלעס דארף מען ריפרעשן יעדע פאר יאר +++

המשך יבא

מאנטאג דצמבר 03, 2007 11:18 pm

נאטורליך
די מיינסט אוואדאי נר מצוה גאלאן אויל

זייער געווענליכע פרייז פאר א געשעפט פער באטל איז 30 טאלער. 30/35 פארצענט אויף דרייסיג איז צען דאלער=40
אין די וואס האבען עס פאר ביליגער האבן געקויפט מערערע קעסטלעך באקומען זיי א בעסערן פרייז

מאנטאג דצמבר 03, 2007 11:21 pm

א גוט מארגן חבירים, און א גוטן אווענט צוגלייך, איך קימעך דא אזוי אן, עלעוו אזייגער ביינאכט, און א גאנצע איבער קערעניש, און ווי אזוי פרעגט נאר אבי, ווי בינעך?

קודם כל א שכוח פארן בעל איידיע, כ'מיין בעל עגלה, עקטשוילי איזעס דער זעלבער, פארן ארויף ברענגען אזא הערליכע טעמע אויפן אויבן אן, ווי מ'קען זעהן ביים סקר, האט קיין איינער (דערווייל) נישט געוואוט אויף עפעס אנדערש ווי די לעצטע אפשען, אז מ'קען און מ'איז גרייט צו העלפן. איך האב געוואוט, נאך איידער איך האב אפילו געהאט אן אהנונג פון וואס די רעדע איז, אבער אז ס'רעדט זיך פון העלפן אן אנדערן, בינעך גרייט. און יעצט עמער גיין אביסל ווייטער לויט ווי די צייט וועט ציה לאזן.

איך בין אויך אין די פוד ליין, (נאר פאר די וואס ווייסן.)ס'איז זייער שווער צו זאגן פאקטן, אפילו פאר די וואס ווייסן, לאמיר זאגן אז מ'וועט נעמען פרוכט אין וועזשטעבל, (אדער ווי ר' יודל פלעגט עס רופן, וועדזשעטעיבעל'ס, מיט זיין בא'חן'טן ניגון.) דארף מען מאכן זיכער, אז אלע רעסיטס זאלן זיין פונעם זעלבן טאג, ווייל די פרייזן טוישן זיך כמעט יעדן טאג. ווידעראום קען זיך מאכן, למשל איינער האט גערעדט פון טענזשערינ'ס, ס'קען זיך מאכן אז ביי איין גראסערי, זאל עס זיין מיט צוויי דאלער ביליגער א קעסטל, און דערנאך ביים זעלבן גראסערי מיט דריי דאלער טייערער, (כ'רעד פון א פאקט.) ווען איך האב געפרעגט ביי דעם פרוכט קער נעמער פון דעם גראסערי וואסי פשט, האט ער מיר געענטפערט אז די אלטע סטאק האט זיך געענדיגט, און די נייע קאסט טייערער, ס'איז פאר חגא, און אזוי איזעס, און ביי די אנדערע גראסערי, איז די סטאק נאכנישט אויסגעגאנגען, האט ער נאך פארקויפט פאר די ביליגע פרייז.

וואס איך וויל דערמיט ארויס ברענגען, אז די ליין פון פרוכט אין וועדזשטעבל, איז זייער שווער נאך צו קוקן, סאו, מוז מען זיך נעמען צו די אנדערע זאכן, און ס'איז פון דעם אויך דא גענוג און נאך אין וואס אריין צו קוקן.

מ'האט דערמאנט, אז די שוואכערע הכשרים אייטעם'ס זענען ביליגער. ס'איז נישט קיין כלל, איך ווייס אז היינז זאכן, זענען טייערער פון גפן'ס.

אז אין די סיטי איז אסאך ביליגער פון אפסטעיט. פון מאנסי, און איך רעד פון די טייערע אין מאנסי, וואס דאס איז ראקלענד כשר סופערמארקעט, ( געהערט האבעך אז אלל פרעש איז פון די ביליגסטע אין מאנסי.) איזעס ווייט פון אמת, און אויב יא, איזעס ממש פעניס, און ס'איז דא אייטעם'ס אזוי, און ס'איז דא פארקערט.

גראדע, האב איך אביסל געמעטש פרייזן פון א בארא פארק'ער גראסערי, אויף די אכצן'טע עוועניו, און די זאכן פון ראקלענד, איז געווען היבש ביליגער, אויסער די געפאקטע קענדיס און טשאקלעד, איז פער פאונט געווען ביליגער ביי די ב"פ גראסערי.

קרית יואל, (איך גיי נישט רעדן דערווייל פון קיין נעמען, ווייל איך וויל קיינעם נישט וויי טוהן, אויב איינער פון זיי וועט דאס ליינען, אדער נאך הערן, וואס איך ווייס פאר א פאקט, אז יעדע זאך וואס מ'רעדט אויפן אונטער נעט, קומט צו זיין אן, צו איז עס אין היידפארק, אדער דא.) איז היבש טייערער פון ראקלענד, אבער זיי געבן דיסקאונט'ס, איינער מער און איינער ווייניגער, ביי איינעם הייבט זיך אן די דיסקאונט נאר ווען מ'קויפט פאר א געוויסע סכום, און ביי אן אנדערן, מוז מען זיין אויסגעצאלט עטליסט איינמאל א חודש, באדעם ליין, אז נאך די דיסקאונט, זענען זיי אויך נישט קיין סאך טייערער.

איך בין גרייט ארויס צו העלפן מיט סיי וואס ס'איז נאר שייך, און וויפיל מיין צייט וועט מיר דאס ערלויבן.

פון די אלע פלענער, געפעלט מיר אזוי.

אז מ'זאל נעמען עטליכע אייטעם'ס פער וואך אדער צוויי, און מ'זאל לאזן וויסן די פרייזן דא, פאר די טובה פון די זאך איז אזוי, מ'דארף עפענען אן עקסטערן אשכול דערפאר, און נאר איינער אדער צוויי, זאלן דארט שרייבן, וואס מ'שוקט זיי אריין אין אישית. קאמענט אדער ווייטערדיגע עצות, זאל מען ווייטער דא שרייבן.

איך האלט נישט אז ס'פעלט אויס צו פעקסן רעסיט'ס, ס'איז דאך נאר פינף אדער צען אייטעם'ס אויף אמאל, קען מען דאס איבער שרייבן, און די דיטעילס מוזן זיין זייער קלאר, ס'הייסט, וועכע קאמפעני, סייז, צו מאכן זיכער אז מ'רעדט פון די זעלבע אייטעם.

מ'זאל גיין מיט א סדר, וואס איז די ערשטע זאך וואס מ'וויל ערלעדיגן און וואס איז די צווייטע, למשל, די ערשטע זאך קען זיין די זעלבע אייטעם פון איין מין קאמפעני ביי די אלע געשעפטן, און נאכדעם קען קומען די זעלבע אייטעם פון אלע קאמפעניס, און אזוי אויך ביי אלע געשעפטן.

איך זעה נישט קיין פראבלעם, אז מ'זאל ארויס שרייבן קלאר פון וועלכע גראסערי מ'רעדט ביים ארויס לייגן די פרייזן. (איך באציה מיך צו דעם וואס האט געשריבן אז ביי די רעסיט'ס זאל מען אראפ נעמען די נעמען פון די גראסערי.)

פאר דערווייל וועלעך מיך דא אפשטעלן, און ונזכה ונחי' ונראה.

דינסטאג דצמבר 04, 2007 12:33 am

בס"ד

את חטאי אני מזכיר הלילה, איך בין דער איינציגער (דערווייל) וואס האט געשטימט אויף די מיטעלסטע אפציע, צוליב א פשוט'ע סיבה: איך קויף געווענליך איין אין א פארשטופן גראסעריי דא אין בעד-סטיי, וואס איך גלייב שווער אז זיינע פרייזן וועלן אויסמאכן אויפן אנקעטע.

יעצט אבער נאכן ליינען אלע תגובות, האב איך באשלאסן אז לא עת לחשות, איך מוז זיך נעמען צו דער עבודה פשוט אלס אל תפרוש מן הציבור, על כן מעלד איך דא ברבים: איך בין גרייט צו גיין איינקויפן אין איינע פון די גרעסערע געשעפטן אין שטאט כדי צוצוהעלפן צום סוקסעס פונעם אינוועסטיגאציע.

יגדיל קרעטשמע ויאדיר.

דינסטאג דצמבר 04, 2007 11:05 am

יוי ביניך אנגעקימען שפעט...

יעדער איז שוין באלד אוועקגעגאנגען פון דא, און איך קום הערשט יעצט אריין....

לעניננו, קיין סאך האביך נישט וואס ציצולייגן צום ענין, צווישן די צענדליגער מגיבים האט מען שוין דא ארויסגעברענגט זייער אסאך זאכן, הגם עס איז א ליין ווואס איז דא אן א שיעור צו רעדן דערפון, און אפשר וועט עס זיין פאני צו זאגן, אבער איך בין "אויך" אין די פוד ליין.. אויב איך מעג זאגן, הגם, איך בין מער עוסק אין קאמערשאל עסן, איך קויף נישט איין אין די גראסערי'ס קיין סאך, און איך האנדל נישט מיט קיין קליינע קאנטעינער'ס אדער באטלעך, בעיקר האנדל איך מיט גרעסערע קוואנטום'ס, באקסעס און באקעט'ס אד"ג, איז צו זאגן פון די קאמפעניס וועלעכע'ס ס'איז ביליגער איז נישט אזוי אינטערעסאנט, ווייל דאס זענען אנדערע קאמפעניס, זיי טוען מער "קאמערשעל" (א שטייגער ווי R&L - S.BERTRAM - DEPENDABLE אד"ג) און אין גראסערי זעהט מען נישט די קאמפעניס כמעט,

אבער מיט דעם אלעם וואלט איך געקענט באשטיין ארויסצוהעלפן מיטן איינקויפן אין עטליכע גראסערי'ס אין ווימסב"ג, און אריינסקענען פאר די H.K.I.U (היימישע קרעטשמע אינוועסטיגעישן יוניט)

און צו דיר בעל עגלה, אשריך!
מיין מיינונג,ס'קען ארויסקימען א געוואלדיגער תועלת פארן ברייטן צוביר, און קענסט זיכער זיין אז די שטודיע וועט דערנאך גיין פובליק און די רעזולטאטען וועלן זיין מעכטיג!

לאמיר שוין צוטרעטן צום נעקסטן שריט.
שרייב א תגובה

Advertisement