Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

וואס קומט נאך - יו.עס.בי. ?

זונטאג דצמבר 02, 2007 7:39 pm

לאמיר א ביצקעלע אריינקלערן, תמיד בין איך פארטראכט דערוועגן, ס'פשוט לאזט מיר נישט אינזין האבן די פירוש המילות ביים בענטשען, יאך האב שוין געוואלט אויפגעבן, אבער שהנטיתי לידי, אבער נאך קלערן און קלערן איז עס מיר בייגעפאלן וואס עס וועט זיך אויסקאכן נאך די אלע זאכן....

איז אזוי, וואס העט זיין ? וואס ועט זיך אויסקאכן פון וואס ??

נאכדעם ווען יעדער וועט האבן אויף די זייט פון די הויזן א שפעצעלין טאשעלע, (עס וועט הייסן "די דיימאנד פאחקעט, אנהויב וועלן נאר דיי טייערע סוטס קריגן אזא טאשקע, און דערנאך וועלן דאס ווערן איבערגעמאכט פאר די בילגערע סארט סוטס, אין א נייעם סטאנדארט) ווי דארט וועט זיין אריינגבויעט די (ווי.די.עקס.) עס ווט זיין געמאכט פון אפאר דינע קליינע מאגאנעטן...עס וועט זיין דין ווי א פעפיער... דאס וועט פארטרעטן מער ווייניגער די (יו.עס.בי.) עס וועט ווערן אריין געלייגט דורך די קאמפיוטער טעקנישען...זיי וועלן דאס אינסטאלירן דיטעילד פאר יעדן.
פארשטייט זיך אליינס אז גוגעל וועט תיכף אפירקומען מיט אפאר נייע מינע ווי. די . עקס. פיילס וואס וועט ארבעטן אפילו ביי איינעם וואס וועט נאכנישט פארמגן דיזע פראגראם.

ס'וועט פארמאגן א לעיזער קראפט און עס וועט אויפכאפן ווען מען קומט נאנט צום אפיס ועט זיך אויטאמאטיש ארויפציען די אייזערנע גראטעס, אדער וועט זיך אוטאמאטיש די טיר עפענען,
אזוי אויך וועט דער מאשינקעלע האבן און זיך געפראגראמט אלע פיילס, וואס מען נצט או די ארבעט...ווען מען וועט אריינטרעטן און אפיס וועט דאס גראד סינקערייזן מיט די קאמפיוטער און אפיס..און עס וועט געבן אזא מין פייף, פון א נידריגן טאן.. מיט דריי קוויטשעס, וואס דאס וועט מיינען אז עס גייט געבן א פרינט ארויס די "סדר היום" פון יענעם טאג, פונקטליך וואסערע מעניו עס וועט קומען יענעם טאג פון די רעסטוראנט פאר פרישטיג, און אלע אפוינטמענטס וואס ער האט יענעם טאג וועט אוטאמטיש קאלן יענעם און זיכער מאכן אז דער אפוינטמענט וועט זיין און צייט, און אויב נישט וועט עס מאכן א פלייסיגן אפדעיט..און איבער שיקן די טייל טוישונגען פונעם "סדר היום" ...

ס'כהכל וועט דאס (ווי.די.עקס.) זיין די שליסל פונעם אפיס, דער פייל קיפער די בעק-אפ פארן סערווער און אוטמאטיש סינקערייזער וואס וועט כאפן מיטן סיסטעם און אפיס..מיט די דעילי סקעדזשול און אפיס וואיס-מעיל און וועט אוטאמאטיש צוריק רופן אלע קאסטומערס..

נ'יעצט..אלעס פיין און וואויל אבער דאסידאך גארנישט! דאס העט אודאי קאסטן אסאך געלט פון אנהייב..און עס וועט זיין אביסעלע קאמפליצירט זיך צו טרענירן וויאזוי דאס ארבעט.

וואס העט זיין נאכדעם, כדי גרינגער צו מאכן דער פריאקעט, און שנעלקייט פונעם היינטגין דור.

איז אזוי: עס העט זיין איין טאג וואס עס וועט ווערן ארויפגעזיגלט אויף יעדן בוירט-סערטיפיקאט אדער וועט זיין א נייעם קארטל וואס וועט הייסן (די אינדיפיקעישן נומעראלעיגע) עס וועט ארבעטן בערך אזוי.
יעדער איינער וועט האבן אזא מאשין וואס וועט קענען אויפכאפן די נומבערס.
דאס הייסט אנגעהויבן ביי די באנק, און גענדיגט ביים מקוה איד, וואס און ווי מען וועט גיין צו ס'זאל זיין איינקויפן עפעס, צו ס'זאל דא זיין ווען מען גייט חוה"מ האלטן ..נישט קאנאפקע מינע..איבעראל וועט מען זיך באנוצן מיט די נומבער, אלעס וועט לויפן דורך דעם..
למשל לאמיר נעמען א דוגמא שימעלע דזשיבעלמאן, ווערט געבוירן ער א באקומט ס'נומבער 34512# און ווי ער וועט ארויסגיין פון שפיטאל וועט דאס מאמע ברויכן זאגן דאס נומבער און דאס וועט זיך פלאטרן מיט זיין נומבער, און ווי מען וועט וועלן וועט מען קענען נוצן דעם נומבער,

מען וועט ווערן עלטער און חתונה האן און זיך עפענען א באנק אקונט, וועט מען זאגן פארן באנק טעללער די נומבער און דאס וועט זיין די לעצטע פינעף נומבערס פון זיין אקאונט..(יעדע באנק וועט האבן אנדערע 6 אנהויב נומבערס...שטייצעך..)
מען וועט אריינגיין און גראסערי און מען וועט וועלן אויפשרייבן וועט מען געבן די נומבער, און די גראסערי מאן וועט אליין קענען אנרופן די באנק און געבן די נומערן, און די באנק וועט קודם אריבער פירן זייער אינפארמאציע צום באטרעפנדן און אינפארמירן אז דער גראסערי וויל ארויסשלעפן אפאר טאללער....
און ווען מען וועט זיך איינהאנדלן א "אווער נייט – מיט א קושקע" ביים מקוה איד וועט מען זאגן פארן מקוה איד ס'נומבערס...און ער וועט זיך אפרעכענען מיט די באנק אפצונעמען די געלט...
מען וועט וועלן קויפן אפאר טעיפס ביי קרן שמאול ישעי' וועט מען געבן א שטופ אריין און די באקס ס'צעטעלע מיט גענוי נומבערן אםגעשריבן דערויף, און זיי וועלן דאס גיין אליין אפנעמען..

מען וועט קענען טרענספערן פון איינעם'ס אקונט צום צווייטן...

דאס וועט אריינגיין קראפט וועט יעדער קאמפאני ארויסקומען מיט זיייערע פיטשערס ואס מען וועט אלס קענען טוען מיט די נומערן..

איי וואס איז די גרויסע תורה ??? וואס איז די אויפטו??
אהההה דאס איז נישט פשוט...יעדער מענטשט וועט נאר ברויכן געדענקן זיינע 5 נומבערס און דאסאלעס עס וועט זיין אזוי גרינג..ווי מען וועט גיין ועט מען נישט ברויכן סווייפן א קרעדיט קארד דורך די אלטמאדישן וועג..מען וועט געבן א שריי אויס די נומבערן אין ילך מען גייט ווייטער..אלעס העט אנהייבן כאפן אויפן ווינק..
און א טעקסי ווייטער וועט זיין די זעלבע זאך, נישט קיין קעש נישט קיין טיפס...אראפ מיט די העידעיק..א געב דעם נומער און פארגעס פון מיר!
און גראסערי, בעקערי, טרעעול עידשענט, ער"פ מצות....אלעס אלעס...

און מיט די צייט האף איך ארויסצוקומען מיט מער אפשענס וויאזוי און וואס דאס וועט אויפטוען און וויאוזי עס וועט ארבעטן...
ווען ס'צייט וועט ערלויבן

Advertisement

זונטאג דצמבר 02, 2007 7:54 pm

גלענצענדער רעיון (קענסט דאס שנעל רעגיסטרירן מיטן פאטענט אפיס)

זונטאג דצמבר 02, 2007 8:53 pm

איך וויל מגיב זיין, אבער איך האב פארגעסן מיינט נומערן...

זונטאג דצמבר 02, 2007 9:22 pm

טריאו, נעם דיר א טוץ פינגערלעך פון קעלער.... יוי ביסטו פערדיקדעבל.

אלטער, וואס זענען דיינע ציפערן, איי מין אנשטאט דארפן גנב'נען דיין קארטל קען איך סתם שטיין הונטער דיר ביים גראסעריי און אויסהערן די ציפערן און עס נוצן עניווער.

זונטאג דצמבר 02, 2007 9:40 pm

אלטער'ל טייערער, זייער שיין.

טריאו, גוט גוט.

יאנאש, ווען דו האסטעס לאמיר דיר העלפן מאכן א לעבן.

מאנטאג דצמבר 03, 2007 12:46 am

בחור, יו אר עמעיזינג.

מאנטאג דצמבר 03, 2007 9:16 am

אויב אזוי וועט מען על כרחך מוזן איינזעצן אז דאס וועט ארבעטן מיט לעיזער ווען מען וועט צוגיין צום רעדזשיסטער אין גראסערי וועט דאס אויטאמאטיש אויפכאפן...

כדי לפטור מיאנאש מיט זיינע יונגען...

און הכל על מקומו יבוא בשלום! זאל איינער פרובירן איסצושפילן די לעיזער...האך און וויי!

מאנטאג דצמבר 03, 2007 6:31 pm

אלטער; #11045, גיי נעם אפ דיין קאמפלימענט...

דינסטאג דצמבר 04, 2007 1:51 am

מוראדיג אינגער בחור'ל.

אמאל איז שוין געווען עפעס אן ענליכעס באשרייבונג אין אלט-קרעטשמע דאכט זיך.

דינסטאג דצמבר 04, 2007 10:50 am

איך וואלט געלאכט אבער וואס זאל מען טון טאקע אזוי גייט עס זיין!!!!!!!!

חכם עדיף מנביא.

דינסטאג דצמבר 04, 2007 1:29 pm

דא אין קרעטשמע וועט מען אויך דארפען האבען די נאמבערס ???

דינסטאג דצמבר 04, 2007 3:44 pm

זעכער.

דינסטאג דצמבר 04, 2007 11:29 pm

חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח ווען מ'האט נישט וואס צו טוהן און מ'טוט דאס וואס דו טוסט, ווערט נישט מקוים דער בטלה מביאה..

איך זאג דיר דו ביסט דאך מעכטיגער ווי מעכטיג, זעץ זיך לערנען, קענסט נאך וואקסן א דאיען.

מיטוואך דצמבר 05, 2007 9:31 am

בחור'ל; געוואלדיג,

מער וועל איך שוין נישט דארפן שרייען: קאחר-פלאטל ביים טאטל-בודקע, ס'וועט אויפכאפן אטאמאטיש וויפיל חברה איך האב אין קאר.. איך טראכט יעצט צו דאחליס קענען אויך באקומען א נומבער.. פארשטייט זיך אינטערן טיש..

מיטוואך דצמבר 05, 2007 1:59 pm

יגר די ווילסט שוין אריין גיין אין די שווארצע ביזנעס ?
שרייב א תגובה

Advertisement