קריטיקירען ברבים א פערזענדליכע פערזאן, ביזנעס: אויסגעהאלטען?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג יולי 25, 2016 1:53 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:איך מיין אז אויסשמועסן די סערוויס פון א קא. וואס באהאנדלט נישט גוט קאסטומער איז א ערלויבטע זאך, און עס פעלט אויס ווייל אז נישט וועט זיך קיינמאל נישט טוישן די מצב.

אין חפץ חיים איז מבואר אז מ'דארף עטטליכע תנאים אז מ'זאל דאס מעגען טוהן
מהם: מתכוון זיין לתועלת
אליין האבן געזען די עולה
נישט צולייגן קיין טראפ
אז ס'איז נישטא גיין צווייטע וועג דאס אויפצוטווהן, מ'מוז קודם רעדען מיט זיי אליין אדער מיט איינער וואס האט א השפעה אויך זיי
אז עס זאל נישט ארויסקומען קיין שאדן פאר יענעם מער ווי ס'קומט זיך

און רוב פעלער איז נישטא אלע תנאים

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6299
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג יולי 25, 2016 2:31 pm

דער ח"ח זאגט אז כדאי ס'זאל זיין מותר מוז מען קודם קענען גאנץ חו"מ צו וויסן אויב ס'קומצעך יענעם אזא שאדן
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג יולי 25, 2016 3:33 pm

איך צו צוריק, מיטן חפץ חיים וועל איך מיר נישט קריגן

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דינסטאג יולי 26, 2016 8:35 am

אַבּערוואַס האט געשריבן:דאס איז אמאל קלאר, אז 'באפם הרגו איש', מ'דארף נעמען זייער ערנסט די אחריות ביים שרייבן סיי וואס איבער א צווייטן (און דער צווייטער אויך...), פארשטייט זיך, אז עמיצער וואס זוכט אריינצוכאפן קאסטומער'ס אין עפעס וואס איז קרוב להפסד (כמה זאכן זענען שוין אויף דעם אופן געווארן דיסקוסירט דא אויפן וועלטל, ואכמ"ל) און מ'ווייסט עפעס איבער דעם ענין וואס קען אפהאלטן אנדערע פין שאדן, איז דא א חיוב צו זאגן. א שטייגער די לעצטע דוגמא דערמאנט דא אינעם שנירל, איז זיכער דא אופנים ווי ס'איז מותר און א חיוב מעורר צו זיין, אבער דאס האט אויך תנאים, ועי' ח"ח הל' לשה"ר.

כ'מיין אבער, אז נישט יעדע קאמענט אויף א אייטעם/סערוויס וואס ווערט צוגעשטעלט פאר'ן רבים ברבים, הייסט 'אראפגעריסן' אדער געמאכט 'שאדן', מ'קען גענוג זאכן דיסקוסירן אבדזשעקטיוו, כנלע"ד

פון וועלעכע דוגמא רעדט איר? און פארוואס איז יענע דוגמא אויסגעהאלטען און איז דא גאר א חיוב צי זאגען?

קימט אריין קלאר ביטע.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דינסטאג יולי 26, 2016 8:44 am

גבריאל האט געשריבן:קריטיקירען ברבים א קריטיקירער מעג מען?

מעשיגע מאכען א מעשיגענער, מעג מען...? כ׳פארשטיי נישט על מה יצא הקצף..

און אזוי ווי @וואוילע, האט שוין געשריבען,
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:ער האט נישט געזאגט א נאמען, און קלאר געשטעלט אז ער באציט זיך נישט צו איין ספעציפישע מעשה נאר בכלליות.

טענק יאע @וואוילע, u are a a true and & honored friend

אויך א דאנק אייך @גבריאל, פאר די מראה מקום, כ׳האף אי׳ה, ערגעץ היינט, צי מאכען צייט, אדארעך צי לערנען דעם חפץ חיים, כלל ד׳ אות יא׳.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1029
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » דינסטאג יולי 26, 2016 7:37 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
גבריאל האט געשריבן:קריטיקירען ברבים א קריטיקירער מעג מען?

מעשיגע מאכען א מעשיגענער, מעג מען...? כ׳פארשטיי נישט על מה יצא הקצף..


סאיז בכלל נישט געווען דא קיין קצף און נישט דיר געמיינט פערזענליך. געוואלט אויפמערקזאם מאכען אז סדא פעלער ווען מען פארשטייס אויך אז מען מעג, מען דארף נאר וויסען וויאזוי און ווען.

להשלים הענין נאך פראגע,
מעג מען קריטיקירען א רבים ברבים? :wink:

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מיטוואך יולי 27, 2016 8:38 pm

די פראבלעם איז נאר אז ביי אידישע קאמפאניס איז אויס הערן א פראבלעם נישט אויף זייער ליסטע
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מיטוואך יולי 27, 2016 9:16 pm

שאינו יודע האט געשריבן:די פראבלעם איז נאר אז ביי אידישע קאמפאניס איז אויס הערן א פראבלעם נישט אויף זייער ליסטע

גאנץ שווער אזוי צו זאגן. ביזנעס ארבייט נישט אן קיין סערוויס. The customer is always right. איז א כלל וואס איז א פאקט. אז מ'שטעלט נישט צו גייט מען צום קאמפעטישן.

און אפילו ביי די פעלער וואס ס'איז נישט ממש אזוי, דארף עס אויך נאך א היתר להלכה.

מה יקר
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2015 1:06 pm

תגובהדורך מה יקר » זונטאג יולי 31, 2016 4:59 pm

אין עלים לתרופה פר' פנחס ביי די הלכות פון הגאון הרב גראס ברענגט ער ארויס אז מענטשן רייסן אסאך מאל אראפ הכשרים אן קיין שום פראאף, און אפי' ס'איז יא אמת דארף מען קודם פארהאלטן דעם בעל מכשיר פאר מ'פויקט עס אויס.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:37 am

א שוידערליכע מעשה האב איך אמאל געהערט, (כהאב נישט קיין אהנונג איר קראנטקייט). א איד איז אויפגעשטאנען פארטאגס צו סליחות און געזען נישט מער און נישט... א טראק וואס קומט פון א גרויסע נישט כשר'ע פלייש מארקעט פארנט פון א היימישער פלייש געשעפט, ווען ארבעטער ארבעטן פלייסיג אריין און ארויס פונעם טראק.

ער איז געלאפן צו רבי משה'ן אויסגעבן זיין ווייטאג. ר' משה האט - נאכן אויספרעגן דעם בעל הבית פונעם געשעפט וואס האט פארשטייט זיך געלייקנט שטיין און ביין - אים געזאגט אז היות ער איז אן עד אחד איז ער נישט באגלייבט און דעריבער ער זאל מאכן א שווייג.

דער איד האט אבער מורא געהאט ווער ווייסט אויב ער האט יוצא געווען ידי שמים אן פארשפרייטן די מעשה. דעם חשבון פון ר' משה זאל יעדער פאר זיך אליינס קלערן. ער האט עס פארשפרייט אין גאנצן שטאט. פארשטייט זיך אז ביז א קורצע צייט איז דער געשעפט געווען העלמאטיש פארשלאסן.

איבער-עס-יאר, דער איד שטייט ווידעראמאל אויף צו סליחות און מיט די נאסע פיאות זעט ער דעם זעלבן טראק שטיין באותו מקום! ער גייט צו נענטער הערט ער איינער פון די גוים זאגן פאר א צווייטן: "איך כאפ מיך יעצט אז פאראיאר זעמער סטאק געבליבן אויף דעם זעלבן ארט"!!.....

שפרו מעשיכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am

תגובהדורך שפרו מעשיכם » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 1:08 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:ער איז געלאפן צו רבי משה'ן
ר' משה האט -
דעם חשבון פון ר' משה


וועלעכע?

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 1:30 pm

שפרו מעשיכם האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:ער איז געלאפן צו רבי משה'ן
ר' משה האט -
דעם חשבון פון ר' משה


וועלעכע?

לאמיר קלערן אינאיינעם!
רבי משה'לע וויזניצער?
דער רבי דער ברך משה?
משה קאסאוויצקי?
רבי משה וואלף זארגער?...

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 1:32 pm

מיין כונה איז געווען רבי משה פיינשטיין זצ"ל.
כ'קען אבער יא פארשטיין דיין שאלה, ווייל א איד מיט "נאסע פיאות" פלעגט געווענליך האבן א צווייטן צו פרעגן...

שפרו מעשיכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am

תגובהדורך שפרו מעשיכם » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 1:45 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:מיין כונה איז געווען רבי משה פיינשטיין זצ"ל.
כ'קען אבער יא פארשטיין דיין שאלה, ווייל א איד מיט "נאסע פיאות" פלעגט געווענליך האבן א צווייטן צו פרעגן...


:grin: יישר

שפרו מעשיכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am

תגובהדורך שפרו מעשיכם » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 1:46 pm

אגב, דאכט זיך ס'איז געווען עפעס א מעשה מיט מילעך, מיט ר' משה'ן, בנוגע צו די כשרות

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 1:51 pm

רוב כשרות שאלות בימיו זענען צו אים אנגעקומען, ממילא איז נישט מער ווי מסתבר אז עפעס א שאלה מיט מילך איז צו אים אנגעקומען.

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2658
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 1:55 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
שפרו מעשיכם האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:ער איז געלאפן צו רבי משה'ן
ר' משה האט -
דעם חשבון פון ר' משה


וועלעכע?

לאמיר קלערן אינאיינעם!
רבי משה'לע וויזניצער?
דער רבי דער ברך משה?
משה קאסאוויצקי?
רבי משה וואלף זארגער?...

אינטערסאנט איך האב געקלערט פון משה גבאי.


שיינע מעשה, טענקס
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 1:58 pm

יא נישט געטראכט! מיט משה גבאי וואלט די מעשה טאקע געשטימט. דאס הייסט א סמארט גאי...

שפרו מעשיכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am

תגובהדורך שפרו מעשיכם » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 2:11 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:רוב כשרות שאלות בימיו זענען צו אים אנגעקומען, ממילא איז נישט מער ווי מסתבר אז עפעס א שאלה מיט מילך איז צו אים אנגעקומען.


עס איז געווען אן אסיפת רבנים ביי אים און שטוב, מ'האט געטיילט קאווע פאר די רבנים און ר' משה האט גענומען א באטל מילך, ער האט עס אראפ געלייגט און גענומען א צווייטע באטל פון א אנדערע קאמפעני, און די רבנים האבן עס געזען און פארשטאנען אז אין די ערטשע קאמפעני איז דא א פראבלעם אין כשרות, און עוף השמים הוליך את הקול, און אסאך האבן אויפגעהערט ניצן די מילך פון קאמפעני, זיי האבן געהאט גרויסע הפסדים און זיי האבן חוקר געווען ביז מ'איז געוויאר געווארן די מקור. זענען זיי געקומען פרעגן ר' משה'ן וועלכע פראבלעם האט ער געזען אין זייער מילך, און ער האט נישט פארשטאנען וואס מ'וויל פון אים, האבן זיי אים דערציילט וואס זיי האבן געהערט פון די רבנים אז ער האט נישט געוולט ניצן זייער מילך.
ר' משה האט זיך צילאכט און געזאגט, קיין שום פראבלעם, פשוט ווען איך האב גענומען ענקער באטל האב איך באמערקט אז ס'איז שוין ליידיג, האב איך גענומען א צווייטע באטל...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Toyota, אונגר, גדולה וגבורה, נא_שכל, סיפורי צדיקים, שאהן הענניטי און 10 געסט