היכי דמי חילול השם

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2870
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

היכי דמי חילול השם

תגובהדורך שמו » זונטאג יולי 10, 2016 4:44 pm

נאכדעם וואס די זעלבע מעשה האט זיך איבערגעשפילט אינעם זעלבן טאג צוויי מאל, וויל איך דאס אויסלופטערן צווישן אונזערע חברים, און הערן דעם דעת הקהל, וואס מ'ברויך טון אין אזא סיטואציע.

פארנ'דיג אין א טעקסי פון איין פלאץ צום צווייטן, קומט ארויס צו מארשירן א גרויסע געלע באס פון א געוויסע חשוב'ע מוסד אין שטאט, פון א זייטיגן געסל, דער באס דרייווער (א 23 יער'יגער טאטער וואס איז שוין א ריזיגע טאטע און קען דרייוון א גרויסע געלע באס) וואס איז מן הסתם דער קלוגסטער יצור אנוש האט ניטאמאל א בליק געגעבן צו א קאר קומט צו פארן, און די טעקסי אין וואס איך בין געזעצן האט געדארפט מאכן א שאר"ט סטא"פ נישט צו ענדיגן די נסיעה אינעם באס אריין.
דער יונגער ראצער אינעם געלע באס איז ארויס פון די כלים און זיך גענומען פייפן ווי א וואנזיניגער שוטה, מ'האט געקענט מיינען אז ער האט געטון א ליגן שריט, נאר די טעקסי איז שולדיג, דער דרייווער האט זיך גענומען שעלטן אלע אידן אויפן חשבון פון דעם צוריקטן באס דרייווער, און איך האב אים פראבירט צו מסביר זיין, אז סך הכל רעדט זיך דא פון א יונגער ראצער וואס פילט זיך גוט צו דרייוון א גרויסע באס און מיינט אז די ראוד איז זיינ'ס, און דער איז טאקע אומ'גערעכט, אבער דער טעקסי דרייווער האט מיר גע'טענה'ט אז אלע געלע באסע'ס זענען די זעלבע. פארשטייט זיך איך בין געבליבן פארשעמט און אן קיין ווערטער.

שפעטער נאכמיטאג איז מיר נאכאמאל אויסגעקומען צו פארן מיט א טעקסי, ווען דאס מאל פארט מען אין א אנדער דיארעקשן, און פליצלונג, עודך כי עניתני, דער טיפש וואס דער לית דין בר נש איז א בר בי רב קעגן אים, איז שוין ווידער דא מיט זיין געלער באס, און מאכט אזא שלעכטן דריי ארויס פון א זייטיגן גאס, איבערפארנדיג א סטא"פ סיין, און נישט מאכ'נדיג קיין בלינקער'ס, איך בין גוט צושאקלט געווארן פון דעם יעצטיגן שאר"ט סטא"פ וואס מיין טעקסי האט געמאכט, און דער דרייווער נעמט זיך שעלטן זעהסט אלע געלע באס'עס זענען די זעלבע, ערשט דעמאלט'ס האב איך געכאפט אז ס'איז דער זעלבער טעקסי דרייווער, און די געלע באס איז פונעם זעלבן מוסד, (דעם דרווייער האב איך נישט באמערקט).

דער חילול ה' איז געווען איום ונורא, איך האב שוין נישט געהאט וואס צו זאגן פאר דעם דרייווער, וואס האט געשימפט און געשאלטן אז אלע אידעלעך דרייוון ווי מטורפים (אזאך וואס איך האב אים ליידער נישט געקענט אפ'פרעגן), און אלע באס דרייווער'ס זענען חיות רעות, (א זאך וואס איך האב זיך אליינ'ס איבערצייגט אז יש דברים בגוי)

אקיצור דעם באס דרייווער האב איך געוואלט זאגן, א) פאלגן דאס געזעץ איז א מצוה, דינא דמלכותא דינא, ב) מאכן א חילול ה' קען מען כמעט נישט מתקן זיין, ג) ביסט א חב לאחרינא פאר אלע אנדערע באס דרייווערס בפרט, און אלע אידן בכלל, אזוי בויעט מען אנטיסעמיטן (מיט רעכט). ד) דערצו ביסטו מסכן די לעכטיגע קינדערלעך וואס מ'טרויעט דיר זייער וואוילזיין אין דעם שעה צופרי און ביינאכט.

און פונעם דעת הקהל דא, וויל איך וויסן צו ס'האט פשט אריין צו רופן אינעם מוסד, אדער ס'וועט גארנישט אויפטוהן.
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17534
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג יולי 10, 2016 4:57 pm

פרעגסט מיך (וועם דען?)? קודם רוף דעם מוסד, צו ס'וועט אויפטון? נישט זיכער, און טוה עס יעדעס מאל ס'געשעט, נישט איינמאל נאכן צושאקלט ווערן 2 מאל... דערנאך פארבינדיך מיט צו געזונט, זאגט ער אז ער קען קעיר נעמען פון די זאכן

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » זונטאג יולי 10, 2016 5:11 pm

גם אני בחלומי....

וועלכע שטאט רעדטסטו?
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » זונטאג יולי 10, 2016 8:12 pm

מען דארף טאקע קעיר נעמען פון דיין מעשה. די ערשטע וואס איך טוה אין אזא פאל איז אריינרופן די מוסד, לויט ווי איך הער צוריק (עכ"פ די קלענער מוסדות) טוט עס אויף.


אבער, איך בין נייגעריג צו עס איז אמת אז אידישע דרייווערס דרייוון ווילדער ווי גוישע.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג יולי 10, 2016 10:01 pm

קולדנ'ט עגרי מאור, ס'איז ווייטאגליך און א חילול השם.

מיר האט געזאגט א באס מענעדזשער פין א מוסד וועמען איך קען גראדע פערזענליך, אז ער "נעמט זיך אן פאר זיינע דרייווער'ס"! ונימוקו עמו, אז ער קען נישט זוכן יעדן טאג נייע דרייווער'ס און צו דעם אריינרופער האט ער דאך נישט קיין שום שעבוד... און ער'ט מיר צוגעלייגט נאכמער, אז אפי' אויב א דרייוער מאכט א קליינע שאדן, עקסידענט, וכדו', וועט ער עס אראפשלינגען און באצאלן, ווי איידער צו דארפן זיך שלאגן מיט'ן דרייווער און באקומען א שלעכטן (ליין: שטרענגן) נאמען ביי פאטענציאלע דרייווער'ס, און ער'ט מיר צוגעלייגט, אז אנדערע מוסדות מיט וועמען ער איז אין קאנטאקט פירן זיך ביילייפיג די זעלבע...

מיין שאק איז געווען גרויס, אבער נאכ'ן אריינרופן עטליכע מאל צו פארשידענע מוסדות מיט אזעלכע קאמפלעינס, און שפורנדיג, וויאזוי עס ווערט טאקע (נישט) אויפגענומען, האב איך פשוט פראבירט זיך צוגעוואוינען אז 'דאס איז עס', און די מאקסימום וואס איך פראביר איז, נישט פארן לעבן קיינע סקול באסעס ווען/וואו ווייט שייך.

הלוואי זאל מען עפעס קענען טון דערצו.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3215
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג יולי 10, 2016 10:42 pm

יוראפ האט געשריבן:פרעגסט מיך (וועם דען?)? קודם רוף דעם מוסד, צו ס'וועט אויפטון? נישט זיכער, און טוה עס יעדעס מאל ס'געשעט, נישט איינמאל נאכן צושאקלט ווערן 2 מאל... דערנאך פארבינדיך מיט צו געזונט, זאגט ער אז ער קען קעיר נעמען פון די זאכן

אהער מיט די אינפארמאציע
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג יולי 10, 2016 10:58 pm

אפשר זאל מען לייגן אויף די בעק פון די באסעס די צעטלעך וואס די טראקס פון גרויסע קאמפאני'ס האבן א שטייגער ווי ברינגס
בילד
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג יולי 11, 2016 9:57 am

לויט @אבערוואס האסטו גארנישט דערפון

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2870
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

שוין ווידער

תגובהדורך שמו » זונטאג יולי 17, 2016 4:05 pm

פארגאנגענעם פרייטאג ווידער געזעהן דעם באס (פון דעם זעלבן מוסד) דאס מאל האב איך געוואקט, און געזעהן ווי ער מאכט א שרעקליכע דריי מיט א פילע באס מיט קינדער, (ווען ס'איז ווען מיינע קינדער, וואלט איך אים אפגעשטעלט און געבעטן אראפ צו נעמען מיינע קינדער)
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3215
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג יולי 17, 2016 10:51 pm

וזאת למודעי. דער מוסד מענעדזשער האט נישט מורא צו זאגען פאר דעם דרייווער וויאזוי זיך צו פארבעסערן, ער האט מער א פראבלעם צו זאגען פאר דעם דרייווער אז ער נישט גערעכט מיט וואס ער טוט. אלזא, עס איז פערהאן א זאך וואס רופט זיך אן Awareness וואס עטליכע קאמפאניס האבען עס איינגעפירטץ די עלטערן פון די מוסד קינדער ברויכען דאס פערלאנגען.
בוי זיך זעלבסט

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מאנטאג יולי 18, 2016 6:51 am

אַבּערוואַס האט געשריבן:קולדנ'ט עגרי מאור, ס'איז ווייטאגליך און א חילול השם.

מיר האט געזאגט א באס מענעדזשער פין א מוסד וועמען איך קען גראדע פערזענליך, אז ער "נעמט זיך אן פאר זיינע דרייווער'ס"! ונימוקו עמו, אז ער קען נישט זוכן יעדן טאג נייע דרייווער'ס און צו דעם אריינרופער האט ער דאך נישט קיין שום שעבוד... און ער'ט מיר צוגעלייגט נאכמער, אז אפי' אויב א דרייוער מאכט א קליינע שאדן, עקסידענט, וכדו', וועט ער עס אראפשלינגען און באצאלן, ווי איידער צו דארפן זיך שלאגן מיט'ן דרייווער און באקומען א שלעכטן (ליין: שטרענגן) נאמען ביי פאטענציאלע דרייווער'ס, און ער'ט מיר צוגעלייגט, אז אנדערע מוסדות מיט וועמען ער איז אין קאנטאקט פירן זיך ביילייפיג די זעלבע...

מיין שאק איז געווען גרויס, אבער נאכ'ן אריינרופן עטליכע מאל צו פארשידענע מוסדות מיט אזעלכע קאמפלעינס, און שפורנדיג, וויאזוי עס ווערט טאקע (נישט) אויפגענומען, האב איך פשוט פראבירט זיך צוגעוואוינען אז 'דאס איז עס', און די מאקסימום וואס איך פראביר איז, נישט פארן לעבן קיינע סקול באסעס ווען/וואו ווייט שייך.

הלוואי זאל מען עפעס קענען טון דערצו.

דאס איז א פאריקטע עדיטוד און ער האט יא א שעבוד און אחריות צו די אריינריפער צו מאכען זיכער אז זיינע דרייווערס דרייווען סעיף פונקט פארקערט ער וואלט זיך געדארפט באדאנקען פאר די אריינריפער (איך האב א חלום אז עס גייט נאך געשען אזוי ווי די חילוק פון רוב סטארס אמאל און היינט מיט מענטשען וואס קאולען אריין מיט טענות).

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » פרייטאג יולי 22, 2016 6:23 am

צו געזונט האט געשריבן:וזאת למודעי. דער מוסד מענעדזשער האט נישט מורא צו זאגען פאר דעם דרייווער וויאזוי זיך צו פארבעסערן, ער האט מער א פראבלעם צו זאגען פאר דעם דרייווער אז ער נישט גערעכט מיט וואס ער טוט. אלזא, עס איז פערהאן א זאך וואס רופט זיך אן Awareness וואס עטליכע קאמפאניס האבען עס איינגעפירטץ די עלטערן פון די מוסד קינדער ברויכען דאס פערלאנגען.

וואס זאל מען פארלאנגען?

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » פרייטאג יולי 22, 2016 6:24 am

משנה מקום האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:קולדנ'ט עגרי מאור, ס'איז ווייטאגליך און א חילול השם.

מיר האט געזאגט א באס מענעדזשער פין א מוסד וועמען איך קען גראדע פערזענליך, אז ער "נעמט זיך אן פאר זיינע דרייווער'ס"! ונימוקו עמו, אז ער קען נישט זוכן יעדן טאג נייע דרייווער'ס און צו דעם אריינרופער האט ער דאך נישט קיין שום שעבוד... און ער'ט מיר צוגעלייגט נאכמער, אז אפי' אויב א דרייוער מאכט א קליינע שאדן, עקסידענט, וכדו', וועט ער עס אראפשלינגען און באצאלן, ווי איידער צו דארפן זיך שלאגן מיט'ן דרייווער און באקומען א שלעכטן (ליין: שטרענגן) נאמען ביי פאטענציאלע דרייווער'ס, און ער'ט מיר צוגעלייגט, אז אנדערע מוסדות מיט וועמען ער איז אין קאנטאקט פירן זיך ביילייפיג די זעלבע...

מיין שאק איז געווען גרויס, אבער נאכ'ן אריינרופן עטליכע מאל צו פארשידענע מוסדות מיט אזעלכע קאמפלעינס, און שפורנדיג, וויאזוי עס ווערט טאקע (נישט) אויפגענומען, האב איך פשוט פראבירט זיך צוגעוואוינען אז 'דאס איז עס', און די מאקסימום וואס איך פראביר איז, נישט פארן לעבן קיינע סקול באסעס ווען/וואו ווייט שייך.

הלוואי זאל מען עפעס קענען טון דערצו.

דאס איז א פאריקטע עדיטוד און ער האט יא א שעבוד און אחריות צו די אריינריפער צו מאכען זיכער אז זיינע דרייווערס דרייווען סעיף פונקט פארקערט ער וואלט זיך געדארפט באדאנקען פאר די אריינריפער (איך האב א חלום אז עס גייט נאך געשען אזוי ווי די חילוק פון רוב סטארס אמאל און היינט מיט מענטשען וואס קאולען אריין מיט טענות).

אודאי האט ער אן אחריות.

די פראבלעם איז נאר אז ער האט נישט קיין דרייווערס...

סטארס האבן זיך צוגעשטעלט ווייל מען איז אוועק פון זיי. וויאזוי קענסטו זעהן אז די מוסדות זאלן זיך צושטעלן?

Don't worry
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 07, 2014 6:29 pm

תגובהדורך Don't worry » פרייטאג יולי 22, 2016 8:36 am

איך האב די זעלבע עקספעריענס יעדן טאג מיט די באסעס. נארמאל ווען איך זעה א קאר פארן ווילד בין איך מלמד זכות אז ער יאגט זיך.אפילו א טעקסי וואלט איך מלמד זכות געווען אז ער וויל אריין כאפן נאך א טריפ. וואס גייט מיר נישט אריין אין קאפ, וואו יאגט זיך דער צודרייטע באס דרייווער? די באקומסט דאך באצאלט אויף די שעה!

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » פרייטאג יולי 22, 2016 11:40 am

בן נון האט געשריבן:
משנה מקום האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:קולדנ'ט עגרי מאור, ס'איז ווייטאגליך און א חילול השם.

מיר האט געזאגט א באס מענעדזשער פין א מוסד וועמען איך קען גראדע פערזענליך, אז ער "נעמט זיך אן פאר זיינע דרייווער'ס"! ונימוקו עמו, אז ער קען נישט זוכן יעדן טאג נייע דרייווער'ס און צו דעם אריינרופער האט ער דאך נישט קיין שום שעבוד... און ער'ט מיר צוגעלייגט נאכמער, אז אפי' אויב א דרייוער מאכט א קליינע שאדן, עקסידענט, וכדו', וועט ער עס אראפשלינגען און באצאלן, ווי איידער צו דארפן זיך שלאגן מיט'ן דרייווער און באקומען א שלעכטן (ליין: שטרענגן) נאמען ביי פאטענציאלע דרייווער'ס, און ער'ט מיר צוגעלייגט, אז אנדערע מוסדות מיט וועמען ער איז אין קאנטאקט פירן זיך ביילייפיג די זעלבע...

מיין שאק איז געווען גרויס, אבער נאכ'ן אריינרופן עטליכע מאל צו פארשידענע מוסדות מיט אזעלכע קאמפלעינס, און שפורנדיג, וויאזוי עס ווערט טאקע (נישט) אויפגענומען, האב איך פשוט פראבירט זיך צוגעוואוינען אז 'דאס איז עס', און די מאקסימום וואס איך פראביר איז, נישט פארן לעבן קיינע סקול באסעס ווען/וואו ווייט שייך.

הלוואי זאל מען עפעס קענען טון דערצו.

דאס איז א פאריקטע עדיטוד און ער האט יא א שעבוד און אחריות צו די אריינריפער צו מאכען זיכער אז זיינע דרייווערס דרייווען סעיף פונקט פארקערט ער וואלט זיך געדארפט באדאנקען פאר די אריינריפער (איך האב א חלום אז עס גייט נאך געשען אזוי ווי די חילוק פון רוב סטארס אמאל און היינט מיט מענטשען וואס קאולען אריין מיט טענות).

אודאי האט ער אן אחריות.

די פראבלעם איז נאר אז ער האט נישט קיין דרייווערס...

סטארס האבן זיך צוגעשטעלט ווייל מען איז אוועק פון זיי. וויאזוי קענסטו זעהן אז די מוסדות זאלן זיך צושטעלן?

מען האט געמעקט א חלק פון מיין תגובה (איך האלט גראדע אז עס האט נישט אויסגעפעלט)
קיינער גייט נישט פארלירען קיין דרייווערס ווייל ער זאגט זיי אז זיי זאלען נישט איינשטעלען לעבענס און אפילו אויב יא קומען לעבענס פארדעם און די מענעדשערס דארפען געדענקען אז אויב ח"ו עפעס געשענט זענען זיי פונקט אזוי שילדוג אויב איז געווען קאמפלעינס און זיי האבען זיך נישט וויסינדיג געמאכט

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » פרייטאג יולי 22, 2016 11:42 am

Don't worry האט געשריבן:איך האב די זעלבע עקספעריענס יעדן טאג מיט די באסעס. נארמאל ווען איך זעה א קאר פארן ווילד בין איך מלמד זכות אז ער יאגט זיך.אפילו א טעקסי וואלט איך מלמד זכות געווען אז ער וויל אריין כאפן נאך א טריפ. וואס גייט מיר נישט אריין אין קאפ, וואו יאגט זיך דער צודרייטע באס דרייווער? די באקומסט דאך באצאלט אויף די שעה!

גראדע מיין איך אז רוב דרייוערס באקומען אויף די רוט (עכ"פ די דרייווערס וואס איך קען)

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » פרייטאג נובעמבער 30, 2018 10:03 am

האבעך געהערט זאגן אז מאנטאג גייט זיין אן ארטיקל אין איינע פון די גוישע צייטונגען וואס גייט מאכן א חילול השם (נישט קיין חילוק פאר וועלעכע צד אז אויב מען רעד פון אידן שלעכט איז עס א חילול השם אפי' ס'איז אמת)
איז דא עפעס וואס מען קען טון דערצי
???

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

תגובהדורך אויבער-חכם » פרייטאג נובעמבער 30, 2018 10:23 am

קענדי'ס האט געשריבן:האבעך געהערט זאגן אז מאנטאג גייט זיין אן ארטיקל אין איינע פון די גוישע צייטונגען וואס גייט מאכן א חילול השם (נישט קיין חילוק פאר וועלעכע צד אז אויב מען רעד פון אידן שלעכט איז עס א חילול השם אפי' ס'איז אמת)
איז דא עפעס וואס מען קען טון דערצי
???

עס נישט ליינען..
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1622
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » פרייטאג נובעמבער 30, 2018 10:24 am

קענדי'ס האט געשריבן:האבעך געהערט זאגן אז מאנטאג גייט זיין אן ארטיקל אין איינע פון די גוישע צייטונגען וואס גייט מאכן א חילול השם (נישט קיין חילוק פאר וועלעכע צד אז אויב מען רעד פון אידן שלעכט איז עס א חילול השם אפי' ס'איז אמת)
איז דא עפעס וואס מען קען טון דערצי
???

קום אריין קלאר

Haklal
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » פרייטאג נובעמבער 30, 2018 10:27 am

קענדי'ס האט געשריבן:האבעך געהערט זאגן אז מאנטאג גייט זיין אן ארטיקל אין איינע פון די גוישע צייטונגען וואס גייט מאכן א חילול השם (נישט קיין חילוק פאר וועלעכע צד אז אויב מען רעד פון אידן שלעכט איז עס א חילול השם אפי' ס'איז אמת)
איז דא עפעס וואס מען קען טון דערצי
???

אין וועלכע נושא, קענען נאך עסקנים עפעס טוען?

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג נובעמבער 30, 2018 10:32 am

ס'איז א נושא וואס איז גוט אז עס ווערט צושמירט. עס איז טאקע א חילול ה', אבער לתועלת און וועט האפנטליך אויפטון.

פונקט ווי סאטמאר האט געלייגט פאר 10 יאר צוריק אין ניו יארק טיימס קעגן נטורי קרתא, דארף מען יעצט אויך.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » פרייטאג נובעמבער 30, 2018 10:37 am

נישט קיין נפקא מינא וואס ענין
דאס איז וואס איך וויל וויסן צי ס'איז דא איינער וואס קען טון?

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג נובעמבער 30, 2018 10:39 am

וואס דארף מען טון? מען דארף זיי צוצאלן מען זאל זיי גוט באשמוצן.
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

waterbury
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 2:42 pm

תגובהדורך waterbury » פרייטאג נובעמבער 30, 2018 11:58 am

במה המדובר?
לב טהור?

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » פרייטאג נובעמבער 30, 2018 12:08 pm

קענדי'ס האט געשריבן:נישט קיין נפקא מינא וואס ענין
דאס איז וואס איך וויל וויסן צי ס'איז דא איינער וואס קען טון?

http://www.ojpac.org
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אינדיאנער, בשבילי נברא, ממלכת, נאר מיט שמחה, קיווי סטראבערי און 23 געסט