עיונים בהלכות Judaica

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

עיונים בהלכות Judaica

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג יוני 14, 2016 4:12 pm

היות מיר שטייען א טאג נאך קבלת התורה, וועל איך מזכה זיין דעם עולם מיט די פרישסטע שאלות וואס זענען נולד געווארן אין דעם נייעסטער חלק פון שלחן ערוך: הלכות דזשודעיקע - Judaica.
איך שרייב איבער די וואס איך ווייס און איבער די ספיקות און צדדים וואס איך האב אין זיי. ישמע חכם ויוסיף לקח, וכל המוסיף מוסיפין לו.


די ערשטע שאלה איז איבער א סידור פאר'ן בר מצוה בחור'ל.

יעדער ווייסט דאך אז אויב קויפט מען די בר מצוה בחור'ס שטאפיר ביי דזשי-בי באקומט ער א סידור מיט זיין נאמען אויף א לעיבל. מצד אחר האט בעסט עמברוידערי אדווערטייזט אז די ערשטע פופציג וואס קויפן די נייעסטע דיזיין תפילין בייטל באקומען א מעטשינג סידור (אויך מיטן נאמען דערויף) בחנם.
פאר אלעם מוז איך קלאר מאכן; צוויי סידורים איז קיין אפציע, ווייל מיר וואוינען בעזר הוי' אין דער עיר הקודש והמקודש וויליאמסבורג, און פלאץ פאר א איבעריג סידור'ל איז אין הויז נישט פארהאנדן.
איז יעצט ווערט נולד א ספק, זאלן מען קויפן ביי דזשי-בי די שטאפיר און באקומען דעם אזוי-שיינעם גרויער סידור און דער תפילין בייטל וועט מען קויפן ביי אן אנדערן (אדער יא ביי בעסט אבער אן אנדערן דיזיין, זאל נישט אויסגערעדט ווערן). אדער זאל מען קויפן ביי דזשי ענד דזשי און נעמען דעם שענערן סידור'ל וואס בעסט עמברוידערי וועט איהם שענקען. דאס אלעס אדעתא דהכי אז מען איז נאך פון די פופציג נחשונים.

אדער איז דא נאך א עצה, מען קען מוותר זיין אויף א סידור! פששש!
איז ווייטער דא א ספק, מוותר זיין אויף דזשי בי'ס, אדער אויף בעסט'ס? אבער אויב מיר טוען אזוי איז נישטא קיין גרויסע ספק ווייל דזשי בי'ס סידור איז ווייט נישט אזא שיינע ווי בעסט'ס (אויב בעסט'ס דיזיין איז א שיינע. אבער דאס איז דאך פשוט, ווייל דער אנדערער אינגל אין קלאס האט דאך אזוי גע'פסק'נט). שוין נטאקע צייט אז דזשי בי זאל אנפאנגען געבן די סידורים לויט וועלכע דיזיין רעקל מען האט. אדער אפשר קען גלויבער'ס נוצן דעם געדאנק...

אויב מיר טוען אזוי, דאס הייסט מען איז מוותר אויף דזשי בי'ס סידור, איז הדרא ספיקא לדוכתיה, דער אלטער שאלה, דזשי בי אדער דזשי דזשי?
דאס ווענדט זיך שוין צו דזשי בי האט היינט שענערע דיזיינס אדער דזשי דזשי. וויאזוי ווייסט מען דאס? דאס איז ווייטער מבואר אין דער אינגל פון קלאס'ס פסק (נאכנישט געהערט דערווייל וואס ער פסק'נט).
איין פראבלעם איז נאך מעגליך, אויב די מבינים זאגן אז די רעקלעך זענען שענער ביי דזשי בי אבער די טיש בעקיטשעס ביי דזשי דזשי (אדער פארקערט, כמובן), דאן איז צרות...

אקעי, דאס איז מער ווייניגער אלע צדדים בשאלה הנ"ל.



שאלה ב'. נייע עטרה פאר דער טאטע (שבת'דיגע. וואכעדיגע זעען די פרויען נישט געווענליך, ברוך השם, געלויבט דער פון אויבן. אבער די רואיגקייט איז אויך נאר ביז איינע פון די פריינדינען וועלן דורך א צופאל זעהן זייער מאן'ס וואכעדיגע טלית...).

"האסט געזעהן פארקאש'ס נייע עטרות?! ס'איז אזוי שיין! כ'האלט שוין לאנג אז דו דארפסט א נייע עטרה."
דערווייל האבן מיר גע'פועל'ט (ישועה קרעדיט: מקור הישועות ווייטצען) אז אויב מען וועט דורך עפעס א אופן אנקומען אז מען וועט למעשה איינקויפן שרולי'ס תפילין בייטל ביי פארקאש'ן וועט מען דעמאלטס טראכטן דערוועגן. אבער די הלכה דערפון מוז איך וויסן בעפאר.

איז אזוי, קודם איז עס מחודש אין די דיזיין, גענצליך א נייע דיזיין. דאס, מילא. וויפיל דיזיינס עס איז אלס דא פאר די דריי-עקיגע עטרות, דאס וועט שוין מיטגיין. די עיקר חידוש דערין איז די "סוואראווסקי" שטיינער דערויף. דאס איז עפעס שלא מעלמא הדין, תרתי משמע...
איז מיין שאלה אזוי, איז דאס מחייב יעדעם אדער נאר די וואס האבן שוין "סוואראווסקי" שטיינער אויף די טלית בייטל?
דער דיין זאגט מיר אז ער גלייבט נישט עס זאל זיין א חילוק, ווייל מיט די פשוט'ע זילבערנע עטרות גייען אפילו די וואס האבן נישט זילבערנע עטרות אויף די טלית בייטל, סוי פארוואס זאל ביי די אבני אלגביש זיין די הלכה אנדערש (שוין, די זילבערנע זענען שוין די פשוט'ע...). א שטארקע טענה, און נאכן פרעגן האב איך מיר געכאפט אז די טענה איז סייווי נאר לפלפולא בעלמא ווייל אינדערהיים וועט דאס נישט נוצן. עס וועט נאר עפענען די אויגן אז "א נייע טלית בייטל דארפסטו טאקע אויך!" מוחל טובות.
עס איז דא נאך צדדים. אויב גייט מען נישט אידערוואכן מיט א זילבערנע עטרה דארף מען אויך טוישן צו א שטיינערנע אדער דאס אז מען איז מוסיף זילבער איז גענוג פאר כבוד שבת?
און די וואכעדיגע זעלבסט? די בילד אויפן עד איז פון א זיבן רייעדיגע עטרה (צו געזונט אלערט) און נאר די מיטלסטע רייע איז באשטיינערט, דאס איז וואו די מאדע האלט יעצט. לפי זה, זינט די מאדע איז יעצט אז אינדערוואכן גייט מען מיט פיר רייעס זילבערנע קנעפ האט נישט די שטיינער קיין מקום דארט, ווייל פיר האט דאך נישט קיין מיטלסטע. צוריקטוישן צו 3 רייעס איז שוין נישט אזוי פשוט, מעלין בקודש ולא מורידין.
מאכן אז ביי די וואכעדיגע זאלן אלע פיר רייעס האבן די שטיינער איז דאך א זלזול אין שבת. איז דערווייל בלייבט דאס אזוי, ביז פארקאש'ס מארקעטער וועט אויפקומען מיט נאך א וואנזיניגקייט.



ציצית. מפואר האט שבת'דיגע ציצית.

מאי שבת'דיג? קשר על גבי קשר. דאפלטע פרינדזשעס בלע"ז.
איז די שאלה אזוי, פאר וועם איז דאס געמאכט? (פאר מפואר'ס בערזל...) מפואר זאגט אודאי אז פאר יעדעם, מען קען נישט סתם אזוי מקיל זיין. איך וויל אבער וויסן מעיקר ההלכה.
די יסוד הסטייל איז פון די "שבת'דיגע טליתים". וואס איז דאס שבת'דיגע טליתים? איז דא אפאר נפקא מינה'ס און איך וועל זיי אויסרעכענען פאר די וואס ווייסן נישט. די ערשטע מעלה לכבוד שבת איז אז געווענליך איז עס דיקער, א שטארקע מעלה. נאך א מעלה איז: דאפלטע פרינדזשעס, גאר א שטארקע מעלה, אבער אינדערוואכן איז עס נישט אינטערעסאנט ווייל מען גייט נישט מיט קיין בעקיטשע קנעפלעך (ובזה מובן פארוואס די בנש"ק'לעך גייען יא מיט שבת'דיגע טליתים אינדערוואכן...). די דריטע מעלה איז אז עס האט אנדערע שווארצע ליינס. (אפשר פארדעם איז שבת פטור פון תפילין, ווייל די טלית האט שוין רצועות אנשטאט.) אזוי אז דו "מוזט" מיר באצאלן מער, לכבוד שבת (ונתנו וואראנטי).

יעצט לאזט זיך קלערן צו בחורים זענען אויך מחוייב בטלית שכולה פרינדזשעס, זינט זיי גייען דאך נישט מיט קיין טליתים, בטל היסוד בטל כל הבנין. (טייל ספרד'ישע גייען דאך אינדערוואכן אויך מיט פרינדזשעס על גבי פרינדזשעס על גבי פרינדזשעס, סוי קוקט מיר אויס אז ביי זיי איז די גאנצע זאך סייווי אנדערש, זאלן זיי פרעגן זייערע דיינים.)
מפואר קען זיין אז ער האלט אז עס איז א דין אין די בגד נישט א דין אין שבת. אדער אז עס איז א חובת חפצא נישט א חובת גברא, ודו"ק.

דאס איז וואס איך געדענק אויף די מינוט, איך האב נישט נאכגעקוקט די מ"מ, ויה"ר שלא יצא מכשול מתחת ידינו.

חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2014 6:32 pm

תגובהדורך חרוזים » דינסטאג יוני 14, 2016 4:37 pm

א גוטע שאלה האסטו געפרעגט מיין קינד
און דערמיט געטראטן אויף מיין אלטע וואונד

נאך א מזל מיין ב"ב קוקט נישט אין אונזער וועלט
ווען יא וואלט זי מיר שוין מכבד געווען מיט ווארים און קעלט

אבער איין זאך וויל איך נאר וויסן
וויאזוי קענסטו דאס מיטן דיין אויסשמיסן

ווען דער דיין איז דאך א נוגע בדבר
ווען ער האט פון די אלע מלבושים שוין געהאט בעבר

וועסטו מוזן אפיר זיכן א דיין פון אמאל
וואס גייט מיט בגדים שוין יארן אן א צאל

און די נייע מאדע'ס האט ער נאך נישט געטעיסט
דעמאלט'ס וועסטו אים קענען פאלגן וואס ער הייסט


צום שלוס נאדיר ;l;p- ;l;p- ;l;p-
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » דינסטאג יוני 14, 2016 4:44 pm

עס איז בכלל נישט אזוי פשוט ווי דו לייגסט עס אראפ, עס איז דא אין דעם גאנצעטע געטועכצער (קרעדיט: מחוסר מפני חוזר הפנאי) און עס איז כדאי יעדער זאל פרעגן זיין מורה הוראה און נישט נעמען דאס ענין לייכטזיניג...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דינסטאג יוני 14, 2016 5:35 pm

מיסטעריעז - פיין געשריבן. גוט אראפגעלייגט די סוגיא.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג יוני 14, 2016 9:26 pm

מיסטעריעז! ווייסט ווילאנג איך ווארט שוין אויף דעם ארטיקל? שרייב אפטער מער! מיר באלעקן זיך די פינגער!

א גרויסן ייש"כ צום ווידערזעהן ביים קומענדיגן ארטיקל...

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1968
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » דינסטאג יוני 14, 2016 9:30 pm

;l;p-
מה פתאום??? האט געשריבן:מיסטעריעז! שרייב אפטער מער! מיר באלעקן זיך די פינגער!
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דינסטאג יוני 14, 2016 9:52 pm

געלאכט, געלאכט, און ווידער געלאכט!
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מיטוואך יוני 15, 2016 1:27 am

אוי ווי דער ווארפט צאם דא.. ממש ווי א למדן אז איך בין שוין מער צומישט ווי פון די... וואס נאר??? געדענק נישט... עני וועי טענקס מיסטריעז, איך האב הנאה געהאט

בד״וו @גראמי דיין תגובה גראמט, דו קענסט גראמען?

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » מיטוואך יוני 15, 2016 6:26 am

פיינע ווארע דאס

זאג נאר וואסידאז אבני אלגביש?
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22351
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יוני 15, 2016 10:06 am

הער מיסטער יעיז
אומזינסט מאכסטו נערוועז
באלד וועט איר נאך וועלן
אונז אויפן פארהער שטעלן
צו יכול'ן מיר קאנען
אייער פשט'ל פארשטאנען
אלענפאלס, ס'איז שיין
באלעק מיר זיך די ציין.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך יוני 15, 2016 3:33 pm

יישר כח אלע דאנקער, קאמפלימענטירער און גראמער.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5783
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך יוני 15, 2016 3:40 pm

א גראם מיט טעם האט געשריבן:געלאכט, געלאכט, און ווידער געלאכט!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » מיטוואך יוני 15, 2016 8:49 pm

אויך שטארק הנאה געהאט,

אונז דארפן אפטער אזאנע ארטיקלען.

ישר כח.

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » מיטוואך מאי 23, 2018 10:34 am

dim האט געשריבן:אויך שטארק הנאה געהאט,

אונז דארפן אפטער אזאנע ארטיקלען.

ישר כח.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט