ליטעראטור איבער גוי'אישע קאר סערוויסעס

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע: אין שֵמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליון »

מי יודע האט געשריבן:דו קענסט נישט 'אסר'ן' גוי'אישע קאר סערוויס, ווען די אידישע איז נישט אלעמאל עוועלעבעל, פאלגענד איז א ליסטע ווען זיי זענען נישט עוועלעבעל אין קרית יואל (וואס איך האלט מיט גאר אסאך, ווער ס'האט נאך קען מוסיף זיין):
טעגליך פון 8:00 ביז 10:00 צופרי
צומאל פון 8:00 ביז 10:00 ביינאכט
טעגליך פון נאך 10:00 ביינאכט
ערב שבת ויו"ט נאך 1:00 נאכמיטאג
מוצאי שבת
חול המועד
אין די צייטן איז דא א גרויסע באזע פון קאסטומערס, און אויב איז נישטא קיין אידישע קאר סערוויס אין די צייט קאנסטו נישט אסר'ן גוי'אישע

פורים (נאך פארשטענדליך)
און שושן פורים
Impossible is just an opinion
איך לאך
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך לאך »

איך בין געפארן פאר אסאך יאר צוריק מיט א קאר סערוויס דא לאקעל אין וויליאמסבורג, און ער האט אנגעפאנגען צו רעדען ניבול פה וואס האט מיר געשאדט פאר א לאנגע צייט

רח"ל א בחור אדער מיידל זאל דאס הערען
אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים צבי »

ערליכע אידן זענען מהדר צו נוצן נאר UBER קאר סערוויס וואס זייערע דרייווערס זענען באקאנט מיט געוואלדיגע זהירות אין אלע ענינים, מען זעט באשיינפערליך ווי זה לעומת זה עשה אלוקים, אין אזא פריצות'דיגע דור מיט אזויפיל מכשולות האט דער רבש"ע רחמנות געהאט אויף כלל ישראל און אונז מזכה געווען מיט אזא ריינע אויסגעהאלטענע טראנספארטאציע מיטל.

מי יתן והי' אז זייער סערוויס זאל זיך צושפרייטען ימה וקדמה צפונה ונגבה און זיין צוגענגליך אין אלע אידישע געגענטער.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ולא מיין האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:איך האב ליידער גענוג מעשיות אויף אידישע דרייווערס, וואס פיל מאל איז דאס ליידער פיל ארגער אוואו מיט א גוי

ס'איז זיכער דא פארדארבענע אידן, ערגער ווי גוטע גויים, אבער סתם אריינצושיסן אזא תגובה אן דעקונג, און כאילו אז פארדעם איז בעסער צו פארן מיט'ן גוי, איז אין מיינע אויגן, לויטער רשעות.

ווייל פונעם גוי ווייס מען זעך צו היטען
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

דער קוטשער האט געשריבן:ביטע אריינלייגן אין קעפל מאנסי און קרית יואל אדער ווייסעכוואס...

איך ווייס נישט וואס מ'רעדט, דא אין ווילי איז דאך דא דער גוי וואס האט די מעלות פון נוצען א גוי

און ער איז אויך א איד, דער בעה"ב איז א איד זאל זיין געזונט.

ווייס איך נישט וואס איר ווילט, חוץ אז ס'קומט א קאמפיטישאן.
-
ער קומט געשווינד, ער פארשטייט נישט וואס אונז רעד מיר אין די בעק, ער פארשטייט שבת די שפראך (יעצט הייב אן א גאנצע שמועס איבער שבת מיט א איד בעה"ב, ער האט שוין ווארשיינליך גערעדט צום דיין), ער האט קעמערעס, ער איז אלס אוועילעבעל חוץ ווען זיינע הונדערט קאר'ס זענען שוין אויסגענוצט ווייל ס'גיסט, חוץ פון דעם האט ער נאך 100 יונגעלייט וואס טראגן פאר די וואס בעטן אידן פאר די קינדער אדער פרויען, ער ווערט געפאלואוד יעדע רגע מיט א דזשי פי עס, ער רופט ווען ער קומט אן..

אפילו אזוי שיקען מיר נישט קינדער מיט א גוי,

וואס נאך האט מען דא אויסגערעכנט?
(מיינע נומבער'ס זענען אבי געשאסן, אבער דאס איז דער פוינט)

איר זענט אפשר זייער'ס א "קוטשער"?

די מציאות שטימט נישט מיט די פאקטן..
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6761
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

Go car is the worst car service in my opinion
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

איך בין גראדע צופרידן פון גוי קאר. פונקטליך און שנעל.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

אויב עפעס זאל מען מאכן אן אויפקלערונגס קאמפיין
'אסרן' איז שוין א מיאוסע ווארט.
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

אין מאנסי איז באקאנט כמה נישט גוטע מעשיות וואס קורסירן פון מויל צו אויער אויף די גויעישע "אמעריקען לאטינע" טעקסי

שומר נפשו ירחק מהם
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

אפשר טאר מען נישט לאזן א גוי ארבעטן אין קיין גראסערי ווייל עס איז שוין פארגעקומען מעשיות,?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

דער עולם איז אזוי פאר'סטאדע'ט געווארן, אז מען האט באמת מורא ווען עסקנים ווילן מאכן א קאמפיין. וואס די גיהנם גייט דיר אן אז עסקנים ווילן אויפקלערן / אסר'ן? זאלן זיי אסר'ן. דו טו וואס דו האסט צו טון, און עס וועט נישט שאטן אויב דו וועסט מאכן א עדיוקעיטעד' און אינפארמירטער באשלוס בנוגע וועמען צו רופן.

לגוף הענין, איז דא א ערנסטער מקום לתקן, בנוגע פרויען וואס נוצן די קאר סערוויסעס. פאר די לייף אף מי קען איך נישט אויספיגערן פשט פונעם איסור פאר פרויען צו דרייוון, אבער פארן מיט א גוי'אישע דרייווער איז סאך א גרעסערע פראבלעם. איך האב שוין מיטגעהאלטן א מעשה ביי א נאענטע (כ'גיי עס אבער נישט אריין שיקן...), און עס איז באמת א פראבלעם.

א תיקון גדול וואלט געווען - און עס וואלט פיל צוגעהאלפן פאר יחוד שאלות - צו האבן א סאך מער פרויען דרייווערס עוועילעבל. אויב די עסקנים זענען באמת עסקנים און נישט מיט ביזנעס אינטערעסן, זאלן זיי טון אין דעם ריכטונג אנשטאט זאמלען מעשיות.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

סמארט גאי האט געשריבן:אויב עפעס זאל מען מאכן אן אויפקלערונגס קאמפיין
'אסרן' איז שוין א מיאוסע ווארט.

קוק צוריק די ערשטע תגובה פוו דעם אשכול, ער שרייבט "אויפקלערן", פאר סאם ריזען האט מען עס אנגענומען אז מען גייט אסר'ן (אביסל פארשטענדליך גראדע, כך הוא דרכו של עולמינו, מען קלערט אויף און א חודש שפעטער איז עס אסור).
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איי דאונט געט איט... ווילסט אסר'ן גויאישע קאר סערוויסעס זוכסטו מעשיות? מיין שכל זאגט עפעס פארקערט, אז דו האסט מעשיות אסר די קאר סערוויסעס...

דאונט געט מי ראנג, איך קאלל ענדערש א יוד ווי א גוי, איך האלט שטארק פון שטיצן יודן, אבער פארוואס זוכן מעשיות צו קענען אסר'ן? ובפרט ווען אין געוויסע פעלער מוזטו צוקומען צו זיי...

קודם כל, ווער זאגט דא אסר'ן?
ליין נאכאמאל איבער די ערשטע תגובה פונעם אשכול וועט איר זעהן אז ס'איז נישט אזוי ערנסט דער מצב

והשנית,
ווער זאגט ס'איז נישט דא מעשיות,
זיי האבן מעשיות, נאר פאר מ'געט ארויס די ליטעראטור וויל מען הערן פונעם עולם וואס נאך ס'איז דא, צו קענען ארויסגעבן א דבר השלם
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

מה פתאום??? האט געשריבן:איך ניץ קאר'ס כמעט יעדן טאג און ווען עס רעגנט ניץ איך אפאר מאל א טאג. איך רעד פון ווילי.

ווען עס רעגנט קען מען גיין בארן קלאפן מיט אלע אידישע קאמפאני'ס נישטא אפילו ווער זאל אויפהייבן דאס טרייבל. די גוים זענען גאנץ אקעי און מ'רופט און זיי קומען. ווען מ'יאגט זיך נעמען די אידן ארויס די קושקעס, מ'לאזט ווארטן און מ'האלט נישט ביים קומען. די גוי רוב מאל נישט. ווען עס איז א פשוט'ע גרינע דינסטאג וועט די איד עפ"י רוב שיקן א גוי, נו מה אהני חכמים בתקנתם?

פריער האט איינער געזאגט אז ווען מ'מאכט א איסור דארף מען צושטעלן א אלטערנאטיוו, ער איז גערעכט בתכלית ה'גרעכטיגקייט, אהן דעם וועט זיין עולם כמנהגו נוהג און די אזוי אויך פלאקאטן פולע גאסן וועלן זיך אנפילן מער.

אז מ'רעדט שוין פון די קאר סערוויסעס וואלט איך געוואלט פארשטיין פארוואס זיי האלטן נישט ביים מאכן א סיסטעם אז א האלבע מינוט פאר די דרייווער קומט אהן צו מיין הויז זאל ער מיר מוחל זיין אפרופן אויפן סעלולאר זאגן אז איך זאל אראפקומען, איך פארשטיי אז מ'קען זיך נישט אויסרעכענען ווי לאנג עס וועט געדויערן פארן טרייבער די וועג צו מיר, אבער פארוואס זאל איך שטיין אין די רעגן/קעלט/היצן פאר 5 צו 10 מינוט? איך האב וואס צו טונן מיט מיין צייט. כאטש אזויפיל סערוויס מעג מען צושטעלן.

איך האב געהאט א תקופה וואס איך האב יעדן טאג גענומען דעם זעלבן קאר סערוויס פאר די זעלבע לאקאל אין די זעלבע צייט, ער האט געמעגט כאפן אז כאטש פאר אזא קאסטומער דארף מען זיך צושטעלן, האב איך אים געבעהטן ער זאל זאגן די טרייבער מיר צו רופן ווען ער קומט אהן, ער האט עס געטוהן אפאר טעג, אבער נאכדעם ווען איך האב דאס פארלאנגט האט ער מיר אריינגעלאזט א פסוק איך זאל זיין א נארמאלער מענטש און ווארטן אינדרויסן ווי יעדעם איינעם.

פארשטענדליך אז מיט דעם האט זיך מיין לעצטע קאל צו זיי געענדיגט.

נישט צו אויסלאזן א וויכטיגע פרט: די מעשה איז געווען מיטן אידישן קאר סערוויס, זינט דעמאלטס בין איך ביים גוי.

איך ווייס נישט וואס ס'טוט זיך ביי די יודישע,
באט איך האב געהאט עקזעקטלי די זעלבע מעשיות ווי דיר, נאר מיט גוי'שע דרייווערס (אין ווילי)
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

פערפעקט האט געשריבן:הונדערט פראצענט מ'דארף עפעס טוהן קעגן נוצן גויאישע קאר סערוויסעס.

אבער לייג דיך אויך אריין צו פארשטיין פארוואס מ'נוצט זיי בכלל, לאמיר זאגן ווייל ס'איז [באמת זייער זייער] ביליג, נו טרעף א וועג וויאזוי צו העלפן דעם ציבור, וועט די עולם הערן און מיט פאלגן מיט פארגעניגן.

ניין, מען קוקט נאר אויפן רוחניות פראבלעם, און די רעשט גיי אין דערערד.

די תורה האט אונז געלערנט, אז מ'אסר'ט עפעס, שטעל עפעס צו ענליכס וואס איז מותר.
און אזוי האט די רבי געטוהן, געאסרט נעמען געלט פון די מדינה, האט ער צוגעשטעלט א קרן הצלה, וכהנה וכהנה.

אונזערע עסקנים ווייסן נאר צו רעסטריקטן (און מיט רעכט), אבער גארנישט צו געבן אנשטאט, נאר דערשטיק דיך.

#דעת בעלי בתים היפך דעת תורה

ווער אסר'ט ?!

ס"ה האבן אפאר וואוילע יודן געהערט לעצטנס שוידערליכע מעשיות וואס האבן פאסירט מיט גוי'שע דרייווערס,

און נאכן זעהן אז דער עולם איז נישט אזוי באקאנט מיטן פראבלעם, (צוליב וואס די זאכן זענען געווענליך מן הדברים שהצניעות יפה להם)

האבן זיי באשלאסן אז ס'וואלט געווען א גוטע זאך, צו פארשפרייטן אביסל מאטריאל איבער דעם ענין דער עולם זאל זיין באוואוסטזיניג צום פראבלעם און טראכטן צוויימאל פאר מ'שיקט א קינד מיט א קאר סערוויס
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:אפשר טאר מען נישט לאזן א גוי ארבעטן אין קיין גראסערי ווייל עס איז שוין פארגעקומען מעשיות,?

איך מיין אז ס'איז דא "א שטיקל" חילוק פאר יעדן בער דעת צווישן א גראסעריי וואס איז א מקום רבים,

און זיצן אין א קאר אליינס מיט א גוי וואס קען אוועקפארן ווייסעכווי, (און ס'קומט דאך אויס אריבער צו פארן שטילע גוישע געגנטער, בפרט לאנג דיסטענס)
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:

ווי פריער געשריבן, אויב איז עס א לעגאלע קאר סערוויס, איז די דעליווערי גוי פון גראסערי א גרעסערע סכנה.
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

פרידן האט געשריבן:איך באמערט דא הערשט אביסל א דור הפלגה שמועס
די מציאות אין יעדע שטאט איז אנדערשט סיי די געברויך דערפאר סיי ווער זענען די גויאישע סיי ווער זענען די אידישע למשל אין ב"פ איז כמעט נישט דא קיין היימישע אידישע עס איז דא רויסישע יודן אבער אסאך מאל באקומט א טאף רוסישע קללות בקיצור אין איבעראל איז א אנדערע מציאות
למשל די געהריגע עויאיש דא אין שטאט האבן אלע קעמערס וואס די דיספעטשער קען זעהן
צען קען נישט מאכן א מיש מאש מיט א שם הכולל גויאישע אידישע קאר סערוויס

אין ב.פּ. איז דא עטליכע היימישע קאר סערװיס
געט א קאר
געדענק איך נישט דער נאמען אבער 6666 600 (האט אויך אפגעקויפֿט א רוסישער? קאר סערװיס) קומט אמאל א היימישער איד אין אמאל להבדיל אן אנדערע געװעלעך זייער צייטלעך און פיין רופֿען אריין אויב מען איז נאך נישט אינדרויסען
אי זי - װייס איך נישט אויב זיי גייען נאך אן
עס איז דאך נאך איינס זיכער געדענק איך נישט יעצט דעם נאמען
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6761
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

שאינו יודע האט געשריבן:Go car is the worst car service in my opinion

א חשוב׳ע איד האט מיר מעורר געווען צו שרייבן דעקונג דערויף

איז אזוי

קודם, ביי זיי וועלן זיי אייביג זאגן 3 מינוט איז דא א קאר, און עס קען זיין ערגעץ צווישן 1 מינוט און א האלבע שעה

איך פליגל אין איין תקופה ניצן איעדן טאג צוויי מאל א טאג א קאר סערוויס, איך פליגל ניצן זיי אדער ברוקלין, ביי ברוקלין האט זיך געקענט מאכן אז זיי האבן נישט, אבער קיינמאל נישט געווארט מער ווי צען מינוט

ביי גאו קאר האב איך שוין מערערע מאל געהאט וואס איך הרב געווארט 20 מינוט כאילו לא היה

און איינמאל נאך צוואנציג מינוט און אריינרופן עטליכע מאל, וואס יעדע מאל זאגט ער מיר אז ער איז ביים קארנער, פרעגט ער מיר אז ער האט נאר א פרוי אויב ער קען איר שיקן

איך האב אים געזאגט אז איך וויל רעדן צו זיין בעה״ב, פארשטייט זיך אז ער איז נישט אוועילעבל (ער איז אויף א מיטינג מיט די בארא פארק באס אייגענטומער)

א צווייטע מאל נאכן ווארטן איבער צוואנציג מינוט האב איך אים געבעטן צו רעדן מיט א סופערווייזער, דער סופערווייזער א צווייטע אמיגא האט געטריבן ליצנות, און איך פון אים וחסל

איך האף אז עס וועט אנקומען צו די ריכטיגע אויערן

עס איז צייט אז די חרדישע קאמפאניס און סטארס זאלן אנהייבן צו געבן סערוויס, און נישט וויינען מיט קראקאדיל טרערן אז מען גייט צום גוי
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

שאינו יודע האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:Go car is the worst car service in my opinion

א חשוב׳ע איד האט מיר מעורר געווען צו שרייבן דעקונג דערויף

איז אזוי

קודם, ביי זיי וועלן זיי אייביג זאגן 3 מינוט איז דא א קאר, און עס קען זיין ערגעץ צווישן 1 מינוט און א האלבע שעה

איך פליגל אין איין תקופה ניצן איעדן טאג צוויי מאל א טאג א קאר סערוויס, איך פליגל ניצן זיי אדער ברוקלין, ביי ברוקלין האט זיך געקענט מאכן אז זיי האבן נישט, אבער קיינמאל נישט געווארט מער ווי צען מינוט

ביי גאו קאר האב איך שוין מערערע מאל געהאט וואס איך הרב געווארט 20 מינוט כאילו לא היה

און איינמאל נאך צוואנציג מינוט און אריינרופן עטליכע מאל, וואס יעדע מאל זאגט ער מיר אז ער איז ביים קארנער, פרעגט ער מיר אז ער האט נאר א פרוי אויב ער קען איר שיקן

איך האב אים געזאגט אז איך וויל רעדן צו זיין בעה״ב, פארשטייט זיך אז ער איז נישט אוועילעבל (ער איז אויף א מיטינג מיט די בארא פארק באס אייגענטומער)

א צווייטע מאל נאכן ווארטן איבער צוואנציג מינוט האב איך אים געבעטן צו רעדן מיט א סופערווייזער, דער סופערווייזער א צווייטע אמיגא האט געטריבן ליצנות, און איך פון אים וחסל

איך האף אז עס וועט אנקומען צו די ריכטיגע אויערן

עס איז צייט אז די חרדישע קאמפאניס און סטארס זאלן אנהייבן צו געבן סערוויס, און נישט וויינען מיט קראקאדיל טרערן אז מען גייט צום גוי

איך בין עדות אויף יעדע ווארט.
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

איך האב שוין געהאט ביי ברוקלין די זעלביגע זאכען, געהאט א דאקטער אפוינטמענט, נאכען אפווארטען א האלבע שעה, און פלאצען פינעף מאל הערען זייער לאטינעשיע מיוזיק אויף האלד, זאגען זיי, נישט דו ביסט אריין אין קאר? סאררי, איינער האט אוועק גענומען דיין קאר, אונז שיקען שוין א צווייטען... איך מיין גאו קאר דארף זיך פלעין אויסלערנען וויאזוי מ'חוש'ט ארום, אזוי וועט ער זיין פונקט אזוי גוט ווי ברוקלין
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

אין בין מוראידיג ווארעם צו שטיצען אידען נישט נאר אלס די הלכהדיגע חיוב און איך האב שוין דא געשריבען אפאר תגובות וועגען דעם

אבער פארוואס פארשטייען אסאך אידישע ביזענסער אז איך דארף קומען צו אים אבער ער פארשטייט נישט אז ער דארף אויפנעמען אידישע איירבעטערס (איך רעד פאר זשאבס וואס ער קען טרעפען אידען )
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

קלוגער, עס קען זיין אמת.
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

בן נון האט געשריבן:קלוגער, עס קען זיין אמת.

און דעס איז נאר איין משל, איך האב שוין געגעסען גאל מיט ברוקלין און מיט ניי ברוקלין, [ווייס נישט פונקטלעך די חילוק].

און אז מ'רעט שוין וועל איך דערציילען א מעשה וואס כ'האב געהערט פון איינעם, זיין זון איז געפארען מיט א נישט יודישע קאר סערוויס, דער דרייווער האט געהאט א גרויסען סמארט פאון ווי ער האט גענישטערט גאר נישט איידעלע בילדער, דער בחור'ל האט זיך אפגערעט צו זיין טאטען אפאר טעג שפעטער אז די שרעקליכע בילדער פארדרייען אים די קאפ זייט דעמאלץ
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6761
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

קלוגער

אלעס קען זיין

במציאות האב איך שוין געהערט פון מערערע זיך אפרעדן אויף גאו קאר מער

די עטיטוד פון די אידישע ביזנעסער ארבייט שוין נישט געהעריג היינט צו טאגס

ביי די גויאישע וועלט פאוקוסט מען אויף customer service מה שאין כן ביי די היימישע, די זעלבע זאך ביי די מוסדות וכו׳
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”