לשובע ולא לרזון: קערעסטיר

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6815
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

יפה דברת

די שטותים געמאלאכטס דא איז שרעקליך
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

הרב אומאפציעל
האסט א פוינט, אבער גאלדענע פעדער איז אויך גערעכט

רבי ישעי'לע האט געוואלט מ'זאל ווייטער אנהאלטן דעם דרך פון הכנסת אורחים, און צוגעזאגט אז מ'וועט ווייטער זעהן ישועות אויב מ'וועט אנהאלטן דעם דרך,

אבער סתם טיילן ריבוי אכילה אין אלע רעסטעראנטן און מאכן ביליגער אין ג' אייר, ווייל ס'איז חג האכילה דאס איז א שרעקליכע עוולה.

און למעשה זענען אייך ביידע גערעכט און איר דינגט זיך נישט.
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

ר' ישעי' איז געווען בחינת קדושת יוסף הצדיק ווי עס האבען אויף אים מעיד געווען זיינע רבי'ס, ו''יוסף הוא המשביר'' מיט זיין געבן צו עסן פאר אידן האט ער ממשיך געווען בעולמות עליונים דעם מעיין הברכה,אז דער קוואל זאל פליסען
אודאי איז געווען אויך פשוטע געוואלדיגע חסד, מיט אהבת ישראל און עניוות,
אבער די נקודה איז געווען שומר הברית והחסד דאס איז געווען זיין מדריגה אויף וואס ער האט נישט געגעבן קיין למעשה'דיגע הוראות פון זיין דרך און אויך נישט קיין עצות וויאזוי צוצוקומען צו דעם,
משא''כ זיין חסד און צדקה און אהבת ישראל מיט באהאלטענקייט דאס קען מען נאכמאכען
אבער מען טאר נישט פארגעסן אז ר' ישעי' האט נישט געהאט קיין ענין אז אידען זאלען זיין מגושמים און ליגען אין אכילה
מדארף וויסען אז קדושת צדיק יסוד עולם איז דער יסוד
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

אומאפיציעל, ס'איז מיר א חידש צו זעהן ווי א מענטש קען זיך אזוי אליינס אזוי סותר אין א תגובה א קיין שום בושה...

געבט א קוק, אנפאנג און דעם תגובה אייערע איז דאס "רבי ישעי'לעס טיילען עסען פאר יודן" בכלל נישט קיין שום חידש. ווייל העלאאא אברהם אבינו האט דאך שוין אויך געטוהן אזאנס.... און עד כדי כך איז עס נישט קיין חידש, אז איר האט אפי' א טענה צו מיר.. אז היתכן איך שרייב אפי' אזא פאני זאך אז ס'איז יא געווען א חידש?......

און ווי ווינדערליך איז אז בלויז אפאר שורות נאכדעם איז שוין צוריק "רבי ישעי'לעס טיילען עסען פאר יודן" צוריק א HUGE חידש... ווייל העלאאא זינט אברהם אבינו און משה רבינו, האט דען שוין איינער געזעהן נאך אפי' איין צדיק וואס זאל טיילען עסן פאר יודן...? בלייב איך ביי א צריך עיון..

אומאפיציעל האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן: און ווי ס׳האט געשריבען דער ניק @ניסעל (און דעם אנדערען אשכול, אגב האב איך דאס נאך נישט געטראפען און דעם ספר הנ׳ל) אז ס׳איז געגאנגען עד כדי כך, אז רבי ישעי׳לע׳ס רבי׳ס אליינס, רבי הערשעלע ליסקער, דער צאנזער רב, און רבי מרדכי׳לע נאדבורנער, און נאך אסאך צדיקים. האבען זיך גאר געווינדערט, אויף דעם אינטערסאנטער און מחידש׳דיגער דרך, פון רבי ישעי׳לע פון צי טיילען, און סערווירען, עסען פאר יודן.

קיינער פון זיינע רבי'ס האבן זיך נישט גע'חידוש'ט אויף זיין טיילן עסן פאר יודן, טיילן עסן פאר אידן איז נישט קיין חידוש. אויף ר' ישעי'לע'ס מצבה שטייט "ביתו פתוח כביתו של אברהם אבינו", דאס מיינט אז ביי אברהם אבינו אין שטוב איז געווען "די זעלבע ווירטשאפט"...

אומאפיציעל האט געשריבן:נאך איין זאך איז ר' ישעי'לע געווען א חידוש, אז ער האט זיך אליינס געפארעט מיטן אנגרייטן און אויסטיילן די עסן, די סיבה איז געווען א פשוט'ע, ווייל נאר אזוי איז געווען גענוג פאר יעדן... ווי אויך האט דורכדעם די עסן געקענט האבן די געוואונטשענע השפעה בגשמיות וברוחניות אויף די עסער'ס, און טאקע דאס גופא איז געווען א חידוש אז אנדערש ווי ביי אלע צדיקים וואס האבן ממשיך געווען די השפעות און ישועות און קדושה אויף די וואס זענען געקומען צו זיי דורך זייער תורה און עבודה, האט דאס ר' ישעי'לע געטון דורך געבן פאר יענעם צועסן. בכלל איז ר' ישעי'לע געווען א חידוש מיט זיין אליינס זיין אן "עומד ומשמש" ווייל זינט אברהם אבינו און משה רבינו, געדענק איך נישט פון נאך איין צדיק וואס זאל שטיין און סערווירן ריזיגע געדעקטע טישן מיט אורחים מיט די אייגענע הענט, עכ"פ נישט אויף קיין קביעות'דיגן אופן.


דערנאך וועגן דאס וואס רבי ישעי'לעס רבי'ס האבן זיך גע'חידש'ט אויף זיין דרך, האב איך בלויז נאכגעזאגט פון דעם ניק @ניסעל (דא) און אגב מאכט עס אסאך סענס. און וואס די מקור זיינע איז קענט איר איהם אליינס גיין פרעגן... און אגב דאס וואס איר האט נאך נישט געהערט דערפון מיינט נאכנישט אז ס'איז נישט אמת...
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

וואס איז די סתירה?
ער זיין דור איז ער געווען א חידוש, משא"כ בדורו של אברהם.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

שיינע תירץ...
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:שיינע תירץ...

נישט דאס איז וואס ער זאגט?
אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 18, 2009 4:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעלנער »

איסר האטלקי האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:שיינע תירץ...

נישט דאס איז וואס ער זאגט?

די אשכול געהערט פאר גאלדענע, דא טאר מען נישט שרייבן אנדערש פון וואס ער טראכט.
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

לאמיר מאכן א ביסל סדר דא

כולא עלמא מודי, אז הרה"ק רבי ישעי'לע זיע"א האט געגעבן צו עסן פאר אידן, אויף גאר א ברייטע פארנעם (געשחטן יעדע וואך א פרישע קעלבל אדער מער)

אבער אויך כולא עלמא מודי, אז פרעסן על טהרת קערעסטיר איז אפגעפרעגט, און האט נישט קיין שייכות מיטן צדיק

וואס יא, מ'דינגט זיך, צו דאס געבן עסן אין די שולן, איז פרעס על טהרת קערעסטיר, אדער המשכת דרכו בקודש דורך טיילן עסן פאר אידן אויף א ברייטן פארנעם

נו, אין דעם כנראה יש לחלק, ווענדט זיך אין וועלכע שול מ'רעדט, און וועלכע עסע'רס אדער טיילערס ס'דא דארט
און דאס איז דער חילוק מן הסתם


גאלדענע פעדער איז געווען אין ביהמ"ד..... וואס דארט איז געווען א שרעק צו ציקוקן דעם פרעס

און אומאפציעל איז געווען אין ביהמ"ד.... ווי מ'האט געגעבן א פיינעם פרישטאג, און גערעדט פון פעולות הצדיק, און ס'איז געווען א פיינע אטמאספער,

וזה החילוק לדעתי.
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

און איך איטאליענער פארשטיי נישט די חילוק. און אויב פרעסט מען? אידישע קינדער זענען הונגעריג און איינער גיבט זיי צו עסן צו שטילן זייער הונגער, וואס איז שוין די גרויסע עולה? ר' ישעי' וואלט זיכער אויך געגעבן פאר פרעסערס.
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

גאלדענע פעדער, לאמיך פארענטפערן די סתירה.

דאס געבן צו עסן פאר אידן פון שענסטן און בעסטן, דאס איז א זאך וואס יעדער איד דארף טון אזוי ווי אברהם אבינו האט געטון, און מיט דעם איז נישט געווען ביי ר' ישעי'לע קיין שום חידוש. דאס איז אלעמאל געווען דער דרך הצדיקים, צו געבן פאר א איד דאס שענסטע און דאס בעסטע.

וואס איז אבער יא געווען א חידוש, איז דאס וואס "ער איז אליינס געווען פארנומען דערמיט, אויף א אומגעווענליכן שטייגער", אנדערש ווי ביי אנדערע צדיקים - אפילו די וואס האבן יא געהאט א גרעסערע הכנסת אורחים ווירטשאפט - וואס די שטוב לייט פלעגן טיילן די עסן פאר די מסובים. דאס אז א צדיק זאל שטיין ביים טיש און סערווירן מיט די אייגענע הענט פאר הונדערטער אידן אויף א קביעות'דיגן אופן דאס איז געווען א חידוש. ר' ישעי'לע האט אין דעם עצם "טיילן עסן" געהאט אן עבודה וואס אנדערע צדיקים האבן נישט געהאט.

איך האף איך קום אריין קלאר, בעצם האב איך דאס שוין געשריבן אין מיין פריערדיגע קאמענט, ליין איבער וועסטו זעהן איך מאך זייער קלאר דעם חילוק.
בּרזל
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בּרזל »

איז היי יאר אז ס׳געפאלט אום שבּת, ווערט די פרעס חגא מוקדם אדער נדחה? וועלכע טאג וועלן די רעסטוראנטס מאכן די סעילס?
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

בּרזל האט געשריבן:איז היי יאר אז ס׳געפאלט אום שבּת, ווערט די פרעס חגא מוקדם אדער נדחה? וועלכע טאג וועלן די רעסטוראנטס מאכן די סעילס?

דריי טעג פאר די יא"צ, און דריי טעג נאך די יא"צ.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

איסר האטלקי האט געשריבן:און איך איטאליענער פארשטיי נישט די חילוק. און אויב פרעסט מען? אידישע קינדער זענען הונגעריג און איינער גיבט זיי צו עסן צו שטילן זייער הונגער, וואס איז שוין די גרויסע עולה? ר' ישעי' וואלט זיכער אויך געגעבן פאר פרעסערס.



ער מיינט לכאורה נישט אז מ'האט געגעבן די זעלבע אין ביידע שולן נאר דא זענען אנגעקומען א באנדע פרעסערס און זיך צוגעזעצט...

ס'איז דא א נארמאלע וועג פון טיילן און ס'איז דא א פ***ערישע וועג
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

שוין, העמיר צושטעלן די זעלבע עסן פאר סיי די פרעסער און סיי די איידעלע. אבי מען עסט און מען זעטיגט זעך
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6815
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

מאדנע צו זען וויאזוי אידן וואס עסן און שלאפן ב״ה כדי צורכן פארשטייען אזוי צו צדיקים כלאחר יד
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

קעלנער האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:שיינע תירץ...

נישט דאס איז וואס ער זאגט?

די אשכול געהערט פאר גאלדענע, דא טאר מען נישט שרייבן אנדערש פון וואס ער טראכט.

וואס די האסט מורא פון מיר..?
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

שאינו יודע האט געשריבן:מאדנע צו זען וויאזוי אידן וואס עסן און שלאפן ב״ה כדי צורכן פארשטייען אזוי צו צדיקים כלאחר יד

גערעכט

אבער נאך אלץ מעג מען האבן א מיינוג, צו עסן אדער פרעסן על טהרת קערעסטיר איז אויסגעהאלטן, דאס איז אפגעזעהן צו מיר פארשטייען צום צדיק צו נישט (און כמובן מער נענטער צו נישט, ווי צו יא).
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

אומאפיציעל, סא למעשה זאגסטו פונקט די זעלבע פוינט ווי מיר.

אז דאס "ר' ישעי'לעס געבען צו עסן פאר יודן" איז געווען א חידש. פארשטייצעך אז איך מיין די וועג זיינע ווי אזוי ער האט עס געטוהן דאס איז געווען דער חידש, א זאך ווואס מען האט נישט געזעהן ביי קיינע פון די אנדערע צדיקים. און דאס איז עקזעקטלי די פוינט פארוואס איך האב געפענט דעם אשכול. אז מענטשען זאלן דאס פארשטיין און עס נישט נעמען ארויס פון קאנטראל... ודי.. (כ'מיין אז יעצט פארשטייען מיר זיך שוין. לאז וויסן זאג אויב נישט.)
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 852
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

איך בין נישט זיכער צו מען מעג שרייבן אין דעם אשכול - עס גרעניץ זיך מיט מאי אהני לן רבנן. ודע מה שתשוב.

איין קלייניקייגט וויל איך נאר צו ווארפן.
איך האב ב"ה די זכי' צו געבן אפט מאל איבערען יאר צו עסן אין פאבליק לע"נ רביה"ק והטהור ר' ישעי' בן משה.
מיר טרעפן אפט מאל אן הינגעריגע אידען וואס דערקוויקען זיך דאס הארץ מיט די מידת החסד וואס ווערט עד היום געטריבען דורך רביה"ק זיעוכי"א

וואס זאל איך אייך זאגען. זייט נישט קיין שוטים. זייט אייך מקשר מיטן צדיק דורכן מחי' אידען בכל אויפן שהוא. איר קענט אינטער שעפשען שטילערהייט אז דאס זאל זיין לע"נ ועל דעת רביה"ק ישעי' בן משה.
מירר זענען נישט דא פאר קיין מופתים, אבער איין זאך זיכען מיר מיר יא. צו זיין מקושר מיט פריערדיגע צדיקים. מיר ווילן זיי זאלן אינז אינזינען האבען דארט אויבען, דארפן מיר זיי אינזינען האבען דא אינטען.
אין אנדערער אשכול האט @ניסעל צו געברענגט פון הייליגען תפארת שלמה אז ווען מען איז ממשיך די דרכים וואס צדיקים האבן איינגעפירט אויף דעם עולם, גיבט מען זיי צו א פרישער פארציע גן עדן, דערנאך פראגען זיי ביים בי"ד של מעלה וואס האט דא פלוצים פאסירט, זאגט מען זיי אז פלוני בן פלוני בעולם השפל האט געטוהן א מצוה וואס די האסט איינגעפירט. אויף דעם ארויף טענה'ט דער צדיק אז ער וויל נישט עסן נהמא דכסופא, אין ער פארלאנט ביים בי"ד של מעלה אז מען זאל תיכף ומיד באצאלען פאר דעם פלוני בעולם הזה מיט אלעם גוטען.

איך קען נישט צופיל מאריך זיין היצט, מיר דארפן זיך גיין גרייטען מקבל פנים זיין רביה"ק בביתו נאוה קודש דעם פרייטיג צו נאכטס ביי קידוש. אין צווישען גרייט מיר נאך אן א גרויסען קידוש, ווי אויך א שטיקל שלוש סעודת פאר מיין לאקאלען ביהמ"ד.

האט'ס מיר אלע א גיט שבת
לעצט פארראכטן דורך blue moon אום דאנערשטאג אפריל 27, 2017 2:56 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

נא_שכל האט געשריבן:אין די שולן איז געווען צוטיילט א פרק נבחר פון דעם ביכל 'דער וואונדערליכער צדיק", דורך קערסטירער הכנסת אורחים שע"י נכדי רבינו.

צום סוף קונטרס האבן זיי אריינגעלייגט אן אויפקלערונג איבער די מהות העבודה פון טיילן עסן לויט רבי ישעי'לע זצ"ל.

יעצט האבן זיי ארויפגעלייגט אויף אייוועלט דעם פייל דא, לייג איך נאכאמאל ארויף די ארטיקל אין א קלארע PDF פארמאט (נעקסטיים, פארשפארט מיר דעם ארבייט, זאגט מיר פון פרנאויס אז מ'גייט עס ממילא ארויפלייגן...)

לשובע ולא לרזון - נוסח קרעסטיר.pdf
(44.12 KiB) געווארן דאונלאודעד 230 מאל



ווי אויך האבן זיי דארט איבערגעטייטש און מעתיק געווען גאר א אינטערסאנטער ארטיקל פון א אונגארישע צייטונג אין פעסט פון יענע יארן. דער גויאישער שרייבער איז געפארן באזוכן דעם 'טשאדע ראבי' פון באדאראג-קערעסטור, און דערנאך שרייבט ער אפ וואס ער האט דארט געזען און געשפירט.

ליינט און האט הנאה!

טשאדע ראבי.pdf
(212.36 KiB) געווארן דאונלאודעד 384 מאל
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

כ'כאפ נאך נישט, וועם ס'שטערט אז מ'געט צו עסן פאר יודן, כשר'ע עסן, על שם פון הייליגן ר' ישעי'לע?

נישטא קיין גרעסערע פירצות אינעם דור?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

כ'כאפ נישט וואס דיר קוועטשט און אויב איז יא דא גרעסערע, דו רעדסט אויך נאר אייביג פון די גרעסטע פירצה, אמת?
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 852
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

נא_שכל האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:אין די שולן איז געווען צוטיילט א פרק נבחר פון דעם ביכל 'דער וואונדערליכער צדיק", דורך קערסטירער הכנסת אורחים שע"י נכדי רבינו.

צום סוף קונטרס האבן זיי אריינגעלייגט אן אויפקלערונג איבער די מהות העבודה פון טיילן עסן לויט רבי ישעי'לע זצ"ל.



איך פארשטיי נישט ווער עס גיבט זיי די רעכט אפצומאכען ווער עס איז זאט אין ווער עס איז הינגעריג.

עס קוקט אז ווען נישט דעם שיינעם פדף -וואס מאנכע זענען דא אזוי פארגאפט דערפאר- וואלט זיך כלל ישראל גענומען איבער עסן ג' אייר, עד כדי כך אז מען וואלט געדארפט שטעלען הצלה מעדיקס נעבען די שוהלן אין רעסטוראנטן, אז ווען איינער ווערט ח"ו איבער געשטרענגט פונעם גרויסען "רובי אכילה, נוסח קערעסטיר" זאל מען אים תיכף געבען די ריכטיגע מעדיצינשע באהאנדלונג און זאגאר אריינפירען אין שפיטאל.

קאם אן, וואס רעדט איר נארישקייטען. איך ווייס נאך נישט צו די גאנצע פראבלעם עקזיסטירט. אין אז א איד האט געגעסען א איבריגע קופעלע און ג' אייר, דארפסטו אים שוין נאכשרייען מיט א שטיקעל אוהחה"ק ובמרבית לא תתן אכלך? וואס פארגינסטו נישט דעם אינגערמאן דעם שטיקעל לאקס פיש?

איך האב נישט געזעהן קיינעם מאכן א פראטעסט קעגן פארקויפען ביליגע פאנדשעלאס לכבוד ל"ג בעומר. איך האב קיינעם נישט געהערט פארפירען קעגן פארקויפן ביליגע אינטער העמעדער כ"ו אב (נוסח קר"י שאפינג סענטער טענט סעילס).

אייביג וועט זיין זיין אפאר קטני הדעת וואס נעמען אדווענטעש פון א סיטואציע, נו מיילע איז וואס? דארסטו גיין דריקען -שיינע קונטריסים- מסביר זיין וואס מען מעג און וואס מען טאר נישט?

איינער האט זיך אנגעליינט אויף אייוועלט, אין געגאנגען מאכן קונטרסים. נאכער ווערן אפאר ניקס איבערראשט פונעם שיינעם פדף, אין מען ברענגט עס דא צוריק, אזש עס ווערט שוין תורה מסיני.

אין בכלל, ווערט האט געגעבן פארן קונטרס שרייבער די רעכט פון מאכן הגדרת אין ר' ישעי'לעס הייליגע כוונות. ער בויט גאנצע בריקען. זאטע אידען, הינגיריגע אידן, שפע פון עסן, פון ווי נעמט איר אייער שטעלע?

גראדע ווערט און מופה"ד געברענגט א מעשה אז א ר' חיים ראטה איז אלץ בחור געקומען קיין קערעסטיר, ביים שלו' נעמעןהאט אים ר' ישעי'לע מכבד געווען מיט עסען, האט דער ר' חיים געזאגט אז ער האט שוין געגעסען אין זיין אכסניא, האט אים ר' ישעי'לע פארגעהאלטען, צו ווייסטו נישט בחור'ל אז מען קומט קיין קערעסטיר עסט מען ביי ישעי'?!
דערציילט ר' חיים אז ר' ישעי'לע האט אים דאן מכבד געווען מיט א פולע סעודה, און צו זיין גרויס וואונדער האט ער געקענט עסן די גאנצע מאלצייט מיט אזא אפעטיט, כאטש ער האט ממש פארדעם געגעסן אין די אכסניא. מה עמקו מחשבותיו.

אין פאר די אלע וואס קענען נישט פארגינען א קיפעלע פאר א זאטען איד, גייט זייט מוחל אין לערן די שטיקלעך אוהחה"ק ווי ער רעדט פון אהבת ישראל. און אויב פארגינטו נישט דעם רעסטוראנט אונער אז ער וועט פארקויפען נאך אפאר בייגעלעך, דא נעם א תהילימעל אין בעט דיך אויס ביים רבוש"ע, ער זאל דיר העלפען צוברעכען דיינע מידות גרועות.
לאזט אפ דעם צדיק.
קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 12, 2011 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמח »

ס'לעבעדיג דא אויף דער וועלטל
יא געבן צו עסן אדער נישט געבן צו עסן

וויל איך וויסן ווער פון אייך דא האט געגעבן לעצטנ'ס צו עסן פאר הונגעריגע אידן?

איך בין אנגעקומען פריער קיין קערעסטיר, וואס זאל איך אייך זאגן

ס'דא צו עסן, אין 'הכנסת אורחים קערעסטיר' בביתו נאוה קודש, אויף גאר א ברייטער פארנעם (נוסח קערעסטיר)

אין 'רבי ישעי'לעס גאסט הויז', איז צוגעשטעלט גאר ברייטע סעודות און עסן, נוסח קערעסטיר

ס'איז א נחת, קיינער גייט נישט זיין הונגעריג די קומענדיגע פאר טעג, דא אין אונגארין

יא, דער צדיק איז זיכער פריילעך אז אזוי פיל אידן האבן צו עסן על שמו ולזכרו, און יא נישט פארגעסן, זיך צו טויבלען לעילוי נשמתו, און צינדן ליכט, לערנען משניות

אבער געבן עסן, דאס איז געווען זיין מצוה, אויף וואס ער האט געזאגט אז ער איז אראפ געקומען, און געשטיצט שטענדיג.

און לאז אידן ווערן געזונט אויף דעם חשבון פון רבי ישעי'לע.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”