פדיון שבויים - הרה"ח ר' מרדכי יצחק בן פייגא יהודית

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 5:12 pm

וירא בצר להם, בשמעו את רינתם.

זאל הקב"ה העלפן עס זאל זיין א אתחלתא דגאולה, פרטית וכללית, ובימיו ובימינו יושע ציון וירושלים וישלח ה' פדות לעמו.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 5:14 pm

געבליבן אין לאך?
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2454
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 6:59 pm

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:געבליבן אין לאך?

אינעם פסק שטייט גארנישט וועגן די לאך. viewtopic.php?p=1732979#p1732979

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » זונטאג אוגוסט 19, 2018 1:58 pm

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

ברעיקינג: ר' מרדכי יצחק האט צוריבאקומען די רעכטן צו שיקן אימעיל אין האבן באזוכער!

תפלה! תפלה! תפלה! די השתדלות פון כלל ישראל וואס רייסט איין פאר ר' מרדכי יצחק ברענגט רעזולטאטן!

לאמיר ווייטער איינרייסן צום רבוש''ע אז ר' מרדכי יצחק זאל בקרוב ממש זיין אינגאנצן באפרייט!

אין נישט פארגעסן פאר ווער ס'האט נאכנישט געסיינט די פעטיציע'ס, זאלן סיינען ווי שנעלער.

חסדי השם
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:05 pm

משה11 האט געשריבן:
WR.jpg
POI.jpg
,9ף87.jpg

תיקון טעות, ר' שלו' מרדכי רובאשקין האט נאך א שווארצע בארד....

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 11:51 am

בילד
ב"ה! ס'איז דא גוטע נייעס ביי מיין טאטנ'ס קעיס!

דא שרייבט צו אייך שלמה סאמעט בן הרה"ח מרדכי יצחק בן פיגא יהודית הי"ו

עס איז ליידער שוין באקאנט אז מיין חשוב'ע טאטע זאל זיין געזונט, זיצט שוין אין טורמע אוועק פון אונזער שטוב פאר כמעט 18 יאר ה"י, (זייט איך בין געווען א קליין אינגל פון 5 יאר), במשך פון די פארגאנגענע יארן האט מען שוין געטוהן פארשידענע השתדלות'ער אהיימצוברענגען מיין טאט'ן, אבער ליידער דערווייל איז דער רצון השם געווען אנדערש, אלע באמיאונגען, לויער'ס, פעצטיציעס, איז ליידער דורכגעפאלן לדאבון לב כל בית ישראל, עס איז שווער צו שילדערן מיין פאטערס טאג טעליגכע ווייטאג, ובפרט זעהנדיג ווי די יארן לויפן אדורך און ער מוז ליידער אפזיצן זיינע שענסטע יארן פון לעבן, בנוסף וואס עס גייט אריבער אויף מיר מיט מיין גאנצע משפחה, ביי יעדע משפחה שמחה, ימים טובים, אן קיין ראש המשפחה - טראץ דעם, איז מיין טאטע זאל זיין געזונט אונז שטענדיג מחזק, מיט זיין שטארקע פעלזן פעסטע אמונה, אז "אט אט וועט קומען די מינוט, און עס וועט נאך זיין א גרויסער קידוש השם!".

ועל של עכשיו באנו:,

אין די לעצטע 1 ½ יאר ארבעטן די חשוב'ע עסקנים שיחיו, מסדר צו זיין א קריטיש-וויכטיגע "לעגאלע פרוצעדור" וואס ווען דאס וועט ווערן מסודר עצהיו"ט, וועט דאס בעז"ה אריינברענגען א גאר נייע "סעטואציע", סיי איהם צו פארגריגערן אויף א גאר גאר שטארקער עפעקטיווער פארנעם, און אויך וועט דאס איהם ארויסהעלפן בנוגע זיין גאנצן קעיס, (וואס וועט בעזר השם ברענגען דאס גינסטיגע ער זאל בקרוב אהיים קומען), אזוי אויך וועט דאס גאר שטארק פארלייכטערן אונזער משפחה'ס מצב.

עס איז שווער ארויסצושרייבן דא אלע דעטאלן, וואס מען דארף מסדר זיין, און וואס עס איז שוין געטוען געווארן דאס מסדר צו זיין, אבער אזויפיל קען מען זאגן אז אסאך שווייס און בלוט און שווערע עסקנות און השתדלות'ער איז אריינגעלייגט געווארן דערינען, און באמת איז דאס אייגענטליך געווען די סיבה פארוואס ער האט געמוזט אריבער גיין די שווערע תקופה פון אסרו חג סוכות תשע"ח ביז איצט, אז מען האט אים געמוזט טרענספערן צו א נייע טורמע קיין "עלנוואד פענסלוועיניע", ווי ער געפונט זיך איצט גאר ווייט פון די משפחה, (לכה"פ 3 שעה), צוליב וואס דער פרוצעדור דארף אריבערגיין א "קאורט", וואס נאר דארט אין די טורמע אין "עלנוואד" איז דא די סערוויס פון די "קארט רום" פאר די סארט ענינים, במשך פון די לעצטע תקופה ווארט מען שוין בכליון עינים אז מען זאל ווערן "אפראווד" פאר'ן קארט.

ב"ה אז מיר קענען מעלדן די בשורה טובה, אז די קארט האט אנגענומען זיין קעיס!, און עס איז באשטומט געווארן א דאטום פאר קעיס, דער דאטום איז מארטש 18 (י"א אדר ב' הבעל"ט), וואס דעמאלטס וועט פארקומען א הירינג אין קאורט, און דער שופט וועט גלייך ארויסגעבן דעם פסק, ובעז"ה האפנטליך לטובותינו.

עס איז איבריג מסביר צו זיין אז אזא הירינג אין קאורט דארף זיין גאר גוט לעגאל צוגעגרייט, און דערפאר האבן מיר אויפנעמען א גוטן "ליגל טיעם" מיט די בעסטע ערפארענע לויער'ס, וואס זאלן צוגרייטן דעם קעיס, און איהם פארטיידיגן ביי דעם משפט, ב"ה, לויט ווי די לויער'ס זאגן אונז, איז - על פי דרך הטבע - דא גאר גוטע שאנסן אז מיר זאלן געווינען דעם קעיס בעז"ה.

אבער ווי פארשטענדליך זענען די לעגאלע קאסטן גאר הויעך, די לויער'ס לאזן זיך באצאלן ממון ודמים, און מיר האבן זיי גארענטירט אז ביז א חודש וועט אי"ה זיין דאס גאנצע געלט, און מען רעדט דא פון בערך 60,000.00$! און אויף דעם סמך האבן זיי שוין אנגעהויבן צו ארבעטן אויף זיין קעיס, ווי טאג טעגליך ווערט בעז"ה געמאכט פארשריט צו זיין פולקאם צוגעגרייט מיט אלע נויטיגע פאפירן וואס מען דארף.

דעריבער ווענד איך מיר דא צו אחב"י שיחיו מעומק הלב

טייערע הארציגע ברידער, עס דארף געשאפן ווערן אין איין חודש דאס גאנצע געלט, ב"ה אז ווען איך האב מיר געוואנדן צו טייערע אידן האבן זיי מיר ארויסגעהאלפן, און אין די לעצטע וואכן האב איך שוין צוזאמגעשטעלט 10,000.00$!, אבער עס איז ווייט פון גענוג, איך ברויך האבן נאך 50,000.00$! כדי אז די לעגאלע קאסטן זאלן ווערן פולקאם געדעקט!

טייערע ברידער רחמנים בני רחמנים, אמת איר האט שוין אסאך געטון פאר מיין טאטן שליט"א, איר האט שוין געשריבן פעטציעס, און אפילו מנדב געווען סיכומים, מי כעמך ישראך!, אבער איך בעט אייך נאכאמאל פון הארץ צו הארץ, חזקינו אך הפעם! לאזט מיר נישט פאלן!

donorbox.org/PayTheLawyer

אזוי אויך בעטן מיר אייך איצט ווען מיר גייען אריין אין די גרויסע טעג פון די ימי החנוכה, וואס מען קען פועלן גרויסע ישועות, דעריבער בעהט איך אייך – אז פאר די הדלקת הנרות ווען איר זאגט דעם לשם יחוד – לייגט צו אפאר אידישע ווערטער און זייט מתפלל פאר מיין טאטן מרדכי יצחק בן פיגא יהודית פאר א גאנצע ישועה בקרוב.

אויב ווילט איר געבן א גרעסערע נדבה אדער איר ווילט וויסן מער אינפארמאציע, אדער פאר סיי וואס קענט איר זיך פארבינן מיט מיר אויף: sametfund@gmail.com, אדער קענט איר לאזן א מעסעדש אדער טעקסטן צו: 845-379-1264 ווי איך וועל אייך בעז"ה זיך פארבינדן מיט אייך.

א יישר כח פאר אייער נדבה, דער אייבירשטער זאל אייך באצאלן בכופלי כפלים, וימלא ה' משאלות לבכם לטובה ולברכה אמן.

הק' שלמה סאמעט

בן הרה"ח ר' מרדכי יצחק הי"ו
unnamed.jpg
unnamed.jpg (67.84 KiB) געזעהן 4993 מאל

נ.ב. ווען איך האב גערעדט מיט מיין טאטן שליט"א ביים פאריגן באזיך האט ער מסכים געווען אז פאר א נתינה פון 360$ וועט ער דערמאנען אייער נאמען פארן צינדן די הייליגע חנוכה ליכט און בס"ד פועל'ן גרויסע ישעות.
donorbox.org/PayTheLawyer

אוועטאר
ציגעלע
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm

תגובהדורך ציגעלע » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 3:41 pm

אויב די פריזענט רעפארם ביל גייט אדורך אי"ה גייט ר' מרדכי יצחק עפעס בענעפעטירן דערפין?

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 11:00 am

קענדי'ס האט געשריבן:

רבותי, וועקטס ענק אויף!
mi a nagy ügy

אבי סחורה
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 3:31 pm

תגובהדורך אבי סחורה » זונטאג אפריל 14, 2019 2:45 pm

לכבוד ה' ניסן:
גאנצע 18 יאר
זאגן מודה אני
אין "גיהנם
התחתון"!!
עס איז אומגלובליך, אבער עס איז ליידער א
פאקט, אז דעם מיטוואך פרשת טהרה ביום ה'
לחודש ניסן, איז געווארן גאנצע 18 יאר זייט מען
ברוטאל ארויסגעשלעפט הר"ר מרדכי יצחק בן
פיגא יהודית שליט"א פון זיין ווארימע היים, פון זיין
הייליגע משפחה, זיינע טייערע פיצלעך קינדערלעך,
און איהם אריינגעשליידערט אין פונסטערן טורמע,
און זייט דעם פונסטערן טאג האט ער נאכנישט
געהאט די זכיה זעהן זיין לעכטיגע שטוב!
עס איז נישטא קיין ווערטער דאס צו מסביר זיין,
דער פעדער ווערט פארשטימט ווען מען הייבט נאר
צו שילדערן זיינע ליידן און פיין, די צרות ויסורים,
וואס עס איז אריבער אויף הר"ר מרדכי יצחק אין
די אלע 18 יאר,
מען קען נישט באגרייפן די יסורים, די עגמת
נפש, די אנטוישינגען, פארפאסן שמחות, פראווענען
18 סדרים, גיין מגולה לגולה לגלות בתוך גלות,
ליידן צרות און פארפאלגינגען פון ברוטאלע
וועכטער, דראינגען פון ארעסטאנטן, זיצן אינטער
גאר שווערע אומשטענדן.
אנשטאט דעם וואס מען זאל ווערן בעצבות,
טרויעריג אדער צובראכן, ווערן אנגעווייטאגט אויף
למערכת להתענג מיוחד די וועלט, האבן טענות אויף יעדן, אדער אריינגיין
אין א מרה שחורה, איז דאס פונקט פארקערט, מען איז מכיר
טובה פאר יעדן וואס טוט ער עפעס א קלייניקייט, מען חזרט
אז דער אייברשטער שיקט יעדע עגמת נפש, און נאר ער, און
נאר ער קען העלפן!
עס איז פאריבער 18 יאר, און הר"ר מרדכי יצחק זאגט
נאך אלץ, "כל זאת באתנו ולא שכחניך"! ער האט נישט
פארגעסן פונעם אייבירשטן, יעדן טאג זאגט מען מודה
אני מיט א פרישקייט!, עס איז אריבער 18 יאר אבער ער
זאגט "חי חי יודיך וישבחיך"!.
און אויב איז דאס בגשמיות, איז דאס אסאך מער
ברוחניות, ווייל אנשטאט מען זאל באשליסן אז מען איז פטור
פון מצות, מען איז דאך אין טורמע, מען קען דאך נישט, אבער
ביי הר"ר מרדכי יצחק מיינט דאס גארנישט, מען לאזט נישט

נאך אפילו פון איין מנהג קל, ביי הר"ר מרדכי יצחק האט
זיך נישט געטוישט אפילו איין האר פון דקדוק המצות,
זהירות בקלה וכבחמורה, הקפדה אויף כשרות, קבועות
עיתים לתורה, מען קעמפט מיט א מסירת נפש אויף יעדע
מנהג ישראל, און מען איז דאס מקיים בכל פרטי' ודקדקי'
און מיט א חשק און א שמחה!
און ווען עס גייט נישט, און מען זעהט אז מען קען נישט,
ווערט מען אבער נישט צובראכן, נאר אדרבא, יעדע מניעה
ועיכוב ווערט פארוואנדלט אין א נסיון, אויף וואס מען ארבעט
בייצושטיין מיט א אמת'דיגע קבלת יסורים באהבה!
בקיצור אנשטאט א צוזאמגעבראכענער מענטש, א
פרייליכער חסידישער לעבעדיגער מוסר ספר!
op
לכבוד דעם 18'טן יארטאג:

וואס זאגט הר"ר מרדכי יצחק
שליט"א זעלבסט?!

א גוט מארגן מיטוואך לסדר 'ובא הכהן ]מצורע[ נשיא
שמואל בן צרויה. ה' ניסן תשע''ט,
יומא דהילולא של הרה''ק דער אפטער רב זי''ע
פה בית הסוהר עלנוואד פענסלוועניע
היינט איז א גרויסער טאג, עס א גוטער טאג!
עס איז היינט דער "פיפטער טאג פון חודש ניסן", און
ווי איר ווייסט דער טאג, ווי א יעדן טאג, הייבט זיך אן ביי
דער נאכט. ווען איך בין געגאנגן שלאפן נעכטן נאכט, בין
איך זייער, זייער נתעורר געווארן, און איך האב געטראכט
איבער וואס איז געשען דעם הייטיגן טאג "ניינצן יאר
צוריק".
ווען איך בין געווארן פארכאפט אין פארענט פון מיינע
קליינע קינדער און רעביצן, עס איז געווען פארטאגס
גאנץ פרי, אין דער צייט פון זאגן "מודה אני". און פון
דעמאלטס ביזן היינטיגן טאג, בין איך נאך נישט געווען
אינדערהיים....
עס איז נישט דא קיין טינט און קיין פאפיר צו באשרייבן
די גאנצע פילע 18 יאר, יעדן טאג און יעדן נאכט וואס עס
האבן באמת מיטגעמאכט איך מיט מיין גאנצע משפחה,
אריינגערעכנט מיינע חשובע עלטערן הישישים לאויש"ט.
אבער..., וואס מער און מער איך טראכט איבער דעם,
ווער איך מער און מער פרייליך, ווייל איך טראכט ווי דער
פסוק זאגט, )תהלים קכ''ד..( 'טוב ה' לכל'.
וואס איז דער פשט און וואס מיינט 'טוב ה' לכל'?
פארוואס איז נישט גענוג צו פשוט זאגן 'טוב ה''?, קענען
מיר זאגן אז לכל מיינט צו יעדן, פאר אלצדינג, צו יעדער
צייט. ווי מער און מער מען טראכט אריין וואס מיינט
'טוב', טוב איז גוט, מיינענדיג גוט! אויב איך זעה נישט,
אדער איך פיל נישט, מיינט דאס נישט אז עס נישט גוט!.

ווייל גוט איז א "פאקט", און אפילו ווען מען טראכט אז
מיט די פליישיגע אויגן אז עס קען אויסזען שלעכט.
אסאך מאל טוען מענטשן גלויבן אז לעת עתה גייען
זאכן שלעכט, אבער שפעטער געפינט מען אויס אז איז
פאקטיש געווען גוט און זיי זענען פארשעמט צו האבן
געמיינט פארקערט! איז, 'טוב ה'' - השי''ת איז גוט, און
דאס גאנצער עקזיסטענץ פון השי''ת איז גוט, אפילו אויב
דאס אלעס איז נישט געזען אדער געשפירט אזוי - דער
פראבלעם איז נישט מיט השי''ת ח''ו, דער פראבלעם איז
אונז זעלבסט! א חסרון ידיעה, א חסרון פון הרגשים, וכדו'.
איז וואס קענען מיר טאן צו האבן די ידיעה און פארשטיין
וואס מען קען טאן צו באקומען אמונה?
אמונה זאגט זיך גרינג, און זייער שווער צו גלויבן און
צו פארשטיין דערמיט. מודה אני איז א סגולה, און דאס
איז אן ''עקסערסייז'' פאר אמונה, און מען איז פארזיכערט
פון השי''ת אז דורך מודה אני וועלן מיר באקומען אמונה.
לעבן מיט מודה אני איז לעבן מיט אמונה, און גארנישט
קען נישט ווערן אנגעקוקט אלץ שלעכט ווען מען טוט
לעבן מיט אמונה, און דאס מיינט גארנישט - אפגעזען
אויף ווי קליין אדער ווי גרויס, איז דאס געטוען דורך
השי''ת מיט זיין פולער קאנטראל און עס איז נישט שייך
אזא זאך ווי א טעות. און אלעס איז געטוען פאר גוטס
און פאר זיין גוטס, פאר אלעמען, צו יעדער פאר אלסדינג.
כאטש עס נעמט לאנג צו זעהן דאס ענדע פון דעם,
אבער ווי לענגער עס נעמט, דער ענטפער איז אויך 'טובה
ה'' - אז השי''ת איז גוט! און ווייל עס נעמט אזוי לאנג,
האב איך געקלערט אביסל לענגער און טיפער!
און איך וועל נאך צולייגן נאר א נקידה, אז דאס געט מיר
באמת גרויס שמחה, ווייל אויב וואלט דאס געווען בלויז

א קורצער צייט וואלט איך געוויסט אז איך דארף ווערן
געשטראפט פאר'ן טוען אומריכטיג, אבער אויב עס נעמט
אזוי לאנג איז דאס נישט קיין שטראף, נאר אנשטאט דעם
א שכר. און ווען איך טראכט דערפון טיפער, הייב איך אן
דאס שפירן באמת; די שמחה, אפילו איך זעה דאס נישט.
אסאך מאל שפירן מיר, באקומענדיג אן אינערליכער
שמחה און בטחון, כאטש מיר זעהן נישט - און דאס איז
גוט! השי''ת איז א 'נאמן' )געטריי( מיט זיינע הבטחות. אויב
זיין נאמען איז טוב ה', און גוט, וועט ער דאס מאכן גוט!
ווי מיר ווייסן קלאר, קיין שום נס קען נישט געשען -
קיין ישועה קען נישט געשען נאר אויב עס איז דא א
פראבלעם. ווי גרעסער דאס פראבלעם, אזויפיל מער
וועלן מיר אנערקענען די ישועה ווען עס קומט. אסאך
מאל קען זיין א ישועה און וואס מיר האבן ניטאמאל געזען
דעם פראבלעם, און מיר באמערקן דאס נישט. אונזער
גאנצער לעבן קען זיין א נס אן דאס באמערקן; אבער ווען
מיר זעהן א פראבלעם און מיר באקומען דעם לעהזונג,
דאן זעהן מיר אונזער ישועה! מיט דאס געזאגט, דער
פראבלעם איז א טייל פון דער ישועה. אין איין פרט ווען
מיר זעהן דעם פראבעלם אזוי סאך, אסאך גרעסער האבן
מיר דעם ברירה צו אנערקענען און טראכטן איבער דעם
און דאנקן פאר דעם, ווען לעומת זה אז דער פראבלעם
איז קלענער קענען מיר חלילה נישט באמערקן דעם
לייזונג און דער נס, ממילא ווי גרעסער דער פראבלעם
קענען מיר זיין מער דאנקבאר!
און אט מיט דעם חיזוק און שמחה, האב איך היינט
געזאגט מודה אני. און מיט דעם שטארקייט און וויסנדיג
קלאר אז אפילו עס האט גענומען אזוי לאנג השי''ת וועט
ברענגן א גרויסער ישועה פאר אונז אלע, און יעדער
מאמענט וואס עס נעמט לענגער, וועט דער ישועה זיין
אזויפיל גרעסער!.
איך זאג מודה אני דאנקנדיג השי''ת פאר די אלע 18 יאר
יעדן טאג, ווייל איך ווייס עס וועט קומען א צייט וואס
איך וועל זיין פיל, פיל מער פרייליכער פאר יעדן סעקונדע
פון דאס. און ווען איך טראכט פון די 18 יאר, בין איך שוין
פרייליך איצט אין די צייט!.
מענטשן ארום מיר זעהן מיך פרייליך, און קענען מעגליך
טראכטן אז איך בין משוגע, אבער דאס איז א מציאות -
איך בין פרייליך פאר דעם ווייל איך טראכט טוב ה' און איך
לעב דערמיט. געוויסע צייטן קען איך פארלירן דעם טוב
ה' און ווערן צוטראגן; אבער אייביג איז די עובדה צו דאס
צוריק באקומען - דער טוב ה'! פון טוב ה' מוז איך זאגן,
און וועל זאגן מודה אני אלעמאל!
בקשר צו דעם האב איך געקלערט היינט איבער דאס
פרשה פון 'נגעי הבית' ווי מיר זעהן די אוצרות און די
דימאנטן געפינען מיר נאר נאכ'ן צושטערן און חרוב מאכן
דאס גאנצער הויז; טראץ וואס דאס קען מעגליך אויסקוקן
ווי אזא שיינער און פיינער הויז, ווען חרוב געפינען מיר די
דימאנטן. דער מוסר השכל איז נישט צו זיין צוטראגן ווייל
אזאלכע זאכן ווי דימאנטן און אוצרות וואס קומען, איז
מעגליך זיין פיל שענער ווי מיר קענען זיך פארשטעלן ווי
אויך דער טובה וואס וועט קומען דערנאך - נייער, שענער

און בעסער. איז איצט אז איך גיי אריין אין א נייער טאג,
נאך גאנצע ''ח''י יארן'' - די 18 יאר וועט ברענגן אסאך
מער אמת'ע לעבן, מיט אמת'ע שמחה פאר אונז, אונזער
משפחה און פאר יעדן פון אונז אלע, און יעדער וואס האט
מיטגעפיל מיט אונז, און העלפט און בעט פאר אונז.
מיר דאנקן השי''ת מיט א גרויסער 'מודה אני' פאר אלע
18 יאר און מיר וועלן ממשיך זיין מיט דעם, און היינט
ווארטן מיר פאר די גאנצער ישועה, צו זעהן דער ישועה
און מיר וועלן אלע איינזעהן אז מיר דארפן דאנקן השי''ת
פאר די 18 פארגאנגענע יארן, ווי עס וועט זיין נאך זיין
אסאך 18 יאר תקופות אינעם עתיד.. און מיר וועלן
אנערקענען און זאגן ''טוב ה' לכל אלסדינג, איבעראל
און נישט נאר פאר אונז, נאר פאר אלע אידישע קינדער
און דאס גאנצער וועלט מיט א פולער הכרת הטוב מיט
אונזערע אויגן און אונזערע הערצער!".
און דאס איז קלאר אז די ישועה איז די הענט פון השי''ת
יעדער ליאדער מאמענט; ער טוט אלעס און האט אסאך
וועגן וויאזוי דאס צו טוען און צו זיין באהאלטן אויף א
אופן וואס מיר זעהן נישט - אבער יעדער סעקונדע ווי מיר
רעדן און זעהן. היינט אפילו נאך 18 יאר, גלויב איך דאס
און שפיר דאס אפילו מער היינט!
א פרייליכן כשר'ן פסח!
מרדכי יצחק בן פיגא יהודית סאמעט
ישמח לב מבקשי ה'
אין די טעג ווערט צוגעגרייט צום דריק דער הערליכער
ספר "מודה אני"
רעיונות – התחזקות -רשימות, איינגעטיילט
לפי חדשי השנה אויף יעדן טאג פון יאר
פון הר"ר מרדכי יצחק בן
פיגא יהודית שליט"א
וואס וועט ערשיינען בעז"ה אין די נאנטע וואכן
אנגעפילט מיט אריבער 600 זייטן מיט "דראמאטישע
עפיזאדן" מהנעשה והנשמע אין די טורמע ווענט פון
"מסירת נפש" און "קבלת יסורים באהבה"
עס איז איצט פארהאנען א
זעלטענע געלעגנהייט צו
קויפן זכותים צו פאראייביגן
לנצח די זכותים
זכות יום אחד 50$
זכות שבוע 250$
זכות חודש 1000$
זכות המהדורא 5000$
מען קען זיך ווענדן צו:
com.gmail@moideanisamet

צדקה
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 9:40 pm

תגובהדורך צדקה » זונטאג אפריל 14, 2019 3:38 pm

וואס איז געווארן ביי דעם משפט י''א אדר ב'?

פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

תגובהדורך פריינד » מאנטאג אפריל 15, 2019 12:03 am

צדקה האט געשריבן:וואס איז געווארן ביי דעם משפט י''א אדר ב'?

מען ווארט אויף א פסק פונעם ריכטער.
עס דארף ארויסקומען און אפאר וואכן אי"ה.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2192
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג אפריל 15, 2019 12:56 am

יהי רצון שיהמו רחמיו בדין, ויצא חפשי חינם אין כסף
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2486
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג אפריל 15, 2019 3:28 pm

איז ער טאקע אנגעקומען קיין אוטעסוויל ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אבי סחורה
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 3:31 pm

תגובהדורך אבי סחורה » דינסטאג אפריל 16, 2019 2:52 pm

איך האב געזען די ארטיקל אין זיין גליון 'מודה אני'

מען האט אים אפגענומען נעכטן 6 אינדערפרי און די קינדער האבן ביזדערווייל גארנישט געהערט פון אים.
געהערט פון בנו נ"י

גאסט
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 8:23 pm

תגובהדורך גאסט » מיטוואך אפריל 17, 2019 8:50 am

ער איז שוין אין אטעסוויל

דא קען מען זעהן וואו ער איז

זיין רעגיסטער נאמבער איז 83253-054

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 602
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » מיטוואך אפריל 17, 2019 12:48 pm

שכוח הרב 'גאסט'.
דארט זעהט מען טאקע ר' מרדכי יצחק שליט''א איז אנגעקומען אויף אויטעסוויל ניו יארק.
דער בורא זאל צואיילן זיין באפרייאונג. זייער באשטימטער טאג פון באפרייאונג איז .
Release Date: 02/22/2025

אוועטאר
אלעס באשערט
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:06 pm

תגובהדורך אלעס באשערט » דאנארשטאג אפריל 18, 2019 10:11 am

נעכטן נאכט 10:00 האב איך שוין באקומען אן אימעיל פון ר' מרדכי יצחק.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים

וויל זיין ערליך
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 27, 2017 1:56 pm

תגובהדורך וויל זיין ערליך » מאנטאג אפריל 29, 2019 2:09 pm

אלעס באשערט האט געשריבן:נעכטן נאכט 10:00 האב איך שוין באקומען אן אימעיל פון ר' מרדכי יצחק.

דאס מיינט אז ער געפינט זיך אין קעמפ אין אוטעסוויל אדער אין די געהעריגע תפיסה ?

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1003
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מאנטאג אפריל 29, 2019 2:52 pm

בס"ד

אז איינער וויל שיקן פאסט אדער בליץ-פאסט, וואס איז יעצט די פונקטליכע אדרעס אינפארמאציע?
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
אלעס באשערט
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:06 pm

תגובהדורך אלעס באשערט » מאנטאג אפריל 29, 2019 6:08 pm

בליץ פאסט איז די זעלבע ווי ביז היינט:

mordchasamet@gmail.com
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים

אוועטאר
אנליין סעלער
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:29 pm
לאקאציע: ראשו ורובו אין עמעזאן

תגובהדורך אנליין סעלער » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 1:25 am

איינער האט מער אינפאו איבער דעם?

קוקט אויס ווי עפעס קאכט זיך

@SatmarHQ:
Renown advocate Gerry Appel was now in a private meeting by Rabbiny Shlita with R’ Moshe Margeretin of “Tzedek” and Askunei Pidyon Sheviyem, Regarding the case of R’ Mordche Yitzchok Samet, they're now working on new Pesach Hatzulah to free him from prison Bez"h.

אוועטאר
אנליין סעלער
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:29 pm
לאקאציע: ראשו ורובו אין עמעזאן

תגובהדורך אנליין סעלער » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 1:28 am

דער בילד איז נתפרסם געווארן ווי דער לאיער איז אין פארצימער
צוגעלייגטע
CB519A6D-B491-4ECF-B023-665B738DFF3B.jpeg
CB519A6D-B491-4ECF-B023-665B738DFF3B.jpeg (116.66 KiB) געזעהן 781 מאל

zwe
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 26, 2018 3:14 pm

תגובהדורך zwe » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 1:40 am

וואו אז דאס??

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 2:32 am

עס גייט קומען א חרידי קאמפיין פאר א מיליאן דאלאר פאר פדיון שבוים פאר מרדכי יצחק סאמעט

אווער נייט קוגעל
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 10:51 am

תגובהדורך אווער נייט קוגעל » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 10:50 am

איינער קען אריינקומען ביטע מיט מער פרטים איבער די פרישע פלענער

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט