פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1564
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

פרישטיג אין בתי מדרשים וכדו׳, האט רבי ישעי׳לע דאס געמיינט?

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך מאי 11, 2016 8:27 pm

אריינפור: די אשכול האט גארנישט ציטיען מיט דעם עצם, צדיק וקדוש וטהור רבי ישעי׳לע קרעסטירער, זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן!
נאר האט בלוז צי טיען מיט די מצב פון אינזערע גאר שוואכע שוואכע דור, וואס ווייזט זיך גאר שטארק ארויס לעניות דעתי הקטן, ווען ס׳קימט צי די שאלה, ווי אזוי צו צי גיין, צי די ענינים און דרכים פון דעם צדיק, אוואדע איז דא נאך גאר אסאך אנדערע, און גרעסערע פרעבלעמען און דעם דור, שרייב איך אבער יעצט, צאפעליג איבער דעם ענין, ווי אזוי לענ׳ד מען וואלט ווען אנדערשט געדארפט ווען צי טאן, נאך אמאל לענ׳ד הקטן.

און א ווארט צי אייך טייערע אחראים.
העוסקים בצרכי ציבור באמונה הקדוש ישלם שכרם בכל טוב סלה, זאג איך אייך, אז ״די אשכול האט גארנישט ציטיען, און באלאנגט בכלל נישט צי זייין, און די כללית׳דיגע אשכולות וועגען דעם הייליגען צדיק רבי ישעי׳לע״.

--

שוין יעצט אזוי.
ספעלט זיך נישט אויס צי פול מארוך צי זיין און דעם ענין, וואס איז ליידער געווארען א פאקט אז אסאך מענטשען האבען אנגעפאנגען צי ניצען דעם ענין פון גיין צי צדיקים אלט׳ס א וועג, און א תרוץ, אויף צי קענען גיין אויף א וואקאציע, און טייל האבען אויך נאך אנגעפאנגען צי מאכען ביי די צדיק אליין א לצנות, און א בחינה פון גיין צי א קארנעוויל, ואין להאריך ודי לכל מבין. איך גיי נישט יעצט גיין זאגען אז די זאכען זענען א עולה אדער וואס, סוף כל סוף גייט מען כאטש צי א צדיק, און נישט צי א נישט אויסגעהאלטען פלאץ אדער וואס, אבער אויף אזוי פיל איז דאס יא, כאטש חומר למחשבה און אן ענין צי טראכטען וועגען, צי ווען מען גייט צי א צדיק, פאסט זיך צי גיין אויף אזא אופן? און צי קען מען אויס פוילען א ישועה ביי א צדיק, ווען מען גייט צי עיהם, אויף אזא אופן?

איך וואלט געוואלט אנפאנגען מיינע שורות מיט די קימענדיגע פראגע.

יעדער ווייסט אז ביי דעם הייליגען צדיק רבי ישעי׳ בן רבי משה מקערעסטיער, איז געווען איינע פון זיינע גאר שטארקע באקאנטע עבודות, דאס טיילען צי עסען פאר יוד׳שע קינדער, און ס׳איז באקאנט גאר אסאך עבדות וועגען דעם ענין פון געבען צי עסען פאר יודן, ווי למשל, סווערט דערציילט אז פאר זיין פטירה האט ער אנגעזאגט פאר זיינע שטוב מענטשען, אז היות ער גייט אוועק גיין פון די וועלט, און ער ווייסט אז ביי זיין לויה וועט זיין גאר א ריזעגען ציבור פון יודן, וויל ער אז מען זאל ציגרייטען געניג און נאך עסען, פאר די ציבור וואס וועלען זיך משתתף זיין ביי די לויה.
וואס פון דעם אליין קען מען זעהן ווי שטארק ס׳האט געברענגט ביי דעם גרויסען צדיק, דעם ענין, אז ס׳זאל זיין פאר יודן צי עסען ברווח גדול. און דאס, און נאך אסאך אסאך ספורים ווערן פארציילט איבער דער עבודה פון געבען צי עסען, און בכלל פון אויס בעטען השפועות פאר יודן.

שטעלט זיך אבער די שאלה.
פאר וועם האט רבי ישעי׳לע געטיען און דעם ענין פון געבען צי עסען פאר יודן?, פאר יודן וואס האבען צי עסען און האבען מכל טוב וטב, פאר זיי האט רבי ישעי׳לע געזארגט?

פאר די יודן וואס דרייען זיך און אינזערע בתי מדרשים און שול׳ן, און האבען ביי זיך און דער היים, פולע שענק, פון עסען און צי טרינקען, פאר זיי האט רבי ישעי׳לע געזארגט?!

ס׳ווערט דערציילט.
אז נאך די הסלקות פון דעם הייליגען צדיק און קדוש, האט געהערשט א שרעקליכען עניות און דחקות און דעם שטאט קערעסטיער, און אפי׳ די פויער׳ן און עמי הארצים וואס האבען נישט עקסטער פארשטאנען צי די קדושה און גרוסקייט פון דעם הייליגען צדיק, האבען געוויינט און געבענקט נאך עיהם, וויל ס׳איז פשוט געווען א דחקות און הינגער און שטאט נאך זיין הסתלקות.

די היינט׳יגע מאדא און סטייל.
פון צישטעלען צי עסען פאר יודן און די בתי מדרשים, כאטש כהאלט נישט ס׳איז בעצם א עולה אזוי צי טיען, האט עס אבער לעניות דעתי קיין שום שייכות נישט מיט דעם צדיק רבי ישעי׳לע, און הייסט בכלל נישט געגאנגען און די דרכים פון דעם צדיק!

עד כדי כך.
אז ס׳איז גאר געווארען א גאנץ ענין און א סגילה, ביי א טייל צי געבען א גרויסען פרישטיג, און תיקן און בית המדרש, מיטען חשבון אז דאס וועט זיי ברענגען השפעת און זייערע ביזנעס, און דעם זכות פון רבי ישעי׳לע... סלאזט זיך גארנישט גלייבען, ווי ווייט מיר זענען אנגעקימען מיט אזא סארט טיפשות, וואס ס׳איז נישט שייך צי משוג זיין.... אוואדע געוויס אז געבען צי עסען פאר יודן, און סיי וועלעכען הינזיכט, און זעכער א גיטע זאך, און איז ווי צי טיען סיי וואס פאר א טובה אדער חסד פאר א יוד וכדו׳ וואס איז זעכער א גיטע זאך, און אוואדע צי געבען א סעודה און דעם יארצייט פון א צדיק, איז אויך אוואדע א געוואלדיגע זכות, אבער צי זאגען אז דאס האט רבי ישעי׳לע געמיינט?! און וועלעכע וועלט לעבען מיר?! מען קען פינקט אזוי געבען צי עסען פאר יודן בזכות פון דעם בעל שם טוב הקדוש, אדער דעם נישכיזער צדיק... אבער ווי קימט דא אריין דעם רבי ישעי׳לע, ווי?

אוואדע געוויס פארשטיי איך, אז מין הסתם, אויב ביי רבי ישעי׳לע האבען יודן געהאט צי עסען, האבען אפי׳ פארמעגליכע יודן אויך געקענט נהנה זיין פון דעם. אבער צי זאגען אז די ענין פון רבי ישעי׳לע איז סתם אזוי געווען צי געבען צי עסען פאר יודן, אז לדעתי א טיפשות אדער געטיען אן טראכטען! (איז דען ביי רבי ישעי׳לע ח׳ו געווען א ענין פון סתם פרעסען? ח׳ו, אזוי צי טראכטען!).

וואס יא?
און אזוי האב איך גע׳עצה׳ט דעם יוד וואס האט ציגעשטעלט פרישטיג פאר מיין מנין היינט און צופרי, אז אויב וויל איינער גיין באמת און די דרכים פון דעם גרויסען צדיק רבי ישעי׳לע בן רבי משה, האלט איך לעניות דעתי, צי יוצא זיין למהדרין מין המהדרין, איז צי געבען צדקה פאר ענייה ארץ ישראל און דעם טאג פון זיין יאר צייט.

זייט מיר אלע געזינט ליבע ברידער.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

יונה
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מיטוואך מאי 11, 2016 8:33 pm

יא דעפענעטלי העוו עי פוינט!

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך מאי 11, 2016 8:36 pm

אפשר יא! אפשר איז ר ישעי'לע רצון יא געווען אז יודן זאלן זיין זאט , לשובע ולא לרזון!! וועלן זיי זיין אויפגעלייגט און בשמחה וועט מען קענען משפיע זיי דאריך דעם. מאן יימר ער האט דוקא געמיינט עניים?

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5624
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך מאי 11, 2016 9:39 pm

רבי ישעי׳לה זצוק״ל האט בלי שום ספק געמיינט געבן צו עסן פאר אידן, ואין בודקין למזונות.

בכלל, נעם אין באטראכט, אין יעדן בית המדרש זענען דא עניים און עשירים, לשיטתך וואלט מען געדארפט לייגן א טאוועל: מיוחד לעניים בלבד.

עס לאזט זיך נישט גלייבן אז די מעשה וואס דו ברענגסט אראפ מיט די לויה, אז רבי ישעי׳לה האט אנגעזאגט מען זאל נאר טיילן פאר ארימעלייט, און אודאי מאכט נישט קיין סענס צו זאגן אז בלויז עניים האבן זיך משתתף געווען ביי זיין לויה.

ראש השנה האט דער צדיק עוסק געווען לשובע ולא לרזון, פשוט געטיילט מזונות פאר אידן פאר תקיעת שופר. היעלה על הדעת אז פאר פארמעגליכע אידן האט ער געהייסן אהיים גיין?! חלילה וחס.

אויסער דעם, זייער אסאך אידן וואס האבן עסן אינדערהיים לרחצה, אבער יאגן זיך נאכן דאוונען צו די ארבעט, כולל, הונגערן דורעכן טאג, אויך זיי האט דער צדיק אינזין געהאט.

געבן פאר עניי ארץ ישראל איז אודאי א גרויסע זאך, אבער עס נעמט נישט אוועק די חשיבות פון געבן עסן פאר אידישע קינדער.

זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל.

נ.ב. א זאך וואס עניית דעתך הקטן איז נישט נאכנישט משיג, מיינט נישט אז דאס איז נאנסענס, סך הכל קוצר המשיג. ועל הכלל כולו יצא.
לעצט פאראכטן דורך בוידעם אום מיטוואך מאי 11, 2016 9:40 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
רצונינו לעשות רצוניך.

יושע משה יחזקאל הלוי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 13, 2016 4:32 pm

תגובהדורך יושע משה יחזקאל הלוי » מיטוואך מאי 11, 2016 9:39 pm

fiena nieas האט געשריבן:אפשר יא! אפשר איז ר ישעי'לע רצון יא געווען אז יודן זאלן זיין זאט , לשובע ולא לרזון!! וועלן זיי זיין אויפגעלייגט און בשמחה וועט מען קענען משפיע זיי דאריך דעם. מאן יימר ער האט דוקא געמיינט עניים?

איך מיין אז דעס וואס גאלדענע פעדער ברענגט ארויס, דאס איז דאך זיכער געווען ביי ר' ישעי'לע דאס וואס דו זאגסט איז אפשר געווען זיין כוונה

קען זיין.. אפשר טאקע..

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2051
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך מאי 11, 2016 10:15 pm

קודם איך ווייס נישט צו הרה"ק ר' ישעי האט דאס געמיינט אבער געבאדערט ווען עס טוט זיך א שפע וואלט אים זעכער נישט

אסאך צדיקים האבן געהאט א ענין פין זיך מתנהג זיין מיט א רחבות כדי צו ברענגען דורך דעם השפעות אין בפרט ר' ישעי'לע וואס איז געווען זייער גרויס במדות יסוד ווי די דברי חיים אין זיין רבי ר' הערשעלע ליסקער האט נאך מפליא געווען זיין קדושה איז געווען א בחינה פין יוסף הוא המשביר אין ער האט געוואלט אז עס ארום אים זאל זיין א שפע ווייל ווען ביים צינור איז דא א שפע איז עס משפיע פאר יעדן,

אין קעריסטיר בי ר' ישעי'לע האט מען געזען צוויי זאכן איינס פשוט הכנסת אורחים העלפן אין שפייזן עניים, אין חוץ דעם איז געווען א עקסטערע ענין אז אלעס בכלל איז געווען מיט א געוואלדיגע ברייטקייט סא מיש נישט אויס די צוויי זאכן יא ווען עס טוט זיך א שפע לע"נ ר' ישעי'לע קען עס מעורר זיין א ברייטקייט פאר אונז
לעצט פאראכטן דורך פרידן אום דאנארשטאג מאי 12, 2016 12:33 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מיטוואך מאי 11, 2016 10:21 pm

וויפיל אידן וואס וואשן זיך געווענדליך נישט צו 'פת שחרית' האבן היינט זיך יא געוואשן אין משלים געווען די מאה ברכות ערליך געמאכט המוציא און געבענטשט איז דאס דען א קלייניגקייט?! פת שחרית איז דאך א געוואלדיגע זאך.
עס איז זיכער אז עס איז ניחא פארן צדיק אז בזכותו זענען אידן נהנה און מאכן ערליך ברכות
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך מאי 11, 2016 10:23 pm

מי אני איך זאל בכלל וואגן צום עפענן מיין מויל דא אין אריינרעדן.

וויל איך בלויז פארציילן מעשה שהיה. איך האב זיך געיאגט צום ארבייט. געלערנט, געדאווענט. אופס... איך האב פארגעסן מיין עסן אינדערהיים. עס איז נישט געווען בכדי שיעשו אהיימגיין. ווי איך האב היינט געדארפט זיין לצורך פרנסה איז נישט בנמצא כשר עסן. נאכן דאווענען, א טיש אין ביהמ"ד כל טוב טוב. איך האב מיך זייער מחי' געווען. ישר כח פארן צדיק. ישר כח פאר די אינגעלייט וואס האבן צוגעשטעלט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » מיטוואך מאי 11, 2016 10:26 pm

Kosher Travel האט געשריבן:מי אני איך זאל בכלל וואגן צום עפענן מיין מויל דא אין אריינרעדן.

וויל איך בלויז פארציילן מעשה שהיה. איך האב זיך געיאגט צום ארבייט. געלערנט, געדאווענט. אופס... איך האב פארגעסן מיין עסן אינדערהיים. עס איז נישט געווען בכדי שיעשו אהיימגיין. ווי איך האב היינט געדארפט זיין לצורך פרנסה איז נישט בנמצא כשר עסן. נאכן דאווענען, א טיש אין ביהמ"ד כל טוב טוב. איך האב מיך זייער מחי' געווען. ישר כח פארן צדיק. ישר כח פאר די אינגעלייט וואס האבן צוגעשטעלט.

אזוי ווי זאגסט, ווילאנג מ'קען געניסן פון זיי וועלן מיר געניסן,
אז מ'געט נעמט מען.
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מיטוואך מאי 11, 2016 10:35 pm

באנינז אין סמעדרש האט איינער ג'טענה'ט אז לע"נ דעם אברבנאל זאל מען אפשר אין זיין יאהרצייט אויסלייזן אידן פון שפאניע ווייל דאס איז געווען די צרה וואס האט געפלאגט דעם כלל אין זיינע צייטן...
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך מאי 11, 2016 10:38 pm

ווען איינער וויל געבן פאר אידן אויף אנצופילען דעם פריזער [לאו דוקא ג' אייר נאר ה' אייר און ז' אייר ווי עס פלעגט זיין די מנהג ביי רבי ישעי'לע זצ"ל] האט עס א שטארקע מקום
אבער צו פארוואנדלען אזא הייליגע זאך אין א פרעס איז ליצנות געמאכט פינעם עולם.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך מאי 11, 2016 10:51 pm

איך האב נישט געוויסט אז געבן א ביסל האול וויט ברויט מיט טונא און הערניג אין שוהל הייסט פרעס. איך האב געמיינט אז עס מיינט עסן. שוין, ב"ה איהר האט מיך אויפגעקלערט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך מאי 11, 2016 10:53 pm

Kosher Travel האט געשריבן:איך האב נישט געוויסט אז געבן א ביסל האול וויט ברויט מיט טונא און הערניג אין שוהל הייסט פרעס. איך האב געמיינט אז עס מיינט עסן. שוין, ב"ה איהר האט מיך אויפגעקלערט.

די רעדע פינעם פותח האשכול איז פון די וואס פארוואנדלען עס אין א פרעס.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך מאי 11, 2016 10:58 pm

רצון טוב האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:איך האב נישט געוויסט אז געבן א ביסל האול וויט ברויט מיט טונא און הערניג אין שוהל הייסט פרעס. איך האב געמיינט אז עס מיינט עסן. שוין, ב"ה איהר האט מיך אויפגעקלערט.

די רעדע פינעם פותח האשכול איז פון די וואס פארוואנדלען עס אין א פרעס.

אין אויף דעהם גאג איך אז איך האב נישט געוויסט אז געבן עסן הייסט פרעס.

I guess we don't see eye to eye on this want. And that is fine.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1564
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך מאי 11, 2016 10:59 pm

@בוידעם נישט מיט אייך, האב איך און דעם אנדערען אשכול זיך גע׳טענה׳ט? (וועגען דעם פיש נושא) אינטערסאנט.. עניווע, כ׳האב נישט קיין סאך צייט יעצט, אבער, בקיצר נמרוץ איז מיין תשובה צי דיר אזוי.

כ׳האב קיינמאל נישט געזאגט אז געבען פאר יודן צי עסען פת שחרית, איז נישט קיין געוואלדיגע זאך, אבער האט דאך לדעתי, גארנישט ציטיען מיט דעם צדיק רבי ישעי׳לע זעלבסט.

רבי ישעי׳לע האט אוואדע אויסגעבעטען פאר כלל ישראל ״לשובע ולא לרזון״ סיי פאר עניים און סיי פאר עשירים אייניג, אויף צי גלייך. אוואדע האט ער אויס געפוילט אלע סארט גיטע זאכען פאר יודישע קינדער און אויך פאר פרנסה ברווח גדול.

אבער דער טעות לדעתי וואס די וועלט מאכט איז אז רבי ישעי׳לע איז געווען א קעכער.... און געשטאנען און געקאכט, און געטיילט פאר יודן צי עסען.... ווי סדרייט זיך ארום דעם ווערטעל? אז די וועלט האט געמאכט רבי ישעי׳לע פאר א עקסטערמענעטער און קעכער און בעבי סיטער... (מטרנה) און איך זאג, אז ליידער ליידער איז דאס די מצב! עפעס א מין טפשות וואס סקען זיך נישט גלייבען... און דא ליגט לדעתי די טעות באגראבען!

און הער מיר גיט צי, לויט ווי איך פארשטיי. האט רבי ישעי׳לע טאקע געטיילט עסען פאר אלע סארט יודן, אבער געטיען האט ער עס, ווייל ס׳איז געווען א דחקות! הערסט? ס׳איז נישט געווען וואס צי עסען, פשט כפשוטו! (און אזוי ברענג איך פריער, און די מעשה פון נאך די פטירה פון רבי ישעי׳לע) און די זעלבע ביי זיין לויה, האט ער געוואלט אז יודן זאל האבען וואס צי עסען, ווייל און קערעסטיער איז נישט געווען וואס צי עסען! אוואדע אז מען טיילט, טיילט מען פאר יעדעם איינעם, מיט נאע דיסקרימענעשיען! אבער געמיינט האט ער די עניים!

אבער געבען צי עסען און די שטיבלעך? וואס האט דאס מיט רבי ישעי׳לע?! דאס קימט פון די קליין קעפיגקייט און חילשה פון אינזער דור היתום!

אקעי סדא אפאר עניים און שוהל וואס האבען נישט וואס צי עסען. עקעי דאס איז צדקות רבי ישעיעלע. אבער פאר רוב הציבור? איז דאס סתם א סעודת הילולה ווי פאר א יעדע צדיק!

אבער די ענין פון עניי ארץ ישראל, לדעתי איז צדקות רבי ישעי׳לע למהדרין! צי געבען פאר עניים וואס האבען נישט קיין געלט צי קויפן פשוט ברויט און שטוב. מטרנה? דאס יא! דאס איז באמת צדקות רבי ישעי׳לע לענ׳ד הקטן.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

חכם לב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2012 4:03 pm

תגובהדורך חכם לב » מיטוואך מאי 11, 2016 11:08 pm

רוב אידן וואס זענען אידן בימים ההם געווען דורכפארער זענען געווען ביטערע עניים, אז א איד איז געקומען אין א פרעמדע שטאט האט געבן צו עסן פאר אים געמיינט פיקוח נפש, בכלל די גאנצע געדאנק פון עסן אמאל איז נישט געווען דאס וואס מיר זענען געוואוינט צו פארשטיין וואס עסן מיינט, אודאי יעדע דבר טוב וואס מען טוט פאר א צווייטן איד איז א חשיבות, אפגעזען די כוונות, ווי מען טייטשט דעם פסוק מאשר שמנה לחמו והוא יתן מעדני מלך, אשר פאר זיך אז אפילו א שטיקל ברויט געווען שמינה, פאר אים איז דאס געווען פעט און גוט, אבער והוא יתן, ווען מ'גיט פאר א צווייטן מעדני מלך דארף מען גיבן מעדני מלך, אלעס איז גוט און פיין, אבער דאס האט מיט ר' ישעי'לע גארנישט, נישט דאס איז געווען זיין עסק.

און אפילו יא, נניח אז אז ר' ישעי'לע האט געהאט א מנהג צו טיילן עסן פאר אידן וואס האבן זיך געשפארט דעם פרישטאג אין שטוב, האט די גאנצע עסק בימינו אלה מיט ר' ישעי'לע גארנישט, געבן עסן אין בית המדרש פאר אידן, אויסצאלן שכר לימוד פאר א צווייטן, גיבן א שמייכל פאר א צווייטן איד, צולערנען מיט א שוואך אינגל, גיין נאך געלט פאר איינעם, זיין א מכניס אורח, און אלע אנדערע מצות פון גמ"ח האט פונקט אזוי מיט ר' ישעי'לע קערעסטירער, און מיט'ן חפץ חיים, אדער דעם מהר"ל פון פראג, אדער גאר למעלה בקודש קהת בן לוי, קענסט טון יעדע מצוה לעילוי נשמת יעדן צדיק, מיט די זעלבע רעזולטאטן

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1564
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך מאי 11, 2016 11:10 pm

יעצט געליינט @פרידן׳ס תגובה וואט עה פליזשער! א גרויסען דאנק @פרידן א הערליכע תגובה געשריבען! כ׳האב באמת הנאה פון דיין תגובה. אההה יעס! ברייט׳קייט פאר יודישע קינדער בבחינות יוסף הוא המשביר! געוואלדיגע דיברים,

זאל די באשעפער טאקע העלפען אז ס׳זאל זיין גרוסע השפעות, און דעם זכות פון דעם בעל הילולה רבי ישעיעלע בן רבי משה, זכותו הגדול והקדוש יגון עלינו ועל כל ישראל, אמן.

א גיטע נאכט ליבע ברידער.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » מיטוואך מאי 11, 2016 11:22 pm

רבי ישעי'לע האט דאס געמיינט.
צוגעלייגטע
רבי ישעי.jpg
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
שרייבטאראפ
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2009 7:27 pm

תגובהדורך שרייבטאראפ » מיטוואך מאי 11, 2016 11:48 pm

איך פארשטיי נישט באמת על מה יצא הקצף הזה מיט קריטיק על גבי קריטיק אויף די עסקני ונכדי קערעסטיר. (איך מיין נישט דוקא דעם אשכול, עס איז דא אויך אין די אנדערע קערעסטירער אשכולות)

עס זענען דא צוויי חלקים דא, וואס די צוויי זענען באמת נישט קיין סתירה איינס מיטן צווייטן.

1. טיילן פאר נויטבאדערפיגע אידן איז א געוואלדיגע מצוה,
2. צושטעלן סעודת הילולא, מיט תיקון להחיות נפש כל חי ביומא דהילולא, איז אויך אן אלטע אנגענומענע ענין ביי חסידים ואנשי מעשה, און געווען אנגענומען אלץ סגולה להיפקד בדבר ישועה ורחמים, (לדוגמא וואו ס'איז איינגעפיררט ביים בת עין ועוד).

ועוד בה שלישיה
3. דאס אויפנעמען די אידן וועלכע קומען להשתטח און פוקד זיין מקום מנוחתו בקודש פון דעם צדיק, איז אויך יסודתו בהררי קודש, דער תפארת שלמה האט דאס געטוהן ביים רבי ר' אלימלך ועוד.

למעשה טוען זיי דאך ביידע חלקים, די צוויי פליגלן שע"י קערעסטיר
1. "רב להושיע" טיילט עסן פאר די ארעמע עניי ארץ ישראל און זענען זיי מחי' מיטן העלפן פיטערן די שעפעלעך צו דער זעט
2. "רב להושיע" שטעלט צו דעם ברייטן תיקון סעודת הילולא בכל מקום
3. "מעיין הישועה" שטעלט צו אש"ל פאר'ן ציבור וואס קומען צו פארן קיין קערעסטיר


און בענין דעם קאמפיין, וואס מאנכע שרייבן אז דאס שטערט זיי,
וואס איז מיט די איבערגעטריבענע פירסומים און קאמפיינען וואס עס מאכן היינט יעדער מוסד, אנגעהויבן פון בוני עולם געענדיגט ביי הצלה און כמעט יעדער אינדערצוישן.

יעדער דינער און מעמד היינט איז ארויסגעבלאזן פון אלע גדרים און פראפארציעס, אנגעהויבען פון די הונדערט גראפישע קאלירטע בילדער בראשורן אויסגאבעס און פלאקאטן, ביז די קעניגליכע מעניוס פון ברבורים סושי גרילד שליו ודגים, מיט 8 קאורסעס סעודות העולים על שלחן מלכים וועלכע קאסטן ממון ודמים.
דערצו שטעלט מען אונז צו לייוו אינטערטעינמענט פארוויילונג זינגערס שפילעס און בדחנים וועלכע ווערן אימפארטירט פון אנדערע עקן וועלט פאר טבין ותקילין, דער אווענט ווערט אהערגעשטעלט פאר די כאניאקישע ציבור אזוי וואו וואלט געפאסט פאר די גרעסטע מיליאנערן.

(איך רעד שוין נישט פון די גרויסע ווידיו סקרינס וואס איז ביז לעצטענס האט מען געוויסט אז ס'איז בבל יראה ובל ימצא ביי אונזערע קרייזן...)

איך זיך נישט איבערצומאכן די וועלט.
ווער געדענקט בכלל דער גאנצער אמאליגער באגריף פון אן איידעלע מלוה מלכה מיט ניסלעך געפילטע פיש און קיגל און פשוטע דיספאוזעבעל טישטוכער/דישעס עקזיסטירט כמעט נישט. עס האט געקאסט כמעט גארנישט און די גאנצע הכנסה איז געווען קודש.

אבער וואס האט מען זיך אנגעטשעפעט אין "קערעסטיר" און אטאקירט זיי פאר זייערע צעטלעך קאמפיינען מיט'ן בילד פון הייליגן רבי ישעי'לע, און אן איינפאל פון מאכן זייער קאמפיין מיט א געשמאקן פרישטאג סעודה פאר אידענס וועגן ביומא דהילולא.

איך בין נישט חושד אז די קריטיק איז מיט עפעס א באהאלטענע אגענדע, נאר ס'פעלט פשוט הבנה, אז זיי זענען גארנישט ווייניגער ווי אנדערע גבאי צדקה.

איך ווינטש זיי מיט'ן פולסטן פארדינטן רעספעקט הצלחה בעבוה"ק, און דער זכות פון דעם צדיק וקדוש רבינו ישעי' ב"ר משה זי"ע זאל מגין זיין אויף זיי און אויף אונז און אלע אידן.

(אויב קריטיק פארדינט ענדערש די נייע ערשיינונג פון זיך מקשר זיין מיט'ן רבי'ן דורכ'ן טרינקן וויין און שפילן כלי זמר (אין די ספירה) אויפ'ן ציון הקדוש פון צדיק... וואס איז נגד הלכה, כ'בין נישט דער מוכיח בשער, אפשר אויב דאס ברענגט זיי נענטער צום אויבערשטן און צדיקים, איז עס אויך גוט, כ'ווייס ניט, רעד איך נישט אריין)

עוד רגע אדבר:

נ.ב. זייט מיר מוחל פאר'ן נעמן דעם שופר אין די האנט, אבער איך שפיר בכלל לעצטענס בלאזט אביסל אזא נעגאטיווע ווינטל דא אין וועלטל, ווען עס איז געווארן אביסל מער אין-סטייל צו קריטיקירן, אוועקמאכן, אפפרעגן, און מבטל זיין דברי חבירו, אויף א א פארנעם וואס האט נישט עקזיסטירט אמאל צווישן אונז דא, איך מיין עס דארף א שטיקל מזרזין למזורזין צו מתקן זיין, בפרט אצינד אין די ימי הספירה, ווען מ'דארף מתקן זיין דעם ענין פון לא נהגו כבוד זה לזה..

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מיטוואך מאי 11, 2016 11:54 pm

ביי אונז אין שוהל איז נישט געווען קיין פרישטאג היינט. אבער וואס א שווארץ קאפל באדערט אז אידישע קינדער האבן געהאט אן אומזיסטע פרישטאג אז מען מיז דא מאכען דערפון א בעי'? הו קערס. מען האט געגעסן, אוודאי געמאכט א ברכה און הנאה געהאט, זיך געווינטשען לחיים און דערציילט א עובדא מה טוב ומה נעים. איך פריי זיך גאר אז אזויפיל אחב"י האבן היינט געהאט א געשמאקע פרייע פרישטאג

פלעסטיק גלעזער
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 26, 2015 1:05 pm

תגובהדורך פלעסטיק גלעזער » דאנארשטאג מאי 12, 2016 12:00 am

וואס וועם באדירט אז מען טיילט צו עסן?

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5054
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג מאי 12, 2016 12:02 am

נאטורליך האט געשריבן:ביי אונז אין שוהל איז נישט געווען קיין פרישטאג היינט. אבער וואס א שווארץ קאפל באדערט אז אידישע קינדער האבן געהאט אן אומזיסטע פרישטאג אז מען מיז דא מאכען דערפון א בעי'? הו קערס. מען האט געגעסן, אוודאי געמאכט א ברכה און הנאה געהאט, זיך געווינטשען לחיים און דערציילט א עובדא מה טוב ומה נעים. איך פריי זיך גאר אז אזויפיל אחב"י האבן היינט געהאט א געשמאקע פרייע פרישטאג

נאטורליך!
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג מאי 12, 2016 12:11 am

ווייס איך נישט ווי צו מגיב זיין, און אויב בכלל מגיב צו זיין

מ'האט ב"ה געטראפן כלל ישראל'ס פראבלעם

היתכן מ'גיבט פאר אידן צו עסן
היתכן אידן ווילן עפעס טון לטובת הצדיק

רבותי התעוררו, גענוג געלעבט אין שטותים (ווי איז הרב מה פתאום?)
הייבט אן לעבן ווי מענטשן, און מוטשעט נישט, לאזט יענעם טון וואס ער וויל, געפעלט דיר איז גוט, אז נישט מאך א שווייג און גיי ווייטער, דער לעבן וועט דיר זיין אסאך מער רוהיג'ער

און בכלל, מה לכם כי נטפלתם לעושי טוב וחסד,
צוליב דעם זענען מיר נאך אין גלות? ווייל 'טויזנטער' אידן איבער די וועלט, האבן היינט געגעסן צו דער זעהט לע"נ רבי ישעי'לע?

וועקט אייך אויף, און איר וועט לאכן פון זיך אליינ'ס


די אין לי כוח
לילה טוב
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » דאנארשטאג מאי 12, 2016 7:39 am

שרייבטאראפ האט געשריבן:עוד רגע אדבר:

נ.ב. זייט מיר מוחל פאר'ן נעמן דעם שופר אין די האנט, אבער איך שפיר בכלל לעצטענס בלאזט אביסל אזא נעגאטיווע ווינטל דא אין וועלטל, ווען עס איז געווארן אביסל מער אין-סטייל צו קריטיקירן, אוועקמאכן, אפפרעגן, און מבטל זיין דברי חבירו, אויף א א פארנעם וואס האט נישט עקזיסטירט אמאל צווישן אונז דא, איך מיין עס דארף א שטיקל מזרזין למזורזין צו מתקן זיין, בפרט אצינד אין די ימי הספירה, ווען מ'דארף מתקן זיין דעם ענין פון לא נהגו כבוד זה לזה..

אזוי נעגעטיוו צו זיין?? :wink:
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » דאנארשטאג מאי 12, 2016 9:35 am

גאלדענער פעדער:
הער אויף פארשווארצן דיין פעדער
!!אזויפיל שטותים?????????????
דו ווייסט אז הרה"ק ר' ישעי'לע האט צוגעשטעלט א יעדע מוצאי שבת א גרויסע מלוה מלכה פאר עשירים אזש מ'פלעגט אפילו שחט'ן א קעלבעל לכבוד דעם?
פרעג דיך נאך אביסל פאר דו שרייבסט
הרה"ק ר' ישעי'לע האט משפיע געווען רחבות דורך רחבות
יחי המלך
גראדע איז נישט קיין נפקא מינא וואו זיינע מחותן פלעגט וואונען... (קרעדיט חמרא)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט