ראבא-קאלס /אוטומאטישע רופען

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

כשרע טעלעפאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » זונטאג אוקטובער 14, 2018 1:24 am

nmi האט געשריבן:מוצ"ש 1:00 ווען די קינדער שלאפן שוין און מ'קאלט ארום פאר עפעס א פארשטינקענע עד??? זייער אום מענטשליך

גא"מ, איך פרוביר נאך צו פארשטיין וויאזוי אזוינס פאלט ביי צו רופן מענטשן פאר אן עד אזוי שפעט ביינאכט (לייען: פרי פארטאגס...)

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג אוקטובער 14, 2018 1:28 am

מילא מ'קאלט ארום פאר געלט איז איין זאך (אויך נישט בארעכטיגט פאר איינזע באנאכט) אבער אן עדוועטייזמענט???

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלף
תגובות: 1971
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » זונטאג אוקטובער 14, 2018 9:28 am

nmi האט געשריבן:מילא מ'קאלט ארום פאר געלט איז איין זאך (אויך נישט בארעכטיגט פאר איינזע באנאכט) אבער אן עדוועטייזמענט???

אפשר זענט איר מיר מסביר די חילוק?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » זונטאג אוקטובער 14, 2018 10:18 am

כשרע טעלעפאן האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:מוצ"ש 1:00 ווען די קינדער שלאפן שוין און מ'קאלט ארום פאר עפעס א פארשטינקענע עד??? זייער אום מענטשליך

גא"מ, איך פרוביר נאך צו פארשטיין וויאזוי אזוינס פאלט ביי צו רופן מענטשן פאר אן עד אזוי שפעט ביינאכט (לייען: פרי פארטאגס...)

קענסט מיר שיקען די איי די אולי וועל איך וויסען ווער עס איז
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג אוקטובער 14, 2018 10:46 am

איך ווייס ווער ס'איז. ס'איז דאך אן עד פאר עפעס א קאמפעני

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » זונטאג אוקטובער 14, 2018 11:31 am

כשרע טעלעפאן האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:מוצ"ש 1:00 ווען די קינדער שלאפן שוין און מ'קאלט ארום פאר עפעס א פארשטינקענע עד??? זייער אום מענטשליך

גא"מ, איך פרוביר נאך צו פארשטיין וויאזוי אזוינס פאלט ביי צו רופן מענטשן פאר אן עד אזוי שפעט ביינאכט (לייען: פרי פארטאגס...)

קענסט מיר שיקען די איי די אולי וועל איך וויסען ווער עס איז
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1191
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » זונטאג אוקטובער 14, 2018 1:59 pm

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:
כשרע טעלעפאן האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:מוצ"ש 1:00 ווען די קינדער שלאפן שוין און מ'קאלט ארום פאר עפעס א פארשטינקענע עד??? זייער אום מענטשליך

גא"מ, איך פרוביר נאך צו פארשטיין וויאזוי אזוינס פאלט ביי צו רופן מענטשן פאר אן עד אזוי שפעט ביינאכט (לייען: פרי פארטאגס...)

קענסט מיר שיקען די איי די אולי וועל איך וויסען ווער עס איז

718-682-2055

אן עד פאר עפעס א טעלעקאנפערענס מיט גרין

ווען איר קאלט צוריק קענט איר דריקען 2, און ״לאזען א מעסעזש און אן עסקן וועט אייך צוריקרופען״

הייסט דער ״עסקן״ מעג מען נישט אויפוועקען. גערופען 12:00 אויפן לענדליין און 1:03 אויפן סעל

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » זונטאג אוקטובער 14, 2018 2:19 pm

פיצי קעפעלע האט געשריבן:
טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:
כשרע טעלעפאן האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:מוצ"ש 1:00 ווען די קינדער שלאפן שוין און מ'קאלט ארום פאר עפעס א פארשטינקענע עד??? זייער אום מענטשליך

גא"מ, איך פרוביר נאך צו פארשטיין וויאזוי אזוינס פאלט ביי צו רופן מענטשן פאר אן עד אזוי שפעט ביינאכט (לייען: פרי פארטאגס...)

קענסט מיר שיקען די איי די אולי וועל איך וויסען ווער עס איז

718-682-2055

אן עד פאר עפעס א טעלעקאנפערענס מיט גרין

ווען איר קאלט צוריק קענט איר דריקען 2, און ״לאזען א מעסעזש און אן עסקן וועט אייך צוריקרופען״

הייסט דער ״עסקן״ מעג מען נישט אויפוועקען. גערופען 12:00 אויפן לענדליין און 1:03 אויפן סעל

יא ריכטיג, איך ווייס אויך פון וועלעכע CARRIER מען האט עס געשיקט, עס איז געוועהן א טעקניקעל פראבלעם, די קאל איז ארויס 9:15 און על פי חשבון ענדיגט זיך עס אין א שעה, למעשה האט דער דיילער ארויסגעשיקט אנשטאט 1500 קאלס א מינוט נאר 200 קאלס א מינוט, די קאמפעני האט שוין געשיקט מיליאנען קאלס בלי גוזמא, און עס איז די ערשטע מאל וואס דאס איז געשעהן, געווענליך אויב איז דא א פראבלעם ווערט עס געפאזט PAUSED אבער אם ד' לא ישמר עיר שוא שקד שומר, אויב איז באשערט עגמת נפש,............שטעלט אייך פאר וויפיל עג"נ ר שמעון גרין האט, זיי האבען מיך גערופען פרעגען וואס צו טון, וויאזוי אנשולדיגט מען זיך, וואס זאל איך זיי זאגען,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » זונטאג אוקטובער 14, 2018 2:19 pm

ווייס איך אז אין דעם פאל (פונקט ווי אין דעם ערב יום כיפור תשע"ט), איז געשען א טעות אינעם סיסטעם פון די ראב"א קא"ל קאמפאני, און דעריבער האט זיך געקאלט נאך 11:00 ביינאכט אויך.

דאס כאפט מען ערשט צופרי אז ס'איז געשעהן, און מ'ארבעט צו פיקסן דעם סיסטעם

אגב דער הרב שמעון גרין, האט גארנישט מיט די גאנצע ראב"א קא"ל (א זאך וואס ער האט קיינמאל נישט געטון, און ווייסט אפי' נישט ווי אזוי דאס ארבעט), נאר אפאר עסקנים וואס דרייען אן די גאנצע זאך יעצט, זיי האבן דאס אנגעפירט
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג אוקטובער 14, 2018 2:28 pm

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן: זיי האבען מיך גערופען פרעגען וואס צו טון, וויאזוי אנשולדיגט מען זיך, וואס זאל איך זיי זאגען,

אז זיי זאלן ארויסשטעלן אן אנטשולדיגונג און מפרסם זיין אז זיי נעמעו זיך אונטער מער קיינמאל נישט ארויסצושיקן קיין ראבא-קאלס.

דעם מעלדונג זאלן זיי נישט ארויסשיקן אויף קיין קאלל, נאר אין די צייטונגען.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג אוקטובער 14, 2018 2:30 pm

און נעך בעסער זאלן זיי אריינשטעלן בריעווען אין אלע גרעסערע היימישע צייטונגען אוו זיך בעטן ביי די אלע וואס טוען עס יא, אז זיי זאלן אויפהערן, בפרט ווען מ'זעהט אז ס'קען זיך מאכן אזא גרויסע עגמת נפש.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7357
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג אוקטובער 14, 2018 2:32 pm

דו ווייסט וואספארא זיכוי הרבים אזא טעלעקאנפארענס איז?! קיינמאל מער נישט רופן?! וויאזוי זאלן מענטשן וויסן פון דעם??? און פארגעס נישט אז יעדע קאלל וואס מען באקומט איז אנגעשריבן פון הימל, אויך ווען מען זאל עס באקומען.

o-h?e

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » זונטאג אוקטובער 14, 2018 2:56 pm

שמו האט געשריבן:ווייס איך אז אין דעם פאל (פונקט ווי אין דעם ערב יום כיפור תשע"ט), איז געשען א טעות אינעם סיסטעם פון די ראב"א קא"ל קאמפאני, און דעריבער האט זיך געקאלט נאך 11:00 ביינאכט אויך.

דאס כאפט מען ערשט צופרי אז ס'איז געשעהן, און מ'ארבעט צו פיקסן דעם סיסטעם

אגב דער הרב שמעון גרין, האט גארנישט מיט די גאנצע ראב"א קא"ל (א זאך וואס ער האט קיינמאל נישט געטון, און ווייסט אפי' נישט ווי אזוי דאס ארבעט), נאר אפאר עסקנים וואס דרייען אן די גאנצע זאך יעצט, זיי האבן דאס אנגעפירט

ריכטיג אבער ער האט עג"נ דערפון, און גי עסקנים לפי ידיעתי ארבעטען לש"ש, פשוט צו פארשפרייטען זיינע שיעורים, יא יא עס זענען יודען וואס בלוטיגען פאר'ן מצב הדור און ווען זיי זעהן אז מען קען אויפטאן שפרינגען זיי ארייןף נאר דער שטן פארגינט נישט, רעכען אויס וויפיל כח און געלט זיי לייגען אריין און וואסערע נישטיגע פרייז זיי בעטען,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » זונטאג אוקטובער 14, 2018 2:57 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:
טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן: זיי האבען מיך גערופען פרעגען וואס צו טון, וויאזוי אנשולדיגט מען זיך, וואס זאל איך זיי זאגען,

אז זיי זאלן ארויסשטעלן אן אנטשולדיגונג און מפרסם זיין אז זיי נעמעו זיך אונטער מער קיינמאל נישט ארויסצושיקן קיין ראבא-קאלס.

דעם מעלדונג זאלן זיי נישט ארויסשיקן אויף קיין קאלל, נאר אין די צייטונגען.

איר ווייסט וואס די צייטונגען בעטען, איר ווילט נעמען א חלק אין די הוצאות, די טעלעקאנפערענס איז נישט פאר ביזנעס, עס דעקט זיך נישט, צוצושטעלען אזאנס קאסט א געוואלד מיט געלט,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » זונטאג אוקטובער 14, 2018 3:02 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:און נעך בעסער זאלן זיי אריינשטעלן בריעווען אין אלע גרעסערע היימישע צייטונגען אוו זיך בעטן ביי די אלע וואס טוען עס יא, אז זיי זאלן אויפהערן, בפרט ווען מ'זעהט אז ס'קען זיך מאכן אזא גרויסע עגמת נפש.

ר' איד ענטפערט מיר, איר רעדט אין אייער נאמען אז איר האט עג"נ אדער איר זארגט פאר'ן כלל, עס קוקט אויס וויא די ראבא קאלס זענען אייך אויסטערליש מצער, איך קען אייך באמת העלפען, רופט מיך 929-900-1714
נישט ווייל איך געב עס גערעכט נאר מען ברויך נישט איבערטרייבען, מען דרייט זיך ארום מיט פאונס פון אלע זייטען מיט בלו טוט מיט אלע מיני עפפס, מען פארפאסט נישט קיין איין מינדערוויכטיגע נייעס פון אפגאניסטאן, אען קוקט אלע קליפס וכו' און די ראבא קאלס שטערט די מנוחה, פליז הערט אויף מיט די נארישקייטען,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » זונטאג אוקטובער 14, 2018 3:04 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:דו ווייסט וואספארא זיכוי הרבים אזא טעלעקאנפארענס איז?! קיינמאל מער נישט רופן?! וויאזוי זאלן מענטשן וויסן פון דעם??? און פארגעס נישט אז יעדע קאלל וואס מען באקומט איז אנגעשריבן פון הימל, אויך ווען מען זאל עס באקומען.

o-h?e

ריכטיג איך האב געהערט אויף קול מבשר א סעמפעל און איך הער אז רבנים וויא רב פישער פון מאנסי ועוד שטייען מיט אים, ער איז מוראדיג, איך האף מיך איינצושרייבען בע"ה
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג אוקטובער 14, 2018 3:12 pm

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:און נעך בעסער זאלן זיי אריינשטעלן בריעווען אין אלע גרעסערע היימישע צייטונגען אוו זיך בעטן ביי די אלע וואס טוען עס יא, אז זיי זאלן אויפהערן, בפרט ווען מ'זעהט אז ס'קען זיך מאכן אזא גרויסע עגמת נפש.

ר' איד ענטפערט מיר, איר רעדט אין אייער נאמען אז איר האט עג"נ אדער איר זארגט פאר'ן כלל, עס קוקט אויס וויא די ראבא קאלס זענען אייך אויסטערליש מצער, איך קען אייך באמת העלפען, רופט מיך 929-900-1714
נישט ווייל איך געב עס גערעכט נאר מען ברויך נישט איבערטרייבען, מען דרייט זיך ארום מיט פאונס פון אלע זייטען מיט בלו טוט מיט אלע מיני עפפס, מען פארפאסט נישט קיין איין מינדערוויכטיגע נייעס פון אפגאניסטאן, אען קוקט אלע קליפס וכו' און די ראבא קאלס שטערט די מנוחה, פליז הערט אויף מיט די נארישקייטען,

כ'מיין אז איך האב געשריבן גאנץ קלאר. אז נאך אזא דארכפאל פון רופן מענטשן איינסע און דרייע ביינאכט, איז נישט מער ווי ריכטיג זיך אזוי אונטער צונעמען. איך האף אז חט"מ גייט נידט אנהייבן דעם נייעם טאקטיק פון רופען איינסע און דרייע פארטאגס.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג אוקטובער 14, 2018 3:12 pm

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:און נעך בעסער זאלן זיי אריינשטעלן בריעווען אין אלע גרעסערע היימישע צייטונגען אוו זיך בעטן ביי די אלע וואס טוען עס יא, אז זיי זאלן אויפהערן, בפרט ווען מ'זעהט אז ס'קען זיך מאכן אזא גרויסע עגמת נפש.

ר' איד ענטפערט מיר, איר רעדט אין אייער נאמען אז איר האט עג"נ אדער איר זארגט פאר'ן כלל, עס קוקט אויס וויא די ראבא קאלס זענען אייך אויסטערליש מצער, איך קען אייך באמת העלפען, רופט מיך 929-900-1714
נישט ווייל איך געב עס גערעכט נאר מען ברויך נישט איבערטרייבען, מען דרייט זיך ארום מיט פאונס פון אלע זייטען מיט בלו טוט מיט אלע מיני עפפס, מען פארפאסט נישט קיין איין מינדערוויכטיגע נייעס פון אפגאניסטאן, אען קוקט אלע קליפס וכו' און די ראבא קאלס שטערט די מנוחה, פליז הערט אויף מיט די נארישקייטען,

ר' איד... איך האב פראבירט צו בלייבן שטיל. איך גלויב אז דער פאר וועם מען האט אדווערטייזט האט היינט גרויס עגמות נפש. אבער פארענטער עס נישט! אויב עפעס, אנטשולדיג עס!

איך האב נישט קיין בלו טוט, איך האב נישט קיין סמארט פאון און איך קוק נישט קליפס אגאנצען טאג, און ניין, איך האלט נישט מיט קיין איין מינדערוויכטיגע נייעס פון אפגאניסטאן! עס האט מיהר גאנץ אויפגערעגט אז איך האב באקומען נישט איינס, נאר דריי פאון קאולס! נאך 12 אזייגער! מיט וואס פארא רעכט! איך האב געוואלט צירוקריפן דעהם נומבער און לאזן א nasty message. איך האב אבער זיך איינגעהאלטן, ווייל איך האב נישט געוואלט טוהן בשעת רוגזא. אבער ביטע פארענטפער עס נישט.

נאך דערצו אז איך בין אויף די do not call list. עס איז א גרויסע עוולה!
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

בר דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » זונטאג אוקטובער 14, 2018 3:24 pm

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:
פיצי קעפעלע האט געשריבן:
טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:
כשרע טעלעפאן האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:מוצ"ש 1:00 ווען די קינדער שלאפן שוין און מ'קאלט ארום פאר עפעס א פארשטינקענע עד??? זייער אום מענטשליך

גא"מ, איך פרוביר נאך צו פארשטיין וויאזוי אזוינס פאלט ביי צו רופן מענטשן פאר אן עד אזוי שפעט ביינאכט (לייען: פרי פארטאגס...)

קענסט מיר שיקען די איי די אולי וועל איך וויסען ווער עס איז

718-682-2055

אן עד פאר עפעס א טעלעקאנפערענס מיט גרין

ווען איר קאלט צוריק קענט איר דריקען 2, און ״לאזען א מעסעזש און אן עסקן וועט אייך צוריקרופען״

הייסט דער ״עסקן״ מעג מען נישט אויפוועקען. גערופען 12:00 אויפן לענדליין און 1:03 אויפן סעל

יא ריכטיג, איך ווייס אויך פון וועלעכע CARRIER מען האט עס געשיקט, עס איז געוועהן א טעקניקעל פראבלעם, די קאל איז ארויס 9:15 און על פי חשבון ענדיגט זיך עס אין א שעה, למעשה האט דער דיילער ארויסגעשיקט אנשטאט 1500 קאלס א מינוט נאר 200 קאלס א מינוט, די קאמפעני האט שוין געשיקט מיליאנען קאלס בלי גוזמא, און עס איז די ערשטע מאל וואס דאס איז געשעהן, געווענליך אויב איז דא א פראבלעם ווערט עס געפאזט PAUSED אבער אם ד' לא ישמר עיר שוא שקד שומר, אויב איז באשערט עגמת נפש,............שטעלט אייך פאר וויפיל עג"נ ר שמעון גרין האט, זיי האבען מיך גערופען פרעגען וואס צו טון, וויאזוי אנשולדיגט מען זיך, וואס זאל איך זיי זאגען,


א גוטן ר' טובי' מאיר,

עס איז אונז באמת א זכיה אייך צו האבן דא. מי יתן והיה אז איר זאלט עפעס קענען פארדינען פון זיך דא דרייען לטובת אייער מפעל הצדקה והחסד.

יעצט לענין די ראבא קאלס, וואלט איך זייער דאנקבאר געווען אויב איר וואלט געקענט שרייבן די נעמען אין טעלעפאן נאמבערס פון די פירמעס וואס שיקן ארויס די קאלס. איך גלייב אז עז נישט דא מער ווי עטליכע וואס ווערן באנוצט ביי אונזער עולם.

אני כשלעצמי בין נישט ברוגז ווען איך באקום א ראבא קאול פון א צדקה אקציע, אבער עס באדערט מיר זייער ווען איך ווער באמבארדירט מיט קאולס וועגן סעילס וכדומה.

עס וואלט געווען א גרויס תועלת פארן ציבור צו קענען אנרופען דירעקט די פירמעס וואס שיקן די קאולס און זיך אינגאנצן אראפסיינען אדער מודיע זיין וועלכע סארט קאולס מען וויל יא אדער נישט באקומען.

יישר כוח פאר אייער הייליגע ארבייט.

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1833
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג אוקטובער 14, 2018 3:58 pm

בר דעת האט געשריבן:אני כשלעצמי בין נישט ברוגז ווען איך באקום א ראבא קאול פון א צדקה אקציע, אבער עס באדערט מיר זייער ווען איך ווער באמבארדירט מיט קאולס וועגן סעילס וכדומה.

פאר אינטערעסאנטקייט

די דו נאט קאל ליסט איז טאקע נישט בינדענד פאר נאן פראפיט ארגאניזאציעס אבער יא פאר ביזנעסער
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3015
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג אוקטובער 14, 2018 4:17 pm

אני הקטן ווער יא ברוגז אויף עני ארגינעזאציע וואס דרייט מיר דעם קאפ מיט א פארריקטע ג'פגע'טע ראבא-קאלל.
אפילו עס איז 3:00 PM.
בפרט ווען עס מאכט זיך בא'טעמ'ט.
העללאו?!
(שטיל פאר עטליכע סעקונדען)
האללאו? האללאו?
הערסט מיך?
זייער גוט.
דא רעדט יעקל שמענדריק פון פלוני אלמוני חסד. מיר הערן דעם קול פון מיליאנע אלמנות און בליאנע יתומים.
מיט אייער שטיצע העלפט איר בלא בלא בלא.

קבלה קבלתי: דער וואס שיקט מיר א ראבא-קאל באקומט נישט קיין איין צענט פון מיר. נישט אויפן פאן. נישט אין בהמ"ד און נישט אויף די פאסט.
ווילסט מאכן קאללס? עס האט א פרייז.

ווען נאך א פאר יידן וועלן מיר נאכטוהן, וועלן זיך די ארגינעזאציעס אויסלערנען צו האנדלען ווי מענטשן.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

טעכנישן
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 4:53 pm

תגובהדורך טעכנישן » זונטאג אוקטובער 14, 2018 4:24 pm

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:
פיצי קעפעלע האט געשריבן:
טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:
כשרע טעלעפאן האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:מוצ"ש 1:00 ווען די קינדער שלאפן שוין און מ'קאלט ארום פאר עפעס א פארשטינקענע עד??? זייער אום מענטשליך

גא"מ, איך פרוביר נאך צו פארשטיין וויאזוי אזוינס פאלט ביי צו רופן מענטשן פאר אן עד אזוי שפעט ביינאכט (לייען: פרי פארטאגס...)

קענסט מיר שיקען די איי די אולי וועל איך וויסען ווער עס איז

718-682-2055

אן עד פאר עפעס א טעלעקאנפערענס מיט גרין

ווען איר קאלט צוריק קענט איר דריקען 2, און ״לאזען א מעסעזש און אן עסקן וועט אייך צוריקרופען״

הייסט דער ״עסקן״ מעג מען נישט אויפוועקען. גערופען 12:00 אויפן לענדליין און 1:03 אויפן סעל

יא ריכטיג, איך ווייס אויך פון וועלעכע CARRIER מען האט עס געשיקט, עס איז געוועהן א טעקניקעל פראבלעם, די קאל איז ארויס 9:15 און על פי חשבון ענדיגט זיך עס אין א שעה, למעשה האט דער דיילער ארויסגעשיקט אנשטאט 1500 קאלס א מינוט נאר 200 קאלס א מינוט, די קאמפעני האט שוין געשיקט מיליאנען קאלס בלי גוזמא, און עס איז די ערשטע מאל וואס דאס איז געשעהן, געווענליך אויב איז דא א פראבלעם ווערט עס געפאזט PAUSED אבער אם ד' לא ישמר עיר שוא שקד שומר, אויב איז באשערט עגמת נפש,............שטעלט אייך פאר וויפיל עג"נ ר שמעון גרין האט, זיי האבען מיך גערופען פרעגען וואס צו טון, וויאזוי אנשולדיגט מען זיך, וואס זאל איך זיי זאגען,

אז זיי זאלן געבן א אפציע בשעת די ריקארדינוג אראפצוגיין פון זייער ליסטע
'

אוועטאר
הערשקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

תגובהדורך הערשקא » זונטאג אוקטובער 14, 2018 4:27 pm

טעכנישן האט געשריבן:
טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:
פיצי קעפעלע האט געשריבן:
טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:
כשרע טעלעפאן האט געשריבן:גא"מ, איך פרוביר נאך צו פארשטיין וויאזוי אזוינס פאלט ביי צו רופן מענטשן פאר אן עד אזוי שפעט ביינאכט (לייען: פרי פארטאגס...)

קענסט מיר שיקען די איי די אולי וועל איך וויסען ווער עס איז

718-682-2055

אן עד פאר עפעס א טעלעקאנפערענס מיט גרין

ווען איר קאלט צוריק קענט איר דריקען 2, און ״לאזען א מעסעזש און אן עסקן וועט אייך צוריקרופען״

הייסט דער ״עסקן״ מעג מען נישט אויפוועקען. גערופען 12:00 אויפן לענדליין און 1:03 אויפן סעל

יא ריכטיג, איך ווייס אויך פון וועלעכע CARRIER מען האט עס געשיקט, עס איז געוועהן א טעקניקעל פראבלעם, די קאל איז ארויס 9:15 און על פי חשבון ענדיגט זיך עס אין א שעה, למעשה האט דער דיילער ארויסגעשיקט אנשטאט 1500 קאלס א מינוט נאר 200 קאלס א מינוט, די קאמפעני האט שוין געשיקט מיליאנען קאלס בלי גוזמא, און עס איז די ערשטע מאל וואס דאס איז געשעהן, געווענליך אויב איז דא א פראבלעם ווערט עס געפאזט PAUSED אבער אם ד' לא ישמר עיר שוא שקד שומר, אויב איז באשערט עגמת נפש,............שטעלט אייך פאר וויפיל עג"נ ר שמעון גרין האט, זיי האבען מיך גערופען פרעגען וואס צו טון, וויאזוי אנשולדיגט מען זיך, וואס זאל איך זיי זאגען,

אז זיי זאלן געבן א אפציע בשעת די ריקארדינוג אראפצוגיין פון זייער ליסטע

העלפט א מכה
איך טו דאס א יעדע מאל אין איך באקום ווייטער געהעריג

Wow a1
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

תגובהדורך Wow a1 » זונטאג אוקטובער 14, 2018 7:25 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:אני הקטן ווער יא ברוגז אויף עני ארגינעזאציע וואס דרייט מיר דעם קאפ מיט א פארריקטע ג'פגע'טע ראבא-קאלל.
אפילו עס איז 3:00 PM.
בפרט ווען עס מאכט זיך בא'טעמ'ט.
העללאו?!
(שטיל פאר עטליכע סעקונדען)
האללאו? האללאו?
הערסט מיך?
זייער גוט.
דא רעדט יעקל שמענדריק פון פלוני אלמוני חסד. מיר הערן דעם קול פון מיליאנע אלמנות און בליאנע יתומים.
מיט אייער שטיצע העלפט איר בלא בלא בלא.

קבלה קבלתי: דער וואס שיקט מיר א ראבא-קאל באקומט נישט קיין איין צענט פון מיר. נישט אויפן פאן. נישט אין בהמ"ד און נישט אויף די פאסט.
ווילסט מאכן קאללס? עס האט א פרייז.

ווען נאך א פאר יידן וועלן מיר נאכטוהן, וועלן זיך די ארגינעזאציעס אויסלערנען צו האנדלען ווי מענטשן.

איך די זעלבע
People are looking for the place of happiness they are not realizing that it is located in the brain

אוועטאר
קיטשי
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

תגובהדורך קיטשי » זונטאג אוקטובער 14, 2018 7:35 pm

נארוואס באקומען אן אנטשולדיגונג טעלעפאן רוף פון די וואס האבן גערופן נעכטן 12:17 ביינאכט
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אויב עס קען איינעם וויי טון סעיוו עס אין דרעפטס און דו וועסט האבן גרייט א בוך מיט זכותים
.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: כלל וכלל און 15 געסט