ראבא-קאלס /אוטומאטישע רופען

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10871
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 9:24 am

ער האט אייך זיכער געוואלט מזכה זיין מיט צדקה פארן גיין אין שפיטאל, עס איז א סגולה...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

ברוינע באנאנע
שר חמש מאות
תגובות: 862
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 10:18 am

ווייזער האט געשריבן:איך האב איין עצה וואס העלפט קעגן אלע ראבא קאללס.
בדוק ומנוסה אויף מיין וואויפ סיסטעם

ווער עס קאלט מיין נאמבער, דארף אריינקלאפן א רענדאם נאמבער צו ווערן קאנעקטעד. 1 אדער 2.

יעצט ווען די ראבאקאללער קאלט, און ס׳קען נישט דרוק, וווערט עב דיסקאנעקטעד.

הלואי אז מ׳קען דאס איינשטעלן אויפן סעל און פטור אנייסעק.

וויאזוי מאכט מען עס

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 10:49 am

דעם סיסטעם פון דארפן אריינדרוקן א נומער קען מען האבן אויף סתם א סעלפאון אויך?

אוועטאר
פאפיגיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך פאפיגיי » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 9:35 pm

ביטע לאז וויסען ווי אזוי מען מאכט דאס.

יישר כח.
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.

אוועטאר
קליינעמח
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 9:25 pm
לאקאציע: גוגל מעפס

תגובהדורך קליינעמח » זונטאג דעצמבער 16, 2018 4:02 pm

פאפיגיי האט געשריבן:
בן בלי שם האט געשריבן:[b]בס"ד

איך האב געטאן צו די זאך, איך האב איינגעצאלט תיכף די ערשטע מאל הונדערט דאלער, און אזוי טן איך יעדע פאר חדשים, גלייך צייטיג האט מיר ר' טובי' מאיר געזאגט אז די וועלעכע הייסען אראפנעמען פון די ליסט נעמט ער אראפ, די נומבער איז 7148457189, אבער לענ"ד ראט איך דיך עס נישט צו טון ווייל איך האב מיך נאך געפרעגט און עס איז מבהיל הרעיון זיינע פעולות, זיין בליץ אטאקע קומט ווייל ער איז יעצט פארנומען מיט צענדליגער צענדליגער שרעקליכע פיקוח נפש פעלער, עס קאסט אים מיליונען,



איך האב שוין אריינגערופען עטליכע מאל און גערעדט צו איינע פון די איינגעשטעלטע, דערנאך האב איך שוין אויך גערעדט פערזענליך צו ר' טובי' מאיר שליט"א, און נאך א לענגערע טענה'עריי האט ער מיר צוגעזאגט אראפצונעמען פון די ליסטע, 2-3 טעג איז טאקע געווען שטיל [אפשר איז דעמאלטץ ממילא נישט געווען קיין רופערייען, איך ווייס נישט], אבער נאכדעם האט עס זיך ווידער אנגעהויבן אן קיין רחמנות, סיי אויפן היים נומבער און סיי אויפן פריוואטען סעלפאון. וואס דארף איך יעצט טוהען?

[אגב, גאנץ שיין אז איר האט זיך איינגעשריבען ספעציעל דאס אפצוענטפערן]


פאר דעם סעלפאון איז היינט דא אסאך טולס וואס קענען דיר העלפן אוטאמאטיש בלאקירן סיי וועלכע נומערן וואס זענען אזויגערופן 'ספעם'.
איר קענט גיין אזוי ווייט ווי נאר אננעמען רופן פון אייערע קאנטאקטס וואס קען זיין א גוטע זאך אדער א שלעכטע זאך. קענסט מאכן איעדער חוץ איינער אדער קיינער חוץ איינער. אז זיי רופן פון אנדערע נומערן וועט דיר נישט העלפן בלאקן איין געוויסע נומבער אבער די אוטאמאטישע טול קען ארבעטן. זיי האבן א קלוגע סיסטעם וואס כאפט אויף פון וואו די קאלל קומט. אויב סקומט פון אן אוטאמאטישן ראבאט וועט עס באצייכענען די רופער אלס 'ספעם'. כמיין די מציאות מיט חסדי טובים מאורות קאלס איז נישט ווייט פון דעם.

אוועטאר
קליינעמח
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 9:25 pm
לאקאציע: גוגל מעפס

תגובהדורך קליינעמח » זונטאג דעצמבער 16, 2018 4:10 pm

ווייזער האט געשריבן:איך האב איין עצה וואס העלפט קעגן אלע ראבא קאללס.
בדוק ומנוסה אויף מיין וואויפ סיסטעם

ווער עס קאלט מיין נאמבער, דארף אריינקלאפן א רענדאם נאמבער צו ווערן קאנעקטעד. 1 אדער 2.

יעצט ווען די ראבאקאללער קאלט, און ס׳קען נישט דרוק, וווערט עב דיסקאנעקטעד.

הלואי אז מ׳קען דאס איינשטעלן אויפן סעל און פטור אנייסעק.


ווי איך פארשטיי וועט דאס נאר ארבעטן מיט די וואויפ סערוויס וואס דו נוצט. עס וועט נישט ארבעטן מיט א לענדליין אדער סעלפאון. איך מיין אז ביזדערווייל איז נאכנישט דא די אפציע צו געבן רשות פאר א דריטע קאמפעני צו מענידזשן דיינע קאלס. אפשר אינעם צוקונפט. אויפן זעלבן וועג ווי מקען געבן פאר א קאמפעני די רעכטן צו קעירנעמען פון אייער גוגל דרייוו

אוועטאר
קליינעמח
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 9:25 pm
לאקאציע: גוגל מעפס

תגובהדורך קליינעמח » זונטאג דעצמבער 16, 2018 4:12 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
בחורהזעצער האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
מנחם הלוי האט געשריבן:פון א לעגאלע שטאנדפונקט, איז נישט לעגאל צו טאלאפנירין אויב מען איז אויפגעסיינט אויף די do not call registry,אין צו סעלפאונס טאר מען בכלל נישט קאלן נאר מיט דירעקטע רשות פונעם באניצער עס קומען מיט א פיין פין $500 צו $1500 פאר א יעדע פאון קאל!

דאס איז נאר פאר א ביזנעס. נישט פאר נאן פראפיט אדער פאליטישע קאמפיינס

דאס איז נישט גילטיג אויף אויטאמאטישע קאלס.

זיכער?

פאליטישע קאמפיינס מעגן מאכן ראבא קאלס מיט געוויסע רעגולאציעס.

דאכט זיך מיר אז איינע פון די רעגולאציעס איז אז זיי מוזן אייך געבן די אפציע צו אראפגיין פונעם ליסטע. נו אויב העלפט עס נאר פאר א טאג צוויי, וואס איז די אויפטוה?

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 10:54 am

א חידה: אויב איינער גייט זיך אינטערנעמען צו פינאנצירן אלע פראבלעמען און קעיסעס פון ר' טובי' מאיר, גייען זיך די קאללס אויפהערן?

כ'מיין איך ווייס די תירוץ...
עפ"י בקשת הרבים: איך בין א שטארקע חסיד פון די מתנגדים צו די לוחמים קעגן די אנטי-וואקסין קעגנער.

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2556
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 3:27 pm

האמער נעכטן באקומען אומגעפער 4! קאלס פון חסדי ניימאן
די לעצטע מאל האב איך אויפגעהויבן אין אויסגעהערט דעם גאנצן לאוזאנג אין צום סוף געזוכט דעם קנעפל ווי מען סיינצעך אראפ, געדריקט-יואר נומבער איז נאו רימאבד פראם די ליסט

געסס וואט נארוואס באקומען א פרישע רוף ארויסצוהעלפן דעקן די הויעכע קאסטן אין וואס די ראבא קאלס ציעט אריין

פארוואס זאג איך עס אייך? ווייל איך וואונטשן איר זאלט נישט וויסן דערפון...

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 9:57 pm

און ווידעראמאל! א מכה אשר לא כתובה בתורה, ווייל ס'קומט אונטער א הייליגן שלייער.

איך מיין אז איינער זאל ארויסגעבן זיין היים נומער און וואוילטעטיגע אידן וועלן אים רופן מזכה זיין מיט נאך מצוות אין די פריע פארטאגס שטונדן. קיין צווייטע שפראך וועט נישט ארבעטן.
עפ"י בקשת הרבים: איך בין א שטארקע חסיד פון די מתנגדים צו די לוחמים קעגן די אנטי-וואקסין קעגנער.

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 10:51 pm

נעכטן נאך א לאנגע טאג האבן מיר ב"ה זוכה געווען צו לייגן דעם עולם שלאפן באצייטנס (פינף מאל פארשטייט זיך...), איך און די ב"ב האבן זיך שוין צוגעלייגט, און..... דא ווייסט איר שוין אודאי וואס האט פאסירט, איינע פון די קליינע האט זיך אויפגעוועקט, און דאס ארגסטע איז געווען אז דער טאטע איז געווען די צווייטע אויפצושטיין, נו, הייב אן פון אלף.

ערעב איד איר מיינט ס'איז א וויץ, אבער וויסן זאלט איר אז דאס איז בגדר שפיכת דמים, און ווער עס העלפט דעם איד מאכן די קאלס, איז א גרויסע נא נא.

אצינד גיי מיר זיך לייגן, און כ'וויל מער נישט הערן פון דיר, געגאנגען, הרינו מוחל....

אוועטאר
nmi
שר חמש מאות
תגובות: 845
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 11:08 pm

שמואל בארג האט געשריבן:נעכטן נאך א לאנגע טאג האבן מיר ב"ה זוכה געווען צו לייגן דעם עולם שלאפן באצייטנס (פינף מאל פארשטייט זיך...), איך און די ב"ב האבן זיך שוין צוגעלייגט, און..... דא ווייסט איר שוין אודאי וואס האט פאסירט, איינע פון די קליינע האט זיך אויפגעוועקט, און דאס ארגסטע איז געווען אז דער טאטע איז געווען די צווייטע אויפצושטיין, נו, הייב אן פון אלף.

ערעב איד איר מיינט ס'איז א וויץ, אבער וויסן זאלט איר אז דאס איז בגדר שפיכת דמים, און ווער עס העלפט דעם איד מאכן די קאלס, איז א גרויסע נא נא.

אצינד גיי מיר זיך לייגן, און כ'וויל מער נישט הערן פון דיר, געגאנגען, הרינו מוחל....

די גמרא זאגט אז ווער ס'עסט אין א סוכה בשעת ס'רעגנט נקרא הדיוט. האבן צדיקים דעראויף געזאגט אז זיי ווילן זיין פון די הדיוט פון וואס די גמרא רעדט.

איך וויל זיין פון די נא נא וואס שמואל בארג רעדט... :lol:
(just kidding)

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 11:22 pm

שמואל בארג האט געשריבן:נעכטן נאך א לאנגע טאג האבן מיר ב"ה זוכה געווען צו לייגן דעם עולם שלאפן באצייטנס (פינף מאל פארשטייט זיך...), איך און די ב"ב האבן זיך שוין צוגעלייגט, און..... דא ווייסט איר שוין אודאי וואס האט פאסירט, איינע פון די קליינע האט זיך אויפגעוועקט, און דאס ארגסטע איז געווען אז דער טאטע איז געווען די צווייטע אויפצושטיין, נו, הייב אן פון אלף.

ערעב איד איר מיינט ס'איז א וויץ, אבער וויסן זאלט איר אז דאס איז בגדר שפיכת דמים, און ווער עס העלפט דעם איד מאכן די קאלס, איז א גרויסע נא נא.

אצינד גיי מיר זיך לייגן, און כ'וויל מער נישט הערן פון דיר, געגאנגען, הרינו מוחל....



סתם פאר אינטערסאנטקייט
וואס טוט איר ווען סתם א מענטש רופט?
איך מאך געווענליך זייער שטיל די קלינגען ביי די נאכט שעות
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 11:22 pm

היינט אליינס באקומען 4 קאללס, כ'ווינטש אים ער זאל געווינען די לאטערי אפשר אזוי גייט ער אויפהערן.
#דרכי'_דרכי_נועם

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 11:37 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:סתם פאר אינטערסאנטקייט
וואס טוט איר ווען סתם א מענטש רופט?
איך מאך געווענליך זייער שטיל די קלינגען ביי די נאכט שעות


דערמאנסט מיר פון מיין שכן ביי שחרית, מיט יעדן שאקל זיינעם האב איך געכאפט א גלעט אין רוקן, אין אנפאנג האט זיך מיר געדוכט אז איינער רופט מיר פון די פלייצע, גאנץ שנעל האב איך איינגעזען אז דאס איז היינט מיין אקטיוויטי, איך זאג אים "אנטשולדיגט, אייער דאווענען איז מיט א ברען כראוי, אבער מיט אייער טאקט קלאפטט איר מיר אין רוקן ווי כאילו א פריינד מיינע, רוהט איין", דער תירוץ האט נאכגעפלאגט:

"וואס טוט איר ווען סתם א מענטש רופט?"...

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 11:41 pm

כ'בין זיכער אז די אלע וואס באקלאגן זיך טוען עס נאר מחוסר ידיעה אז ס'איז שוין היינט הייליגע ראבא קאלס.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » דינסטאג דעצמבער 25, 2018 11:53 pm

זענען מיר טאקע אזוי צוריקגעשטאנען אז מ'לאזט זיך שפייען אין די קאשע נאכענאנד, ואין צופה פה ומפצפץ ?!?!?
קענען מיר טאקע ווי א ציבור נישט אויפקומען מיט א פראקטישע לעזונג אפצושטעלן די נודניקעס וואס רייטן אויף אונזערע געהירן פארשלייערט אין טליתים?!?!?
לאזט הערן אייער שטימע

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 12:18 am

איש האשכולות האט געשריבן:היינט אליינס באקומען 4 קאללס, כ'ווינטש אים ער זאל געווינען די לאטערי אפשר אזוי גייט ער אויפהערן.
#דרכי'_דרכי_נועם

איך געב אים מער שאנסן צו געווינען דעם לאטערי ווי אז ער זאל נאכדעם אויפהערן די קאלס....
עפ"י בקשת הרבים: איך בין א שטארקע חסיד פון די מתנגדים צו די לוחמים קעגן די אנטי-וואקסין קעגנער.

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 12:20 am

ווישוואש האט געשריבן:כ'בין זיכער אז די אלע וואס באקלאגן זיך טוען עס נאר מחוסר ידיעה אז ס'איז שוין היינט הייליגע ראבא קאלס.

ס'איז געווארן הייליג ווען מענטשן האבן זיך אנגעהויבן באקלאגן. כל התחלת קשות, יעדע גוטע זאך קומט אן שווער, די סטר"א פארלייגט כוחות, וכו' וכו'. מיט יעדע באקלאגעניש העלפט מען עס מאכן נאך מער הייליג....
עפ"י בקשת הרבים: איך בין א שטארקע חסיד פון די מתנגדים צו די לוחמים קעגן די אנטי-וואקסין קעגנער.

יש בו
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 12:39 am

איך האב ר טובי מאיר׳ס הויז נאמבער, כ׳ווארט אויף א תשובה פון א מורה הוראה, צו איך מעג דאס ארויסגעבן
(די נאמבער וואס איז געליסטעד איז סתם א פאלטשע נאמבער, ר׳ טובי מאיר איז קלוגער פון אייך)
אל תסתכל בקנקן אלא במה ש׳יש בו

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 8:54 am

צד תמות האט געשריבן:זענען מיר טאקע אזוי צוריקגעשטאנען אז מ'לאזט זיך שפייען אין די קאשע נאכענאנד, ואין צופה פה ומפצפץ ?!?!?
קענען מיר טאקע ווי א ציבור נישט אויפקומען מיט א פראקטישע לעזונג אפצושטעלן די נודניקעס וואס רייטן אויף אונזערע געהירן פארשלייערט אין טליתים?!?!?
לאזט הערן אייער שטימע


איך נעם נישט קיין צד דא און מיר פערזענליך מאכט עס אויך צומאל נערוועז
אבער די וועלט האט נישט אייביג פערפעקט solutions פאר א יעדער פראבלעם און מען דארף פרובירן מאכן די בעסטע וואס מען קען

פארוואס מאכסטו נישט די ring tone אויף די שטילסטע ווען די קינדער גייען שלאפן?!

איך געב אים נישט גערעכט מיט וואס ער טוט, אבער יתכן מאוד אז ווען נישט אים וואלטן מיר אלע געדארפט גיין נאך געלט פאר פילע נשברי לב און חולים און ער טוט עס בעל כרכו

שוין. העלן אלע חכמים שרייען איצט ״מצווה הבאה בעבירה״

רבותי וואו איך פארשטיי גייט זיך גארנישט נישט טוישן
עס איז צייט צו מאכן די ring tone שטיל אין די נאכט שעות
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7168
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 9:53 am

וכמו שנהגו מאז ומקדם, כידוע הסיפור מק"ק חעלם שהחליטו לבנות בית חולים גדול ליד הבור העמוק.
וואו איז דָוִי? אין שטוב פון הרה"ח ר' מאיר זיבנבערגן הי"ו!

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1062
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 10:27 am

לעצטנס אויך געווארן א מצב מיט ראבא אימעיל. ס'קומט אן כלערליי שנאר אנשיקענישן,

נייעס קען מען נאך אקצעפטירן, און אפשר אויך אן אפיעל פאר א לאקאלע ארגאנעזאציע. אבער לעצטנס קומען אן טעגליך שנאר אימעילס פון אומהיימליכע ארגאנעזאציעס אין בארא פארק וכדו'. און וואס האב איך איינגעלייגט מיט בעלז?
הק' יום טוב חדב"ן הרה"ג קלונימוס אבימלך הלוי טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דק"ק שעלפענעפיץ והגלילות ואב"ד קראמפלארנא יצ"ו.

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1480
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 10:33 am

דער הייליגער אדמו"ר מראבא קאלס האט זיך די לעצטע 2 3 טעג צעלאזט אז ס'איז גאר נישט קיין דזשאוק...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 10:51 am

וואס עפעס? האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:נעכטן נאך א לאנגע טאג האבן מיר ב"ה זוכה געווען צו לייגן דעם עולם שלאפן באצייטנס (פינף מאל פארשטייט זיך...), איך און די ב"ב האבן זיך שוין צוגעלייגט, און..... דא ווייסט איר שוין אודאי וואס האט פאסירט, איינע פון די קליינע האט זיך אויפגעוועקט, און דאס ארגסטע איז געווען אז דער טאטע איז געווען די צווייטע אויפצושטיין, נו, הייב אן פון אלף.

ערעב איד איר מיינט ס'איז א וויץ, אבער וויסן זאלט איר אז דאס איז בגדר שפיכת דמים, און ווער עס העלפט דעם איד מאכן די קאלס, איז א גרויסע נא נא.

אצינד גיי מיר זיך לייגן, און כ'וויל מער נישט הערן פון דיר, געגאנגען, הרינו מוחל....



סתם פאר אינטערסאנטקייט
וואס טוט איר ווען סתם א מענטש רופט?
איך מאך געווענליך זייער שטיל די קלינגען ביי די נאכט שעות

קיינער קאלט מיר נישט שפעט ביינאכט אן טעקסטן קודם צו מ'מעג.
Innocent until proven Republican


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פינחס און 21 געסט