למען תספר באזני בנך-ליל התקדש החג

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

האיך לנהוג בכל סוגי יהודים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

איך האב אויך געלייגט נייע שטיקלעך אויף כלנו חכמים-מעשה ברבי אליעזר- אמר ר' אלעזר בן עזרי' אויף די פאריגע דף

ברוך המקום ברוך הוא
די הייליגע באשעפער ווערט אנגערופן המקום ווייל ער איז די מקומה של עולם איבעראל אין די וועלט איז אין אים, אין ער איז איבעראל אין ווייסט אין זעט יעדע רגע וואס טוט זיך איבעראל פין די הייליגע באשעפער קען מען זיך נישט באהאלטן אין פארדעם איז אלעס פין זיין הייליגע תורה לערנט אונז אויף אייביג אין איבעראל אין אלע מצבים אנדערשט ווי א מענטש וואס ווען ער זאגט עפעס קען נאר אויסרעכענען לויט לויט די מצבים אין מקומות וואס ער קען, אין אין זיין תורה האט ער אונז געלערנט ווי אזוי זיך אומצוגיין אין יעדע סארט מקום אין יעדע סארט מצב עד סוף כל הדורות, איז ברוך שנתן תורה לעמו ישראל, אין דא ביי די מצוה פין סיפור יציאת מצרים וואס איז די יסוד פין אונזער אמונה לערנט אונז די תורה ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט אלע סארטן שוועריקייטן און קשיות וואס מען וועט אונז פרעגן אין ווי אזוי עס צו באהאנדלען איז כנגד ארבעה בנים דברי תורה וכו' אזוי ווי פריער ביי מה נשתנה דא איז נישט אלעס אזוי קלאר פאר קליינע קינדער אבער עלטערע מעגן דאס אויך חזר'ן

חכם מה הוא אומר, ער זאגט ער פרעגט נישט ער קומט מיט א מסקנה אין ריינע אמונה אין אפילו איינער איז זייער קלוג אין ער ער וואלט געקענט אנהייבן זיך פארטיפן אין פארשטיין די טיפקייט פין אונזער אמונה אין די סודות פין יעדע מצוה וואס איז די תכלית אין ציל אבער קודם וועט ער פרעגן על האמונה הוא בבחינת אומר מה העדות והחקים והמשפטים אשר צוה ה' אלוקינו אתכם וואס איז די מצות לערען מיך אויס אלע הלכות וואס די הייליגע באשעפער פארלאנגט פין אונז ווי אזוי צו זיין א יוד, ער זאגט א לשון פין עדות חיקם ומשפטים זאכן בלי טעם ווייל ער וויל קלאר מאכן איך זיך נישט יעצט צו פארשטיין יהדות איך וויל פארשטיין די תורה, נאכדעם וואס ער ווייסט שוין אלע מצות אין פירט זיך אויף ערליך וועט ער אנהייבן ניצן זיין חכמה אין די הייליגע מצות ער איז ערליך ער וועט נישט קודם פרעגן לערען מיך אויס "פארוואס" מען דארף טוען די מצוות, אין די תורה לערנט אונז, יא לערן מיט אים אלעס ספו ליה כתורא יעדע קליינע הלכה ווייל א איד דארף היטן יעדע קוצי של יוד פין שלחן ערוך, אין דעמאלס איינמאל ווען ער ועט קענען אין זיך פירן ערליך אין ער וועט ניצען זיין חכמה זיך צו פארטיפן וועט ער זעהן אז יעדע קליינע הלכה האט א פשט אין א טעם

רשע מה הוא אומר דעי רשע זאלסטו וויסן ער האט נישט קיין קשיות וואס ער וויל פארשטיין ער פרעגט נישט ער זאגט ער האט שוין ליידער א מסקנה אין ער גלייבט נישט אין גארנישט ווייל ער וויל נישט בהיפקריה ניחא ליה, אבער ער וועט זיך מאכן ווי פשוט ער וויל פארשטיין אין נישט אז ער גלייבט נישט, אין ער וועט פרעגן די ווילסט מיר זאגן די מצוות די הלכות, זיי מיך קודם מסביר מה העבודה הזאת פארוואס טוסטו עס וואס איז אידישקייט וואס איז דאס אמונה די פארשטייסט וואס די טוסט וואס איז די תכלית די ציל, איי אפשר וויל ער באמת פארשטיין, לאז מיך אים ענפערן, זאגן אונז די בעל הגדה קוק ער זאגט לכם פארוואס "טוסטו" הוציא עצמו מן הכלל, ער זאגט, פאר ער פארשטייט נישט פארוואס ער דארף עס טון וויל ער עס נישט טון אין עס מיינט נישט אים, כפר בעיקר זאלסטו וויסן ער האט נישט קיין אמונה אין גלייבט נישט ווייל ער וויל נישט, אין טענע'ן דיך נישט מיט אים וועסט גארנישט אויפטוען ואף אתה הקהה את שיניו מאך אים שטיל כשם שאין יכול לדבר בלי שיניים זאגט אונז די תורה זאג אים די ווילסט נישט וויסן די מאכסט נאר משוגע אפי' אז איך וועל דיר איבערצייגן שווארטץ אויף ווייס וועסטי דיך גארנישט טוישן בעבור זה עשה ה' לי דעמאלס ווען די הייליגע באשעפער האט געטון די אלע ניסים אין מצרים ווי מען האט אפען געזען די יד ה' מען האט נישט געדארפט צוקומען צו פארשטיין איז עס אויך נאר געווען "לי" ווייל די רשע וואלט דעמאלס אפי' די זעסט עס ווען מיט די אייגענע אויגן זיך נישט געטוישט אין ווען ביזט ווען דארט וואלסטו ווען נישט אויסגעלייזט געווארן אזוי ווי אנדערע אזוי ווי די וואס זענען דארט געווען, ע"כ איז אשאד זיך טענען

תם מה אומר דעי תמימות'דיגער ער איז אויך נאר א אומר ער פארשטייט קלאר אז עס איז דא נאר איין באשעפער ער פרעגט נאר מה זאת וואס איז דאס פסח פארוואס איז דא א יום טוב כקשיות מה נשתנה זאלסט אים זאגן די מעשה פין יציאת מצרים כתירץ של עבדים היינו חזר אין חזר מיט אין אמונה וועט ער זיין ערליך

שאינו יודע לשאול אין אמונה פרעגט ער נישט איז ער די זעלבע ער גלייבט, אבער עס אינטערסירט אים נישט די גאנצע פסח אין אידישקייט ער איז א קליינע בעל השגה, זאגט די בעל הגדה ניין עס איז נישטא אזא זאך אז א איד א מאמין זאל עס נישט אינטערסירן את פתח לו עפען אים אויף ער איז טרוד די קאפ ליגט אים נישט דא זיין הארטץ איז פארקלאפט עפען עס אויף, דערצייל אים מאך עס אינטערסאנט אויף א אופן עס זאל אים אינטערסירן זאג אים קוק וואס עס איז "מיר" געשען, זאג אים אפאר ווארימע ווערטער וועסטי זעה אז ער וויל באמת יא
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

די גאנצע אשכול דא איז געוואלדיג, אזוי שיין ארויסצוברענגן די פשוט'ע זאכן וואס מ'דארף ארויסברענגן אין אונזער דור פאר די קינדער.
איז אפשר דא איינער וואס קען מאכן דעם אשכול אין א PDF, לזכות את הרבים אז עס זאל זיין גרינג ארויסצופרינטן?
---
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

האיך למסור אמונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

פאר די בעל הגדה גייט צו צו די עצם סיפור יציאת מצרים די מעשה פין אמונה וויל ער אונז געבן הדרכה ווי אזוי אויף וועלעכע אופן מען דארף איבער געבן אמונה פאר אונזערע קינדער

יכול מראש חודש

די הייליגע תורה לערנט אונז דא א מוראדיגע יסוד פאר אונז די טאטעס וואס דארפן איבער געבן די הייליגע אמונה, ר' איד ווען די ביזט מקיים די והגדת לבנך די לערנסט דיינע קינדער אמונה סיי ווען, זאלסט עס ממחיש זיין, זאלסטו ממש מיט לעבן זאלסט עס איבער געבן מיט א קאך, נישט ווי איינער זאגט סתם א מעשה
ווי שטארק דארפסטו מיט לעבן, יכול מראש חודש איך וואלט געמיינט ראש חודש ניסן טוט זיך שוין הכנות פאר פסח מען איז שוין שטארק פארנומען מיט יו"ט אפשר איז דאס גענוג שטארק מיט געלעבט ניין זאגט אונז די תורה עס דארף זיין אין א בחינה פין ביום ההוא אי ביום ההוא וואלט איך געמיינט אפשר אזוי ווי ערב פסח, ווי די גאנצע טאג אלעס אלעס דרייט זיך ארום די הייליגע סדר אין די יו"ט, אפשר הייסט דאס שוין מיט געלעבט זאגט די תורה ניין בעבור זה אלא בשעה שיש מצה ומרור מונחים לפניך, זאלסט קענען ממש אנצייגן ווען מען רעדט פין די מצה זעסט אזוי האט אויסגעקוקט די מצה ווען מען רעדט פין מרור דעס איז מרור מיט אזא חיות אין שטארקייט זאלסטו לערנען דיין קינד אמונה
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

מתחלה עובדי עבודה זרה היה אבותינו
אודה ואל אבוש אז דא ביי די שטיקל האב איך מיך נישט געקענט דערמאנען אין פארשטיי על מכונו וואס די יסוד אין אמונה ויהדות, מילא די ערשטע פאר ווערטער פין מתחלה אין ועכשין אבער וואס איז די לאנגע אריכותפין די פסוק פין יהושע, איך האב מיך נישט געפאלט איך האב ארויס גענומען א ספר יהושע אין נאכגעקוקט די פשט אין די פסוק אין געזען די הייליגע ווערטער פונעם מלבי"ם ותמצא פלאי פלאים, מען זעט ווי יעדע ווארט פין די הגדה איז דא מי א חשבון אין א טיפע לימוד אין יהדות, לאמיר אנהייבן

טייערע קינדער מען דערציילט די ניסים פין יציאת מצרים דארפן מען קודם אנהייבן ווי אזוי אין פארוואס אונז זענען דארט אנגעקומען, אין וואס איז די תכלית פין די גלות,

די הסבר אויף דעם איז מתחלה עובדי עבודה זרה היה אבותינו ועכשיו קרבנו המקום לעבודתו,

צו ווערן פין עובדי ע"ז צו די הייליגע באשעפערס פאלק גייט נישט אזוי פין היינט אויף מארגן דהיינו:

די הייליגע באשעפער האט אונז געוואלט געבן די הייליגע תורה זיין טייערסט אוצר די תורה וואס ער אליינס האט געמאכט, אויף צו באקומען אזא טייערע זאך די טייערסט זאך אויף די וועלט אין אויף יענע וועלט עטץ קענטס ענק פארשטעלן די הייליגע באשעפער פין אלעס אויף די וועלט קומט אין זאגט איך וויל ענק געבן מיין טייערסטע זאך וואס איך האב, אין נאכדעם ווי ער אונז געבן דיי צייטן פין ימות המשיח ווי עס וועט זיין אזא מין התגלות ווי די לעכטיקייט וואס איז באהאלטן אין די תורה וועט שיינען אין לייכטן זאכן וואס אונז קענען נישט פארשטיין, אבער אלע מענטשן פין די וועלט זענען געווען טמאנע גוים וואס האבן געדינט פרעמדע אפגעטער, מענטשן וואס גלייבן אין וואס האבן עפעס פין מענטשן וואס גלייבן אין דינען פרעמדע אפגעטער קען אין וועט די הייליגע באשעפער נישט געבן זיין הייליגע טייערסטע אוצרות, אין אויך אונזערע זיידעס די טאטע אין זיידעס פין וועם אברהם אבינו איז געבוירן געווארן האבן געדינט עבודה זרה, אבער אונזער הייליגע זיידה אברהם אבינו האט אליינס געפארשט אין אויפגעזוכט די הייליגע באשעפער, עס איז שוין געווען פארדעם איינצילע מענטשן וואס האבן געוויסט פין די הייליגע באשעפער אבער זיי האבן עס נאר געוויסט פאר זיך אבער אונזער זיידע אברהם האט געוואלט אז יעדער זאל וויסן ער האט אזוי שטארק געגלייבט אין די הייליגע באשעפער האט די הייליגע באשעפער געזאגט פאר זיינע קינדער קען איך געבן די הייליגע תורה אין פאר זיינע קינדער וועל איך מיך קענען באווייזן ווען משיח וועט קומען, אבער די צו באקומען די אלע מעכטיגע מתנות די הייליגע תורה אין קענען הנאה האבן פין די לעכטיגע שיין פין די זיסקייט וואס איז מער פין אלע זיסקייטן אז זאכן וואס מען קען זיך נישט פארשטעלן,

האט די הייליגע באשעפער געמוזט קודם אויסקלינען אלע שמוץ וואס איז איבער געבליבן פין אונזער זיידעס וואס האבן געדינט עבודה זרה אין די וועג ווי אזוי מען קלינט אפ די שמוץ אין אונז ווער מיר ראוי צו קענען זיין נאנט צו די הייליגע באשעפער אין באקומען די הייליגע זאכן איז וואס אונז טו מיר פאר די הייליגע באשעפער א ארבייט וואס ער דארף אויף דעי וועלט, א שווערע ארבייט וואס נאר מענטשן קענען עס ערלעדיגן, עס איז זייער הויכע זאכן וואס אונז קענען נישט פארשטיין, אבער איך וועל מאכן א משל כביכול די הייליגע באשעפער האט אזוי ווי פארלוירן זייער טייערע שטיינער אויף דעי וועלט אין עס איז אויסגעשפרייט איבעראל אויף די וועלט אין נאר די מענטשן וואס זענען פין דעי וועלט ,נאר זיי קענען עס אויף זוכן אין טרעפן, אין די וועג ווי אזוי אונז טרעפן דאס איז דורך דעם האלטן זיך מיט די אמונה אין לערנען אין היטן די הייליגע תורה טראץ אלע שווערע נסיונות אין אפילו ווען עס איז זייער שווער,
אין דאס איז די סיבה פין אלע גלות אונז דארף מער ארום גיין איבעראל אין די וועלט אויפזוכן אין צירוק ברעגן די אלע טייערע שטיינער אין פארדעם זענען מיר געווען אין מצרים אין מצרים איז עס געווען נאך שווערער ווייל אונז זע מיר נאך נישט געווען ראוי צו באקומען די הייליגע תורה וואס העלפט א יוד דורך צו קומען די אלע נסיונות (ואפשר זה הוא ההסבר של קושי השעבוד הא משלים געווען) אין נאכדעם וואס אונז האב מיר זיך געפלאגט אין מצרים זענען מיר געווארן אויסגעלייטערט אויך אזויפיל צו קענען באקומען די הייליגע תורה וואס דארט קענען מיר זיך באהעפטן צו די הייליגע באשעפער אין שפירן א מין זיסקייט אין העכערקייט וואס איז נישט דא אויף די גאנצע וועלט, אין ווען מיר וועלן ענדיגן די גאנצע ארבעט וואס מיט דען וואס אונז טוען דעי שווערע ארבייט ווערן מיר אויסגלייטערט אין העכער אין ריינער אין בעסער פין אלע מענטשן פין די וועלט,דעמאלס וועלן מיר זיין ראוי צו באקומען די גרויסע שכר וואס מען קען זיך גארנישט פארשטעלן עין לא ראתה אלהים זולתך גארנישט גארנישט גארנישט וואס מיר פארשטיין איז אפי' גוט צו ניצן פאר א משל פין משל צו א משל,

אין אזוי הא זיך עס אנגעהויבן די סדר אונז צי דערהייבן אין אויסרייניגען קודם האט די הייליגע באשעפער גענומען אונזער זיידע אברהם אין ארויס גענומען פין די טמא'נע פלאטץ די הויז פין די עבודה זרות אין געפירט אין ארץ ישראל צו זיך אהיים איך האב אויסגעטרייט מיט 10 נסיונות צו זעהן ווי שטארק ער איז גרייט פאר די שווערע ארבייט אזוי ווי איינער טרייט אויס א ארבייטער פאר ער נעמט אים ואקח את אביכם מעבר הנהר ואוליך אותו בכל ארץ כנען, וארבע את זרעו איך האב אים געגעבן עקסטער א זון ישמעאל אז די שמוץ פין זיין טאטע זאל גיין אין אים לא מלבי (עיין מלבים) ואתן לו את יצחק, ואתן ליצחק את יעקב ואת עשיו פאר יצחק האב איך אויך געגעבן 2 קינדער איינס עיעקב ווי דארט איז געבליבן נאר די הייליגע חלק ואת עשין דארט איז אריין די איבריגע שמוץ וואב איז נאך געבליבן פין די מתחלה עובדי ע"ז, ואתן לעשיו את הר שעיר זיימע מתנות זיין חלק האב איך אים גראד געגעבן ווי זיין סוף תכלית איז נאר די דעי וועלט ער וועט נישט באקומען די אלע גוטע זאכן וואס איז דא אויף יענע וועלט וואס אונז קען מער זיך נישט פארשטעלן, נאך אלעס איבער געבליבן די הייליגע שבטי קה די אידישע קינדער וואס פאר זיי האב איך אנגעגרייט די ארבייט וואס זיי דארפן פאר מיר טון אין וועגן דעם ויעקב ובניו ירדו מצרים

הרבה ממה שקראתי כתיב כאך אבל אין כעת וכאן מקומו להאריך המשך יבוא אי"ה ובעזר ה'
נקודה למחשבה וזה ההסבר שהנסיונות גברו והלכו וויל ווי טיפער אין גלות האלט מען ביי די מער מער פארשטופטע נציצון אין עס איז נאר שייך מעלה צו זיין בעבודה קשה פין זיך האלטן ריין מיט די אמונה אפי' אים אזא שווערע וועלט מיט אזאלעכע מעכטיגע נסיונות ע"כ טייערע יוד לכו לסבלותכם ווייל נא אביסל זע מיר פינישט אין אונז האב מיר די שווערסטע ארבעט וואס קיינער פאר אונז האט נישט געקענט אין בקרוב וועלן מיר אפנעמען אונזער פעי טשעק אוי ווער וועט זיין צו אונז גלייך
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

ווער קען לייגן אויף א פי די עף ?
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

איך וועל נאך צו לייגן אפאר שטיקלעך לויט וויפל צייט איך האב נאך אין נאכדעם האף איך אז איך וועל עס ארויף לייגן אויף PDF
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

ברוך שומר הבטחתו לישראל ברוך הוא
מיר דאנקן די הייליגע באשעפער פאר די גלות געלויבט איז די הייליגע באשעפער וואס היט די אלע גרויסע הבטחות פאר אונז יודן, איי אונז לאטער מיר זיך דאך אויס עס צו קענען באקומען וואס הייסט ער האלט עס פאר אונז, זאגט די בעל הגדה שהקדוש ברוך חישב את הקץ לעשות די הייליגע באשעפער ווייל ער האט פאר אונז געטראכט פין געבן די קץ האט ער געמאכט די גלות, נישט ווייל מיר זענען אין גלות גייען מיר זוכה זיין נאר ווייל מיר דארפן זוכה זיין זענען מיר אין גלות אין ער ברענגט אונז די פסוק וואס דארט זעט מען אז די גאנצע גלות איז געווען אויסגערעכענט פין פאראויס כדי ואחרי כן יצאו ברכוש גדול כידוע שקאי על הניצוצין הקדושים

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

PDF בלתי מוגה
אטעטשמענטס
האמנת כי אדבר.pdf
(234.26 KiB) געווארן דאונלאודעד 214 מאל
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

Wow איינס ביי איינס געלונגענע שטיקלעך, טייטשט אפ די הגדה אזוי פשוט אבער דאך אזוי שיין, א דאנק אייך נאכאמאל,שכרך הרבה!
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

ווי א יאר עס גייט דורך ווערט מער אין מער וויכטיג צו חזרן פשוטע אמונה
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

אמונה בהירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

יישר כוח. ווען די אמונה ווערט מחובר מיטן רעאליטעט פונ'ם חיים, איז דא אן אמת'ע התחזקות; עס ווערט שטערקער...
mi a nagy ügy
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

א קאנאדער האט געשריבן:הרב פרידען טייערע די זאלסט געבעטשט ווערן מיט כל השפעות טובות אויף דיין שיינע ארבעט וואס די לייגסט אראפ דא פאר אונז, מיר האפן עס צו נוצען ביים סדר אינדערהיים אי"ה,
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”