נעשענעל הוטן פליען טאג‎

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12397
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מארטש 31, 2016 2:33 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:גארנישט גענדיגט. איך האב געמיינט אז איך האב מיר שוין נעכטן גע׳פטר׳ט, אבער למעשה האט היינט עפעס פאסירט און עס איז מיר בייגעפאלן פיר קשיות.

די ערשטע קשיא איז: זייט ווען קען א היט זיך אויפהייבן און אוועק שפאצירען....

די צווייטע קשיא איז : זייט ווען דארפ די גאדער מיין היט....

די דריטע קשיא איז: ווי אזוי איז מיין געהעריגע שטאפענע היט געווארן אזוי נידריג ווי א פלאטשיגע ביבער היט....

די פערטע קשיא איז: פארוואס בין איך אזוי פארשעמט.....


נאר די תירץ איז עבדים.... נאא... די עכטע תירץ איז אז עס איז געקומען א ווינט..... און אראפגעווארפן מיין היט אויפן ראוד.... און עס איז געקומען א טרעילאר, און עס איבערגעטרעטן מיין היט... און איך גולם האב עס צוריק אנגעטון....יעצט פארשטייסטע מיין קינד???

איין ציגעלע.... איין ציגעלע....

שלושים יום קודם החג....

גוט!!
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » פרייטאג אפריל 01, 2016 8:55 am

די הוטן פליען טאג איז פארוואנדלט געווארן אין א נאצינאלע סוטעמאכע ווען מעיאר דיבלאזיא האט אויסגעקוועטשט שטיצע אז קומענדיגע זונטאג זאל דעקלערירט (אנעים, גוט?) ווערן אלס נאציאנאלע הוטן פליען טאג, גייענדיג אין א אפענע קאמף מיטן מאכטפולן בארא פרעזידענט עריק עדעמס

דיבלאזיא זאגט אז לויט די פלענער וועט זונטאג זיין מער פאסיג, און ער איז גרייט צו גיין פול פארס אויסצופירן, די פאוסט און דעילי ניוס זענען אין א קלעם ווייל אויב ווילן זיי אראפרייסן דיבלאזיא מיינט דאס אז זיי מוזן שטיצן עדעמס

דאנאלד טראמפ ביי א ראלי אין וויסקאנסין האט אויך אויסגעדריקט שטיצע פאר זונטאג, זאגנדיג אז דאס איז א חלק פון זיין פלאן צו שטופן די עקאנאמיע, ווייל דער עולם וועט קויפן די נייע טראמפ הוטלעך‎‏, "די היטן וועלן פליען אזוי שנעל ווי לייכט וואגיגער רוביא איז געפלויגן" האט ער געשריבן אויף טוויטער‏

kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג אפריל 03, 2016 9:28 am

שנאפס האט געשריבן:די הוטן פליען טאג איז פארוואנדלט געווארן אין א נאצינאלע סוטעמאכע ווען מעיאר דיבלאזיא האט אויסגעקוועטשט שטיצע אז קומענדיגע זונטאג זאל דעקלערירט (אנעים, גוט?) ווערן אלס נאציאנאלע הוטן פליען טאג, גייענדיג אין א אפענע קאמף מיטן מאכטפולן בארא פרעזידענט עריק עדעמס

דיבלאזיא זאגט אז לויט די פלענער וועט זונטאג זיין מער פאסיג, און ער איז גרייט צו גיין פול פארס אויסצופירן, די פאוסט און דעילי ניוס זענען אין א קלעם ווייל אויב ווילן זיי אראפרייסן דיבלאזיא מיינט דאס אז זיי מוזן שטיצן עדעמס

דאנאלד טראמפ ביי א ראלי אין וויסקאנסין האט אויך אויסגעדריקט שטיצע פאר זונטאג, זאגנדיג אז דאס איז א חלק פון זיין פלאן צו שטופן די עקאנאמיע, ווייל דער עולם וועט קויפן די נייע טראמפ הוטלעך‎‏, "די היטן וועלן פליען אזוי שנעל ווי לייכט וואגיגער רוביא איז געפלויגן" האט ער געשריבן אויף טוויטער‏



ס'קוקט אויס אז דיבלאזיא האט געוואונען, ס'פליען הוטן פון אלע זייטן.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5974
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג אפריל 07, 2016 12:35 pm

לשם יוחד... לקיים מצות היום...

ביטע.. פארגעב די פילע פינטליך עס איז נישט גרינג צו טייפן בשעת'ן... לויפן

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » זונטאג נובעמבער 20, 2016 3:38 pm

די טאג איז אנגעקומען...

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » זונטאג נובעמבער 20, 2016 3:51 pm

אין א מעלדונג פון אייסיס צו אלע זייערע שטיצער'ס אין אמעריקא,
מ'זאל אויסניצן דעם נעשענעל הוטן פליען טאג אויף צו אנזייען טעראר רח"ל, זאגנ'דיג אז ווען מ'לויפט נאך דעם הוט, זעהט מען נישט גארנישט ארום (אויך ווייל מ'שעמט זיך)

פאליציי האט פארשפראכן א שטערקערע באוואכונג אין די הוטן חגאות טעג.
כשמ"ו כן הוא

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » זונטאג נובעמבער 20, 2016 6:58 pm

קומט אריין באריכטן אז די מידיא האבן פאראורזאכט שווערע ווינטן אויף די מעגע קעפ'ס (ש.ה. ס'ווערט גערעכנט ווי א הוט??) אבער ווי וואונדערליך זענען זיך די קעמרע שירעמלעך צופלויגן ווי די גרענד אפענינג בעלאנס וואס די שוויציגע 4 יעריגע הענט כאפן (שוין נישט) אן צוריקקומענדיג פונעם נייעם שיך געשעפט אויפן 13'טע עוועניו.

באריכטן געבן איבער אז די ווינטן זענען וואס האבן פארטריבן די מידיא איז פאראורזאכט געווארן דורך א קוריאזן טוויטער אקאונט געפירט דורך ר.ד.ט. (גאנצע נאמען געהיטן ביים חבר'ס אויער).

צושויער געבן איבער אז די בלמ גרופע זענען נאכגעלאפן די ווינטן מיט ביקסן אין הענט שרייענדיג דערביי ראסיסטישע לאזונגען שעלטנדיג אלע בלאסע מענטשן (כלשונם) פארן פארטרייבן דעם ערשטן עמענדמענט צו אלע רוחות.

איין קוואל געבט זאגאר איבער אז די אלע שירעמלעך זענען אריינגעפלויגן אין א טאוער אין מאנהעטען פון א אפענעם פענסטער אינעם טאוער - וואס איז געבליבן אפן נאך זייט די מענטשליכע עלעוועיטאר איז דארט ארויפגעקראכן א שטיק צייט צוריק, און דער קוואל לייגט צו אז אונטן פונעם טאוער שטייען מענטשן און קוקן ארויף נישט מערקנדיג די היטן וואס גליטן אראפ פון זייערע קעפ צום פרייען סיידוואלק זיך אויפהייבנדיג אויפן וועג צום אייביגן רוה ארט אינעם פארווארפענעם תהום.

גוטזאגער זאגן אז דער טאג ווערט באצייכנט אלס א "היט"!

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5423
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 1:35 am

זה היום עשה השם נגילה ונשמחה בו.

הינדערטער בחור׳לעך מיט טאטעס און מאמעס זענען נאכעגעלאפען די היטלעך און די שאליקלעך, דאס הייסט געלאפען אין די גאסען.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 1:39 am

יא יא, אין א"י האמיר אויך געפראוועט (אומוועלנדיג) דעם נעשענאל הוטן פליען טאג (כ'ווייס נישט ווער ס'האט מגלה געווען דעם סוד פונעם היינטיגן טאג פאר די א"י'דיגע ווינטן אדל"ה).

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5423
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 1:48 am

אזוו גאר. שוין לאנג געהערט אז מיר האבען א שטיקעל קשר אלס ירושלים דאמעריקע אבער נישט יעדער פסקעט אזוי.

אגב, אז איך רעד שוין צו אייך, וואס האט טריסקער מיט מילכיגס?
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 2:03 am

מטעמים האט געשריבן:אגב, אז איך רעד שוין צו אייך, וואס האט טריסקער מיט מילכיגס?

ווייל טריסקער איז בגימטריא מילכיגס (אויב פעלט דאן קענסטו צולייגן נאך טשיז קעיק מיט אייס קרים).

און אזוי אויך ווייל איך בין נאך אין א טראומע פונעם שרעקעדיגן זאץ: "אז דו ענדיגסט נישט די גאנצע פלייש באקומסטו נישט די גוטע זאך!" (וואס - בדרך אגב - פונקט יעדע מיטוואך האט מען דאס מיר נישט צוגעזאגט).

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6833
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 2:28 am

טריסקער האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:אגב, אז איך רעד שוין צו אייך, וואס האט טריסקער מיט מילכיגס?

ווייל טריסקער איז בגימטריא מילכיגס (אויב פעלט דאן קענסטו צולייגן נאך טשיז קעיק מיט אייס קרים).

און אזוי אויך ווייל איך בין נאך אין א טראומע פונעם שרעקעדיגן זאץ: "אז דו ענדיגסט נישט די גאנצע פלייש באקומסטו נישט די גוטע זאך!" (וואס - בדרך אגב - פונקט יעדע מיטוואך האט מען דאס מיר נישט צוגעזאגט).

דו מיינסט זיכער ״איין פלייש איין קאמפאוט״
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 9:45 am

ב"ה שיין אפגעפראוועט דעם הייליגן טאג. כ'אב אפי' פארגעסן דערפון האט מיר דער בוכ"ע מזכה געווען און מיין הוט איז געפלויגן פון אייגענעם ווילן... ממש ווי אברהם אבינו ע"ה...
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5983
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 9:50 am

אגב, זעהט דעם באריכט אין 'די יודישע צוויבל'

viewtopic.php?p=1292159#p1292159
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 2:00 pm

ס'פליהט אויף אלע זייטן

פריער ביי די זיצונג מיט די דזשורנאליסטן האט טראמפ צוגעזאגט צוצושטעלן גאלף קארס נאכצולויפן די הוטן פון די פראטעסטירער ביי טראמפ טאוער
kraitchmah עט גימעיל

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 6:40 pm

שנאפס האט געשריבן:ס'פליהט אויף אלע זייטן

פריער ביי די זיצונג מיט די דזשורנאליסטן האט טראמפ צוגעזאגט צוצושטעלן גאלף קארס נאכצולויפן די הוטן פון די פראטעסטירער ביי טראמפ טאוער

ער גייט דאס נעמען פון אבאמא באלד ביי זיין ארויסגיין פונעם ווייסן הויז...

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובהדורך חאצקל פרייליך » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 9:53 am

שנאפס האט געשריבן:ס'פליהט אויף אלע זייטן

פריער ביי די זיצונג מיט די דזשורנאליסטן האט טראמפ צוגעזאגט צוצושטעלן גאלף קארס נאכצולויפן די הוטן פון די פראטעסטירער ביי טראמפ טאוער

נישט אין שטריימלעך גייען זיי? האב איך זיכער געמיינט אז זיי שרייען שבת ביים מעקסיקאנער עירוב וואס האט געזאלט זיין גבוה מעשרים אמה און וועט אבער ערזעצט ווערן בלויז מיט א צורת הפתח, און אנטשטאט אורטיילן א טויט שטראף שטיצט זיי נאך דער עלעקט יר"ה צוליב זיין קנאפער ידיעה אינעם מאמר חז"ל אז עכו"ם ששבת איז חייב מיתה.

נאך איין מזל אז די פליעדיגע איז נאר הוטן, ווען נישט דאס וואלט זיך שוין געטוהן וואלונטירן און שמעק הונט וכדומה כידוע פון צדיקים אז שבת איז נוטריקון שטריימל במקום תפילין. לאמיר עס אבער באטראכטן מיט א אידישן בליק ווי דער פסוק זאגט נפלה עטרת ראשינו אוי נא לנו כי חטאנו. גיימיר אלע טון תשובה שלימה ונזכה לחבוש כובע ישועה בראשינו, כמ"ש אין ישראל נגאלין אלא בתשובה.

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2857
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 10:55 am

.
צוגעלייגטע
image.jpg
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2016 10:27 pm

די ווינט האט נארוואס געשפילט 'פריסבי' מיט א היט העכער'ן בי-קיו-אי. און ס'איז געלונגען.


די יו-פי-עס טראק האט עס געכאפט!!
IMG-20161215-WA0013.jpg

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10875
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג דעצמבער 16, 2016 12:08 pm

וואס איז די טרעקינג נומער?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג ינואר 23, 2017 7:51 am

שוין ווידער פייערט מען דעם טאג, יעצט איז עס לכבוד טראמפ...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » מאנטאג ינואר 23, 2017 8:46 am

נודה לך האט געשריבן:שאלה: מעג מען האלטן די הוט אין די האנט אין אזא טאג?


נאר אויב האלט מען די אנדערע האנט אויפן יארמולקע (קאפל בלא"ז)

די בעסטע עצה, ארויסנעמען פון די ארכיון די שבת היט פלעסטיק וואס מפלעגט נוצן בעפאר דעם מעיל עפאכע, וואס בינדט זיך צו אינעם בארד אינטערן קאפ

אדער טוט אן דעם הוט אויפן קאפ אזוי ווי דער אלטער היט'לער פון סאלקא העטערס פלעגט עס ארויפלייגן (ארויפקוועטשען) און פאטער'אנייסעק
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5983
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג ינואר 23, 2017 9:38 am

אריינגעסיינט לכבוד היום


גיימער זיך משמח זיין לכבוד יום טוב
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5974
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג ינואר 23, 2017 11:35 am

האט איר שוין אויך אמאל געהאט

איר שפירט אייער היט גייט אט אט אראפ פליען עס װערט לויזער און לויזער אויפן קאפ.. אבער איר כאפט עס אינסטינקטיוו אין די לעצט רגע ביים ברום! מיט א זיגרייכע געפיל גיבט איר עס א גראד אויס אויפן קאפ און איר באווינדערט אייערע שנעלע הענט ווי געשיקט איר זענט...

ס'גייט נישט דורך א האלבע סעקונדע און די היט פליעט אראפ ווי א מיסעל און לויפט א האלבע בלאק...

שמחת יו"ט ביי אייך אויך!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5302
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג ינואר 23, 2017 11:58 am

סייניג אין... הו פליעט
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט