תורה מונחת בקרן זוויות

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

תורה מונחת בקרן זוויות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

היות די נושא איז שטארק ארויף געברענגט געווארן אונעם אשכול איבער די פטירה פין די גאון וצדיק ירא ושלום הרה"ג רק משה יודא מייזעלס זצ"ל ווי עס איז נישט די פלאטץ ברענג מיר עס דא ארויף אין איך ווארף אריין מיינט 2 סענס אויף די נושא
התבוננת האט געשריבן:באמת שיין צו זעהן ווי אזוי די שרייבערס האבן א געפיל ווען א תלמיד חכם וגאון איז נסתלק געווארן אים מספיד צו זיין. ות"ח שמת הכל קרוביו. אבער נאך שענער וואלט געוועהן ווען מ'האט אינזיהן א תלמיד חכם ווען ער לעבט נאך,
דהיינו: אונזער ציבור איז אויסגעשטעלט אז נאר די תלמידי חכמים וואס זענען איינגעשטעלט, דיינים, בנש"ק וכדומה, נאר די זענען תלמידי חכמים און זיי האט מען אינזין, זיי שטיצט מען, זיי איז מען מכבד מיט דרשות, מיט זיי טענצ'ט ביי חתונות, זיי שמירט מען אונטער, משא"כ אנדערע אידן תלמידי חכמים מופלגים וואס לערנען לילות כימים, ווערט מען נערוועז אז טאמיר עס דאכט זיך אז זיי דארפן עפעס רעקעגנאציע. מחשיב זיי תורה מיינט נישט דווקא ווען מיין קהילה, פארטיי האט עפעס פון אים. עס איז געוועהן אידן גאונים אזוי ווי הגה"צ רבי שניאור זלמן בערנבלוט ז"ל אדער הגה"צ רבי ישעי' בראווער ז"ל הגה"צ רבי יהושע העשיל וואלענדער ז"ל האט מען זיך טאקע געספראוועט אדער מחשיב געוועהן זייער פערזענליכקייט ווי עס פאסט?
עס האט מיר געזאגט איינער בשם הגה"צ רבי משה יודא ז"ל אז היינט א איינער לערנט איז עס תורה לשמה, ווייל ווייניג זענען עס מחשיב, עס איז כמעט נישט דא קיין תורה שלא לשמה. האט מען טאקע אינזין געהאט דעם גרויסן נפטר ז"ל ביי א חתונה, א יום טוב, עפעס? עפעס? עס איז באמת א גרויסער ווייטאג. מיר ברויכן זיך באמת מתבוננן זיין צי מיר האבן אהבת הפארטיי אדער אהבת התורה? ודי


איי אים רעספעקטפולי דיסעגרי יודן היינט זענען זייער זייער מחשיב תורה ולומדיה מער ווי 20 יאר צירוק סתם עפעס א העכערע פילונג צו באוויינען דעם דור עפעס א מין פילונג ווי וואס די זיידעס האבן ווען זיי זאגן "עה וואס ווייסט עטץ"

יעדער איינער וויסט הכל תלוי במזל אפי' ספר תורה שבהיכל אין כ"ש די לעבעדיגע ספרי תורה, אלץ אין אלעמאל אין אלע דורות זענען געווען גאונים אדירים תורה ריזן וואס די וועלט האט נישט געהערט אין געוויסט פין זיין

אסאך זענען דירעקט געווארן באקאנט נאכן פטירה אין אסאך וואס זענען געווען שטארק באקאנט בחייהם ווייסט מען קוים היינט

די זעלבע איז מיט די ספרי קודש פין די גאונים ווייסט יעדער איז אזאך וואס איז תלוי במזל אז עס זאל ווערן אויפגעכאפט אסאך גוטע ספרים איז בלא שום סיבה קיינמאל נישט אויפגעכאפט געווארן באקאנט די מעשה פין בית יוסף אין רמ"א וכהנה רבות

הקב"ה האט געוויזן פאר אדם הראשון אין ער האט עס אריין געשריבן בספרי דאדם קדמאיה דור דור ודורשין ומנהיגיו ודייניו וכו' יעדער האט זיין צייט ווען עס געשענעט אדער אויב עס איז נישט באשערט געשענט עס טאקע נישט

במציאות איז דא אסאך תלמידי חכמים אין ערליכע יודן וואס זענען נישט איינגעשטעלט אין קיין גרויסע קהלות אפשר האבן זיי א מיינוג הרה"ג ר' משה יודל האט אויך געהאט א מיינוג אין זיי האבן מער רעכט ווי אונז צו האבן א מיינוג אין זיי זענען יא באוויסט אין בארימט אדער עכ"פ האבן זיי אסאך שטיצערס

למשל די וואך מוצ"ש גייט זיין א חנוכת הבית אויף א בנין וואס האט געקאסט אפאר מיליאן דאללער איך קען דא אויסרעכענען א לאנגע ליסט אבער די הנהלה לויט נישט

איינע פין די שטערקסטע מגידי שיעורים היינט א תלמיד חכם מופלג איז יארן לאנג געווען באהאלטן אין ר' אברהם מרדכי פאלעטשעקס כולל אין ער איז נספרסם געווארן בטעות ווען אינמיטן זוממער האט אמאל א מגיד שיעור געקענסלט די לעצטע מינוט האט מען אים גענומען באין ברירה אין די איבריגע איז היסטערי, ווייל יענע מינוט איז געווען אפגעשריבן פין הימל קיינער האט נישט געהאט קיין פארטיי אינטערעסע אים גרויס צומאכן

אמאל איז די מזל אז עס קומט א יוד אין מאכט א ווינט דער עולם איז טרוד על המחיה קיינער גייט נישט זוכן תלמידי חכמים אבער אז איינער קומט אין ער מאכט אים אויפמערקזאם לויט מען זיך קאסטן

אין אמאל איז די מזל פשוט א זיינע ווערטער איז נמצא חן אין אז ער איז א גוטע רעדנער ווערט מען גרויס אבער דאס איז זעכער אז אלעם איז באשערט יודן שטיצן אין גרויסען תלמידי חכמים מער וויפל מען ווייסט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

תורה מונחת בקרן זוית? גייט זייט מוחל הייבט עס אויף און זעצט אייך לערנען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קאטשקע
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע »

האסט א שטארקע נקודה פרידן

אסאך מאל איז עס אויך וועגן די באהאלטענע גדולים אנטלויפן דירעקט פון כבוד און ווייכן אפ פון יעדע פריוו זיי גרויס צו מאכן
טאקע די וועם התבוננות דערמאנט הר"ר בערנבלוט און הר"ר בראווער ז"ל זענען געווען אויסגערופענע בורח מן הכבוד וואס האבן בשו"א נישט געוואלט נהנה זיין פון זייער תורה
אוועטאר
קאטשקע
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע »

farshlufen האט געשריבן:תורה מונחת בקרן זוית? גייט זייט מוחל הייבט עס אויף און זעצט אייך לערנען.

איר קומט נישט אריין קלאר
וואס האט דאס מיט די תגובה פונעם פותח האשכול?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

קאטשקע האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:תורה מונחת בקרן זוית? גייט זייט מוחל הייבט עס אויף און זעצט אייך לערנען.

איר קומט נישט אריין קלאר
וואס האט דאס מיט די תגובה פונעם פותח האשכול?

ס'האט לכאורה מער מיט'ן נאמען פונ'ם אשכול.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

farshlufen האט געשריבן:תורה מונחת בקרן זוית? גייט זייט מוחל הייבט עס אויף און זעצט אייך לערנען.

איך האף האסט נישט געשריבן די תגובה אינמיטן לערנען :grin:
שמש שטיבעל
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 12, 2016 2:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמש שטיבעל »

איי ווי אמת דאס איז....
מקען אויסרעכענען גאנצע ליסטעס פון די סארט אידן וואס זענען בעיקר באקאנט געווארען נאכען נפטר ווערן און נישט פארטיג ווערן
הרב ר' יוסף לעווי ז"ל בעמח"ס מנהג ישראל תורה
הרב ר' שלמה זלמן בערנבלוט ז"ל חתן אב"ד מאנטעווידיא
עס איז זיכער דא אסאך אנדערע וואס איך בין נישט אין די גיסטע פון זיך זעצען טראכטען.....
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

צ"ל, ר' שניאור זלמן, פערצופאל נישט קיין צושטעל, ידעתיו, גאנץ באקאנט געוועזן, וכן אביו החסיד - ווי אין דער אלטער היים - ר' מענדל לייב ז"ל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

געזען טרעפליכע ווערטער אין "בית הכנסת" להגרש"כ מצילץ זצ"ל וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך מפעל הוצאת ספרים שע"י אייוועלט.
איך מיין אז עס איז פאסיג דא ארויפצושטעלן:

זכור אזכיר לכם אם לא תדעו ולא תזכרו מה שאמר אאמ"ו החסיד זלה"ה הכ"מ פה קהלתינו בהיותו אב"ד ור"מ פה בעת הספדו שהי' מספיד הגאון בעל שאגת ארי' ממיץ
זכור אנכי שצעק אז:
"אחיי אחיי!
דעו, הזוהר כתב מיתת הצדיק הוא כמו שמקיזין לאחד מאבריו של אדם כדי שיהי' לו רפואה לשאר אבריו וכן כל ישראל הם גוף אחד ומקיזין דם להצדיק שיהי' רפואה לכל ישראל וכדכתיב והוא מחולל מפשעינו
ומעתה אחיי אחיי! הלא ידוע לכם מתי יועיל הקזת דם אם מסתימין את הדם מיד וכורכין במטפחת, וממילא מעט דם שיצא מועיל לשאר הגוף, אבל אם אין סותמים הנקב, אז הדם מדיב דאיב יותר ויותר, עד ח"ו תם ואובד כל הגוף כנודע.
ומעתה כעת אם אנו מסתם מסתמי הנקב ונהי' חוזרין בתשובה אז מיתת הצדיק הלזה יהי' לכפרה לנו ורפא ירפא אותנו בחברתו אמנם אח"ו אין אנו חוזרין בתשובה והנקב נשאר פתוח אז מדיב דאיב יותר ויותר ואנשי חסד נאספו ח"ו...!!!"
כן צעק אז אאמ"ו החסיד זלה"ה הכ"מ ועתה אחיי אחיי הלוואי שהיינו שומעין לדבריו אז אבל בעו"ה אטום אזנינו משמוע ומחמת זה בעו"ה מאז עד הנה מי ומי ההולכים מאתנו המה הולכים למנוחות ואותנו עזבו לאנחות בלתי להספד הגאון בעל פרי מגדים אשר מפורסם לבעל הוראה ונתפשט ספריו. הרב בעל נודע ביהודא וצל"ח אשר ג"כ נתפשט ספריו. והרב בעל הפלאה אשר ג"כ נתפשט ספריו. ושאר גאוני ארץ חסידי ואנשי המעשה אשר אבדנו בזמני' הללו
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

עס איז אמת תורה מונחת בקרן זויות, אזוי שטייט דאך. אבער אויך גוטע אידן זענען נישט בלינד. כקען נישט אנצייגן אויף די אויסגערעכנטע נעמען אדער אנדערע וואס זענען נישט דערמאנט געווארן דא, אבער גוטע אידן האבן א שמעק און ווען זיי זעהען א איד וואס פארמאגט נישט גארנישט, גייט אזוי אריבער א מתנת חנם מיד ליד אן א גרודער.
שוין מערערע מאר צוגעזעהן מיט די אויגן ארויסקוקנדיג פונעם ווינקל פונעם גלעזער און הנאה געהאט ווי א פשוטער איד האט צוזאמגעקראצט פון זיין בערזעל מהנה צי זיין א צווייטן איד!
עס איז דא אסאך פון אט די גוטע אידן וואס אונזער פאלק איז באשאנקן.
מי כעמך ישראל!
ישראל ( אפילו ווען זיי זענען נישט ) נתבעים (זענען זיי מקיים דעם )ו נותנים !!
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

כ'מוז מוסיף זיין אז אמאל איז אויך פאראן צווישן די באקאנטע דיינים רבנים ראשי ישיבה/כולל וואס יעדער קען זיי אבער זייער אמת'ע תורה פערזענליכקייט און יגיעה ווערט אונטערגעשאצט, און מענטשן מיינען אז זיי זענען נאר גרויס ווייל ס'איז זיי פערצופאל אויסגעקומען אנצוקומען צו א באצאלטע פאסטן, אבער באמת זענען זיי אליין פיל גרעסער ווי די אנגענומענע מיינונג.
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:כ'מוז מוסיף זיין אז אמאל איז אויך פאראן צווישן די באקאנטע דיינים רבנים ראשי ישיבה/כולל וואס יעדער קען זיי אבער זייער אמת'ע תורה פערזענליכקייט און יגיעה ווערט אונטערגעשאצט, און מענטשן מיינען אז זיי זענען נאר גרויס ווייל ס'איז זיי פערצופאל אויסגעקומען אנצוקומען צו א באצאלטע פאסטן, אבער באמת זענען זיי אליין פיל גרעסער ווי די אנגענומענע מיינונג.

שטארקע נקודה!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
השמש
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2015 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השמש »

farshlufen האט געשריבן:צ"ל, ר' שניאור זלמן, פערצופאל נישט קיין צושטעל, ידעתיו, גאנץ באקאנט געוועזן, וכן אביו החסיד - ווי אין דער אלטער היים - ר' מענדל לייב ז"ל.

נאר די מענטשן וואס האבן אים געקענט האבן געוויסט אז ער איז א תלמיד חכם אבער רוב שטאט האט נישט געוואוסט פין אים צו זאגן
דרך אגב איז דא ערגעץ באשריבן פין אים ??
לא יהיה לך עוד השמש לאור יומם ולנגה הירח לא יאיר לך והיה לך ד' לאור עולם ואלקיך לתפארתך.
השמש
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2015 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השמש »

פרידן האט געשריבן:היות די נושא איז שטארק ארויף געברענגט געווארן אונעם אשכול איבער די פטירה פין די גאון וצדיק ירא ושלום הרה"ג רק משה יודא מייזעלס זצ"ל ווי עס איז נישט די פלאטץ ברענג מיר עס דא ארויף אין איך ווארף אריין מיינט 2 סענס אויף די נושא
התבוננת האט געשריבן:באמת שיין צו זעהן ווי אזוי די שרייבערס האבן א געפיל ווען א תלמיד חכם וגאון איז נסתלק געווארן אים מספיד צו זיין. ות"ח שמת הכל קרוביו. אבער נאך שענער וואלט געוועהן ווען מ'האט אינזיהן א תלמיד חכם ווען ער לעבט נאך,
דהיינו: אונזער ציבור איז אויסגעשטעלט אז נאר די תלמידי חכמים וואס זענען איינגעשטעלט, דיינים, בנש"ק וכדומה, נאר די זענען תלמידי חכמים און זיי האט מען אינזין, זיי שטיצט מען, זיי איז מען מכבד מיט דרשות, מיט זיי טענצ'ט ביי חתונות, זיי שמירט מען אונטער, משא"כ אנדערע אידן תלמידי חכמים מופלגים וואס לערנען לילות כימים, ווערט מען נערוועז אז טאמיר עס דאכט זיך אז זיי דארפן עפעס רעקעגנאציע. מחשיב זיי תורה מיינט נישט דווקא ווען מיין קהילה, פארטיי האט עפעס פון אים. עס איז געוועהן אידן גאונים אזוי ווי הגה"צ רבי שניאור זלמן בערנבלוט ז"ל אדער הגה"צ רבי ישעי' בראווער ז"ל הגה"צ רבי יהושע העשיל וואלענדער ז"ל האט מען זיך טאקע געספראוועט אדער מחשיב געוועהן זייער פערזענליכקייט ווי עס פאסט?
עס האט מיר געזאגט איינער בשם הגה"צ רבי משה יודא ז"ל אז היינט א איינער לערנט איז עס תורה לשמה, ווייל ווייניג זענען עס מחשיב, עס איז כמעט נישט דא קיין תורה שלא לשמה. האט מען טאקע אינזין געהאט דעם גרויסן נפטר ז"ל ביי א חתונה, א יום טוב, עפעס? עפעס? עס איז באמת א גרויסער ווייטאג. מיר ברויכן זיך באמת מתבוננן זיין צי מיר האבן אהבת הפארטיי אדער אהבת התורה? ודי


איי אים רעספעקטפולי דיסעגרי יודן היינט זענען זייער זייער מחשיב תורה ולומדיה מער ווי 20 יאר צירוק סתם עפעס א העכערע פילונג צו באוויינען דעם דור עפעס א מין פילונג ווי וואס די זיידעס האבן ווען זיי זאגן "עה וואס ווייסט עטץ"

יעדער איינער וויסט הכל תלוי במזל אפי' ספר תורה שבהיכל אין כ"ש די לעבעדיגע ספרי תורה, אלץ אין אלעמאל אין אלע דורות זענען געווען גאונים אדירים תורה ריזן וואס די וועלט האט נישט געהערט אין געוויסט פין זיין

אסאך זענען דירעקט געווארן באקאנט נאכן פטירה אין אסאך וואס זענען געווען שטארק באקאנט בחייהם ווייסט מען קוים היינט

די זעלבע איז מיט די ספרי קודש פין די גאונים ווייסט יעדער איז אזאך וואס איז תלוי במזל אז עס זאל ווערן אויפגעכאפט אסאך גוטע ספרים איז בלא שום סיבה קיינמאל נישט אויפגעכאפט געווארן באקאנט די מעשה פין בית יוסף אין רמ"א וכהנה רבות

הקב"ה האט געוויזן פאר אדם הראשון אין ער האט עס אריין געשריבן בספרי דאדם קדמאיה דור דור ודורשין ומנהיגיו ודייניו וכו' יעדער האט זיין צייט ווען עס געשענעט אדער אויב עס איז נישט באשערט געשענט עס טאקע נישט

במציאות איז דא אסאך תלמידי חכמים אין ערליכע יודן וואס זענען נישט איינגעשטעלט אין קיין גרויסע קהלות אפשר האבן זיי א מיינוג הרה"ג ר' משה יודל האט אויך געהאט א מיינוג אין זיי האבן מער רעכט ווי אונז צו האבן א מיינוג אין זיי זענען יא באוויסט אין בארימט אדער עכ"פ האבן זיי אסאך שטיצערס

למשל די וואך מוצ"ש גייט זיין א חנוכת הבית אויף א בנין וואס האט געקאסט אפאר מיליאן דאללער איך קען דא אויסרעכענען א לאנגע ליסט אבער די הנהלה לויט נישט

איינע פין די שטערקסטע מגידי שיעורים היינט א תלמיד חכם מופלג איז יארן לאנג געווען באהאלטן אין ר' אברהם מרדכי פאלעטשעקס כולל אין ער איז נספרסם געווארן בטעות ווען אינמיטן זוממער האט אמאל א מגיד שיעור געקענסלט די לעצטע מינוט האט מען אים גענומען באין ברירה אין די איבריגע איז היסטערי, ווייל יענע מינוט איז געווען אפגעשריבן פין הימל קיינער האט נישט געהאט קיין פארטיי אינטערעסע אים גרויס צומאכן

אמאל איז די מזל אז עס קומט א יוד אין מאכט א ווינט דער עולם איז טרוד על המחיה קיינער גייט נישט זוכן תלמידי חכמים אבער אז איינער קומט אין ער מאכט אים אויפמערקזאם לויט מען זיך קאסטן

אין אמאל איז די מזל פשוט א זיינע ווערטער איז נמצא חן אין אז ער איז א גוטע רעדנער ווערט מען גרויס אבער דאס איז זעכער אז אלעם איז באשערט יודן שטיצן אין גרויסען תלמידי חכמים מער וויפל מען ווייסט

איך ווייס נישט צו עס איז ערגער בעסער ווי פריער אבער עס איז דא שס אידן אין בית המדרש קיינער מאכט זיך נישט וויסנדיג פין זיי
לא יהיה לך עוד השמש לאור יומם ולנגה הירח לא יאיר לך והיה לך ד' לאור עולם ואלקיך לתפארתך.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

הרה"ג ר' שניאור זלמן בערנבלוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

דרך אגב איז דא ערגעץ באשריבן פין אים ??[/quote]
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

השמש האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:היות די נושא איז שטארק ארויף געברענגט געווארן אונעם אשכול איבער די פטירה פין די גאון וצדיק ירא ושלום הרה"ג רק משה יודא מייזעלס זצ"ל ווי עס איז נישט די פלאטץ ברענג מיר עס דא ארויף אין איך ווארף אריין מיינט 2 סענס אויף די נושא
התבוננת האט געשריבן:באמת שיין צו זעהן ווי אזוי די שרייבערס האבן א געפיל ווען א תלמיד חכם וגאון איז נסתלק געווארן אים מספיד צו זיין. ות"ח שמת הכל קרוביו. אבער נאך שענער וואלט געוועהן ווען מ'האט אינזיהן א תלמיד חכם ווען ער לעבט נאך,
דהיינו: אונזער ציבור איז אויסגעשטעלט אז נאר די תלמידי חכמים וואס זענען איינגעשטעלט, דיינים, בנש"ק וכדומה, נאר די זענען תלמידי חכמים און זיי האט מען אינזין, זיי שטיצט מען, זיי איז מען מכבד מיט דרשות, מיט זיי טענצ'ט ביי חתונות, זיי שמירט מען אונטער, משא"כ אנדערע אידן תלמידי חכמים מופלגים וואס לערנען לילות כימים, ווערט מען נערוועז אז טאמיר עס דאכט זיך אז זיי דארפן עפעס רעקעגנאציע. מחשיב זיי תורה מיינט נישט דווקא ווען מיין קהילה, פארטיי האט עפעס פון אים. עס איז געוועהן אידן גאונים אזוי ווי הגה"צ רבי שניאור זלמן בערנבלוט ז"ל אדער הגה"צ רבי ישעי' בראווער ז"ל הגה"צ רבי יהושע העשיל וואלענדער ז"ל האט מען זיך טאקע געספראוועט אדער מחשיב געוועהן זייער פערזענליכקייט ווי עס פאסט?
עס האט מיר געזאגט איינער בשם הגה"צ רבי משה יודא ז"ל אז היינט א איינער לערנט איז עס תורה לשמה, ווייל ווייניג זענען עס מחשיב, עס איז כמעט נישט דא קיין תורה שלא לשמה. האט מען טאקע אינזין געהאט דעם גרויסן נפטר ז"ל ביי א חתונה, א יום טוב, עפעס? עפעס? עס איז באמת א גרויסער ווייטאג. מיר ברויכן זיך באמת מתבוננן זיין צי מיר האבן אהבת הפארטיי אדער אהבת התורה? ודי


איי אים רעספעקטפולי דיסעגרי יודן היינט זענען זייער זייער מחשיב תורה ולומדיה מער ווי 20 יאר צירוק סתם עפעס א העכערע פילונג צו באוויינען דעם דור עפעס א מין פילונג ווי וואס די זיידעס האבן ווען זיי זאגן "עה וואס ווייסט עטץ"

יעדער איינער וויסט הכל תלוי במזל אפי' ספר תורה שבהיכל אין כ"ש די לעבעדיגע ספרי תורה, אלץ אין אלעמאל אין אלע דורות זענען געווען גאונים אדירים תורה ריזן וואס די וועלט האט נישט געהערט אין געוויסט פין זיין

אסאך זענען דירעקט געווארן באקאנט נאכן פטירה אין אסאך וואס זענען געווען שטארק באקאנט בחייהם ווייסט מען קוים היינט

די זעלבע איז מיט די ספרי קודש פין די גאונים ווייסט יעדער איז אזאך וואס איז תלוי במזל אז עס זאל ווערן אויפגעכאפט אסאך גוטע ספרים איז בלא שום סיבה קיינמאל נישט אויפגעכאפט געווארן באקאנט די מעשה פין בית יוסף אין רמ"א וכהנה רבות

הקב"ה האט געוויזן פאר אדם הראשון אין ער האט עס אריין געשריבן בספרי דאדם קדמאיה דור דור ודורשין ומנהיגיו ודייניו וכו' יעדער האט זיין צייט ווען עס געשענעט אדער אויב עס איז נישט באשערט געשענט עס טאקע נישט

במציאות איז דא אסאך תלמידי חכמים אין ערליכע יודן וואס זענען נישט איינגעשטעלט אין קיין גרויסע קהלות אפשר האבן זיי א מיינוג הרה"ג ר' משה יודל האט אויך געהאט א מיינוג אין זיי האבן מער רעכט ווי אונז צו האבן א מיינוג אין זיי זענען יא באוויסט אין בארימט אדער עכ"פ האבן זיי אסאך שטיצערס

למשל די וואך מוצ"ש גייט זיין א חנוכת הבית אויף א בנין וואס האט געקאסט אפאר מיליאן דאללער איך קען דא אויסרעכענען א לאנגע ליסט אבער די הנהלה לויט נישט

איינע פין די שטערקסטע מגידי שיעורים היינט א תלמיד חכם מופלג איז יארן לאנג געווען באהאלטן אין ר' אברהם מרדכי פאלעטשעקס כולל אין ער איז נספרסם געווארן בטעות ווען אינמיטן זוממער האט אמאל א מגיד שיעור געקענסלט די לעצטע מינוט האט מען אים גענומען באין ברירה אין די איבריגע איז היסטערי, ווייל יענע מינוט איז געווען אפגעשריבן פין הימל קיינער האט נישט געהאט קיין פארטיי אינטערעסע אים גרויס צומאכן

אמאל איז די מזל אז עס קומט א יוד אין מאכט א ווינט דער עולם איז טרוד על המחיה קיינער גייט נישט זוכן תלמידי חכמים אבער אז איינער קומט אין ער מאכט אים אויפמערקזאם לויט מען זיך קאסטן

אין אמאל איז די מזל פשוט א זיינע ווערטער איז נמצא חן אין אז ער איז א גוטע רעדנער ווערט מען גרויס אבער דאס איז זעכער אז אלעם איז באשערט יודן שטיצן אין גרויסען תלמידי חכמים מער וויפל מען ווייסט

איך ווייס נישט צו עס איז ערגער בעסער ווי פריער אבער עס איז דא שס אידן אין בית המדרש קיינער מאכט זיך נישט וויסנדיג פין זיי

קיינמאל נישט געזאגט אנדערש נאר זיך געדינגען אז עס איז נישט ווייל מען קערט נישט פאר תלמידי חכמים
נאר ווייל מען ווייסט נישט פין זיי ווייל אזוי איז באשערט , אין ווען מען ווייסט יא וועט מען טאקע יא שטיצן
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”