ברויט – פון א בוי-אונטערנעמערישן פּערספּעקטיוו

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

ברויט – פון א בוי-אונטערנעמערישן פּערספּעקטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

פון פינחס גלויבער

"א גוט מארגן."
"גוט מארגן, גוט יאר!"
"וויפיל קאסט א ברויט?"
"פינף-און-זיבעציג דאלאר."
"אקעי. און ווען קען איך דעם ברויט האבן?"

"אין דריי וואכן."

אט אזוי וואלט עס געווען, ווען אונזערע דעוועלאָפּערס וואלטן געהאלטן דעם מאָנאָפּאָל אויך אויפ'ן ברויט-מארקעט.
און דער חשבון איז באמת זייער פּשוט. קודם כל, דאס ברויט. קויפסט א ברויט, דארפסטו דערפאר באצאלן. ניין?
פיין. יעצט, דאס ברויטל, פארשטייסט נישט, דארף נאך געבאקן ווערן. איז, באצאל יעצט פאר'ן ברויט – לכל-הפּחות אַן איינגאבע גיב אהער – און ווען עס וועט אין א גוטער שעה אפּגעבאקן ווערן, וועסטו עס קענען אפּנעמען.

דאס ברויט אליין קאסט בערך דריי דאלאר. אבער דו מוזט דאך מיר באצאלן פאר'ן מעל אויך. ניין? כ'מיין, איך דארף דאך יעצט קויפען מעל און וועל עס טאן מיט דעם געלט וואס דו גיסט מיר. און וואס טוט זיך מיט דער עלעקטריציטעט וואס דער אויוון פארנוצט? דאס געלט מוז דאך פון ערגעץ-וואו קומען!

וואס, דו ווילסט נישט באצאלן פאר מיינע אויסגאבן פון אפּבאקן דעם ברויט? קיין פּראבלעם. כ'האב גענוג מענטשן וואס שטייען און ווארטן אויף ברויט. נאַדיר צוריק דיין איינגאבע און גיי דיר פון דא געזונטערהייט.

יא, ווען איך רעד פון מעל, מיין איך אויך דעם שטייער וואס דאס קאסט. דער שטייער איז נישט אריינגערעכנט אינעם אריגינעלן פּרייז. דאס זעלבע פאר'ן עלעקטריציטעט. האסט שוין אמאל געזען א קאָן-עדיסאָן בּיל? יא? ווייסטו דאך אז ס'זענען פאראן שטייערן אויך.
*
מיט זיבן וואכן שפּעטער. דאס ברויט איז, נאך א פארלענגערונג פון נאך פיר וואכן ברוך השם פארטיג געווארן. דער מענעדזשער פון דער בעקעריי פארבינדט זיך מיט מיר, אז דער אייגנטומער האט אים באאויפטראגט צו ענדיגן מיט מיר דעם ברויט-מקח.

איך קום אראפּ צו דער בעקעריי, און זע ליגן אויפ'ן טיש אַן איינגעדאַרט שלוש-סעודות בילקעלע.

"שוין. גיבזשע, זיי מוחל, אהער 125 דאלאר, און לאמיר קלאָוזען אויפ'ן ברויט."

"הונדערט-פינף-און-צוואנציג דאלאר? מיר האבן דאך געשמועסט פון פינף-און-זיבעציג דאלאר!"

"דאס איז עס, יונגערמאן. האסט א ברירה צו צאלן און גיין מיט'ן ברויט, אדער נישט באצאלן און גיין פון דא אָן דעם ברויט – און אָן דיין אריגינעלן דעפּאַזיט!"

"אבער דאס דאך בכלל נישט פון וואס מיר האבן גערעדט! דאס איז א ברויט? ניטאמאל איז דאס גענוג צו מעגן דערויף בענטשן על-פּי הלכה! און בכלל – דאס 'ברויט' איז דאך אפילו נישט געהעריג אויסגעבאקן. איך קען דאס נאכנישט עסן ווי עס שטייט און גייט."

"הער אויס: איך קען נישט מאכן קיין באשלוסן, ווייל איך בין נישט דער אייגנטומער. מיין פּאזיציע דא איז צו פארטרעטן ר' ראובנ'ען, דעם בעל הבית פון בעקעריי, מיט'ן ענדיגן דעם מקח. איך קען דיר נישט העלפן."

– – – –

לאמיר, טייערע אידן, אפּגעבן א שבח והודי' פאר'ן בורא כל עולמים, אז די בוי-אונטערנעמערס זענען דערווייל פארנומען בלויז מיט בויען הייזער...
אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברותה »

הא הא... ליידער גאר גוט....
FedEx
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 10:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FedEx »

א ביטער געלעכטער נעבעך, אבער גאר גוט אראפגעלייגט.
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

ווען די סופליי פון הייזער זאל זיין אזוי גרויס, קענסטו ווען טשוזן א פערטיגע הויז פון די שעלף פאר א גוטע סעט פרייז.

און ווען ס' זאל זיין א מאנגל אין ברויט וואלט געווען א לאנגע ליין אין גראסערי, און דער מענעדזשער צו ווער וואלט אויסגערופן אז מ' גייט ברענגן ברויט און א שעה צוויי, און עס גייט קאסטן דריי דאללער מער.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

געעעוואלדיג גוט אראפגעלייגט די שפל המצב אין וואס מיר געפונען זעך

(איין הערה'לע,: אביסל אונטער געשאצט.....)



@ליידיג גייער, ס'עקלט מיר אביסל דיין תגובה . אנטשולדיגט פון פאראויס.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

יעדע מעשה האט צוויי זייטן.

(כהאב ארויף געלייגט דעם שטיקל, און דערנאך אראפגענומען ווייל עכט וויל איך זיך נישט אננעמען פאר די בילדערס, אבער איינער זאגט מיר אז ספארט שוין ארום... לייג איך עס צוריק)


בס"ד


פונעם בעקערס פרעספעקטיוו.

האלא? וויפיל קאסט א ברויט? 

75 דאללאר.

סאיז דא עפעס בעסערע?  

יא, בעסערע איז 85 דאללער.

אקעי, כוויל די בעסערע.

גוט, ממוז אבער אראפלייגן 25 פראצענט קודם.

נא, זיכער, מיין שווער גייט מיר בארגן 5, מיין שוואגער גייט מיר געבן דריי, פיר איז פון גמ"ח בלא בלא בלא...

אנטשולדיגט, אפשר נעמט איר די ביליגערע פאר 75? דארט ברויך מען נאר אראפ לייגן ווייניגער? 

נין, כקען נישט, דער נח'ל האט ב"ה אפעטיט, יענקעלע האט נישט ליב די ביליגע, איך זאג אייך די געלט וועט זיין, איר דארפט זיך נישט זארגן, איר קענט זיך נאכפרעגן ביי אלע שכינים בלא בלא בלא.

נאך א וואך, נאכן רופן דרייסיג מאל, מיסיס... איר זענט שולדיג אויפן דיפאזיט 20 דאללער, ווען קען איך עס האבן?  

יא, מיין מאן האט נעכטען באקומען א הסכמה פון איינעם, אז ער גייט אים בארגן 3 דאללער, ער ברויך בלויז ברענגען 3 עריבים, זארגט אייך נישט, מיר זענען מענטשן וואס באצאלן, איר קענט זיך נאך פרעגן בלא בלא בלא

די 3 דאללער קען איך אבער כאטש האבן שוין מארגן?  

ניין, עס וועט דויערן א וואך צוויי, יענער זאגט ער ברויך צוריק באקומען א חוב פון איינען וואס שלעפט אים שוין ווייסעך ווי לאנג..

ענטשולדיגט, וואס פייניגט איר מיך, איך קען אזוי נישט ארבעטן, אנשטאט ארבעטן ברויך איך קאלעקטען געלט? 

איר זענט גערעכט, אבער ווי האלט עס מיטן באקן? 

מיר האבן שוין איינגעקנאטן די טייג.

אוי וויי, פארוואס האט איר אונז נישט גערופן צו קלויבן וועלכע מעהל, וואס הייסט, מיין שוויגער זאגט אז נאר מעהל פון איידעהא איז פראקטיש, ווי האט מען א הארץ נישט צו פרעגן דעם קונה פון ווי צו קויפן די מעהל?! 

וואס הייסט, אזוי שטייט אין קאנטראקט, אז מיר גיבן סטאנדערט מעהל! 

איר בעקערס וועט קיינמאל נישט ארויס פון גיהינום, צאפן אידיש בלוט, רייסן רייסט מען די טאשן, אין גיבן גיט איר גארנישט!!!

גייט דארך צוויי וואכן, די אלארם קלינגט אין מיטן די נאכט, די פאליציי זאגט אז איינער האט זיך אריינגעכאפט אין בעקעריי, אונזער בעקער לויפט אהין מיט אין איין אטעם אין די פידזשאמעס, און ... מיסיס... מיט די שוויגער דרייען זיך דארט ארום ווי ביים טאטן אין וויינגארטן...

דער פאליס זאגט אז עס וועט זיין א טשארדזש פון 5 דאללער פאר די פאני קאל, און די מיסיס... שטעלט אן איינע פון אירע פאלטשטע שמייכלעך... אוי אנטשולדיגט מיסטער בעקער, מיין שוויגער איז יעצט געקומען פון וומ"ב זי האט גע'חלש'ט צו זעהן די ברויט ווי סהאלט, סארי סארי איך האב אייך נישט גערופן, איך האב אייך נישט געוואלט מטריח זיין, מיין אינגל איז אריין געקראכן פון פענצטער, איך האב געוואלט מאכן א סופרייז פאר מיין שוויגער...

צוויי וואכן שפעטער, דער בעקער רופט אן, וואס ווילט איר, סעסמי סידס, אדער מאאן? 

אקעי, כגיי זיך נאכפרעגן.

העלאו, איטס מי, מיסיס ראפאגאש זאגט אז סעסמי סיעדס איז בעסער.

א שעה שפעטער, איטס מי עגעין, איטס ען עמערדזשענסי, מיין שוויגער זאגט נאו סעסמי סיעדס !!

אבער מהאט דאך שוין געלייגט סעסמי סיעדס?!

וויפיל קאסט צו טוישן? 

10 דאללער.

וויזוי קען זיין, כהאב דאך גראד צוריקגערופן אז איך וויל טוישן, איטס נאט פעיר, איי קאלד יו רייט בעיק, יו קענאט טשארדזש מי!! איי דאנט וואנט סעסמי,!! פירעיעד.

אפאר מינוט רופט דער בא'טעמ'טער אינגערמאן, א גוטן, כרוף וועגן די סעסמי, מיין רעבעצין גייט עס אין לעבן, וואס דארף עס קאסטן צו טוישן? 

איך האב איך שוין געזאגט, 5 דאללער.

אפשר קען מען עפעס מאכן בעסער? 

אקעי, דריי מיר נישט דעם קאפ, 3 דאללער און שוין!!

שוין, מקראצט אראפ די סעסמי, און מלייגט מאאאן.

א וואך שפעטער רופט א שיינער איד, דער שווער פון דעם אינגערמאן.

כככככגוטן, דא רעדט שפעפניצער דיין, כככרוף וועגן מיין ככככאיידעמס ברויט, עפעס האבן זיי באשטעלט מיט מאאאן, די עזרת נשים ככככככ, זאגט אז מאאן טויג נישט, זיי האבן קודם געמיינט אז יא, אבער למעככככשה ווילן זיי צוריק סעסמי, סאיז נישט קיין פראבלעם צוריק צו טוישן, ריכטיג??

ענדליך מיט מזל אין ברכה, מגייט קלויזן די ברויט.

די ביל איז 96 דאללערס...

יו, איך חליש... מהאט דאך גערעדט פון 86? 

יא, אבער די טויש פון סעסמי איז 3, די אנדערע טויש איז נאך 3, די פאני קאלל איז 5 בלא בלא בלא

גנבים, רוצחים, וכו'...

בקיצור, מזעצט זיך צו א דין תורה...
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

איים סיק ענד טייערט פון הערן די זונלאזע טענות קעגן דעוועלאפערס. געוויסע האבן די מאנטעליטעט כאילו דעוועלאפערס זענען פאר איינעם עפעס שולדיג. האלאו! זיי זענען דא צו מאכן געלט און צו מאכן די מערסטע וואס איז שייך, פונקט ווי די גראסערי, שיך סטאר און אינשורענס עיזשענט. מאכט זיך אמאל אז א דעוועלאפער האנדעלט נישט ערליך און דעליווערט נישט וואס מ'האט אפגעשמועסט אבער פונקט אזוי פאסירט עס מיט די פיש סטאר, פלאמבער און שמחה זאל.

איך האב שוין געהאנדעלט מיט מער ווי איין דעוועלאפער און מיין עקספיריענס האט געוויזן אז טאמער האנדעלט די קונה ווי א מענטש, באקומט ער צוריק ארענטליכע סערוויס.

אבער אפילו אויב ס'איז יא דא עפעס אמת און די טענות קעגן דעוועלאפערס, זענען די קונים שולדיג. גייטס ארויס פון די געטאס און קויפטס פון די פרייע מארקעט.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

בענקעל האט געשריבן:פון פינחס גלויבער

"א גוט מארגן."
"גוט מארגן, גוט יאר!"
"וויפיל קאסט א ברויט?"
"פינף-און-זיבעציג דאלאר."
"אקעי. און ווען קען איך דעם ברויט האבן?"

"אין דריי וואכן."

אט אזוי וואלט עס געווען, ווען אונזערע דעוועלאָפּערס וואלטן געהאלטן דעם מאָנאָפּאָל אויך אויפ'ן ברויט-מארקעט.
און דער חשבון איז באמת זייער פּשוט. קודם כל, דאס ברויט. קויפסט א ברויט, דארפסטו דערפאר באצאלן. ניין?
פיין. יעצט, דאס ברויטל, פארשטייסט נישט, דארף נאך געבאקן ווערן. איז, באצאל יעצט פאר'ן ברויט – לכל-הפּחות אַן איינגאבע גיב אהער – און ווען עס וועט אין א גוטער שעה אפּגעבאקן ווערן, וועסטו עס קענען אפּנעמען.

דאס ברויט אליין קאסט בערך דריי דאלאר. אבער דו מוזט דאך מיר באצאלן פאר'ן מעל אויך. ניין? כ'מיין, איך דארף דאך יעצט קויפען מעל און וועל עס טאן מיט דעם געלט וואס דו גיסט מיר. און וואס טוט זיך מיט דער עלעקטריציטעט וואס דער אויוון פארנוצט? דאס געלט מוז דאך פון ערגעץ-וואו קומען!

וואס, דו ווילסט נישט באצאלן פאר מיינע אויסגאבן פון אפּבאקן דעם ברויט? קיין פּראבלעם. כ'האב גענוג מענטשן וואס שטייען און ווארטן אויף ברויט. נאַדיר צוריק דיין איינגאבע און גיי דיר פון דא געזונטערהייט.

יא, ווען איך רעד פון מעל, מיין איך אויך דעם שטייער וואס דאס קאסט. דער שטייער איז נישט אריינגערעכנט אינעם אריגינעלן פּרייז. דאס זעלבע פאר'ן עלעקטריציטעט. האסט שוין אמאל געזען א קאָן-עדיסאָן בּיל? יא? ווייסטו דאך אז ס'זענען פאראן שטייערן אויך.
*
מיט זיבן וואכן שפּעטער. דאס ברויט איז, נאך א פארלענגערונג פון נאך פיר וואכן ברוך השם פארטיג געווארן. דער מענעדזשער פון דער בעקעריי פארבינדט זיך מיט מיר, אז דער אייגנטומער האט אים באאויפטראגט צו ענדיגן מיט מיר דעם ברויט-מקח.

איך קום אראפּ צו דער בעקעריי, און זע ליגן אויפ'ן טיש אַן איינגעדאַרט שלוש-סעודות בילקעלע.

"שוין. גיבזשע, זיי מוחל, אהער 125 דאלאר, און לאמיר קלאָוזען אויפ'ן ברויט."

"הונדערט-פינף-און-צוואנציג דאלאר? מיר האבן דאך געשמועסט פון פינף-און-זיבעציג דאלאר!"

"דאס איז עס, יונגערמאן. האסט א ברירה צו צאלן און גיין מיט'ן ברויט, אדער נישט באצאלן און גיין פון דא אָן דעם ברויט – און אָן דיין אריגינעלן דעפּאַזיט!"

"אבער דאס דאך בכלל נישט פון וואס מיר האבן גערעדט! דאס איז א ברויט? ניטאמאל איז דאס גענוג צו מעגן דערויף בענטשן על-פּי הלכה! און בכלל – דאס 'ברויט' איז דאך אפילו נישט געהעריג אויסגעבאקן. איך קען דאס נאכנישט עסן ווי עס שטייט און גייט."

"הער אויס: איך קען נישט מאכן קיין באשלוסן, ווייל איך בין נישט דער אייגנטומער. מיין פּאזיציע דא איז צו פארטרעטן ר' ראובנ'ען, דעם בעל הבית פון בעקעריי, מיט'ן ענדיגן דעם מקח. איך קען דיר נישט העלפן."

– – – –

לאמיר, טייערע אידן, אפּגעבן א שבח והודי' פאר'ן בורא כל עולמים, אז די בוי-אונטערנעמערס זענען דערווייל פארנומען בלויז מיט בויען הייזער...

ווער שרייט אז די אינגע קענען נישט? זיי זענען נאך בעסער ווי די אלטע,
ווער האט געשריבן אז די אלטע וועפען שוין? קום אהער!!! קום אהער!!! יא דו!!! יא טאקע דו!! ליין זיי אזוי גוט צווייפעל'ס תגובה און זאג מיר צו זיי וועפען?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

דריידל האט געשריבן:אבער אפילו אויב ס'איז יא דא עפעס אמת און די טענות קעגן דעוועלאפערס, זענען די קונים שולדיג. .

אזוי שטארק זיך אנצונעמען פאר די בויערס, דריידל איך קען קויפען א דירה.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

חחחחחח צווייפעל!!!!


(פון שמאטעס פרעספעקטיוו!)
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

כאכאכא האבן איך זיך פערספעקטיוולי צעלאכט...
ענק ביידע זענען גוט!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

צווייפל!! חחחח
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

געלעגער האט געשריבן:צווייפל!! חחחח


און כמדומה לי איז גלויבערס ארטיקעל א אלטע ארטיקעל.. איא?
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

Kinda like the idea
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

פון זיצען און מקוה און בארעדן די בויערס אדער ווער עס מאכט נאר א איברגע דאללאר, קומט מען און ערגץ נישט אהן.
..
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

שוועמל האט געשריבן:ענק ביידע זענען גוט!
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

געלעגער האט געשריבן:צווייפל!! חחחח
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
שווייצע זייגער
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווייצע זייגער »

האהא, דער איז זיס, פון וואו קומט דער ארטיקל? וואו קען מען נאך זען פון פנחס ארטיקלען?
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

אלעס אור אלטע ארטיקלען פון צייטשריפט 8 - 10 יאר צוריק
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

מי חכם האט געשריבן:אלעס אור אלטע ארטיקלען פון צייטשריפט 8 - 10 יאר צוריק

צווייפעל'ס אויך ?

דאס זעהט דאך אויס טיפיקעל צווייפעל
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

סמארט גאי האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:אלעס אור אלטע ארטיקלען פון צייטשריפט 8 - 10 יאר צוריק

צווייפעל'ס אויך ?

דאס זעהט דאך אויס טיפיקעל צווייפעל


הענטשולדיגט, מיין ארטיקל האב איך נעכטן פאבריצירט, אויפגעטייפט, סליגט נאך מיינע גרייזן.
אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי-פיי »

פיינע נייעס פון קרעשמע!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”