כי האדם עץ השדה, די מענטש צו פירות איז גע'גליכען,
טראכט אריין, וואס פאר א שייכות, צווישען זיי איז
פארהאנען?...
כי האדם עץ השדה, לאמיר זיך און דעם פארטיפען,
קום, וועל איך דיר אנפלעקען, מגלה זיין דעם סוד
דעם זיסען...
און געשעפט, אויף א שפאציר, אסאך סאָרטן פירות
איך זעה פאר מיר,
נאר צו זעהן, אזוי באקוועם, און זייער איינגענעם...
ס'טיט בארירען, פול קאָלירן, שאפט א אטמאספערע
אזא זיסן,
איך ווער פאר'מוח'עט און פארטראכט, מיינע אויגן
צו געמאכט...
יעדע פרי, האט זיין איינגשאפט, פאר עפעס וויכטיג
איז געמאכט,
איינער איז גיט צו קאכען, איינע צו טריקענען, א דריטער
אויס צו קוועטשען...
יעדע פרי, האט זיך זיינע טאלאנטען, אויף וואס ער טיט
ציניץ קימען,
און נאר ווען יעדער צוזאמען, טיט זיך דאס זייניגע, שאפט
דאס אלע טעמים....
כי האדם עץ השדה, טראכט גיט און דעם אריין,
יעדע מענטש, איז מיט טאלאנטן געבענטשט, און
טיט זייער וויכטיג זיין...
כי האדם עץ השדה, טראכט גיט און דעם אריין,
יעדע מענטש, איז מיט טאלאנטן געבענטשט, און
טיט זייער וויכטיג זיין...
---
און געשעפט, האט זוך מיר אנטפלעקט, נאך א רעיון,
נאך א ענין,
געוויסע פירות, יעצט און ווינטער, זענען בכלל נישט
צו געפונען...
דער געשעפט'ס מאן, טיט מיר ערקלערען, איך טי
געוואר ווערען,
געוויסע פירות, איז נישט יעצט די סיזען, און מען קען
זיי נישט באקומען...
געוויסע פירות, און די ווינטער, אינגאצען גייען אינטער,
אן קיין אנדענק, קיינער געדענקט, און ניטאמאל קיינער
בענקט...
איך טראכט אריין, וואס וועט דא זיין, צי וועט מען זיי נאך
אמאל זעהן?
איך ווער באנומען, טרערן רינען, איך קען נישט צו זיך
קומען...
כי האדם עץ השדה, טראכט מיט א טיפען בליק,
אמאל עליות, אמאל ירידות, אסאך מאל גייט נישט
גוט...
אסאך מאל זמנים, איז פארהאנען, וואס די גוטע טעג
ווערען פארגעסן,
די האלטסט נישט אויס, ס'קיקט גאר אויס, אז גוטע טעג
וועט שוין נישט קומען,
כי האדם עץ השדה, אט קימט שוין די זומער,
פון דאס ניי זיך גענימען, מיט א פריש'קייט אלעס טיט בליען,
אלזא, וויש דיר אפ דיינע טרערן...
---
כ'האב היפש אביסעל צייט גע'ארבעט אויף דעם, און ווי איר קענט זיך פארשטעלען, האב איך עס אנגעפאנגען צו שרייבען חמשה עשר בשבט, אבער עס נאר שפעטער אנגעקימען עס צו ענדיגען, עכ''ז איז דער מעסעדזש גיט צו אלע צייטען, האב איך אפגעמאכט עס ארויף צו לייגען, אפשר וועלען אנדערע קענען ארויס נעמען א חיזק, אדער כאטש הנאה האבען פון דעם,
קריטיק אדער פידבעק איז very welcome
מיין שפאציר און די פרוכט געשעפט - כי האדם עץ השדה.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2126
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
- לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל
מיין שפאציר און די פרוכט געשעפט - כי האדם עץ השדה.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט
- א גראם מיט טעם
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3881
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
- לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר
#גראמטיקעל!
ווערי נייס.
ווערי נייס.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2126
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
- לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2126
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
- לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל
דאס געשריבען אין א יאר ווען איך אדורך א געוויסע שווערקייט. אפשר וועלן אנדערע אויכעט א חיזוק ארויס נעמען לכבוד חמשה עשר.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט