א בעל תוקע אין חודש שבט? וואס זאגט איר?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

א בעל תוקע אין חודש שבט? וואס זאגט איר?

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » דינסטאג פאברואר 02, 2016 6:29 pm

ב"ה
פאסירט האט עס אין א פשוטן טאג, א גרינעם דינסטאג, [במאמר המוסגר: גיי ווייס פארוואס דער דינסטאג ווערט אלעמאל באטיטל'ט אלס גרין. ואולי י"ל בדרך אפשר אז ס'איז על שם יום שנכפל בו כי טוב, וויל מען מאכן א פועל דמיוני אויף די גרינע דאלארן.(זיי זענען שוין לעצטנס אויך ווייניגער און ווייניגער גרין, קוים "נוטה ל'גרין")] כ'בין אנגעקומען צו די ארבעט נאך א שלאפלאזע נאכט (מסתמא פון צרות ישראל) . בינעך פארשטייצעך נישט געווען אין די בעסטע גיסטע.
שפאציר אריין מיטן קאווע אין איין האנט, פרישטיג אין די צווייטע, (די טיר געעפנט מיט די פיס,די פליג וואס האט זעך מער געשטעלט אויפ'ן נאז, האב איך געמוזט אוועקשטופן מיט א שמיץ מיט די פיאות) באגעגן מיין קאלעגע ר' שמואל [נאמען געטוישט וועגן זיכערהייט סיבות], און כאפנדיג א קורצער בליק אויף זיין נאז, איז מיר שלעכט געווארן. אפשר איז ער אויך געשלאפן צו ווייניג אדער אפשר צופיל. אלנפאלס, האבעך געמאכט א פעסטע קבלה אז היינט גייעך נישט אריינגיין אין א ערנסטן דין ודברים מיט אים, פשוט, וואס פעלט מיר אויס צו זאגן זאכן וואס קענען אים ארויס ברענגען פון די דישעס.
עטליכע שטונדן שפעטער ארויסגייענדיג פון דארט, האב איך איבערגעלאזט אן אויפגעברויזטן קאלעגע מיינער, (כ'געדענק נישט פונקטליך וויאזוי ס'איז געשען, אבער זעט אויס אז סוף כל סוף האבעך מיר נישט געקענט אייהאלטן. [אדער האב איך אפשר געהאט די חוצפה צו זאגן אז טראמפ איז יא electable אדער אז נישט, ווענדט זיך אויף וועלכע זייט איך/ער בין דעמאלטס געווען]).
דעם קומענדיגן טאג קומעך אריין אינדערפרי, סאך בעסער אויסגעשלאפן. רוף אויס א הויכן גוט מארגן. אין קול ואין עונה. קוקעך צו זיין טישל, אפשר איזער נאכנישט דא היינט, אבער ניין, שותפי זז"ג זיצט על מכונו, און קוקט מיר אן מיט א בייזליכן בליק, און זאגט...גארנישט.
כ'האמעך פרובירט צו דערמאנען וויאזוי מ'רופט אן אזא מין סארט באגריסונג, און נאך עטליכע מינוט האיר ה' עיני, כאמעך דערמאנט.
מ'רופט דאס "בלאזן"
וויבאלד איך בין געווענטליך ארומגענומען מיט בלויז נארמאלע ברואים, איז ביי מיר נישט מצוי זיך צו באגעגענען מיט אזעלכע מינים תקיעות און רוחות (ס'איז ביי מיר א רוח שאינו מצוי' =בלאזן פון א ווינט וואס טרעפט זיך נישט אפט. אינדערהיים מאכט זיך אפטער א תקופה וואס מקען עס רופן א רוח מצוי' אבער דאס געהערט אין שלום בית אשכול)
למעשה, היות דאס איז מיר נוגע געווען, האבעך פרובירט זיך אריינצולייגן אין די דאזיגע סוגיא, און געזען אז ס'איז נאך זייער רוי און נישט באארבעט וחשבתי אז אפשר איז שוין צייט זיך אריינצולייגן אין די סוגיא לארכה ולרחבה ומקום הניחו לי... ואע"פ שידעתי מך ערכי וכי אינני ראוי ומוכשר לברר סוגיות. פארט איז דאס גוט פאר א התחלה, און ווער ס'האט מוסיף צו זיין זאל אוודאי מוסיף זיין כהנה וכהנה ציצין ופרחין כיד ה' הטובה עליו.
[אמאל האט מיר איינער געזאגט אזער פלאנט צו שרייבן אן ארטיקל אויף דעם, א.ק. הלכות תקיעות- הלכות פון בלאזן]
Definition פון "בלאזן"
בוכשטעבליך מיינט עס צו בלאזן לופט מיטן מויל אדער מיט אן אנדערן אביעקט
אבער לענינינו מיינט מען די אקט פון איגנארירן יענעם ווען ער רעדט צו דיר [פאר א געוויסע פעריאדע פון צייט ]
אמאל איז די איגנאראציע אינגאנצן [כאילו יענער איז א וואנט]. און אמאל נאר למחצה לשליש ולרביע [ווי למשל:נאר גריסן, אדער נאר ענטפערן yes or no questions , אדער צו רעדן נאר קורץ, מיט א אנגעצויגענעם פנים, און א נידריגן טאון.
דער תועלת פון בלאזן
בלאזן איז זייער א ווירקזאמער מיטל אויף אסאך פראנטן:
מ'קען עס נוצן אלס א סטראשע (=איך רעד נישט צו דיר ביז ווילאנג דו פירסט דיך אויף ווי א מענטש), אדער אלס עונש,(=ווייל די האסט...... וועל איך נישט רעדן צו דיר ביז... [בעסער אז מ'זאגט נישט ביז ווען]) [ווען עס איז א עונש, וועט דער בעל תוקע אנהאלטן די תקיעה אפילו אויב דער נתקע פרובירט זיך איבערצובעטן]. מ'קען אוין נוצן דאס בלאזן אלס א וועג מודיע צו זיין אז עפעס קוועטשט מיר, (=ווען דו זעסט אז איך רעד נישט צו דיר, דארפסטו מיר פרעגן פארוואס, און נאר דעמאלטס וועל איך דיר זאגן וואס ס'באדערט מיך)
ס'נאך דא פיל מאריך צו זיין אבער עוד חזון למועד כשיהי' עתי ועטי (קיבאורד בלע"ז) בידי
געלט פארלוירן? נישט פארלוירן
צייט פארלוירן? פיל פארלוירן
מוט פארלוירן? אלס פארלוירן

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5114
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג פאברואר 02, 2016 7:03 pm

וועלקאם. געפעלט מיר די וועג וויאזוי דו שרייבסט.
דער אייבערשטער ב"ה זאל העלפן זאלסט אלעמאל האבן דיין עתי ועטי בידך.
איין זאך וואס פעלט אויס צו פארשטיין, פארוואס דאס הייסט בלאזן.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6417
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג פאברואר 02, 2016 9:04 pm

באמת איז די גאנצע בלאזן א חשש פון לא תלבש
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג פאברואר 02, 2016 9:07 pm

פאר וואס עפעס בלאו איז א יונגעלישע קאלער, מיידלעך גייען פינק
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9707
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג פאברואר 02, 2016 10:45 pm

בוחר בשירי, איר האט בוחר געווען א פיינעם טאפיק, איר האט גוטן שריפט, כה לחי.

--
סאדאם, ווער האט גערעדט פון בלאו?

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » מיטוואך פאברואר 03, 2016 2:04 am

האסט אליינס נישט געוויסט וואס פארא גיטע בעל-מקרה דו ביזט!!

איך גלייך זייער דיין שריפט, במילא וועל איך בעטן מיט כונה הושענא למען בלוזאתך
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » מיטוואך פאברואר 03, 2016 6:47 am

למעלה משבעים האט געשריבן:בוחר בשירי, איר האט בוחר געווען א פיינעם טאפיק, איר האט גוטן שריפט, כה לחי.

--
סאדאם, ווער האט גערעדט פון בלאו?

בלאזן

חרש וחושב
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 31, 2016 10:52 pm

תגובהדורך חרש וחושב » מיטוואך פאברואר 03, 2016 10:05 am

יישר כח.
הנאה געהאט
געב נאך

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך פאברואר 03, 2016 11:19 am

אקעי, דער האט מיר געמאכט שמייכלען, א זאפטיגע שפראך און ארטיקל

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך פאברואר 03, 2016 4:50 pm

פיין געשמייכלט ;l;p-

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מיטוואך פאברואר 03, 2016 11:43 pm

חרש וחושב האט געשריבן:יישר כח.
הנאה געהאט
געב נאך
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דאנארשטאג פאברואר 04, 2016 12:34 am

וואספארא טאפיקס עס פאלט אלץ ביי פאר מענטשן צו באשרייבן...

און נאך מיט אזא שריפט, א פלעזשור צו ליינען!

נשמה האט געשריבן:איין זאך וואס פעלט אויס צו פארשטיין, פארוואס דאס הייסט בלאזן.

און פארוואס מען בלאזט בכלל אנשטאט זיך צו דורכשמועסן ווי א מענטש פארשטייסטו יא?

חכמה
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 6:41 pm

תגובהדורך חכמה » דאנארשטאג פאברואר 04, 2016 1:29 am

המממ.. עפעס שטומט נישט דא.. זיך הערשט איינגעשריבן - און שוין אזוינע הומאריסטישע ארטיקלען, עפעס שטומט נישט דא..
איזהו חכם? הלמד מכל אדם!

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דאנארשטאג פאברואר 04, 2016 2:56 am

אוי זע איך מיר ביי די ארבעט ווען איך ליין דאס
יעדעם טאג מאך איך מיר א קבלה פון דאסניי אז היינט גיי איך זיך נישט לאזן קריגן מיט אים אבער אלס געווינט ער און דערנאך בלאזט ער פאר אפאר טעג
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11893
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג פאברואר 04, 2016 9:50 am

חחח זיס!

info seeker
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 8:00 am

תגובהדורך info seeker » מיטוואך אפריל 26, 2017 6:25 pm

finally found

was looking for this eshkol


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט