זאג נאר, וויפיל איז די דאונאט? אהער מיט צוויי..

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ראפאגאש
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2011 3:14 pm

זאג נאר, וויפיל איז די דאונאט? אהער מיט צוויי..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאגאש »

דאונטס! דאונאטס? פעעהה, ווער ברויך דאונאטס?!

לאנגע אכט טאג האט דאס גענומען, גאר לאנג געווען דאס. אבער ענדליך זענען די קאשמארן פארריבער.

פון יעדע ווינקל און שפאלט הערט זיך ארויס דעם וויי געשריי פונעם מאגן און קישקע. דאס וואס זיי שרייען שוין איבער א וואך, אבער געפאלן אויף טויבע אויערן און געשטאפטע מיילער. יעצט, נאך א וואך פון וויינעריי און ברעטשעריי, יעצט הערט און שפירט דאס יעדער..

פעעהההה ווער האט דאס געברויכט? וואס האט דאס אפילו אויסגעפעלט?!
ווער ס'איז נאר געקומען אין בארירונג דערמיט, שפירט זיך פערזענליך באטראפן און אנגעשטעקט.. פיזיש און גייסטיש...

אויסגעצויגן אויפן רעקליינער שאקעלט יעדער אייניג מיטן קאפ, מיט א געמאכטע מינע אלס צייכן פון אונטערגעבענדיגקייט. די יאוש'דיגע אטמאספערע שפירט זיך ארום אלעמען, ביז טיף אין די געדערעם.
אנגעפראסן און אנגעשטאפט פאכעט מען מיטן האנט.. געניג!.. געניג געווען מיט די חאזעריי.. קומענדיגע יאר נעם איך דאס פאר קיין געלט נישט אריין אין מויל..

קאמיש הערט זיך דאס, ווען מיט אייניגע שעות צוריק איז נאך יעדער געווען א מיבן, איינע מער פונעם אנדערן. מיט גענויע דעטאלן באגלייט מיט א לאנגע ליסט פון געשעפטן ווער עס פארקויפט די בעסערע, ווער עס האט לעצטע יאר געהאט גוטע, אבער היי יאר איז עס עפעס נישט אזוי איי איי. אבער די מילכיגע, דאס האט ער פון די ריכטיגע סארט...


אין די געשעפטן זעלבסט האט אין די אכט טאג אויסגעקוקט ערגער ווי ביים מים שלנו אינעם סייבער-מאנדעי.. אנגעהויבן פון גאר פרי, ווען אין די רואיגע פרימארגן שעות איז נאך אלעס שטיל און רואיג. ווערן שוין די געשעפטן פלוצלינג באפאלן מיט די פולצאליגע באקסעס, וואס ברענגט מיט דעם דרויסענדיגן גערויש מיט זיך.
פונקט אינדערמיט פונעם געשעפט. דארט אינעם שמאלן ליידיגן שטח וואס דינט אלס די צענטראלע דורכגאנג פונעם געשעפט, טאקע דארט אינעם סאמע צענטער ווערט א הויעך שטאקיגער וועגעלע אראפגעשטעלט, אנגעפולט מיט אלערליי באקסעס. און נעמען איבער דעם ווירטשאפט פונעם געשעפט, טראץ וואס יעדער אינעם גאנצן ארום ווערט אפעקטירט דערפון. אנגעהויבן פון די איינגעשטעלטע, ביז די קאסטומערס און אלעס ארום.

די איבערקערעניש און געדרענג ווערט מער און מער מיט וואס א מינוט עס גייט פארביי. די אנגעצויגענישן קען זיך גאר שטארק אנזעהן, פון צווישן די איינגעשטעלטע וואס פרובירן צו אנגיין מיט זייער טאג טעגליכן סדר צו סארווירן די קלייענטן זייערע געברויכן. אלעס ווערט אין די טעג גענצליך איבערגענומען. אזש מ'קען זיך קוים ספראווענען מיטן נייעם אנשיקעניש אינעם געשעפט.
די וועגעלע אויף רעדער מארשירט פון איין זייט צום צווייטן פונעם דורכגאנג. באקסעס אויף די לענג און ברייט שטעקן זיך ארויס פון ביידע זייטן, ווען די מאסן פון יעדן עלטער און יארגאנג טוען דאס באלייגערן און שלעפן צו זיך פון די אינהאלט.
די מחמירים ווייסן צו שלעפן פונעם אונטערשטן באקס, האבענדיג די עקספעריענס וועכענטליך פון די אונטערשטע צייטונגען..

זאג נאר, וויפיל איז די דאונאט? אהער מיט צוויי..

ביזן אנדערן ווינקל פרובירט דער איינגעשטעלטער צו זעהן וועלכע סארט דער קאסטומער האלט אין די הייעך איינגעוויקעלט מיט פאפיר.. 'ס'האט ספרינקלס?' שרייט ער צוריק. 'ניין', אקעי איך נעם די אנדערע.
מיט א הערמאטישן טראסק טרעפט זיך דער דאונאט צוריק צווישן די באקסעס, ווען פון די אנדערע זייט ראולט זיך ארויס פון די דעקלעך א רינכיגער, וואס קומט צו א אפשטעל ווען עס טרעפט זיך אן אונטער די שיך פון אן אומשולדיגע איינקויפער.

שאכטלעך און פלאסטישע זעקלעך הענגען פון אלעמענס האנט. נאכן ארומגיין עטליכע מאל יעדן באקס דערשמעקט מען עטוואס א גרעסערע דאונאט. דאס איז מיינס, אהער דערמיט! בעפאר עימיצער קען דאס כאפן פונעם אנדערן זייט, ליגט דאס שוין אינעם זעקל.
די האלב צעלאזטע טשאקאלעד וואס באדעקט די אינעווייניגסטע זייט פונעם בעג צייגט אויף די צושטאנד אינעם באקס וואס גייט שוין אזוי אן זינט אינדערפרי.
די כאפעריי און געטומעל איז אומקאנטראולירבאר. ווען אינדערפרי איז געווען איין ליניע פער באקס, איז עס יעצט דריי פאכיג געשטיגן.. געווארפן און געמישט פון אלע סארטן אינעם זעלבן באקס.
אויפהייבענדיג איינע, קומט דאס באשמירט פון אונטן, מיט די טשאקאלעד פונעם אונטערשטן דאונאט. א_ווי די געפילטע פיש מיט א מייער אונטערן טעלער...

אנטשולדיגט, ענק האבן 'האלוויד דאונאטס?..


די בעקערייען פון זייער זייט, פון וואכן בעפאר זעהט זיך שוין אן דאס ערענסטקייט פונעם מאמענט. רונדע דעם זייגער שטייען די בעקער און ווארפן טייגלעך, שניידן און לעכערן. ווען א פרישע שטאב פולן זיי אן און געלייגט אין באקסעס.
די מאקסימום שעות ווערט אריינגעלייגט דארט, צו קענען אקאמאדירן די מאסן דאונאטס.

גארנישט אנדערש ווי בעפאר סיי וועלכע אנדערע יו"ט אדער צייט אין יאר, זענען אויך די בעקערייען פון די אויף די ליסטע וואס צאלן איין די מעמבערשיפ פארן שטאטישן כולל, און דערמיט באקומען זיי אויך די סערוויס צו קענען דינגען די געטרייע שטאב פון כולל אינגעלייט וואס זענען איינגעשריבן אינעם חבורת 'למחצה ולשליש'..
די חבורה באשטייט פון אינגעלייט, מערסטענסטייל אין די יונגערע יארגאנג וואס האלטן ממש נאכן חתונה, און זענען אנגעקומען אינעם כולל מיטן ציל זיך צו לערנען א פאך. די חבורה גיבט זיך אפ צו געבן די קנאלעדש און עדיוקעישאן פאר די מיטגלידער וואס זיכן דאס אינערהאלב די חבורה.

די חבורה -חבורת למחצה ולשליש- ספעציעלירט זיך מיט גאר שנעלע סערוויסעס פאר די איינגעשריבענע דערין, אין בלויז דעם דריטל יאר פון ווען מ'ווערט איינגעשריבן דערין, קומט יעדע מעמבער אן זיך צו דורכדרייען יעדן סארט פאך וואס שטייט אינעם מארקעט.
אנגעהויבן פון ארבעטן אין די לאמבער יארד בעפאר סוכות, דערנאך ווערט מען אתרוג מבינים. פון דארט גייט מען גלייך צו די דשי-דשי/דשי-בי סעילס אנטוהן סוטס און בעקיטשעס פאר יעדן וואס קומט אריין. דערנאך ווערט מען געליפערט צום עפריקאט און קעשו אפטיילונג וואו מ'ווערט ערווארבן אלס פראפעשאנעל סטיקער-קלעבער אויף די שאכטלעך. ביזן אריינשיבן מצות צום אויוון, לשם מצות מצוה. און די וואס בלייבן נאך א חודש אינעם חבורה ווערן קעמפ מענעדשערס..
אלזא, קען מען אויף די אינהאלט פונעם דאונאט נישט קיין סאך פארלאנגען. און ביים זעקסטן ליכטל געוויינט מען זיך שוין צום טעם פונעם דאונאט...


ביים צערעמאניע אינעם ווייסן הויז איז דאס געווארן די געשפרעך, ווען דשאו ביידען -דער וויץ פון אמעריקא- איז אויפגעקומען מיטן געדאנק אז ביזן זעקסטן טאג זאל מען דאס נישט עסן. 'ווילאנג מען קומט סייווי נישט צום טעם' זאגט ער 'זאלן די געשעפטן דאס בכלל נישט טארן פארקויפן'.

דאס האט דאן אויפגעברענגט א שטורעם אויפן פאודיאם פון די קאנדידאטן. און די טעמע איז געווארן גאר העפטיג ווען דאקטאר קארסאן האט געלאזט פאלן ווערטער אז מ'קען נישט אויסשליסן אלע סארטן. די מיט די לאך אינדערמיט איז ארגעניק, און ס'האט סייווי נישט קיין טעם..
א טוויט פון טראמפ האט נישט געשפעטיגט צו קומען. 'א וואנט! שרייבט ער. 'איך וועל בויען א יווודדדזזש וואנט'. ווען רעפארטער האבן אים שפעטער געפרעגט פשט איבער דעם וואנט, האט ער דאס אוועקגעמאכט און גערעדט איבער זיין נאנטשאפט מיט דאונאטס...

פון וויקיליעקס איז אויך געקומען האלבע סטעיטמענטס איבער אלטע סקאנדאלן אינערהאלב די סי-איי-עי. ווען נאך די אויספארשונג פון די ענטרעקס אטאקע'ס, האט זיך געליינט צווישן די דאקומענטן: 'מאנכע צווישן די הויעכראנגיגע אין די סי-איי-עי שפוקעלירן אז די שעדליכע ענטרעקס איז אויך געווען צוזאמגעשטעלט פון נישט עפעס אנדערש ווי.. קאנוועקשאן צוקער פון די דאונאטס'.
דעם דאקומענט האבן זיי קיינמאל געשפירט פאר וויכטיג דאס איבערגעבן און בכלל נישט מיטגעטיילט די שוידערליכע אויפדעקונג מיט די פאבליק, צוליב וואס זיי זעלבסט האבן זיך באניצט דערמיט אלס איינע פון די פיינינגס מיטלען קעגן די טעראריסטן.

לויט ווי אלען גראס, וואס איז פארהאלטן געווארן אין קובא גיבט איבער, איז דאס געווען די סאמע הויפט מיטל אין די גוטאנאמא בעי תפיסה.
נישט אומזיסט קומען אלע ארויס אנגעבלאזן!. זאגט פאלארד. 'אנהויב האט מען אויפגעוועקט אינמיטן נאכט און סארווירט דשעלי דאונאטס.. ביז איך האב גערעדט'.. פירט ער אויס.
מ'האט אונז געשטאפט מיט דאונאטס דריי מאל א טאג!..

ווען איך וועל זיין פרעזידענט, שרייט טעד קרוז. וועל איך אויפלעזן פונף דעפארטמענטס. 'דאונאטס, דאונאטס, דאונאטס, דאונאטס, און דאונאטס'. מיינעדיג דערמיט; די קאסטערט, קארמעל, דשעלי, פלעין, און קארמעל...

אויפלעזן? פרעגט קריס קריסטי. 'אויפלעזן די דאונאטס?! קיין פראבלעם מיט זיי! ווען איך וועל זיין פרעזידענט. -שרייט ער מיט פאטאס- וועל איך זיי אלע פארלענדן, נישט קיין חילוק פון וועלכע סארט אדער אפשטאם דאס איז...


האלטענדיג דעם דאונאט אין האנט. האלט זיך דאס נאך גאנץ קלאסיש, רואיג אינעם פאפיר. איידל פארפאקט. רינכיג באדעקט מיט טשאקאלעד ביז האלב אראפ. מיט א שמייכל נעמט די אויגן נישט אראפ איר זעה קראפט. אויסדערוועלט ממש א יופי..
אלעס ביזן ערשטן ביס.. וועעעע.... א פארנעפעלטע שיכט הייבט אן פאלן פונעם אנדערן זייט.. עס טוישט זיך דאס גאנצע שיינע בילד.. פונעם פריער-בא'חן'טע ליבלונג פאלט א הארטע שטיק טשאקאלעד פון אלע זייטן, קאסטערט רינגס און ארום, מיטן פאפיר פרובירט מען נאך אנצוהאלטן די געדיכטקייט בעפארן גרייכן די שיך.
א פלאכקייט האט באנומען דאס גאנצן געביידע, אלט צעבראכן און איינגעשרינקן. אצינד קוקט דאס שוין ליבערשט אויס ווי א שאלעשידעס בילקע געקנויטן און פראדאצירט אין אינדיע אדער כינע..

כמעשהו בראשונה איז מיטן קארמעל דאונאט. גענוי ווי ביים קאסטערט פאלט שטיקער פונעם גלענציגן שטיקל. די קארמעל, דאס איז שוין א לעצטיגע אויפטרעף גאר. ווען אמאל איז קאסטערט געווען קאסטערט, קען שוין היינט קאסטערט מיינען גאר עפעס אנדערש אויך. באדעקט מיטן זעלבן שטייגער ווי ביים קאסטערט.
דאס איז געקומען נאך וואס די קארמעל האט איינגעזעהן אז ער קען שוין גיין פאבליק מיטן טרענספירן, און זיך פארקויפן אלס טרענס-קאסטערד... טראץ וואס אלע יארן איז זי געזיצן איינגעמאכט און זיך פארקויפט אונטערן נאמען פון קאסטערט, זאגט ער אבער, אז ער האט שוין אייביג געשפירט ביי זיך אז ער איז עכט קארמעל, נאר ער איז אריינגעלייגט געווארן אין א קאסטערט דאונאט..

ווייטער די רינכיגע מיטן לאך אינדערמיט איז א בלויזער סקעם.. דער פארקויפט גארנישט.. ער זאגט גארנישט.. דער ברענגט גארנישט מיט זיך.. אויף דעם איז ריכטיג געזאגט געווארן דעם טוב לו לדאונאט שלא נברא משנברא.. דאס איז א פארטיגער פאנזי שווינדל, מ'שפירט זיך שרעקליך בא'עוולט נאכן עסן אזאנס.. מיט אביסעלע ספרינקלס פרובירט מען דאס צו קאלירפולירן, אלעס צו אפקויפן דעם שמייכל פונעם בעה"ב זיינער. און דאס באקומט מען אויך נאר אויף האלב דערפון..
די ביסל טייג ארום דינט נאר אלס קאווער-אפ פאר די אינהאלט פונעם לאך אינדערמיט...

אוי.. א שרעק און א ציטער כאפט אן אלע גלידער נאר טראכטענדיג פון די מיטמאכענישן וואס דער מענטשליכער פארשוין גייט אלס דורך, אנגעהויבן פונעם בלויזן שטיין נעבן דעם מאדנעם דשעלי דאונאט. אפגערעדט דאס עסן..
אנגעהויבן פון ווען די פינגערס ריקן זיך צוזאם דאס אויפצוהייבן, פונעם ערשטן שאקל האט זיך שוין מאסן בלוטערלעך צעפלויגן אלע זייטן.
ברענגענדיג דאס נענטער צום ציל, האט שוין די אינהאלט גאר א אנדער ציל..
עס פארלאנגט זיך ניטאמאל עימיצער זאל זיך וויצלען אדער בלאזן פון דערנעבן.. ניטאמאל איין איינצלענעם ביס דערינען. ווען גלייך ביים עפענען די מויל, מיט א האלבן אטעם אריין.. און די נאכט איז פארטיג.. דאס ווערט תיכף נאכגעפאלגט מיט א העסליכן היס אויף ארויס... אלעעעס איז ווייס... אלעס קלעבט..
די דשעלי האט געטראפן איר וועג ארויס פון צווישן די פינגערס, און שטעלט זיך נישט אפ פאר קיינעם.. שוינט נישט אפ גארנישט.. קיין פאפירל אדער וואסער קומט נישט אין באטראכט עס זאל ארויסהעלפן אין דעם סיטואציע... פעעעע.... ארום דעם מויל איז באדעקט מיט א דיקן קלעבעדיג שיכט ווייסע מאראסט...
ס'איינציגסט פארבליבן, איז בלויז א רויע שטיקל טייג זיצענדיג צוגעקלעבט אונטערן האנט פלאך...

פעהה, ווער ברויך דאונאטס?!

אנטשולל.. אנטשולדיגט.. זאג נאר, וויפיל איז די דאונאט? אהער מיט צוויי...
שפיץ
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:55 am
לאקאציע: אויבען אפען שפיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיץ »

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

געבענטשט זאל זיין דער לופטעלע וואס האט מיר דא אריינגעבלאזן.. בעסער געזאגט, דער אינגערמאן וואס האט מיר צוגעשיקט דעם לינק. שוין לאנג נישט געליינט בכלל, אפגערעדט אזויפיל אויפאיינמאל, אבער עס האט געלוינט!

דער שרייבער האט אזוי - חוץ דעם עצם ארטיקל מיט אלע קליפערלעך מאסיוו אראפגעלייגט - אריינגעדרייט דעראון לעצטערע לאקאלע נייעס, פרעזידענטליכע קאמפיין נייעס און סתם וויצן. און דער אמת איז אז די נושא ליגט ביי יעדן אויפן הארץ. דורכאויס די חנוכה טעג מאכט מען אזויפיל מיט מיט די פרישע דאונאט'ס וועלעכע מ'קויפט אן אויפהער, אבער מ'איגנארירט גענצליך דעם פראבלעם וויאזוי זיך צו באניצן דערמיט. אלע זענען מסכים אוועקצוקוקן פונעם הויפט פראבלעם פאר א שטיקעלע דאונאט..

איך האב גראדע געקלערט אז נר מצוה'ס קומענדיגע פראיעקט - איך רעדט, ווען ער ענדיגט די צינדן און זיבן-מאל-ויהי-נועם עפפ - זאל זיין אז ער זאל אויסטרעפן עפעס א מין בעג ווי מ'קען אריינלייגן די דאונאט און עס ווערט נישט אזוי פאר'חזר'ט און פארשמירט. און אז מ'רעדט שוין, פאר-א-גוט-יאר! מ'קען נישט מאכן אויף עפעס אן אופן אז די קאנפעקשאן ציקער זאל בלייבן צוגעקלעבט צום דאונאט???

ראפאגאש! ;l;p-
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זיס ווי קאנפעקשאן ציקער, זאפטיג ווי ווי קארמעל/קאסטערד..
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

חחח!!!! ראפאגאש!! וואט עי געשוואלענע זאק מיט סחורה האסטו דא אהער געליפערט! געלאכט איטליכע מאל, אויסגעשאסן איטליכע מאל עז וועל!!

האבענדיג א מויל פול מיט דשעלי-טייג. און א לעכעריגע פאנזי/ספאנדשי דאונאט ארינטערגעזעצט אויפ'ן רעכטען אגודל ווי א קדושין רינגל, זאגען מיר צום טייגל: "הרי את מקודשת לי ב'בייס זה קודאס משה וישראל"...

אה, און יא, עס איז אנוועזענד געווען עדי קדושין און עדי יחוד...

#ווען איז שוין נאכאמאל חנוכה????
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

איך שאקל מיך! אייזן גוט! זאפטיג און צו די זאך!
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

וואס דער האט דא צאמגעווארפען אין איין דאנאט !!!

ייש"כ, ביטע גייט אן ברענגט אונז נאך אזאנע אפהאנדלונגען.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7021
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

גוווווט!! אנגעהויבן דעם טאג מיט א שמייכל!
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 13, 2013 11:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוודאי »

אנטשולדיגט.. זאג נאר, וויפיל איז די ארטיקל ? אהער מיט צוויי...

א ראפאגאש ארטיקל ווי ס׳באדארף צו זיין.
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

אהללה אהללה אלוקי
זאגן פאר ראפאגאשן איך גיי
איך האב געדאנקט אז חנוכה איז פארביי
אבער נאך אזאנס און אזעלכס, מיז איך נעמען נאך צוויי...
ווי ס'פיט אריין גיי פארשטיי
ענקער
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2015 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענקער »

געלוינט צו עסן אכט טעג דאונאטס צו ליינען אזא ארטיקל!!!!!!!!!!!!!
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

גוט

אלעס דרייט זיך ארום דאונאלט טראמפ.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

כאנאכנישט גענדיגט ליינען... אבער סגייט נישט ווייטער.. וויפיל איז די שיעור צו לאכן?
;l;p- ;l;p-
אוועטאר
קאטשקע
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע »

אריינגעסיינט צו באדאנקען
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

ס'טו געזען אזאנס? יעדן מין דאונאט קענען זיי פארקויפן אין די געשעפטן, אבער א ראפאגאש דאונאט איז נישטא אין ערגעץ צו געפונען... כ'האב עס יעצט צום ערשטן מאל פארזוכט.. יוי איז דאס פיין געווען! גיב אהער צוויי!...
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

ברויך מען ארויפברענגן דעם אראפגעפאלענם דאונאט...
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

גאנץ גיט עס צו ליינען פאר חנוכה
צו וויסן און וואסערע ריזיקע מיר לאזן זיך אריין
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

אוודאי האט געשריבן:אנטשולדיגט.. זאג נאר, וויפיל איז די ארטיקל ? אהער מיט צוויי...

א ראפאגאש ארטיקל ווי ס׳באדארף צו זיין.

;l;p- ;l;p- ;l;p-
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

דער איז פיין.... עס רינט מיר פון די מויל..... איך שטיק מיר אויף די טריקענע קאנפעקשאן שוגער...
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

געהערט פון ר' פישל שעכטער: איינער האט אים געזאגט אז די יוונים פלעגן באארבעטן דעם גוף עס שענער מאכען וועגן דעם ריקן מיר אריין דאונאטס חנוכה צו טוהן להיפוך דו ווילסט שענער מאכן די גוף אונז וועלן צולייגן 300 פונט.
נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטיגן טאג »

ראפאגאש האט געשריבן:אנטשולל.. אנטשולדיגט.. זאג נאר, וויפיל איז די דאונאט? אהער מיט צוויי...


יא, אין מיינער צייט האט מען זיי פארקויפט צוויי פאר א דאלער!! (א גאנץ יאר, חנוכה איז געווען א דיסקאונט דריי פאר 1 דאלער)
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

פיהר פאר א דאללער א גאנץ יאהר און לכבוד חנוכה האט גיקענט זיין 6-7 פאר א דאללער
וויפיל קאסט שוין היינט? מ' קען שוין באקומען איינס פאר 6-7 דאלער.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

א פיין געווען, די קאסטערד שטייט זיך.
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

וואס קאסט א דאונאט בזמן הזה ?
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

1.50 עוורידש רח"ל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”