געוואלד ! מען האט מיר בא'גנב'ט !!!

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חכםאיינער

געוואלד ! מען האט מיר בא'גנב'ט !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכםאיינער »

שוין וואכען לאנג וואס איך שטיי און טראכט וואס גייט מען טון מיט'ן שעה וואס איך גיי פארדינען מוצאי שבת קודש... וועליכער חלק פון טאג גייט דאס באקימען..?. מיין עסן.. שלאפען... לערנען.. דאווענען.. ווער גייט זוכה זיין און די שעה..?..
מיין בני בית שרייט שוין פון לאנג אז די איינע שעה בלאנגט צו איר... וטענותה בידה אז פסח צייט ווען מען פארלירט די שעה איז אייביג אויף איר חשבון.. איז דאך נישט מער ווי רעכט אז די פארדינטע שעה זאל אויך זיין איר'ס..
ווידער איך טענה אז ווינטער געהערט דאס פאר'ן מאן און ווינטער פאר'ן ווייב... ושלום על ישראל... און איך שטיי און איך בין מיר מתבונן שוין די לעצטע האלבע יאר ווי און ווען גייט די איינע שעה אויס קלאפן...?...
בקיצור מען האט שוין געריקט דעם זייגער... און דער "שעה" איז שוין ניטאמאל דא... שטיי איך מיר אזוי און איך שטוין.. אווי איז דער שעה אוועק געפלויגן און ווער האט עס באקימען..?..
פארשטייט זיך אז גלייך בין איך חושד מיינע בני בית אז זי האט געלייגט די הענט דערויף.. אזוי ווי זי טוט ווען מיר האבען א סכסוך ביי געלט... אבער זעהנדיג ווי די שבת'דיגע געשיר ליגט נאך און די סינקס.. און די לייכטער אויפן שבת טיש.... און מיין שבת'דיגער טלית נישט צוזאמגעלייגט... פאלט גלייך אוועק אלע חששות...
אבער רבונו של עולם ערגעץ איז דא געווען א שעה !!! ווער האט עס גענימען...?... ווי איז עס געגאנגען..?..
אלע סמנים צייגען אז א פרעמדער האט געלייגט די האנט דערויף....
בלית ברירה קום איך אריין דא אין קרעטשמע שרייען פאר הילף "רבותי ! מען האט מיר בא'גנב'ט"....
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

ווי אלעמאל, איך טענה'ע שוין לאנג, מ'מוז דא גרינדן א חברה שומרים
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

הוי דו "חכם-איינער" ביסט 'פארשלאפן' די שעה... כאפסט נישט?

אבער מאכט נישט, דו קום נאר אריין עפעטער אין קרעטשמע מיט זוינע ויצעקו'ס... מיר'ן זיך אונטערהאלטן פון דיין געשרייבעכץ! ס'לוינצעך, ווארן זה וזה נהנה...
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

חכם איינער, עס איז א צרות רבים,
אבער דאס ארויסברענגען קען נאר א חכם.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
חכםאיינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכםאיינער »

נו. אפשר וועט דער געערטער ראש הקהל מיר ממנה זיין אלץ "שומרים דקרעטשמתינו"...
איך בין דער איינציגסטער דא וואס פארנעמט נאך נישט קיין פאזיציע...
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

שרייב נאך 95 תגובות, באקומסטע א פאזיציע...... גאראנטירט!!!
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

סארי, יעצט געכאפט, סאכאקעל נאך 5 תגובות, באקומסטע שוין עפעס א פאזיציע.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זייער שיין אראפגעלייגט דיין פראבלעם, האלט עס אן.

אן עלטערער איד האט נעכטן אין די מקוה געזאגט אז ער האט א פונקטליכע פלאן וואס צו טאן מיט דעם איבריגן שעה: ער איז נאך שולדיג א שעה שלאף פון מוצאי שבת פאר סליחות...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

חכם איינער, דו ביזט טאקע איינס אין דער וועלט. האלט אן דיין געלונגענע ארבעט.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

חכם, הקב"ה ימלא חסרונך.

איך לייג צו א תנאי, אז ווען דו טרעפסטעס קום אהער און געב אראפ עטליסט האלב פאר אונז, וואס מיר האבן זיך משתתף געווען בצערך.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איך זעי נישט אז מען האט פארלוירן די שעה ,זינטיג בין איך אריין אין סאטמאר בהמ"ד 12:30 האט זיך געשטעלט א מנין מיט א רוהיגקייט ווי עס איז נאך דא א האלבע שעה צי חצות, איך מיין אז דעי מענטשן האבען גארנישט פארלוירן
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארום די זייגער »

א שעה שפעט
נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטיגן טאג »

ביינונז האט מען פארגאנגענע זונטאג אינדערפרי פארשטעלט אלע קינדער, אנגעצינדען די טעיפ אויף די העכסטע וואליום, אביסל געטרינקען און געטאנצען פאר א שעה צוליב די גע'גנב'טע שעה בעצם יום הפורים..
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”