בלאט 1 פון 1

חנוכה געלט פאר דעם באס דרייווער

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 10:52 pm
דורך צו געזונט
קען זיין אז דאס איז שוין ערווענט געווארען ערגעץ וואו דא אויפן וועלטל, און פאר זיכער אין די ליינערס קאלום'ס אין די צייטונגען.

צום ערשט העלן מיר אנהויבן מיט "וואס איז דאס א באס דרייווער" צו באדייט דאס איינער וואס נעמט אייער קינד פון פונקט איינס צו פונקט צוויי און דא ענדיגט זיך זיין ארבעט, צו איז דער דרייווער דער וואס נעמט אייר קינד פון דערהיים צו די חדר/שולע און פון שולע/חדר צוריק אהיים אויף א זיכערן וועג.

צווייטע פונקט. צו איז דער דרייווער סתם א מענטש וואס "ער טוט פלעין וואס ער מוז" ביים טראגען אייער קינד, אדער לייגט ער אויך צו אביסל הארץ דערצו, וואס דאס וועלן מיר אביסל ברייטער ערקלערן. צ.ב.ש. ער וועט קוקען אויב זעהט ער אז די מאמע מיטן קינד האבען "איינמאל" פארשפעטיגט, מיר רעדן נישט פון כראנישע שפעטיגערס, אדער איז ער א דרייווער וואס "ווארט" אז דאס קינד זאל זיין מיט א סעקונדע שפעט און אזוי אום קען ער איבערלאזען דאס קינד למען ישמעו ויראו.

נאך א פונקט. צו איז מעגליך אז דער דרייווער מאכט די גוסטע פונעם קינד "פאר'ן טאג" יא, איר האט גוט געליינט, נישט די טיטשער אדער דער מלמד, נאר גאר דער דרייווער, ווייל אים זעהט דאס קינד די ערשטע, און צומאל אויב דער דרייווער גריסט נאך, דאן שפירט דאס קינד גאר דערהויבן און דאס גאנצע טאג גייט גאר אנדערש.

מיר ווילן הערן אלע צדדים לכאן ולכאן, און אויפמערקזאם מאכען די דרייווערס איבער'ס יאהר, אפשר וועט דאס נעקסטע יאהר זיי בעסער גיין מיט טיפס...

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 11:12 pm
דורך fiena nieas
יא איך בין עדות עז די דרייווער קען מאכן דאס קינדס טאג , ער געט עים א פריינליכן גיט מארגן און געט זיך א שפיעל מיט עים אד"ג דאס קינד ווערט אין א גיטע מוד , און נאכדערצו דאס קינד צום דרייווער איז סך מער לייכטער , ער איז נישט אזא שטרענגער ווי זיין רבי , ער איז מער א ווייעכערע סארט

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 11, 2015 6:38 am
דורך ?אפשרטאקע
.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 11:46 pm
דורך הערשקא
און וואס איז מיט די באס טיטשער, דארף מען זיי אויך טיפן?

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 12:11 am
דורך פליגל
הערשקא האט געשריבן:און וואס איז מיט די באס טיטשער, דארף מען זיך אויך טיפן?

זיכער אזוי. (א_חוץ אז זי טוט נישט דעם אויפגאבע געהעריג נאר איז א שומר קישואים אין בעסטן אויסדרוק).

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 6:02 am
דורך צו געזונט
הערשקא האט געשריבן:און וואס איז מיט די באס טיטשער, דארף מען זיי אויך טיפן?

איז זי א באס טיטשער, אדער איז די באס איר בעקוועמסטע פלאץ צו ענדיגן דעם יום תהילים אנע שטער, און אויך אביסל דאווענען...?
אויב טוט זי יא וואס זי ברויך, דאן קומציך א געהעריגע טיפ

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 6:45 am
דורך דברים אלו
צו געזונט האט געשריבן:
הערשקא האט געשריבן:און וואס איז מיט די באס טיטשער, דארף מען זיי אויך טיפן?

איז זי א באס טיטשער, אדער איז די באס איר בעקוועמסטע פלאץ צו ענדיגן דעם יום תהילים אנע שטער, און אויך אביסל דאווענען...?
אויב טוט זי יא וואס זי ברויך, דאן קומציך א געהעריגע טיפ

גיט געזאגט