דער אידישן אינטערנאציאנאלע הימנע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4265
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

דער אידישן אינטערנאציאנאלע הימנע

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 3:41 pm

דער אידישן אינטערנאציאנאלע הימנע

אין ליכט פון דעם גרויסן פארלאנג און מיט די גוטהייסונג פון דער שטאטסמאן און קאלומניסט 'הער גריידיץ פאנדינער' א שטודירטער אין די 'יענטאש אונעווערסיטעט פאר היסטארישע ארט', האבן מיר זיך ארויסגעלאזט שטודירן און פארשן א פארשלייערטע און פארנעפלטע שטיקל היסטאריע.

די איצטיגע ארטיקל אין די 'אייוועלט' טאג בלאט ווערט פרעזענטירט און איז געווידמעט לכבוד חנוכה תשע"ו מיטן קעפל דער אידישן אינטערנאציאנאלע הימנע.

אינעם היינטיגן באשרייבונג וועלן מיר באאבאכטן דעם אידישן אינטערנאציאנאלע הימנע "יאמאמא מיימאם" וואס ווערט אממערסטנס באניצט דורכאויס דעם 'תלמוד' לערנען.

דער קאמפאזיציע באשטייט פון איין תנועה וואס דרוקט זיך אויס אין ענדע מיט א לאנגע דורכדרינגליכן 'קוועטש' וואס ברענגט ארויס טיעפענהייט און קלארע פארשטאנד, ווי פראפעסטער 'געריג זיידוואלד' פון 'קאוואטשאז אונעווערסיטעט' שרייבט אין זיין בוך 'Der Farsamta Moez' [אין פרייער אידישע איבערזעצונג:] "ווי דער 'סערברום' ערוועקט זיך ווען די שטימע-בענדער פארמירן א 'הייוואלנעד' פאזיציע און דאס העלף פאר קלארע פארשטאנד".

דער קאמפאזיטאר פון דעם תנועה איז אומקלאר, מאנכע היסטאריקער קלערן אן השערה אז די געבורטס פלאץ פון דעם 'הימנע' שטאמט פון א דערפל אין ווייטן 'ליטוואניע' מיטן נאמען 'בריסק' דורך א אנאנימער קאמפאזיטאר וואס לויט אלע ווארשיינליכקייטן האט ער געלערנט ביים ארטיגן רב און ראש ישיבה הרב חיים סאלאווייטשיק.

ביז א קורצע צייט איז די תנועה פארשפרייט געווארן איבער אלע קרייזן (אויסשליסנדיג תימנ'ער) אלס סינאנים צום אור אלטן "תנו רבנן האבן די רבנן געלערנט" (וואס לויט ארכילאגישע קוועלער האבן די דריידל העלדן אין די צייט פון די 'גריכישע' אימפעריע שוין געזונגען ביז די 'יוונים' (גרעקן) זענען אנגעקומען.

"אריגינעל קומט די תנועה צו זינגען מיט ספעציעלע גרימאסן אויפן געזיכט און מעדנע באוועגונגען מיט די הענט איבערהויפט מיט די דיקע פינגער" שרייבט דער היסטאריקער 'יגרל ווייכצמאן' אין "דער טעלער" טאג בלאט.

ווייטער שרייבט ער " דאס פארקערפערט זיך אין א היציגע דיספוטיע (וויכוח) וואס פאלגט נאך געמיינע לאזונגען ווי "נאר" "טיפוש" אזש ביזן שרייען "פערד", און דאן קומט עס צו א צייטווייליגע אפשטעל ווען די געמיטער בארוהיגען זיך ביז די קומענדיגע סעסיע".
פיסכילאגן מערקן אן דאס די ווייטגרייכנדע אפעקטפון די תנועה איז ווייט מער ווי מען האט זיך פארגעשטעלט און אין די צוקומפט וועט דאס אדאפטירט ווערן אין סעקולערע אינסטיטוציעס צו הייבן די אינטעליגענץ פון די סטודענטן.

לויט 'וויכי שטיינבאכער' א סטודענט אין די 'קאוואטשאז אונעווערסיטעט' גייט דאס סינאנים מיט א גלעזל וואס האט -אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט- אנטהאלטן אפאר אונסעס קאווע, וואס ליגט ביי די זייט צוטיילט אין פולע שטיקלעך (לויט געוויסע שאצונגען, צווישע פערציג און פונעף און זיכציג שטיקלעך) ווען די ארום איז פייכט פון די קאווע וואס דער לערנער האט נישט עספיעט צו פארשלינגען.

אינטרעסאנט אנצומערקן אז טראץ די אנוועלטליכע-אויגעכאפטע תנועה איז אזוי טיף און פארשפרייט איז זי אין די היסטאריע נאכנישט געווארן רעקארדירט פראפעסיאנאל מיט מוזיק און קלעזמער, אויף וואס פארשער הייבן הענט דאס צו אנטשיידן.
הק' איש ימיני

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 3:51 pm

ריזיג !!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 4:15 pm

שרעקליכע גילויים!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

שתוי
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 24, 2015 1:33 pm

תגובהדורך שתוי » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 4:35 pm

פיינע נייעס! גערעכטער,its great!

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 4:57 pm

חחחח... וויכטיג אנצומערקן אז דער הימנע קומט ארגינעל געזונגען ביינאזאם מיט די 'בארד' אינסטרומענט, דאס גייט בערך אזוי, "יאמאמיי...." דאן שלעפט מען צו שטאטלעך ארויס איין האר פון די סאמע סענטער פונעם בארד, דערנאך " מיימייאם".... מען הייבט אויף דעם בארד מיט די רעכטע הענט און מען מאכט זיכער עס זאל איבערדעקן די מויל און דריי פערטל פון די נאז.... "מאמאמא"..... מען נעמט אלע פינף פינגערס און מען שטופט דאס אריין אינעם בארד די טיפסטע וואס מעגליך.... "אוימאמאם".... מען הייבט אן פון אויבן און מען פארט שטאט אראפ דורכקעמענדיג יעדעס הארל...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 5:37 pm

פיינע נייעס, גערעכטער יא מעיד מיי דעי!
זאג דער טירוירוירוי תנועה קומט פון ווי?
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5431
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג דעצמבער 13, 2015 11:04 am

גערעכטער האסט מיר געמאכט לאכן.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
סופר סתם
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2015 11:28 am

תגובהדורך סופר סתם » דינסטאג דעצמבער 15, 2015 1:59 pm

גוטע נייעס!
!vote for donald trump תצביעו עבור דונלד טראמפ! !voto a favor de Donald Trump
!голосовать за Дональда Трампа! vote pour donald trump! stem voor Donald Trump
!投票唐纳德·特朗普 صوت دونالد ترامب! डोनाल्ड ट्रम्प के लिए वोट שטימט פאר דאנעלד טראמפ!

אוועטאר
think so
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2016 9:52 pm

תגובהדורך think so » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 1:08 pm

:lol:
...the people that invented the internet never would got around doing it had they had the internet

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » מאנטאג דעצמבער 24, 2018 1:41 pm

think so האט געשריבן::lol:

שכוח פארן ארויף ברענגן. געקאסט א שמייכל :smile:
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

instant
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 22, 2018 9:16 pm

תגובהדורך instant » מיטוואך יוני 05, 2019 11:44 am

האהא!

אכטונג אכטונג
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:04 pm

מענין לענין

תגובהדורך אכטונג אכטונג » מיטוואך יוני 05, 2019 12:33 pm

אויפן קעפל שטייט ''אינטערנאציאנאל'' ביטע אויב איינער קען איבער זעצן די ווארט אויף לשון הקודש. די ווארט ''בין-לאומי'' איז כמדומה עיווריט

חרש וחושב
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 31, 2016 10:52 pm

תגובהדורך חרש וחושב » מיטוואך יוני 05, 2019 12:38 pm

להודיע האט געשריבן:ריזיג !!

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מיטוואך יוני 05, 2019 3:18 pm

אכטונג אכטונג האט געשריבן:אויפן קעפל שטייט ''אינטערנאציאנאל'' ביטע אויב איינער קען איבער זעצן די ווארט אויף לשון הקודש. די ווארט ''בין-לאומי'' איז כמדומה עיווריט

נישט יעדע ווארט וואס איז נישט געווען אין דיקשאנערי פאר עברית איז בהכרח עברית


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: וויל וועלן און 24 געסט