אינטערוויא מיללער חלק ב - מורשת חכמי אמעריקא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

אינטערוויא מיללער חלק ב - מורשת חכמי אמעריקא

תגובהדורך פלטיאל » דינסטאג דעצמבער 01, 2015 4:29 pm

צוליב דעם חיבת הענין שטעלן מיר די אינטערוויוא בנוגע 'מורשת חכמי אמעריקא' אין א באזונדערע אשכול

בהמשך פון דא
לעצט פאראכטן דורך פלטיאל אום דינסטאג דעצמבער 01, 2015 4:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » דינסטאג דעצמבער 01, 2015 4:33 pm

דערציילט אביסל איבער די גרינדונג פון' מורשת חכמי אמעריקע', ווען איז דאס געגרינדעט געווארן, ווער שטייט דערונטער און וואס איז דער ציהל?


"מורשת חכמי אמעריקא" באשטייט היינט צוטאגס פון ארום צעהן אקטיווע מיטגלידער, וועלכע ארבייטן אינאיינעם אויסצופארשן און נאכצוגיין די אידישע היסטאריע פון אמעריקא בכלליות, ובפרטיות צו אידענטיפיצירן און טרעפן אינפארמאציע איבער רבנים ואנשי השם וועלכע האבן געלעבט און געווירקט על אדמת אמעריקא מקדמת דנא.
דער "מורשת" איז געגרינדעט געווארן מיט ביילייפיג פינף יאר צוריק, אבער דאס איז שוין געקומען נאך פינף יאר ארבייטן אויף אנדערע געביטן, הויפטזעכליך טאקע דא אויף אונזער באליבטע "אייוועלט" וואו די ערשטע קערנדליך פונעם מורשת זענען געלייגט געווארן צאמצוברענגען די עטליכע חברים ושותפים לדבר מצוה לפונדק אחד.
מ'קען זאגן אז אלע חברי המורשת האבן אן אייניגע חלק אין די טעגליכע אנטוויקלונגען, וואו יעדער ביישטייערט רעגלמעסיג זיינע געפונסן אויפן "אימעיל גרופע" וואס ווערט נאכדעם גענומען ווייטער דורך די אנדערע מיטגלידער צו פארשן יעדער מיט זיינע אייגנארטיגע פארש-מעטאדן און עקספערטיז.
אלס מזכיר המורשת, ד.ה. אלס סעקרעטאר דינט אונזער אלעמען באליבטער ידיד נאמן הרב ר' אהרן הירשקוביץ (המכונה בן בוזי) הי"ו, וואס לעצטענס האט ער אויך גענומען אויף זיך צו זיין דער שרייבער, עורך אחראי און ארויסגעבער פון די פאפולערער גליון "מאסיפות המורשת" אין וועלכע עס ווערן דאקומענטירט און שיין אראפגעשריבן פארשידענע געפונסן וואס איז געווארן נזרקה מפי החבורה.
אויסער דער דערמאנטער גליון טוען חברי המורשת ביישטייערן אסאך פון די אנטוויקלונגען פאר פארשידענע אויסגאבעס און זשורנאלן, ווי אויך אויפן אינטערנעט ווי דא אויף אייוועלט און אויף די אוצר החכמה פארומס. גאר באקאנט איז דער "קברים" וועבסייט וואס ווערט אנגעפירט דורך ידידינו הרב החשוב ר' ברוך אמסל הי"ו חבר המורשת, וואס א גרויס טייל פון די געפונסן זענען דירעקטע רעזולטאטן פונעם מורשת, און אסאך קאמענטארן אויף יענעם סייט ווערן געשריבן דורך חברי המורשת אלס אנטווארט פאר שואלים וואס פרעגן דארט אן.
ועל כולם, צייכנט זיך דער מורשת אויס מיט ארויסהעלפן יחידים און מחברים צו טרעפן פרטים איבער פארשידענע זאכן אדער געשטאלטן וואס האבן דא געלעבט אין אמעריקא, דורכן נוצן די גאנצע חבורה און אנגאזשירן אלע כוחות צו טרעפן וואס דער באטרעפנדער זוכט און העלפן בכל מה דאפשר, מיט טאט און ראט, ותלי"ת גאר אסאך איז שוין דערגרייכט געווארן אין דעם געביט, אסאך דערפון ווייסט מען און אסאך מער בלייבט צווישן די מורשת און די ווער עס האט נהנה געווען דערפון, און דאס איז אויסער די וואס ווערן געהאלפן בעקיפין דורכן נוצן די חומר וואס מורשת האט אנטדעקט פאר פארשידענע צוועקן און ארטיקלען.


וואס איז געווען די גרעסטע אויפדעקונג פונעם מורשת?


איך גלויב אז יעדער פון די חברי המורשת וועט האבן אן אנדערע תשובה אויף די שאלה, און אלע וועלן זיין גערעכט, בעצם פאר דער ביי וועם די זאכן האבן א חשיבות איז יעדע געפונס א באמבע פאר זיך, נאכדעם זענען דא דורכברוכען אין לאנג געזוכטע ענינים ווי די מצבה פון אבי משפחת קאצענעלנבויגן הרוממה מארה"ק וואס איז אפגעפונען געווארן דורך די מורשת נאך יארן וואס אייניקלעך האבן דאס געזוכט, אדער די מצבה פון הצדיק רבי אבא'לי ליפשיץ פון ירושליםעיה"ק וואס איז ברייט באשריבן געווארן אין די "המודיע" און האט אויסגערופען אינטערעסע איבער די גאנצע וועלט.
אבער ווי געזאגט קומט פאר יעדן טאג ממש אויפדעקונגען בס"ד, וואס די וואס ליגן בתוך הענינים זענען מפליא די סיעתא דשמיא וואס מ'זעהט אויף טריט און שריט ווען מ'טוט אין די ענינים מנציח צו זיין זכרונם פון די פארגעסענע נשמות טהורות וואס האבן געלעבט עלנד בארץ לא זרועה, אויף די הארטע ערד פון אמעריקא של אז.

איז נישט דא קיין אידישע מארקעט פאר די מורשת? לפי קט שכלי דארף ווען זיין א שטארקע פארלאנג אין די אידישע גאס פאר די ארבייט פון די חכמי מורשת, און זיי דארפן ווען קענען לייזען וועכענטליך אדער חודש׳ליך א שיינע מטבע פון זייער וויסענשאפט און ארבייט?

די שאלה איז זייער א שווערע, ולית נגר ובר נגר דיפריקינה, איך וועל עס פרובירן אביסל אויסצושמועסן. די שאלה איז בעצם צווייפאכיג: איז בעצם דא א "מארקעט" פארן "מורשת", ד.ה. איז שייך צו מאכן דערפון אן עסק פאר געלט, און נישט דוקא גרויסע פראפיטן נאר אז די מענטשן וואס ארבייטן זאלן כאטש באקומען באצאלט פאר די ארבייט.
והשנית, אויב איז דא א מארקעט דערפאר, איז "אידיש" די ריכטיגע מארקעט, אדער ענדערש לשה"ק אדער ענגליש.
לויט וויפיל איך האב פערזענליך געטאן אין די נושא, און קען זיין איך בין נישט גערעכט, איז "אידיש" זיכער נישט די מארקעט וואס איז גרייט צו באצאלן פאר די ארבייט. ד.ה. אלע אידישע אויסגאבעס ווילן אדער באקומען ארטיקלען אומזינסט (פאנדרעיזינג, אדווערטייזמענט וכו') אדער ווילן זיי באצאלן אויפן אות, צו יענער שרייבט טשאדעלע באדעלע צו יענער שרייבט תוכנ'פולע ארטיקלען, די מארקעט באצאלט נאר בכמות און נישט באיכות, והעבר הוכיח אז צוצושטעלן א רייכע "מורשת" סטיל-ארטיקל ווערט נישט באצאלט מיט די פעניס וואס די מארקעט באצאלט, ממילא ווערט דער שרייבער מיד ומפטירים כדאתמול.
ווידעראום אויף ענגליש באצאלן זיי שוין יא אביסל בעסער, איז אבער נישטא אן אויסגאבע וואס וויל האבן א מורשת ארטיקל יעדע איינציגע וואך, נאר פון צייט צו צייט קענסטו אריינווארפן אן ארטיקל איבער א געפונס און זיי וועלן באצאלן. אבער דערווייל האט מורשת נישט קיין אייגענע געשולטע שרייבערס אויף ענגליש, ווי דערמאנט האט שוין ר' יוסף געססער הי"ו געשריבן אין "המודיע" איין "מורשת" ארטיקל, אבער ער איז נישט קיין חבר המורשת, ער האט פשוט (מיט רשות) איבערגעטייטשט א שוווער אפגעארבייטע ארטיקל פון לשה"ק אויף ענגליש און באקומען באצאלט פאר זיין ארבייט.
בקיצור, עס קען זיין אז עס איז דא וואו מ'קען ארויסקוועטשן דערפון עפעס, מיר האבן אבער עס נאכנישט געפונען, ואדרבא, אויב האלט איינער אנדערש, זענען מיר גרייט צו הערן מיט אפענע אויערן.

פארוואס זאל נישט מורשת ח"א ארבייטן אויף אזא גאטונג ווי דער ספר ארצות החיים, אדער מאורי גאליציע וכדו', ארויסקומענדיג מיט א ספר וואס וועט אינהאלטן אלע די אינפארמאציע וואס זיי פארשן און קלארן אויס?

בין חברי המורשת האט מען שוין גערעדט הונדערטער מאל איבער אזא געדאנק, כאמור לעיל, איז נישט מוכרח אז מ'קען מאכן דערפון גענוג געלט אז עס זאל זיך לוינען די ארבייט פון צאמשטעלן אלעס לפונדק אחד, ממילא בלייבט עס א "האבי" וואס איין טאג ארבייט מען פלייסיגער און די אנדערע טאג שלאפט עס, אבער אדרבא, אויב איז דא א מתנדב, מיר האבן שוין געמאכט אפי' א שטיקל "אינדעקס" פון נעמען וואס דער מורשת האט שוין באהאנדלט, וואס אויב איז דא דער ריכטיגער מאחד און ארגאנאזירער ארויסצוברענגען מכח אל הפועל וואלט דאס געווען א געוואלדיגער אוצר.

נעמט די מורשת אן פריוואטע פארש ארבייט נאכצוגיין א יחוס וכדומה? אויב יא, וואס איז די אפצאל?


דער ענטפער איז "יא" מורשת טוט פריוואטע פארש ארבייט, אבער בעיקר איז דאס דוקא מיט זאכן וואס האבן צוטאן מיט אמעריקא און מיט רבנים, ד.ה. נישט קיין פריוואטע משפחה יחוס וואו איינער זוכט א זיידע אין פוילן אדער אונגארן.
ווען מורשת טוט פריוואטע פארש ארבייט איז דאס גענצליך פריי אן אפצאל! מיר זענען נישט דא צו שלאגן קאפיטאל דערפון, עס איז אן הנאה און כבוד צו העלפן יחידים אין דעם געביט, און ווי דער עבר האט שוין באוויזן איז דער מורשת שוין געווען מערערע מאל שטארק אינסטורמענטאל צו גאר געלונגענע געפונסן אויף א פריוואטן פארנעם.
וזאת למודעי, דאס מיינט נישט אז אויב איינער זוכט הילף איבער נישט אמעריקאנער רבנים זאל ער זיך נישט ווענדן צום מורשת, עס קען קיינמאל נישט שאטן צו פרעגן, און אסאך מאל קענען מיר זיין בייהילפיג אפי' ארויס פונעם תחום פון וואס מורשת איז געשטעלט, איך האב נאר געזאגט בכלליות.


לויט ווי מ'הערט,האט די מורשת חכמי אמעריקא א גוגל-גרופע אוואו אלע חברים שרייבן זיך אינאיינעם און דארט ווערט באהאנדלט גאר אסאך אינפארמאציע, אזוי אז דאס וואס ווערט פאבליצירט אין פאבליק איז כטיפה מן הים פון וואס דארט ווערט אויסגעשמוסט. פארוואס זאלן זיי נישט אלעס שרייבן אין פאבליק, אולי וועט א צווייטער אויך קענען מוסיף זיין מדיליה?


ווי דערמאנט, אסאך ענינים ווערן יא אויסגעלופטערט אין פאבליק, דאס ארבייטן פריוואט און אינאיינעם מיט אחים לדעה מיט מענטשן וואס האבן "קאממאן אינטערעסט" ברענגט א געוויסע ווארעמקייט צו בויען איינער אויפן צווייטן און מיט אן אחדות צו ארבייטן, ווען עס ווערט אויסגעלופטערט אינדרויסן האט דאס אסאך מאל א נעגאטיווע אפעקט ווי דער עבר האט שוין באוויזן ואכמ"ל.


וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן וויאזוי מ'דיוועלעפט א טעיסט צו פארשן און קענען די היסטאריע פון רבנים ואנשי שם.


א טעיסט צו היסטאריע פון רבנים איז ווי א טעיסט צו; מוזיק, צו פאליטיק, צו פיקציע, אלגעמיינע היסטאריע, וועלט מלחמה היסטאריע, גענעלאגיע, אנטיק, זשודעיקא וכו' א מענטש בדרך כלל ווערט געבוירן מיט א געוויסע נייגער צו וועלן זיך באקענען מיט נייע נושאים אדער בעסער צו קענען זאכן וואס ער האט שוין דערינען א געשמאק.
ביי אונז האט מען אלעמאל געלערנט די טייטשט פון "זכור ימות עולם – בינו שנות דור ודור" אז אידישע קינדער זענען בני אברהם יצחק ויעקב, און ציען גאר א לאנגע קייט פון בריאת העולם און מתן תורה ביז אונזערע טעג, מיט א מסורה דור אחר דור דורך אונזער גדולים, תנאים ואמוראים, ראשונים ואחרונים, רבנים ואנשי שם בכל הדורות.
ובפרט דער וואס איז זוכה אז ער האט א פערזענליכע יחוס בריוו צו איינע אדער מערערע פון די גדולי ומאורי הדורות, שפירט דאס פאר א זכיה איבערצוגעבן און נאכצוגיין כפי מה שידו מגעת, הביאו ספר יחוסיכם, מען גרויסט זיך מיט א יחוס און מען איז דאס מחשיב ווי אן אוצר וואס מ'וויל נישט אויפגעבן.
אט דער געפיל איז דער טרייב-קראפט ביי רוב מענטשן צו קענען לערנען תולדותיהם של צדיקים, און האבן א מושג איבערן סדר הדורות, מי ומי ההולכים, וואס איינמאל מ'לייגט זיך אריין דערינען איז דאס כמעיין המתגבר וכבור שלא יכזב את מימיו, אן ענדלאזער קוואל פון אינפארמאציע וואס מ'קען קונה זיין, ובפרט מיט די היינטיגע כלי מכשירים וואס שטעלן צו פרישע מקורות וואס מען האט יארן לאנג נישט געהאט, און ווען מען טרעפט אן א נייע שטיקל בריקל אדער חוליא איז דאס א שמחה כמוצא שלל רב, וואס איז מער ווי געלט, ומילתא אלבישייהו יקירא.

כהאב א 15 יעריגע בחור'ל וואס האט א געשמאק אין תולדות צדיקים (דער עיקר תלמידי בעש"ט) ער האט שוין דורך געאקערט סדר הדורות. שנות דור ודור. שם הגדולים. ראשונים כמלאכים. אויכעט נ"ך האט ער אסאך אדורך געליינט אלץ 10-11 יעריגער וויל איך וויסן וואסערע ספרים נאך איז דא (אויסגעהאלטענע) אין די נושא?

די וועלט פון תולדות הצדיקים – תלמידי בעש"ט איז ב"ה זייער גרויס און ברייט, סיי אויף א כלליות'דיגע פארנעם ווי די ספרים פון הרב דר. יצחק אלפסי און הרב מאיר וונדר, ובפרטיות על כל צדיק וצדיק וואס חדתין נבוט לצפרא.
אויב דער בחור וויל דער תמצית שושלת הדורות וואלט איך רעקאמענדירט "החסידות מדור דור" פון אלפסי, אויב ציעט אים מער פרטיות'דיגע ספרי תולדות, וואלט איך אנגעהויבן איינס ביי איינס און אים צוגעשטלט די רייכע ספרים וואס קומען ארויס לכל שושלת ושושלת, מיט א סיסטעם למשל איין ספר פער דריי חדשים, דאס זאל ער ליינען און ער זאל צוביסליך אליינס "דעוועלאפן" זיין פערזענליכע געשמאק אין וועלכע ספרים ער שפירט א טעם און פון דארט גיין ווייטער.
בנוסף צו דעם וואס א בחור דארף אויסנוצן די צייט אויף לימוד התורה, האט יעדער בחור פרייע צייט אינדערזייט וואס אנשטאט קוקען בילדער-העפטן פון רביים מיט ססגונא בעקיטשעס אדער ליינען טשיקאווע און פיקאנטישע מעשיות, אויב נוצט ער דאס צו ליינען און לערנען איבער רבנים און היסטאריע, וואול איז פאר אזא טאטע און מאמע און וואול איז פאר דעם בחור.


וויפיל געוויכט לייגט מען אויף מצבות אויפשריפטן מחליט צו זיין ווי גרויס/אנגענומען דער באטרעפענדער איז געווען ?


דער כלל איז אלאמעל אין למדין מן הכללות אפי' במקום שנאמר בהן חוץ, ווי איז שייך צו זאגן א כלל אויף א זאך וואס טוישט זיך ממצבה למצבה וכו', מ'דארף אלעמאל וויסן אז סיי וואס מ'טרעפט און ווי קראנט עס זאל נישט שיינען צו זיין מוז מען דאס נעמען מיט א מעסטל זאלץ דערנעבן ווילאנג עס איז נישט באשטעטיגט כאטש פון איין פלאץ היוצא ממקום אחר.
עס זענען דא פשוט'ע אידן מיט ריזיגע און שרייענדע מצבות און עס זענען דא צדיקים וואס זענען באהלאטן אונטער פשוט'ע ליימענער שטיינער וואס זאגן כמעט גארנישט איבער זיי, דאס איז דא אין אמעריקא, און פונקט אזוי אינדערהיים אין אייראפא אדער אין ארץ ישראל. און דאס זעלבע איז מיט יחוס, א יחוס וואס שטייט אויף א מצבה איז גארנישט מער מוכרח וואו ווען איר הערט עס פונעם מענטש אליינס אז אזוי האט ער "מקובל" ווייל אזענע קבלות קענען זיין אסאך מאל בטעות יסודם, און אמאל אפי' בזדון פארדרייט.


אלץ איינער וואס באשרייבט צדיקים וויל איך וויסן, ווי אזוי קומט מען צו צי פרטים פון צדיקים, וואס ס'נישטא קיין תולדות ספרים פון זיי.

ווייטער, קיין כלל דערביי, מ'דארף זוכען און נישטערן, עס זענען דא זייער אסאך געצייג, קודם דארף מען די בעיסיק; פוילן האט איין סעט פון פלעצער צו זוכן און אונגארן גאר עפעס אנדערש, אמעריקא אדער ארץ ישראל, די לעצטע צוויי הונדערט יאר אדער פריער אא"וו. מ'דארף "נעראוען" דעם סורטש צו וואס איז רעלאוואנט און מ'קען אסאך טרעפן אפי' איבער צדיקים וואס מען מיינט אז עס איז גארנישט דא איבער זיי.

בכלליות, וואספארא כללים דארף מען וויסן, פאר מ'גייט נישטערן אויף די צדיקים

קיינמאל נישט אויפצוגעבן! יעדע זאך וואס מען זוכט און וואס מ'טרעפט זאל מען אוועקלייגן, עס קען צוניץ קומען יארן שפעטער ווען מ'שטויסט זיך ווידעראמאל אן מיט די זעלבע גזע אדער די זעלבע צדיק, און דעמאלס טרעפט מען אן אבידה וואס מען האט בשעתו נישט געקענט געפונען.

איך האב געוואלט פרעגן הרב מיללער, איינער וואס האט נישט קיין אינטערעסע אין היסטאריע, צו דאס איז א פראבלעם, איך בין אמאל שטארק געליגן אין היסטאריע פון צדיקים, איך האב אפי' א זאמלונג, כהיום בין איך טרוד על המחיה (און צו שרייבן אויף איי וועלט...) און איך האב פארלוירן מיין אינטערעסע, אזש איך פארשטיי עס נישט, עס איז עפעס ראנג? איז עס עפעס א פלאס אז מהאט א געפיל פאר היסטאריע? אדער דאס איז גענוי ווי מוזיק, איינעם אינטערסירט עס, און איינעם נישט.

בכלל נישט קיין פראבלעם, פונקט ווי איינעם אינטערעסירט נישט די היסטאריע פון הדפסת הש"ס, אדער די היסטאריע פון מטבעות בזמן בית שני. עס איז געשמאק, עס האט א חן, פאר דער וואס האט א געפיל דערצו, און דער וואס נישט איז נישט קיין רחמנות.

**
צום שלוס עס איז נאך דא אסאך צו שרייבן איבער די מורשת, הלוואי זאל הרב ר' פלטיאל באווייזן צו האבן אן אינטערוויו מיר אונזער מזכיר, איך בין זיכער אז פון זיין קוק-ווינקל קען מען הערן נאך אסאך אינטערעסאנטע פונקטן דערוועגן (אפשר וועט זיך נאך קול מבשר אריינכאפן און מאכן אן אינטערוויו מיט אונזער מזכיר נאכן ליינעם דעם שמועס)

ועוד חזון למועד יישר כח נאכאמאל
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1686
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דינסטאג דעצמבער 01, 2015 5:39 pm

אינהאלטסרייך, געוואלדיגע אויפטוען הונטער די פירהענג.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11368
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג דעצמבער 01, 2015 6:33 pm

העכסט אינטערסאנט! יישר כח פלטיאל און מיללער

איך האף דו מאכסט טאקע פלענער צו אינטערוויוען ר' בן בוזי, דער מזכיר המורשת
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דינסטאג דעצמבער 01, 2015 6:42 pm

זייער אינטערסאנט און באלערנד, יישר כחכם.

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » דינסטאג דעצמבער 01, 2015 7:36 pm

באמת א יישר כח גאר אינטערסאנט!!!

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג דעצמבער 01, 2015 7:54 pm

זייער אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו. ולשואל ולנשאל שלומים תן
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

הבוחר בטוב
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » דינסטאג דעצמבער 01, 2015 7:56 pm

זייער אינטערסאנט און באלערנד, יישר כח פלטיאל און מיללער פאר ענקער צייט און מיה אונז מהנה צו זיין

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » דינסטאג דעצמבער 01, 2015 7:56 pm

צווייפעל האט געשריבן:זייער אינטערסאנט און באלערנד, יישר כחכם.
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג דעצמבער 01, 2015 8:21 pm

לכאורה האט געשריבן:העכסט אינטערסאנט! יישר כח פלטיאל און מיללער

איך האף דו מאכסט טאקע פלענער צו אינטערוויוען ר' בן בוזי, דער מזכיר המורשת
הק' איש ימיני

אוועטאר
חכם ממה נשתנה
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 08, 2015 8:26 pm
לאקאציע: א גאנצע צייט אינטער די השפעה פון די אפיקומן

תגובהדורך חכם ממה נשתנה » דינסטאג דעצמבער 01, 2015 8:23 pm

מיטן גאנצן כבוד און דרך ארץ וויל איך נאר פרעגן אויב דאס הייסט נישט גלוי בהפרסיא?
חכם מה הוא אומר מה ה.... וה..... "האלו" ואת אמר לו אין מפטירין אחר ה..... (הגדה של פסח)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 01, 2015 8:31 pm

חכם ממה נשתנה האט געשריבן:מיטן גאנצן כבוד און דרך ארץ וויל איך נאר פרעגן אויב דאס הייסט נישט גלוי בהפרסיא?

וואס?

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג דעצמבער 01, 2015 8:32 pm

גלוי מיינט בפרהסיא, ריכטיג.

מיללער, א דאנק פאר אייער צייט און מוה אונז צו געבן כאטש א שמאלער בליק אינערהאלב די "מורשת".

אוועטאר
חכם ממה נשתנה
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 08, 2015 8:26 pm
לאקאציע: א גאנצע צייט אינטער די השפעה פון די אפיקומן

תגובהדורך חכם ממה נשתנה » דינסטאג דעצמבער 01, 2015 8:53 pm

מיללער האט געשריבן:
חכם ממה נשתנה האט געשריבן:מיטן גאנצן כבוד און דרך ארץ וויל איך נאר פרעגן אויב דאס הייסט נישט גלוי ?

וואס?


אלס מזכיר המורשת, ד.ה. אלס סעקרעטאר דינט אונזער אלעמען באליבטער ידיד נאמן הרב ר' אהרן הירשקוביץ (המכונה בן בוזי) הי"ו, וואס לעצטענס האט ער אויך גענומען אויף זיך צו זיין דער שרייבער, עורך אחראי און ארויסגעבער פון די פאפולערער גליון "מאסיפות המורשת" אין וועלכע עס ווערן דאקומענטירט און שיין אראפגעשריבן פארשידענע געפונסן וואס איז געווארן נזרקה מפי החבורה.
לעצט פאראכטן דורך חכם ממה נשתנה אום דינסטאג דעצמבער 01, 2015 8:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
חכם מה הוא אומר מה ה.... וה..... "האלו" ואת אמר לו אין מפטירין אחר ה..... (הגדה של פסח)

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג דעצמבער 01, 2015 8:56 pm

ער שרייבט זיך אליינס אונטער מיט זיין נאמען :wink:

אוועטאר
חכם ממה נשתנה
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 08, 2015 8:26 pm
לאקאציע: א גאנצע צייט אינטער די השפעה פון די אפיקומן

תגובהדורך חכם ממה נשתנה » דינסטאג דעצמבער 01, 2015 8:58 pm

סארי נישט געוויסט
חכם מה הוא אומר מה ה.... וה..... "האלו" ואת אמר לו אין מפטירין אחר ה..... (הגדה של פסח)

וויטעבסקער
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2015 12:27 pm

תגובהדורך וויטעבסקער » מיטוואך דעצמבער 02, 2015 3:01 am

אזוי ווי דער נאמען 'מיללער', איז הערשקאוויץ אויך א פאלשער נאמען

כרם
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:02 am

לכאורה האט געשריבן:העכסט אינטערסאנט! יישר כח פלטיאל און מיללער

איך האף דו מאכסט טאקע פלענער צו אינטערוויוען ר' בן בוזי, דער מזכיר המורשת

יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

תגובהדורך יחזקאלע » מיטוואך דעצמבער 02, 2015 8:24 am

יישר כח וכו', איך האב א שאלה צו רבני המורשת, ווי קען איך מיך ווענדען צו זיי ? אויפן פארום האב איך נישט געטראפן קיין אפשן פון צור קשר
יישכ"ל

שלום הלוי
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 27, 2014 8:27 pm

תגובהדורך שלום הלוי » מיטוואך דעצמבער 02, 2015 9:24 am

ביי די קברים וועבסייט איז דא א מעגליכייט צו קענען שיקען א קוויטעל, ווי אזוי ארבעט דאס מען קען אייביג שיקען א קוויטעל סיי ווי אין די וועלט? סאיז פריי פון אפצאל?

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך דעצמבער 02, 2015 9:51 am

זייער רייך און אינפארמאטיוו. הנאה געהאט צו ליינען

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך דעצמבער 02, 2015 10:38 am

יחזקאלע האט געשריבן:יישר כח וכו', איך האב א שאלה צו רבני המורשת, ווי קען איך מיך ווענדען צו זיי ? אויפן פארום האב איך נישט געטראפן קיין אפשן פון צור קשר
יישכ"ל

יעדער מיטגליד (כמעט) דא אויף אייוועלט האט אין זיין פראפייל אן אפציע צו שיקן א פריוואטע מעלדונג צו אים. איך גלייב אז אויב דו וועסט שיקן א מעסעדזש צו הרב מיללער אדער ר' הערשקאוויץ וועלן זיי דיר העלפן.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מיטוואך דעצמבער 02, 2015 11:00 am

געלעגער האט געשריבן:זייער רייך און אינפארמאטיוו. הנאה געהאט צו ליינען
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 02, 2015 11:06 am

יחזקאלע האט געשריבן:יישר כח וכו', איך האב א שאלה צו רבני המורשת, ווי קען איך מיך ווענדען צו זיי ? אויפן פארום האב איך נישט געטראפן קיין אפשן פון צור קשר
יישכ"ל

viewtopic.php?p=1084213#p1084213


ונבקש שבאם יש לכם מכירים אשר גם הם יכולים ליהנות מהגליון להודיענו ע"כ ונצרף אותם אל רשומת מקבלי הגליון.

ועוד זאת נבקש שבאם יש לכם הארות והערות להודיע ע"כ אל המערכת ע"י המייל moreshesamerica@gmail.com, ובעז"ה ובל"נ נטפל עם כל ענין וענין כפי מסת הפנאי.


בברכה ובכבוד הראוי
מכון מורשת חכמי אמעריקא

מחר
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:30 pm

תגובהדורך מחר » מיטוואך דעצמבער 02, 2015 11:39 am



צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אחד מהחבורה, חושב מחשבות..., מאטיסאווצער, מי כעמך, פישל און 30 געסט