אלעס ארום געבען א נאמען פאר א קינד והמסתעף, האט'ס הנאה!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

אלעס ארום געבען א נאמען פאר א קינד והמסתעף, האט'ס הנאה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

א אשכול מיוחד פאר עבדות און ספורים, הנהגות און ענינים והמסתייף, איבער געבען נעמען.

דערציילט מיר מיין חבר אז ער הייסט נאך א זיידען וואס איז אוועק און די קריג, וואס ווי באקאנט פירט מען זיך צי ציגעבען א נאמען, איז זיין פאטער אריין צי די רחמסטריווקא רבי זאל זיין געזינט, וואס פארע נאמען צי צילייגען. האט ער געהייסען ציגעבען בן ציון, על שם דער קינד זאל זיך גרינג ערציען. ס'איז מיר זייער אינטערסאנט געווען.
___
נאך האב איך לעצטענס געהערט א אינטערסאנטע זאך. אז אמאל ביי א ברית איז געווען א סכסוך א שווער מיט'ן איידעם וועלכע נאמען צי געבען, און דער איידעם האט צופעליג געהאט מכבד געווען זיין שווער מיטען קריאות השם, איז די שווער גע'גאנגען און געבען דעם נאמען וואס ער האט געוואלט..

איז דער איידעם גע'גאנגען פרעגען דעם טענקע רב זז'ג צי איז נאך דא וואס צי טיען. האט עיהם די טענקע רב געזאגט אז ס'האט נישט קיין שום תוקף דער נאמען וואס די שווער האט גע'געבען, ווייל די נאמען פון א קינד געהערט צים טאטען, און גע'צה'ט צי גיין און בית המדרש עולה זיין לתורה, און נאכאמאל קורא שם זיין.
___
לסיום דברי דערציילט מיר אמאל א יונגערמאן, אז ער האט געהאט א סיכוך מיטען ווייב איבערען נאמען, וגופא דעבדה הכא הוה. אז ס'האט זיך געמאכט אז ס'איז געווען זיין טשאנ'ס צי געבען א נאמען, און ער האט געוואלט געבען א נאמען משה נאך זיין זיידען, אבער צופעליג האט דער ווייב אויך געהאט א זיידע משה, וואס זי האט זייער שטארק געוואלט געבען א נאמען נאך.

זענען זיי אריין צי די סאטמערע רבי זז'ג (וואס א חיליק וועלעכע?) צי פרעגען וואס צי טיען. האט דער רבי גע'עצה'ט א פשרה, צי געבען א נאמען משה נאך מיין טאטען, דער ברך משה...
פירט דער יונגערמאן אויס מיט א שמייכעל, וואס מיינסט דו איך האב געטיען? געזאגט פארען ווייב אז די נאמען איז נאכען ברך משה, וויייל אזוי האט דאך די רבי געהייסען, אבער אינזין געהאט האב איך נאך מיין זיידען ...
לעצט פארראכטן דורך גאלדענע פעדער אום דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 11:44 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:לסיום דברי דערציילט מיר אמאל א יונגערמאן, אז ער האט געהאט א סיכוך מיטען ווייב איבערען נאמען, וגופא דעבדה הכא הוה. אז ס'האט זיך געמאכט אז ס'איז געווען זיין טשאנ'ס צי געבען א נאמען, און ער האט געוואלט געבען א נאמען משה נאך זיין זיידען, אבער צופעליג האט דער ווייב אויך געהאט א זיידע משה, וואס זי האט זייער שטארק געוואלט געבען א נאמען נאך.

זענען זיי אריין צי די סאטמערע רבי זז'ג (וואס א חיליק וועלעכע?) צי פרעגען וואס צי טיען. האט דער רבי גע'עצה'ט א פשרה, צי געבען א נאמען משה נאך מיין טאטען, דער ברך משה...
פירט דער יונגערמאן אויס מיט א שמייכעל, וואס מיינסט דו איך האב געטיען? געזאגט פארען ווייב אז די נאמען איז נאכען ברך משה, וויייל אזוי האט דאך די רבי געהייסען, אבער אינזין געהאט האב איך נאך מיין זיידען ...

בשם הגדולים קונטרס אחרון ע' שניאור: כ' מהרש"ל ביש"ש גיטין פ"ר סימן כ"ו דאחד היה שם אביו מאיר ושם אבי האשה אורי והיה מחלוקת כיצד יקראו הילד ולשם שלום קראוהו שניאור כלומר שני אור מאיר אורי עכ"ד
.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איך קען צוויי מקומות ווי מען האט זיך געקריגט אויף נעמען און עס האט זיך זייער שלעכט אויסגעשטעלט ה"י.

מען ברויך זייער אבאכט געבן.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

"והמסתעף"
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטב עביד »

מען פארציילט אז ביים ברית פון הרב יצחק זאב בן הגאון ר"ד סולאווייציק ביים קריאת השם האט די אבי הבן נישט געוואלט ארויס זאגן זיין פאטער'ס נאמען האט ער געזאגט פאר הגר"ם שטערנבוך וואס איז מכובד געווארן מיט קריאת השם, נא נא! מיינענדיג מרמז זיין די פאטערס נאמען, ר' משה נישט וועלענדיג זיין די שגץ וואס זאגט די רב'ס נאמען האט ער געזאגט ויקרא שמו בישראל הרב הגאון רבי יצחק זאב... איז געווארן א טומל צו דאס קינד נאמען איז הרב הגאון... ר' דוד האט זיך גאייסערט אז ר' משה האט ניט קיין בעלות אויפן נאמען, אויב אזוי האט זיך הגר"ם פיינשטיין אנגערופען הייסט דאס קינד נא נא.....
לעצט פארראכטן דורך לטב עביד אום פרייטאג נאוועמבער 06, 2015 7:59 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

unnamed.png

מענין לענין
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

קודם כל א דאנק אייך @לטב עביד ס'איז א געשמאקען סיפור ;l;p-

___
כ'האב לעצטענס געהערט זאגען אז הרה'ק ר' חנה מקאלאשיץ זי'ע האט געהייסען נאך א פרוי חנה, ווי ער קענט טאקע בא5מערקען אז די נאמען איז נישט אלחנן, נאר חנה...

וויל איך בעטען פאר ווער ס'קען, זאל ביטע מסבר זיין וואס די מעשה אז געווען? פארוואס מען האט עיהם א נאמען גע'געבען נאך א פרוי?? א ווער איז טאקע די פרוי נאך וועם ער הייסט, געווען?
אוועטאר
Sprint
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 08, 2010 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sprint »

רבינו שליט"א. זאגט אלץ אז מען קען/זאל אונזנען האבן די זעלבע נאמען נאך צוויי יודן

למשל משה קען מען אונזונען האבען ביידע זיידעס
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3397
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
זענען זיי אריין צי די סאטמערע רבי זז'ג (וואס א חיליק וועלעכע?) צי פרעגען וואס צי טיען. האט דער רבי גע'עצה'ט א פשרה, צי געבען א נאמען משה נאך מיין טאטען, דער ברך משה...
פירט דער יונגערמאן אויס מיט א שמייכעל, וואס מיינסט דו איך האב געטיען? געזאגט פארען ווייב אז די נאמען איז נאכען ברך משה, וויייל אזוי האט דאך די רבי געהייסען, אבער אינזין געהאט האב איך נאך מיין זיידען ...

געווען א איד וואס זיין טאטע העט געהייסען משה, זיין ווייב טאטע העט אויך געהייסען משה (אין צוואת רבי יהודה החסיד שטייט אז מחותנים שאלן ניט האבן דעם זעלבן נאמען)
דער מאן האט געוואלטן געבן נאך זיין טאטע, און דער ווייב האט געוואלט געבן נאך איהר טאטע


קומען זיי צום רב שרייט יעדר איידער מיין טאטע איז געווען א וואוילער איד, און דער אנדערע א שייגעץ וויל איך אז מען זאל געבן אנאמען נאך עם

פסקנד דער רב מען וועט געבן דעם נאמען משה

פרעגן זיי ביידע נאך וועמען
ענפערט דער רב דאס וועט מען שוין זען ווען ער וואקס אוף ...


{אגב דעם נאמען בן ציון שטייט איז א סגולה פאר אריכות ימים}
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

כ'האב געהערט אז ווען דער קלויזענבורגער רב זצ"ל האט געהאט א אינגל פאר'ן קריג האט עם דער רעביצין געבעטן צו געבן א נאמען חיים צבי נאך איר טאטע דער עצי חיים האט דער רבי געזאגט בשום אופן דער נאמען געהערט צו מיר א כלל נאכ'ן ברית פרעגט די רעביצין וואס פאר א נאמען האסטו געגעבן האט ער געזאגט איך האב א נאמען געגעבן צבי נאך מיין טאטע נאר היות ער'ז אוועק יונג האב איך צוגעגעבן חיים.....
דביה תחדי נפשא
וימאןX3
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וימאןX3 »

יוראפ האט געשריבן:https://copy.com/XWZFrFHqqVPgrfBl

א יישר כח, הנאה געהאט.
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

וימאןX3 האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:https://copy.com/XWZFrFHqqVPgrfBl

א יישר כח, הנאה געהאט.

פיין פיין, ווער איז דער בדחן?
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

קוקט אויס ווי ר' יוסף הערש שווארץ
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

איש חמודות האט געשריבן:קוקט אויס ווי ר' יוסף הערש שווארץ

יא, איך האב געהערט דעם וויץ מפה קדשו
שואל כענין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואל כענין »

וואס טוט מען אויב די נאנטע זיידער אדער באבע האבן געהאט א נישט באקנטע נאמען, און די קינדער אדער אייניקלעך האבן נישט אזוי חשק צו געבען א נאמען נאך זיי, וואס זאל מען טיען? מוז מען געבען די נאמען ? זאל מען צוגעבען א נאמען? ווערט אפשר געברענגט אין די ספרים איבער דע נושא?
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”