בלאט 1 פון 2

בורא פרי העץ, דו האסט א לאך אין טייץ

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 1:24 pm
דורך אלעקסיי
לכבוד מיין 100'טע תגובה'לע:

בורא פרי העץ, דו האסט א לאך אין טייץ

אנגעהויבען האט זיך עס מיט א פשוט'ע מקוה. יא אזוי ווי ער הערט א פשוט'ע מקוה אינדערפרי. וואס קען שוין שלעכט זיין מיט א ווארעמע שויער און א פשוט'ע הייסע מקוה אינדערפרי פאר'ן קאפי און פארן דאווענען? לייגסט צו קאפ וועט איר מיר אלע גערעכט געבן, ומעשה שהיה כך היה:

גייענדיג אין מקוה אינדערפרי פארן דאווענען, ווענד איך מיר צו מיין מקום קבוע [יא! אפילו אין מקוה האב איך א מקום קבוע!], און נאכן ענדיגען ליינען אלע נייע שידוכים אינעם "דבר יום ביומו" וואס ליגט נאך אזוי אויפן פלאר פון מיין פריערדיגען שכן וואס האט דאס מיט זיין פיל גוטס אריינגעברענגט אין מקוה שטיבעלע, און צוגעגרייט הארט אונטער מיינע אויגען, האלט איך מיר שוין ביים גרייטן צו כאפן דעים טבילה, איך הייב מיר אן אויסצוטאן, קודם די היט, די רעקל, וועסטל, אה... אנטשולדיגט שיעור פארגעסן! קודם די גלעזער, אזוי ווי אלע חסיד'ישע אידען טאן, און איך האלט שוין ביי דעים אז זעץ מיר אראפ אויפן באנק, איך קניפ אויף די פארקניפטע בענדליך פון מיין שיך, קודם די לינקע דערנאך די רעכטע ווי פארשטייט זיך, האפס... די רעכטע שיך איז אלעמאל אזוי פארקניפט, ממש נישט צום עפענען. ענדליך עס איז שוין אפן, און אז איך טו אויס מיין שוך, דערזעה איך... האפס! שוין ווידער שטעקט זיך היינט מיין קליינטשיקע גראבטשיק אגודל ארויס פונעם – נישט אזוי קליינעם – לעכל, אזוי שמייכעלנדיג צו אלע ארומיגע, ווי צו אלטע גוטע פריינד, ווי צו זאגן איך בין ווידער דא. נישט וועלענדיג זיך אנמאכן בושות נוראות געב איך א טו אויס דעים זאק ווי שנעלער, און ביים נעקסטו פוס עודך די זעלבע פרשה, מיט א פלינקע האנט צו איך דאס אויך אראפ, אפאטעמענדיג אז די שווערסטע חלק איז שוין דורך. און מען קען זיך שוין נעמען קראצן די פוס. הגם עס איז א גרויסע מחלוקת הפוסקים ווען די פוס קראצן קומט, אגב אז מען רעדט שוין פון די געשמאקע תאוה פון פוס קראצן דערמאנט עס מיר וואס אין ישיבה פלעגט מען זאגן אז קראצן די פוס איז א בחינה פון יסורים של אהבה, איך וועל נישט אריינגיין יעצט אין די פאלעמיק, בקיצור אבער אזוי ווי עס איז דא א מחלוקת הפוסקים צו עס קומט פארן מקוה אדער נאכן מקוה, איז כדי צו יוצא זיין ביידע שיטות טו איך עס ביידע מאל, ואלו ואלו נשרפים בבית הדשן.

ארויסקומענדיג פונעם הייסען מקוה, צוריק צום שויער אדער נישט, איך טוה מיר צוריק אן, און עודך א פאר גוטע רייבעס אויפן רגלים לדבר, און א שנעלע טוה אן די רעכטער זאק, און גלייך דערויף די שוך, און ערשט דערנאך די לינקע זאך, און ביז ווי וואס ווען שנעל א טוה אן די לינקע שוך, די קליינטשיג אגודל עספיעט נאך צו מאכן ביי ווי צו זאגן צום ווידערזעהן בקרוב ממש, און מען קניפט צו די לינקע שוך, די רעכטע, און געקאנטשעט.

מיינט איר אוודאי אז מיט דעים האט זיך די זאך געקאנטשעט, זאלט איר וויסען אז עס איז פארהאן אסאך ערגער'ס פון דעים. האלט אייך איין דעים אטעם, און הערטס מיר צו, זהו: פונקט היינט, ווען אויף מיינע פיס ליגען אזוילכע דורכגעלעכערטע שטרימפ ווי נאך קיינמאל בעפאר, האט מיין אשת חיה אפגעמאכט אז דאן איז די העכסט-צייט איינצוקויפן נייע פאר-שוך!, נאר ווען דען? אגב, דערמאנענדיג פאר-שוך דערמאנט עס מיר א וועלטס קשיא פארוואס ביי שוך זאגט מען אלץ א פאר שוך, ווי אויך ביי זאקן זאגט מען געווענליך א פאר זאקן, ווידעראום אנדערע מאל ווצבש"פ ביי הויזען זאגט מען נישט "איך האב געקויפט א פאר הויזען!". וועט איר דאך אוודאי פרובירען צו פארענטפערן אז שאני הויזען ווייל עס איז איין שטיק, וועל איך אבער ווייטער פרעגן, ומה עם הענט-שוך, דמתקרי הענטשקעס, וואס מען זאגט נישט איך האב געקויפט א פאר הענט-שוך [ס'איז דאך אויכעט שוך!], ואכמ"ל, ועוד חזון למועד בפורום השפראך.

עכ"פ, אזוי גייענדיג צום שוך געשעפט נאכדעים וואס די שר של שכחה האט שוין עטליכע מאל גובר געווען אויף מיר, פאלט מיר ניטאמאל ביי וואספארא סיטואציע עס קען מיר אפווארטן, און איך גיי מיר אזוי פרייליכערהייט, אונטערזינגענדיג א שטילען ניגונ'דל.

אריינגייענדיג אין געשעפט טרעפט שוין דאס געזונדעל אייניגע יונה'טעס מיט וועמען די צייט צו פארטרייבען, זיץ איך מיר אזוי און פרוביר צו נאשען עפעס אינפארמאציע אויפן פאלם, וואס זאל מיר ברענגען עפעס נוצען. די שוך געשעפט איז צו מיין מזל פונקט געווען פול מיט מענטשען, און איך בין אזוי פארנומען צו ריפלייען צו עטליכע חברים, און צוביסלאך הויב איך צושטייטליך אן אויפצוקנופען און אויסצוטוהען מיין שוך, נישט וואוסענדיג וואס מיר ערווארטעט. און נאך מער פון דעים, אזוי ווי די שוך-מאן איז נאכנישט אנגעקומען צו מיר, און די אשת חיל פלעפקעט ארום ערגעץ-וואו אין די גלילות, און מיין שיך בענדלעך איז שוין אויפגעבונדען, און די שוך שוין אויסגעטוהען, און די אויבענדערמאנטע אגודל שמייכעלט ארויס פון זיין נישט קליינעם לעכל, געט זיך מיין לינקע האנט ספאנטאן א רוק צו צום פוס געבענדיג א שטיקעלע מעסאדזש, דאכט זיך אז עס איז דא עפעס א שיטה וואס האלט אז ווען די שוך איז אויסגעטוהען דארף מען א שטיקל רייב טוהען. אזוי האלט עס אן א קורצע וויילע, אליין נישט כאפענדיג וואס איך טוה דא אנווערטשאפטן, אבער נישט אויף אייביג האלט אן מיין געשמאקייט, ווי פארשטענדליך אז די פרויען פארשטייען נישט צו אזוילכע תאוות [אין קיין מענער מקוה זענען זיי דאך נישט געווען], איז אפגעפארטיגט מיט איר יונה'טע מיט וועים זי האט געפלוידערט מאכט זי א וויזיט ביי מיר, און דערזעהנדיג וואס דא גייט פאר לייגט זי ארויף איר אגודל מיטן אצבע'לע אויף די נאז, און זאגט: אלעקסיי, וואס טוסטו דא? דו מיינסט דא איז א קרעטשמע? וויפיל מאל האב איך דיר שוין געזאגט נישט אנצוטוהען די לעכעריגע זאקן? יו! פארוואס טוסטו עס? שוין מילא אין מקוה האב איך מיר אן עצה געגעבן, אבער דא קען איך נישט שנעל אויסטוהען די זאק, או גאטעניו... וואס טוט מען דא? די שוך-פארקויפער, א קליין זיס געשמאק איינגעבויגען אידל וואס האט צוגע'גנב'עט אפאר קב'ן שיחה פון זיין רעביצין בבחינת זה נהנה וזה לא חסר, זיצט שוין אויף זיין קליינעם פוס-באנק שרפרף איינגעבויגען אין דרייען און באמערקט אין מיין דיעלעמא, איז כדי נישט צו פארשטערן מיין שלום בית רופט ער זיך זיך אן – אבער מיט גענוג א גרויס שטימע אז אלע ארומיגע זאלען אויך קענען הנאה האבן – איר ווייסט נישט? עס איז דאך דא א בילד פון ביל געיטס, די רייכסטע מענטש אין די וועלט, מיט א לאך אין זאק! סאו, וואטס די ביג דיעל? ביי מיר אין הארץ טראכט איך צו מיר, איך האף אז ער האפט נישט צו באקומען באצאלט פון מיר אזוי ווי ביל געיטס, אבער איך זוך שוין די וועג ארויס פון דא ווי שנעלער.

מיין קליינע זיסע טאכטער פון די זייט, הערענדיג עפעס דיבורים איבער לעכער אין שטרימפ, דערמאנט זיך פון א שיין ווארט וואס זי האט אקוראשט לעצטענ'ס געהערט, און רופט זיך אן: טאטי, דו ווייסט. ביי אונז אין די סקול זאגט מען, בורא פרי העץ, דו האסט א לאך אין טייץ!!! מיין פנים ווערט ווייס, מיין נאז רויט, מיין אויגן בלוי, מיין באקען פוירפול, און מיין ציינער זענען דאך אלעמאל ברוין, ווארפענדיג א רעגנבויגען קאליר צו מיין אומשולדיג זיסע טאכטערל: איך ווייס, איך ווייס. נאכן אנפרובירען די ערשטע שוך, זאג איך גלייך עס איז גוט, און איך גרייט מיר צו באצאלען.

"דו האסט זאך אפילו נישט ארומגעוואקט כנהוג", געט מיר די סטאר קיפער א פרעג? "יא, איך ווייס!" ענטעפר איך. "אבער איך יאג מיר זייער שטארק, כ'האב נישט קיין צייט יעצט". "דו האסט מיר דאך געזאגט אז דו האסט נישט היינט וואס צו טוהען אפילו" פרעגט מיר מיין אשת חיה - דאסמאל שוין אויף א שטילערען טאן - ? "כ'וועל דיר שוין שפעטער זאגן" געב איך איר א זאג, "דו ווילסט אפשר איך זאל עס דיר איינפאקען?" לאט די שוכמאן נישט נאך, "עס איז דאך די שבת שוך, נישט אזוי?", "ס'איז גוט" געב איך מיר א מורמל אונטער, "כ'וועל שוין גיין אזוי, כ'יאג מיר זייער", איך צאל אפ, און לויף ארויס פון געשעפט, ווי פון א שלאנג געביסענער.

האב איך מתחילה געקלערט אז די פראבלעים איז ווי פארשטענדליך די גרויסע נאגל אויפן גראבען פינגער, האב איך מיר גענומען יעדע נאכט מאכן אן אפענע-נאגל-אפעראציע אויפן פינגער, פון אנפאנג נאר אפגעשניטן די איבריגע נאגל, די נעקסטע טאג אפילו נאך אביסל אריינגעשניטען אויכעט, דערנאך נאך מער, און אוזי כהנה וכהנה, ביז עס איז שוין נישט געבליבען אפילו קיין שיעור ר' אברהם חיים נאה אויכעט נישט, אבער די לעכער הערן נישט אויף צו קומען. האב איך אפגעמאכט אז עס מוז זיין אז די שטרימפ קאמפאניעס מאכן דאס אזוי ספעציעל אז ביי די פלאץ פונעם אגודל איז די סחורה שוואכער אז עס זאל עפענען א וועג ארויס. פארוואס? איז מיר נאך אומפארשטענדליך ביזן היינטיגען טאג. אולי, איז עס געווארן אזא סטייל נאכדעים וואס ביל געיטס איז שוין אויך אריינגעפאלן דערמיט, אזוי ווי די סטאר קיפער האט געזאגט. אדער סתם אזוי צו מאכן מער געלט, מען זאל דארפן ווי שנעלער קויפן פרישע, אבער דאס איז זיכער אז דאס איז א הימל געשריי, און מען טאר דאס נישט צולאזען, מען דארף פראטעסטירן קעגן די קאמפאניעס, ביז זיי וועלן צום אלטן מסורה ווי אין דער אלטער היים.

און מיט דעים וועל איך פארענדיגען מיט א קול מחאה קעגן די אומדערהעטע פירצה, און כ'האף אז יעדער ווער עס האט נאר פוס זאטק און נאגל גייט זיך צושטעלן דערצו, וע"ז בעה"ח אני הקטן אלעקסיי, עגלון הבעש"ט זיעועכי"א

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 1:30 pm
דורך קוטשער
WOW WOW WOW
אזא געלונגענע שרייבער דער אלעקסיי

איך האב שוין מער נישט מורא
קיינער גייט מיר שוין נישט פארטוישן מיט אלעקסיי

נישט אז איך קען נישט שרייבן אזא ארטיקל
קוים וואס איך קען עס פארשטיין

אבער עס איז ממש העכסט מייסטערווערק

אלעקסיי

זאלסט וויסן אז דו ביסט א געלונגען שטיקל

אויב דו וועסט דאס גוט וויסן
האסטו ערנסטע מעגליכקייטן
צו שטייגן און שטייגן
עווענטועל ווערנדיג פון די עליטע
וואס דו ביסט שוין עכט יעצט אויך

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 1:36 pm
דורך אלעקסיי
שכוח קטשער פריינד פאר די חיזוק [אגב, שוין געפרעגט אין אן אנדער אשכול וועמענ'ס קוטשער דו ביסט? איך בין דאך די הייליגע בעש"ט'ס קוטשער, מעגליך אז מיר וועלן זיך נאך צוזאמטרעפן אינמיטן וועג]

און נאך עפעס, אגב, מענין לענין באותו ענין, אז מען רעדט שוין פון לעכער האב איך מיר דעמאנט וואס מען פלעגט אלץ זאגן אלץ קינד

ניען ניען ניען
א יוד טאר נישט קניען


און עס האט מיר אלץ געשטערט ווי אין דער וועלט שטייט דאס אז א איד טאר נישט קניען?

האט מיר א קלוגע איד אמאל געענטפערט אז ער האט נאכגעפארשט די ענין, און די גאנצע זאך שטאמט גאר פון די אלטע באבעס וואס האבן נישט געהאט קיין כויעח צו פארלאטענען די בגדים, און האבן מורא געהאט אז די קני גייט זיך איבעררייסען, האסן זיי אפגעמאכט אז... נו...


ניען ניען ניען
א יוד טאר נישט קניען


פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 1:42 pm
דורך קוטשער
יא אלעקסיי מיין פריינט
איך האב דיר שוין געענטפערט דארט
גיי קוק

א גוט שטיקל אויפטרעף דער ניען ניען

לויט דעם פארשטיי איך שוין זייער גוט
דעם אויספיר פון די ניגון
ביי אונז אין חדר פלעגט מען אויספירן
אבער א גוי מעג יא קניען

ווערט דאך שווער פארוואס א גוי מעג יא
איך קען נישט די דינים פון בני נח
אבער א גוי טאר אויך נישט דינען ע"ז
אזויפיל ווייס איך יא

נאר לויט דיין חידוש
וואס דו קלוגע איד האסטוך אליינס געענטפערט
פארשטיי איך שוין

ווייל די גוים גייען דאך מיט קורצע הויזן

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 2:06 pm
דורך איך_הער
אלעקסיי טייערער, דיין ארטיקל איז העכסט געלונגען, אסאך ארטיקלען דא קענען זיך פארשטעקן דערפאר, ביסט ריזיג, הערליך אראפ געלייגט, שכוח.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 2:09 pm
דורך אלעקסיי
שכוח פארן קאמפלימענט. עס געט מיר גרויס חיזוק ווייטער אנצוגיין מיט די עבודת הקודש.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 2:14 pm
דורך צייטליך
אלעקסיי, האסט מיך גע'הרג'ט! (נאר א גוזמא..)

כאדעך נישט געוויסט וואס די ביסט, אזאנס איבעראשט, איך באהאלט מיך דא, יא דא, זעסט? אינטערן טיש? יא דא, איך באהאלט מיך פאר בושה, דער אידאך א ריזיגער שרייבער, א נייער שטערן אין קרעטשמע!

איין מינוט, וואס שטעכט מיר דארט אין די [פאר] שיך?.. נא.. שוין ווייטער צוריסן...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 2:20 pm
דורך אלעקסיי
צייטליך האט געשריבן:אלעקסיי, האסט מיך גע'הרג'ט! (נאר א גוזמא..)

א נייער פשט אין כי עליך הרגנו כל היום, קען מען זיך דען צוויי מאל הרג'נען? ובזה יבואר.

צייטליך האט געשריבן:כאדעך נישט געוויסט וואס די ביסט, אזאנס איבעראשט, איך באהאלט מיך דא, יא דא, זעסט? אינטערן טיש? יא דא, איך באהאלט מיך פאר בושה, דער אידאך א ריזיגער שרייבער, א נייער שטערן אין קרעטשמע
אלץ בעסער ווי די בושות וואס איך האב געהאט אין שוך-געשעפט...

צייטליך האט געשריבן:איין מינוט, וואס שטעכט מיר דארט אין די [פאר] שיך?.. נא.. שוין ווייטער צוריסן...

ווייסטו כאטש נישט אריינצוגיין אין שוך-סטאר היינט...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 2:47 pm
דורך 3x0
הערליך הערליך, יישר כח.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 2:56 pm
דורך סאכדעס
דו אלעקסיי קום נאר אהער דא אין די זייט. אהה שטיי גלייך, קוק מיר אריין אין די אויגן, לייג דיר די הענט פון הינטן, און נאדיר איין פראסק, און דא די צווייטע, שששששששששש שרייע נישט. נעקסטיים אויב קעמען שרייבן ווארט מען נישט ביז הונדערט תגובות.. האסט געהערט???

איצט העלמיר צוגיין צום ענין, בעצם דער פראבלעם הויבט זיך אן דוקא טאקען פון לייענען דעם דבר יום ביומו, זיי שרייבן דאך קליפ און קלאר אז מ'זאל נישט לייענען ווען מ'געפונט עס אויף די ערד, נאר דוקא זאל מען עס ארויסנעמען פון זייער אייגנארטיגע פלאסטיק קאסטן. אזוי ווי דו האסט נישט געפאלגט, און האסט געליינט, מיילע דאס העטיך נאך מוחל געווען, האסטעזעך נאך אנגעהויבן צו קראצן די פוס???? הא ?? וואסע מיטן בני יששכר???? אויף דעם קומט שוין א שטראף... די שטראף איז אז די שטרימפ ווערט אויסגעסטרעטשט און אלע טאג נאך אביסל, ביז ביז ביז דער אגודל באגרוסט דעם פנים...

אלזא האט עס גארנישט מיט די קאמפאניס, שולדיג איז דער לוח גוי בגומו אז ער לאזט נישט נעמען נאר פון זיין שווארץ כ'מיין ווייס, גראדע דאס אויך נישט דורכזיכטיג קעסטל..

איצט זעה איך אז דער שיך סטאר קיפער איז צו די זאך, ער פארשטייט אנייסעק, כ'אף נאר אז ער איז נישט דארט פון די קארנער, באט הו קעירס.

איצט איז די מעשה אזוי, כ'ווייס נישט פונקט וויאזוי ביסט געווארן אזא נאנטער מחותן מיט קוטשער'ן, איך אלס א מחנך העטיך ווען געהאלטן אז מ'זאל ענק אפטיילן, נאר לעמאנסע האט מעמיך נישט אויפגענומען דא אלס מחנך נאר אלס אחראי. סאו לאז איך ענק ביינעזאם, אבער כ'בעט ענק צו האלטן קאפ וואס זאגט ווער. איא? כאף אז ענק פארשטייען אז איר האט ביידען די זעלבע ביזנעס, און מ'קען זיך נאך דא פארמישן.....

אן הערה צו די זייט, אויף א מאנספערזאן זאגט מען בלשון 'דער' נישט 'די'. סיידן אויב דו מיט די סטאר קיפער'ן זענען נישט קיינע מאנספערזאנען. אבער כ'גלויב אז אלעקסיי דעם בעל שם טוב'ס קוטשער איז געווען א מאנספערזאן, אין אזא פאל שרייבט מען: דעם הייליגען בעל שם טוב'ס קוטשער.... איא מיסטער אידיש?

און דערויף איבער די פאר זאקן און די פאר הויזן, דוקא זאגט מען יא אזוי... אבער לכבוד דיין ארטיקל לאמיר עס בעסער לאזן אזוי. כ'וויל דאך נישט פאר'הרג'ענען דעם זיסן געשמאקן ארטיקל.....

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 3:09 pm
דורך מיללער
סאכדעס האט געשריבן:
איצט איז די מעשה אזוי, כ'ווייס נישט פונקט וויאזוי ביסט געווארן אזא נאנטער מחותן מיט קוטשער'ן, איך אלס א מחנך העטיך ווען געהאלטן אז מ'זאל ענק אפטיילן, נאר לעמאנסע האט מעמיך נישט אויפגענומען דא אלס מחנך נאר אלס אחראי. סאו לאז איך ענק ביינעזאם, אבער כ'בעט ענק צו האלטן קאפ וואס זאגט ווער. איא? כאף אז ענק פארשטייען אז איר האט ביידען די זעלבע ביזנעס, און מ'קען זיך נאך דא פארמישן.....
.....


איך האף אז זיי האלטן טאקע קאפ ווייל איך בין שוין אינגאנצן פארמישט.

יעצט צום ענין, מיינע קאמענטארן אלעקסיי טייערער, דער ארטיקל איז א גוטער, די טעמע "שמעקט" מיר נישט צו שטארק
1) איך וואלט נישט גענוצט דעם בעל שם טוב הקדוש אלס א פיגור אין מיינע פיקטיווע דמיונות.
2) דער וואס זאגט א פאר שיך און זאגט נישט א פאר הענטשוך, ברויך א פאר פילן
3) דיין יענטא (יונה'טע????) איז מיליאן פראצענט גערעכט, מ'קראצט נישט די פיס אין פובליק (נישט אין מקוה און נישט אין שיך-סטאר).
4) לעכער אין די זאקן דארף זי באמערקן ביים צאמלייגן די וועש און ארויסנעמען פון די זאקן אינווענטארי, אז נישט איז דמך בראשה.

אבער, אין אדם עומד אלא א"כ נכשל בה, קיינער ווערט נישט קיין קרעטשמע שרייבער איבער-נאכט, יו אר אן די וועי טו בי גוד, רבותי איין טאג וועט ער קאנדידאטירן פאר ראש-הקהל, מארק מיי ווארדס.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 3:21 pm
דורך סאכדעס
יעקב בער, זיי נישט בייז כ'רוף דיך ביים נאמען, אבער נישט אזוי נעמט מען אויף א נייעם גאסט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 3:28 pm
דורך קוטשער
מילער מילער געערטער געשעצטער איינגעזעצטער מיטגלידער

אזוי האט דאס פאסירט
איך האב גארנישט געטאן

פון אויבן איז געווען אזוי געפירט
אז פונקט ביים 100'סטן תגובה פון אלעקסיי דער בע"ש קוטשער
זאל איך באקומען ערלויבעניש צו שרייבן דא

פון וואו האב איך געדארפט וויסן אז היינט איז אלעקסיי'ס טאג
ווער זאל מיר דאס אויסזאגן

די וועלדער
די פעלדער
די ביימער
די וואסערפאלן
די אינדן
די וואלד רויבער
אדער דער פערד אליינס

פארגעסט נישט מען רעדט דא פון א קוטשער

אצינד
שריי איך אויס ווי הויך איך קען ארויפגיין
מיט א פויק און א פידל צוגעשפילט אין דער זייט

איך בין קוטשער און קוטשער בין איך
איך בין נישט אלעקסיי און אלעקסיי איז נישט איך

שיען שיען שיען א יוד טאר נישט מישען

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 3:59 pm
דורך מיללער
אוי קוטשער קוטשער
מיין פעטער האט א בוטשער

פונקט אונעם זעלבן טאג
אן קיין שום מיה און פלאג

האט אייך דער אייבישרטער אין איין פונדק מזמין געווען
אין היימישע קרעטשמע איז דאס געשען

מיט די זעלבע פאך
ביים טרייבן דעם פערד און די גאנצע זאך

אין די ערשטע טאג פון דיין אויפנאמע
שוין געשריבען וועגן די מאמע

מאכטס אייך דא באקוועם
און מיר וועל אי"ה האבן קיין פראבלעם

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 4:18 pm
דורך קוטשער
מיט יום טוב ערליכ'ס אוהעל אוהעל ניגון

אוי קוטשער קוטשער קליינטשיגע אידעלע
ביסטאך גארנישט אזא קליינע וויידעלע

אז מילער האט אזא שיינס אפגעשריבן
און אזוי שיין דיר ענטפאנגען

ווייזט דאס דאך אויף דיין גרויסקייט
וואס ער האט געטון אין דיר זען ברייט

אבער וואס איז נעבעך אלעקסיי שולדיג
אזא שיינע געהענגל זאל ווערן אנגעפירקלדיג

אלעקסיי אלעקסיי
זאג איך מיט אפשיי

זיי נישט בייז
אויף אזא קליינע לייז

ווייל דיין שרייבן איז דאך אזוי שיין
זיצט יעדער דא אזוי פיין

און אינדערמיט
שמועסט מען געמיט

אלעס אדאנק אלעקסיי

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 4:51 pm
דורך דארפסמאן
אלע טיען מיר דא אויסשרייען
לעבעדיג און הויך, אז די זאלסט אייביג אזוי
ערליך און גיט שרייבען
קיין איין טאג נישט אויסלאזען
סא וועט יעדער איינער האבען וואס צי ליינען
יעדען מהנה צי זיין, און א
יעדע צייט

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 6:45 pm
דורך קרעמער
1. כ'מיין אז יעדער חסידישער איד האט א מקום קבוע אין מקוה (על פי הלכה ווערט ד' אמות נעבן די פלאץ אויך פאררעכנט פאר מקום קבוע לגבי דאווענען)
2. די לוח דבר יום ביומו האט לעצטנס אנגעהויבן קלאר ארויסשרייבן אז מען זאל זיי נישט ליינען בעפארן דאווענען (כשאני לעצמי פיר איך זיך דאס צו לעזן ביי די צוגרייטונגען - אנדערש ווער איך ח"ו נכשל צו טראכטן פון בני-היכלא'ס פשט'לעך)
3. דאכט זיך מיר אז מען פירט זיך אויפצובינדן די רעכטע שיך בענדליך בעפאר די לינקע (איך האב טרעט-אריין שיך, איז עס מיר נישט נוגע).

און צולעצט, א ווארט צו מיינע קאלעגע מנהלים: ווען איך זאג אז קוטשער מיט אלעקסיי זענען צו אייניגע ניקס, לאכט מיר נישט אויס!

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 8:15 pm
דורך קוטשער
הייסט קרעמער.
וועגן דעם האט מען מיר נישט אריינגעלאזט פאר א וואך צייט.
נו נו דו האסט אנגעהויבן מיט א קוטשער.
איך בין דיר נישט מקנא.
דו ווייסט אז איך קען שמייסן דאס איז מיין ארבעט נאר דאס קען איך
מענטשן שמייס איך נישט געווענדליך אבער אוממענטשן געווענדליך יא

לאמיר פרובירן מיט שיינעם אקעי
זאג קרעמער האלסטו טאקע אז איך האב געברויכט צו קוקן אלע מיטגלידער'ס נעמען זען צי קיינער הייסט נישט ענדליך צו מיר.
פון וואנעט זאל א קוטשער האבן די קאפ דערצו פון פערדן טרייבן.
איך פארשטיי באמת נישט וואס דא טוט זיך אפ אויף די וועלט.
ענדל איך דען א טראפ צו אלעקסיי אויב יא מיט וואס

נעבעך דער אלעקסיי איך שוין אים אזוי שטארק יעצט גייט מען אים משוגע מאכן פאר גארנישט און פאר נישט אלעס פאר דעם איינעם זינד ווייל א קוטשער האט זיך דא אריינגערוקט.
און ער טראגט אויך א נאמען פון א קוטשער.

קרעמער.
איך שריי ארויס מיטן גאנצן הארץ און אויב האסטו א הארץ וועט עס זיכער אריינגיין.
איך בין נישט אלעקסיי!!
נאכאמאל צוויי מאל איז שטערקער איך קוטשער בין נישט דער זעלבער ווי אלעקסיי איך האב מיט אים גארנישט מער ווי א צווייטער דא

לאמיר האפן עס וועט אויפטון די ווערטער מיינע.
אז נישט זאל איך כאטש איין טאג האבן פרייליך געמאכט אזויפיל קינדערלעך פונעם הייליגן באשעפער וואספארא זכי' דאס איז.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 8:35 pm
דורך בני היכלא
זייער שיין אלעקסיי, הערליך ממש.
א הערליך שטיקל, מזל טוב טאקע, ומשמחה זו ישפע שפע רב לכל העולם פה, להתברך בכל טוב ושלום סלה.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 10:28 pm
דורך קרעמער
קוטשער האט געשריבן:הייסט קרעמער.
וועגן דעם האט מען מיר נישט אריינגעלאזט פאר א וואך צייט.
נו נו דו האסט אנגעהויבן מיט א קוטשער.
איך בין דיר נישט מקנא.
דו ווייסט אז איך קען שמייסן דאס איז מיין ארבעט נאר דאס קען איך
מענטשן שמייס איך נישט געווענדליך אבער אוממענטשן געווענדליך יא

לאמיר פרובירן מיט שיינעם אקעי
זאג קרעמער האלסטו טאקע אז איך האב געברויכט צו קוקן אלע מיטגלידער'ס נעמען זען צי קיינער הייסט נישט ענדליך צו מיר.
פון וואנעט זאל א קוטשער האבן די קאפ דערצו פון פערדן טרייבן.
איך פארשטיי באמת נישט וואס דא טוט זיך אפ אויף די וועלט.
ענדל איך דען א טראפ צו אלעקסיי אויב יא מיט וואס

נעבעך דער אלעקסיי איך שוין אים אזוי שטארק יעצט גייט מען אים משוגע מאכן פאר גארנישט און פאר נישט אלעס פאר דעם איינעם זינד ווייל א קוטשער האט זיך דא אריינגערוקט.
און ער טראגט אויך א נאמען פון א קוטשער.

קרעמער.
איך שריי ארויס מיטן גאנצן הארץ און אויב האסטו א הארץ וועט עס זיכער אריינגיין.
איך בין נישט אלעקסיי!!
נאכאמאל צוויי מאל איז שטערקער איך קוטשער בין נישט דער זעלבער ווי אלעקסיי איך האב מיט אים גארנישט מער ווי א צווייטער דא

לאמיר האפן עס וועט אויפטון די ווערטער מיינע.
אז נישט זאל איך כאטש איין טאג האבן פרייליך געמאכט אזויפיל קינדערלעך פונעם הייליגן באשעפער וואספארא זכי' דאס איז.


איך האב נישט געהאלטן פאר קיין רגע אז "קוטשער" איז "אלעקסיי" בבחינת הוא הוא והיינו קראך. איך האב בלויז אנגעמערקט אז מענטשן וועלן אלעקסיי'ן רופן קוטשער על שם זיין חתימה, און בטעות וועסטו זיך אנרופן. אזוי ווי עס האט שוין היינט פאסירט עטליכע מאל, דאכט זיך.

ועוד: האסט מזל אז דו האסט פרובירט מיט שיינעם אקעי, ווייל די פערדעלעך וואס דו ביסט געוואוינט צו שמייסן, האסטו דאקעגן א מצוה זיי נישט חוסם צו זיין (לא תחסום שור בדישו), אבער מיר מנהלים האבן נישט קיין שום ענין נישט חוסם צו זיין דעם קוטשער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 2:46 am
דורך קוטשער
קרעמער קרעמער טייערע קרעמער

פונקט די נארישסטע ווערטער טוסטו אונטערשטרייכן, דו ווייסט זיכער אז שטרייכער איז געווען א ימח שמו וזכרו, האב איך דען געמיינט דיר קרעמער, חלילה צו טראכטן אזוי.
א אומגעלונגענס פון א קוטשער נעבעך, מעג מען אויך א טובה טון און געבן א שמייכל.

איך אין מיין קורצע קאריערע אלס קוטשער געדענק נישט אזא זאך, איך זאל מיך טועה זיין און אנרופן ווען מען רופט אלעקסיי, עס קען נישט זיין, ווייל איך הייס דאך נישט אלעקסיי.
איר מנהלים אבער, האטס טאקע נישט קיין ענין, גערעכט איז גערעכט.
זעסט ווי שיין איך גיב גערעכט, איך בין א אורי עמבער, דזשענטעלמען אזוי דארף מען זיין, לערן דיך כאטש פונעם קוטשער.

העכצענס די שרעקליכסטע וואס קען פאסירן וועט זיין, אז מען וועט חוסם זיין דעם קוטשער, נו מהיכי תיתי, א קוטשער ווייניגער אויף די וועלט, קוטשער ארויף קוטשער אראפ, עס איז דאך סך הכל א קוטשער איז וועם ארט דאס אז עס וועט פעלן דער קוטשער, סיי ווי וועט דער קוטשער ווייטער זיין קוטשער אינעם עולם האמת, מיטן גאנצן קוטשערישן תמימות, וועט ער בלייבן קוטשער, דער קוטשער וועט נישט ארין אין גן עדן ביז מען שמייסט ארויס אלע פערד פון גיהנם.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 8:23 am
דורך איזאק
די גאנצע אלעקסיי- קוטשער געפעכט און די גראמען געשרייבעכטס גייט מיר אויף די געהירן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 8:42 am
דורך אלעקסיי
א גאנצע טאג געווען פארנומען, נישט אנגעקומען צו כאפן א טרינק, הגם עס האט מיר זייער געשליקערט. היינט אינדערפרי זעה איך אז איך בין דא געווארן עפעס א גאנצע מדובר, עס האט מיר ממש געגרוילט די גאנצע דיסקוסיע, העכסטענס געהערט עס אין א באזונדערע אשכול, די לעצטע תגובה פון איזאק גראדע האט מיר בארוהאיגט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 9:15 am
דורך מיללער
איזאק האט געשריבן:די גאנצע אלעקסיי- קוטשער געפעכט און די גראמען געשרייבעכטס גייט מיר אויף די געהירן


איזאק, מיט געדולד, השכם והערב עליהם לביהמ"ד והם כלים מאליהם, דאס מאכט זיך א יעדע שטיק צייט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 9:16 am
דורך אלעקסיי
מיללער האט געשריבן:
איזאק האט געשריבן:די גאנצע אלעקסיי- קוטשער געפעכט און די גראמען געשרייבעכטס גייט מיר אויף די געהירן


איזאק, מיט געדולד, השכם והערב עליהם לביהמ"ד והם כלים מאליהם, דאס מאכט זיך א יעדע שטיק צייט.


איזאק, דאס איז מ'שטיינס געזאגט, כאפ דיר אריבער אין מיין ביהמ"ד צום אוצר הספרים