אלה תולדות נח, נח - אייערע קינדער קאפירען וואס איר טוט

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

אלה תולדות נח, נח - אייערע קינדער קאפירען וואס איר טוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ס'אמאל געווען א מעשה ביי איינע פון די גער'ע רבי'ס (דאכציך ביים בית ישראל), ס'האט זיך ארומגעדרייט שמועות איבער איבער א וואונדער קינד וואס איז קוים א יאר אלט און ער טוט זיך אן א טלית און מאכט מיט די הענט אינטערסאנטע תנועות און דערנאך שאקעלט ער זיך ווי כאילו ער וויל דאווענען, די שמועות זענען אנגעקומען צום רבי'ן זאגענדיג אז ס'דא עפעס א הייליג קינד, דער רבי האט עס אוועקגעמכט, און האט געלאזט רופן די טאטע פונעם קינד אז ער וויל רעדן צו עם דעריבער, דער אינגערמאן איז געקומען מיט איין שמחה אז דער רבי וויל רעדען צו עם וועגען זיין וואונדער קינד, למעשה, זאגט עם דער רבי "אינגערמאן הער אויף צו דאווענען ביחידות אינדערהיים, זאלסט קומען יעדען טאג אין בית המדרש", דער אינגערמאן איז געווארען שאקירט פונעם רבין'ס ווערטער, היתכן ווי ווייסט דער רבי אז ער דאווענט אינדערהיים? און וואס האט דאס מיט'ן קינד א שייכות, האט עם דער רבי מסביר געווען אז דער קינד איז נישט קיין שום וואונדער קינד, ער זעט נאר יעדן טאג דעם טאט'ן דאווענען אינדערהיים מיט טלית און דערנאך טוט ער אן תפילין ער דרייט מיט די הענט אהער און אהין, ס'איז געווען אינטערסאנט פאר'ן קינד האט ער עס נאכגעמאכט.

אלה תולדות נח, נח!

פעסט פארווערד צו 2015, מעשה שהיה מיין קליינער (קוים א יאר) זעט מיך זיצענדיג ביים שרייב טישל קום ער צו לויפן מיט איין שמחה, איך פריי זיך אז ער פרייט זיך אזוי צו מיר, הייב איך עם שנעל אויף, כ'האב גע'מיינט כ'וועל ווייטער קענען שרייבן און קליקען אויפ'ן מייזל, ביזדערווייל מיין קליינער שטרעקט אויס די האנט צום מייזל, געב איך עס אם אין די האנט, אבער ער איז נישט צופרידען ער לייגט עס צוריק אויפ'ן טיש און פאנגט ריקן דעם מייזל אהער און אהין און דערנאך קליקט ער דערמיט, און קוקט מיט פארגעניגען אויפ'ן סקרין אז זאכען פארן אהער און אהין, און שמייכלט זיך אונטער אויפ'ן קול פאר'ן גרויסן עררייכונג זיינער אז ער קען שוין פונקט ווי טאטי! און פארשטייט זיך אז דערנאך האט ער בשום אופן נישט געלאזט ארויסנעמען דעם גליקליכן מייזל פון זיינע האנט.
שוין כ'האב זיך בארואיגט אז ס'נאר דעם מייזל, וואס ווען, קום איך אהיים שפרונגט ער ארויף אויף מיר מיט איין שמחה, שוין מ'געט צוריק אביסל ליבשאפט, און ער פאנגט גלייך אן אריינשטופן די האנט אין וועסטעל טאש ווי דער סעלפאן ליגט, כאפט עס ארויס גיך, כ'האב געמיינט ער וויל עס סתם האלטן, ביזדערווייל שפרינגט ער אראפ פון מיר און זעצט זיך אוועק אויף דער ערד, און פאנגט אן מיט ביידע הענט צו קוועטשען די קנעפעלך פונעם קיבארד כזקן ורגיל, יא ער ריקט דעם מיטלסטער באטן ארויף און אראפ און לאכט זיך אונטער און מ'קען דעם סעלפאן נישט ארויס שלעפן פון זיינע האנט, ער איך פרייליך ביז גאר דהיינו ער שיקט א טקסט אזוי ווי טאטי!
ס'געווען זייער קיוט, יעדער האט געשריגען וואוו!! סאו קיוט!! אבער נאך אפאר מינוט האט מיר געכאפט א סקרוך אין די ביינער, ער איז קוים א יאר און ער מאכט מיך פונקטליך נאך, וואס וועלן מיינע גרויסע מיך נאכמאכן???

אלה תולדות נח, נח!
אייערע קינדער זענען און טון (עפ"י רוב) וואס איר טוט!

טייערע אידן טראכט אריין אויב וואלט איר געזען אייער זון - בחור טוט וואס איר טוט וואלט איר הנאה געהאט דערפון אדער נישט? אויב נישט, דעמאלט'ס זאלט איר עס אויך נישט טון, ער וועט אייך פונקטליך נאכמאכן, רעדט זיך נישט אייער זון זעט נישט וואס איר טוט, אדער ער וועט עס נישט נאכטון, ס'קען זיין אז צומאל לאזט מען זיי טאקע נישט טון וואס איר טוט, דאס מיינט נישט אז ער וויל עס נישט טון, די מינוט ער וועט האבן דעם געלענגהייט ווער ער עס נאכמאכן.
ממילא דאס קומענדיגע מאל איר וואלט ארויס נעמען דעם סעלפאן און גיבן א שמייכל צו עס פון א גיט ווערטעל וואס איר ליינט דארט, אדער פון צוריק שרייבן זייער א וויכטיגע מעסידזש אויף אייער וואטס'אפ גרופ, געדענק אייער קינד זעט דאס און ער וועט אויך פרובירן צו האבן די גוטע זאך וואס טאטי שמייכלט אלס דערצו, און ער וועט אויך קענען שמייכלן.

"החכם עינו בראשו", "ורואה את הנולד".
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

זייער ריכטיג און וויכטיג, און דאס איז נישט נאר ביים טעלעפאון און קאמפיוטער נאר ביי יעדע זאך און לעבן וויאזוי מען פירט זיך אויף


אמאל געהערט פון א בעל דרשן דערציילט ער אז א מלמד פון קליינע קינדער האט אים פארציילט אז איין פרייטאג ביים שפילן שבת מיט די קינדער ווי געווענליך, ווען ס'איז געקומען צו קידוש דער קינד וואס האט געשפיעלט יענע וואך שבת טאטע גיבט זיך א שטעל אויף הייבט אויף דעם בעכער מיט א קרעכץ "יוש בינעך אויסגעמוטשעט.. יום השישי ויכולו השמים..."
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

מאנ-יימער האט געשריבן:אמאל געהערט פון א בעל דרשן דערציילט ער אז א מלמד פון קליינע קינדער האט אים פארציילט אז איין פרייטאג ביים שפילן שבת מיט די קינדער ווי געווענליך, ווען ס'איז געקומען צו קידוש דער קינד וואס האט געשפיעלט יענע וואך שבת טאטע גיבט זיך א שטעל אויף הייבט אויף דעם בעכער מיט א קרעכץ "יוש בינעך אויסגעמוטשעט.. יום השישי ויכולו השמים..."

פאלצטי בלאכעלע וויינעלע
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
ספיקער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 28, 2015 2:52 pm
לאקאציע: און חתונה זאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיקער »

מאנ-יימער האט געשריבן:זייער ריכטיג און וויכטיג, און דאס איז נישט נאר ביים טעלעפאון און קאמפיוטער נאר ביי יעדע זאך און לעבן וויאזוי מען פירט זיך אויף


אמאל געהערט פון א בעל דרשן דערציילט ער אז א מלמד פון קליינע קינדער האט אים פארציילט אז איין פרייטאג ביים שפילן שבת מיט די קינדער ווי געווענליך, ווען ס'איז געקומען צו קידוש דער קינד וואס האט געשפיעלט יענע וואך שבת טאטע גיבט זיך א שטעל אויף הייבט אויף דעם בעכער מיט א קרעכץ "יוש בינעך אויסגעמוטשעט.. יום השישי ויכולו השמים..."

איך האב עס געהערט א אנדערע גירסא דאס קינד הייבט אויף די בעכער און לייגט עס צוריק אראפ און זאגט איך מאך נישט קידוש ווילאנג דו באדעקסט דיין שייטעל
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

מאנ-יימער האט געשריבן:זייער ריכטיג און וויכטיג, און דאס איז נישט נאר ביים טעלעפאון און קאמפיוטער נאר ביי יעדע זאך און לעבן וויאזוי מען פירט זיך אויף


אמאל געהערט פון א בעל דרשן דערציילט ער אז א מלמד פון קליינע קינדער האט אים פארציילט אז איין פרייטאג ביים שפילן שבת מיט די קינדער ווי געווענליך, ווען ס'איז געקומען צו קידוש דער קינד וואס האט געשפיעלט יענע וואך שבת טאטע גיבט זיך א שטעל אויף הייבט אויף דעם בעכער מיט א קרעכץ "יוש בינעך אויסגעמוטשעט.. יום השישי ויכולו השמים..."

רט פאר די ערשטע שורות. חחח פאר די צווייטע..

--
נעכטן ביים לענען חומש רש"י האב איך געטראכט אזוי ביים לערנען, "עיקר תולדותיהם של צדיקים" די עיקר פאר ערליכע קינדער "מעשיהם הטובים" פון די טאטעס. דאס וועלן זיי זעהן און נאכמאכן, דעם טאטנס גוטע מעשים און מידות.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ספיקער האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:זייער ריכטיג און וויכטיג, און דאס איז נישט נאר ביים טעלעפאון און קאמפיוטער נאר ביי יעדע זאך און לעבן וויאזוי מען פירט זיך אויף


אמאל געהערט פון א בעל דרשן דערציילט ער אז א מלמד פון קליינע קינדער האט אים פארציילט אז איין פרייטאג ביים שפילן שבת מיט די קינדער ווי געווענליך, ווען ס'איז געקומען צו קידוש דער קינד וואס האט געשפיעלט יענע וואך שבת טאטע גיבט זיך א שטעל אויף הייבט אויף דעם בעכער מיט א קרעכץ "יוש בינעך אויסגעמוטשעט.. יום השישי ויכולו השמים..."

איך האב עס געהערט א אנדערע גירסא דאס קינד הייבט אויף די בעכער און לייגט עס צוריק אראפ און זאגט איך מאך נישט קידוש ווילאנג דו באדעקסט דיין שייטעל


און אויף דעם זאגט רש"י די וואך אלה תולדות נח, נח וכו': יש דורשים לגנאי (מאנעלע), ויש דורשים לשבח (ספיקער).

בכל אופן פיין געשמייכלט, אבער ס'יענצ'ס געלעכטער, גאנצע ביכלעך קען מען אנפילן מיט טשיקאווע מעשה'לך פון די קינדער וואס מאכן נאך - זאגן נאך די עלטערנ'ס שגיונות.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

מ'זאגט נאך א ווארט ס'שטייט ביי א בן סורר ומורר

כי יהיה איש בן - אז א מענטש וועט האבן א קינד [אזא מין קינד, יענץ מעשיות].

זאל ער וויסן סורר ומורר איננו - ער איז נישט קיין בן סורר ומורר.

נאר.... שומע בקול אביו ואמו ער הערט וואס זיין טאטע און מאמע זאגן [ווי אזוי זיי פירן זיך אויף]
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

שטארקע נקודה.

@יימר, די מעשה האב איך געזעהן אין די 'מעלות' בשם א טיטשער בשם די 'שבת טאטע' מיידעלע.. וכולהו חדא גזירה..

ענדע צדיק! האט געשריבן:נעכטן ביים לענען חומש רש"י האב איך געטראכט אזוי ביים לערנען, "עיקר תולדותיהם של צדיקים" די עיקר פאר ערליכע קינדער "מעשיהם הטובים" פון די טאטעס. דאס וועלן זיי זעהן און נאכמאכן, דעם טאטנס גוטע מעשים און מידות.

געטראכט דאס זעלביגע בשעתן ליינען די ארטיקל, ברוך שכוונתי..
הק' איש ימיני
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זייער שטארקע דערהער.
באמת דערמאנט עס פון די חז"ל בסוף סוכה דקנסו לכל משמרת בילגה, דאותה מרים המרשעת בודאי שמעה זאת מאביה בביתו לזלזל בקדשים (במעשה דעד מתי אתה מכלה ממונם של ישראל). זעהט מען גאנץ מפורש אז קינדער נעמען פון עלטערן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

שיינע געדאנקען און טייטשן דא איינס ביי איינס
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

א בילד
אטעטשמענטס
baby-cellphone.jpg
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

מענין לענין באותו בנין,
איך בין געווען ביי א חבר אינדערהיים,
זיצט דארט זיין 21 חדשים'דיגע אינגל,

רעדט דארט מער ווי אנדערע וואס זענען 2 יאר עלטער ווי אים,
אינמיטן זאגט ער מיר "me And You Gotta Talk"
איך לאך נאך יעצט,

זאגט מיר די טאטע,
אז ער פלעגט אהיים קומען אים אויפהייבן זאגענדיג די סלאגאן "מי ענד יו גאטע טאלק"

איין טאג קומט ער אהיים און זיין 11 חדשים'דיגע בעבי קומט אים א קעגן זאגענדיג:
מי ענד יו גאטע טאלק,

ער האט נישט גע'חלומ'ט אפילו אז ער הערט עס
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: אלה תולדות נח, נח - אייערע קינדער קאפירען וואס איר טוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

נאך אלץ אקטואעל!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: אלה תולדות נח, נח - אייערע קינדער קאפירען וואס איר טוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

נא_שכל האט געשריבן:נאך אלץ אקטואעל!

יאפ! נישט סתם!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: אלה תולדות נח, נח - אייערע קינדער קאפירען וואס איר טוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

נא_שכל האט געשריבן:נאך אלץ אקטואעל!

געוואלדיג! יישר כח
אוועטאר
בִּשְׁבִילֵי הלב
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 8:50 pm

Re: אלה תולדות נח, נח - אייערע קינדער קאפירען וואס איר טוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בִּשְׁבִילֵי הלב »

מיר עלטערן האבן נישט קיין אנונג וואספארא פאווער מיר האבן אויף אונזערע קינדער
זייער א שטארקע פוינט!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”