האל"ף לך שלמה - הערליכע יסודות'דיגע דרושים געפונען אין פראג

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5053
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

האל"ף לך שלמה - הערליכע יסודות'דיגע דרושים געפונען אין פראג

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 11:54 pm

"האלף לך שלמה", יא מיין טויזנט'סטע תגובה איז לכבוד הגאון רבי שלמה כהן זי"ע (קרעדיט: יאפין) און צוזאמהאנג מיט דעם פרייליכען עפיזאד אז ס'איז לעצטענס נתגלה געווארען פרישע דרושים פון הגאון רבי שלמה כהן זי"ע, אויף וואס דער מפעל הוצאת ספרים ד'אייועלט ארבייט שוין זייט ג' ניסן תשע"ה לפ"ק - דער טאג פון זיין יארצייט און דאס איז אויך דער טאג וואס ס'איז ארויסגעקומען מההעלם אל הגלוי די אוצרות נשגבים די געוואלדיגע חידושים וואס זענען געווען באהאלטן בכתי"ק אין א קעלער אין די שטאטישע לייברערי אין פראנקפורט דמיין, יעצט זיבן חדשים שפעטער ווען דער מפעל האט שוין עררייכט פילע מיילשטיינער - מייאלסטאנס בלע"ז און ארויסגעגעבן מער פון "טויזנט" בלאט דברי תורה פון עם איז נתגלה געווארען נאך א כת"י וואס שטייגט איבער די פון ביז יעצט (לענ"ד) און איז ווייטער מפתיע די וואס קוקן אריין דערינען.

דער כת"י ליגט יעצט אין דער פראגער אידישיער מוזיאום, נומבער 377 MS, אין דעם מוזיאום זענען אנגעקומען אסאך כת"י פון די געגענט פון די שולן פון מוהרביע און באהמיען (וויאזוי לייגט מען אויס די ווערטער? "למדן וצדיק" האט איינער געזען?), און אויף א אומבאוויסטע וועג (ביזדערווייל) איז דער כת"י אויך אנגעקומען דארט.

רוב כת"י פון פראג זענען שוין געווארען קאפירט אויף פילמ'ס דורכ'ן "מכון לתצלומי כת"י העבריים", און אויך דער כת"י האבן זיי שוין געהאט א קאפי אויף פילם, אבער דער כת"י און דער פילם האבן ביז יעצט געשטויבט במקום מנוחתם, און יעצט - מיט די רשות פון פראגער לייברערי - האט מען ב"ה מפתח געווען דעם פילם און עס איבערגעמאכט אויף א ליינבארע פארמאט (JPEG) עפ"י בקשת איינע פון די חברים דא אויפ'ן וועלטעל, וואס יענער האבן באצאלט דערפאר און באקומען דערנאך די ליינבארע קאפיעס דערפון. (ביזדערווייל איז דער כת"י נישט אוועלבעיל אנליין, נאר באזוכער אינעם ספרייה הלאומית אין א"י קענען דאס קוקן דארט אויף זייער קאמפיוטער'ס).

גליה לדרעיה ונפל נהורא
דער כת"י רופט דער מחבר אויך "בית מדרש" און ס'באשטייט פון 71 עמודים מלאים וגדושים, ס'דא אין דעם דרושים פון בראשית ביז וישלח ועד בכלל, אויף יעדע פרשה איין לאנגע מאמר וואס ער רופט אן חדר (ס'דא סך הכל ח' חדרים), ס'נישט באקאנט אויב ער האט געשריבן אויף דעם פארמאט אויף די גאנצע תורה. עפ"י השערה זעט אויס אז דאס האט ער געשריבן צום לעצט פון אלע זיינע אנדערע דרושים, ווייל צומאל איז ער מבליע אין דעם עטליכע טייטשען פון די אנדערע כתבי יד.

אנדערש ווי די חידושים וואס מ'געט ארויס יעדע וואך וואס איז בדרך כלל געשריבן עפ"י רוב עטליכע קלענערע שטיקלעך תורה בדרך שאנו קוראים "דרוש", און ס'נאר מתובל מיט אביסעלע געדאנקען פון מוסר ואגדה וכו', איז אבער דער כת"י איין לאנגע מאמר אויף יעדע פרשה (כדמות הספר "בתי מועד" וואס מען האט שוין זוכה געווען ארויסצוגעבן אויף די מועדים, וואס דער מחבר רבי שלמה זצ"ל האב געשריבן אויף די ימים טובים - איין לאנגע דרוש וואס איז מבאר דער געדאנק פונעם יו"ט), דער מאמר איז געשריבן מיט איין לאנגע הייליגע געדאנק וואס דער מחבר וויל איבערגעבן פאר די לערנער'ס דורך די וואכדיגע פרשה, דער מחבר פאנגט אן מיט א קדמונ'ישער געדאנק ע"ד מחשבה ומוסר און איז חורז דערמיט בכל הדרוש מענין לענין - באותו ענין, און פארטיישט דערמיט פסוקים און מדרשים פון יענע וואך און אזוי אויך אנדרע מאמרי חכז"ל אדער פרקי תהילים אויף א הערליכע ציענדע אופן, איך וואלט מדמה געווען דער מהלך צום באקאנטען ספר "בינה לעתים", אזוי ווי אין בינה לעתים פאנגט ער אן מיט א געדאנק און איז חורז דערמיט ממאמר למאמר ומענין לענין באותו ענין, די זעלבע איז מיט'ן "בית המדרש" (כת"י פראג) יעדער "חדר" איז א דרוש פאר זיך אויף א געוויסע קדמונישע מחשבה'דיגע געדאנק. ס'זיס ווי צוקער און בעסער ווי וויין - כי טובים דודיך מיין, אשרינו שזכינו!


****
איך וועל ברענגען עטליכע דוגמאות פון די וואך פרשת נח:

עיקר הנושא: שלימות האמיתי של אדם; שאף שנולד חסר וכשאר בע"ח ישלים עצמו ל"איש" ויחשב לו כאילו עשה את עצמו
השלימות אמיתי, האדם יחדש כנשר ולהחליף כחו, מהיותו בתחלת הוייתו, לסתם נפש חיה כשאר בעלי חיים, כי אדם עיר פרא יולד, ועיקר שלמותו תלוי בחריצותו והשתדלותו וטוב בחירותו, כשיפקח עיני שכלו, וזה יתרונו יתר משאר כל הנבראים, כי כל הנבראים בעת הברא, מאז הטביע הוא ית' בהם כל יקר שלימותם השייך להם, ומני אז והלאה, לא הוצרך שום נברא להוסיף בעצמותו שום דבר לגמור שלימותו, ומספיק לו להתקיים על מצב ההוא אשר בו נברא, ואין בהם תוספת שלימות עוד, משא"כ מין האנושי היה בהיפוך זה, מתחלת בריאותו היה כנפש חיה, כבהמת הארץ ... שלא היה בשעת הוייתו כי אם כשאר בעל חי, ומטעם זה לא נאמר בו כי טוב, כי עדיין היה שלימותו חסר, כי זה תליא בו בעשייתו ובחריצותו... ומהאי טעמא איתא נמי במדרש רבה ויקרא {ל"ה, ז'} אמר הקב"ה לישראל, אם שמרתם את התורה הריני מעלה עליכם כאלו עשיתם את עצמיכם, והיינו עפ"י יתרון מין האנושי הנ"ל על הנבראים, ששלימות האדם תלוי בו, ואז נקרא בשם אמיתי שם אדם, והוא עצמו הויית שלמותו אשר לזה נברא, וא"כ ממילא שפיר ע"י שמירת התורה הרי האדם עושה את עצמו, מה שהוא השלמת עצמו


ב' מיני צדיקים וה"איש צדיק" השלם
אמנם באמת מצינו אלמלא הקב"ה עזרו אינו יכול לו, ..., והאיך מעלה על האדם בעשייתו מצות התורה כאלו עשה את עצמו... וזולתו בלתי אפשר לכבוש היצה"ר?
אמנם פשר הדבר, לפי מדרש רבה עה"פ לפתח חטאת רובץ {בראשית ד' ז'}: חטאת רובצת אין כתיב כאן אלא חטאת רובץ, בתחלה תש כחו כנקיבה, ואח"כ הוא מתגבר כזכר, עכ"ל, וא"כ הרי בתחלת בואו היצה"ר להאדם להסיתו הרי אז תש כחו [של היצה"ר] כנקיבה, וא"כ אז ממילא שפיר יכול לו האדם מצד עצמו בלי עזר אלהי, אך באם כבר שמע לו פעם אחת, אז מתגבר עליו היצה"ר כזכר, ואז ממילא צריך אז עזר אלהי לכבשו. וזהו דברי מדרש רבה ויקרא הנ"ל, אם שמרתם את התורה, שמרתם דייקא, היינו מעצמיכם, זולת עזר אלהי, והיינו באם לא שמע כלל מיד להיצה"ר כנ"ל, אז מעלה אני עליכם כאלו עשיתם את עצמיכם, כיון דכל השלימות שלכם בא ע"י עצמיכם.
מכלל דברינו שמענו שתי בחינות: א) באם לא שמע האדם כלל להיצה"ר אז לא צריך לעזר אלהי לכבשו, ויכול לו לבדו, כי אז תש כחו כנקיבה, ב) משא"כ אם כבר שמע לו, מתגבר עליו כזכר, וצריך עזר אלהי, וממילא לא הוי כאלו עשה את עצמו וכנ"ל. ואם לא שמע האדם כלל מתחלה להיצה"ר, אז האדם הוא ה"איש", כי היצה"ר תש כחו כנקיבה, משא"כ אם כבר שמע לו, אז היצה"ר מתגבר עליו כזכר, ונקרא היצה"ר איש, והאדם תש כחו כנקיבה לולא עזרתו יתברך.
ומעתה יש לפנינו שני מיני צדיקים, אחד מי שנקרא סתם בשם צדיק, והיינו למי שרובו זכיות, ואף שמיעוט עונות עכ"פ יש לו, מ"מ צדיק מיקרי כנודע, אבל בשם "איש צדיק" לא נקרא, כיון דיש לו עכ"פ עונות הרי שמע לעצת היצה"ר, וממילא היצה"ר נעשה איש עליו וכנ"ל, משא"כ במי שיש לו כולו זכיות בלי עונות כלל, כי לא שמע לעצת יצה"ר בשום פעם, זה שפיר מיקרי בשם הנוסף איש צדיק, עבור כי מלבד שהוא צדיק בזכיות, אבל אף גם נעשה איש וגבר על היצה"ר מתחלה כשהיה היצה"ר תש כחו כנקיבה וכנ"ל, וממילא כיון שלא שמע לו מיד מתחלה נקרא הצדיק איש, והיצה"ר נשאר בתשוש כח כנקיבה והבן.


יעצט דער הערליכער טייטש אויף די פרשה:
והן הן ביאור מקראי קודש , אלה תולדות נח נח, ר"ל תולדות של נח היה נח בעצמו, שהוא המוליד את עצמו, ונתן טעמו בצידו, באומרו איש צדיק, ר"ל שהוא נקרא "איש צדיק", דנח כבש מיד היצה"ר ונעשה עליו איש, כי לא שמע לו כלל, וא"כ הוא יכונה בשם איש ולא היצה"ר, וא"כ ממילא לא היה צריך לעזר אלהי, כי אם כבש היצה"ר בעצמו, וכל שלימותו הטוב אשר ע"ז מיקרי בשם אדם כנ"ל, היה מעצמו לבדו, וא"כ שפיר נח הוא היה המוליד את עצמו, אשר היה לגדר האדם בחריצותו והשתדלותו בבחירותו בטוב כנ"ל
.

מענין לענין באותו ענין - שבאם חטא יש ב' דרכים להשלים עצמו: תשובה, וגלגול
אך באמת אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא, אמנם טוב וישר ה' על כן יורה חטאים בדרך..., ואיתא בילקוט שהוא מורה לחטאים דרך שיעשו תשובה... אמנם באמת כבר מצינו שהקב"ה חשב מחשבות לבלתי ידח ממנו נדח, ולא ישא אלקים נפש רשע, עד כי ברוב הימים ימצאינה טהורה ע"י גלגולים כנודע, וא"כ שפיר יש עוד תיקון לבריאת האדם, כי אם לא יעשה שלמותו האמיתי בפעם ראשונה, יעש בפעם שנייה או בפעם שלישית ע"י גלגולים כנ"ל עד שיתוקן


און מיט דעם איז ער מפרש א לאנגע מדרש בטענת המלאכים עם הקב"ה נגד בריה"ע און דער ענין פון דור המבול ודור הפלגה און אז זיי האבן באקומען זייער תיקון דורך מצרים און קבלת התורה. און מיט דעם איז ער דערנאך מפרש די גאנצע ערשטע קאפיטל תהילים.

און ער ווארפט אריין
כלל אחינו בני ישראל, חושו עושו לעשות מצות ה' ב"ה ולהיות סור מרע ועשה טוב, ולבל יטה לעצת יצה"ר, ואז יהיה הוא האיש צדיק, ולא היצה"ר וכנ"ל, לכן אמר נח איש צדיק היה וכנ"ל, וגם ריוח גדול יהיה לו בלא ישמע כלל לעצת יצה"ר, אז יעשה שלמותו הטוב בפעם ראשונה, ואין צריך לבוא בגלגול עוד, לבוא עוד הפעם לזה עולם השפל, אשר זה קשה מאד מהכל כנודע.


מענין לענין באותו ענין - שה"איש הצדיק" עושה אף צרכיו העצמיים רק מאהבת ה'
נחזור לענינינו, דהעיקר לכבוש מיד היצה"ר, כי אז נקרא איש צדיק,..., וממילא כיון שהיצה"ר תש כחו כנקיבה, יזכה האיש הלזה לאהבת ה' ב"ה, וכל מגמותיו אפילו מה שהוא נוגע לצורכו לא יעש כי אם לאהבת ה' ב"ה..., וזה קשה מאוד שהאיש יעש רק למען אהבת ה' ב"ה, לשמור מצות המלך בלבד, אפילו בצרכי אדם כמו אכילה ושתייה, שלא יהיה כוונתו רק שיהיה לו כח בזה לעבוד ה' ב"ה ע"י אכילה זו, וכן בשאר צרכיו, ובאשר באלה הדברים יתענג נפשו של אדם בהם, קשה מאד לכבוש היצה"ר שלא יהיה כוונתו למען טובתו ולהנאתו, כי אם למען אהבת ה' ב"ה לעבדהו ולשמור מצותיו. אמנם האיש אשר אלה לו, שלא שמע בשום פעם להיצה"ר ותש כחו כנקיבה, ממילא הוא מתגבר על היצה"ר כזכר, ואדרבה גם היצה"ר מקרבו לפולחניה דקב"ה, וממילא אפילו במה שהוא דבר הגופני ותאות היצה"ר, ג"כ ישוב לפולחניה דקב"ה, באשר כל כוונתו לא יהיה רק לשמור מצות ה' ב"ה ותורתו ע"י המעשים הללו שמוכרח להם כנודע.


און מיט דעם פארטייטשט ער ווייטער די פרשה לגבי נח.

מענין לענין באותו ענין - שה"איש הצדיק" יש בכוחו להפוך מדה"ד למדה"ר
והיינו וודאי מי שהוא צדיק עובד ה' מאהבה, וכל כוונתו בכל עניניו רק לשמור מצות ה' ב"ה, ולא זולת כוונה אחרת, זה צדיק טפי וודאי, והוא מהפך מדת הדין למדת הרחמים, משא"כ שאר צדיקים.

און מיט דעם פארטייטשט ער ווייטער די פסוקים און עטליכע מדרשים פון נח און זיין דור.

אין צום סוף:
כלל היוצא מדרוש הלזה, אחינו בני ישראל, כי האדם עיר פרא יולד, ויהי לנפש חיה כשאר בהמת ארץ, וכל מקור הווית שלימותו, הוא האדם בעצמו מחמת חריצותו והשתדלותו בבחירותו בטוב, ויקרא בשם אדם, ואז טוב לו סלה. ומעתה אחינו בני ישראל הביטו וראו חסדי ה' ב"ה עלינו, אשר אמירתו אמירה נעימה אלינו, בשמירת התורה מעלה עלינו, כאילו עשינו את עצמינו, ..., וכעת מי זה הוא ואיזהו הוא, אשר ישמע מפיו הוא יתברך שבח הגדול הזה, ולא יכמר לבבו עזוב און מחשבותיו ודרכי רשע, וידבק במצות ה' ב"ה לילך בדרכיו ולשמוע בקולו, ולקנות בעצמו שלימות האמיתי, ותחזינו עינינו ביקר חסדי אלקי בזה ובבא, ויקיים שבועתו יתברך, כמו שקיים שבועתו אשר נשבע לימי נח, וברית שלומו לא תמוט וחסדו מאתנו לא ימוש אמר מרחמיך ה' (בישעיה נ"ד הפטרת סדר זו), ובא לציון גואל במהרה בימינו אמן.


ויותר ממה שהעתקתי לכם כתוב שם, דברים מתוקים לחיך ומשמח לב השומעו, כאפט'ס דעם גליון וטעמו וראו כי טוב!! און האלט'ס נישט דעם סוד פון דעם ספר פאר ענק אליינס, פארשפרייט דאס ווייטער.

*****
אין פרשת לך איז דער עיקר געדאנק א הקב"ה וויל משפיע זיין גוט'ס פאר אידישע קינדער און דאס איז זיין עיקר שמחה, און ער ווארט שטענדיג אז דער מענטש זאל זיין ראוי לקבל. האלט'ס אייך געשפאנט...


+++++++++++++++++++

אוי "והעיקר שכחתי"... אז מהיום וועט שטיין אונטער מיין (אומפארשטענדליכע :? ) אוועטער "שר האלף" :grin: :grin: :grin: , אבער מיינט'ס נישט אז כ'האלט זיך גרויס, איך קען גוט דעם מדרש "אל תקרא אֶל"ף אלא אַל"ף, כ'האלט נאך ביי אל"ף מיט א פת"ח, אפשר יעצט נאכ'ן שרייבן טויזנט תגובות העליך אנהייבן שרייבן ווי א מענטש.

ביי דער געלענגהייט וויל איך זיך באדאנקען פאר די בעלי אכסניא פון דעם פלאץ, און פאר די מנהלים אחראים גבאים וכל שום וחניכא דאית להו, פאר'ן אהערשטעלן אזא הערליכע פלאץ זיך אויסצלופטערן, און צו ווערן געהאלפן פון אנדערע הן בעניני גשמיות מיט טובות בעניני מסחר טכניקה מוזיקה גרפיקה (פראבלעמען אין ווארד...) וכו' וכו' , הן בעניני רוחניות - עצות מועילות וחיזוק בכל עניני רוחניות ובלימוד התורה, און געבן א פלאטפארם פאר יעדן צו שרייבן מה שלבו חפץ, און צו זיך אויפצוארבייטן זיינע כשרונות במלאכת הכתיבה.

טענק יו!!!! הקב"ה יישר כוחכם וימלא משאלות לבכם לטובה אכי"ר.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3328
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג אוקטובער 16, 2015 12:27 am

על שמועות שהם טובות לו לבדו מברך שהחיינו, ואם הן טובות לו ולאחרים מברך הטוב והמטיב
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11702
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג אוקטובער 16, 2015 6:25 am

באגריסונגען צום נייעם שר האלף "נא שכל", און דער שיינער ת"ח וואס פארשלייערט זיך דערונטער, כנראה מבין כותלי תגובותיו.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » פרייטאג אוקטובער 16, 2015 7:45 am

און מיר זאגן אז דער נייע טיטל 'שר האלף' פון 'אלופינו' ומידעינו הרב שכל איז מלשון "ואאלפך חכמה''...
הק' איש ימיני

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5053
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג אוקטובער 18, 2015 11:58 am

היות דער כת"י איז קאפירט פון א פילם איז דערויף אונטען אסאך שווארצקייט אויף די ווערטער, אפשר קען איינער העלפן מיט אראפנעמען די שווארצקייט אונטען פון די כת"י אז מ'זאל קענען ליינען די ווערטער פון אונטען?
0023.jpg


דא א לינק מיט א הויכע רעזעלוציא
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » זונטאג אוקטובער 18, 2015 2:15 pm

מזל טוב צו דיין טויזענטסטע תגובה.
(יישר כח פארן קרעדיט)
משנכנס אדר מרבים בשמחה

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » זונטאג אוקטובער 18, 2015 2:28 pm

נא_שכל האט געשריבן:היות דער כת"י איז קאפירט פון א פילם איז דערויף אונטען אסאך שווארצקייט אויף די ווערטער, אפשר קען איינער העלפן מיט אראפנעמען די שווארצקייט אונטען פון די כת"י אז מ'זאל קענען ליינען די ווערטער פון אונטען?

דא א לינק מיט א הויכע רעזעלוציא

אביסל בעסער
https://copy.com/Yv7x4TqIuydDRfjM
צוגעלייגטע
1.JPG
הק' איש ימיני

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5053
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 9:44 am

יישר כח "איש ימיני", ס'איז סאך בעסער און גרינגער צו ליינען, אבער די רעזעלוציע איז קליין (כפארשטיי מ'קען נישט ארויפלייגן גרעסער) און אויך האבן בערך 50 60 בלעטער וואס זענען אזוי, אפשר קענט איר מיר זאגן וויאזוי איר האט דאס געמאכט, וועלעכע סעטינגס וכדומה, און איך וועל עס אליינס מאכן אויף פאטאשאפ?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 10:02 am

אההה דאס איז געוואלדיגע נייעס!!!
רט לכאורה און גערעכטער, א טייערער איד באהאלטן - בלשון סגי-נהור - אונטער א ניק.

זאלן אייך ביישטיין די זכות פון אונז מהנה זיין פון דיינע פילע ברייטע ידיעות און די זכות פון רש"ך פאר וועם איר טוט אזויפיל אז איר זאלט זוכה זיין צו כל הברכות הכתובות בתורה.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מאנטאג אוקטובער 19, 2015 11:41 am

נא_שכל האט געשריבן:יישר כח "איש ימיני", ס'איז סאך בעסער און גרינגער צו ליינען, אבער די רעזעלוציע איז קליין (כפארשטיי מ'קען נישט ארויפלייגן גרעסער) און אויך האבן בערך 50 60 בלעטער וואס זענען אזוי, אפשר קענט איר מיר זאגן וויאזוי איר האט דאס געמאכט, וועלעכע סעטינגס וכדומה, און איך וועל עס אליינס מאכן אויף פאטאשאפ?

איך האב עס געטון מיט 'Levels' און אראפ גערוקט די 'מידטאונס' און ארויפגערוקט די ווייס.
הק' איש ימיני

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5053
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג אוקטובער 20, 2015 12:53 am

ס'ארבייט ב"ה פיין א גרויסן דאנק, די זכות זאל אייך ביישטיין.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3328
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג אוקטובער 30, 2015 12:00 am

אין דעם גליון פון דער וואך (וירא) האבן מיר אריינגעשטעלט פון דעם נייעם כתב יד, בערך 10 געדריקטע עמודים. עס איז באמת דברים נפלאים, סיי הערליכע דרושים וועלכע קלאפן און שטימען פלאי פלאים, הן איז דארט פאראן דברי מוסר משולב אזוי מייסטערהאפטיג.
עס איז כדאי צו אדורכלערנען צו כאפן אביסל התפעלות.
טעמו וראו!
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5053
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג אוקטובער 30, 2015 11:36 am

ברוך השם וואס האט אונז געגעבן די זכייה להתעסק בקדשים ולעזור להוציא דברי תורה של הג' רבי שלמה כהן זצ"ל, די וואך איז גאר שווער אנגעקומען דאס ארויסגעבן די אלע כת"י, אבער ב"ה מ'איז אנגעקומען, און איך קוועל פון די פירות דערפון, הערליכע דרושים מיט גאר שטארקע יסודות.
און פארשטייט זיך אז ווען מ'רעדט פונעם מפעל קאן מען נישט און מ'טאר נישט פארגעסען זיך צו באדאנקען פאר הרב "יידישע קהילות" וואס טראגט אויף זיך דעם עול און אחריות, חוץ פון דעם וואס ער קנאקט אפ פילע בלעטער ווייל ס'נאכניטש געמאכט, און דערנאך לייגט ער אריין מ"מ שעות ע"ג שעות. זכות התורה והצדיקים יעמדו לו לעד.

****

וועלמיר נאכאמאל פרובירן צי געבן א גאר קורצע איבערזיכט פונעם מאמר השבוע.

דער עיקר נושא איז "תפלה".

קודם איז ער מבאר מעלת תפלה בציבור, און אז אידן דארפן נישט קיין מלאכים מליצים אז זייערע תפלות זאלן נתקבל ווערן לרצון לפני הקב"ה, און אויב אזוי פארוואס פעלט אויס בכלל ארויס צו זאגן מיט'ן מויל די תפלות? און פארוואס טאקע ווערן די תפלות רבים פון אידן נתקבל.

חביבין ישראל, חבה יתירה נודעת להם שאין תפלתם חוזרת ריקם, והן אל כביר לא ימאס {איוב ל"ו, ה'}, אל דייקא, שאין צריכין מליץ לפני הקב"ה, ומשום הכי הצבור שואלין צרכיהם בכל לשון


אויב דער אויבערשטער אליינס איז מקבל די תפלות דעמאלט'ס פארוואס דארף מען ארויסזאגן די תפלות מיט'ן מויל?
ולכאורה קשה לפי מה דאיתא בזוהר וכו' שאף שה' ב"ה הוא בוחן לבות, מ"מ צריך האדם לפרוט תפלתו בשפתיו, באשר האדם צריך לסנגוריא של מלאכים להיות לו למליץ יושר, וכו' ע"ש, ולפ"ז ממילא בצבור מקבל הקב"ה בכבודו ובעצמו תפלתם ואין צריך מליץ כנ"ל, וא"כ הרי הוי סגיא להו במחשבת לבם לבד, כי ה' בוחן לבות וכנ"ל, והרי באמת אף גם הצבור צריך לפרוט תפלתם בשפתותיהם כנודע.

דער תירוץ איז:
הקב"ה מתאוה לתפלתן של צדיקים

מיט דעם פארטייטש ער הערליך שיין דעם פסוק "והיה טרם יקראו ואני אענה, עודם מדברים ואני אשמע".

פארוואס טאקע איז הקב"ה מקבל די תפלות ציבור פון די אידן און אן קיין מליץ?
דאיתא במדרש {שוח"ט תהלים ס"ה, ד'} מי שגומל חסדים מבושר שתפלתו נשמעת שנאמר {הושע י', י"ב} זרעו לכם צדקה וקצרו לפי חסד, וכתיב בתריה ועת לדרוש ה' עכ"ל, מכלל דבריו שמענו בזכות גמילות חסדים התפלה נשמעת... וממילא י"ל משום הכי זכינו להיות תפלת הצבור מקובלת..., וג"כ אין צריך מליץ, משום דאנחנו בניו של אברהם אבינו והוא היה עיקר בעל גומל חסד כנודע, ואפילו בעת שלישי למילתו היה מטריח את עצמו ומצטער על האורחים שיבואו, כדדרשו חז"ל על פסוק והוא יושב פתח האוהל כחום היום


און מיט דעם איז ער הערליך מסביר דער מדרש
והוא יושב פתח האוהל כחום היום, ר' ברכיה בשם ר' לוי אמר ישב כתיב, ביקש לעמוד א"ל הקב"ה שב אתה סימן לבניך, מה אתה יושב ושכינה עומדת, כך בניך יושבין ושכינה עומדת על גבן, כשישראל נכנסין לבתי כנסיות ובתי מדרשות וקורין קריאת שמע והן יושבין לכבודי ואני על גבן, שנאמר {תהלים פ"ב א'} אלקים נצב בעדת אל
פארוואס פונקט יעצט האט עם הקב"ה מבטיח געווען אז ער וועט מקבל זיין תפלות ישראל?
ולפ"ז שפיר דווקא כעת שאברהם אבינו חיבב המצוה גמילות חסדים כ"כ בשעת שלישי למילתו והיה מצטער עלה, שפיר אז הבטיח לו הוא ית' שזכותו יעמוד לבניו, והוא כעת סימן לבניו, כי הם יושבין בבתי כנסיות לכבודו והוא עומד על גבן, ואין צריכין לשום מליץ, רק הוא בכבודו ובעצמו יקבל תפלתם


מענין לענין אז ביי מעניש זיין איז פונקט פארקערט, ווען ס'קומט פון הקב"ה בעצמו איז עס כלה ונחרצה, משא"כ דורך א שליח, און לפ"ז זייער גוט
ומעתה י"ל כיון דבסדום היה ע"י הקב"ה בעצמו כדכתיב וה' המטיר, וא"כ ממילא היה כלה ונחרצה משפטו, והרי באמת היה רוצה הוא ית' להציל את לוט כנודע, וכיון דכבר נזכר לעיל הקב"ה מתאוה לתפלתן של צדיקים, משום הכי שפיר אמר המכסה אני מאברהם אשר אני עושה, אני דייקא, ואז ממילא תהיה ח"ו כלה ונחרצה, על כן טוב שאגלה לו כדי שיתפלל על לוט


מענין לענין פארוואס טאקע איז תפלת אברהם אזוי חשוב און ס'ווערט נתקבל:
והנה י"ל הטעם, כיון שיצא ממנו ישראל דכתיב בהן ומי גוי גדול אשר לו אלקים קרובים אליו כה' אלהינו בכל קראינו אליו (דברים ד' ז'), ודרשו רז"ל מזה תפלת צבור נשמע בכל מקום בין קודם גזר דין ובין לאחר גזר דין ובכל זמן..., וכבר ידוע המזכה את הרבים זכות רבים תלוי בו, והוי כאילו הוא עשה כל אלה, ..., וא"כ לפ"ז ממילא שפיר אברהם דהוא היה מזכה רבים כנודע, וגם צוה את בניו לשמור דרך ה', ומשום הכי שפיר זכות רבים תלוי בו, ומועיל תפלתו תמיד בין קודם גזר דין ואף לאחר גזר דין


און לויט דעם א הערליכער פארטייטשונג אין פסוק
וזהו ביאור מקראי קודש, המכסה אני מאברהם אשר אני עושה, אני דייקא, וא"כ תהיה משפטם חזקה וח"ו תהיה כלה ונחרצה, ובאמת ואברהם היו יהיה לגוי גדול, ר"ל לגוי גדול אשר נאמר בו כי מי גוי גדול אשר לו אלקים קרובים אליו, ושם נאמר בכל קראנו אליו, וא"כ היה להם המעלה גדולה שתפלתם מקובלת, וגם ונברכו בו כל גויי הארץ ע"י תפלת אברהם כנ"ל, (וכן איתא ביבמות על פסוק זה כל גויי הארץ, אפילו ספינות הבאות כו' אינן מתברכת אלא בשביל ישראל), וא"כ מהיכי תיתי אכסה דבר זה מאברהם אשר ע"י תפילתו יוכל להציל את לוט בן אחיו. אך פן תאמר תפלת רבים מועיל דוקא לאחר גזר דין ולא תפלת יחיד, לזה מסיים ואמר כי ידעתיו אשר יצוה את בניו ושמרו דרך ה' וגו', וא"כ ממילא הוי מזכה רבים וזכות רבים תלוי בו, ושפיר גם תפלתו הוי תפלה של רבים ומועיל אף לאחר גזר דין, ושפיר יציל את לוט בן אחיו בתפלתו.


תפלה בכוונה מוסיף כח בהקב"ה כביכול וכובש הדינים וממשיך השפע למטה
יש לו סגולה נפלאה בכח דיבורו בצירוף כוונת הלב לעורר רחמים למעלה עפ"י דבורו, ולמשוך עליו השפע בכח דבורו מן הכחות העליונים, ולבטל ממנו כח המקטרגים להמתיקם ברחמים וחסד, וכה"ג מפורש בזוהר בכמה דוכתי שהדיבור בתפלה בכוונה רצויה בוקע חלוני רקיע לעלות במעלות הסולם מעלה מעלה מקור רצון למעלה, אשר הוא מוצא מקור חסד העליון והרחמים גדולים, להמשיך שפע למטה להמתיק בו מדריגת מקטרוגי הדינים בהארת שפע אור החסד והרחמים


צדקה וחסד פועל שלא יהיה דין כלל
ברענגט פילע מאמרי חכז"ל און יישובים בפסוקים בנקודה זה.
און מיט דעם פארטיישט ער הערליך די פסוקים אין א מדרש פארוואס הקב"ה האט מקבל געווען תפלת אברהם.

און דערנאך ברענגט ער נאך א ביאור פארוואס הקב"ה האט געוואלט פארציילן פאר אברהם וויבאלד די גאנצע גאולה משיח קומט דאך פו די בנות לוט, עי"ש שהאריך ותמצא נחת

און דערנאך קומט א תמצית פון די דרושים הנ"ל:
כלל דברינו אחינו בני ישראל, עיקר התפלה לעורר רחמים ולהמתיק המקטרגים כנ"ל, ומשום הכי הן אל כביר לא ימאס, כי תפלת רבים זכותא דרבים הן הבוקעים חלוני הרקיע ע"י זכותם ותפלתם, לעלות במעלות הסולם מעלה מעלה עד מקור רצונו של מעלה אשר הוא מוצא מקור חסד העליון והרחמים כנ"ל. וזה היה מעלת אברהם אבינו, אשר תפלתו נשמעת ומקובלת עבור זכות רבים תלוי' בו כנ"ל, וכל זה בא לו עבור צדקותיו אשר פעל ועשה, צדקה ומשפט, אשר ע"י צדקה נהפך מדת הדין למדת הרחמים,כפירש"י על וישקיפו על פני סדום וכנ"ל, וכן ע"י משפט אם יש דין למטה אין דין למעלה וכנ"ל, ומעתה אחינו בני ישראל למדו היטב דרשו משפט, והיה המעשה צדקה שלום, ואז טוב לכם סלה.


און כפי הנ"ל איז ער מבאר אז ביי סדום איז געווען פונקט פארקערט זיי האבן נישט געטון קיין חסד ממילא איז געווען דער מדה"ד זייער שטארק
דהנה כבר נזכר לעיל מדת צדקה ומשפט מביאין הרחמים ממקור העליון כנ"ל, והנה אצל אנשי סדום היה שניהם להיפך, לא משפט ולא צדקה כנודע

און מיט די הקדמות איז ער מבאר באריכות פרשת הפיכת סדום, און טענת אברהם להקב"ה.


נחזור לעניננו, שהתפלה מעורר רחמים העליונים, ומזה הטעם פעל ועשה אברהם בתפלתו הרבה, אשר הגשמים היו בזכותו, והחולאים נתרפאו בזכותו, וכן העקרות נפקדו בתפלתו, כנ"ל בהתחלת דברינו בשם מדרש רבה. והיינו כיון שהתפילה מעורר רחמים העליונים וכנ"ל, ואברהם החזיק עמוד החסד והרחמים ע"י צדקה וגמילות חסד בעולם כנודע, ובלא"ה היה מדתו של אברהם חסד, כמה דאמר {מיכה ז' כ'} חסד לאברהם וכנודע, וא"כ ממילא כל אלה יחד וודאי התעוררו הרחמים העליונים והמתיקו כל הדינים.


און מיט דעם איז ער מאריך לבאר פרשת העקידה אז דער ענין איז געווען אז אברהם - מדת החסד האט בכוח תפלתו וחסדו עוקד געווען יצחק - מדת הדין, ומיישב בזה כמה מדרשים באופן נפלא.

סיום הדרוש
כלל דברינו מהדרוש הלזה, אחינו בני ישראל אל תפרשו מן הציבור ובפרט בעת התפלה, כי רבה היא מעלת תפלת הצדיקים הרבים, ובפרט עם צדקה וחסד כמו שהיה תפלת אברהם וכנ"ל בדרוש הלזה, כי אז יתעוררו הרחמים העליונים וכנ"ל, ולכן אחינו בני ישראל התעוררו התעוררו במצוה רבה כזו, ותהי משכימין ומעריבין לבי כנישתא, ויעמוד לנו זכותא דרבים, ויפתח ה' ב"ה לנו שערי רחמים, וברחמים גדולים יקבץ נדחי ישראל במהרה בימינו, ובא לציון גואל אמן.


הרבה יותר ממה שכתבתי לכם כתוב שם, נעמט'ס דעם גליון דא און האט'ס הנאה און זייט'ס מהנה אנדערע.

א גוט שבת!
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: משה'לע, קו הישר און 21 געסט