בלאט 2 פון 3

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:39 am
דורך לחיים ולברכה
איך האב """"נישט"""" <<איי אי סעווען>>, און ס'ארבייט א מחיה אין אלע בראוזערס.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:45 am
דורך פאטאקי08
לחיים איך האב IE6 און עס ארבעט נישט

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:54 am
דורך לחיים ולברכה
הויכגעשעצטער פאטאקי;
כ'וועלעך מסביר זיין אביסל אנדערש, אולי וועסטעס פארשטיין, טאמער נאכאלץ נישט, דוכטסעך אז ס'איז דיין פראבלעם.

1) מאך זיכער אז די אדרעס באר איז גענצליך ליידיג.
2) טייפ אריין google
3) דערנאך דריק קאנטראל מיט ענטער ביינעזאם.
4) ס'וועטסעך אליינס אריינלייגן די דאבעליו דאבעליו דאבעליו פארדעם, און נקודה קאם נאכדעם. און ס'וועטעך אויך פירן צו גוגל'ס וועבסייט.
5) אויב ס'ארבייט נישט, איזעס ווי אויבנדערמאנט דיין פראבלעם. לכאורה

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 12:16 pm
דורך פאטאקי08
אוי וויי איך רעדט נישט פון קאנטראל ענטער איך רעדט פון טייפן

היימישעקרעטשמע אין אידיש + קאנטראל ענטער

שקויעך

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2007 10:25 am
דורך אלעקסיי
איי איי איי
אזא טעות צו מאכן
אויב אזוי מיין איך קענסטו שוין לויפן פאר פרעזידענט
דו פאסט פאר דעים אמט
ממש ווי א שטיק האלץ צו א האק
און ווי א פאטאקי צו 08

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2007 1:51 pm
דורך פאטאקי08
אלעקסיי האט געשריבן:איי איי איי
אזא טעות צו מאכן
אויב אזוי מיין איך קענסטו שוין לויפן פאר פרעזידענט
דו פאסט פאר דעים אמט
ממש ווי א שטיק האלץ צו א האק
און ווי א פאטאקי צו 08


וואס א טעות רעדסטו?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2007 1:53 pm
דורך אלעקסיי
פאטאקי08 האט געשריבן:אוי וויי איך רעדט נישט פון קאנטראל ענטער איך רעדט פון טייפן

היימישעקרעטשמע אין אידיש + קאנטראל ענטער

שקויעך


וואס הייס פון וואס? פון דאס רעד איך.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2007 2:39 pm
דורך שוועמל
ביי מיר ארבייט אמחיה ביים בלויזזז טייפן 'היימישע קרעטשמע', מיט א ספעיס, אינעם בראוזער און איך דרוק ענטער (אן קאנטראל+ענטער) און איך קום גלייך אן אהער.

ווידער ווען איך טייפ 'היימישעקרעטשמע' אן א ספעיס, קום איך אן צו גוגל סיורטש וואס געט מיר גלייך א לינק אהער. כ'נוץ IE7 און גוגל מיין דיפאלט סיורטשער.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2007 2:44 pm
דורך אלעקסיי
אינטערסאנט!!!

ביי מיר איז פונקט קאפויער!!!!!!!

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2007 2:45 pm
דורך פאטאקי08
חחחחחחחחחחחחחחחחחחח

שוועמל
דאס איז ווייל די האסט א שארטקאט פון היימישע קרעטשמע און פעיווערט אדער ערגעץ ווי

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:30 pm
דורך אייוועלט ארכיוו
יעדער וואס האט נאר אמאל עפעס געזוכט אינעם קרעטשמע האט שוין געהאט אזא מעשה, מען ווייסט וואס מען זוכט אבער די חיפוש ארבעט עפעס נישט.

דעריבער האב איך דא פאר איין א נייע וועג וויאזוי צו סוירטשען אינעם וועלטל און דאס איז מיט די הילף פון די גוגל site:ivelt.com טריק, אבער איך וועל עס נעמען אביסל ווייטער.

אין גוגל קראום קען מען צולייגן סוירטש ענדזשינס און זיי נוצן מיט א שארטקאט.

איז גייט צום אדרעס-באר און מאכט א רייט-קליק, און סעלעקט Edit search engines
בילד

יעצט ביי Other search engines דרוקט אויף Add new און שרייבט: אייוועלט

פאר די קיווארד האב איך גענוצט: {די נאמבער} 1 [איר קענט נוצן וועלכע שארטקאט איר ווילט]

און פאר די URL לייגט אריין:

קאוד: וועל אויס אלע

http://www.google.com/search?q=site%3Aivelt.com+%s


אזוי:
בילד

יעצט ווען איר ווילט סוירטשען עפעסן אויפן וועלטל דארפט איר נאר דרוקן 1 מיט א ספעיס און איר וועט לייכטער טרעפן וואס איר זוכט
בילד

ספאנסערד ביי אפיס 211

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:19 pm
דורך געלעגער
דו ביסט אייזן גוט.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 9:27 am
דורך בעאבאכטער
אויב איז נישט דא א בעסער ווארט...
אפגעדעיט אויף נאך כמה זייטלען וואס מיר נוצן.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 9:48 am
דורך מאנ-יימער
געלעגער האט געשריבן:
דו ביסט אייזן גוט.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:00 am
דורך מאנ-יימער
וואספארא קנעפל?

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 2:39 pm
דורך שנאפס
מאנ-יימער האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:
דו ביסט אייזן גוט.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 4:31 pm
דורך מאנ-יימער
מאנ-יימער האט געשריבן:וואספארא קנעפל?

אה יעצט באמערקט דעם קנעפל אין דיין אינטערשריפט.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 4:33 pm
דורך derech eretz
בעאבאכטער האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:
דו ביסט אייזן גוט.
אויב איז נישט דא א בעסער ווארט...
אפגעדעיט אויף נאך כמה זייטלען וואס מיר נוצן.

געשריבן: זונטאג אקטאבער 06, 2013 1:38 pm
דורך שמן למאור
ס'ארבעט א מחי'

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:00 am
דורך moshele11211
יעצט ארבעט עס שוין א מחי' ! א עקסטרע גרויסן יישר כח פארן זיך אפגעבן מיט מיין פראבלעם !

געשריבן: מיטוואך מארטש 02, 2016 10:14 pm
דורך פארבינדן
עס אקארשט גענוצט מיט סוקסעס

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 03, 2016 10:47 am
דורך מי יודע
א ריזן דאנק

געשריבן: מאנטאג מאי 09, 2016 8:23 pm
דורך בן נון
לוי האט געשריבן:ווי באקאנט קען מען שוין היינט אריין קומען צום קרעטשמע דורך'ן שרייבן נאר אידיש. דאס הייסט, אז איר קענט אריין לייגן אינעם אדרעס באר היימישעקרעטשמע, און דריקן קאנטראל ענטער, און איר קומט אן צום הויפט אריינגאנג פונעם קרעטשמע. אויב האט איר עס נאכנישט אויס פראבירט, קענט איר עס יעצט אויס פראביר


קען מען עס אויך טון מיט אייוועלט קאנטראל ענטער?

געשריבן: מאנטאג מאי 09, 2016 8:25 pm
דורך בן נון
יעדער וואס האט נאר אמאל עפעס געזוכט אינעם קרעטשמע האט שוין געהאט אזא מעשה, מען ווייסט וואס מען זוכט אבער די חיפוש ארבעט עפעס נישט.

דעריבער האב איך דא פאר איין א נייע וועג וויאזוי צו סוירטשען אינעם וועלטל און דאס איז מיט די הילף פון די גוגל site:ivelt.com טריק, אבער איך וועל עס נעמען אביסל ווייטער.

אין גוגל קראום קען מען צולייגן סוירטש ענדזשינס און זיי נוצן מיט א שארטקאט.

איז גייט צום אדרעס-באר און מאכט א רייט-קליק, און סעלעקט Edit search engines
בילד

יעצט ביי Other search engines דרוקט אויף Add new און שרייבט: אייוועלט

פאר די קיווארד האב איך גענוצט: {די נאמבער} 1 [איר קענט נוצן וועלכע שארטקאט איר ווילט]

און פאר די URL לייגט אריין:

קאוד: וועל אויס אלע

http://www.google.com/search?q=site%3Aivelt.com+%s
אזוי:
בילד

יעצט ווען איר ווילט סוירטשען עפעסן אויפן וועלטל דארפט איר נאר דרוקן 1 מיט א ספעיס און איר וועט לייכטער טרעפן וואס איר זוכט
בילד

ספאנסערד ביי אפיס 211
זייער אינטערעסאנט.

קען מען דורך גוגל האבן די מעלות פון ׳פארגעשריטענע זוכעניש׳?

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 12:21 am
דורך מלה בסלע ודי לחכימא
יעצט געטראפן דעם אשכול, עס איז כדאי נאכאמאל ארויפצוברענגן.
;l;p- ;l;p- ;l;p- ......